fiena nieas האט געשריבן:דעתי העניה איז אז ווען זיי וואלטן יא גערעדט וואלט ווען בעסער געווען פאר זיי , זיי וואלטן געפילט בעסער און שטערקער מיט זייער עמאשענס.
נישט איך זאג עס, שלמה המלך זאגט עס. דאגה בלב ישיחנה לאחרים.
ווענדט זיך ווער דער "אחרים" איז. א איד וואס גייט דורך א נסיון אין זיין פרנסה וועט נישט אויסשמועסן זיינע פראבלעמען מיט א אינג בחור'ל. דער אחרים מוז זיין איינער וואס איז אויף זיין לעוועל אדער העכער; דער בעל ישיחנה מוז שפירען אז דער אחר איז איינער וואס קען זיך אריינלייגן אין זיין מצב למחצה לשליש ולרביע. "עטס וועטס קיינמאל נישט פארשטיין וואס מיר האבן מיטגעמאכט." אזוי פיל מאל געהערט דעם סטעיטמענט פון אונזערע זיידעס.
צווייטנס. די מלחמה איבערלעבער לאויט"א וואס זענען נאך בתוכינו זענען רוב געווען בחורים/מיידלעך ביים קריג. אבער די עלטערע איבערלעבער האבן כמעט אלע איבערגעלאזט א פרוי מיט קינדער. דער שרעקליכער געפיל פון גיין רעכטס ווען מען זעהט נעבעך דעם רויך אויף לינקס איז אומבאגרייפבאר. רוב פון די וואס האבן עס מיטגעמאכט האבן נישט געקענט דערציילן אפילו ווען זיי האבן געפריווט. דער פליישיגער לב איז נישט בכח צו הייבן די דאזיגע משאות.
דריטענס. ווי ערווענט אויבן זענען פארהאן געוויסע עפיזאדן וואס מען קען נישט דערציילן. ווי דער אידישער אמעריקאנער סאלדאט וואס האט באפרייט איינע פון די גיהנום'ער האט אנגעקלאפט אין א בחור וואס איז שוין געווען בבחינת סקעלעט.
"איך ברויך תשובה טאן!"
"בחור'ל, נאכן מיטמאכן וואס דו האסט מיטגעמאכט ברויכסטו נישט קיין תשובה."
דערציילט אים דער בחור אז זיין פאטער האט זיך אמאל "פארזינדיגט" דא אין לאגער און די רשעים האבן אים צוגע'פסק'נט טויט דורך הענגען רח"ל. מיטן ארויסשלעפן דעם בענקל האבן די פארשאלטענע סאדיסטן מכבד געווארן נישט קיין צווייטער ווי זיין זוהן, דער דאזיגער בחור! פארשטייט זיך אז דער בחור האט מסרב געוועהן. האבן די חיות געזאגט אז אויב ער שלעפט נישט דעם בענקל וועט מען אים שיסן, יעצט פארנט פון זיין פאטער'ס אויגן. האט זיך אנגעהויבן א העפטיגע מלחמה צווישן אב ובנו, און דער פאטער האט גוזר געווען בגזירת כיבוד אב אז דער בחור מוז שלעפן דעם בענקל. איי נעבעך, נעבעך! הי"ד!
"איך האב ... מיין אייגענעם טאטן! ברויך איך נישט תשובה טאן?!"
איך ווייס נישט ווער דער בחור איז געווען, און וואו ער איז אנגעקומען נאכן קריג. אבער מ'קען זיכער זיין אז ווען נישט ער גיסט אויס זיין הארץ צום זעלנער ווען זיין מח איז נאך געווען דריי-פערטל מח-לאז, וואלט ער ווען מיטגענומען דעם שוידערליכן סוד אין קבר. אונזער געוויסן ווערט געלעמט ווען מ'הערט און ליינט די דאזיגע געשיכטעס, אבער די העפטלינגען האבן מיטגעהאלטן אזאנע בארבארישע איבערלעבענישן טאג טעגליך. דא אויף דעם פליישיגן עולם איז נישט פארהאן דער אחרים צו וועמען מען קען די דאזיגע שטורעמישע דאגות אויסשמועסן.