זכרונות: מחנה רב טוב

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

זכרונות: מחנה רב טוב

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 05, 2007 4:06 pm

אויף די ווענדונג פון עטליכע חברי הקהילה עפן איך דעם אשכול פאר זכרונות פון מחנות רב טוב, איך בעט אז עס זאל חלילה נישט ארויסקומען קיין דברי זלזול אויף קיין שום איד אז יא וועט מען בלית ברירה ברויכן פארשפארן דעם אשכול.

איך וועל אנפאנגען מיט עטליכע תגובות וואס געציילטע חברים האבן געשריבן אין אן אנדער ארט, בראש וראשון דורך דעם נייער שטערן פון קרעטשמע דער אוצר בלום ופה מפיק מרגליות, מפורסם בזכרונו הבהיר החכם באשי מוה"ר ר' אלתר בכור ס"ט שליט"א.


איך בין געווען פון די קינדער וואס זענען געזיצן אויפן "מאסף" טיש און יונגעל קעמפ...

וואס יודל ראזענבערג ז"ל האט איינגעשטעלט........


מיללער ווערט ארומגענומען מיט נאסטאלאגיע און ווענד זיך צום חכם:

אלתר,

קענסט דעם ניגון 'הוי ווי נעמט מען די אינגע יארן?'.......
דו האסט דיר אראפגשריבן נאוטס אין קעמפ, חדר, באס אא"וו? פרייטאג ביי מיטאג דעמאלטס ביי די מאסף טיש ווען מ'האט געגעבן ווארימע טשאקלאד-מילך מיט לאקשן-קוגל, די בענק זענען געווען פאר'זעגליכ'ט פון די רעגן אינדרויסן, ביי די שמאלע דורכגאנג צווישן דעם לאנטש-רום אין ביהכ"ס ווי בלעם'ס אייזל האט אים צוגעדריקט אל הקיר, האט אראפגע'מבול'ט וואסער על ראש כל אינגעל, האסטו נישט געהאט עפעס אנדערש אינזינען נאר אראפצושרייבן און נאטירן דיינע זכרונות.....

גוד פאר יור מעמארי!


אלעקס כאפט זיך מיט און איז מגיב מיט פאטאס, ווי ער פארלאנגט פון ר' אלתר ווי איינער זאגט "ווי וואנט מאר":
אוי, אלטער'ל זיסע זכרונות!!! דעמאלטס דארפסטו טאקע זיין אן אלטע בחור'ל אויב געדענקסטו נאך ר' יודל'ס מאסף טיש!!!

איך האב אויסגעפלאצט מיט אזא הילכיגע געלעכטער צוזאמען מיט נאסטאלגישע טרערן, אז די ארומיגע האבן מיר געוואלט גלייך אריינפירען אין א משוגעים אנשטאלט (צום מאסף טישל...)

הוי אלטער!

אפשר טאקע באשרייבסטו נעקסט מחנה רב טוב, ר' יודל'ס בשר בחלב'דיגע טלית קטן? טיילען דעים באנדאש? שמירען פיטער ברויט? וכו' וכו', און הויב טאקע אן פון די מאסף טיש, און ענדיג צו פון די חריפי דפומבדיתא, און די בר מצוה אין עס-זאל!


אפילו דער פשוט'ער דארפסמאן גייט אריין אין עקסטאז און פאנגט אן ברימען דעם באקאנטן 'מחנה-רב-טוב הימנע' (אויפ'ן מעלאדיע פון אלע פריערדיגע סאטמארע ניגונים ווי אור זרוע, טוב לי, כי מלאכיו, ס'בעסער):

אלט גוד מעמעריס אלטע גיטע צייטן ,"מיר זענען געקימען און קעמפ רב טוב צי עסן די מילעכיגע טשאלענט"

או ווי נעמט מען די גיטע אלטע צייטן

"או רבש"ע "

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך דעצמבער 05, 2007 4:16 pm

מיללער זייער גיט

אפאר גיטע ווערטער פון ר' יודל ז"ל

מען האט אויסגעריפען בערך צוואנציג מאל ביי א יעדע פרישטיג ווער דארף נאך וועטשעטעבלס
מען גייט טיילען אייז קריעם יעדער זאל שטיין און די רייע נאר איין מאל און ווער עס וועט שטיין נאך אמאל און איך וועל נישט וויסן וועל איך אים געבן נאך אמאל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מיטוואך דעצמבער 05, 2007 4:18 pm

הוי מיללער זיסער

איך פראק מיך פאר געלעכטער עס שוואומט מיר ארויף די אינגעל קעמפ..... בתפארתה..

די באמיסטיגטע פעלדער אזוי זיס אויסגעגאסן דארט מיט קאלטע אייזיגע דאונאחטס פון פראנצויז בעקעריי..איבערגעשווערצט פון די לאגער און בורעקוויי...

די באנק 5-6 וואס הענגט אזוי שיף אויף א בארג...עס העט ווען געברוויכט זיין א סטארידזש פאר מאפס...(דאסידאס באמת...) און ליידער אנטוויקעלט פאר א באנק...רח"ל..
אפגעזעהן ווען די אינספעקטאר האט זיך דארט באוויזן איז דאס געווען אין זייערער אויגן א שטאל פון קיען זאחפט...

דאס גראגעריי ווי מען שיסט און א וואלד דערנעבן..מיט די הויפן שמות באגראבן ערגעצוואו דארט און וואלד...

אוי וויי וויי מיינע זכרונות זענען ענדלאז מוזט מיר געבן אביסל זיך קאנצעטרירן...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 05, 2007 4:20 pm

ר' יודל ז"ל איז אגב געווען א ת"ח מופלג וירא שמים מרבים ולא מחזיק טיבותא לנפשי' יהא זכרו ברוך.

ר' דוד שליט"א פלעגט דאן פארציילן אין עס-זאל די סטעיט-פאליס מעשיות מיט די רויטע לעמפלעך, ר' יודל האט ארומגערעדט פונעם שפאלער זיידע זצ"ל און קיינמאל נישט פארענדיגט זיינע מעשיות, זיין זוהן ר' מענדל הי"ו איז געלאפן צום אנדערן מייקראפאן און אריינגעשריגען "דרך ארץ, ווען מיין טאטע זרעדט זאל זיין שטיל!"

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מיטוואך דעצמבער 05, 2007 4:23 pm

אההההה מאיז מספיד דא ר' יודל???

אויך האט ער געהאט א באוואסטער מעשה מיט מאיר פרעמישלאנער עפעס א צובויגענע נאגל...כ'ווייס נישט פונקטליך וואס עס איז געווען די סוף פון די מעשה...

איין זאך וואס איך ווייס כל זמן דער האט אזוי זיס פארציילט אזוי זיס זיינע מעשיות..בין איך געווארן דדערשטיקט מיט צושניטענע שמעקעדיגע זעגעלעך...
לעצט פאראכטן דורך אלטעבחורל אום מיטוואך דעצמבער 05, 2007 4:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך דעצמבער 05, 2007 4:27 pm

ער האט אויך דערציילט די מעשה פון טיסא עסלאר פאר די ביך איז ארויס געקימען עס איז זייער שיין געווען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך דעצמבער 05, 2007 9:53 pm

מילער.
איך געדענק ליידער נישט די מאסף טיש, קענסט מיר זאגן בקיצור די מעשה?

מילער.
דערמאנסט מיר די מעשה, מיט די רויטע לעמפלעך, געדענק איך ווי ער פלעגט אייביג מוסיף זיין "פרעג איך אים, מה פשעי ומה חטאתי" מיטן ניגון הידוע, ווער רעדט? דו קום אהער... [מיטן ווייער פון מייק] הייבט אן צו פליען אחת ו... אוי.. מ'טאר נישט רעדן.

געדענקסט ווען ר' דוד האט דערציילט די צוזאמענפאל פון ראטן פארבאנד, ווי יעלצין האט זיך ארויפגעשטעלט אויפן טרעילאר?

וזכור אותו האיש לטוב, כמה הלכתא גבירתא, איך האב מיך אויסגעלערנט פון אים, הלכות מקואות, קנאות, רעקארד ניוס, מיט דעם אלטן אמעריקאנע רב פון עלענוויל מיט זיין בוידעם.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 1:06 am

טייערע רב טוב אינגלעך;

איך האב (ליידער? ב"ה?) נישט זוכה געווען צו באטרעטן דעם רב-טוב'ער באדן אין די יוגענטליכע יארן, אבער נאך די חתונה האב איך דארט פארוויילט 2 זומער'ס (ס'טייטש: איך האב געהאט א באנגעלוי אין קערהאנקסאן מיידל קעמפ, און פלעג צופארן די 15 מינוט וועג טעגליך צו לערנען אין בית המדרש שערי חיים מיט די סניף?פיוטים? בחור'לעך פאר אפאר גראשן - יענע צייטן איז דאס געווען א הון תועפות...).

אלזא, ר' יודל האב איך געקענט נאר פון די מצה בעקעריי, אבער ר' דוד שליט"א האב איך מיטגעהאלטן לעבעדיג ביי די פרישטאג'ס און מיטאג'ס במשך 2 זוממער'ס, פון וואס איך האב געשעפט עמערס הנאה ב"ה.

די גערוך ביי בלעם'ס אייזל דורכגאנג (ווי מיללער האט עס באצייכנט) דארפט איר מיר נישט דערמאנען [מען זאגט אז דאס איז ספעציעל געליפערט געווארן פון די סרחה העודף כדי די קליינע קינדער זאלן נישט מאריך זיין בישיבה אויפן קליינעם כסא מלוכה, גיי ווייס], אבער די אויסדרוקן ווי "מאסף" טישל האב איך ניעמאל געהערט, און צוזאמען מיט בני-היכלא ווארט איך מיט געדולד איינער זאל דאס ערקלערן.

אגב, איז כדי אויסצולופטערן די פארשידענארטיגע אקטיוויטעטן וואס פלעגן דארט פארקומען פאר די קינדער (איך רעד נישט פון היינט ווען מען ברענגט שוין אראפ פיתום ורעמסס, עלעפאנטן מיט אוחזי עינים), דאס בילד וואס פלעגט זיך אנטפלעקן פארן פרעמדן אויג פונעם באזוכער פלעגט זיין א בארא פארקער אינגל אויף דער ערד און צוויי וויליאמסבורגע אויף אים, ווען די פויסטן קנאקן ווי מיט א ריטעם פון "שנארע פראקער"... ווער געדענקט?

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 1:20 am

העל איך אייך אביצקעלע ערקלערן ואס דאס מיינט "מאסף"

ווי עס ווייסט פלעגט דאך קומען צו דער יונגל קעמפ. פון איבעראל דאס הייסט פון מאנטריאל און פון מאנסי און פון ק"י..נישט נאר פון וויליאמסבורג...

און ווי יעדער פארשטייט באקומט יעדע כיתה א טיש און לאנטש רום, שטייצעך און אזוי האט זיך געמאכט אמאל אויכעט אז א יונגל האט נישט קיין פלאץ אויף די טיש מיט זיין חדר, צו ווייל ער איז א אויסגעשפילטע נעבעך, א ראציגע נאז, אינדאסגלייכן,
האט ר' ידול זעכוינעבאטכע געמאכט א טיש וואס מען האט דאס א נאמען געעגבן "מאסף" - איינגעזאמלט בלע"ז, און ווער איז איז געזיצן אויף די טיש איז געווען א רחמנות סיי וויזוי...אזא אינגל פלגעט מען קיינמאל נישט זעהן ביי די קאנטין...אזא אינגל איז געווען א יאנטשי יונגעל...און אפילו ווען ר' יודל פלעגט זיך אמאל קענען צוזעצן דארט ביי דער טיש, אבער דאס האט נישט אויסגעמאכט ביי די קינדערלעך, וויייל זיי האבן נישט פארשטאנען דאס גרויסקייט פון ר' יודל, נאר זיי האבן פארשטאנען די קליינקייט פון די "מאסף" טיש....

און עד היום ווען איך דערמאן מיך פון מאסף..."זאמלט" זיך אן שווערע פע זכרונות...און איך גלייב נישט אז דער עולם וויל הערן אלע בויך וויי....

או ביי די וועי קרעמער...הוי האב איך געלאכט האסט מיר דערמאנט פון די טעגליכע פייטס...העי שנארע פארקער...העי די וויליאמסבורגע"ררררררר" הוי פלעגן זיי דרוקן די "ריש"...
און העס פלעג גיין ס'מכות תרח ובניו...

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 9:27 am

אוי זכרונות זכרונות, לאמיר פרובירן אראפצולייגן עפעס קלייניגקייטן וויפיל ס'צייט וועט ערלויבן.

איך בין דארט געווען פון כתה ה' - גוט געהערט - ביז א צוויי יאר פאר'ן חתן ווערן בשעטומ"צ! 9 יאר!! אוי סארא זכרונות און צייכענעס דאס האט איבערגעלאזט אויף מיר, אין לשער. איך בין געדעמיטשט אויף אייביג! קיין ציוני וועל איך שוין נישט ווערן...

לאמיר אנהייבן, יוי מיט וואס?, אקעי, "נקיון החצר"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

ווער ס'ווייסט נישט וואס "נקיון החצר" מיינט, זאל זיי מוחל זאגן נאך 2 וואכן "גאנץ הלל"! יא, בושות וחרפות.

ס'האט יעדן טאג, נאך פרישטאג, איין כתה געדארפט זיך אוישטעלן אין א רייע, יעדער האט באקומען א גארבישט בעג, און ארומגיין אין קעמפ אויפהייבן דאס שמוץ.

חברה, אן קיין הלצות, שאל אביך ויגדך, 30 צו 34 קינדער, שטייען און בייגן זיך אראפ פאר א פטעטא טשיפ בעג, מ'הייבט אויף די באקסעלעך וואס איז אנגעקומען פרייטאג מיט די טראק.. - א אשכול פאר זיך.. - נאכן ענדיגן אנפילן די בעגס, געט מען דאס איבער פאר די הויכע באאמטע, (אין בחורים קעמפ איז דאס געווען הרב ר' אברהם ישעי' ווייס, פערזענדליך), און זיי פארצייכענען עס אין א קליינע ביכל.

סוף זומער האב איך באקומען א קליינע קאלקלעטער, והיה זה שכרי.

איך האב נאך עד היום נישט געפרעגט קיינעם וואס ס'פשט דערפון, און איך וויל נישט הערן קיין תירוץ, איך וויל בלייבן ביי די קשיא: צו וואס און פארוואס האט דאס אויסגעפעלט?

*

נאך זכרונות, אה, יא

איין טאג, צו מיין גרויס שרעק, הער איך ביי פרישטאג, ווי ר' יודל ז"ל רופט אויס: פון ר' יחזקאל יואל סאמעט'ס כתה איז נישטא קיין "אין גם אחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחדדדד"!!..

הסבר: ר' יודל, פלעגט זייער שטרענג זיין אז ביי פרישטאג אדער לאנטש זאל "קיין איינער נישט פעלן"! מ'האט באשטראפט בכל חומר הדין, ווי למשל, לייגן אן איבערגעדרייעטע טעלער אויף יענעם'ס קאפ, און יענער האט געדארפט ארומגיין דאס גאנצע לאנטש-רום! אוי זכרונות זכרונות, טרערן גליטשן זיך אראפ פון מיינע אויגן, א קיצור, צוריק ווי מיר האלטן, פון מיין כתה, האבן געפעלט יענעם פרישטאג מער ווי צוויי קינדער!!! איר ווייסט וואס דאס האט געמיינט!! שרעקליך!!

ר' יודל איז געווארן מוראדיג אין כעס, עכ"פ א געמאכטע כעס, ס'איז נישט דורך אפאר מינוט, און ער האט געטראפן א וועג וויאזוי אונז צו לערנען בלק, ער האט ארויסגעגעבן אן ארדער: אלע קינדער פון ר' יחזקאל יואל סאמעט, מוזן נאך פרישטאג גיין און פראנט פון די לאנטש רום, לעבן דעם אפיס.

מיר האט געקלאפט א צאן נאך א צאן, ותפעם רוחי, גייעט ער אונז טאקע אויסשיסן אין איין טאג? אוי טאטע, (דעמאלטס איז נאכנישט געווען די עצה פון געבן "ח"י רוטל" וכדו'...). נאך פרישטאג, איז די כתה דארט געשטאנען, מיט אימתה ופחד און מיט גודל זרועך.. אנטשולדיגט איך צופליה מיך דא, אבער די זכרונות צופליקן מיך, עניוועי, ר' יודל קומט ארויס פונעם אפיס מיט די קליינע מייק און ספיקער צוזאמען (איך ווייס נישט וויאזוי ס'הייסט, ווי זעט מען עס נאך היינט?.. אפשר ביי טריפס נעמען עס די ארגענעזירער'ס מיט?) און רופט אויס, ס'גייט אנקומען ביז 5 מינוט, א טרעלער מיט "קאטרן", יעדער וועט באקומען אפאר קאטרן, און מ'זאל עס אפשיילן! מ'וועט אהערברענגן אפאר גארביטש קענס, די שמוץ מוז גיין אין די קענ'ס, אטך און וויי אז איינער וועט עס לייגן אויף די ערד, און די אפגעשיילטע קאטרן'ס זאל מען לייגן דא אויפן טיש.

ס'איז געווען זייער א הייסן טאג, כ'געדענק עס ווי היינט, די קינדער האבן זיך אומגעקוקט, ווי צוזאגן: קיין צוויי ברירות האבן מיר סייווי נישט, אנדערע האבן זיך געפרייט מ'ברויך נישט אריין גיין אין חדר לערנען..

די טרעלער איז אנגעקומען, און מיר האבן געשיילט, און געשיילט, און געשיילט און געשיילט..

ר' יודל איז געווען דער "גדול העומד על גביו", ער האט עפעס פארציילט א קליינע מעשה, און געזאגט א גאנצן צייט, ווילאנג דער טרעלער איז נישט ליידיג, גייט איר נישט אוועק פון דא!

דאס איז וואס איז געווען.

איך מוז שליסן, איך דארף גיין שיילן קאטרן.. עהה, קיינמאל זייט דעמאלטס האב איך צו קיין קאטרן נישט צוגערירט, מיין ווייב ווייסט, אז איך קען אלעס קויפן און עסן, חוץ קארן, דאס וויל איך פאר מיינע אויגן נישט זעהן.

איך מוז גיין, אבער איך קען נישט ענדיגן אן צולייגן מיין קליינע פרט און די מעשה. ס'איז געווען אזוי אין יענע דאזיגע שעה'ן, איך האב מער קיין געדולד נישט געהאט, איך האב געשפירט ווי איך טראג עס נישט דורך, שטיין אין די היצן, און אינמיטן שטאט ווי מ'זאגט שיילן קאטרן ווייל דריי אינגלעך האבן געפעלט פון מיין כתה, האב איך געזאגט פאר מיין חבר איך גיי אוועקגיין, ווען ר' יודל פרעגט ווי איך בין זאלסט אים זאגן איינער האט מיר גערופן אז איך האב טעלעפאן! איך שרייב יעצט נישט קיין ליגענט, הערט'ס אויס ביזן סוף, מוראדיג.

א שעה צוויי שפעטער, ווען די קינדער האבן געענדיגט דעם טרעלער, זאגט מיר מיין חבר, אז ר' יודל האט געפרעגט ווי דו ביסט, האב איך אים געזאגט דו האסט געהאט טעלעפאן, האט ר' יודל זיך אנגערופן, שוין דאס צווייטע מאל וואס ער פעלט ווייל ער האט טעלעפאן!!

איך קען אייך נישט זאגן וואס דאס מיינט, א פיר וואכן פריער האט ר' יודל געהאט געבעטן אפאר קינדער זאלן קומען צו אים אין אפיס, איך געדענק יעצט נישט פארוואס, אבער נישט ווייל מיר זענען געווען שלעכט, עפעס האט ער געוואלט וועגן סלייסן די ברויט.. סאמטינג לייק דיס, וגם אני בתוכם, בין איך געווען צווישן די קרואי מועד אנשי שם. ס'איז געקומען די צייט האב איך געהאט טעלעפאן (דאס מאל אמת'דיג) און איך בין נישט אנגעקומען, איך בין שפעטער געגאנגן צו ר' יודל, יענץ מאל, און אים געזאגט אז כ'האב נישט געקענט קומען צוליב דעם טעלעפאן קאל, ער האט מיר דעמאלטס גארנישט געזאגט, ער האט מיר אזוי אנגעקוקט און פארטיג.

ביים שיילן די קאטרן, איר הערט, האט ער געדענקט אז "דער יונגל" פעלט ווייל ער האט טעלעפאן.

יהא זכרו ברוך

*

דערמאנסט מיר צוריקצוקומען, ווייל ס'איז נאך דא א ים צו רעדן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 10:10 am

איך האב נישט געגלייבט מה יעשה בה מיט דעם אשכול, איר זענט אלע מורא'דיג מיט אייערע באשרייבעכצער.

אפאר נקודות לחומר, יבאו השרייבערס וירחיבו בה:
1) די 'מאונטענס' מיט 'פאלאקס' ראוד ועוד.
2) נייט-סווימינג פון גאנצע פינף מוניט, דער לעצטער כאפט א שמוץ
3) ר' יעקב שלמה ברייער'ס טרעילאר
4) ר' אלי' דוד מיט די ווארימע קאקאש-קעיק אין פערזשעך טיילן.
5) דער זקן ויושב על הטרעקטער וועלכער האט לויט די קעמפ לעגענדעס געקריגען א ברכה פון רבי ז"ל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 10:29 am

א גרויסן יישר כח פאר די אלע שרייבער'ס דא, ס'איז אינטערעסאנט צו הערן, אבער וואס קען איך טוען אז איך האב ליידער (?) נישט געהאט די זכיה דאס צו בייוואוינען, יאך בין אין "אינגל קעמפ" קיינמאל נישט געווען (אין בחורים קעמפ יא) אבער איך פלעג כסדר הערן פון מיינע וויליאמסבורגע חבירים פון ר' יודל פון דאס און יענץ, דא העריך שוין איינמאל זאכליכע מעשיות, דער יגר לייגט עס שיין אראפ, דער אלטער בחור האט אזוי שיין מסביר געווען ס'פשט פונעם "מאסף" טישל, וכדו'

דער אשכול- קוקט אויס- וועט זיין פון די "מאסט וואנטעט" פאר די ליינער וואס באזיכן היימישע קרעטשמע,

יישר כח פאר ראביי מיללער פארן עפענען דאס אשכול,
אז מ'האט דעם קאפ אויפן פלייצע...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 10:39 am

הוי יגר !!!

איך האב מיך דערמאנט פון די נקיון החצר.....חחח מיט די בלויזע הענט פלעגט מען ארום גייל צאמנעמען פון די נאסע פעלדער אויפגעגסענע פאקסי פאחפ בעגס....

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 10:51 am

מיללער האט געשריבן:איך האב נישט געגלייבט מה יעשה בה מיט דעם אשכול, איר זענט אלע מורא'דיג מיט אייערע באשרייבעכצער.

אפאר נקודות לחומר, יבאו השרייבערס וירחיבו בה:
1) די 'מאונטענס' מיט 'פאלאקס' ראוד ועוד. נישט פארגעסן צו באשרייבען די נס גדול בוים אויף די FDR (אזוי האט מען עס גערופען).
2) נייט-סווימינג פון גאנצע פינף מוניט, דער לעצטער כאפט א שמוץ. אויך נישט פארגעסן די אלטע סווימינג פאל, ווי פרעש און קאקעראוטשעס זענען געווען בני בית דארט, און הגם די גמרא זאגט אז אמתא באמתא יתיב, איז דארט געווען א גאנצע טפח שוחק פאר א יונגעל.
3) ר' יעקב שלמה ברייער'ס טרעילאר. ווי אויך די גאנצע מעשה וואס האט פאסירט נעבן די לעיק.
4) ר' אלי' דוד מיט די ווארימע קאקאש-קעיק אין פערזשעך טיילן. (געדענק איך נישט)
5) דער זקן ויושב על הטרעקטער וועלכער האט לויט די קעמפ לעגענדעס געקריגען א ברכה פון רבי ז"ל
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 10:57 am

אלטע בחור.
טענקס פאר די מאסף תירוץ.
איז די מאסף טיש געווען אלע יארן? אויב יא, וועלכע זייט פון עס זאל איז געווען די מאסף טיש, נעבן די פלייש קאך? מילך קאך? וואס דארט האט ער געטיילט פוטער ברויט. נעבן די ברויט מענזע? נעבן די סינקס ביי די פענסטערס? צי ביי ר' יודל'ס טישל זייט? איך מוז מיך דאס דערמאנען, איך בין דאך אלע מיינע יארן דארט געווען פון די 7, האי קאם איך געדענק דאס בכלל נישט.

קרעמער.
אוי די בארא פארקע אינגלעך, וואסערע מערכה ר' יודל האט געפירט מיט זיי, פרעג בעסער נישט, נישט אדורך קיין 5 מינוט ער זאל נישט זיין פארנומען מיט זיי, נאכדערצו האט ער זיי אראפגעזעצט אין פארענט פון זיין באלעמער, און נישט אויפגעהערט צו קוקן און באטראכטן זיי מיט די גאלדענע גלעזער און באקל פאסיקס וואס נאר זיי האבן געמעגט טראגן.

צייטליך.
נאך א שטיקל ר' יודל.
האב איך מיטגעלעבט ווי א אינגעל האט אמאל ארויסגע'לקח'נט א שטיק קאקאש קעיק פון בעקערי, כאפט אים ר' יודל, און שרייט אים נאך, דו קום נאר אהער!! זאג נאר.. וועסט מאכן א פארברכה? יא! זאגט ער, א נאך ברכה? אויך! וועסט געבן פאר דיין חבר אויך א שטיקל? שטאמלט ער ארויס האלבע ווערטער, נישט וויסענדיג צי ער איז ערנסט אדער נישט, נישט גענוג וואס ער חוטא'ט זאל ער נאך זיין א מחטיא? ער האט דאך ניטאמאל גענומען גענוג..
זאגט אים ר' יודל, די נעקסטע מאל, זע צו נעמען פאר דיין חבר אויך א שטיקל, און עס געזונטערהייט..

יגר.
יעדע זאך וואס ר' יודל האט געטון האט ער געהאט אזויפיל שיטות און שיטות פון יארן לאנג, און אסאך הדרכות פונעם מייסד, ער האט נאר נישט אזויפיל געפלאפעלט ער האט מקיים געווען אמור מעט ועשה הרבה, די הסברים האט מען געדארפט פארן קיין בחורים קעמפ געוואויר צו ווערן, דארט האט מען געהערט און געהערט אן קיין אויפהער, די נקיון פלעגט זיין אויסצולערנען צו העלפן און צוצולייגן א פלייצע אין שטוב און ערגעץ אנדערש ווי ס'פעלט אויס, נישט צו ספוילען דאס אינגעל אז מ'דארף אים אלעס צושטעלן, און אויסוואקסן א עצל ל"ע.

מילער.
דערמאנסט מיר אזויפיל זאכן יעצט, נישט נאר פון די לעגענדעס מיט די פערזענליכקייטן נאר מיט די אלע ארומווייען וואס קומען מיט דערמיט.
נאך נקודות
ר' שמשון,די מחלוקת פון די ב"פ און די ווילי שכנים אין שיכון זופניק, די פחד דורכצווואקן די שיכון קויפמאן מיט די גרויסע ישיבה קטנה בחורים.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 11:02 am

אזוי ליינענדיג די זכרונות פון יעדעם איינעם דא אין מיין אפיס מיט א שטיקל שמייכעל (GRIN) אויס געצויגן אויפ'ן געזיכט הנאה האבנדיג ווי יונגעלייט, בחורים, מידל עידז מענער, און אלטע בחורים ווערען צוריק קליינע יונגעלעך אויף אפאר מינוט יעדע איינער פארט צוריק צו זיין וועלטעל פון די קינדערישע יארן.

איך טראכט צו מיר נאך'ן ענדיגען ליינען , דארף איך זיי מקנא זיין אז איך בין נישט דארט געווען?

אדער דארף איך גאר דאנקן די ריבונו של עולם אז איך האב נישט מיטגעמאכט אזעלעכע שווערע נסיונות?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 11:22 am

ס'ווענד זיך אין זייער אסאך זאכן, יעדע אינגל איז דאך אנדערש, איינער האט עס געלעבט, א צווייטער געבענקט, א צוויטער איז געווען א נרדף א דריטער א רודף, איינער א מיוחס און איינער א לאצי וואס יעדער האט זיך אנגלייגט אויף אים, איינער גלייכט דאס און איינער נישט דאס, אבער נאך אלעם, די קינדערישע יארן, דאס ציט און נאגט עפעס געפערליך אין יעדע מצב שהוא, ווען מ'דערמאנט זיך נאר דערפון, ס'ברענגט ארויף שטארקע געפילן, און אינטרעסאנטע מעמאריס און מיטלעבענישן פון די בא'חנ'טע זיסע קליינ-וועלטלדיגע איגעלישע מוח'לעך.
יעדער האט עס סייווי אויף אנאנדערע זאך, יעדער טוט דאך עפעס אין די אינגעלישע יארן, די שאלה איז וואס דו האסט געטון אין די צייט, אפשר האסטו געהאט אינטרעסאנטערע זאכן.

אבער ביי א קעמפ וואס איז דא אזויפיל אינטרעסאנטע נייע זאכן, אפאר חדשים אוועק פון דערהיים, צענדליגע נייע זאכן, וואס מ'האט נישט אגאנץ יאר, אלע מיני מענשטן פלעצער, לעגענדעס, עסן, מעשיות, וכו' וכו'... איינער וואס איז דארט געווען מוז דיר זאגן אז דו האסט פאראפסט, אפילו ער איז נישט גערעכט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 1:38 pm

ר' יודל פלעגט האבן א רייע מיט קנסות ווען איינער האט נישט געטוען וואס מ'ברויך אדער געטוען וואס מ'ברויך נישט:

1) פייער-לעשער =אנטאהן א שמוציגען שיסל אויפ'ן קאפ און האלטן א שעפ-לעפל אין די האנט, בפני כל עם וזיידע.
2) ארויפלייגן אויף די פלייצע פון ר' יודל, ארומגייענדיג דעם גאנצן לאנטש-רום בבחינת ככה יעשה
3) געבראטענע פעטש מיט די ווייעק פון די מייק
4) נישט קענען גיין שווימען

קעמפ-טערמינען/לעקסיקאן:
נקיון החצר (כנ"ל)
סידור השלחנות (כיתה ח' אין בחורים קעמפ)
סארוון (כיתה ט' אין יונגל קענפ)
מאגאזין (סטארעזש-רום)
שנארע-פראקער/שטינקערבורגער (מחלוקת ווילי/ב"פ)
מאסף-טיש (כנ"ל, רבי איך געדענק דאס פון ר' אברהם ישעי'ן)

קעמפ חגאות:
עליקאפטער
אינספעקטאר
רבי קומט
כ"ו אב

קעמפ-פיגורן:
ר' שמשון גאלדשטיין
ר' אלי' דוד טירנויער
ר' יעקב שלמה ברייער
הרב והרבנית קעניג (וועלכע לייגט יאט אויף אין נעפענאק)
ר' שלמה חיים פיש
דר. גרושקא
ר' אברהם ישעי' ווייס
ר' אליעזר דוד גר"וו
מרת זופניק
ר' אפרים וו"ב
ר' בנימין דוד וואלנער

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:24 pm

מיינע זכרונות: (יונגעל קעמפ)

אראפ געכאפט קאפלעך מיט גלעזער פון קליינע קינדער.

נאכגעלאפען א יונגל און אנגעקלאפט די ביינער ווי א נאצי, שפעטער געזען וואו דאס יונגל וויינט ביים טעלעפאון.

איינע פון די נאצי רעזשים אריינגעקומען אין באנגעלאו, אנגעפליקט דריי קינדער מיט פעדזשאמעס מיט קולות וברקים.

געזען ווי איינע פון די פירערס דערלאנגט צוויי פראסקעס פאר א יונגעל דארטן ביי די שמאלע פלאץ צווישן די לאנטש רום און חאזעריי... ווי מהאט געקענט אומקומען מיט א מיתה שקוצה, די קאפעל און גלעזער איז יענעם יונגל נעבעך אראפ געפאלן אריין אין מעראסט, און זיך ביטערלעך צו וויינט.

א סעמפל פון א נאצי רעזשים.

אין בחורים קעמפ איז געווען א מחיה !!!

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:25 pm

מיללער האט געשריבן:
קעמפ-פיגורן:
ר' שמשון גאלדשטיין
ר' אלי' דוד טירנויער
ר' יעקב שלמה ברייער
הרב והרבנית קעניג (וועלכע לייגט יאט אויף אין נעפענאק)
ר' שלמה חיים פיש
דר. גרושקא
ר' אברהם ישעי' ווייס
ר' אליעזר דוד גר"וו
מרת זופניק
ר' אפרים וו"ב
ר' בנימין דוד וואלנער


יש להוסיף:
ר' לייבעלע ווייס
ספרד'ישער נאכט וועכטער (היינט א דאקטער)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:36 pm

אלעקס,
מיינסט דער איראנער דר. אקימי? איראנער בחורים זענען בכלל געווען אן אינטעגראלער כח אין די ווארק-פארס דארט.
און יא, ר' לייבעלע ווייס איז אויך ווערט צו דערמאנען, כ'דערמאן מיך פון קעמפס-שטרימפ.
וואס,
קוקסט אויס אביסל אפגעבריעט פון נעפאנאק, ב"ה אז דערילענד איז געווען 'א מחי', למעשה 'נאצי' איז אביסל איבערגעטריבען

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:45 pm

מילער,
איך האב ב"ה נישט געליטן אין נעפענעק, נאר ווען מען רעדט פון זכרונות, קומט מיר דאס ארויף אויף מיין זכרון.
אויך געדענק איך אז סהאט מיר געבאדערט די זאכן וואס איך זע.

ווען מען שלאגט קינדער מיט ווייערס מיט א שרעקליכן כעס, און ווען קינדער ווערן אנגעפראסקעט אז די באקן ווערן בלוי (וואס איך האב אליין געזען)
גיב מיר זיי מוחל אן אנדער נאמען אויסער נאצי... האסט עפעס ?? אדרבה.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 3:09 pm

וואס
איך האב אויך פארזוכט פונעם ווייער, איך שפיר נאך ביז היינט די יסורים, און איך דארף טשעקן אויב מ'זעט נאך א צייכן, מעגליך, נישט פון ר' יודל אבער, דאס נעמט אבער בכלל נישט אוועק פון די טויזענטער אנדערע עפיזאדן פון זויפיל יארן אין קעמפ, אנגעפולט מיט טרעסאנטע פאסירונגען...

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 3:16 pm

זייער זיסע זכרונות שווימען דא אויף. אוי נאסטאלאגיע...
מיללער, אלעקסיי, אלטער און יגר, איך האט מיך מיט אייערע זכרונות צוריק געטראגן צו א צירקע יארן אויף צוריק. איי ווי זיס...

באמת, נאכן ליינען אייערע זכרונות, איבערהויפט דעם לענגערן ארטיקל פון אונזער אומפארגעסליכער ראש הקהל, זכותו ירום לברכה, וועלכער האט מיט זיין זיסע פענע, געפלאכטן מיט זיין שטענדיגער הומאר, אזוי שיין צעלייגט דעם זיסן אמאל, און דערויף איז נאך צוגעקומען די אלע צוגעלייגטע שמאלץ, זאלץ און פעפער, פון אלעקסיי, מיללער, ואחרון חביב דער אלטער בחור, האב איך שוין באמת קיין סאך נישט צוצולייגן. נאר וואס יא, אז מ'רעדט שוין, מ'דערמאנט זיך שוין, וועל איך אויך צולייגן אייניגע זכרונות פון מיין קעמערל.

ערשטענס, איז כלל נישט צו פארגעסן די "שבת'דיגע קאצקע פיש", וואס דער ציקער דערפון האט גערינען אזש מ'האט געקענט ברעכן פאר זיסקייט... און פלעגט געטיילט ווערן בלויז אויף דער צווייטער זייט פונעם געלן זופ טעלער, פשוט ווייל ס'אשד געווען צו פארשמוציגן באזונדערע טעלערס פאר די קאצקעלעך...

דערנאך, ווער קען דען פארגעסן דעם גרויסן איסור וואס איז ארויפגעלייגט געווארן צו עסן די אייער-שפייז מיט א לעפל, רח"ל. אחת דתו! האסט געהערט א מעשה? מ'האט געכאפט יעמאנדן עסן די אייער שפייז מיט א לעפל. ס'א חטא. זאג נאר, ווער... ווער... (אזוי צוויי מאל מיט די בערישע שטימע: ווער... ווער... דענקסט נאך?) ער... דער... ער ווייסט נישט... ער ווייסט נישט... אז אייער-שפייז עסט מען מיט ברויט. אזוינס?!
און אזוי קען מען זיצן און דערציילן שעה'ן שעה'ן נאכאנאנד פון די זיסע קינדערישע קעמפ יארן.

אבער, ליצנות אין דער זייט געלייגט. היינט צוטאגס, זייענדיג א יונגערמאן און צוריק טראכטנדיג די ווערטשאפט און דער כאראקטער פון אזא סארט איד ווי ר' יודל ז"ל, לאזט זיך מיר ארויס פון מויל אזא ווייטאגליכער קרעכץ:
הוי... אזוינע אידן... וואו נעמט היינט אזוינע אידן? אזוינע סארט אידן זעהט מען שוין נישט היינט!"

אין מיינע אויגן, לויט וויפיל איך זע דאס היינט צוטאגס אויף צוריק, איז דער ר' יודל זל געווען א מענטש וואס האט פארקערפערט אין זיך אויסטערלישע טאלאנטן, סיי פון א רוחניות'דיגן שטאנדפונקט און סיי פון גשמיות'דיגן א שטאנדפונקט. ער איז געווען א קאפשטיק, א מח עצום, א פארנעם. ער האט פארקערפערט אין זיך סיי א געשטעל פון א העכערער סארט ניווא'דיגער מרביץ תורה וראש ישיבה, זייענדיג א מח נפלא ותלמוד חכם עצום, בקי בסוגיות הש"ס ופוסקי הלכה (איך בין איבערצייגט אין מיין סטעיטמענט הונדערט פראצענט); סיי א געשטעל פון א רעכט פארצייטישע חסידישער איד; און סיי א געשטעל פון א בעל הבית, וועלכער וואלט געקענט מענידזשען און פירן פארצווייגטע געשעפטן.

דערציילט מיר אמאל א יוד, אז ער איז איינמאל ארייגעקומען צו ר' יודלע'ן אין קעמפ אפיס, אזוי א וואך-צוויי נאכן שפארן די קעמפס, און ער זעט ווי ר' יודל לויפט דורך גאזעלין רעסיטס (פאר די קעמפ טראקס), אזוי אין דער שנעל איינס נאכן צווייטן. פלוצים, ר' יודל גיבט זיך א שטעל אפ ביי איינע פון בילס און רופט זיך אן: "דער דעיט איז דאך א שבת'דיגער דעיט! ווי קען זיין אז מ'האט דעמאלט גענומען גאזעלין? הפלא'דיג, אויף דער רגע האט ער גע'חשבונ'ט און צוזאמענגעשטעלט דעם אידישן דאטום מיטן גוי'אישן דאטום. (פרעג מיך נישט וואסי געווארן, ווייל ר' יודל האט באלד יענעם אפגע'פטר'ט און יענער איז נישט נאכגעגאנגען די סוף פון די מעשה).

ר' יודל ז"ל האט געטראגן אויף זיין קאפ הן די פערזענדליכע אחריות פון די טויזנטער קינדער בליעה"ר וועלכע האבן זיך אפגעפונען אין די קעמפס, והן די אחריות פונעם טאג טעגליכן ווירטשאפט וואס פארלאנגט זיך פאר אזא פארנעם. ער האט געחשבונט און גערעכנט, געפירט און באגלייט, יעדן טריט און שריט אין די קעמפס אזוי מיט זיינע פינגער אנע קאמפיוטערס. די צוויי אויפגעשוואלענע כאלאט טאשן האבן געדינט אלס איין האלב קעמפ-אפיס אין דער קאפ זיינער איז געווען דער צווייטער העלפט נישט, קיין גוזמא'ס! היינט צו טאגס אז איך דערמאן זיך צוריק אפי' איין טאג אין קעמפ, קום איך בהכרח צו אן אויספיר, אז דער מענטש איז געווען א מאשין שא"א לתאר!

ווער רעדט נאך פון זיין יראת שמים וואס האט זיך געגאסן פון אים. זיינע תוכנ'דיגע דרשות, זיינע שטראף רייד, און אפי' זיינע מעשוגאסן. בשעתו האט עס מיר טאקע טיילמאל אויסגעקוקט א שטייגער ווי די יעניגע מלמדים... אבער זיין ווייכהארץ און זיינע אמת'דיגע דיבורים, און אפי' זיינע שיגאנישע קנסות, האבן זיך אויפן ארט אנגשפירט אין א בחינה פון נאמנים פצעי אוהב.

איך טראכט אזוי צו מיר, אז היינט צוטאגס, ווען מ'וויל, למשל, צושטעלן א מענעדזשער פאר א קעמפ אדער מוסד, נעמט מען נישט עפעס אזא מין סארט אלטמאדישער שלעפער מיט א ביבער הוט און פאר'חזרט'ע מילכיגע ציצית וואס קען ניטאמאל דרייווען א קאר. עךך... דער איז דאך עפעס אזא מין בטלן. נישט אזוי? אנצופירן אזא אימפעריע פאסט זיך גיכער צו נעמען א געשטעל פון א פיפיגן יונגערמאן וועלכער גיבט אזוי א כאפ אפ דאס דאווענען, לויפט שנעל צו דער ארבעט, קומט ביינאכט כאפן א דרימל ביים דיין'ס שיעור, און דרייט זיך מיט א יו עס בי יוקאן, צען טעלעפאנען מיט צוואנציג פעקלעך שליסלעך, וכו' וכו'. וועם וועט איינפאלן צו נעמען פאר א מענעדזשער אין א קעמפ א יוד וואס וואלט געקענט זיין א מגיד שיעור פאר אכצן יעריגע בחורים, אדער א יוד וואס לויט זיין יראת שמים וואלט ער גיכער געפאסט צו זיין א סופר סת"ם?

אלנספאל, ס'איז דיסקאנטיניו. אזעלכע סארט כאראקטארן, און אזעלכע סארט אידן זעט מען שוין נישט היינט.

יהא זכרו ברוך

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 3:28 pm

יא יא, זארעכ, ווען קעמפ איז שלאפן געגאנגען האט ר' יודל עוסק געווען בהוית דאביי ורבא, זאגנדיג [ווען האט ער דען געזאגט? דאס גאנצע ר' יודל איז דאך געווען איין קייט פון סתר בתוך סתר, וואס ער האט מקבל געווען נאך אין סאקמאר, דאס פשטות ותמימות לעבודת ה', נאר ס'האט זיך אמאל ארויסגעכאפט] אז ער היט אויפן קעמפ.
און נאך די קריג אין פערנוואלד איז ער געווען א ראש ישיבה, און אין ברוקלין דער ערשטער מלמד, ר' דוד דער זון, וואס איז שוין יא מפורסם מיט זיין תורה מיט זיינע ספרים און שאלות ותשובות, ער טענה'ט אז ער איז נישט צוגעקומען צו די פיס שטויב פון זיין פאטער אין ידיעות התורה.

אידן וואס זענען אים נאכגעגאנען האבן געמערקט, אז מיט אלע זיינע טעטיגע טירדות וואס ער האט געדארפט האבן מיט אלע ערליי מינים, מעולם לא נשא עיניו על גבי אשה.

צדקה וחסד, איז דאך אין לשער, ער האט גענומען אויף זיך הונדערטער קינדער [מיט אחריות] פריי אן אפצאל, אריינגענומען אלע רחמנות'ן, יתומים, צובראכענע שטובער, נישט אומזיסט האט ער געהאט פריוואטע גרויסע נדיבים וואס האבן פאר קיינעם געגעבן נאר פאר אים.

א פלא? אז רבינו הקדוש האט אים אויפגענומען.

זאל זיין הארעוואניע וואס ער האט אריינגעלייגט אין אונז, צוניץ קומען.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט