זכרונות: מחנה רב טוב

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

און אז כ'בין שוין יא אריינגעפאלן אין די אשכול פון זכרונות

דערמאן כ'מיר טאקע די מבהיל'דיגע מוח פון ר' דוד ראזנבערג אווי סיז געווען א שטיק צייט ווי מ'האט אים געקענט ארויפשיקן שאלות בכל ד' חלקי און גע'ענטפערט מיט ציטירן גאנצעטע שטיקער מג"א ,טו"ז ופרמ"ג אויף אויסעווייניג

און טאקע ווייל ער האט אזא מבהיל'דיגער מוח פלעגט מען הערן אסאך קאמישע סטעיטמענטס אווי מ'האט געקענט זעהן אז ער איז ניש דאהי אינגאנצן

א שטייגער ווי דעם אלעמען באקאנטן " כאב געהייסן ס'זאל זיין שטיל און דו שטייסט !!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

נו וואדע האט געשריבן:א שטייגער ווי דעם אלעמען באקאנטן " כאב געהייסן ס'זאל זיין שטיל און דו שטייסט !!!"

:lol: :lol:
האסט מיר אויפגעשאסן.

יוי ביזטו זיס!
ער האט געוואלט אז ווען ער הייסט זיין שטיל, זאל שוין יעדער זיצן.

איך געדענק נאך "ווער איז אריין אין מיקסער און געדרייט די בעקערי?"

ובכן, ווען ס'געווען אייער-שפייז האט איין כתה געהאט די זכי' אויפצוקלאפן די אייער א נאכט פריער, און דעם קומענדיגען טאג ביי פרישטאג זענען קינדער געקומען זיך אפרעדן אז ס'דאס שאלאכטץ אין די אייער, האט ער אויסגעריפן אויף די מייק.
וועלכע כתה האט אויפגעקלאפט די אייער? ס'דא אייער אין די שאלאכטץ!

ובכן, ווען ס'געווען לויזע אייער וואס די קינדער האבן אליינס אויפגעקלאפט, איז אמאל א אינגל געגאנגען זיך אפרעדן אז ס'דא שאלאכטץ אין די אייער, און ער גיבט זיך א רעג אויף אויפן מייק
וועלכע כתה האט אויפגעקלאפט די אייער?
נאכדעם האט ער זיך געכאפט אז ס'איז נישטא קיין אייער-שפייז דעם טאג, האט ער גענומען שרייען, ווער האט געברענגט די שאלאכטץ?
און מ'האט אים בר מצוה געמאכט...
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

לדעתי האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:א שטייגער ווי דעם אלעמען באקאנטן " כאב געהייסן ס'זאל זיין שטיל און דו שטייסט !!!"

:lol: :lol:
האסט מיר אויפגעשאסן.

יוי ביזטו זיס!
ער האט געוואלט אז ווען ער הייסט זיין שטיל, זאל שוין יעדער זיצן.

איך געדענק נאך "ווער איז אריין אין מיקסער און געדרייט די בעקערי?"

ובכן, ווען ס'געווען אייער-שפייז האט איין כתה געהאט די זכי' אויפצוקלאפן די אייער א נאכט פריער, און דעם קומענדיגען טאג ביי פרישטאג זענען קינדער געקומען זיך אפרעדן אז ס'דאס שאלאכטץ אין די אייער, האט ער אויסגעריפן אויף די מייק.
וועלכע כתה האט אויפגעקלאפט די אייער? ס'דא אייער אין די שאלאכטץ!

ובכן, ווען ס'געווען לויזע אייער וואס די קינדער האבן אליינס אויפגעקלאפט, איז אמאל א אינגל געגאנגען זיך אפרעדן אז ס'דא שאלאכטץ אין די אייער, און ער גיבט זיך א רעג אויף אויפן מייק
וועלכע כתה האט אויפגעקלאפט די אייער?
נאכדעם האט ער זיך געכאפט אז ס'איז נישטא קיין אייער-שפייז דעם טאג, האט ער גענומען שרייען, ווער האט געברענגט די שאלאכטץ?
און מ'האט אים בר מצוה געמאכט...

ברענגסט מיר ארויף קאשמארן
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

מען ברויך מאכן א פאנעל ביים קעמפ דינער פון די מעשיות....
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

אויך פלעגט ער אנווייזן אויף א ספעציפישער אינגל זאל ארויפקומען אויפן סטעידזש זאגענדיג " קום ארויף דו , נא דו ,ניין דער אויף דיין רעכטע זייט וואס האט גערעדט" ביז דער אינגל איז געקומען האט ער ווייטער פארציילט זיין מעשה פון די 209 מיט די פאליצייאישע בלויע לעמפעלעך וואס אגב פלעגט עס לדבריו געשעהן יעדעס יאר

אינמיטן געט ער א זאג צום אינגל וואס שטייט שוין ביי זיין סטעידזש , ,וואס זיכסטו דא , ווער האט דיר גערופן , גיי שנעל זעץ דיר אראפ .....
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

געזאגט פאר א אינגל

3 וואכן גייסטו ניש שווימען , פנחס מטו"מ

די פראבלעם איז געווען אז מטו"מ איז געגאנגן בינאזאם......
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
גרעסער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 8:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעסער »

לדעתי האט געשריבן:און מ'האט אים בר מצוה געמאכט...

:lol: :lol: :lol:

(און גערופן די סטעיט פאליס..)
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

איינער האט אפשר א ריקארדינג פון די נעכטיגע פאנעל? אויב יא ביטע ארויפלייגן, ייש"כ.
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:https://twitter.com/hasidic_1/status/1164578015013146625

ACCESS TO THIS PAGE IS RESTRICTED AT THIS TIME
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

אינעם היינטיגן קול ברמה אויסגאבע...

געטראפן 2 פלעכטערס
געטראפן 2 פלעכטערס
נעפענעק.PNG (16.75 KiB) געזען 2667 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לץ איינער..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

קאנסומער קאנפידענץ איז הויעך, זעהט זיך אויס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

וויל וועלן האט געשריבן:אינעם היינטיגן קול ברמה אויסגאבע...

נעפענעק.PNG

לויט די מאס שמחה וואס דער יואלי ווייס 12 האט - און וואס ער ברענגט אריין אין כלל ישראל - זעהט זיך אויס אז די עקאנאמיע גייט גאנץ פיין ב''ה...
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

נו אלול..
אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימות המשיח »

[quote="וויל וועלן"]אינעם היינטיגן קול ברמה אויסגאבע...

נעפענעק.png
נעפענעק.png (16.75 KiB) געזען 2472 מאל

פארוואס האט ער נישט גקענט שרייבן מער?

נעפענעק.jpg
נעפענעק.jpg (18.81 KiB) געזען 2476 מאל
אַ געשעפט האָב איך............
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ימות המשיח האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:אינעם היינטיגן קול ברמה אויסגאבע...



פארוואס האט ער נישט גקענט שרייבן מער?



אזא איינער ברויך אן AOL אקאונט.
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

פעסטער רב זז"ג האט לעצטנס געזאגט אז סידאך א גאנצע צייט אין די נייעס אז איראן פרובירט צו שאפן איראניום צו מאכן א אטאם און סיז זיי זייער שווער צו פארשאפן

זאגט ער , ער פארשטייט ניש די פראבלעם זאלן זיי גיין צו אינגל קעמפ ביי די שמאלע גרינע דורכגאנג צווישן די בית הכבוד און קיך/לאנטשרום און אויפפיקן אביסל איראניום פון דארט ..............................................מ'העט זיכער קענען מאכן א אטאם באמבע פון דעם !
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

א פשוט'ע "איינפאכע" פראגע...
צי וואלטן די היינטיגע מחנכים צוגעלאזט אזא מין זאך ווי א "מאסף" טיש [פאר ווער עס ווייסט וואס דאס מיינט]?
און מיט'ן גרעסטן רעספעקט צו די אמאליגע ערליכע מחנכים - און גאר קנאפע רעספעקט פאר'ן "מאדערנעם" דרך החינוך - וויל איך אבער פארשטיין איין זאך: איז דאס געווען אן אויסגעהאלטענע זאך אז מדי שנה בשנה זענען א צאל קינדער אפגעסטעמפלט געווארן אויפ'ן גאנצן זומער אלס אזעלכע וואס "באלאנגען אין ערגעץ נישט" "זיי האבן נישט קיין חברים\קלאס מיט וועם צו זיצן" און דעריבער האט מען געדארפט מאכן אן עקסטערע טיש פאר זיי אלס טייל פונעם "מאסף לכל המחנות" [וואס איז זיכער געווען א היבשע דערנידערונג פאר זיי]?

אדרבה! זאל יעדער איינער וואס געדענקט דעם "מאסף" טיש פרעגן פון זיך אליין: פארוואס האט די הנהלת הת"ת\המחנה נישט געקענט מאכן זיכער אז יעדער אינגל געפינט זיך אייניג דאס פלאץ אין קעמפ! שטעלט אייך פאר צי היינט אין תש19\20 וואלטל געקענט זיין אזא מין באגריף היינט אין סיי וועלכן קעמפ - אפילו אין מחנה רב טוב! - אז א קינד ווערט קאטעגאריזירט אלס איינער וואס באלאנגט נישט אין ערגעץ און זיצט ביים טיש פון די "היימלאזע"?
ביטע זאגט מיר צי איך בין גערעכט אדער נישט.

[די שאלה עגבערט מיט שוין א לענגערע צייט, אבער אצינד האב איך דאס ארויפגעברענגט אויפ'ן פלאטפארמע. אגב, איך בין ב"ה קיינמאל נישט געווען פון די וועלכע זענען געזיצן ביים "מאסף" טיש.]
לעצט פארראכטן דורך איינפאכער איד אום זונטאג פעברואר 16, 2020 7:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

Sanctuary cities alert
The Divided States Of America
אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 04, 2020 10:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניי באל »

לדעתי האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:א שטייגער ווי דעם אלעמען באקאנטן " כאב געהייסן ס'זאל זיין שטיל און דו שטייסט !!!"

:lol: :lol:
האסט מיר אויפגעשאסן.

יוי ביזטו זיס!
ער האט געוואלט אז ווען ער הייסט זיין שטיל, זאל שוין יעדער זיצן.

איך געדענק נאך "ווער איז אריין אין מיקסער און געדרייט די בעקערי?"

ובכן, ווען ס'געווען אייער-שפייז האט איין כתה געהאט די זכי' אויפצוקלאפן די אייער א נאכט פריער, און דעם קומענדיגען טאג ביי פרישטאג זענען קינדער געקומען זיך אפרעדן אז ס'דאס שאלאכטץ אין די אייער, האט ער אויסגעריפן אויף די מייק.
וועלכע כתה האט אויפגעקלאפט די אייער? ס'דא אייער אין די שאלאכטץ!

ובכן, ווען ס'געווען לויזע אייער וואס די קינדער האבן אליינס אויפגעקלאפט, איז אמאל א אינגל געגאנגען זיך אפרעדן אז ס'דא שאלאכטץ אין די אייער, און ער גיבט זיך א רעג אויף אויפן מייק
וועלכע כתה האט אויפגעקלאפט די אייער?
נאכדעם האט ער זיך געכאפט אז ס'איז נישטא קיין אייער-שפייז דעם טאג, האט ער גענומען שרייען, ווער האט געברענגט די שאלאכטץ?
און מ'האט אים בר מצוה געמאכט...


אדער ווי ר' אברהם ישעי' פלעגט זאגן, איך קוק שוין אויף א יונגל א האלבע שעה און איך זע אים נאך אלץ נישט.......
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

איינפאכער איד האט געשריבן:א פשוט'ע "איינפאכע" פראגע...
צי וואלטן די היינטיגע מחנכים צוגעלאזט אזא מין זאך ווי א "מאסף" טיש [פאר ווער עס ווייסט וואס דאס מיינט]?
און מיט'ן גרעסטן רעספעקט צו די אמאליגע ערליכע מחנכים - און גאר קנאפע רעספעקט פאר'ן "מאדערנעם" דרך החינוך - וויל איך אבער פארשטיין איין זאך: איז דאס געווען אן אויסגעהאלטענע זאך אז מדי שנה בשנה זענען א צאל קינדער אפגעסטעמפלט געווארן אויפ'ן גאנצן זומער אלס אזעלכע וואס "באלאנגען אין ערגעץ נישט" "זיי האבן נישט קיין חברים\קלאס מיט וועם צו זיצן" און דעריבער האט מען געדארפט מאכן אן עקסטערע טיש פאר זיי אלס טייל פונעם "מאסף לכל המחנות" [וואס איז זיכער געווען א היבשע דערנידערונג פאר זיי]?
אדרבה! זאל יעדער איינער וואס געדענקט דעם "מאסף" טיש פרעגן פון זיך אליין: פארוואס האט די הנהלת הת"ת\המחנה נישט געקענט מאכן זיכער אז יעדער אינגל געפינט זיך אייניג דאס פלאץ אין קעמפ! שטעלט אייך פאר צי היינט אין תש19\20 וואלטל געקענט זיין אזא מין באגריף היינט אין סיי וועלכן קעמפ - אפילו אין מחנה רב טוב! - אז א קינד ווערט קאטעגאריזירט אלס איינער וואס באלאנגט נישט אין ערגעץ און זיצט ביים טיש פון די "היימלאזע"?
ביטע זאגט מיר צי איך בין גערעכט אדער נישט.
[די שאלה עגבערט מיט שוין א לענגערע צייט, אבער אצינד האב איך דאס ארויפגעברענגט אויפ'ן פלאטפארמע. אגב, איך בין ב"ה קיינמאל נישט געווען פון די וועלכע זענען געזיצן ביים "מאסף" טיש.]

איר געדענקט נאר די מאסף טיש ווייל דאס איז געווען אין לאנטשרום און פאקט איז געווען א מאסף באנג אויך..... פארוואס מע'האט געבויט די באנגס פאר 36 בעטן ווייסט דער איינציגער בורא
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

מים שלנו האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:א פשוט'ע "איינפאכע" פראגע...
צי וואלטן די היינטיגע מחנכים צוגעלאזט אזא מין זאך ווי א "מאסף" טיש [פאר ווער עס ווייסט וואס דאס מיינט]?
און מיט'ן גרעסטן רעספעקט צו די אמאליגע ערליכע מחנכים - און גאר קנאפע רעספעקט פאר'ן "מאדערנעם" דרך החינוך - וויל איך אבער פארשטיין איין זאך: איז דאס געווען אן אויסגעהאלטענע זאך אז מדי שנה בשנה זענען א צאל קינדער אפגעסטעמפלט געווארן אויפ'ן גאנצן זומער אלס אזעלכע וואס "באלאנגען אין ערגעץ נישט" "זיי האבן נישט קיין חברים\קלאס מיט וועם צו זיצן" און דעריבער האט מען געדארפט מאכן אן עקסטערע טיש פאר זיי אלס טייל פונעם "מאסף לכל המחנות" [וואס איז זיכער געווען א היבשע דערנידערונג פאר זיי]?
אדרבה! זאל יעדער איינער וואס געדענקט דעם "מאסף" טיש פרעגן פון זיך אליין: פארוואס האט די הנהלת הת"ת\המחנה נישט געקענט מאכן זיכער אז יעדער אינגל געפינט זיך אייניג דאס פלאץ אין קעמפ! שטעלט אייך פאר צי היינט אין תש19\20 וואלטל געקענט זיין אזא מין באגריף היינט אין סיי וועלכן קעמפ - אפילו אין מחנה רב טוב! - אז א קינד ווערט קאטעגאריזירט אלס איינער וואס באלאנגט נישט אין ערגעץ און זיצט ביים טיש פון די "היימלאזע"?
ביטע זאגט מיר צי איך בין גערעכט אדער נישט.
[די שאלה עגבערט מיט שוין א לענגערע צייט, אבער אצינד האב איך דאס ארויפגעברענגט אויפ'ן פלאטפארמע. אגב, איך בין ב"ה קיינמאל נישט געווען פון די וועלכע זענען געזיצן ביים "מאסף" טיש.]

איר געדענקט נאר די מאסף טיש ווייל דאס איז געווען אין לאנטשרום און פאקט איז געווען א מאסף באנג אויך..... פארוואס מע'האט געבויט די באנגס פאר 36 בעטן ווייסט דער איינציגער בורא

עס איז פארט געווען א גרויסער חילוק צווישן "מאסף באנק" און "מאסף טיש". ווייל זייענדיג אין באנק האבן די קינדער זיך נישט געשפירט דערנידערט - לכה"פ אין די נאכט שעות ווען מען איז געשלאפן - ווייל קיינער האט זיי דאך נישט געזעהן דארט, אבער אין לאנטשרום זענען זיי די אלע שעות פון די סעודות\דרשות (דאס געדענקט דאך יעדער...) געווען אויסגעשטעלט צו די בליקן פון יעדן איינעם, אין צוגאב וואס יעדע עטליכע מינוט איז אויסגערופן געווארן א מעלדונג איבער "דעם מאסף טיש".
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5903
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די בענק & טישן דאן האבן געקענט נעמען 6 קינדער פער באנק. איעדע סעט טישן איז געווען 2, וואס האט געמיינט 4 בענק, טיימס 6 קינדער איקוועלס 24 קינדער פער סעט טיש. אבער די כיתות דאן זענען געווען געווענליך עטוואס מער ווי 24, ווייל 25 איז געווען לכה"פ, און טייל האבן געהאט אזויפיל ווי 27 אויך. די קינדער האבן געברויכט ערגעץ זיצן, האט מען געמאכט א מאסף טישל. און וואס זאל מען האבן געברויכט טאהן?
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך געדענק דעם מאסף טיש. אבער צו זיין אויפריכטיג איז עס נישט געווען די זעלבע קינדער יעדן טאג לויט ווי איך געדענק. נאר ווען ס'איז שוין פול געווארן די טישן באט מען דארט געקענט זיצן. עכפ איך געדענק נישט א קינד וואס איז געסטעמפלט געווארן אלס מאסף

און כאטש וואס היינט זעהט עס אויס ברוטאל, וויבאלד אבער ס'איז געווען א אינטעגראלער טאג טעגליכער נארמאלער חלק החיים האבן די קינדער עס נישט אזוי אנגעקוקט בכלל. ס'איז עכפ אין מיינער צייט נישט געווען א אראפגעקקוטער פלאץ

מ'קען שרייבן און שרייבן איבער אנדערע חלקים וואס איך פארשטיי נאך היינט נישט אבער דער מאסף טיש ווען איך לייג מיך צוריק אין דעם דעמאלסדיגן מצב איז נישט איינס פון די זאכן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זאלץוואסער האט געשריבן:איך געדענק דעם מאסף טיש. אבער צו זיין אויפריכטיג איז עס נישט געווען די זעלבע קינדער יעדן טאג לויט ווי איך געדענק. נאר ווען ס'איז שוין פול געווארן די טישן באט מען דארט געקענט זיצן. עכפ איך געדענק נישט א קינד וואס איז געסטעמפלט געווארן אלס מאסף

און כאטש וואס היינט זעהט עס אויס ברוטאל, וויבאלד אבער ס'איז געווען א אינטעגראלער טאג טעגליכער נארמאלער חלק החיים האבן די קינדער עס נישט אזוי אנגעקוקט בכלל. ס'איז עכפ אין מיינער צייט נישט געווען א אראפגעקקוטער פלאץ

מ'קען שרייבן און שרייבן איבער אנדערע חלקים וואס איך פארשטיי נאך היינט נישט אבער דער מאסף טיש ווען איך לייג מיך צוריק אין דעם דעמאלסדיגן מצב איז נישט איינס פון די זאכן

כמוני כמוך, איך געדענק נישט אז דער 'מאסף טיש' איז געווען א דערנידערונג, עס האבן זיך גרופירט חבורה'ליך פון צוויי/דריי חברים וועלכע האבן אינאיינעם געמאכט דער מאסף טיש אלס זייער מקום קבוע, אדער צייטווייליג ביי די עלטערע קלאסן.

מיט א היינטיגע בליק אויב איך וויל ארויסנעמען נקודות וואס היינט וואלט איך נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן זיין אויסגעשטעלט דערצו:

א. ביהכ"ס באדינגונגען בכלליות און בפרטיות דאס נישט צושטעלן בתי כבוד אין עס זאל און קוים אין די בתי מדרשים.

ב. נישט קיין עיר קאנדישאן אין די שלאף שטובער

ג. די אינגלעך האבן אין די הייסע זומער טעג נישט גענומען קיין טוש מער ווי צוויי מאל א וואך

ד. עסן אין די גלעזערנע געשיר וואס איז געוואשן געווארן אויף זייער נישט קיין סטערעליזירטע אופן איידל גערעדט

ה. לאנדרי וועש זענען צוריקגעקומען צוקנייטשט און חרוב

ו. פאבליק טעלעפאנען אויף היבש א קארגן פארנעם

ז. די אלטע שווים באסיינען אין נעפאנעק און דעירילענד איז געווען אין גאר א שוואכן צושטאנד און טיילווייז סכנה'דיג

ח. שוואכע אונטערהאלטונגס פאר די קינדער וואס האט רוב מאל געפירט צו נער'ישע שלעגערייען אדער זינלאזע שפילערייען ווי גרובן אין מאראסט אדער כאפן סאלעמענדער אין די גרינע לעיק - אן איבל נאר צו טראכטן.

ט. מערכה קעגן די 'בארא פארקער' אינגלעך און אומפארשטענדליכע 'רייוועלרי' צווישן די וויליאמסבורגער און בארא פארקער קינדער טיילמאל ביז עכטע דערנידערונגען

י. לאנגע צעגערישע דרשות אין די עס זאלן באגלייט אסאך מאל מיט פערזענליכע בושות פאר קינדער, איך גידענק נאך היינט באלד דרייסיג יאר שפעטער וועלכע אינגלעך האבן געדארפט טראגן א שיסל אויפן קאפ אלס קנס, און נאך עכטע השפלות און בזיונות.

יא. עטליכע באנקס ווי דוגמת #5 און #6 אין נעפאנעק, באגלייט מיט גאר דינע מאטראצן און אנדערע שוואכע צוגעהערן, ברענגט מיר ארויף קאשמארן.


ועוד ועוד
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”