נישט באקומען דעם מלאך'ס שנעלקע...

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

הילד שהמלאך לא סטרו על פיו

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג ינואר 26, 2014 8:36 pm

מען דערציילט א מעשה, אז ביי א בעלזער חסיד איז געבוירן געווארן א קינד, וואס האט נישט געהאט דעם שנעלקא וואס דער מלאך גיבט פארן קינד ביים געבוירן ווערן, און ווי נאר ער האט אנגעהויבן רעדן האט ער זיך גענומען נאכזאגן בלעטער גמרא בע"פ והיה לפלא בעיני כל רואיו. ווען דאס קינד איז געקומען פאר מרן מהר"א מבעלזא, האט ער אים געגעבן א שנעלקע אויף די נאז און זינט דאן האט דאס קינד מער נישט גערעדט אזוי בגדול'דיג נאר געוואקסן מיט אלע קינדער.

וואו איז דער מקור צו די מעשה?

בכלל, וואו איז דער מקור אז א מלאך גיבט א שנעלקע פארן קינד איידערן געבוירן ווערן?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14082
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 26, 2014 8:39 pm


אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג ינואר 26, 2014 8:50 pm

זע פון דא אין ווייטער viewtopic.php?p=116776#p116776

די מקור אז די מלאך גיבט א פליק איז א גמרא נדה ל:.

LYI
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 4:07 pm

תגובהדורך LYI » זונטאג ינואר 26, 2014 8:54 pm

איך קען דעם ר' ישראל משה מאנדעל זייער גיט ער וואינט אין קרית צאנז נתניה (ער איז אבער א בעלזער חסיד) ער האט מיר דערציילט גופו של ענין
ער האט געקענט נאך זאגען גאנצע פרקים משניות גמ' חומש וכו', דאס הייסא מען האט עהם געזאגט אפאר ווערטער האט ער געזאגט ווייטער.

שמועות זענען דא גאנצע מגילות וואס איז געווען מיט עהם ער האט מיר געזאגט אלעס איז באבע מעשות, ער איז געווען ביים בעלזער רב ז"ל אין ער האט עהם אנגעזאגט ער זאל מער קיינעם נישט זאגען מער ווייטער וואס נען הייסט עהם און ציביסלעך האט ער אלעס פארגעסן. שמעתי מפיו.

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » זונטאג ינואר 26, 2014 11:34 pm

דאס איז זייער אינטערעסאנט.

א גוטע געדאנק פאר א קול מבשר אינטערוויא.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג ינואר 26, 2014 11:36 pm

מען האט שוין גערעדט אמאל פון דעים, עמערעס אויפזוכן.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג ינואר 26, 2014 11:38 pm

וואס איז דער טעם פארוואס די רבי האט עס אוועקגענימען פון איהם? מאי כולי רעש אויב ער בלייבט מיטען קענען אלעס בעל פה?
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » זונטאג ינואר 26, 2014 11:54 pm

מ'דארף זיך פלאגען אויף תורה
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 27, 2014 10:52 am

AHA האט געשריבן:וואס איז דער טעם פארוואס די רבי האט עס אוועקגענימען פון איהם? מאי כולי רעש אויב ער בלייבט מיטען קענען אלעס בעל פה?

און
בא מלאך וסטרו על פיו, ומשכחו כל התורה.
כולה פארשטייסט די יא?
פארוואס דאס איז געשעהן?
פשוט אז אינזער דור יתום זאל זעהן אז דברי חז"ל זענען אמת

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 27, 2014 11:03 am

חסדי אבות האט געשריבן:דער יונגל וואס האט פארגעסן צו באקומען א שנעלקא אין נאז

מען דערציילט א מעשה, אז ביי א בעלזער חסיד איז געבוירן געווארן א קינד, וואס האט נישט געהאט דעם שנעלקא וואס דער מלאך גיבט פארן קינד ביים געבוירן ווערן, און ווי נאר ער האט אנגעהויבן רעדן האט ער זיך גענומען נאכזאגן בלעטער גמרא בע"פ והיה לפלא בעיני כל רואיו. ווען דאס קינד איז געקומען פאר מרן מהר"א מבעלזא, האט ער אים געגעבן א שנעלקע אויף די נאז און זינט דאן האט דאס קינד מער נישט גערעדט אזוי בגדול'דיג נאר געוואקסן מיט אלע קינדער.

וואו איז דער מקור צו די מעשה?

בכלל, וואו איז דער מקור אז א מלאך גיבט א שנעלקע פארן קינד איידערן געבוירן ווערן?

די שנעלקא קריגט מען אויף די נאז?

ביטע פאררעכטן דעם שם האשכול אז עס זאל שטימען מיט דברי חז"ל אין מס' נדה:
"וכיון שבא לאויר העולם בא מלאך וסטרו על פיו ומשכחו כל התורה כולה"

(און אז 'מפארעכט שוין, וויאזוי פארגעסט מען צו באקומען א שנעלקא?....)

גדול מרבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 30, 2013 7:05 am

תגובהדורך גדול מרבן » מאנטאג ינואר 27, 2014 11:09 am

יעך קאן עים גוט, ער וויל נישט רעדן פון דעם נושא
איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 27, 2014 11:10 am

דער שמיעס אין דער גאס דאמאלט איז געווען
אז דער מלאך הממונה על השכחה האט פארגעסען

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » מאנטאג ינואר 27, 2014 11:33 am

מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג ינואר 27, 2014 12:30 pm

איך געדענט נאך אלס קינד פלעגט מען זאגן אז די שניט אונטער די נאז קומט פונעם מלאך. דער זעלבע מלאך וואס שנעלקעט ביי "יענע שניט" לייגט אויך א קוואדער אונטערן קישן..
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מאנטאג ינואר 27, 2014 1:02 pm

קעניגזאן האט געשריבן:איך געדענט נאך אלס קינד פלעגט מען זאגן אז די שניט אונטער די נאז קומט פונעם מלאך. דער זעלבע מלאך וואס שנעלקעט ביי "יענע שניט" לייגט אויך א קוואדער אונטערן קישן..

דו מיינסט עס ערענסט ? די גאנצע זאך איז נישט אמת? יעצט כאפ איך אז ווען איך בין געווען א אינגל האט קיינמאל נישט געהאלפן ווען ביי א שווערע פארהער אין חדר האב איך ארויפגעקוועטשט מיין שנעלקע וואס איז צווישן די נאז און מויל ס'זאל ווערן גראד, און כ'האב מיך גארנישט דערמאנט פון פאר'ן געבוירן ווערן.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:08 am

איך האב אמאל געהערט פון א זוהן פון הרב פרענקעל, דער חבר הבד"ץ, אז זיין זיידע הרב גאלדשטיין זצ"ל (שווער פון הרב פרענקל) וועלכער איז שפעטער געווען רב פון חוג חתם סופר אין ירושלים, איז אין זיינע אינגערע יארן געווען א מנהל אין חדר, און דער אינגל האט דארט געלערנט.

אלס מנהל פלעגט ער פארהערן די קינדער, און אמאל האט ער בטעות פארהערט דעם קינד שפעטער ווי דער רבי האט געלערנט מיט די קינדער, ווען דער רבי האט באמערקט ווי גוט ער קען, האט ער אונטערגעזאגט דעם מנהל אז דער אינגל קען אזוי גוט אפילו מען האט דאס נישט געלערנט אין חדר. דער מנהל, הרב גאלדשטיין האט געפרעגט דעם קינד פון ווי ער קען אזוי גוט, צו זיין טאטע האט געלערנט מיט אים, און ער האט געענטפערט אז ניין, אבער ער ווייסט נישט פון ווי ער קען. האט ער אים געפרעגט ביז ווי ער קען, האט ער געזאגט ער ווייסט נישט, דער מנהל איז געבליבן געפלעפט פון אזא ענטפער, און ער האט אנגעהויבן פארהערן דעם אינגל ווייטער און ווייטער ביז סוף סדרה, ער האט אלעס געקענט, איז ער געגאנגען צו רש"י, און דערנאך צו פריערדיגע און נאכדעם שפעטערע סדרות.

אזוי האט ער דיסקאווערט אז דער אינגל קען אלעס. ער האט גערופן זיין טאטן וועלכער איז געווען פונקט אזוי שאקירט ווי דער מנהל. אזוי איז ארויסגעקומען אז דער אינגל קען אסאך לערנען. אזוי, טרייענדיג אויסצוגעפונען וואס נאך ער קען אלס, האט מען אים געפרעגט אלס מער און מער, גמרא, בבלי, ירושלמי, ראשונים אחרונים, שו"ע ונו"כ, און דער אינגל האט אלעס געקענט. אזוי איז אנטשטאנען דער גאנצער איבערקערעניש.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:10 am

קעניגזאן האט געשריבן:איך געדענט נאך אלס קינד פלעגט מען זאגן אז די שניט אונטער די נאז קומט פונעם מלאך. דער זעלבע מלאך וואס שנעלקעט ביי "יענע שניט" לייגט אויך א קוואדער אונטערן קישן..


נישט ממש, ווייל דער שנעלקע ווערט כאטש דערמאנט אין גמרא, אבער דער קוואדער אונטערן קישן איז א גוי'אישע באבסקע מעשה, גראד פון די נארישע גוי'אישע מעשה ביכלעך ארויס. דער Tooth fairy
און דערפאר טאקע האב איך דאס קיינמאל נישט געטון מיט מיינע קינדער.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

גדול מרבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 30, 2013 7:05 am

תגובהדורך גדול מרבן » מאנטאג פאברואר 03, 2014 10:22 am

קרעפטיג האט געשריבן:דו מיינסט עס ערענסט ? די גאנצע זאך איז נישט אמת? יעצט כאפ איך אז ווען איך בין געווען א אינגל האט קיינמאל נישט געהאלפן ווען ביי א שווערע פארהער אין חדר האב איך ארויפגעקוועטשט מיין שנעלקע וואס איז צווישן די נאז און מויל ס'זאל ווערן גראד, און כ'האב מיך גארנישט דערמאנט פון פאר'ן געבוירן ווערן.


חחחחחחחח ;1@ ;1@ ;1@

יויויוש רבי קרעטפטיג האסטו מיר גימאכט לאכן אויפן קול!!! :lol: :lol: :lol:

די בראך איז נאר אז כ'האב ג'דארפט מסביר זיין פאר מיינע אלע שכנים פאר וואס לאך איך אזוי.... נא, גיי זיי מסביר......

כ'קען מיך נאר פארשטלען דיין הרגשה ווען די ארויפקוועטשן די שנעלקע האט נישט געהאלפן, האסט מן הסתם פרויבירט עס מאכן שטערקער ביז ס'האט וויי געטוהן און האסט אנגעהויבן וויינען און דער פארהערער האט רחמנות גיהאט און נישט געפרעגט.... האט דאך עס יא עפעס א סגולה....
איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » זונטאג אפריל 13, 2014 9:53 am

דער בלאט באשרייבט די פרשה אין איינע פון זייערע ביילאגעס אויף פסח.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

נישט באקומען דעם מלאך'ס שנעלקע...

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג ינואר 06, 2017 8:03 am

וואס טוט איר ווען איר שטייט אויף איין צופרי קענענדיג כל התורה כולה? גאנץ בא'טעמ'ט געווען, ניין?...

און וואס טוט זיך ווען מווערט געבוירן אלס א תלמיד חכם? איר מיינט אוודאי אז איך טרייב שפאס פון אייך, אבער ניין, דאס איז גאנץ ערנסט, ליינט איבער דעם שטוינענדעם געשיכטע פונעם וואונדער-קינד מוה''ר ישראל משה מאנדל הי''ו פון ארץ ישראל, וועלכער האט געקענט כל התורה כולה ביי זיין געבורט...

עס איז באקאנט די גמ' אז איידער א קינד ווערט געבוירן איז ''נר דלוק לו על ראשו, וצופה ומביט מסוף העולם ועד סופו, ואין לך ימים שאדם שרוי בטובה יותר מאותן הימים, ומלמדין אותו כל התורה כולה, וכיון שבא לאויר העולם בא מלאך וסוטרו על פיו ומשכחו כל התורה"...

אין אונזער שפראך גערעדט איידער א קינד ווערט באשאפן לערנט מען מיט אים די גאנצע תורה, און ווי חז''ל זאגן אונז זענען דאס די בעסטע טעג פונעם מענטשנס לעבן, ביז עס קומט א מלאך און דערלאנגט אים א געזונטן שנעלקע אויפן מויל, און פון דעם פארגעסט ער אלע זיינע לימודים.

איי פרעגט איר, אויב אזוי פארוואס פעלט בכלל אויס מזאל עס לערנען מיט אים, סתם מזאל האבן וואס צו פארגעסן ? ענטפערט דערויף מרן הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע אז באמת איז א בשר ודם נישט ראוי צו לערנען די תורה הקדושה וואס איז א שטיק רוחניות און א פלאמפייער, נאר איינמאל מלערנט עס ווען מאיז נאכנישט א שטיק גשמיות, העלפט דאס אז שפעטער זאל דער איד פארשטיין די תורה טראץ זיין חומריות, אנדערע זאגן אז דאס איז די שפאלט צווישן דעם מויל מיט די ליפן, וועלמיר נישט יעצט אריינגיין אין דעם.

און אצינד צום היינטיגן טעמע: אין יאר תש''י איז געווען א שמחה בביתו פונעם פייערדיגן בעלזער חסיד הר''ר יחזקאל מאנדעל ע''ה, א אינגל איז געבוירן געווארן למז'''ט. קרובים און ידידים פרייען זיך מיט מיטן שמחה, מווינטשט און בענטשט ווי ביי יעדן קינד, ויקרא שמו בישראל: ישראל משה.

דער קליינער האט אנגעהויבן אונטערצעוואקסן, ווי פארשטענדליך זענען די עלטערן באגייסטערט פון זיינע חכמה'לעך, און אלעס גייט ווי געווענליך. ווען ישראל משה'לע איז שוין אלט געווען פיר יאר, האט אים זיין מאמע אויפגעפאסט וויאזוי ער שעפשעט עפעס ווערטער אויף לשון קודש, גענוי וואס ער האט געזאגט האט זי נישט פארשטאנען, אבער דאס איז געווען זייער ענליך צו די ווערטער וואס זי פלעגט הערן אינדערהיים אלס מיידל, ווען איר טאטע הגה''צ ר' משה ארי' לעווי זצ''ל דער טעמעשווארער רבי, פלעגט לערנען הויעך אויפן קול.

מתחילה האט זי געקלערט אז דאס קינד פלוידערט נאך וואס ער האט אויפגעכאפט אין שוהל ערגעץ שבת אינמיטן לכה דודי אדער ווען, אבער דער מצב איז בלויז געווארן מער און מער וואונדערליך, הערנדיג ווי ער ווארפט צוזאם מאמרי חז''ל פון יעדן פארשטופטן סוגיא, אויף א פארנעם וואס איז אויך זעלטן ביי די גרעסטע גדולים.

אזא זאך האנדלט מען נישט אליינס, דער טאטע איז אריבער מיטן קינד צו כ''ק הרה''ק רבי אהרן מבעלזא זי''ע זייענדיג א בעלזער חסיד, דער רבי האט גענומען ישראל משה'לען אויפן שויס און אנגעהויבן פארהערן, ווי מאדנע עס קלינגט, יעדע שטיקל וואס דער רבי האט אנגעהויבן, פון וואו ער האט נאר געפרעגט, תורה שבכתב, נ''ך, בבלי, ירושלמי, ספרא, ספרי, תוספתא, זוהר, מוסר, חסידות, אלעס האט דער קינד צוגעענדיגט מיט א קלארקייט!

דער בעלזער רב האט געשיקט דעם טאטן צום טשעבינער רב, דער טשעבינער רב איז געווען א גאון מופלג, אבער מיטן פיר יעריגן אינגעלע האט ער זיך נישט געקענט פארמעסטן, עס איז געווען מייסטערהאפטיג צו זען וויאזוי דער גאון טענה'עט זיך איבער א קצות... דער טשעבינער רב האט אים צוריקגעשיקט צום בעלזער רב, דער בעלזער רב האט אים אריינגענומען פריוואט, און...

וואס עס האט ווייטער פאסירט איז פארהאנען צוויי גירסאות, אבער דאס איז זיכער אז ארויסקומענדיג האט ער אלעס אלעס פארגעסן. איין גירסא פארציילט דער וועלט (דער שרייבער פון די שורות האט עס געהערט פונעם מגיד מישרים רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט''א) אז דער בעלזער רב האט אים געהייסן זיך טובל'ען אין א פסול'ער מקוה, און ארויסקומענדיג האט ער אלעס פארגעסן. אבער ר' ישראל משה זעלבסט לייקנט דעם גירסא אין א אינטערוויו ביי אן ארץ ישראל'דיגן צייטונג, זאגנדיג אז דאס איז א פון-פינגער-אויסגעזויגענע מעשה'לע פון צייטונג שרייבערס מיט גוטע פאנטאזיעס.

א צווייטער גירסא איז פארהאנען אז דער בעלזער רב האט געעפנט א ברכות גמרא, און ווי נאר דער קינד האט זיך גענומען זאגן, האט זיך דער צדיק אנגערופן "גענוג, מער נישט!" און ער האט דאן אלעס פארגעסן.

ר' ישראל משה הי''ו זעלבסט אנטזאגט זיך צו פארציילן גענוי וואס דארט איז אלס פארגעקומען, טענה'דיג אז גענוי ווי א מלחמה-איבערלעבער וויל נישט רעדן איבער אלע זיינע פארלוסטן און קאשמארן דורכאויס דעם קריג, האט ער אויך גאנץ קנאפ חשק צו פארציילן דערוועגן.

דער איינציגסטער סיבה פארוואס ער רעדט בעצם דערפון איז- לויט ווי ער טענה'עט אינעם א.ד. אינטערוויו- ווייל דאס האט שוין געברענגט אסאך בעלי תשובה, וואס זעען אז יש מנהיג לבירה.

על כל פנים, אויב ער וויל נישט רעדן דערפון, פארוואס זאלן מיר יא רעדן???
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג ינואר 06, 2017 10:55 am

זייער אינטערעסאנט, געהערט פון די מעשה אלץ קינד, אבער קיינמאל נישט מיט די פרטים וואס דו ברענגסט דא אראפ.

אויך געהערט אז ער האט געוויסט נאכצוזאגן חידושי תורה פון צדיקים פון יענעם דור אויך, האט איינער מער ידיעות דערוועגן?

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » פרייטאג ינואר 06, 2017 11:13 am

איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז עס איז בכלל דא אזא מין זאך, איך האב אלס אנגעקוקט (און איך קוק עס ווייטער אן) די גאנצע זאך פון א שנעלקע ווי עפעס א העכערע זאך (דאס אז די שנעלקע באקומט מען אויפן אויבערשטען לים האט א מקור? מן הסתם נישט, ווייל די גויים האבן עס אויך), אבער עס איז אינטערסאנט אז עס זענען געווען אזעלכע וואס מען האט אויסגעלאזט.

בשבילי נברא, אויב האט ער געקענט כל התורה כולה, האט ער זיכער אויך געקענט די חידושי תורה פון די צדיקים פון יענע דור, עס איז אויך א חלק פון תורת משה, וואס יעדער איד האט א חקל דערין מכדש צו זיין זיינע חידושים, און אוודאי צדיקים!

יישר כח שמעלקא פארן אראפ ברענגען!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג ינואר 06, 2017 11:14 am

מ'דערציילט אז ער פלעגט ציטירן פון ספרים אפילו פון גאר לעצטיגע, אבער פון געוויסע ספרים פון צווייפלהאפטיגע מחברים האט ער נישט געקענט ממשיך זיין, מזאגט אז מהאט פארגעזאגט פונעם ספה''ק ויואל משה און ער האט געקענט זאגן ווייטער, אזוי זאגט מען טראץ וואס ס'נישטא קיין קראנטע מקור דערויף, ער ענטפערט נישט אויף דעם שאלה.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » פרייטאג ינואר 06, 2017 11:21 am

איך קען פרעזענדליך דעם איד, איך האב געלערנט מיט אים חברותא א לאנגע שטיק צייט
לויט וויפיל איך געדענקט (פון וואס ער האט מיר געויזן צייטונגען פון יענע צייטן, ער אליינס געדענקט כמעט נישט) האט ער נאר געזאגט תנ"ך און מאמרי חז"ל און נישט פון קיין ספרים
מילא אז ער האט געקענט די ויואל משה, אבער ווי אזוי האט מען אים געקענט נאכזאגן פון ויואל משה פאר עס איז ארויסגעקומען...
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
א מחי'
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » פרייטאג ינואר 06, 2017 11:26 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מ'דערציילט אז ער פלעגט ציטירן פון ספרים אפילו פון גאר לעצטיגע, אבער פון געוויסע ספרים פון צווייפלהאפטיגע מחברים האט ער נישט געקענט ממשיך זיין, מזאגט אז מהאט פארגעזאגט פונעם ספה''ק ויואל משה און ער האט געקענט זאגן ווייטער, אזוי זאגט מען טראץ וואס ס'נישטא קיין קראנטע מקור דערויף, ער ענטפערט נישט אויף דעם שאלה.

ספר ויואל משה איז הערשט ארויסגעקומען שפעטער


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שרייב-פעדער און 12 געסט