שפה ברורה האט געשריבן:ר' יוסף אהרן איז געווען מיין פארהערער צו קענען ווערן אנגענומען דערמאן איך מיר, אז ער האט מיר געפרעגט, וואס איז די הסבר פון 'מתוך', ער האט געמיינט 'מתוך שאינו יכול לישבע משלם', ווי באקאנט איז דא אין דעם צוויי מהלכים ס'האט זיך מיר געגליסט איהם צוריק צו פרעגן? וועלכע 'מתוך' מיינט איהר איהר מיינט אפשר 'מתוך שהותרה לצורך'?
עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די ערשטע שיעור כללי וואס איז געזאגט געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א גלייך אנפאנג זמן אין ביהמ"ד אין די ערשטע פרק אין ב"ק. עס איז געווען אן אטמעספערע וואס איז נישט שייך צו באשרייבן אויף פאפיר. הונדרעטער בחורים זענען אגעשפיצט מיט די אויערן צו הערן וואס דער ראש ישיבה האט צו זאגן. און די וועג וויאזוי ער האט גערעדט. עס איז געווען מין ערשטע איבערלעבעניש וואס דאס הייסט צו 'לערנען אין די גייטסהעדער ישיבה'.
כ'האב געהערט אמאל א ווערטל אז ביים ברית פון ר' חיים עוזר, ווען ס'איז געקומען צום קריאת השם, און דער טאטע האט געזאגט 'חיים עוזר', האט דער זאגער נישט גענט זאגן 'חיים עוזר' אליין האט ער געזאגט 'ר' חיים עוזר', דאס הייסט אז דער 'רבי' איז א חלק פון די נאמען
שפה ברורה האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל א ווערטל אז ביים ברית פון ר' חיים עוזר, ווען ס'איז געקומען צום קריאת השם, און דער טאטע האט געזאגט 'חיים עוזר', האט דער זאגער נישט גענט זאגן 'חיים עוזר' אליין האט ער געזאגט 'ר' חיים עוזר', דאס הייסט אז דער 'רבי' איז א חלק פון די נאמען
גארנישט קיין ווערטל נאר א אמתע מעשה, כ'האב עס געהערט פון עם אליין. דער זאגער איז געווען ר' יחזקאל אברמסקי.

טאקע אן אינטרעסאנטע זאך ווייל איך דערמאן מיר יעצט אז אפילו זיינע מתנגדים האבן איהם גערופן "רבי" חיים עוזר אפילו ווען מען האט איהם צאמגעשאלטן.
יא יא, דארט האב איך עס געקויפט, דאכצעך ס'איז געווען די אין די בעק פון די ישיבה אין די ally way. איך האב געקויפט צוזאמען מיט נאך אפאר בחורים, גיי ווייס אפשר ביזטו אויך דארט געווען.
מתבונן האט געשריבן:יא יא, דארט האב איך עס געקויפט, דאכצעך ס'איז געווען די אין די בעק פון די ישיבה אין די ally way. איך האב געקויפט צוזאמען מיט נאך אפאר בחורים, גיי ווייס אפשר ביזטו אויך דארט געווען.
דו האסט גשנארערט א ציגארעטיל פון מיר נאכן טשולענט\קוגל כ'גידענק נאך גוט...
מתבונן האט געשריבן:עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די ערשטע שיעור כללי וואס איז געזאגט געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א גלייך אנפאנג זמן אין ביהמ"ד אין די ערשטע פרק אין ב"ק. עס איז געווען אן אטמעספערע וואס איז נישט שייך צו באשרייבן אויף פאפיר. הונדרעטער בחורים זענען אגעשפיצט מיט די אויערן צו הערן וואס דער ראש ישיבה האט צו זאגן. און די וועג וויאזוי ער האט גערעדט. עס איז געווען מין ערשטע איבערלעבעניש וואס דאס הייסט צו 'לערנען אין די גייטסהעדער ישיבה'.
דו מיינסט אוודאי דער "שיעור פתיחה". כ'בין גיוועהן מסופק ביים ערשטע שיעור כללי (נאכן שיעור פתיחה) וואס צו שרייבן צי שיעור כללי א' צי ב'... מילתא אגב אורחיה גידענקסט נאך טאטי לעברעכט מיטן writing board אנגילעהנט אויף זיין בייכל צו צייכענען די משתתפים ביים שיעור...
מתבונן האט געשריבן:יא יא, דארט האב איך עס געקויפט, דאכצעך ס'איז געווען די אין די בעק פון די ישיבה אין די ally way. איך האב געקויפט צוזאמען מיט נאך אפאר בחורים, גיי ווייס אפשר ביזטו אויך דארט געווען.
דו האסט גשנארערט א ציגארעטיל פון מיר נאכן טשולענט\קוגל כ'גידענק נאך גוט...
וואס נאך געדענקסטו?
יא יא, זייט יענעם צוגערעטל האב איך מער קיין צוגערעטל נישט אריינגענומען אין מויל. ס'איז נישט געווען פאר מיר.
מתבונן האט געשריבן:עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די ערשטע שיעור כללי וואס איז געזאגט געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א גלייך אנפאנג זמן אין ביהמ"ד אין די ערשטע פרק אין ב"ק. עס איז געווען אן אטמעספערע וואס איז נישט שייך צו באשרייבן אויף פאפיר. הונדרעטער בחורים זענען אגעשפיצט מיט די אויערן צו הערן וואס דער ראש ישיבה האט צו זאגן. און די וועג וויאזוי ער האט גערעדט. עס איז געווען מין ערשטע איבערלעבעניש וואס דאס הייסט צו 'לערנען אין די גייטסהעדער ישיבה'.
מילתא אגב אורחיה גידענקסט נאך טאטי לעברעכט מיטן writing board אנגילעהנט אויף זיין בייכל צו צייכענען די משתתפים ביים שיעור...
דאס געדענק איך שוין נישט איך האב נישט אראפגעלייגט די פעדער פון מיין האנט אגאנצן שיעור מיר האבן ב"ה אראפגעשריבן אלע שיעורים כללים, און אזוי אויך די געהעריגע שיעורים כמעט אלעס
שפה ברורה האט געשריבן:און די געשעפט אין ישיבה וואס איז געווען אפען א האלבע שעה דוכט זיך ביי מיטאג, און אזוי אויך ביינאכט א געשמאקע איד געווען דער פארקויפער
מר. מאנקויף ז"ל. מקבל פנים געווען יעדעם איינעם וואס איז אריינגעקומען אי געשעפט, "וואס קויפט מען היינט?"

תמימות'דיגער האט געשריבן:איינער וויסט וואס גייט פאר למעשה היינט זייט הג"ר אלי גורביץ בנו של מרן רה"י איז אנגעקומען דינען אלץ משנה למלך?
געווען הער איך גרויסע געשלעגערייען ביז מען האט עם אויפגענומען.
שפה ברורה האט געשריבן:ווען איינער איז געווארן א חתן, איז ביי לאנטש האט די גאנצע עס זאל געטאנצען מהרה
גייט נאך אן היינט, כ'מיין ס'איז א בעלזא ניגון.
שפה ברורה האט געשריבן:ר' יוסף אהרן אפענהיימער, על אף זיין גרויס התנגדות, האט ער נישט פארפעלט קיין טבילה פארן געבן א שיעור, איך מיין אז ער פלעגט גיין ממש פארן שיעור, אלס תלמיד מובהק פון ר' לייב לופיאן זצ"ל
געהערט אז ר' לייב האט אנגעהויבן די הנהגה נאכדעם וואס סקולענע רבי זצ"ל האט עם מעורר געווען דערויף. אז מ'רעד שוין פון ר' יוסף אהרן'ס התנגדות, געהערט האב איך פון א תלמיד פון די תקופה ווען ער איז אנגעקומען אלץ בחור אז ער איז געווען זייער א פארגרעבטע בחור דאן און די חסידישע בחורים האבן עם מרחק געווען, און זייט דעמאלטס האט ער א שנאה כבושה צו חסידים, א שאד.
אגב, א חסידישע בחור האט דאן געהאט א קביעות מיט הגר"ל לאפיאן, און האט דאס אויפגעגעבן פאר ר' יוסף אהרן, כך שמעתי...
שפה ברורה האט געשריבן:און די געשעפט אין ישיבה וואס איז געווען אפען א האלבע שעה דוכט זיך ביי מיטאג, און אזוי אויך ביינאכט א געשמאקע איד געווען דער פארקויפער
עס איז א חלק פון שטיינהויז (אין מיינע יארן) און בחורים האבן דאס געפירט...