בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

די ארגינעלע בית הכנסת בן עזרא האט געהאט דריי געביידעס. די יעצטיגע געביידע איז פון די 1890ציגער יארן. 

עס איז נישט באקאנט ווען מען האט עס ארגינעל געבויעט. פון דאקומענטן אין די קאירא גניזה, איז דא באווייזן אז עס איז שוין געשטאנן אין שנת ד' תרמ"ב. 882.C.E למספרם. 

ווייניג איז באקאנט איבער די ארגינעלע געביידע. 

בערך אין שנת ד' תשע"ב, האט דער איסלאמישער גייסטליכער פירער אל-האקים ארויסגעגעבן א גזירה, אז מען זאל פארברענען אלע אידישע און להבדיל קריסטליכע אינסטוטוציעס. די ארגינעלע בית הכנסת בן עזרא איז דאן חרוב געווארן. 
אל-האקים איז שפעטער געהארגעט געווארן אין א אטענטאט. כן יאבדו. 

דער קומעדיגער איסלאמישער פירער, אלי-אל זאהיר, האט געלאזט צוריק אויפבויען רעליגיעזע הייזער. און בן עזרא איז ג'ווארן צוריק אויפגעבויעט אין די צייטן פון שנת ד' תשע"ח - תת"א. 

די קאירא גניזה פון 1890 איז צוויי שטאקן הויעך און שמאל. מיט א עפענונג פון די דאך. אסאך פון די כתבים זענען עלטער פון די גניזה, וואס קוקט אויס אז מען האט צוזאם גענומען כתבים פון אנדערע גניזה'ס. עס זענען געפונען געווארן שמות פון א צירקע 850 יאר. 

אין שנת תתקכ"ח,  האט דער איסלאמישער ווייזיער, שאוואר. געהייסען מען זאל פארברענען די גאנצע שטאט פוסטאט, ווי דער בית הכנסת איז געווען. כדי איר פארמעגן זאל נישט אריינפאלן אין הענט פון די קרייציגלער. שפעטער האט דער סולטאן סאלאדין, צוריק אויפגעבויעט די שטעטל פוסטאט.

אין יענע יאר תתקכ"ח, האט זיך דער הייליגער רמב"ם באזעצט אין פוסטאט. די הויפט שטאט פון קאירא, נישט ווייט פון בן עזרא. ער איז נישט געווען קיין מיטגליד אין בן עזרא. אבער אסאך שריפטן פון די גניזה רעדן איבער זיין לעבן און אויפטוענגן. איבעראלעם האט מען געפונען דארט כתבי ידות פונעם רמב"ם.

אין 1896 זענען צוויי טוריסטן פון סקאטלאנד צוריק געקומען פון אידזשעפט מיט שטיקלעך פון די גניזה, באזוכענדיג אין קאירא. און עס געוויזן פאר סאלאמאן שעכטער. סאלאמאן ווערענדיג באצויבערט פון די שריפטן, האט אראנדזשירט א רייזע קיין קאירא.  ווי ער האט צוזאם גענומען א גרויס חלק פון כתבים, און אריבערגעפירט קיין קעימברידזש ענגלאנד ווי ער האט שטודירט. 

די גניזה איז געווארן צוטיילט ביי פארשידענע לייברעריס און יוניווערסיטיס איבער די וועלט. 

John rylands University library 
האט 11,000 שטיקלעך שריפטן. וואס זיי טוען עס צוביסלעך פאטאגריפירן און עס ארויפלייגן אויפ'ן געוועב.
http://www.jewishmanuscripts.org
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח פארן שיינעם באשרייבונג!

די גאנצע קאירה גניזה קומט נאר פון יענע ביהכ"נ אדער פון נאך?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

נא_שכל האט געשריבן:יישר כח פארן שיינעם באשרייבונג!

די גאנצע קאירה גניזה קומט נאר פון יענע ביהכ"נ אדער פון נאך?

עס מיז זיין פון נאך. ווייל ווי דערמאנט זענען געוויסע כתבים עלטער פון די בית הכנסת.

קען זיין אז פון אזויפיל מאל ווערן חרוב און צוריק אויפגעבויעט. ווי דערמאנט. האט זיך אפשר געטוישט די לאקאציע. אבער מען האט אלעס מיט געפירט.

וואס מען ווייסט, איז אז אין ד'תרמ"ב האט די קאפטיק קירכע פון אלעקסאנדריע פארקויפט א קירכע געביידע פאר א גרופע אידן. וואס מען איז זיכער אז עס איז געווארן דערפון א שוהל.  היסטאריקער ווילן זאגן אז דאס איז די בן עזרא בית הכנסת. 

אבער, די וואס האבן עס געקויפט אין ד'תרמ"ב, זענען געווען פון תלמודי תלמוד בבלי . און די פון בן עזרא, זענען באקאנט אז זיי זענען געווען פון תלמוד ירושלמי. און פאר די סיבה איז פארשטענדליך פארוואס די רמב"ם איז נישט געווען פון די לומדים פון בן עזרא, ווייל ער האט געלערענט תלמוד בבלי 
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

תפילין פון די קאירא גניזה.
אטעטשמענטס
1469629732215-781366297.jpg
1469629732215-781366297.jpg (13.51 KiB) געזען 7952 מאל
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יישכ בענקל, הערליכע ידיעות!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בענקעל האט געשריבן:תפילין פון די קאירא גניזה.

זייער אינטערסאנט, מזעט אויף די תפילין של יד אז נאר די תיתורא איז מרובע און נישט די בית.

יעצט לאמיר זען וואס דער מג"א שרייבט און הל' תפילין (סי' ל"ב סקנ"ד) בשם המרדכי אויף וואס ס'שטייט אין מחבר אז די בתים דארפן אויך זיין מרובע: "וגם הבתים - דלא כמו שנוהגין קצת לעשות של יד עגולות בראשיהן רק שמרבע התיתורא מלמטה".

זעט אויס אז דער איז וואס האט געלייגט די תפילין איז געווען פון די קצת וואס האבן זיך אזוי געפירט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

שכל. דיינע הוספות זענען געוואלדיג!!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א בריוו אין הלכות שחיטה, צו רבינו סעדיהו גאון
אטעטשמענטס
rps20160728_114800.jpg
Screenshot_2016-07-28-11-26-23-1.png
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

משנה תורה

אויף די וועבסייט איז דא איבער 4000 שריפטן פון די קאירא גניזה.
http://cudl.lib.cam.ac.uk/collections/genizah
אטעטשמענטס
rps20160728_120025.jpg
rps20160728_115340.jpg
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

נאך אינטערעסאנטע ארטיקלען פון די גניזה.
א כתב גיטין.
זילבערנע רינגלעך. וואס מען זאגט אויף דעם אז עס איז קדישין רינגלעך
אטעטשמענטס
rps20160809_105510.jpg
rps20160809_105607.jpg
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

קאירא גניזה דערמאנט אין אלטע באשרייבונגן.
seferid_50126_page_20.pdf
(207.38 KiB) געווארן דאונלאודעד 262 מאל
seferid_24466_page_19.pdf
(146.72 KiB) געווארן דאונלאודעד 224 מאל
seferid_43637_page_236.pdf
(117.99 KiB) געווארן דאונלאודעד 255 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אילוסטרציע פון די גניזה
אילוסטרציע פון די גניזה
הגדה
הגדה
280px-Fragment_of_the_Cairo_Genizah_-_The_Passover_Haggadah,_page_1_of_4.png (231.24 KiB) געזען 7712 מאל
הגדה
הגדה
280px-Fragment_of_the_Cairo_Genizah_-_The_Passover_Haggadah,_page_2_of_4.png (224.47 KiB) געזען 7712 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מען האט אויך געפונען קטעים פון די פארבאטענע ספר "בן סירא". וואס איז גע'אסר'ט געווארן אין די צייטן פון חז"ל. עס איז קיינמאל נישט געווען צו געפונען בעפאר.

תהלים
תהלים
rps20161102_112703.jpg
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בענקעל האט געשריבן:מען האט אויך געפונען קטעים פון די פארבאטענע ספר "בן סירא". וואס איז גע'אסר'ט געווארן אין די צייטן פון חז"ל. עס איז קיינמאל נישט געווען צו געפונען בעפאר.

rps20161102_112534.jpg
rps20161102_112703.jpg

אבער די אלע בילדער זענען פון תהלים
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

נא_שכל האט געשריבן:

אמת. עס איז נישט געבינדן די צוויי. ווי געזאגט איז עס גע'אסר'ט. דא אויף אייוועלט איז דא א שמועס דערוועגן
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

כתב יד פון אברהם בן הרמב"ם.
500px-Cairo_Genizah_Fragment.jpg

אינטערעסאנט צו צוברענגן דאס וואס גד האט געשריבן אין א זייער באלערענדע לענגערע תגובה אין די אשכול
פיוטים ופייטנים, ועל הפיוט 'וכל מאמינים' צווישן אנדערע שרייבט ער:
גד האט געשריבן:די גמרא דערמאנט שוין די מנהג בני מערבא אין סוף מגלה, אויך אין אונזער חומש, שטייט נאך צום סוף פון חומש, די מנין הסדרים פון די תורה, וואס איז קנ"ד, אזויפיל פרשיות קומט אויס אין דריי יאר. אין מס' סופרים און אין ירושלמי איז דא א חשבון פון קע"ה סדרים, לויט דעם קומט אויס אז ס'האט געדויערט דריי און א האלב יאר, אבער אין די גמרא און רמב"ם שטייט נאר תלת שנים, אזוי ווי בבל האט שולט געווען אויף די גאנצע וועלט, איז צוביסלעך די מנהגי ארץ ישראל פארגעסן געווארן לגמרי, דאס האט נאך אנגעהאלטן אויף א קליינעם פארנעם נאך בזמן הרמב"ם ובנו ר' אברהם אין מצרים, דארט איז געווען א עקסטערע שול פון בני ארץ ישראל, וואס זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל נאך די שחיטות פון די קרייץ ציגלער, און זיי האבן נאך אנגעהאלטן דעם מנהג ביי זיך אין שול יארן לאנג. און ר' בנימין מטודילו שרייבט אין זיינע מסעות איבער דעם, און לייגט צו אז שמחת תורה און שבועות האבן זיי א תקנה צו קומען טאנצן צוזאמען מיט די בני בבל.
אין די גניזה פון קאהיר, האט מען געטראפן חיבורים וואס אנטהאלטן צענדליגער הפטורות פאר סדרים לויט מנהג ארץ ישראל, אזוי אויך די פיוטי יניי אויף אלע שבתים.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בענקעל האט געשריבן:אמת. עס איז נישט געבינדן די צוויי. ווי געזאגט איז עס גע'אסר'ט. דא אויף אייוועלט איז דא א שמועס דערוועגן

דער איסור איז צו קוקן אויפן כתב יד, אדער עס צו לערנען און פארברענגן צייט דערויף און ס'ביטול תורה?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

נא_שכל האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:אמת. עס איז נישט געבינדן די צוויי. ווי געזאגט איז עס גע'אסר'ט. דא אויף אייוועלט איז דא א שמועס דערוועגן

דער איסור איז צו קוקן אויפן כתב יד, אדער עס צו לערנען און פארברענגן צייט דערויף און ס'ביטול תורה?

אז דו ווילסט שטארק קענסטו זעהן א חלק דערפון דא: http://cudl.lib.cam.ac.uk/search?author ... and&title=
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

בענקעל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 11:27 am
מען האט אויך געפונען קטעים פון די פארבאטענע ספר "בן סירא". וואס איז גע'אסר'ט געווארן אין די צייטן פון חז"ל. עס איז קיינמאל נישט געווען צו געפונען בעפאר.

עס איז יא געווען בעפאר, איך האב עס אין שטוב אלע יארן, עס איז א קליין ספר'ל און די ברוינע בלעטער ברעקלט זיך מיר.
חז"ל רופן עס אן ספרים חיצונים ווייל עס איז נישט פון תנ"ך אבער ירמי' הנביא זוהן האט עס געשריבן, עס איז ווי משלי שיינע מוסר רייד.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

קעימברידזש אידיש קאודעקס - דוקוס הורנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

די "קעימברידזש אידיש קאודעקס", (א קאלעקציע פון אידיש געשריבענע שריפטן) איז טיילווייז אנגענומען צו זיין די עלטסטע אידישע שריפטן. אבער ווי אומגלויבליך עס הערט זיך, איז עס נישט געפונען געווארן אין עפעס אן אלט אשכנז'יש שטאט אין דייטשלאנד. נאר גאר אין די "קאירא גניזה".

די שריפטן האבן אויף זיך די דאטום ווען עס איז געשריבן געווארן: נאוועמבער דעם 9'טן 1382.

ווי קומט עס אן אין די גניזה, איז א פארהוילעניש. טייל זאגן אז עס האט זיך שוין פארמירט אין די 14'צענטע יאר הינדערט, אין מצרים און אין פאלעסטינע, אשכנז'ישע געמיינדע'ס. אנדערע זאגן אז עס מוז זיין פון אידישע רייזענדע, וואס זענען דארט פארביי.

די "קאודעקס" האט אין זיך לידער מיט גראמען, מיט די טיטל'ן. "משה רבינו", "גן עדן", "יוסף הצדיק", "אברהם אבינו". געשריבן לויט מדרשים.

צודעם איז דא לידער מיט מער סעקיולער פארציילונגען. "קראנקער לייב", (פונעם אידישן געשיכטע פארציילער "ברכיה האנאטרונאי הנקדן" פון די ענדע 12'טע יאר הינדערט) "קאדרון", און "דוקוס הורנט"; וואס איז געשיקט דורך קעניג עטינע, צום שטייפן קעניג העיגן פון גריכלאנד. כדי צו חתונה האבן מיט זיין פרינצעסן הילדע; וואס פאסירט נאר נאכדעם וואס ער ווערט געשיקט אויף געוואגטע מיסיעס, צו ווייזן זיין בראווקייט.
Dukus_Horant.jpg

עש ווש אין טוצן ריכן
איין קוינק וויט ארקנט
איין דעגן אלזא קונא
איטנא ווש ער גננט
ער ווש מילדא און שונא
ער טרוק דער אירן קרונא

Ez waz in tiutschen rîchen
ein kunic wît erkant,
ein degen alsô kuone
Etene waz er genant.
Er waz milde unde schône,
er truog der êren krône.

[There was in German lands
a famous king,
a most valliant hero
Etene was his name
He was generous and fair
and bore the crown of honor.]

די שריפטן זענען געשריבן מיט העברעאישע אויתיות. און איז קלאסיפיצירט אלס אידיש. אבער עס איז דא א מיינונגס-פארשידענהייט, איבער וואספארא שפראך דאס איז. עס איז דא וואס האלטן אז עס איז גאר א מיטל-הויעך דייטשע שפראך פון יענע צייט. אבער ווי געזאגט איז דאס אנגענומען אלס ריין אלט-אידיש.

אבער, עס איז דא נאך א עלטערע שריפט פון אלט-אידיש, וואס מען האט געפונען אין א אלטן מחזור, וואס ווערט גערופן, וורמס- [וורמייזא]מחזור. וואס איז דאטירט. כח טבת, שנת לח (1278.C.E)
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

איבער די "וורמייזא מחזור" - מיט די עלטסטע שריפט אין די אידישע שפראך - און איר היסטאריע, אין א באזונדערע באשרייבונג

***

(צוגעלייגט 12/21/16

די מוסולמענישע פירער פונעם 9'טן יאר הונדערט, האבן ארויפגעצווינגן אויף די קריסטן פון די קאפטיק קירכע שווערע יערליכע שטייערן, האבן זיי דאס געמוזט פארקויפן. אין 882' האט ר' אברהם בן עזרא פון ירושלים אפגעקויפט די געביידע פאר 20,000 דינר. און עס איבערגעמאכט פאר א בית הכנסת.

די גלויביגע דארט זאגן, אז אויף דעם פלאץ האט בתי' בת פרעה געטראפן משה רבינו אין די טייך נילוס, וואס פלעגט דאן פליסן אויף דעם פלאץ. אין די קעלער פון די געביידע איז דא א פארשלאסענע שטוב וואס איז פול מיט וואסער, וואס מען גלויבט אז עס איז פון די נילוס פון יענע צייטן.

די גניזה איז קיינמאל בעפאר נישט געווארן געעפנט צוליב פארשידענע לעגענדע'ס וואס מען האט פארציילט איבער איר. ווי צום ביישפיל: מען האט געשמועסט אז עס וואוינט א גיפטיגע שלאנג אין די גניזה קאמער, וואס היט אויף אלע זאכן דארט. מען האט פארציילט איבער מענטשן וואס זענען געשעדיגט געווארן צורירענדיג די פאפירן.)
   
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 12:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

איין הערה, דו שרייבסט ס'איז געשריבן מיט העברעאישע אותיות, אויב דו מיינסט כתב אשורית, איז עס נישט דאס.
דאס איז כתב משיטה, וואס וואו לענגער יארן צוריק ענדלט עס מער צו אשורית, וואס סך הכל איז משיטה אשורית געשריבן סקריפט וואס מיט די יארן איז עס געפארן און געפארן ביז ס'קוקט אויס ווי היינט.

און איבעראל וואו אידן האבן געוואוינט האבן זיי געשריבן אשורית סקריפט, אין אין יעדע פלאץ איז עס אנדערש געפארן ביז ס'איז אזוי ווייט אז איינער קען שוין נישט ליינען דעם אנדערענס כתב. [חוץ די מצרישע שריפט וואס מ'טרעפט אין קאירא וואס די רמב"ם האט געשריבן, און אינטערעסאנט אז די תימנים האבן געשריבן אזוי ביז לעצטנס, א שריפט וואס איז געבליבן געהעריג אשורית. זיי האבן כמעט נישט קיין חילוק צווישן זייער ספר תורה און זייער שריפט, זיי שרייבן טאקע ספר תורה'ס יעדער ווי מיר שרייבן בריוו..]

דאס וואס מ'רופט רש"י אותיות, וואס מיר קענען נאך ליינען, און מ'האט געדרוקט אינקונאבלא ספרים אויף די שריפט אין שפאניע, [אזוי ווי מ'האט אין דייטשלאנד געדרוקט ספרים באותיות צאינה וראינה וואס איז אונזער כתב משיטה, וויאזוי מ'האט עס דעמאלט געשריבן] איז וואס אידן אין שפאניע און פארטוגאל האבן גענוצט, מיט די יארן איז יענע כתב געפארן קיין טערקיי און ארץ ישראל און ווייטער, אויף נישט צו דערקענען.

און אזוי אויך איטאליאנו, וואס איז געלאפן פאראלעל מיט דייטשלאנד אין די צענטע יארהונדערט ביז בערך די פערצנטע יאר הונדערט, [וואס כאטש מ'דערקענט אויף א שריפט צי עס איטאליעניש אדער דייטשיש און אפילו פראנצויזיש און פרובינציאניש קען מען דערקענען שפעטער] וואס פון דארט איז עס אוועקגעפארן ביזן ווערן א נייע שריפט.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

קעימברידזש נייעס בולעטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א ספעציעלע 5 חדשים'דיגע אויסשטעלונג, אין די 'קעימברידזש יוניווערסיטי לייברערי' פון די "קאירא גניזה שריפטן" איז געפלאנט אויפ'ן קומענדיגען זוממער, אנגעהויבן פון פסח צייט.

די אויסשטעלונג - דיסקארדעד היסטארי - וועט ווייזן ווי אזוי מען טוט רייניגן און סארטירן די הונדערטער טוינזענטער בלעטער. ווי מען ניצט סאפיטיקירטע אפאראטן צו ליינען און צוזאם שטעלן די אומשאצבארע טייערע שריפטן. ווי אזוי מען טוט שטודירן די ריזיגע הויפענס - נאך אלץ אובאקוקטע - בלעטער. און פראזעווירן.
rps20170105_092204.jpg

עס וועט פארציילן די דראמאטישע געשיכטע פון די אנדעקונג פון די גניזה 120 יאר צוריק, ווען די צווילינג שוועסטער זענען צוריק געקומען פון א באזוך אין פוסטאט קאירא און געוויזן פאר סאלאמאן שעכטער אפאר שריפטן, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פון די ספר בן סירא. און דאס האט שטארק באגייסטערט שעכטער. וואס צוליב דעם האט ער אונטערגענומען די לאנגע שווערע רייזע און צומאל מיט ריזיקעס, מיט א שיף קיין קאירא.
סאלאמאן שעכטער אין זיין לייברערי אין קעימברידזש, נאכן צוריק קומען פון קאירא מיט הויפענס קעסטליך פון די גניזה. שטודירענדיג די ריזן אוצר
סאלאמאן שעכטער אין זיין לייברערי אין קעימברידזש, נאכן צוריק קומען פון קאירא מיט הויפענס קעסטליך פון די גניזה. שטודירענדיג די ריזן אוצר
עס וועט געבן א בליק אויף די מיטל-אלטער לעבנס שטייגער וואס מען לערענט ארויס פון די פארצייטישע בלעטער. אנגעהויבן פון די ערשטע דאקומענטן וואס דאקומענטירן די אנדעקונג, ביז בריוון, לידער, און גזעלשאפטליכע אנגעלעגענהייטן, ביז ארגינעלע כתב ידות, שאלות ותשובות, היתר עגינה'ס, כתב גיטין וקידושין, ביז די טאג-טעגליך לעבן פון מענטשן אין יענע  צייט.

(די יוניווערסיטי נויטיגט זיך צו מאל אין הילף פון וואלונטירן צו אידענטיפיצירן קליינע שטיקלעך שריפטן צו וויסן וואו דאס באלאנגט, צו קענען מאכן דערפון א דבר השלם. ווער עס איז א יודע ספר, קען מען אים שיקן פריוואט דעם כתב דאס צו העלפן אידענטיפיצירן.)

***

(Stefan reif)
דער 72 יעריגער 'סטעפאן רייף' אן עקספערט אין מיטל-אלטער שריפטן און פון די גרעסטע גניזה שטודירער - א גרויסער ידען אין אשכנז'ישע נוסחאות און פיוטים. איז א פאר חדשים צוריק ארויסגעקומען מיט א בוך:
Jewish Prayer Texts from the Cairo Genizah
וואו ער גיבט אן אפהאנדלונג אויף נוסחאות און פיוטים, וואס מען האט געפונען אין די קאירא גניזה, מיט בילדער פון די ארגינעלע כתב. אנגעהויבן פון ברכת השחר, סדר תפילין, ברכות, קרבנות און אזוי ווייטער מיט אומבאקאנטע פיוטים, ברכות און תפילות וואס מען פלעגט זאגן. עס איז גאר אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט.
https://books.google.com/books?id=l7m9C ... ah&f=false

ד"ר רייף רעדענגנדיג איבער די גניזה אין זיינע יונגע יארן
ד"ר רייף רעדענגנדיג איבער די גניזה אין זיינע יונגע יארן
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

רב נחמיה הכהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א זעלטענע בריוו פון די גניזה, איז א בריוו פון הגאון נחמיה הכהן. דאטירט 960 CE. פון די ישיבה אין פומפדיתא.

די בריוו האט נאך צוגעטשעפעט דעם גאון'ס אפיציעלער זיגל געמאכט פון טאבלעט מאטריאל.

עס איז די אייגענטום פון די מוסערי פאמיליע. וואס באזיצט א גרויסע טייל פון די גניזה

פלאי פלאים - באגייסטערט
רב נחמיה הכהן מפומפדיתא.jpg
.
SkypePhoto_20170110_105705.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”