בלאט 19 פון 38

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 11:31 am
דורך פליגל
יא, געהאט אזא סארט הויכע הוט און עפעס מיט א געבענטשטע מטבע.

"ווער האט דאס געבענטשט?"
"איך אליין" פלעגט קומען דער ענטפער...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 1:56 pm
דורך קאזאבלאנקא
שטייגען האט געשריבן:די ערשטע מאל וואס איך בין געוואר געווארן וואס די זעגליך איז,
איז עס ביליגער ווי צו ניצן פלענע מאפ אין זייף צו רוימן ?
וועמענס איידיע איז דאס געווען ?


געהערט אמאל אז דאס איז געווען ר' שמשון גאלדשטיין'ס איידיע

שוין צייט ארויפצוברענגען זכרו הבהיר

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:02 pm
דורך El Rushbo
מונאוויטש. אייזן!

מיללער וואס איז די מעשה מיט די ערדענע טעלערס?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 8:43 pm
דורך שטייגען
מונאוויטש האט געשריבן:
איצט שטעלט אייך פאר אז א אידן נעמט א גלאז פון די דאזיגע שמעקעדיגע, אבער ברענעדיגע משקה און גיבט עס צו טרונקן פאר אייער קינד! א שווערע מחזה וואס ‏פאסירט, ליידער, אין פילע פון אונזערע בתי כנסיות מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו.‏ שטייען צענדליגע אדער הונדערטער אידן און זענען שופך שוח לפני קונם, הראנו ה' חסדך וישעך תתן לנו. מען רייסט איין פאר ישועות ורפואות, מען בעהט פאר שידוכים און פרנסה, מען איז מתפלל פאר סייעתא דשמיא ברוחניות ובגשמיות, און אין די זייטן שטייען גרופעס פרעכע געשוויסטער און פרעפלען כאילו נישט זיי מיינט מען. כאילו זיי זענען שוין פארזיכערט מיט זייערע נכסים. דער ציבור זינגט מיט התרוממות לקראת שבת לכו ונלכה, כי הוא מקור הברכה!, אבער די בעלי קרנות פארנעפלען די לופט מיט עמעזאן און טראמפ.

מיר זאגן פאר די פארשוינען ,כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמס חצרי! איר ווילט פארברענגען די גאלדענע מאמענטן מיט שטויב און קוילן, גייט ארויס צום כרמלית; פארוואס מוזט איר זיצן דא און שטערן די אנדערע מתפללים?!

אבער ווען דער שמועסער וואלט זיך מתבונן געווען נאר אביסל, וואלט ער פארשטאנען אז מיט זיינע מעשים פיטערט ער בליעטש אויף זיך און אויפן ציבור! ער וואלט ווען משיג געוועהן אז מיט זיינע באטעמטע שיחות ער פארכאפט די תפילות און ער שטיפט אוועק די הייליגע השפעות.

מיט אנטשולדיגונג פארן אויסבראך.

האט מיר אלע א לעכטיגע שבת רני עקרה!

שטארק הנאה געהאט,

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 9:20 pm
דורך א. טראכטער
farshlufen האט געשריבן:דער פעדלער פון וועמען איר רעדט איז געוועזן "משה שמשון מוכר ספרים" געהאט אזא ברייטע רבי'שע הויכע הוט, שטימט?

ער פלעגט פערקויפן אלל-אווער אין די קעטסקילס, פלעגט האבן א מאדנע סטאק ספרים חות די קינות מיט וואס ער האט קאמפיט מיט ר' יאסל סאקס ז"ל, כ'געדענק צווישן זיינע ספרים וואסער האט געהאט א שפע, א קונטרס'ל "וישמרך בבנות" קעגן אפיסעס, "פתח האהל" פון קאשויער רב ז"ל, און נאך זעלטענע ספרים וואס זענען שוין נישט געקרוקט געווארן פאר לאנגע יארן.

עפעס א געבענטשע מטבע פלעגט ער אויך צו האבן.

זיס געווען.

אוי זיסע זכרונות...

דאס איז געווען ארום נ''ב - נ''ג

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 9:23 pm
דורך א. טראכטער
El Rushbo האט געשריבן:מונאוויטש. אייזן!

מיללער וואס איז די מעשה מיט די ערדענע טעלערס?

עס איז געווען איין יאר (ארום תש''נ) וואס א האלבע קעמפ האט געמוזט אהיימפארן נאך א וויירוס אויסברוך

זינט דאן האט מען באקומען די לוקסזיריע פון פלאסטיק געשיר

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 11:42 pm
דורך מיללער
farshlufen האט געשריבן:דער פעדלער פון וועמען איר רעדט איז געוועזן "משה שמשון מוכר ספרים" געהאט אזא ברייטע רבי'שע הויכע הוט, שטימט?

ער פלעגט פערקויפן אלל-אווער אין די קעטסקילס, פלעגט האבן א מאדנע סטאק ספרים חות די קינות מיט וואס ער האט קאמפיט מיט ר' יאסל סאקס ז"ל, כ'געדענק צווישן זיינע ספרים וואסער האט געהאט א שפע, א קונטרס'ל "וישמרך בבנות" קעגן אפיסעס, "פתח האהל" פון קאשויער רב ז"ל, און נאך זעלטענע ספרים וואס זענען שוין נישט געקרוקט געווארן פאר לאנגע יארן.

עפעס א געבענטשע מטבע פלעגט ער אויך צו האבן.

זיס געווען.

יא דאס איז עס

למעשה לעבט דער איד נאך?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 12:51 am
דורך יוראפ
מסתם יא, ערגעץ אין א ווען...

אפאר יאר צוריק איז ער געווען אין די קאנסטראקשען ליין...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 7:42 am
דורך shalsheles
ער האט א פלאץ אין העריס אויפן אלד רט. 17 (עס איז דא א סיין ״קול תורה״) וואוינט דארט א גאנץ יאר.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 9:24 am
דורך עירמאנט'ער
יוראפ האט געשריבן:מסתם יא, ערגעץ אין א ווען...

אפאר יאר צוריק איז ער געווען אין די קאנסטראקשען ליין...


וואס הייסט ער איז געווען אין קאנסטראקשין?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 10:28 am
דורך Naftule

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 10:31 am
דורך יוראפ
עירמאנט'ער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:מסתם יא, ערגעץ אין א ווען...

אפאר יאר צוריק איז ער געווען אין די קאנסטראקשען ליין...


וואס הייסט ער איז געווען אין קאנסטראקשין?

ער האט געבויעט/איבערגעבויעט בנינים...

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 11:56 am
דורך בבל
Naftule האט געשריבן:https://drive.google.com/folderview?id=0B59VbLpxxYaOT1BZVHZ1cEJxT0k

ישר כוח
וועלכע יאר? ברענג נאך ווידיא'ס

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:23 pm
דורך א מחי'
Naftule האט געשריבן:https://drive.google.com/folderview?id=0B59VbLpxxYaOT1BZVHZ1cEJxT0k

כ'דערקען די פנים געדענק שוינישט די נאמען

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:25 pm
דורך לא לנו
לכאורה איז ער דער מלמד פון די משפחות קינדער

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:28 pm
דורך Naftule
ר' ליפא יאקאבאוויטש ז''ל. מן הסתם א 25 יאר צוריק

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:29 pm
דורך Naftule
לאנגיעריגע מלמד תשב''ר אין וויליאמסבורג

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:31 pm
דורך א מחי'
Naftule האט געשריבן:ר' ליפא יאקאבאוויטש ז''ל. מן הסתם א 25 יאר צוריק

Naftule האט געשריבן:לאנגיעריגע מלמד תשב''ר אין וויליאמסבורג

ריכטיג

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:32 pm
דורך שמואל בארג
צוקער זיס, מען דארף באטראכטן יעדן יונגעלע באזונדער.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 1:14 pm
דורך splinter
מיר קוקט עס אויס ווי די יארן נ"ז נ"ט

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 1:17 pm
דורך בראשית ברא
25 האט ער טאקע נאכנישט אויסגעקוקט אזוי אלט

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 1:51 am
דורך יציב פתגם

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 6:28 am
דורך עירמאנט'ער
farshlufen האט געשריבן:דער פעדלער פון וועמען איר רעדט איז געוועזן "משה שמשון מוכר ספרים" געהאט אזא ברייטע רבי'שע הויכע הוט, שטימט?

ער פלעגט פערקויפן אלל-אווער אין די קעטסקילס, פלעגט האבן א מאדנע סטאק ספרים חות די קינות מיט וואס ער האט קאמפיט מיט ר' יאסל סאקס ז"ל, כ'געדענק צווישן זיינע ספרים וואסער האט געהאט א שפע, א קונטרס'ל "וישמרך בבנות" קעגן אפיסעס, "פתח האהל" פון קאשויער רב ז"ל, און נאך זעלטענע ספרים וואס זענען שוין נישט געקרוקט געווארן פאר לאנגע יארן.

עפעס א געבענטשע מטבע פלעגט ער אויך צו האבן.

זיס געווען.


ביטע זייט מתפלל פאר ר משה, ער ברויך א רפואה שלימה.

משה בן בריינע

ער איז אין שפיטאל שוין א שטיק צייט

געשריבן: פרייטאג יוני 15, 2018 3:17 pm
דורך יציב פתגם
הר"ר אברהם ישעי' ווייס שליט"א אין בחורים קעמפ

IMG-20180615-WA0020.jpg
IMG-20180615-WA0020.jpg (89.16 KiB) געזען 3468 מאל
IMG-20180615-WA0022.jpg
IMG-20180615-WA0022.jpg (31.24 KiB) געזען 3468 מאל

געשריבן: פרייטאג יוני 15, 2018 3:20 pm
דורך יציב פתגם
מנהל המחנות ר' דוד ראזענבערג שליט"א מיט להבחל"ח אחיו ר' יחזקאל ז"ל און ר' שמשון גאלדשטיין ז"ל מיט די סטעיט פאליס

IMG-20180615-WA0019.jpg
IMG-20180615-WA0019.jpg (221.18 KiB) געזען 5554 מאל