זכרונות: מחנה רב טוב

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

שלום עליכם

אז מען שרייבט פון נעפאנעק, בין איך דאך אויך א מחותן (פון צווישן צענדליגער צענדליגער טויזענטער, ווער ווייסט וויפיל?) האב איך געטראכט פון זיך איינשרייבן.
אבער אז מען האלט שוין ביי נוצן אזא אויסדריק..... מוז מען זיך שוין געהעריג איינשרייבן,

עס איז חלילה נישט שייך אנצוריפן א איד מיט אזא שארפן אויסדריק, און ווען די נאצי'ס ימ"ש וואלטן "געשלאגן קינדער מיט ווייערס מיט א שרעקליכן כעס", און ווען "קינדער ווערן אנגעפראסקעט אז די באקן ווערן בלוי", וואלט היינט כלל ישראל געווען מיט 20 מיליאן מענטשען מער, הלוואי זאלן די רשעים הייסן נאציס נאר פאר דעם.

און לגבי די ראזענבערג'ס, וואס איז דען שייך צו רעדן, בפרט אין קרעטשמע, עס איז דא אזויפיל גוטס פון וואס צו שרייבן:
די זונטאג'ס, די וויזיטינג, די קבלת פנים פון ר' ליפא יאקאבאויטש'ס חיידער, ר' יודל'ס שיינע טלית קטן (אגב, זונטאג פלעגט מען זעהן א שיינע ט"ק יעדע וואך, גיי ווייס פארוואס)
פרייטאג צונאכט'ס (נאכמיטאג) די גערעדעכצער פון ר' דוד אין בית שלמה, ווער געדענקט נאך די מעשה פון די "דזשאנדארן" מיט'ן רבי'ן ז"ל מיטן חלום,
די מעשה מיט א שלום זכר וואס די רבי האט אריבערגעשיקט א אינגערמאן 1 2 פארטאגס צו זאגן מז"ט, דער אינגערמאן איז אריינגעקומען - קוק אויף ר' דוד'ס אויגן - און די לעכט איז געלעגן אויפן טיש אין אנגעהויבן ברענען, ממש רוה"ק, (מאנכע איינגעשטעלטע האבן דעמאלט געזאגט אז ווי עס שיינט איז דער אינגערמאן געווען ר' דוד, גיי ווייס)
דער בית שלמה בארג, מען טאר נישט, מען מעג יא, שפעטער האט מען דאס אויסגעפלאסטערט.
ר' יוסל רייך, איז ער א ציוני, אדער האט ער סתם א שוואכקייט געהאט צו "תימנ'ע אידן"
די אלטע מלמדים וואס זענען נאך געווען אין מיינע צייטן, ר' מענדל בער וו"ב, ר' יעקב הערש בערקאוויטש, און ווער נאך,

אוי אוי, יוי, ** בילדער ביטע **

מר. פיש דער הענדימען, מיט זיין "אף-ווייט" קאר וואס איז באמת דעווען א פארעדיגע הוים דיפא,
דעם 20'גער וואס ר' יודל פלעגט אריינשמירן אין די הענט פונ'ם שכן, דער גוי מיט די רויטע פיק-אפ טראק, מיט די קאטשקעס
מרת. זופניק ע"ה, אוי, א צדיקת, באמת א צדיקת, "בחור, בחור, "ב-ח-ו-ר" דארפסט א לאלי ? דאס איז געווען יעדע מאל מיט א פרישקייט ווען א 12 יעריג בר מצוה בחור איז אדורך מיט א אייסעס, זי האט דאס נישט געקענט איבערטראגן

ביטע מיך דן זיין לכף זכות, ווינישווי די ערשטע תגובה.... והוא רחום יכפר
(הגם איך בין אן אלטער באזוכער געווען, האב איך אבער נאר געזען אנדערע טרינקען, וואס דאס האט מיר נאר אנגערייצט דעם אפעטיט, איך האף נאר איך זאל נישט וועקן אינגאנצן עדיקטעד

עס וואלט געווען א גוטע איידיע איינער זאל זיך נעמען די מיה, (פארוואס נישט, עס קאסט מיר נישט גארנישט) און אהערשטעלן א "מייסטערהאפטיגן" ארטיקל צו באשרייבן דעם אדם הגדול בענקים, הרה"ח ר' יודל זצ"ל, אן ארטיקל וואס זאל ראוי זיין לעלות על שולחן מלכים, מיט אלע פיטשיפקעס און צוגעהערן.......
שפעטער אביסל האף איך צו פרעגן א גוטע קשיא, און איך האף צו הערן דערויף אייער מיינונג......
אטעטשמענטס
דעם רבין ז"ל באזוכט אין מיידל קעמפ, ר' יודל ז"ל צורעכטס
דעם רבין ז"ל באזוכט אין מיידל קעמפ, ר' יודל ז"ל צורעכטס
במיידל קעמפ.jpg (44.66 KiB) געזען 4587 מאל
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

ליפא שלום עליכם! יהא בואך לברכה!

דאכט זיך אז די קענסט אריינגיין אין קרעטשמע בוק אף רעקארד פאר די שענסטע אינהאלטסרייכסטע 1'טע תגובה פון א שרייבער.

ווער טאקע יא עדיקטעד, מען קען אסאך נוצען האבן פון אזוי איינער ווי דיר.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

די מעשה מיט די שלום זכר איז געווען מיט ר' חנה ט"ב.
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

ייש"כ אלעקסיי פאר די קאמפלעמענט, אגב וואס האט פאסירט מיט דיין דזשאב ביים אור שבעת הימים ?

בני היכלא, ייש"כ, יעצט קען איך דאס שוין נאכפארציילן מיט א נאמען, (נאר פארוואס האט דאס ר' דוד נישט פארציילט מיט א נאמען, אפשר דארף מען איהם שיקן א לינק פונ'ם קרעטשמע)

ווער געדענקט נאך... ר' דוד'ס שיעור שבת אינדערפרי אין לאנטש רום אויף די אנדערע זייט בשעת אונז האמיר גענומען קעיק מיט קאווע (וואס קאווע?), און ר' יחזקאל, מיטן מעסער גרעסער פון איהם, ווי ער שנידט אריין, וואס שניידט, האקט אריין אינעם רויטן מעלאנע, אוי, די אויגן פלעגן אויסגיין, צו קענען כאפן א גוטע סלייס
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

ש ט ע ל ט א י י ך פ א ר !!

וואס איין ווארט "מ-א-ס-ף" טיש קען אויפטאן! א גאנצע אשכול זכרונות!

העי מיללער די ביסט געשטאנען און פראנט פון מיררר ביי די "יוט לעדי"...נוירס בלע"ז, ???
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

ר' יודל ביים קאנטראלירן דעם "מעין עולם הבא"
אן עקסטרע הנאה געווען צו זעהן ווי א פארצייטישער חסידישער איד ווירט פארקאכט ביי דעם ניגון, און ווי ער פלעגט זיך אויפשטעלן אין די הייעך.

איך הייב נאכנישט אן צו כאפן ווער עס איז דעווען אין וועלכע יארן, אבער איינער דא געדענקט נאך "די מאנקי אין לאנטש רום", אויב נישט, דאן פארוואס איז געווען די לאנגע ווייער/בענדל פון איין זייט לאנטש רום ביז די צווייטע?, נאר פאר די סינגעל וואס ר' דוד פלעגט אויפהענגן פרייטאג ביי פרישטאג ביים בענטשן.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איך האב אייביג געמיינט, אז זיי געבן יאוק, ווייל זיי זענען יאקע רב....

פאני, הא??
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

די אשכול איז א ריכטיגע "מאסף לכל המחנות"
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

נאו פראבלעם, איך צוריק פונעם נאצי אויסדרוק, לייג אריין עפעס אנדערש אנשטאטס דעם... אפשר "חינוך" "דיסיפלין" "שטארקע ליבשאפט", איך פלאג מיך אביסל אויפצוקומען מיט א שיינע נאמען.

צו וועם איך האב נאר גערעדט וואס איז געווען אין יונגעל קעמפ, און פארזוכט פונעם "ליבשאפט"... שעלט עס נאך ביזן היינטיגן טאג, און די אלע שיינע זכרונות וואס ווערט דא אויסגערעכענט האט אים דאמאלטס נישט צופיל געהאלפן.
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

איך פלעג אבער יא האבן טענות, עס פלעגט מיר באמת וויי טוהן דער מאסף טיש
יעדער האט געוויסט (פון די קאווע אינדערפרי פארן דאווענען) אז אויף דעם טיש עסן די גוים פרישטאג
ביזט אנגעקומען צו פרישטאג......... עךךךךך, אוי, דער גערוך פון דעם בלעם'ס אייזל ראד, ווער רעדט נאך דאנערשטאג ווען ס'איז געווען אייערשפייז
גלייך אריין אין פנים אריין, וואספארא אפעטיט האט דער אינגעל שוין געקענט האבן......
און צו דעם אלעם, איז די טיש נאך געווען שמוציג פון פריער, און נאך פון וועם.... עךךךךךך

איינער זאל דא טוישן סעבדזשעקט
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

וואס, רעד צו אונז אביסל, דא איז דא וואוילע טייערע אידן, און קוק אן מ'שעלט נישט, פארקערט, יעדער בענקט און דערציילט מיט לוסט די געשמאקע איבערלעבענישן.

מ'דארף דאס קענען טיילן, פעטש האט מען געכאפט, און גוט איז עס געווען, איך האב געהאט געוויסע מלמדים ירא שמים, מלא תוכן, וואס איך האב געכאפט אמאל ווען ס'איז זיך מיר געקומען מכות רצח עד זוב דם, און איך האב זיי ליב אהבת נפש ממש, נישט אלעס איז די פעטש וואס מ'כאפט, אפילו היינט איז די סטייל, אז די גאנצע גוטסקייט און סוקסעס פון מלמד איז וויפיל ער טיילט און וויאזוי ער טיילט, איך זאג נישט אז מ'דארף טיילן, נאר דאס איז א קליינטשיגע פרט צווישן אסאך וויכטיגערע זאכן.

און איך זאג אייך אז מיט די אלע מעשיות, שיגאנען נערוועזיטעטן, פעטש, איז ר' יודל, איך רעד דייקא פון ר' יודל, געווען א לב טוב מאד, מיט פיל צדקה וחסד, און אהבת ישראל..
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אין קעמפ פלעגט מען זאגן, אז קיין איין קעמפ, גיבט נישט אזוי גוט צו עסן, אזוי סאך און אזוי פריש, ווי אין רב טוב.

די פרישע ברויט ארויס פון אויוון יעדן טאג, האט זיך אריינגערוקט אין מויל, נישט ווייניגער פון 8 ברויט, אויסגעמישט מיט וועדזשטעבל סעלעד און טאנע סעלעד, בלשונו של ר' יודל..

ליפא, איך האף נאר אז א פייער לעשער ביסטו קיינמאל נישט געווען, איך פארשטיי נישט וויאזוי די אינגלעך האבן דאס אדורכגעטראגן.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

און ווער רעדט נאך פון די קאקאקש קעיק!!! עפעס איינ'ס אין דער וועלט פלעגט מען זאגען!
די טאטעס ווען זיי פלעגן קומען באזוכען די קינדער אין די איינע זונטאג וואס איז זיי ערלויבט געווארן, און די מאמעס האבן געמוזט בלייבן אונטען און קאר און צורופען די קינדער צו זיך, האבן קוים געקענט אויסווארטען צו טועם זיין פון די געשמאקע קאקאש קעיק!!! (עכ"פ אזוי האבן די ראזענבערג'ס פארקויפט, און לכבוד דעים האבן טאקע אלע טאטעס געלאפן כאפען, און די קינדער האבן זיך געמוזט פאר זיי פארענטפערן אז יעדן טאג איז עס זייער גוט, געוואלדיג, נאר היינט עפעס איז נישט געלונגען אוזי איי איי איי ווי יעדן טאג)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שלום עליכם ר' ליפא (ר' ליפא לויפער, איז אויך געווען א קעמפ פיגור, האט אדס עפעס א שייכות?),

זייער שיין באשריבען, די התחלה דיינע איז א סוקסעס, יה"ר שימשיך הלאה.

ר' זארעך,
יא ר' יודל פלעגט פארהערן די ישיבה קטנה בחורים אין קעמפ, ער איז געווען דערביי ביים פארהערן אפי' ווען בו בעת האט ער געפירט נישט איין קעמפ, נאר פיר (!) קעמפס אויף איינמאל.

בנייכאלע,
עס איז געווען 'יוט' נישט 'יאק', אגב האבן זיי עפעס מיט די יאקע קעניג'ס טאקע?

קעמפ'ס שכן האט געהייסן (אדער האט מען אים אזוי גערופען) 'פינטשי', מיט א רויטע בארד.

איך דערמאן מיך די באנג-בעטן מיט די מצה-מאטראצן (מצה תרתי משמע.......), די גרין-געל-רויט-ווייסע באנג קאלירן, עפעס אזא מיליטערישע קאוד..., די וואלד-חדרים ארומגענומען מיט פלוכען (איידער די געבויעטע), קיין עירין-קדישין אין די באנגס אפי' פענס איז געווען א דבר האסור, די קאנטיען וועלכע פארקויפט אייס-דרינקס מיט פאטעיטע-ציפס, די סוער בעק-אפס יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, כאפן סאלעמענדערס (אויך א קעמפ אויסשפראך) און פרעש, גראבן היילן און גריבער אין די וועלדער, גנב'קענען פון קאך הו איז דאס א געוואגטע אקציע.
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

יא בני היכלא, איך קען רעדן מיט נאסטאלאגיע אגאנצן טאג וואו שיין און זיס עס איז געווען אין... בחורים קעמפ.
אוי איז דארט געווען בעטעמט, סיי אלץ אינגעל און סיי אלץ בחור, די יונגלעך האבן זיך געדרייט און געפרייט און געמאכט א לעבן אז סיז געווען א נחת, איך געדענק נאך ווי רעב אברהם ישעי ווייס פלעגט האלטן געשפאנט די קינדער מיט זיינע מעשיות, ער פלענגט זינגן מיט די קינדער און רעדן צו אונז נארמאל, אן א טעראר, די קאפלעך זענען געבליבן אויף די קעפ, די גלעזער אויף די אויגן, די ווייערס באהאפטן צו די מייקס, א רואיגקייט האט געהערשט דארט.

און אלץ בחור איז דארט געווען די בעסטע צייטן, בפרט די שבתים וואס איכעל קיינמאל פארגעסן, די סעודות, מיט די זמירות ביז שפעט אינדערנאכט אריין, אוי אידאס געווען גוט.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מילער זאג מיר נישט אז דו האסט נישט געכאפט די לצה.

געדענקסט די איך געדענק שוין נישט וויאזוי ס'האט געהייסן, די בוידעמעס מיט די הייזער וואס מ'פלעגט בויען אויף די ביימער, די אויסגעטראטענע וועגן אין די וועלדער, די עטליכע וועגן ארויף אין וואלד, ביזן שפיץ בארג, וואס דארט איז געווען א קליינער מישור, וואו מען האט פרברענגט מיט די חברים..

און די טשאלענט באנדלעך וואס מ'פלעגט אנזייען פון די גע'גנב'טע באנדלעך פון קאך, אדער די ווייצלעך וואס פלעגן וואקסן פון די אראפגעפאלענע ווייצלעך פון דעם גרויסן פארק אין פראנט פון בארג, וואו דער עלי קאפטער פלעגט לאנדען..
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שכוח פאר אלע שרייבער'ס דא, איינס ביי איינס, פארן אזוי הערליך באשרייבן די זכרונות, וואס איך האב נישט מיטגעהאלטן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני היכלא האט געשריבן:מילער זאג מיר נישט אז דו האסט נישט געכאפט די לצה.

געדענקסט די איך געדענק שוין נישט וויאזוי ס'האט געהייסן, די בוידעמעס מיט די הייזער וואס מ'פלעגט בויען אויף די ביימער, די אויסגעטראטענע וועגן אין די וועלדער, די עטליכע וועגן ארויף אין וואלד, ביזן שפיץ בארג, וואס דארט איז געווען א קליינער מישור, וואו מען האט פרברענגט מיט די חברים..

און די טשאלענט באנדלעך וואס מ'פלעגט אנזייען פון די גע'גנב'טע באנדלעך פון קאך, אדער די ווייצלעך וואס פלעגן וואקסן פון די אראפגעפאלענע ווייצלעך פון דעם גרויסן פארק אין פראנט פון בארג, וואו דער עלי קאפטער פלעגט לאנדען..


איך האב יא געכאפט.... אבער נעקסט טיים ווארף אביסל בעסער

טרי-האויזעס (אין בחורים קעמפ איז דאס געווען איינער פון די דעסטינאציעס אין די וועלדער) האט עס געהייסען, די שפיץ-בארג (מאונטענס) איז שוין געשריבען מיט אירע וועגן.

דער 'פרייער-פעלד' מיט די 'ווייץ-שטיבל', אונטער 'שיכון זופניק' און 'שיכון קויפמאן'.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יוי זכרונות, יוי, עטס האחרגעטס מיך.

איך מוז מיך מאכן די צייט צו שרייבן.

אוי ר' בנימין דוד וואלנער, אוי די בארג וואס קיינער האט נישט געמעגט גיין אויב יא אחת דתו.

דאס שפאצירן שבת נאכמיטאג מיט ר' יודל'ן, אויף די הייסע זון, און זיך דארט ערגעץ אראפזעצן און ער האט פארציילט א מעשה.

אוי איז אמאל געווען א וועלט.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

יא יא מילער ריכטיג.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יגרסהדותא האט געשריבן:אוי זכרונות זכרונות, לאמיר פרובירן אראפצולייגן עפעס קלייניגקייטן וויפיל ס'צייט וועט ערלויבן.
.........
הסבר: ר' יודל, פלעגט זייער שטרענג זיין אז ביי פרישטאג אדער לאנטש זאל "קיין איינער נישט פעלן"! מ'האט באשטראפט בכל חומר הדין, ווי למשל, לייגן אן איבערגעדרייעטע טעלער אויף יענעם'ס קאפ, און יענער האט געדארפט ארומגיין דאס גאנצע לאנטש-רום! אוי זכרונות זכרונות, טרערן גליטשן זיך אראפ פון מיינע אויגן,
.


און איך א קארן פלעקס באקס אויפן קאפ און שטיין אויפן טיש פאר צען מיניט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

מי יתן לי ירחי קדם, די קריספי ברויט רעפטל איינגעווייקט אין טשיקן זופ, וואו באקום איך אזאנס?...

איר געדענקט נאך ווען פאר פיר וואכן איז איין מעסער פון די סלייסער געווען צובראכן?

אויפ'ן זכרון קומט ארויף דאס ציפ אין בעקעלע, וואס איך האב באקומען פון ר' יודל, ווען איך האב אים אנגעטראגן אז מען דארף זיך נישט פלאגן צו שניידן געפילטע פיש, מען קען עס אריינלייגן אינעם ברויט סלייסער...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין בחורים קעמפ איז פרייטאג נישט אנגעקומען די 'קעמפס-ברויט' מ'האט געגעסן עפעס א בעקערי ברויט, דאן איז געווען די איינציגסטע מאל וואס איך האב געקענט שמירן פוטער אויף די ברויט.....

קעמפס טראקס געדענקט איר? אזאנע בלויע יפ"ס סטייל מיט אנא טירן, הענרי פון בחורים קעמפ (א גאנץ יאר אין טרופ עווץ) פלעגט דאס דרייוון.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אלעקסיי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
קעמפ-פיגורן:
ר' שמשון גאלדשטיין
ר' אלי' דוד טירנויער
ר' יעקב שלמה ברייער
הרב והרבנית קעניג (וועלכע לייגט יאט אויף אין נעפענאק)
ר' שלמה חיים פיש
דר. גרושקא
ר' אברהם ישעי' ווייס
ר' אליעזר דוד גר"וו
מרת זופניק
ר' אפרים וו"ב
ר' בנימין דוד וואלנער


יש להוסיף:
ר' לייבעלע ווייס
ספרד'ישער נאכט וועכטער (היינט א דאקטער)


איראן'ע בחורים וואשן די וועש
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מילער, ס'איז שוין די העכסטע צייט צו רעדן פון טרופ עוועניו...
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”