היסטאריע פון היימישע קאנטריס און קעמפס

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

באבל
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

היסטאריע פון היימישע קאנטריס און קעמפס

תגובהדורך באבל » פרייטאג יוני 17, 2016 5:43 pm

איך זוך אינפארמעישן אויף די היסטאריע פון היימישע אידן אין די קאנטריס, ווען מען האט אנגעהויבן ארויסצוגיין, וואו מען איז אמאל געגאנגען, און פארוואס מען האט אנגעהויבן צו גיין? און נאך...

וואו קען מען לעזן דערוועגן, און בכלל, ווייסט איינער אביסל מער אינפארמאציע אדער סארסעס וואו מען קען ליינען, הערן אדער זען דערוועגן?

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג יוני 17, 2016 5:48 pm

ר׳ יום טוב ערליך רעדט נאך דערפון...

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג יוני 17, 2016 7:12 pm

עס איז דא א ביכל פון רב יונה לאנדא דערוועגן.

באבל
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

תגובהדורך באבל » מוצ"ש יוני 18, 2016 10:31 pm

מער פרטים ביטע...

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » זונטאג יוני 19, 2016 12:12 pm

אויב גייט מען צוריק גענוג לאנג וועט מען זיך אנשטויסן אין אידן וואס האבן געוואוינט א גאנץ יאר אין די בערג, אין די ת"ר יארן ווען ס'איז געווען גאר שווער אין די סיטי פאר א פרומער איד צו אנגיין צוליב די שמירת שבת נסיונות, האבן אסאך אידן געקליבן צו מופן אזוינע געגענטער ווי די קעטסקילס, אדער גאר אנדערע מרחקים ווי פאוקיפסי אדער אפילו ראטשעסטער און נאך ווייטער, טייל האבן זיך פארדינגען פאר "גוט באזיצער" צו אכטונג געבן אויף זייערע פעלדער, פארם'ס אדער בהמות און פאר דעם באקומען א כאטקע צום וואוינען און נאך אפאר צענט צו קענען קויפן זעמל מיט פוטער, און נאך קענען אוועקלייגן און אפשפארן אויף דער זייט, און מיט די צייט איינגעקויפט אן אייגענע פארם אדער פעלדער און וועלדער, שפעטער ווען די "גרינע" זענען אנגעקומען נאכ'ן קריג האבן פיל פון די "אפסטעיטער" זיך צוריק אריינגעצויגן אין שטאט ווי ס'האט זיך אהערגעשטעלט א שטארקער איבערפלאנץ פון אייראפעיאישער אידישקייט...

טייל זענען פארבליבן און געווארן שטארק מושפע פון די דעמאלסדיגע סביבה, וועלכע איז באשטאנען פון די "בארשט בעלט" וואקאציאנערן...

"בארשט בעלט"
די גאנצע גלילות פון די בערג איז געווארן באצייכנט אין די שפעטערע ת"ר יארן ביז אריין אין די תש"ל יארן אלס די "בארשט בעלט", על שם די טויזנטער אידן וועלכע פלעגן קומען דארט אויף אפרוה, בעיקר אין די זומער מאנאטן, אבער אויך אויף א קלענערן מאסשטאב דורך די יאר, און כנראה איז "בארשט" געווען א פאפולערע מאכל / משקה וועלכע פלעגט סערווירט ווערן אין די אידישע האטעלן און קווארטירן, אבער א גרויסער חלק פון די חברה זענען שוין געווען אמעריקאניזירט, און בשעת טייל זענען נאך געווען שומר שבת אדער גאר שומר תורה, זענען די מערהייט געווען פריי אינגאנצן, ווערן צולאזט אין די אמעריקאנער שמעלץ טאפ...

די היסטאריע ווייזט אז פרומע אידן זענען שוין געפארן אין קאנטרי, אדער האטעלן אזוי פרי ווי די שפעטע ת"ר יארן, אשטייגער ווי "צוקער'ס" האטעל אין ראק הילל, אדער האטעל "שלום" אין פערנדעיל, ווי פיל גדולי ישראל ווי אנדערע סתם עמך פלעגן גיין אויך עטליכע וואכן דאטשע, אין דער זעלבער צייט האט שוין געשפרודעלט מיט קאנטריס דורכאויס די מאונטעינס פון וואורטסבארא ביז ליווינגסטאן מענאר...

פון די ערשטע היימישע קעמפס איז באוואוסט "קעמפ בית יעקב" אין פערנדעיל, וועלכע איז נתייסד געווארן אין יאר תש"ד, קעמפ אגודה און קעמפ בנות איז געגרינדעט געווארן בערך שנת תש"א-תש"ה, צעהלימער קעמפ איז אויך געגרינדעט געווארן נישט לאנג דערנאך..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג יוני 19, 2016 12:14 pm

זייער אינטערסאנט.

(קומט דאס נישט אין זכור ימות?).

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 19, 2016 12:30 pm

עס איז אויך געווען א קעמפ מתיבתא א פראיעקט פון תורה ודעת
קעמפ מארריס פון ישיבה ומתיבתא ר' חיים בערלין איז נתיסד געווארען אין תש"ו
--------------
נושא: וויליאמסבורג און איר היסטאריע

בן בוזי האט געשריבן: מעשה געלעסוויל, א בוך פון ר' פתחי' לאם ווי ער צונעמט דאס אידישע לעבן סטיל אין די קאנטרי שטעט פון אמעריקע, ניו יארק תרפ"ז.

יעצט גיפריווט אבער מיין פילטער לאזט יעצט נישט צו

באבל
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

תגובהדורך באבל » זונטאג יוני 19, 2016 12:39 pm

האט איינער די נומער פון ר' יונה לאנדא?

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » זונטאג יוני 19, 2016 12:41 pm

718.387.4139
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 19, 2016 12:42 pm


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 19, 2016 1:08 pm

קעמפ מתיבתא איז געווען מעשי ידיו פון מיסטער מענדעלאוויץ זצ"ל
Untitled.gif

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » זונטאג יוני 19, 2016 1:48 pm

שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2237
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג יוני 19, 2016 4:28 pm

קיקיון האט געשריבן:עס איז אויך געווען א קעמפ מתיבתא א פראיעקט פון תורה ודעת
קעמפ מארריס פון ישיבה ומתיבתא ר' חיים בערלין איז נתיסד געווארען אין תש"ו
--------------
נושא: וויליאמסבורג און איר היסטאריע

בן בוזי האט געשריבן: מעשה געלעסוויל, א בוך פון ר' פתחי' לאם ווי ער צונעמט דאס אידישע לעבן סטיל אין די קאנטרי שטעט פון אמעריקע, ניו יארק תרפ"ז.

יעצט גיפריווט אבער מיין פילטער לאזט יעצט נישט צו

מחנה אור שרגא

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 19, 2016 4:36 pm

ציווישען קעמפ מתיבתא מיסודו של ר שרגאי פייוועל און דער יסוד פון אור שרגא ע"י הרה"ג ר נתנא' קווין
וחרה"ג ר זעליג עפשטיין איז געווען א היפשע יאר

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:44 am

אל כבוד רב באבל נ״י

אין ״דער איד״ ביי די זומערדיגע אפטיילונג פלעגט די לעצטע פאר יאר באשריבן ווערן די ערשטע באנגעלאוי קאלאני קאנטרי איינוואוינער.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג יוני 19, 2018 3:55 pm

shalsheles האט געשריבן:עס איז דא א ביכל פון רב יונה לאנדא דערוועגן.


ווי אזוי הייסט דער בוך?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 19, 2018 4:15 pm

אמאל:
סטיווענסוויל האטעל [דער שטעטל האט געהייסן מעיקרא סטיווענסוויל]
swanlake_stevensville.jpg
swanlake_stevensville.jpg (344.04 KiB) געזעהן 322 מאל

היינט:
מחנה רב טוב דסאטמאר [מהר"א] כיתה ט'.

https://goo.gl/maps/RLFMiYSUJcS2
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך יוני 20, 2018 3:08 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:עס איז דא א ביכל פון רב יונה לאנדא דערוועגן.


ווי אזוי הייסט דער בוך?

ערשטע אידישע קהלות פון אמעריקע
ארויסגעקומען שנת תשמ״ב.
אגב, אין די אורות אויסגאבע דעם חודש תמוז תשע״ח איז דא באשרייבונג איבער די היסטאריע פון די אידישע קעטסקילס ובפרט סוואן לעיק.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ראבב און 19 געסט