יחליפו כח: פארצייטישע קור-ערטער

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

יחליפו כח: פארצייטישע קור-ערטער

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 09, 2016 9:43 am

ידוע מאז ומקדם נסעו רבותינו וכו' לשאוף אויר צח בימות הקיץ במעיינות מרפא או ערי השדה וכדומה, לפעמים נסעו ל2 מקומות למקום עם מעיינות רחצה ואח"כ נסעו לנאך קוהר

אני רושם כאן רשימה ממקומות כאלו, ואיפה הערים האלו נמצאים וכו'. ומי שיש לו מה להוסיף יבורך.

אין מוקדם ומאוחר

קארלסבאד [סלאוואקיי]
מארינבאד [סלאוואקיי]
קרעניץ [בסביבות צאנז]
טור וועקאן [היום ראמעניע באיזור סאטמאר]
ראנק [סמוך לקאשוי]
אושזיק [מי יודע איפה זה?]
טעפליץ [מעיינות רחצה חמים]
בארדיוב [סלאוואקיי]
פישטיאן [סלאוואקיי]
סאבראנץ
אבאציע [איטליא]
פיומא [איטליא]
קיסינגען [בייערען דייטשלאנד]
קאריטניצא
יאאכימסטאהל [מעיינות רחצה חמים]
סליאטש
באלטשאן [אונגארין]
לעצט פאראכטן דורך אוהב ספרים אום מאנטאג מאי 09, 2016 9:22 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מאנטאג מאי 09, 2016 9:59 am

טריסקאוויץ

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג מאי 09, 2016 10:09 am

שעראן ספרינגס...

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » מאנטאג מאי 09, 2016 10:33 am

כ'מיין אז מ'קען צולייגען "וויען" אפילו אהנע דעהם וואס ביים ערשטן קריג האבן גאר אסאך צדיקים זיך דארט אויף געהאלטן.

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מאנטאג מאי 09, 2016 10:35 am

אין וויען האט מען זיך אויפגעהאלטען אלס קור-ארט?

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » מאנטאג מאי 09, 2016 10:44 am

חיים צבי האט געשריבן:אין וויען האט מען זיך אויפגעהאלטען אלס קור-ארט?

לפי ידיעתי זענען צדיקים געוועהן דארט פארן קיסר אדער פאר דאקטורים, אבל ידיעתי מוגבל.

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » מאנטאג מאי 09, 2016 10:45 am

חיים צבי האט געשריבן:אין וויען האט מען זיך אויפגעהאלטען אלס קור-ארט?

כמדומה - כך שמעתי !
פשוט קען זיין וויבאלד עס זענען געוועהן אזוי פיל דאקטורים דארט - כידוע, איז מען שוין געבליבן דארט אויף אפרוה אויך.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 09, 2016 10:50 am

באדגאסטיין [עסטרייך]

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » מאנטאג מאי 09, 2016 10:53 am

אוהב ספרים האט געשריבן:קארלסבאד - מארינבאד - קרעניץ

כ'מיין אז ס'כדי צו אנמערקן ביי די מער באקאנטע = גרעסערע, אזוי ווי די דריי ערשטע אז זיי זאלן זיין במיוחד, און אפשר איז כדי צו מאכן א רשימה וועלכע צדיקים זענען אלץ געוועהן און די מקומות.

אוהב ספרים האט געשריבן: פישטיאן [סלאוואקיי]

לויט ווי כ'האב געהערט איז דארט געוועהן בעיקר די בעדער.

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג מאי 09, 2016 10:57 am

קיין וויען איז מען געפארען סטריקלי פאר היילונג, דארטען אין קעניגרייך שטאט האבען זיך געפינען די גרעסטע פראפעסערס און דאקטורים, אזויווי מ'זאגט היינט איינער האלט זיך אויף אין באסטאן,

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 09, 2016 10:59 am

אוהב ספרים האט געשריבן:יאאכימסטאהל [מעיינות רחצה חמים]


דער מנחת אלעזר איז דארט געווען כמה פעמים אויף נאך-קוהר

נישט ווייט פון דארט איז רנשבורג, וואס דארט איז דא א אור אלטער קוואל וואס דער בעש"ט האט זיך דארט געטויבלט און געזאגט אז דער מקום איז מקובל פאר ישועות [ראה אגרות שפירין]

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 09, 2016 11:05 am

קארלסבאד, מארינבאד איז אין איין געגענט דארט איז געווען נאך איטליכע מקומות אין די געגנט, ווי פראנצענסבאד, קאנסטאנטינבאד

די מקומות זענען געווען זייער מפורסם מען איז געקומען אהין פון די גאנצע וועלט, פון אמעריקא, מצרים ענגלאנד אד"ג.

לדוגמא די מהרש"ב פון ליבאוויטש איז געקומען אהין פון דעם ווייטען רוסלאנד

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מאנטאג מאי 09, 2016 12:30 pm

יערגן

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3167
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג מאי 09, 2016 1:08 pm

אז מ'מאכט שוין אזא רשימה, זאל מען שוין לייגן בילדער פון די גדולי ישראל ווי זיי האלטן זיך דארט אויף...
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מאי 09, 2016 1:17 pm

שפרו מעשיכם האט געשריבן:יערגן

ווער נאך אויזער דער חת"ס איז געפארען אהין?
ייתכן אז עס איז נישט קיין אור ארט נור א שטעטעל איו שכינות פון פ"ב
ווי דער חת"ס האט זיך געקענט כאפען דעם אטעם נאך דערצי וואס ער
האט געהאט דארט א תלמיד חביב דער מהר"ם שיק

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 09, 2016 1:27 pm

קיקיון האט געשריבן:
שפרו מעשיכם האט געשריבן:יערגן

ווער נאך אויזער דער חת"ס איז געפארען אהין?
ייתכן אז עס איז נישט קיין אור ארט נור א שטעטעל איו שכינות פון פ"ב
ווי דער חת"ס האט זיך געקענט כאפען דעם אטעם נאך דערצי וואס ער
האט געהאט דארט א תלמיד חביב דער מהר"ם שיק

אכן סמוך לפרעשבורג אבער אויכעט א מרחץ

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 09, 2016 1:28 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:ראנק [סמוך לקאשוי]


ר' שלמה הראשון מבאבוב פלעגט אהין פארען

אויכעט דער דרכי תשובה כמה פעמים

מהר"ש ענגיל

לבושי מרדכי

טייטל
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג מאי 09, 2016 4:57 pm

אראפ ברענגען בילדער פון די פלעצער, און ווי גדולי עולם וויילן דארט, וואלט געווען א גוטע (און נישט גרינגע...) עצה

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מאנטאג מאי 09, 2016 5:28 pm

כאטש א טייל פון די פלעצער זענען נאך עד היום קור ערטער און עטליכע פאַרען נאך היינט אביסעל חרידישע אידן

נ.ב.
װי פארט דער סקװירא רבי שליט״א?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מאי 09, 2016 5:59 pm

verveist האט געשריבן:כאטש א טייל פון די פלעצער זענען נאך עד היום קור ערטער און עטליכע פאַרען נאך היינט אביסעל חרידישע אידן

נ.ב.
װי פארט דער סקװירא רבי שליט״א?

פישטיאן [סלאוואקיי]
ער פארט יעדען טאג פון פרעשבורג ווי עס איז גרינגער מסדר זיין דירה, מקוה, מנין וכו'

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » מאנטאג מאי 09, 2016 8:45 pm

ראבקע
סאסנאוויץ
באדנויהיים
קרייץ-באד (מהרי"ד מבעלזא קרא אותו בשם "שמייץ-באד" והקדושת ציון מבאבוב קרא אותו בשם"קרייז-באד")
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

בועז
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » מאנטאג מאי 09, 2016 11:18 pm

די שואל ומשיב שרייבט אסאך מאל אז ער איז בחוצות העיר ביי די בעדער, דוכט זיך מיר אז די פלאץ שרייבט ער האט געהייסן לאבין.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג מאי 10, 2016 2:00 pm

ריקוד האט געשריבן:ראבקע
סאסנאוויץ
באדנויהיים
קרייץ-באד (מהרי"ד מבעלזא קרא אותו בשם "שמייץ-באד" והקדושת ציון מבאבוב קרא אותו בשם"קרייז-באד")

הה"ק מהר"ש מבאבוב זצ"ל נסתלק שם
דביה תחדי נפשא

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג מאי 10, 2016 7:03 pm

סעמרינג [עסטרייך]
באד-אישל [עסטרייך]

אוצרות ליסקא
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 10:49 am

תגובהדורך אוצרות ליסקא » דינסטאג מאי 10, 2016 7:58 pm

הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע פלעגט גיין צו א קור-שטאט מיטן נאמען ליפינא (נע-ליפינא), און אונגאריש האט מען גערופן הארשפאלווא (Hársfalva), דער קור-ארט געפונט זיך קארפאטארוס בערך 26 ק"מ פון מונקאטש. הרה"ק מליסקא זי"ע פלעגט טאקע וויילען א שבת אין מונקאטש אויפן וועג אהין אדער צוריק פון הארשפאלווא.

דאס לעצטע מאל קודם פטירתו בשנת תרל"ד וואס הרה"ק מליסקא איז געוועהן אויף אפרו אין הארשפאלווא איז געוועהן דער ערשטע האלב פון חודש תמוז (ובתוכם התענית ד'שבעה עשר בתמוז'), אויף שבת קודש פרשת בלק איז ער געווען אין מונקאטש, נאך שבת איז ער צוריק אויף ליסקא, ווי ער איז נפטר געווארען א חודש שפעטער י"ד אב פרשת ואתחנן שנת תרל"ד.

רבי אברהם יהושע פריינד מנאסוד פלעגט אויך אהין פארן קיין הארשפאלווא.

*

הרה"ק מליסקא זי"ע פלעגט אויך פארן קיין סאבראנץ, במיוחד בימי רבו הגה"ק המהר"ם אש זי"ע כשהותו שם.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הערשקא, נפש׳ל, צולייגער און 25 געסט