זכרונות פון בוגרי ישיבת בית יוסף גייטסהעד

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:40 am

תגובהדורך שפה ברורה » זונטאג פאברואר 12, 2017 4:49 pm

און ווער געדענקט ווי ר' חיים עוזר איז ארום געגאנגען פרייטיג צונאכטס, און געזוכט די היימישע טשאלענט טעפ, אויב האט ער געקענט האט ער עס אראפגענומען, און אמאל איז עס געווען צוגעשפארט און א קליין שענקל, האט ער נישט מער נישט ווייניגער, איבערגעדרייט דעם גאנצן שאפע..
--
יאך פלעג א לאנגע תקופה דאווענען ותיקין, די מנין פלעגט זיין אין א קליין געשמאק בית מדרש'ל, להכעיס האב איך פארגעסן די נאמען, יבואו המזכירים...
דערנאך האמיר געהאט א פיינעם טשאלנט, אוי איז דאס געווען געשמאק.
--
בדרך אגב פלעג איך שטארק הנאה האבן פון ר' חיים עוזר'ס שיעור, איך האב געלערנט ביי איהם איין זמן, און הגם אין גייטסהעד האט נישט עקזיסטירט אזא זאך וואס הייסט 'חובה', און ביי זיין שיעור האט זיך עס ספיציעל אנגעזעהן, מיט דעם אלעם פלעג איך ווייניג פארפאסן, עכ"פ די ערשטע האלב זמן, ער האט א געוואלדיגע חריפות, און דאס איז געווען זייער אינטרעסאנט צו הערן
--
אין יענע תקופה האט ר' שלמה הערשקאוויטש נאך נישט געהאט זיין אייגענע ישיבה, איך געדענק איהם קומען רעדן פרייטיג צונאכטס ביים סעודה, א געשמאקער טיפ, דער קעמפ האט ער אויך אנגעפיהרט, אבער דארט בין איך נישט געווען
ר' אברהם'ס קומען פרייטיג צונאכטס, און זיינע תורות, איז אויך געווען מיוחד במינה
--
איין נקודה וואס איז אפשר נישט קיין כלל, אבער דאך מיין איך אז אין א חסידישע ישיבה וואלט אזוינס נישט געווען, איך געדענק מיין ערשטע זמן איז געזעסן נישט ווייט פון מיר א בחור, געזיצן ביי א גמרא טאג און נאכט, אבער מיט א קאלטקייט, דענק איך איינמאל איז א גאנצע פייל ספרים אראפ געפאלן לעבן איהם, ס'איז איהם אפילו נישט איינגעפאלן זיך אויפצושטעלן עס אויפהייבן, ער לערנט דאך, ביי א חסידשע ישיבה, אויב האלט ער ביי גארנישט, לערנט ער דאך אוודאי נישט, צו זיצן און לערנען, און נישט אנגיין אז א ספר איז אויפן ארט, מיין איך אז מ'קען נאר טרעפן דארט

שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:40 am

תגובהדורך שפה ברורה » זונטאג פאברואר 12, 2017 4:51 pm

אגב:
הרב 'יעניגער', די טענץ אויפן גאס ביים באגלייטן די דריי בחורים צום טרעין סטעישאן, ווען מ'האט זיי ארויס געווארפן, געדענקט איהר אויך?
'וכל קרני רשעים אגדע' האט געבאמבעט
פון די פאשקעווילן וואס מ'האט געווארפן דעמאלס, וועל איך נישט רעדן

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:02 pm

שפה ברורה האט געשריבן:יאך פלעג א לאנגע תקופה דאווענען ותיקין, די מנין פלעגט זיין אין א קליין געשמאק בית מדרש'ל, להכעיס האב איך פארגעסן די נאמען, יבואו המזכירים...
דערנאך האמיר געהאט א פיינעם טשאלנט, אוי איז דאס געווען געשמאק.


זכרון שאול אדער בית התלמוד?
כ'בין א תם - נישט א נער

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:04 pm

יזכר לטובה האשה החשובה מרס רויז (Mrs Rose) ע"ה און איר נארהאפטיגע מאכלים פאר די הונגעריגע בחורים וואס האבן נישט ליב גיהאט די קעכערס עסן...
לוצקער'ס פיצא מוצ"ש גייט נאך אן?
כ'בין א תם - נישט א נער

שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:40 am

תגובהדורך שפה ברורה » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:09 pm

לכאורה זכרון שאול
--
ס'איז געווען א עליוועיטער פון די קאך צו די עס זאל, איין'ס פאר שבת אהן לעקטער, און איינס מיט לעקטער, איך מיין מ'האט זיך אמאל געקענט אריין כאפן אין קאך מיט דעם

אוועטאר
moishy56
שר האלפיים
תגובות: 2837
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:48 pm

ראספשע האט געשריבן:
תמימות'דיגער האט געשריבן:
שפה ברורה האט געשריבן:סעמי פרייס

דענק איך א בחור [בהעלם שמו] האט געדארפט א טובה פון איהם, ער קלאפט אהן ביים טיהר, און די בני בית פרעגט וועם זוכט איהר
פרעגט ער 'איז סעמי דער', האט זי זיך אויפגערעגט, 'הי איז א תלמיד חכם'
זאגט דער בחור: אקעי 'רבי סעמי', זי האט איהם צוגעקנאקט די טיהר אין פנים


מ'פלעגט זאגן א ווערטל אין ישיבה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט אמאהל גיזאגט ביי א דרשה "אויך וויל איך ביידאנקען הר"ר שמואל פרייס און הר"ר טודרוס לעברעכט..."
[פאר די געסט אין דער אשכול וואס האבן אין גייטסהעד נישט גילערנט: ר' נפתלי לעברעכט רופט מען Totty און ר' יעקב פרייס רופט מען Sammy]

איז דער 'לעברעכט' א משפחה מיט ר' בנימין לעברעכט פון מאנטשעסטער?


יא
דער 'Totty לעברעכט' איז א נאנטע קאזין מיט הנגיד החסיד ר' בנימין לעברעכט נ״י פון מאנטשעסטער.

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:57 pm

שפה ברורה האט געשריבן:אגב:
הרב 'יעניגער', די טענץ אויפן גאס ביים באגלייטן די דריי בחורים צום טרעין סטעישאן, ווען מ'האט זיי ארויס געווארפן, געדענקט איהר אויך?
'וכל קרני רשעים אגדע' האט געבאמבעט
פון די פאשקעווילן וואס מ'האט געווארפן דעמאלס, וועל איך נישט רעדן

איך האב עטליכע 15 בילדער פון דעם מעמד מרומם אויף ביואיק, כולל דעם דראמאטישן תקיעת שופר.
לעצט פאראכטן דורך יעניגער אום זונטאג פאברואר 12, 2017 6:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:57 pm

שפה ברורה האט געשריבן:לכאורה זכרון שאול


מ'פלעגט זיך קענען אריינכאפן אין "שטיינהאוז" דורך די עלי-וועי צו קויפן א שטיקל לעקיך נאכן דאווענען ותיקין...
כ'בין א תם - נישט א נער

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:58 pm

יעניגער האט געשריבן:
שפה ברורה האט געשריבן:אגב:
הרב 'יעניגער', די טענץ אויפן גאס ביים באגלייטן די דריי בחורים צום טרעין סטעישאן, ווען מ'האט זיי ארויס געווארפן, געדענקט איהר אויך?
'וכל קרני רשעים אגדע' האט געבאמבעט
פון די פאשקעווילן וואס מ'האט געווארפן דעמאלס, וועל איך נישט רעדן

איך האב עטליכע 15 בילדער פון דעם מעמד מרומם אויף ביואיק, כילל דעם דראמאטישן תקיעת שופר.


נו, אל תמנע טוב... ביטע טוה ארויפשטעלן די בילדער.
כ'בין א תם - נישט א נער

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » זונטאג פאברואר 12, 2017 6:02 pm

זאג נאר, מיינסטו אז עס ליגט מיר אויף א קארטל ? עס איז פאטאגראפירט געווארן מיט א פארצייטישע פילם !! האסט פארגעסן ווי אלט מיר זענען !!

שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:40 am

תגובהדורך שפה ברורה » זונטאג פאברואר 12, 2017 6:02 pm

דו יעניגער
אהער דערמיט!!! אבער שוין!!!!

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » זונטאג פאברואר 12, 2017 6:05 pm

יעניגער האט געשריבן:זאג נאר, מיינסטו אז עס ליגט מיר אויף א קארטל ? עס איז פאטאגראפירט געווארן מיט א פארצייטישע פילם !! האסט פארגעסן ווי אלט מיר זענען !!


חכם איינער, דו ביסט נישט "אזוי" אלט אז דו זאלסט זיך נישט קענען אנעצה געבן עס ארויפצוברענגען דא. און שפה ברורה זאגט גוט.
כ'בין א תם - נישט א נער

איך לאך
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm

תגובהדורך איך לאך » זונטאג פאברואר 12, 2017 6:08 pm

שפה ברורה האט געשריבן:איך פלעג אסאך ארויפגיין צו ר' זאב אינדערהיים, ער האט ממש געשעפט חיות
און ער פלעגט אויף זוכן זיינע אלטע 'רייד' וואס ער האט אויף די סוגיא
און קיינמאל נישט פארגעסן צו דערמאנען - ר' איסר זלמן האט אויף מיר געשריבן 'הרה"ג'
פארציילט ענינים פון אסטראווצא
יהא זכרו ברוך

און פון די אנדערע זייט...שבת נאכמיטאג דרשות
un fun di andere zait...

זיסע זכרונות

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » זונטאג פאברואר 12, 2017 6:15 pm

דאכט זיך מיר אז עס ליגט ביי מיינע עלטערן אינדערהיים, איך דארף עס אויפזיכן.

שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:40 am

תגובהדורך שפה ברורה » מאנטאג פאברואר 13, 2017 8:41 am

ווען איינער איז געווארן א חתן, איז ביי לאנטש האט די גאנצע עס זאל געטאנצען מהרה

שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:40 am

תגובהדורך שפה ברורה » מאנטאג פאברואר 13, 2017 8:47 am

תמימות'דיגער האט געשריבן:
יעניגער האט געשריבן:
שפה ברורה האט געשריבן:אגב:
הרב 'יעניגער', די טענץ אויפן גאס ביים באגלייטן די דריי בחורים צום טרעין סטעישאן, ווען מ'האט זיי ארויס געווארפן, געדענקט איהר אויך?
'וכל קרני רשעים אגדע' האט געבאמבעט
פון די פאשקעווילן וואס מ'האט געווארפן דעמאלס, וועל איך נישט רעדן

איך האב עטליכע 15 בילדער פון דעם מעמד מרומם אויף ביואיק, כילל דעם דראמאטישן תקיעת שופר.


נו, אל תמנע טוב... ביטע טוה ארויפשטעלן די בילדער.

ווער איז געווען דער בעל תוקע
נישט [הרב] יחזקאל שלעזינגער??

שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:40 am

תגובהדורך שפה ברורה » מאנטאג פאברואר 13, 2017 8:54 am

ר' יוסף אהרן אפענהיימער, על אף זיין גרויס התנגדות, האט ער נישט פארפעלט קיין טבילה פארן געבן א שיעור, איך מיין אז ער פלעגט גיין ממש פארן שיעור, אלס תלמיד מובהק פון ר' לייב לופיאן זצ"ל

שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:40 am

תגובהדורך שפה ברורה » מאנטאג פאברואר 13, 2017 9:19 am

הרב 'מתבונן' לאז דיך הערן...

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » מאנטאג פאברואר 13, 2017 11:26 am

דער בעל תוקע איז געוועהן דאכט זיך מיר גרינוואלד.
ר' יוסף אהרן איז נישט געוועהן א תלמיד פון ר' לייב גורביץ ?

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » מאנטאג פאברואר 13, 2017 11:29 am

די קעמפס פון ר' שלמה איז געוועהן געוואלדיג !!
די שיינע אחדות'דיגע אטמאספער צווישן אלע קרייזען, דער חבורה "קורץ און שארף" נישט מער פון 8 מינוט, די שיינע שפאצירן, די געוואלדיגע תוכן'דיגע דרשות זיינע, די הערילכע שבת סעודות א.א.וו.

שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:40 am

תגובהדורך שפה ברורה » מאנטאג פאברואר 13, 2017 11:46 am

יעניגער האט געשריבן:דער בעל תוקע איז געוועהן דאכט זיך מיר גרינוואלד.
ר' יוסף אהרן איז נישט געוועהן א תלמיד פון ר' לייב גורביץ ?

קען זיין ער האט געלערנט ביי איהם אויך
אבער ער האט זיך געהאלטן א תלמיד מובהק פון ר' לייב לופיאן

שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:40 am

תגובהדורך שפה ברורה » מאנטאג פאברואר 13, 2017 12:11 pm

ר' יוסף אהרן איז געווען מיין פארהערער צו קענען ווערן אנגענומען
דערמאן איך מיר, אז ער האט מיר געפרעגט, וואס איז די הסבר פון 'מתוך', ער האט געמיינט 'מתוך שאינו יכול לישבע משלם', ווי באקאנט איז דא אין דעם צוויי מהלכים
ס'האט זיך מיר געגליסט איהם צוריק צו פרעגן? וועלכע 'מתוך' מיינט איהר איהר מיינט אפשר 'מתוך שהותרה לצורך'?

שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:40 am

תגובהדורך שפה ברורה » מאנטאג פאברואר 13, 2017 12:13 pm

און ווי קען מען פארגעסן פון דעם חתם סויפער איד - הר"ר עזריאל ראזענבוים שליט"א
כ'האב קיינאל נישט פארשטאנען ווי אזוי ער האט אריין געפיט אין א ליטווישע ישיבה

זריז
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:14 pm

תגובהדורך זריז » מאנטאג פאברואר 13, 2017 5:30 pm

תמימות'דיגער האט געשריבן:איינער וויסט וואס גייט פאר למעשה היינט זייט הג"ר אלי גורביץ בנו של מרן רה"י איז אנגעקומען דינען אלץ משנה למלך?

געווען הער איך גרויסע געשלעגערייען ביז מען האט עם אויפגענומען.
שפה ברורה האט געשריבן:ווען איינער איז געווארן א חתן, איז ביי לאנטש האט די גאנצע עס זאל געטאנצען מהרה

גייט נאך אן היינט, כ'מיין ס'איז א בעלזא ניגון.
שפה ברורה האט געשריבן:ר' יוסף אהרן אפענהיימער, על אף זיין גרויס התנגדות, האט ער נישט פארפעלט קיין טבילה פארן געבן א שיעור, איך מיין אז ער פלעגט גיין ממש פארן שיעור, אלס תלמיד מובהק פון ר' לייב לופיאן זצ"ל

געהערט אז ר' לייב האט אנגעהויבן די הנהגה נאכדעם וואס סקולענע רבי זצ"ל האט עם מעורר געווען דערויף.
אז מ'רעד שוין פון ר' יוסף אהרן'ס התנגדות, געהערט האב איך פון א תלמיד פון די תקופה ווען ער איז אנגעקומען אלץ בחור אז ער איז געווען זייער א פארגרעבטע בחור דאן און די חסידישע בחורים האבן עם מרחק געווען, און זייט דעמאלטס האט ער א שנאה כבושה צו חסידים, א שאד.

זריז
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:14 pm

תגובהדורך זריז » מאנטאג פאברואר 13, 2017 6:21 pm



צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט