בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

ייש״כ פארן קליינעם בלי נדר וואס ליגט פארשטעקט אונטן.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

נעבעך איך וויין מיט איר
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

אגרת ז' - מר' רחל זוסמן ירושלים עיה"ק - למהר"ר יעקב כ"ץ ווינעציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

T-S Misc. 24.187

T-S MISC 24. 187 r.jpg


יברכך ה' מציון יסעדך. להחכם השר כמהר"ר יעקב כ"ץ
יצ"ו ולכל הנילוי' למעכ"ת יצ"ו. מיין ליבר רבי איך װיל אויך
ביטן אז איין װאטר. דז איר האט גירעט ‏ מיט מענקא'
דז ער זיך דז גוטן בי[ד]עכט אונ' גידעכט און גוט ית',
דז ער איז איין דיין אלמנו', אונ' דז ער מיר שיקט
לכל הפחו' עשרים ציקין. איך בין זי שיער גאר שולדיג
בעו' עז איז אלז יוקר דז דז מענש בדרף. איך לייד בעו'
[גרויש]ן דחק אונ' גיזונד ניט מער דער מיר לייהט. ליבר
רבי. שיקט מיר יא איין עֶנטװערט, אונ' װיא עז מיט
דען י"ב דוקוטן איז גיגנגן, אוב איר זי הט איין גינומן.
איך האב אויך װיא וויל בריב גישריבן. איך װייש ניט
זיין זי אויך גיװארן אודר ניט. אונ' דרום הט מיר
ניט בֿור איבל דז איך אויך אז אויפֿט שרייב. איך
בֿור זיך מיך נאך גוט ית' צו אויך אז צו איינם
װאטר. אזו הט איר מיט מיר אויך גיטאן. דער משלם
שכר טוב ליראיו דער זאל אויך איין שכר טוב געבן
בעול' הזה ולעולם הבא כ"ח[וכ"ח] מעתרת רחל בת
מהר״ר אברהם ז"לה"ה מפראג אלמנות כהר״ר זוסמן ז"לה"ה.
נכתב יו׳ ז מרחשון שכ"ז לפ"ק

מיין ליבר זון שיק דען בריב מהר"ר יעקב מיט דעם נעשטן
דז ער גוויש קומט     


אריבער דעם בלאט.

T-S MISC 24. 187 v.jpg


מע"ה ירושלי' תוב"ב לק"ק װניזיא ליד ח"ה החכם כמהר"ר יעקב
כץ יצ"ו בנו של ר' אברהם [ברוך] כ"ץ [ז"ל] וח"ל בנחש דר"ג

לק"ק מצרים ליד בני כ"ר משה זוסמן יצ"ו סופר תפילין

המגיע לידו תעב"א וח"ל


הרשאה וצבאה מרחל לבנה משה לגבות רכושה.
T-S 13 j4. 19

T-S 13J4. 19.jpg


אנו עדים חתומי מטה מעידים עדות ברורה איך אמרה לנו היקרה מרת
רחל אלמנת הנבון ומעולה כה"ר אליעזר המכונה זוסמן נ"ע הוו עלי עדים
וקנו ממנו בקנין גמור מעכשו וכתבו וחתמו בכל לשון של זכות ותנו
לבני הנבון ומעולה כ"ר משה זוסמן יצ"ו להיות בידו לראיה ולזכות מחמת
שברצון נפשי ובהשלמת דעתי נתתי לו ארבע אמות קרקע ואגבן הרשיתיו
ומניתיו מורשה גמור לתבוע ולגבות ולקבל כל המעות שיש לי בכל
איזה מקום שיהיה מנכסי עזבון בעלי אביו הנז' נ"ע ומעכשו שמתי
יד בני המורשה הנז' בידי ופיו כפי וכחו ככחי ותביעתו כתביעתי וטענתו
בטענתי וכל מה שיגיע לידו כאלו הגיע לידי ונתתי לרשות לעשות מורשה
ומורשה דמורשה לכל מי שירצה ועשיתיו כעשייתי ולא אוכל לומר לו לתקוני
שדרתיך ולא לעוותי אלא אמרתי לו זיל דון וזכה וסב נפשך והנפק
לגרמך וכל מאי דמתעני לך מן דינא עלי דידי הדר וחומר שטר הרשאה
זו כחומר וכחוזק כל שטרי הרשאות שרירין וקיימין דנהיגין  בישראל כהוגן
וכתקון חז"ל דלא כאסמכתא ודלא כטופסי דשטרי וקנינו מתורת רחל הנז'
קנין שלם מעכשו במנא דכשר למקניא ביה על כל הכתוב לעיל והיה זה
ביום שישי שני ימים לחדש אייר שנת חמשת אלפים ושלש מאות וארבעה
ועשרים ליצירה פה ירושלם ע"ה תוב"ב ודן קיומה ביום מתוקן והכל שריר וקים
משה ב"ר ירמיה שמואל ז"ל  נויימרק      
אברהם לוי בכה"ר משה יבנה זלה"ה
הסופר


א בריוו פונעם שליח פון רחל צו משה
ENA NS 43 4



הנבון ומעולה כה"ר משה זוסמן [יצ"ו
להודיע לכ"ת שאני שולח כל נכסי [אמך
קאפס א' כאשר אני שולח לך כל פר[ח. . .
יוסף כהן יצ"ו ונתתי לו בשכר טרחו [ . . .
פרח וחצי השלשים מאי' הם לשכ[ר. . .
החפצים ומה שיוציא יותר תשלים לו [ . . .
. . .]י לשלוח אותם עם הח[כם השלם
כמה"ר יהודה מסעוד אשלחם לך חוב [ . . .
נכסיך והספרים שלא היה מגיע ל[ . . .
אותם והנחתים בבית אמך נ"ע והו[ . . .
עלי החבלים והם עתה שלך וד[ . . .
והייתה אמך חייבת למרת פלומא [ . . .
הוצאתי לה[. . . ] הגדול ל[ . . .
שבעות [ ... ]  בבית המושל [ ...
ואם תרצה תעמוד [ ...
............]ני פרשו [ ...
[..............................] 

קאפס


קאפס: מידת נפח רווחת / א גרויסע מאָס Volume
פרח: כינוי למטבע זהב
מאי': מאידי - מטבע מיצרי
מהר"ר יהודה מסעוד: מקבלי וחכמי מצרים
אמך נ"ע: כנראה שנפטרה בתחילת שכ"ז

איבער דעם בלאט

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

עס איז דא נאך דריי שטיקלעך פון די גניזה וואס האבן א פארבינדונג צו די בריוו'ן פון מרת רחל זוסמאן. די זענען: T-S AS 205.53 און T-S AS 205.64 און T-S AS 224.165 עס איז געפינען געווארן באזונדער דורך אויס די יארן. פרופ. אסתר מרים וואגנער פון קעימברידזש יוניווערסיטי, מיט א קאלעגע האבן באמערקט אז דאס איז פון איין בריוו. אויף אונזער פארלאנג פון מרת וואגנער פאר א בילד פונעם גאנצן בריוו, כדי צו קענען דערקענען איר אינהאלט, האט זי געענטפערט אז די שטיקלעך ווערן געהאלטן אויף דריי באזונדערע פלעצער, איז נישט דא דערפון א גאנץ בילד.

אבער א דאנק די "פרידבורג גניזה" וועבסייט איז אונז געלונגען עס צוזאם שטעלן. דורך א פראגראם, וואס איז טאקע געאייגנט פאר די צוועק. מיט די דזשיגסאָ-פאזעל - jigsawpuzzle, אויב דערקענט מען אויף צוויי אדער מערער קטעים אז די באלאנגען צו איין פאפיר, קען מען דאס געניטערהייט צוזאמשטעלן, און עס זעהן אזוי ווי עס איז געווען אין איהרע פרידענ'ס צייטן. וויבאלד עס נעמט אביסל צייט ביז דאס גאנצע בילד ווערט ארויף געשטעלט אויף די ריכטיגע פלאץ אויפן וועבזייטל, האט עס גענומען צייט אהער צוברענגען אלס א דבר השלם.

ts as 205 53r jigsawpizzle.jpg
ts as 205 53v jigsawpuzzle.jpg

די טייל אויף די רעכטע זייט איז שטארק אפגעמעקט ווי אויך פעלט א טייל פון די אונטערשטע רעכטע זייט, וואס מען זוכט נאך, און מען האפט עס צוטרעפן. פון דאס ביסל וואס איז ליינבאר זעהט מען אז די בריוו האט איינער געשריבן צו רחל. מעגליך אז דאס איז א בריוו וואס הרב ר' יעקב כ"ץ פון ווינעציע, האט איר געענטפערט אויף איהרע בריוו'ן. פון די ווערטער "צו מויע ליב פריינדין" און "אשת חיל מרת רחל זוסמן " און - זעהט אויס פון די רביצין - "שרה לושט אוייך זער גרושן" שפעטער ווערט דערמאנט "צוואה טון". און אויף די אנדערע זייט "ועלן פֿארן אי"ה נאך פסח" [?] מיט נאך פינאנציעלע אנגעלעגענהייטן.

T-S AS 202. 383r.jpg
T-S AS 202.383 דאס איז די רעכטע טייל פון אגרת ה'

די בריוו'ן אין היינטיגן אידיש

דא וועט שטענדיג ווערן ארויף געלייגט אלע שריפטן וואס ווערן דא דערמאנט אין high resolution.
קאירא גניזה - אייוועלט קאלעקציע https://drive.google.com/folderview?id= ... Fo5YWlhcmc


תם ולא נשלם
איצט אז מיר האבן משלים געווען, צו אהערשטעלן די אלע בריוו'ן אויף די אידישע שפראך, וואס איז דא פון די גניזה אויף איין פלאץ, (אויסער די "אידיש קאודעקס" וואס באשטייט פון דריי און אכציג זייטן) קענען מיר ווייטער גיין פאראויס מיט נאך גאר אינטערעסאנטע און באלערענדע שריפטן פון די גניזה.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

א פרייליכ'ן פורים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א ברכת מזל־טוב און פורים וואונטשן אין לשה"ק, פאר יוסף בן יעקב. און ברכות פאר זיינע צוויי זוהן, "הילל" און "בנימין".
T-S 13j26 15.jpg

רובי שלומות ככוכבי מרומות עם שאר כל
הנחמו[ת ה]רשומות והחתומות בעשרים
וארבעה מחכמות תבואנה מיודע תעלומות
לאלופינו וגדולנו ויקירנו והודנו והדרנו
וכליל יפיינו ועטרת ראשינו ומחמד
עינינו כבוד גדולת קדושת מרנא ורבנא
יוסף ריש כלא הזקן הטוב והיקר והמהודר
והחסיד והנדי[ב .]המ[. .]ל[.]ב[. .]א[.]וח .א.[.]
האהוב והחביב והחשוב חמוד מרנ ורבנא
יעקב ריש כלא ניחא נפשיה בגן עדן
אלהי ישראל יברך אלופינו ויקירנו וישמרך
וינצרך ויעזרך ויחייך ויאריך ימיך ושנותיך
בטובות ובנעימים ויחיה לך חמודיך היקרים
הנאהבים החביבים ר הילל נטריה רחמ ור בנימין
אחייֵהִ בָרֵי עלמא ותזכה אלופינו ויקירנו //בראש// וחביביך
שמרם צורם שנים רבות ומבורכות ופורים אילו
סימן טוב וסימן ברכה סימן חיים מתוקנים סימן
שלום סימן שלום סימן הנחה סימן רווחה סימן
שמחה סימן אחרית טובה ותקוה שכן ישימם המק'
עליך כבודינו ויקירנו ועל חמודיך ואנשי ביתך
וקרוביך ואוהביך ואהוביך גדול וקטון וכן יכפיל
לך השכר בעדינו בכל עת ובכל עונה בעולם הזה
ובעולם הבא ויקביל תפילתינו ותחינתינו בעדך ובעד
בניך ועוד תזכה ל.ע. . תחכה וכן יהי רצון

ושלום אלופינו ושלום וסיעתו יפרח וירבה ויגדל לעד
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום דאנערשטאג מארטש 02, 2017 12:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בענקעל האט געשריבן:א ברכת מזל־טוב און פורים וואונטשן אין לשה"ק, פאר יוסף בן יעקב. און ברכות פאר זיינע צוויי זוהן, "הילל" און "בנימין".


עינינו כבוד גדולת קדושת מרנא ורבנא
יוסף [b]ריש כלא הזקן הטוב והיקר והמהודר

והחסיד והנדי[ב .]המ[. .]ל[.]ב[. .]א[.]וח .א.[.]
האהוב והחביב והחשוב חמוד מרנ ורבנא
יעקב ריש כלא ניחא נפשיה בגן עדן

שמחה סימן אחרית טובה ותקוה שכן ישימם המק'


וואס איז פשט פון ריש כלא?

ביי "המק" קומט א שטרעכעלע אויבן לסמן סיום האות.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

נא_שכל האט געשריבן:וואס איז פשט פון ריש כלא?

ראה תוך ביאור זה:
1 שרש אלף, זה. וכן גם בערב' أَلُوف. וכבר העיר ר"י בן קריש על הדמיון הזה. — 2 החדשים קראים כאָלף במשמ' שבט וכן אַלְפֵי במקום אַלֻפֵי. ושי"ר (ע"מ ארם)פרש כאלף כמו העיר אלף (יהושע יח כח). — 3 כך מפרשים ריב"ג רש"י ורד"ק. אך כל הכתוב הזה קשה להלמו. עכ"פ בהספרות החדשה נקבע הדבור במשמעה זו. — 4 והעירו שם: כדתנן תקוע אלפא לשמן. — 5 לפי דעת דר' הרכבי (בהער' לתשו' הגא') אלוף דומה לתאר ריש כלא. אך ש' פוזננסקי (REJ XLVIII 152) סובר כי זה היה תאר לחכמים מארצות נכריות. — 6 יש הקוראים אלָפינו. — והוא עפ"י מנהג הקדום של הלשונות השמיות לא לצַיֵן את מין הנקבה הטבעי בסי' הנקבה.



ביי "המק" קומט א שטרעכעלע אויבן לסמן סיום האות.
פאראכטן.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

זכות קריאת המגילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

חודש אדר אין יאר ד' (למספרם 1244 CE), נעבן דעם טייך נילוס, אין א קליין שטעטעלע 'דאמירה', קויפט א מאמע פאר איהר קליינעם זוהן, די זכות צו ליינען "מגילת אסתר", פאר פערציג דירהם. ($10) - [לה"ק/ערבי]

T-S NS J2.jpg

למא כאן פי אלעשר אלאוסט מן חודש אדר שנת
א'תקנ"ה לשטרות בעיר דמירה הקטנה דעל
נילוס נהרא מותבה חצר אלשיך אבו אלפכר
בן אבו אלפרג נ"ע ואקנא מנה קניי ן של קניי ן
חמור גמור בלפץ מעכשו בכלי הכשר בלי
אונס כלל בגיר קהר ולא גבר בכל (!)מדעין ותנאי ן
ברצונו לקנות בו מעכשו אנה לם יתערץ לשי
מן מאל אלהקדש מ ן גהה אגרה אלדואב אלתי אכתראהם
לסידנא אלנשיא יושיהו (!)אלתי אכתראהם אלי אש[מום
ואלי אלמחלה לא בוגה ולא בסבב ומתא תער[ץ
לשי מן מאל אלהקדש כאן עליה דרכה ללהק[דש
ואנה נזל ען טלב דלך מן גה"ה קראה אלמג[לה
ען אבנה אברהים בעד אן וזנת אם אבו
אלסרור ואבנתהא מ ן ענדהם ארבעי ן דרהם
ורק ללהקדש יצרפוהא אלגמאעה פי מנאפע
אלכניסה פי מא יתפקו עליה אלגמאעה פי צרף
אלארבעי ן דרהמא אלתי [ו]זנתהא אם ב ן
אבו אלסרור ואבנתה אם עמיר פי קראה
אברהים ב ן אבו אלפכר אלמדכור אלמגלה
ובדלך כתבנא וחתמנא ועל הכל
שריר ובריר וקים
משה בר מבורך תלי בי ן שטרא (!) אמרה
קיומהון א מאיר בר שלמה סט
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

קטעי ממגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

עטליכע קטעים פארבליבן פון איין באנד . זעהט אויס ווי איינער לערנט זיך צו שרייבן מגילת אסתר.

בדרך אפשר.

ENG B8
ENG B8
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

..."ואהיה כאות אחת בתוך שיטי כתבי"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

T-S 10J31 6.jpg


ווען דער שרייבער פון דעם בריוו שילדערט פאר זיין באליבט'ן ברודער זיין אנקום קיין אלעקסאנדריע, איז דאס אין די צוועלפטער יארהונדערט. נאכ'ן לאנדען ביים פארט אונטער שווערע שלאכטן צווישן צוויי פראקציעס.

די אראבער און א 'אפריקאנער שבט' פירן צווישן זיך א בלוטיגן קאמף, וואו עס ווערן געהארגעט ארום הונדערט מענטשן. אין שטאט הערשט א הפקרות; די טויערן פון שטאט זענען פארשלאסן, דער הערשער האט פארלאזט די שטאט און איבער געלאזט די שטאט אויף הפקר. און די שענסטע געשעפטן ווערן בארויבט.
דער שרייבער מיט זיין ווייב, און זייער זוהן יוסף און אלע מאטראזן, מוזן וויילן ביים פארט גאנץ ראש השנה. און הערשט צום גדליה איז מען אריין אין שטאט.

* * * *

אבער נישט דאס איז די סיבה פארן ברענגען די בריוו. די געשיכטע איז - ווי מען זאגט - א טיפיקעל געשעעניש אין יענע צייט. וואו שלאכטן, פאנגעריי און רויבעריי, איז געווען א טאג טעגליכע ערשיינונג. ווי מען טרעפט צווישן די שורות פון טויזנטער און אפשר צענדליגע טויזנטער בריוו'ן פון די גניזה.

עס איז די ווערטער פון די ערשטע דריי ליניעס אינעם בריוו. - טיפע דורך געטראכטע ווערטער פון געפילן..., וואס קען נישט מיט'ן מויל געזאגט ווערן...; א שפראך וואס פירט זיין לייענער נענטער, צו די האנט פון זיין שרייבער...
נאר דער קונסט פון "פאפיר" קען ארויסברענגען אזעלכע ווערטער, וואס ווייזט ארויס די טיפע געפילן פון "ליבשאפט" און "בענקשאפט" פון א ברודער צו א ברודער, וואס 'גארט' אים שוין צו זעהן... אויסדרוקן וואס רירט צו, ביז די טיפעניש פון הארץ...




מי יתן שאלתי ואהיה כאות אחת בתוך שיטי
כתבי ואראה את דמותך הנעימה ואשק לך
ידיד נפשי אהובי אכי אלעזיז עלי אלאתיר לדי
צאנך אללה ורעאך ואדאם תופיקך ונעמאך וכאן
לך וליא ובך חפיא וענך מרצ'יא במנה ופצ'לה
אלי תחב עלמה יא אכי אעלמך אללה כירא באן קד וצלנא
אלי אלאסכנדריה עלי אפצ'ל אלאחואל באלתקרב מן
חצ'רתך קרב אללה אלאג'תמע {!} בהא עלי אפצל
חאל אנא וזוגתי וולדי יוסף יתר הפליטה וכאן
וצולנא אול יום מן ראש השנה בכרה פאקמנאה
פי אלמרצא אלי יום אלאחד פלמא כאן יום אלאחד
לם יתרכונא ננזלוא אלייום אלאתנין תם נזלנא ווגדנא
אלבלד קד קאם עלי סאק וקד אלתקת אלקב[ ]איל
אללכמין ואלגרביא ומאת בינהום נחו ק' נסמא
וכרג' אלואלי מן אלבלד ובקי אלבלד סאיב מסגן מגלוק
ועליה חואנתה נהבת ומא תגרינא נדכלו מן באב
אלצנאעה ואקמנא תם אלי אלמעל אלדי אלי
אלצום אכדנא תויבא תויבא ודכלנא צומנא
פי אלבלד ובקית חואיגנא תם וגאו אצחבנא מן מצר
מע ר' חייא אלדיאן ש'צ' ומא וזנו עלי דכולהום
מן אלכליג אלי אלאסכנדריה אלי דינאר והו אלדי
אוגב אקאמתי ולא כנת עוץ' כתאבי וקד
אגתמעת באבו אלמעאניואכברני באחואלך
ושכרת לה עלי דלך וקאל לי ענך באנך ארדת
[ ] ואועדת לה דאלך וכאנת כירא וקאל
אלינא

עלי אפצ'ל אל
אחואל ואתם
אלאמאני ואל
אמאל במנה
ופצלה ואנ[ ]
סלאם[ ]
בה חצ'רתך אל
גלילה ואעד בה
ואולאדך חרס אללה
גמיעהם אפצ'ל
אלסלאם וע
[ ] כי ערבה ומן
[ ]


מי ייתן שאלתי ואהיה כאות אחת בתוך שיטי
כתבי ואראה את דמותך הנעימה ואשק לך
ידיד נפשי אהובי, אחי היקר לי המועדף בעיני,
ישמרך האל וינצרך ויתמיד הצלחתך ואושרך ויהי
לך אדון, ישמרך וישבע ממך נחת בטובו ובחסדו.
מה שתרצה {וודאי} לדעת. הו אחי, יודיעך האל {אך} טוב הוא. כי כבר הגענו
לאלכסנדריה בנסיבות הטובות ביותר בזכות ההתקרבות אליך.
מי ייתן והאל יקרב את המפגש עמך בנסיבות
הטובות ביותר. אני ואשתי ובני יוסף "יתר הפליטה" הגענו
בבוקר היום הראשון של ראש השנה ובילינו אותו
במעגן עד יום ראשון. וביום ראשון
לא הניחו לנו לרדת עד יום שני. אחר כך ירדנו ומצאנו
שהעיר נתונה בקרב קשה ושתי הקבוצות
ה"לכ'מים" וה"גראביה" התנגשו זו בזו ומתו מביניהם כמאה איש.
המושל יצא מהעיר והעיר נותרה נטושה סגורה ומסוגרת.
מיטב חנויותיה נבזזו ולא העזנו להיכנס דרך שער
"אלצנאעה" ושהינו שם עד ערב
ה"צום". לקחנו בגד קטן לאיש ונכנסנו בצום
אל העיר וחפצינו נותרו שם. ובאו ידידינו מפסטאט
יחד עם ר' חייא הדיין שמרו צור ולא שילמו על כניסתם
מהתעלה לאלכסנדריה אלא דינאר וזה מה שחייב
את השתהותי ולא {יכולתי} להיות במקום מכתבי. כבר
נפגשתי עם אבו אלמעאני וסיפר לי על מעשיך
והודיתי לו על כך. ואמר לי כי ביקשת
[ ] והבטחתי לו זאת והיה טוב ואמר
[ ] לנו


בנסיבות הטובות ביותר
והאיחולים השלמים ביותר
בחסדו
וטובו[ ]
שלום[ ]
את נוכחותך
הנכבדת בהבטחה
ולילדיך. ישמור האל
את כולם {מסור}
שלום

(עס איז מערקבאר, אז אויסער וואס די גאנצע בריוו איז געשריבן אין עברי-ערבי, איז די ערשטע ווערטער דייקא געשריבן אין לה"ק. וואס איז מעגליך ציטירט פון א פסוק; פיוט; אדער מליצה.
אדער, איז עס טאקע א חידוש פונעם שרייבער. וואס אין לה"ק האט דאס פארן שרייבער געהאט די ריכטיגע אפקלאנג.)


נאכ'ן ליינען אין לשה"ק, לאמיר עס שרייבן אין מאמע לשון, כדי עס נענטער ברענגען צום געוויסן:

"הלוואי זאל איך זיין א 'אות'..., צווישן די 'שורות' פון מיין 'בריוו'..., און קענען זעהן דיין זיס געשטאלט..., און דיר קענען קושן...; מיין ליבליך טייער אויסדערוועלטע ברודער..."
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די זעלטענע רייכע היסטאריע פון ביהכ"נ בן עזרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

לאמיר פארן אויף א קורצע רייזע קיין פוסטאט, אלט-קאירא. און כאפן א נענטער בליק אויפ'ן "בית הכנסת בן עזרא" און זעהן פון דערנאנט וואס איז איהר זעלטנהייט אין די אידישע היסטאריע. (לויט ווי באזוכער גיבן איבער, איז נישט ערלויבט צו מאכן בילדער פון אינווייניג. צו צופאסן ריכטיגע 'קלארע' בילדער איז נישט איינפאך.)

די נעמען וואס די ביהכ"נ האט דורך איהר היסטאריע: ביהכ"נ - אנשי ישראל / אליהו הנביא / משה רבינו / רמב"ם / בן עזרא

צו קענען האבן א ברייטערע השגה אין די ריכטיגע טייערע היסטארישע ווערד פון "בית הכנסת בן עזרא", לאמיר זיך באקענען מיט די פארציילונג פון א באזוכער, וואס האט דארט באזוכט ווען דער בית הכנסת האט נאך פונקציאנירט מיט איהר פולן גלאנץ. ר' יעקב ספיר ז"ל האט ערשט באזוכט בן עזרא אין יאהר תרח"י. און באשרייבט זיין באזוך דארט אין גרויס דעטאל.
2017-03-21_17.02.11.jpg
2017-03-21_17.02.11.jpg (49.54 KiB) געזען 5341 מאל















מיר זענען מעתיק אין אידיש עטליכע פונקטן פון הרב ר' יעקב הלוי ספיר ז"ל אין זיין ספר "אבן ספיר", וואו ער פארציילט זיינע רייזעס אין אסאך לענדער אלס משולח פון ארץ הקודש צו זאמלן געלט און האט געזעהן אסאך וואונדערליכע זאכן צווישן זיינע דאסטינאציעס.

"אין אלט מצרים איז דא א געגנט וואו דער הייליגער רמב"ם ז"ל האט געוואוינט. אויך דער אריז"ל האט דא געוואוינט. אין די זוממער קומען דא די רייכע אידן וויילן, צוליב איהר פיינע לופט וואס קומט פונעם טייך נילוס. (אינטערעסאנט צו באמערקן וואס מיר האבן אויבן געברענגט צווישן די בריוו פון "רחל זוסמאן", וואו איר זוהן משה שרייבט איהר נאך אין יאהר שכ"ו, אז ער מיט זיין שווער און די גאנצע פאמיליע, וויילן זוממער אין 'בולק' ביים טייך נילוס. און ווי שיין און פיין עס איז ביים נילוס.) דא איז דא א אידישע געגנט פונעם פריעדיגן דור וואס איז ארום גענומען מיט אסאך אלטע חורבות. און אינמיטן איז דא א גרויסע ביהכ"נ. מ'זאגט אז דאס איז פון "עזרא הסופר". און דארט אויבן איז דא א היכל ביי די מזרח וואנט, וואס דארט ליגט א ס"ת וואס מען זאגט אז דאס האט "עזרא הסופר" געשריבן. די ביהכ"נ איז זייער באליבט ביי די אידן און אסאך ווערט געטון צו אויפהאלטן די ביהכ"נ. און עס ברענט שטענדיג א נר תמיד.

עטליכע אידן קומען דא דאווענען שבת און יו"ט. און דער שמש מיט זיין משפחה וואוינען אינעם חצר, צוהיטן און רייניגן די ביהכ"נ. און אנצינדן ליכט.

יעדן ר"ח קומען די מענטשן פון די שטאט באזוכן די ביהכ"נ, און א ספעציעלע גבאי נעמט צוזאם נדרים ונדבות.

ר"ח אייר איז דא א גרויסע יו"ט, און די מענער ווייבער און קינדער פון די שטאט, און ארומיגע שטעט קומען, און מען צינדט אן אויל ליכט. און ווער עס צינדט אן א ליכט גיבט א נדבה פאר די ביהכ"נ. און דאס איז א הייליגער טאג "לכבוד אדונינו עזרא".

אויף די רעכטע זייט אויף מזרח איז דא קליינע הייל וואס ברענט דארט שטענדיג א ליכט. מען רופט דאס "מערת אליהו". עס איז מקובל אז אליהו הנביא האט זיך אויף דעם פלאץ אנטפלעקט צו די "ראשונים". (דער הייליגער "ברטנורא" שרייבט שוין איבער דעם, פון זיין באזוך אין יאר רמ"ז.) און קיינער גייט נישט דארט אריין נאר נאכ'ן זיך מקדש ומטהר זיין.

און אויף די לינקע זייט אויף מזרח אויבן, איז דא נאך א קליינע היכל אין די וואנט, הויעך ארום צוויי אמות. און מען דארף ארויף גיין פינף שטיגן. און דארט איז די ס"ת פון עזרא. פון גרויס נייגער, האב איך זיך געשטארקט ארויף צוגיין און עפענען די היכל. אבער דער שמש האט מיר צוריק געהאלטן. און געווארנט אז עס איז א סכנה; עס קען מיר געשעהן א אומגליק און נישט אויסלעבן דאס יאהר. איך האב זיך איינגעבעטן, און געזאגט אז איך בין א הייליגער מענטש און איך בין געווען היינט אין מקוה. ער האט מיר געלאזט, זאגענדיג אז ער איז נישט אחריות אויב עפעס פאסירט מיט מיר, ווייל ער האט מיר פריער געווארנט.

איך האב געעפנט די היכל. און דארט שטייט א ס"ת פון זעקס טפחים לאנג אין א הילצערנע האלטער, וואס איז באדעקט מיט קופפער. איך האב עס געעפנט און געזעהן א אלטע פשוט'ע ס"ת געשריבן אין כתב אשורית בבלי.

אין יאר תרכ"ד בין איך נאכאמאל אהין געפארן. ביי די עזרת נשים איז דא דארט א גניזה פון אלטע פארפוילטע און צעריסענע ספרים. מען האט מיר געזאגט אז דארטן האלט מען אלטע ספרים פון יארן צוריק. איך האב געוואלט דארט זוכן, אפשר וועל עפעס טרעפן. בין איך געגאנגען אהין די צווייטע טאג ר"ח אייר, וואס דעמאלט זיצט דארט די גבאי און די שמש. און די ביהכ"נ איז אפען א גאנצע טאג.

איך האב געבעטן מען זאל מיר ווייזן די גניזה, און זיי האבן נישט געוואלט; זאגענדיג אז עס איז א גרויסע סכנה און א שלאנג נעמט עס ארום.

"על הביהכ"נ עולים מבחוץ במעלות דרך מבוא התאים ועזרת נשים"
איך בין נאכאמאל געקומען אין ר"ח סיון און איך האב זיי געזאגט אז איך האב רשות פונעם רב. האבן זיי געלאכט און געזאגט: פארוואס זאל זיך א מענטש איינשטעלן פאר גארנישט. די וועסט נישט אויסלעבן דאס יאהר (רח"ל). איך האב מיך איינגעבעטן און זיי געוויזן אז איך האב א קליינע מזוזה פאר א שמירה. אויך, ווייס איך א 'לחש' קעגן שלענג. און פאר'ן שמש האב איך צי געזאגט א מתנה אויב ער ברענגט מיר א לייטער.

די שמש האט געבעטן פון די אידן דארט אז זיי זאלן זיין עדות אז מען האט אים געווארנט, און אז אונז זענען ריין פון יעדן שולד. אויך פון דעם האב איך זיך נישט דערשראקן. די שמש האט מיר געוויזן דעם וועג און אויך געברענגט א לייטער.

"ושם גניזה לספרים בלועים וקרועים... "
איך בין ארויף אויפ'ן לייטער. און נאכ'ן זיך פלאגן דארט פאר צוויי טעג, און ווערן שמוציג אין די שטיקעדיגע לופט, האב איך ארויף געברענגט אפאר אלטע ספרים. אבער קיין שלאנג האב איך נישט געטראפן.






ארום פינעף פיס פון די בימה אינמיטן די ביהכ"נ, איז דא א פיר קאנטיגע קאסטן אזוי ווי א בעט, עס איז פון האלץ, מיט א צוים ארום. עס איז לאנג פיר פיס און ברייט דריי פיס. עס איז אויסגעשפרייט א ריינע ווייסע ליילעך אויף הילצערנע שטאנגען ווי א געצעלט אויף די פיר זייטן, אזוי ווי א סוכה. אויף דעם פלאץ זאגט מען, איז "ירמיה הנביא" געזיצן און געזאגט קינות אויף חורבן ירושלים תוב"ב. און קיין שום מענטש דערוואגט זיך נישט צו זיצן אויף דעם, פאר זיין לעבן. נאר א פרוי מקשה לילד אויב זי זעצט זיך אהין, האט גרינג אויסגעטראגן. נאך און נאך אסאך וואונדערליכע נסים פארציילט מען אויף די ביהכ"נ."

ע"כ.


די וועגן אינעם פעסטונג. און דער טויער צום ביהכ"נ הויף.
די בית הכנסת שטייט היינט ארום גענומען מיט זיבן קירכעס און דריי קריסטליכע בתי קברות. אנצוקומען צו די בית הכנסת, ברויך מען דורך גיין א רייע שמאלע קארידארן פון אלטע חורבות און פארצייטישע שטיינערנע ווענט און ערד. נעבן די ביהכ"נ קען מען נאך זעהן צייכנס פון די פעסטונג פון די צייטן פונעם מעכטיגן רוימישן קייסער 'טריאנוס' (סוכה נא: תענית יח:) ווען זיין מיליטער האט איינגענומען די פעסטונג און איהר פארשטערקערט אין די יארן פון 98 CE.



אינדרויסן פון די בית הכנסת איז דא אזוי ווי א שטיינערנע ברונעם. וואס דא איז געווען די מקוה. די ברונען איז ארום גענומען מיט א צוים. עס איז אנגענומען ביי די אידן פון דורי דורות, אז אויף דעם פלאץ האט 'בתי' בת פרעה' ארויס געצויגן 'משה רבינו' פון די נילוס. עס איז באקאנט אז ווען די נילוס הייבט זיך, קען מען זעהן ווי עס דריפט ארויס וואסער פון די שטיינער. כאטש עס איז עטוואס אוועק פונעם נילוס.

(עס איז צום באטאנען אז סיי ר' בנימין טודעלא אין "מסעות בנימין". און סיי ר' יעקב ספיר אין "אבן ספיר" - ביי זייער באזוך אין פוסטאט, טוהן מיט באגייסטערונג אויף די נפלאות הבורא - באשרייבן אין גרויס דעטאל איבער די אויסערגעווענליכע וואונדער פונעם טייך נילוס, און וואס זיי האבן דארט בייגעוואונט)


בעפאר די רענאוואציע
נאך אסאך יארן זיין פארלאזט, איז די בית הכנסת געווען אין א געפאר פון פארלוירן גיין. עס איז רענאווירט געווארן אין 1990'ס, מיט די שטיצע פון "פיליס לאמבערט" "Phyllis Lambert" געבוירן אלס "Phyllis Barbara Bronfman" פון די רייכע בראנפמאן משפחה אין מאנטרעאל קאנאדע.

נאך די רענאוואציע. - מערקט די שטיגן און בריק, וואס פירט צו די עזרת נשים גאלעריע אויף דרום זייט. און אז מען גייט דארט ארום, ביי מזרחית צפונית געפינט זיך די עפענונג צו די גניזה.

rambam1.jpg
rambam1.jpg (36.29 KiB) געזען 5341 מאל

בילד
אין כ"ז כסלו תשנ"ח האט חב"ד געמאכט זייער יערליכע סיום אויף רמב"ם אין ביהכ"נ בן עזרא אנגעפירט דורך הרב יוסף העכט פון אילת. די אלטע ווענט האבן דאן נאכאמאל אפגעהילכט מיט א קול פון תורה און שירות ותשבחות.

[align=center]* * * * * *[/align][align=center]~ ~ ~ ~[/align][align=center]. . .[/align][align=center]*[/align].


די שילד ביים אריינגאנג.


די אריגינעלע רעכטע טיר פונעם ארה"ק. געשאצט צו זיין פון די צייטן פונעם הייליגען רמב"ם ז"ל.



דער הערליכער מזרח.


די ברונעם אמאהל

די ברונעם היינט



"באמצע ביהכ"נ בנין עץ כמו מיטה... אומרים ישב ירמיה הנביא וקרא הקנות על חורבן ירושלם"






מפת קהיר העתיקה
מפת קהיר העתיקה
oldcairo_map.gif (60.66 KiB) געזען 5341 מאל



עתקת אבן הספיר.

[align=center]* * * * *[/align][align=center]* * *[/align][align=center]*[/align]

דריי און דרייסיג יאהר שפעטער, נאך הרב ר' יעקב'ס באזוך אין די גניזה; אין יאר תרנ"ז מאנטיג טו בשבט, האט שעכטער - זייענדיג ביי די קאירא גניזה - געשיקט א בריוו אז ער גרייט זיך צו אפשיקן די קעסטלעך מיט די זעלטענע טייערע געפינסן.

בילד
"שניאור זלמן הכהן שעכטער" (solomon schechter) קרעדיטירט פארן אויפדעקן, שטודירן, און ארויסברענגען פאר די וועלט, די גרעסטע טייל פון די גניזה.


די היסטאריש בילד פון איינע פון די קאסטענעס אין וואס שעכטער האט אפגעשיקט די כתבים


די קאסטן היינטיגע צייטן.
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

WOW. גאר אינטערעסאנט. ישר כח בענקעל.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

""מצה בגניזה"" . . .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מצה של אבו אלאהאטר.jpg
[align=center]מזיוף[/align]
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש"כ, בענקל!
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

מונאוויטש האט געשריבן:יש"כ, בענקל!
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

שטר נדוניה בצורת מעגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

vienna H 20 r-v.jpg
VIENNA H 20r.jpg

vienna H 20

עס פלעגט זיין די מנהג צו מאכן א עפענליכע רשימה פון אלעס וואס מען האט באקומען אלס 'נאדן'. די רשימה האט מען גערופן 'תַקְוִים'. מען געפינט דאס אסאך מאהל צווישן די שטרים אין די גניזה.

די שטר דא, איז א "שטר נדוניה". מען פלעגט דאס שרייבן אין צייט פון אומזיכערקייט און רעגירונגס אומרוען, נישט וויסענדיג וואס דער מארגענ'דיגער טאג וועט ברענגען. דאס איז א עפענטליכע שטר אז יעדער זאל וויסן וואס מען האט זיך אונטערגענומען. אלס א זיכערהייט אז יעדער וועט נאכקומען זייער התחייבות.

[align=center]* * *[/align]

עס איז י"ז מרחשון יאהר ד'תתקל"ב, אין די שטאט פוסטאט מצרים. דער הייליגער רמב"ם איז דא דער מנהיג. דער חתן 'אלמנגא בן יפת' שרייבט עדות'שאפט אלע חפצי נדן, מיט איהר ווערט, וואס ער האט באקומען פון זיין כלה המהוללת 'עזיזה בת יכין'.

צוליב א סיבה וואס איז אונז נישט באקאנט איז די שטר געשריבן אין אין א רונדיגע פארום. און עס פעלט פון די עקן פונעם פאפיר. אונטן פעלט די נאמען פון נאך איין עדות. עס איז געשריבן אין א געמיש פון עברי-ערבי, ל"ק און אראמיש.

[align=center]landscape screen recommended = די סקרין אויף ברייט איז רעקאמענדירט[/align]
[align=center][...] מן אסאב אלו[צלה] בין אלמ[נגא] אלקזאז הבחור בר ר"מ יפת הזקן [...]
[...] עליה בנדוניה אלקימה [...] סתה [וכמס]ין דינר קרן בלא כפל תקרר בינהמא כתאבתא כארג ען
אלכתובה כוף מן עואקב אלזמן והדא שרח אלנדוניא כל עלק מנהא בקימתא אלמקוומה בה פי דלך אלשטר
[/align]

[align=center](שורות 4-12 רשימת חפצי הנדוניה, לא מעתק)[/align]

[align=center]אלגמלה סתה וכמסין דינארא ושוי דינר בדינר קרן בלא כפל וקאל לנא מנגא הבחור
הנזכר אשהדוא עליי ואקנוא מני מעכשיו ואכתבוא ואכתמוא עליי בגמיע אלאלפאט אלמחכמא ואלמעאני אלמכדה
ובכל לישאני דזכואתא וסלמו דלך אלי עזיזה זיגתי בת יכין נע ליכון בידהא וביד וראתהא בעדהא עליי ועלי וראתי בעדי
חגה וותאק לליום ומא בעדה אנני מקר ענדכם באוכד מעאני אלאקראראת ואותקהא ואנא פי צחה מן עקלי וגואז
אמרי טאעא מן גיר קהר ולא גבר ולא אכראה ולא סהו ולא גלט ולא עלה בי מן מררץ אנני קד קבצת ותסלמת גמיע
נדוניא אלמקדם דכרהא ען כמאלהא ותמאמהא בעד חצורי לתקוימהא ור צאי במא תקרר פי תמן כל עלק ועלק מנה
וצארת גמיעהא אלי ידי ומלכי ופי חוטתי ותחת גלקי וקבלת עלי נפסי אלאחריות אלמכמלה פיהא וקבלתהא עלי
[...] כנכסי צאן ברזל אד לא פרק פי כתאבתהא עליי פי הדא אלשטר אלי כתאבתהא עליי פי אלכתובה אד חכם אלגמיע
עליי חכם ואחד ואנמא אלסבב פי כתאבתה עליי פי הדא אלשטר דון אלכתובה לאגל כפי מן עואקב אלזמאן ואחריות
שטר נדוניא דא עליי בחיי ועל יורשי אחריי על כל שפר ארג נכסין קלין וממון דאית לי ודי הוו לי תחות כל שמיא בביתא
ובברא בין ממקרקעי ובין ממטלטלי ואפילו מן גלימא דעל כתפאי דלא כאסמכתא ולא כטופסי דשטרי אלא
כחומר וכחוזק כל שטרי מחזקי מזרזי דבי דינא ותקנתא דרבנן מן מ אבו אלמנגא הבחור הנזכר עלי כל
מא נסב אליה לעיל קנין גמור חמור בכלי הכשר לקנות בו מעכשיו ברצונו בלי אונס כלל בביטול כל מודעין ותנאין
וכאן דלך גמיעה פי יום אלאתנין אלסאבע עשר מחדש מרחשון דשנת אלפא וארבע מאה ותמאנין ותלת
שנין בפסטאט מצרים דעל נילוס נהרא מותבה רשותיה דאדוננו משה הרב הגדול בישראל
שריר ובריר וקיים
ושוי דינר בדינר קרן בלא כפל מלחק פי מכאנין והו צחיח לא יסתראב בשי מנה [...]
וקיים וקיים ומוחזק ומוחזק
שלמה הלוי בר שמואל נע
[/align]


[...] ליצור קשרי [חתנות] בן אבו אלמ[נגא] אלקזאז(1 הבחור בר ר"מ יפת הזקן [... אודות]
[מה שהוכסם] עליו בנדוניה שערכה חמישים וששה דינר <שוי דינר בדינר קרן בלא [כפל](2>, הוסכם בין שניהם לכתוב אותה [(בשטר) חוץ מן]
[הכתובה, מפחד] נסיבות הזמן(3 וזו הערכת [הנ]דוניה, כל חפץ ממנה במחירו לפי הערכתו ב[שטר זה]


סך-הכל חמישים וששה דינר <ושוי דינר בדינר קרן בלא כ[פל]>. ואמר לנו מנגא הבחור
הנזכר: העידו עלי וקנו ממני מעכשיו, וכתבו וחתמו עלי בכל הלשונות המאושרות והמשמעוית המחוזק[ות]
ובכל לישאני דזכואתא, ותנו זאת אל עזיזה אשתי בת יכין נ"ע להיות בידה וביד יורשיה אחריה, עלי ועל יורשי אחר[י]
לראיה ולשטר להיום ומה שאחריו, שאני מודה לפניכם הלשונות החזקות ביותר של הודאות, והשרירות שבהן, ואני בדעה ברירה, ברצוני
החופשי, שלא מוכרח ולא כפוי, ולא בעל כורחי, ולא שוגה ולא טועה, ולא פגם של מחלה בי, שאני כבר קבלתי ונשתלמתי מכל
הנדוניה [הנזכ]רת למעלה, את כולה בשלמותה, לאחר שהייתי נוכח (במעמד) הערכתה(4 והייתי מרוצה במה שהוסכם אודות ערכו של כל חפץ וחפץ ממנה.
והגיעה כולה אל ידי ולרשותי, ובהשגחתי ותחת שמירתי, וקיבלתי על עצמי את האחריות השלמה אודותיה, וקבלתיה עלי
[...] כנכסי צאן ברזל, ולא אבדיל בין מה שכתוב לה עלי בשטר זה לבין מה שכתוב לה בכתובה, כיוון שדין הכל
עלי דין אחד. ואין זה אלא שסיבת כתיבתי עליה בשטר זה מלבד הכתובה משום פחדי מנסיבות הזמן. ואחריות
שטר נדוניא דא עליי בחיי ועל יורשי אחריי על כל שפר ארג נסכין קלין וממון דאית לי ודי הוו לי תחת כל שמיא בביתא
ובברא, בין ממקרקעי ובין ממטלטלי, ואפילו מן גלימא דעל כתפאי, דלא כאסמכתא ולא כטופסי דשטרי אלא
כחומר וכחוזק כל שטרי מחזקי מזרזי דבי דינא ותקנתא דרבנן. וקנינא מן מ אבו אלמנגא הבחור הנזכר על כל
מה שמתייחת אליו לעיל קנין גמור, חמור, בכלי הכשר לקנות בו מעכשיו ברצונו בלי אונס כלל בביטול כל מודעין ותנאין.
והיה זה כולו ביום שני, י"ז מחודש מרחשון בשנת אלף וארבע מאות ושמונים ושלוש
שנים(5, בפסטאט מצרים שעל הנילוס הנהר מושבה, רשותו של אדונינו משה הרב הגדול בישראל(6.
שריר ובריר וקיים.
ושוי דינר בדינר קרן בלא כפל, כתוב בין השורות בשני מקומות(7. והוא נכון, לא יהיה ספק בדבר ממנו [...]
וקיים וקיים ומוחזק ומוחזק.
שלמה הלוי בר שמואל נ"ע

------------------
    1 אומן טווה כותנת
    2 נהגו לעתים להעריך חפצה נדוניה, כפליים מערכו, ולפעמים יותר. ציינו כאן, שאינו כן. אלא בערכו אמיתי.
    3 נהגו לכתוב רשימה כזו בתקופות "אי יציבות שלטונות"
    4 נהגו לפרוס במקום מוסכם על החתן והעריכה בפומבי.
    5 לשטרות
    6 הכוונה להרמב"ם ז"ל
    7 שורות 2. - 12.
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

אויסערגעווענליך!! מלא וגדוש מיט אינטערעסאנטע ידיעות!!
אפשר קען איינער צוליב טאן און שאפן א פי.די.עף. דערפון?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

נוסח הגדה ומנהגים שונים מאז מקדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

t-s h2 152.jpg
T-S H2 152

נפקו אבהתנא מארעא דמצרים לפ[...]
דהוו אבהתנא בארעא דמצרים משועבדין
תחות מכות דפרעה והוו מצראי דחיקין
יתהון ומשעבדין יתהון ורמא עליהון
פלחנא קשיא דלית אינון יכלין למיקם
בהן צלו אבהתנא קדם קודשא בריך
הוא ושמע קודשא בריך הוא בקל
צלותהון ועבד להון נסין ואפיקינון מתמן
וכד נפקו אבהתנא מארעהון דמצראי
נסיבו ית לישא דלחים כד הוה פטיר ואפו
יתיה במ[דב]רא ולקיטו מררי ואכלוהי
[............]נא קודשא בריך הוא למיעבד

[..ה]זמנים. ב'א' יי אל' מ'ה' שעשה נסים
לאבותינו בימים האילו. ב' א' יי אל' מ'ה'
שהחינו וקיימנו והגי[ע]נו לזמן הזה.
וישרב אל כאס ויגסל ידיה ויקול ב' א'
יי אל' מ'ה' אשר קדשנו [ב]מצותיו וציונו על
נטילת ידים.
ואן כאן לילה אלאחד יקול ב'א' יי
אל' מ'ה' בורא מאורי האש. ב'א' יי אל' מ'ה'
ה[מ]בדיל בין קדש ל[קדש] ב[ין] שבת קדש
ליום מקרא קדש בין [הטמ]א לטהור בין
הים לחרבה בין המים העליונים למים
התחתונים בין ישראל לגוים בין קדושת


שבת לקדושת יום טוב וכתוב והיית[ם]
קדושים כי קדוש אני יי ואבדיל אתכם
מן העמים להיות לי ב' א' יי המבדיל
בין קודש לקודש: *ויאכד שי
מן אלבקול ויברך עליה ב' א' יי אל' מ'ה' בורא
פרי האדמה. **פיאכלה בעד גמסה פי אל
כל ויברך בעדה ב'א' יי אל' מ'ה' בורא נפשות
רבות על כל שברא. ב' חי העולמים:
***תם יאכד כאס תאני וליבתדי
אג'ל אל חאצ'רין ואעלמהם או אכבר ולד
לה פליסאל ואל כאס פי ידה. מה
נשתנה הלילה הזה מכל הלילות שבכל


* יקח מעט מן הירקות.
** ויאכל אותו לאחר שיטבילו "בחומץ".
*** לאחר מכן יקח כוס שניה. ונפתח הנכבד ביותר מבין הנוכחים, והמלומד שבהם. או ילדו הגדול. וישאל כאשר הכוס בידו

[align=center]* * * *[/align]

יש לעיין בנוסח זה. לדוגמה "בצת ישראל..." ועוד.
ms 9560 fol 3.jpg
MS 9560 fol. 3
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

היה זה כולו ביום שני, י"ז מחודש מרחשון בשנת אלף וארבע מאות ושמונים ושלוש
שנים(5, בפסטאט מצרים שעל הנילוס הנהר מושבה, [b][b]רשותו של אדונינו משה הרב הגדול בישראל[/b][/b](6.

wow wow wow
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
בענקל האט געשריבן:היה זה כולו ביום שני, י"ז מחודש מרחשון בשנת אלף וארבע מאות ושמונים ושלוש
שנים [לשטרות], בפסטאט מצרים שעל הנילוס הנהר מושבה, רשותו של אדונינו משה הרב הגדול בישראל.

wow wow wow!

יא, דער הייליגער רמב"ם ז"ל. שפראכלאז!
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

מונאוויטש האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
בענקל האט געשריבן:היה זה כולו ביום שני, י"ז מחודש מרחשון בשנת אלף וארבע מאות ושמונים ושלוש
שנים [לשטרות], בפסטאט מצרים שעל הנילוס הנהר מושבה, רשותו של אדונינו משה הרב הגדול בישראל.

wow wow wow!

יא, דער הייליגער רמב"ם ז"ל. שפראכלאז!

וואס? די הגדה ?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ניין, דער שטר נדן.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

כדי צו באשטעטיגן דעם זמן קלאר דארף מען דערגיין, ווען איז:
שנת אלף וארבע מאות ושמונים ושלוש לשטרות?

וועלכע יאר איז דאס למנין שאנו מנין?
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

מנין השטרות האט זיך אנגעהויבן ג' אלפים תמ"ח [און לויט טייל שיטות ת"נ]
קומט אויס אלף וארבע מאות ושמונים ושלש איז ד' אלפים תתקל"א
דער רמב"ם איז נסתלק געווארן ד' אלפים תתקס"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”