בלאט 22 פון 23

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 12:48 pm
דורך לא לנו
אין מיינע צייטן פלעגט מען אנהויבן גיין אין כתה ה' אין קעמפ, ווער ס'האט געוואלט, און כתה ו' איז שוין יעדער געגאנגען.

פאנעל - זכרונות פון קעמפ

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 4:31 pm
דורך אורח הכבוד

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 5:53 pm
דורך וועלוועל קליינער
איך האב אנגעהויבן דעם קעמפ בשנת תשמ"ז, יא, נאך פון כתה ה'.
מען פלעגט שלאפן אין די זופניק'ס באנג. די שלאף רבי זופניק 1 ר' אהרן הערש סאמעט ז"ל,
זופניק 2 יבלח"ט הרב ברוך האראוויץ דומ"ץ מעליץ
זופניק 3 ר' שמואל דוד ווייזער.
איך געדענק נישט פונקטליך די איבריגע.
שיכון קעסטנעבוים איז נאך דעמאלטס נישט געווען.
ר' אפרים וויינבערגער ז"ל איז געווען דער ברויט מענטש.
און ר' אלי' דוד טירנועאר איז געווען דער פירות נאכמיטאג.
ר' חיים ארי' בראווער ז"ל איז געווען דער נאכט וועכטער און די השבת אבידה מענטש.
דעמאלטס איז געווען א 'נארמאל'ער זאך, אז א שלאף רבי זאל שמייסן מיט א פלעכטער, פארן פשוט אריינקומען אין באנק אינמיטן טאג, אפילו פרייטאג און שב"ק האט מען נישט געטארט, (איך ווייס נאך עד היום נישט, פארוואס!!).
אויב איינער האט נאך זכרונות קענן דאס מיר העלפן אויפרישן מיין זכרון. יישכ

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 6:07 pm
דורך קליינטשיגער
ווער איז יושב ראש ביי דעם פענאל?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 6:16 pm
דורך splinter
קליינטשיגער האט געשריבן:ווער איז יושב ראש ביי דעם פענאל?

קוקט אויס ווי ר' יקיר ברוין

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 6:37 pm
דורך מונאוויטש
וועלוועל קליינער האט געשריבן:דעמאלטס איז געווען א 'נארמאל'ער זאך, אז א שלאף רבי זאל שמייסן מיט א פלעכטער, פארן פשוט אריינקומען אין באנק אינמיטן טאג, אפילו פרייטאג און שב"ק האט מען נישט געטארט, (איך ווייס נאך עד היום נישט, פארוואס!!).
אויב איינער האט נאך זכרונות קענן דאס מיר העלפן אויפרישן מיין זכרון. יישכ

דערמאנט מיר פון "דער לעצטער וואס קומט ארויס פון סווימינג פול וועט כאפן א שמוץ!"

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 7:01 pm
דורך ראספשע
איר דארפט קודם מסביר זיין וואס איז דאס געווען א 'פלעכטער'.....

די פלעכטער'ס אמאל זענען געווען ווי די 'ספינער'ס היינט..., מיר קינדער האבן פארברענגט דעם טאג דערמיט...

... און די רבי'ס האב געשמיסן דערמיט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 8:05 pm
דורך פרישוואסער
אורח הכבוד האט געשריבן:פאנעל - זכרונות פון קעמפ

א שיינעם דאנק!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 12:10 pm
דורך farshlufen
אורח הכבוד האט געשריבן:פאנעל - זכרונות פון קעמפ


ישר כח.

יקיר עס יוזשועל, מאכט וויינען און לאכן פון איין מינוט צום צווייטן.

ר' שלום סאנדל האב איך מורא אז מ'וועט אים ביי יעדן דינער אראפרופן פון זיין סטעידש צו אפעלירן צום ציבור..

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 1:05 pm
דורך פריטלעך
ראספשע האט געשריבן:איר דארפט קודם מסביר זיין וואס איז דאס געווען א 'פלעכטער'.....

די פלעכטער'ס אמאל זענען געווען ווי די 'ספינער'ס היינט..., מיר קינדער האבן פארברענגט דעם טאג דערמיט...

... און די רבי'ס האב געשמיסן דערמיט

ספינערס היינט??
שוין לאאאנג באגראבן..
מענין לענין, איך טראכט אסאך מאל צו מיר אז ווען אונז זעמער געווען קינדער האט מען פארברענגט מיט די זעלבע טויס (פלעכטערס למשל) פאר יארן.
היינט איז אלעס א קאם-אין-גאו. יעדע פאר וואכן דארף מען לויפן קויפן די נייע שמאנץ וואס 'יעדער האט' אין אלעס וואס מ'האט געקויפט פאר צוויי וואכן צוריק איז גארביזדש. אפשר גאר טויס-פאר-יו'ס ארבעט...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 1:08 pm
דורך פריטלעך
זאלץוואסער האט געשריבן:ר' יעקב שלמה פארלאנגט אן ארטיקל פאר זיך. ס'איז דא צו שרייבן גאנצע בלעטער לשבחו

הנני! זעמער פולקאם גרייט.
(העכסענס וועט ר' שאול קליין האבן נאך אן 'אייוועלט אנאנים'ער שרייבער' אינטערן נאמען זאלץוואסער צו דערמאנען)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 2:31 pm
דורך זאלץוואסער
פריטלעך האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:ר' יעקב שלמה פארלאנגט אן ארטיקל פאר זיך. ס'איז דא צו שרייבן גאנצע בלעטער לשבחו

הנני! זעמער פולקאם גרייט.
(העכסענס וועט ר' שאול קליין האבן נאך אן 'אייוועלט אנאנים'ער שרייבער' אינטערן נאמען זאלץוואסער צו דערמאנען)


וועל מיר זיך מאכן צייט אי"ה.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 3:32 pm
דורך אדיר איום
געדענק מיר די ליין יעדן אינדערפרי צו זאגן די ברכת השחר פאר ר׳ אברהם מרדכי פאלאטשעק ע״ה אין ביהמ״ד בית שלמה ואסתר

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 4:54 pm
דורך פריטלעך
זאלץוואסער האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:ר' יעקב שלמה פארלאנגט אן ארטיקל פאר זיך. ס'איז דא צו שרייבן גאנצע בלעטער לשבחו

הנני! זעמער פולקאם גרייט.
(העכסענס וועט ר' שאול קליין האבן נאך אן 'אייוועלט אנאנים'ער שרייבער' אינטערן נאמען זאלץוואסער צו דערמאנען)


וועל מיר זיך מאכן צייט אי"ה.

לאקינג ווארווערד בתוך שאר תושבי העולם הזה...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 4:40 pm
דורך פרישוואסער
פריטלעך האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:ר' יעקב שלמה פארלאנגט אן ארטיקל פאר זיך. ס'איז דא צו שרייבן גאנצע בלעטער לשבחו

הנני! זעמער פולקאם גרייט.
(העכסענס וועט ר' שאול קליין האבן נאך אן 'אייוועלט אנאנים'ער שרייבער' אינטערן נאמען זאלץוואסער צו דערמאנען)


וועל מיר זיך מאכן צייט אי"ה.

לאקינג ווארווערד בתוך שאר תושבי העולם הזה...


גא"ם

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 5:44 am
דורך שמערלער
א איד דערציילט מיר נעכטען אז איין יאר ווען די רבי איז געקומען באזוכען אין אינגעל קעמפ האט מען דעם רבין אויפגענומען אין לאנטש רום ווי די רבי איז געזעצען אן קיין סטעידזש אין מיטגעהאלטן די ווי די קינדער בענטשען אין פון אינטער דעם רבין איז נישט געווען קיין סיין ווי היינט נאר א שיינע אויסשטעל פון באלונס.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 19, 2018 5:20 pm
דורך מחזור
פרישוואסער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:פאנעל - זכרונות פון קעמפ

א שיינעם דאנק!


ווער פירט אן די פענעל?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 19, 2018 5:29 pm
דורך קלאָצקאָפּ
ר' יקיר ברוין.

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 11:39 am
דורך דניאל אויערבאך
אדיר איום האט געשריבן:געדענק מיר די ליין יעדן אינדערפרי צו זאגן די ברכת השחר פאר ר׳ אברהם מרדכי פאלאטשעק ע״ה אין ביהמ״ד בית שלמה ואסתר

איך געדענק אין ביהמ"ד אוהל שרה

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 11:56 am
דורך ברוינע באנאנע

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 12:05 pm
דורך בענאק
ברוינע באנאנע האט געשריבן:די גרינע ברידזש

https://www.google.com/maps/@41.7571639 ... 312!8i6656

נע, די מאפע איז 'אוטדעיטעט', שוין נישטא מער קיין זכר פון דעם בריק! (היינט איז דארט א פשוטע אווערפעס)

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 1:57 pm
דורך אחת ואחת
ברוינע באנאנע האט געשריבן:די גרינע ברידזש

https://www.google.com/maps/@41.7571639 ... 312!8i6656

נאסטעלאגישע זכרונות
בענאק האט געשריבן:נע, די מאפע איז 'אוטדעיטעט', שוין נישטא מער קיין זכר פון דעם בריק! (היינט איז דארט א פשוטע אווערפעס)

אוטש

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 11:24 pm
דורך פראהביטש
Screenshot_20190719-143946_WhatsApp.jpg
Screenshot_20190719-143946_WhatsApp.jpg (739.4 KiB) געזעהן 1688 מאל

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 11:43 pm
דורך farshlufen
קרעדיט אייוועלט..

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 11:02 am
דורך אחד הרבנים
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
אדיר איום האט געשריבן:געדענק מיר די ליין יעדן אינדערפרי צו זאגן די ברכת השחר פאר ר׳ אברהם מרדכי פאלאטשעק ע״ה אין ביהמ״ד בית שלמה ואסתר

איך געדענק אין ביהמ"ד אוהל שרה

יא יא, געדענקען מיר אויך אוהל שרה. איי איז דאס זיס געווען. ווי נעמט מען דאס היינט..
(די א ת״ח און דיין טאטע אן עושר... מיט א שמאס מיט דאס פעקל גרינע... (גראדע דאס אין שטאט ביים גיין נאך געלט.))