אידישע אודיענצען ופגישות מיט קיסרים ומושלים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

רבן יוחנן בן זכאי פאר אספסינוס קיסר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבן יוחנן בן זכאי פאר אספסינוס קיסר אין שנת ג"א תתכ"ח, מיט 1948 יאר צוריק. (גיטין נ"ו ע"א)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

מאכט סענס? האט געשריבן:ישר כח ספוסמאן. א שיינע אשכול דא.
דאכצעך מיר אז דער סאטמארער רב האט זיך געטראפן מיט ??? אין אונגארן.
איינער ווייסט דערפון?

יא, מיט'ן ראמעינישן קייזער ווארטנדיג ביים באן סטאנציאן און דער קעניג איז דארט אדורך געפארן,ס'איז דא דערפון א שיינע בילד.
ס'איז דארט געווען אן אינטרעסאנטע מעשה דאכטצעך מיט'ן ראש הקהל ער איז עפעס געבליבן אויסגעשפילט און דער רבי האט געהאט גרויס כבוד על אפו וחמתו ווען דער קייזער האט זיך אפגעשטעלט נעבן רבי'ן און אים אפגעגעבן גרויס כבוד, איך מיין דער רבי ז'"ל האט דאן געמאכן די ברכה שחלק מכבודו , כ'בין נישט קלאר אין דעם.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ערב ר"ח חשון תקל"ג איז דער חיד"א ארויס אויף זיין צווייטען שליחות אלץ א שד"ד (שלוחא דרחמנא) פון עיה"ק חברון. דער שלוחות האט זיך גע'ענדיגט אין ליוורנו כ"ח אלול תקל"ח.

אין ספר מעגל טוב שרייבט דער חיד"א ווי ער האט זיך באגעגענט אין שנת תקל"ח מיט דער פראנצויזישער קעניג לואיס דער זעכצענטע אין זיין פאלאץ (וועמען מען האט מיט 15 יאר שפעטער אפגעהאקט דער קאפ).

וזל"ק:
והלכנו לחצר המלכות... ובאנו לחדר יפה ומהודר בעמודים רבים מחופים זהב משני צדדין, ועליהם פנסין גדולים, והגג מצוייר ומכוייר למראה והוא הגאליראה ושם שומרים שרים, ועברנו חדרים רבים חדרי מלכות ונכנסנו לחדר ששם העצה, ולמעלה יש באלדאקין מחופה זהב מצוייר ומכוייר כיד המלך ששם יושב המלך על כסא מלכותו, והשרים למטה בחדר.

ועוד נכנסנו חדרים לפנים ועמדנו שם בראש החדר, ואחר זמן מועט עברו שרים גדולים ובתוכם אחי המלך מוסייו קונטי די פרובינצא אשר נקרא בשם מוסייו לבד, והאח הקטן מוסייו קינטי די ארטואה, ועמדו סמוך לי כחמשה מיניטום.

ואח"כ עבר המלך עם שרים גדולים וברכתי ברכת המלך.

דארט שטייט ווייטער אז דער מלך האט געמיינט אז ער איז א אמבעסאדאר פון איינע פון די מדינות, וכו'.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 15&hilite=
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 16&hilite=
https://en.wikipedia.org/wiki/Louis_XVI_of_France
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

SPUSMN האט געשריבן:אויף דער פגישה מיט קיסר פראנץ יוזעף דער צווייטער אין שנת תרכ"ד איז דא א גאנצע פרק אינעם נייעם ספר 'חומת אש'.

די זיבען רבנים אינעם דעליגאציע זענען געווען:
הגאון רבי יהודה אסאד
הגאון רבי ישעיה בנעט
הגאון רבי ירמיה לעוו
הגאון רבי חיים סופר (מחנה חיים)
הגאון רבי מנחם אש
הגאון רבי מנחם כ"ץ
און פארשטייט זיך דער הייליגע כתב סופר.

ר' מנחם כ"ץ איז עטליכע מאל געוועהן ביים קייזער פראנץ יאזעף.

ביי דער אויבענדערמאנטער אוידיענץ האט אים פראנץ יאזעף שטארק באדאנקט פאר זיין הילף און חסד וואס ער האט געמאכט און די צייט פון די חולירע מגיפה.

א אנדערע מאל האט ער זיי אויפגענומען און די ארט גאלעריע, הגר"מ האט געבעטן רשות פונעם קייזער צו באקוקען די שיינע מאלערייען, און ער האט געוויזן א שיינע בקיאות און די מאלערייען בטאנענדיג זייער ווערד, עלטער, און ווער עס האט זיי געמאלן.
דערנאך האט ער געזאגט דעם קייזער אז ביי עם און שטאט געפונט זיך א מאלער וואס טענה'עט אז זיינע מאדערנע מאלערייען שטייגט איבער די אלע אלטע מאלערייען.
האט פראנץ יאזעף געלאכט און געזאגט אז נאר און אפאר הונדערט יאר ארום וועט מען קענען וויסן צו ער איז געוועהן גערעכט ווען מען וועט זעהן פאר וויפיל זיינע מאלערייען וועלן ווערן פארקויפט.
האט הגר"מ געענטפערט אז דאס זעלבע דארף מען ענטפערן פארן אדוואקאט און בודאפעסט וואס טענה'עט אז זיין פארגעשטריטענע נעאלאגישע וועג איז בעסער און טיפער ווי אונזערע אלטע גדולי ישראל, אז דאס וועט מען נאר קענען זעהן און אסאך יארן ארום, צו כלל ישראל וועט לערנען זיינע געדאנקען ווי מיר לערנען דעם רמב"ם, שו"ע וכו'.
פארשטייט זיך אז פראנץ יאזעף איז שטארק באיינדרוקט געווארן פון זיינע ווערטער און נאכאמאל פארשפראכן נישט ארויף צו צווינגען קיין ענדערונגען.

דער לעצטער מאל איז ער געקומען אין עלטער פון 93 יאר וועגן דעם גזירה וואס מען האט געצווינגן אלע קינדער און אויך די יידישע, צו קומען לערנען אין די רעגירונגס שולעס, נישט לאזענדיג די קינדער אנטוהן קאפלעך, נאך וואס די נעאלאגן האבן געטענ'עט אז עס ברענגט צו רדיפות.
פראנץ יאזעף האט געזאגט אז דאס מאל קען ער נישט נאכגעבן ווייל ער זיכט די טובה פון די יידישע קינדער.
האט עם הגר"מ געזאגט אז ער גלייבט טאקע און זיין ריינע כוונה און דערפאר וועט ער מער נישט רעדן דערוועגן,אבער ער וואלט געבן דעם קייזער אן עצה און אן אנדער נושא.
אזוי ווי דער קייזער פירט יעצט א מלחמה מיט א שכנות'דיגע לאנד און עס ברענגט אסאך שאדן צום לאנד, וואלט געוועהן גלייך זיך אדארך צו קומען מיט זיי און מכן א פשרה.
ענטפערט פראנץ יאזעף אז זיכער איז אייער כוונה א גוטער, אבער אלץ קייזער שוין פערציג יאר פארשטיי איך און דעם בעסער פון אייך אז עס איז קיין טובה נישט, נאר אדרבא מען דארף זיי זיגן.
האט הגר"מ זיך צו וויינט, אז אוודאי וואלט ער נישט געזאגט דעם קייזער וואס צו טוהן,אבער אז איר זאגט אז איר ווייסט בעסער פון מיר וואס איז גוט פאר יידישע קינדער נאך וואס איך טוה שוין אין חינוך ילדי ישראל פופציג יאר האב איך געמיינט אז איך קען אייך אויך ראטן אין עניני המלוכה.
פארשטייט זיך א פראנץ יאזעף איז שטארק באגייסטערט געווארן פון זיינע ווערטער און עם צוגעזאגט נאך צו געבן זיין פארלאנג.
דערנאך האט ער באוונדערט זיין קלארקייט און זיין טיפן עלטער, האט עם הגר"מ געענטפערט "קיין עהל איזט מער ניכט דא, אבער דער דאכט פלאמט נאך".
דער קייזער האט געהייסן מען זאל עם פאטאגראפירן און צושרייבן אונטערן בילד זיינע אויבן דערמאנטע ווערטער. די בילד האט מען געהאנגען אין א צימר מיט נאך אסאך בילדער פון פארשידענע פערזענליכקייטן, ביז די נאצי'ס האבן איינגעשלאסן עסטרייך און האבן עס אראפגענומען.

דא האט איר א לינק צו דעם בילד ביים קייזער.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... 7%9B%D7%A5
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שיין שיין האסטו באשריבען פרטים פונעם אוידיענץ.

איז דא עפעס פרטים איבער די אנדערע אוידיענצעס; ווען, און דער אורזאך פונעם צוזאמענטרעף? ווער נאך איז מיט געגאנגען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

SPUSMN האט געשריבן:דער ערשטער אפיצעלער אודיענץ וואס מיר טרעפען האט פאסירט מיט 3547 יארען צוריק:

ויוסף בן שלושים שנה בעמדו לפני פרעה


יוסף הצדיק האט אים פותר חלום געווארען און געווארען משנה למלך מצרים. דאס איז געווען אין שנת ב' אלפים רכ"ט ליצירה.


און וואס איז מיט זיין זיידע יצחק, און די עלטער זיידע אברהם, אין גרר ביי אבימלך מלך פלשתים?
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ריכטיג

ביטע ברענגט יעדען איינס אין א באזונדערע אשכול מיט א פסוק. (און אויב מעגליך א דאטום. אז נישט וועל איך עס בל"נ צושטעלען)

כ'האב בדעה צו מאכען דא א סך הכל ליסטע פון צייט צו צייט. דאס ליסטע האט זיך קוים אנגעהויבען פארמירען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

פון "המחנה החרדי" פארגאנגענעם פסח

גליון לב מלכים ושרים - המחנה החרדי - פסח תשע"ז
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האב נישט קיין עקסעס צו דראפבאקס; איז דא א אנדערע וועג עס צו זעהן?

אדער, וואס שטייט דארט בקיצור?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

יעניגער האט געשריבן:האט עם הגר"מ געענטפערט "קיין עהל איזט מער ניכט דא, אבער דער דאכט פלאמט נאך".

וואס מיינט די ווערטער? בעסער געפרעגט, וויאזוי זאגט מען די ווערטער אין היינטיגן אידיש?
זוכט איר דוי?
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

דונש האט געשריבן:
יעניגער האט געשריבן:האט עם הגר"מ געענטפערט "קיין עהל איזט מער ניכט דא, אבער דער דאכט פלאמט נאך".

וואס מיינט די ווערטער? בעסער געפרעגט, וויאזוי זאגט מען די ווערטער אין היינטיגן אידיש?


קיין אויל איז נישט דא מער, אבער די קנויט ברענט נאך!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ייש"כ
זוכט איר דוי?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יעניגער פאל אריין מער אפט
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

מען קען צולייגן די אוידיענצן וואס האבן פאסירט פארקערט, דהיינו די מלכים האבן באזוכט די אידישע קהלות.

מען פארציילט ביי איינער פון די גדולי ישראל אז פראנץ יאזעף האט באזוכט ביי עם און שוהל. די געזעץ האט דעמאלץ געפאדערט אז און יעדער פאבליק פלאץ כולל די בתי מדרשים זאל זיך געפונען די בילד פונעם קעניג. למעשה האט מען עס קיינמאל נישט געהאנגען און שוהל און מען האט פארגעסן אויפצוהענגן פאר דעם באזוך. ווען פראנץ יאזעף האט זיך געוונדערט ווי זיין בילד איז, האט עם דער רב געענטפערט מיט חכמה, "די בילד איז דאך נישט די אמת'ע זאך, נאר כדי זיך צו דערמאנען פונעם קייזער הענגט מען עם עס אויף, נו וואס פאר א טעם האט עס אז דער קייזער אליין איז דא און מען איז מכבד דאס בילד, עס גרעניצט זיך דאך מיט מרידה במלכות. פארשטייט זיך אז פראנץ יאזעף האט געוויסט דעם אמת, אבער ער האט שטארק הנאה געהאט פונעם קליגע תשובה.
דער רב האט עס ערקלערט מיט א משל וואס איך דערמאן זיך נישט יעצט, ווייסט איינער מער פרטים אויך איבער דעם רב?
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4634
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

כמעט אזא מעשה איז געשען אין ירושלים ווען פראנץ יוסעף איז אהנגעקומען אין עיר העתיקה ירושלים איז ער געווען באזוכען דיא תפארת ישראל רוז'ין קלויז אבער סיהאט נאך געהאלטען אין מיטען בויען און נאך נישט געהאט דיא דאך האט דיא קייזער געפרעגט פאר ר' ניסן בק וויא איז דער דאך האט איהם ר' ניסן געענפערט אז סיהאט אראפ גענומען דיא הוט לכבוד דיא קייזער, סיהאט האט איהם שטארק געפאלען די ענטפער און גלייך געגבען געלד צו צוענדעגען בויען
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

און אז מען רעדט שוין פון פראנץ יאזעף אין ירושלים, מוז מען דערציילן די מעשה ווי ער האט באזוכט ביים ירושלים רב, רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל אין שטוב. מען האט איהם מכבד געווען מיט דעם שענסטען בענקל וואס עס איז געווען אין שטוב פארהאן. די סחורה אויף וואס מען זיצט, איז געווען פרוץ מרובה על העומד, און פארשטייט זיך אז ווען דער קייסער האט זיך אראפגעזעצט, האט זיך עס אדורך געריסן און פראנץ איז אריינגעפאלן כמעט ביז צום ערד.

רבי יוסף חיים האט מיט זיין גרויס חכמה, מסביר געווען פארן קייזער אז דאס איז פונקט אזוי ווי די שטיינער פון יעקב וועלכע האבן זיך געקריגט און יעדער האט געזאגט, עלי יניח צדיק את ראשו, ביז השי"ת האט זיי פאראייניגט אין איין שטיין. אזוי אויך האבן זיך דא די לעכער ארום געראנגעלט ווער עס זאל האבן די זכי'ה אז דער קייזער זאל אויף איהם זיצן, האט די באשעפער געוואלט יעדעם צופרידן שטעלן און זיי פאראייניגט אין איין לאך!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

שמחת עולם האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין פון פראנץ יאזעף אין ירושלים, מוז מען דערציילן די מעשה ווי ער האט באזוכט ביים ירושלים רב, רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל אין שטוב. מען האט איהם מכבד געווען מיט דעם שענסטען בענקל וואס עס איז געווען אין שטוב פארהאן. די סחורה אויף וואס מען זיצט, איז געווען פרוץ מרובה על העומד, און פארשטייט זיך אז ווען דער קייסער האט זיך אראפגעזעצט, האט זיך עס אדורך געריסן און פראנץ איז אריינגעפאלן כמעט ביז צום ערד.

רבי יוסף חיים האט מיט זיין גרויס חכמה, מסביר געווען פארן קייזער אז דאס איז פונקט אזוי ווי די שטיינער פון יעקב וועלכע האבן זיך געקריגט און יעדער האט געזאגט, עלי יניח צדיק את ראשו, ביז השי"ת האט זיי פאראייניגט אין איין שטיין. אזוי אויך האבן זיך דא די לעכער ארום געראנגעלט ווער עס זאל האבן די זכי'ה אז דער קייזער זאל אויף איהם זיצן, האט די באשעפער געוואלט יעדעם צופרידן שטעלן און זיי פאראייניגט אין איין לאך!

ס'איז נישט געווען מיט פראנץ יוזעף, ס'איז געווען פאר איינער פון די רשעי הציונים שר"י, און דאס איז געזאגט געווארן אל'ס א שטעך, אז די "לעכער" קריגן זיך האבן די "זכי'ה" איהם צו האלטן...
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יעניגער האט געשריבן:מען קען צולייגן די אוידיענצן וואס האבן פאסירט פארקערט, דהיינו די מלכים האבן באזוכט די אידישע קהלות.

מען פארציילט ביי איינער פון די גדולי ישראל אז פראנץ יאזעף האט באזוכט ביי עם און שוהל. די געזעץ האט דעמאלץ געפאדערט אז און יעדער פאבליק פלאץ כולל די בתי מדרשים זאל זיך געפונען די בילד פונעם קעניג. למעשה האט מען עס קיינמאל נישט געהאנגען און שוהל און מען האט פארגעסן אויפצוהענגן פאר דעם באזוך. ווען פראנץ יאזעף האט זיך געוונדערט ווי זיין בילד איז, האט עם דער רב געענטפערט מיט חכמה, "די בילד איז דאך נישט די אמת'ע זאך, נאר כדי זיך צו דערמאנען פונעם קייזער הענגט מען עם עס אויף, נו וואס פאר א טעם האט עס אז דער קייזער אליין איז דא און מען איז מכבד דאס בילד, עס גרעניצט זיך דאך מיט מרידה במלכות. פארשטייט זיך אז פראנץ יאזעף האט געוויסט דעם אמת, אבער ער האט שטארק הנאה געהאט פונעם קליגע תשובה.
דער רב האט עס ערקלערט מיט א משל וואס איך דערמאן זיך נישט יעצט, ווייסט איינער מער פרטים אויך איבער דעם רב?

די מעשה איז געווען מיט רבי שמעון סופר זי"ע
דביה תחדי נפשא
מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד מרדכי »

SPUSMN האט געשריבן:א פגישה וואס איז נישט פארגעקומען איז געווען דער רבנים מארטש אין וואשינגטאן אין תש"ג.

https://en.wikipedia.org/wiki/Rabbis%27_march_(1943)


פארוואס האט מען געווארט ביז תש"ג?
טְרַאכְט גוּט, ווֶעט זַיין גוּט!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”