היסטאריע פון די שטאט 'געיטסהעד', ענגלאנד

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

היסטאריע פון די שטאט 'געיטסהעד', ענגלאנד

תגובהדורך moishy56 » זונטאג דעצמבער 25, 2016 9:40 am

לייג דא
בילדער, דאקומענטען און פאקטן איבער די היסטאריע פון
די שטאט 'געיטסהעד', ענגלאנד.

[Gateshead, England]

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג דעצמבער 25, 2016 9:44 am

ראשי ורמ״י ''ישיבת בית יוסף'' געיטסהעד, 40-70 יאר צוריק.

ווייסט איינער ווער איז ווער?

Photo #001
צוגעלייגטע
gateshea yeshiva old.JPG
לעצט פאראכטן דורך moishy56 אום מאנטאג דעצמבער 26, 2016 6:53 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12762
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג דעצמבער 25, 2016 10:29 am

moishy56 האט געשריבן:ראשי ורמ״י ''ישיבת בית יוסף'' געיטסהעד, 30-40 יאר צוריק.

ווייסט איינער ווער איז ווער?


דעם איינעם וועמעס בילד איך דערקען
הרב אליהו אליעזר דסלר נפטר כ"ה בטבת ה'תשי"ד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג דעצמבער 25, 2016 12:35 pm

האבן אידן געוואוינט אין געיטסעד אין די צייטן פון די ראשונים אדער אנדערע פריערדיגע יארן? אין אנדערע שטעט אין ענגלאנד איז דאך באקאנט פון פארשידענע בעלי תוספות וואס האבן דארט געוואוינט
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג דעצמבער 25, 2016 6:44 pm

''ישיבת בית יוסף'' געיטסהעד,
בערך שנת תרצ״ג.

Photo #002
צוגעלייגטע
gateshead yehsiva.JPG

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 6:52 pm

קיקיון האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:ראשי ורמ״י ''ישיבת בית יוסף'' געיטסהעד, 30-40 יאר צוריק.

ווייסט איינער ווער איז ווער?


דעם איינעם וועמעס בילד איך דערקען
הרב אליהו אליעזר דסלר נפטר כ"ה בטבת ה'תשי"ד
[image]http.jpeg[/image]


יש״כ.

איך זעה אז עס איז דא א אשכול אויף
הג״ר אליהו אליעזר דסלר זצ״ל
ר''מ בישיבת בית יוסף געיטסהעד
viewtopic.php?f=31&t=23364

יהודי פשוט
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 1:41 pm

געיטסהעד

תגובהדורך יהודי פשוט » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 10:36 pm

moishy56 האט געשריבן:ראשי ורמ״י ''ישיבת בית יוסף'' געיטסהעד, 40-70 יאר צוריק.

ווייסט איינער ווער איז ווער?

Photo #001


האמצעי (די מיטעלסטע) איז הגאון הגדול רבי ארי' זאב המכונה בשם רבי לייב גורביץ זצ"ל ראש הישיבה ומח"ס ראשי שערים

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 4:33 am

יהודי פשוט האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:ראשי ורמ״י ''ישיבת בית יוסף'' געיטסהעד, 40-70 יאר צוריק.

ווייסט איינער ווער איז ווער?

Photo #001


האמצעי (די מיטעלסטע) איז הגאון הגדול רבי ארי' זאב המכונה בשם רבי לייב גורביץ זצ"ל ראש הישיבה ומח"ס ראשי שערים


אגב,
זיין ספר הייסט ''ראשי שערים''..
ווייל עס איז די טייטש פון GATES HEAD אין לשון קודש.

GATES = שערים
HEAD = ראשי

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 5:28 pm

די ישיבה איז געגרינדעט געווארען דורך ר' משה לנדיסקי פון ראדין, אלץ א נאווהארדיקער ישיבה "בית יוסף".
דווקא די שטאטישע יידן דארטן זענען געוועהן חסידיש געשטימט, עס זענען נאך דא אין די שטעטישע שול געוויסע חסידישע מנהגים, ווי צום ביישפיל הלל פסח ביי נאכט און הקפות ליל שמיני עצרת, אבער היינט צוטאג אחוץ די ישיבה בחורים זענען דארט כמעט נישטא קיין חסידים.

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מוצ"ש ינואר 07, 2017 6:40 pm

moishy56 האט געשריבן:''ישיבת בית יוסף'' געיטסהעד,
בערך שנת תרצ״ג.

Photo #002


איך האב געטראפן נעמען פון די ראשי הישיבה אויפן בילד.
די צוויי אינם צענטער פונם בילד, אהן א הוט, זענען די ראשי הישיבה.

לינקס: הג״ר נחמן דוד לאנדינסקי זצ״ל, מייסד הישיבה וראש הישיבה.
רעכטס: הג״ר אליעזר קאהאן זצ״ל, מנהל הישיבה.

---


בילד פון
הג״ר נחמן דוד לאנדינסקי זצ״ל, מייסד הישיבה וראש הישיבה.
צוגעלייגטע
nachman d lan.JPG
לעצט פאראכטן דורך moishy56 אום זונטאג ינואר 08, 2017 5:34 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש ינואר 07, 2017 7:40 pm

וואס איז די היסטאריע פונעם נאמען געיטס העד (צוים שפיץ)?
אגב, דאכציך אז געוויסע שרייבן "געהצעד".
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אברעמיל
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 4:09 pm

שאצער רבי זצוק"ל

תגובהדורך אברעמיל » מוצ"ש ינואר 07, 2017 11:33 pm

אגב דער הייליגער שאצער רבי זי"ע האט געוויילט עטליכער וואכען אין גייטסהעד אנפאנג מלחמה יאהרען אין האט געזאגט אז די ווענט פון יידישע געגענד קלינגען מיט דער קול פון לערנען תורה.
אין יענער צייט זענען גיווען א סך בחורים וואס האבען סיך גיראטעוועט פון ייראפ מיט דעם וואס זיי האבען בעקומען סטודענט וויזא דארך די ישיבה

זריז
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:14 pm

תגובהדורך זריז » זונטאג ינואר 08, 2017 4:59 pm

די אידישע קהילה איז געגרינדעט געווארן בשנת תרמ"ז לפ"ק, אריגינעל זענען די תושבים געקומען פון די דערנעבנדיגע שטאט Newcastle, נאר ווען ס'האבן זיך פארמערט די מחללי שבתות דארטן זהאבן זיך די פרומע אריבערגעצויגן קיין געיטסהעד בראשות פון א חסידישע איד מיטן נאמען אדלער. די ערשטע רב דארטן האט געהייסן הרב שאקאוויצקי זצ"ל, נאך זיין פטירה האט זיין איידעם הרה"ג ר' בצלאל ראקאוו זצ"ל איבערגענומען די רבנות ביז זיין פטירה בשנת תשס"ג לפ"ק. נאכדעם איז די שטאט געבליבן אן א רב פאר אפאר יאר, ביז מען האט אויפגענומען הרה"ג ר' שרגא פאוויל זיממערמאן שליט"א פון מאנסי וואס דינט נאך דארטן היינט.

דארטן האט געוואוינט א שוחט ר' דוד דרייען ז"ל, ער האט שטארק געוואלט אז די שטאט זאל ווערן א מקום תורה, און ער האט אריבערגעברענגט פון ליטע די מייסדים פון די ישיבה, און ווען דער מכתב מאליהו איז אהינגעקומען האט ער מייסד געווען א כולל בראשותו, די צווי מוסדות האבן געגעבן פאר די שטאט די ליטווישע פנים וואס ס'האט היינט.

זריז
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:14 pm

תגובהדורך זריז » זונטאג ינואר 08, 2017 5:00 pm

moishy56 האט געשריבן:ראשי ורמ״י ''ישיבת בית יוסף'' געיטסהעד, 40-70 יאר צוריק.

ווייסט איינער ווער איז ווער?

Photo #001


אויף די אויברעשטע רייע רעכטס מיטן טלית איז הרה"ג ר' אריה לייב לאפיאן זצ"ל מראשי הישיבה, אז זון פון דער לב אליהו. אין צענטער איז הרה"ג ר' אריה זאב גורביץ זצ"ל בעמח"ס ראשי שערים א איידעם ביים לב אליהו פאטער פונעם היינטיגן ראש ישיבה הרה"ג ר' אברהם שליט"א (וועלכער איז אויך א איידעם ביים ר' אריה לייב לאפיאן הנ"ל), מערקט דעם בייל אויף זיין שטערן, מען פלעגט עם רופן דער תוספות הרא"ש...

די אונטערשטע שורה רעכטס איז הרה"ג ר' זאב כהן זצ"ל מנהל הישיבה. דער דריטע איז ר' אריה זאב הנ"ל אין די יונגערע יארן. דער לעצטער לינקס איז הרה"ג ר' משה שוואב זצ"ל משגיח הישיבה, א ברודער פון ר' מרדכי און ר' שמעון זצ"ל.

דער מכתב מאליהו איז נישט אויפן בילד.

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג ינואר 08, 2017 6:04 pm

יהודי פשוט האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:ראשי ורמ״י ''ישיבת בית יוסף'' געיטסהעד, 40-70 יאר צוריק.

ווייסט איינער ווער איז ווער?

Photo #001


האמצעי (די מיטעלסטע) איז הגאון הגדול רבי ארי' זאב המכונה בשם רבי לייב גורביץ זצ"ל ראש הישיבה ומח"ס ראשי שערים


הגאון הגדול רבי ארי' זאב המכונה בשם רבי לייב גורביץ זצ"ל ראש הישיבה
מח"ס ראשי שערים
http://www.hebrewbooks.org/22529
ומח"ס ארזא דבי רב
http://www.hebrewbooks.org/22436

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג ינואר 09, 2017 2:08 pm

יעניגער האט געשריבן:די ישיבה איז געגרינדעט געווארען דורך ר' משה לנדיסקי פון ראדין, אלץ א נאווהארדיקער ישיבה "בית יוסף".

די ישיבה איז געגרינדעט געווארען דורך
הג״ר נחמן דוד [ב״ר משה] לאנדינסקי זצ״ל.

נישט הג״ר משה לאנדינסקי זצ״ל.

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » דינסטאג ינואר 10, 2017 3:34 pm

דער אויבנדערמאנטער חסידישער איד אדלער, האט געהייסן ר' אליעזר, און זיין איידים איז געוועהן ר' הערשל ראטטענבערג (זון פון אנטווערפענער רב זצ"ל), זיי זענען ביידע געוועהן בעלי תפילות און די ישיבה ימים נוראים, ביז היינט ווערט נאך געזינגען פון זייערע חסידישע ניגונים ימים נוראים ביים דאווענען.

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך ינואר 11, 2017 6:24 pm

זריז האט געשריבן:די אידישע קהילה איז געגרינדעט געווארן בשנת תרמ"ז לפ"ק

יא.
די גייטסהעד קהילה איז געגרינדעט געווארן
בשנת תרמ"ז לפ"ק,
יאר 1887 למספרם.

אין די ערשטע יארן, האט די מנין געהייסען
''ביהמ״ד שומרי שבת''.
צוגעלייגטע
gateshead 1887.JPG

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 2:07 pm

ווי עטליכע האבן דא געשריבען, איז די געיטסהעד קהילה געגרינדעט געווארן דורך א חסידישע יוד
הרה״ח ר׳ אליעזר אדלער ז״ל.

היינט נאכט, ט״ו טבת, איז זיין יאהרצייט.

ר׳ אליעזר שטאמט פון די שטאט 'סטאניסלאוו' אין גאליציע.
זיין טאטע איז געוועהן מחסידי הוסיאטין.

הרה״ח ר׳ אליעזר אדלער ז״ל
אין יאר תרפ״ב לפ״ק
002.jpg


הרה״ח ר׳ אליעזר אדלער ז״ל,
אין זיינע עלטערע יארן.
eliezer adler.JPG
לעצט פאראכטן דורך moishy56 אום פרייטאג ינואר 13, 2017 6:16 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 2:13 pm

א גרויסן ייש"כ פארן פותח האשכול, אלס א תלמיד דישיבת געיטסהעד האב איך שטארק הנאה פון די אינפארמאציע דא. אז איך וועל האבן צייט, וועל איך אפשר צולייגן עד כמה שידי מגעת.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 2:20 pm

moishy56 האט געשריבן:ראשי ורמ״י ''ישיבת בית יוסף'' געיטסהעד, 40-70 יאר צוריק.

ווייסט איינער ווער איז ווער?

Photo #001


זריז האט געשריבן:די אונטערשטע שורה רעכטס איז הרה"ג ר' זאב כהן זצ"ל מנהל הישיבה.


ר' זאב ווערט פאררעכענט אלס איינער פון די ר"י פון 40 יאר צוריק? ער איז נישט לאנג צוריק אוועק. נישט געוואוסט אז ער איז שוין דארט געווען אזוי לאנג. עפעס האט ער איבערגענומען די הנהלה פון זיין שווער דאכצעך.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 5:11 pm

ר' זאב איז דעמאלט מסתמא געוועהן א מג"ש.
ער האט איבערגענומען זיין שווערס פאסטען אלץ מנהל הישיבה.
ר' זאב האט געשטאמט פון א חסידישע אסטראבצער משפחה, און זיין פאטער האט אים נישט געלאזט גיין לערנען אינעם חברונער ישיבה, נאר נאכן זיך שטארק איינבעטן האט זיין טאטע מיט געמאכט א געשעפט אז אויב וועט ער זיך פארהערן גאנץ רמב"ם וועט ער לאזן אהין גיין, וכך הווי.

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » פרייטאג ינואר 13, 2017 6:10 am

moishy56 האט געשריבן:ווי עטליכע האבן דא געשריבען, איז די קהילה געגרינדעט געווארן דורך א חסידישע יוד
הרה״ח ר׳ אליעזר אדלער ז״ל.

היינט נאכט, ט״ו טבת, איז זיין יאהרצייט.

ר׳ אליעזר שטאמט פון די שטאט 'סטאניסלאוו' אין גאליציע.
זיין טאטע איז געוועהן מחסידי הוסיאטין.

הרה״ח ר׳ אליעזר אדלער ז״ל
אין יאר תרפ״ב לפ״ק
די אטעטשמענט 002.jpg געפינט זיך מער נישט.


הרה״ח ר׳ אליעזר אדלער ז״ל,
אין זיינע עלטערע יארן.


הרה״ח ר׳ אליעזר אדלער ז״ל האט נישט נאר מייסד געוועהן די קהילה אין געיטסהעד,
ער האט אויך אנגעפירט די קהילה פאר צענדליגע יארן במסירות נפלאה.

דא האט איר זיינע פאפירן פון יאר תרצ״ד,
ווי ער האט געהאלטן חשבון אויף מעות חטים געלטער וכדו׳
אין גייטסהעד.
צוגעלייגטע
001.jpg

אברעמיל
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 4:09 pm

ניימען אין ליסטע

תגובהדורך אברעמיל » דינסטאג ינואר 17, 2017 4:14 pm

ווערט איר זייען אין דעם צעטיל אז רב יודא סגל דער שפייטערדיקער מנטשנסטר ראש ישיבה האט געשטיצט דער מעות חיטין. ער איז דעמאלטס געווען איידעם אויף קעסט אין גייטסהעד. אויך הגאון רבי חיים שמואל לאפיאן זצ"ל בעמח"ס רווחא דשמעתתא וואס איז גיווען איידעם אוף קעסט ביי הרב בלאך א גרויסע ת"ח וואס האט דארט געווינט. אגב זיי זענען אויך געווען פון די וואס האבען אריינגענומען פרומע קינדער פון ווינטון'ס קינדער טראנספורט

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך ינואר 25, 2017 6:47 am

אברעמיל האט געשריבן:ווערט איר זייען אין דעם צעטיל אז רב יודא סגל דער שפייטערדיקער מנטשנסטר ראש ישיבה האט געשטיצט דער מעות חיטין. ער איז דעמאלטס געווען איידעם אויף קעסט אין גייטסהעד. אויך הגאון רבי חיים שמואל לאפיאן זצ"ל בעמח"ס רווחא דשמעתתא וואס איז גיווען איידעם אוף קעסט ביי הרב בלאך א גרויסע ת"ח וואס האט דארט געווינט. אגב זיי זענען אויך געווען פון די וואס האבען אריינגענומען פרומע קינדער פון ווינטון'ס קינדער טראנספורט


ביי וועם איז רב יודא זאב סגל, דער מנטשסטר ראש ישיבה געווען א איידעם?

אין גייטסהעד?

ביי וועם?
--

דא שטייט אז רב יודא זאב סגל איז געגאנגען וואוינען אין גייטסהעד פאר עטליכע יאר, שטייט נישט ער איז געוועהן א איידעם אין גייטסהעד.
צוגעלייגטע
yuda zev.JPG


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט