פארלוירענע חסידות'ער

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

פארלוירענע חסידות'ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ס'דא קהילות וואס ליידער נאכען חרבן הידיעה, די וועלט'ס קריג. איז ליידער נישט געבליבען פון זיי קיין זכר, איז די שאלה פארוואס?

למשל און פולין איז כידועה געווען פאר די מלחמה א ריזעגע ציבור רידאמסקע חסידים, איז די שאלה וואס איז געווארען דערפון? אויכעט אליכסנדר וואס זיי קימען אויכט פון פולין, איז נאר לעצטענס ווערט עפעס עפעס א קהילה ציזאם געשטעלט, בעת וואס פאר די מלחמה איז עס געווען ווי באקאנט זייער א גרוסע חסידות, איז טאקע פשט אז ס'איז גארנישט געבליבען פון זיי?
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

רוב מנין ובנין פון די פוילישע אידנטום זענען נעדר געווארן ביים קריג הי"ד און דאס איז די סיבה פארוואס עס זענען כמעט נישט פארהאן קיין פויליש אפשטאמיגע חסידות
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הנבחר »

פלטיאל האט געשריבן:רוב מנין ובנין פון די פוילישע אידנטום זענען נעדר געווארן ביים קריג הי"ד און דאס איז די סיבה פארוואס עס זענען כמעט נישט פארהאן קיין פויליש אפשטאמיגע חסידות

פארוואס גור איז יא געבליבען אזא הערליכע קהלה
עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמרם יודא »

עם הנבחר האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:רוב מנין ובנין פון די פוילישע אידנטום זענען נעדר געווארן ביים קריג הי"ד און דאס איז די סיבה פארוואס עס זענען כמעט נישט פארהאן קיין פויליש אפשטאמיגע חסידות

פארוואס גור איז יא געבליבען אזא הערליכע קהלה

די אמרי אמת האט געשיקט אסאך פון זיינע חסידים קיין ארץ ישראל פאר די מלחמה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ווי זאגט יענער, איינער האט א טעלעפאן נומער פון די נאצי פארטיי?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

עמרם יודא האט געשריבן:
עם הנבחר האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:רוב מנין ובנין פון די פוילישע אידנטום זענען נעדר געווארן ביים קריג הי"ד און דאס איז די סיבה פארוואס עס זענען כמעט נישט פארהאן קיין פויליש אפשטאמיגע חסידות

פארוואס גור איז יא געבליבען אזא הערליכע קהלה

די אמרי אמת האט געשיקט אסאך פון זיינע חסידים קיין ארץ ישראל פאר די מלחמה

און דער אמרי אמת אליין האט דאך איבערגעלעבט, האבן זיי דאך געהאט א רבי ארום וועם דער עולם האט זיך געקלאמערט,
ס'איז באקאנט דאס בילד פון דעם אבן הפינה פון ישיבת שפת אמת אין ירושלים אין די תקופה פון נאכן קריג, ווי מ'זעהט דעם אמרי אמת מיט ממש קוים עטליכע מנינים חסידים ביי דעם מעמד.

און דער אמת איז אז דאס ביסל אידן וואס זענען יא געבליבן פון די אנדערע פוליש'ע חסידות'ער האבן זיך א גרויס חלק פון זיי אריינגעדרייט אין גור, אזויווי אסאך פון די גאליציאנער אידן זענען אנגעקומען קיין באבוב, ווייל דאס איז געווען די נענטסטע צו זייער אמאליגן פלאץ.
---
אברך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

מי חכם האט געשריבן:724-444-7444

געקליקט אויף דעם לינק, א סקרוך איז מיר דורך אין אלע ביינער.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

די רעדאמסקע רבי בעפאר די מלחמה איז געווען א עושר מפולג, ער וואלט זיך געקענט ראטווען מיט געלד דורך א פליגער און מיט נעמן א שיינע מספר חסידים, ביני לביני האבען די נאציס ימ״ש זיך שטארק פארלייגט אויף עהם (די געלד) ולא עלתה בידו
..
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

כ'האב אמאל געהערט א צחות פון רבי שמעון זאב מייזליש, ער האט געוואלט ארויס ברענגען א געוויסע נקודה אין א דרשה האט ער אזוי געזאגט: פארוואס פון אוסטראווצע איז גארנישט געבליבען, ווי נישט איז דאס געוועהן דארט א היפשט גרויסער פארקער פון חסידים. הוא מותיב והוא מפרק, ווייל א איד נאך מיטמאכען אזעלעכע צרות איז אריין געקומען הערט דארט ווי דער רבי זאגט א קאמפלעצירטע חשבון'דיגע פשעטיל גג על גג, זיין קאפ האט דאס נישט געקענט, נישט ווייט איז געוועהן א קליינע רבי וועלעכע האט געטיילט גוטע קוגעל און פירות לרחצה און דערציילט שיינע מעשיות, אוודאי איז ער דארט געבליבען, און פארשטייט זיך האט יענע קליינע רבי זיך צו וואקסען. עכתו"ד.
פעדלער
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדלער »

בשבילי נברא האט געשריבן:
עמרם יודא האט געשריבן:
עם הנבחר האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:רוב מנין ובנין פון די פוילישע אידנטום זענען נעדר געווארן ביים קריג הי"ד און דאס איז די סיבה פארוואס עס זענען כמעט נישט פארהאן קיין פויליש אפשטאמיגע חסידות

פארוואס גור איז יא געבליבען אזא הערליכע קהלה

די אמרי אמת האט געשיקט אסאך פון זיינע חסידים קיין ארץ ישראל פאר די מלחמה

און דער אמרי אמת אליין האט דאך איבערגעלעבט, האבן זיי דאך געהאט א רבי ארום וועם דער עולם האט זיך געקלאמערט,
ס'איז באקאנט דאס בילד פון דעם אבן הפינה פון ישיבת שפת אמת אין ירושלים אין די תקופה פון נאכן קריג, ווי מ'זעהט דעם אמרי אמת מיט ממש קוים עטליכע מנינים חסידים ביי דעם מעמד.

און דער אמת איז אז דאס ביסל אידן וואס זענען יא געבליבן פון די אנדערע פוליש'ע חסידות'ער האבן זיך א גרויס חלק פון זיי אריינגעדרייט אין גור, אזויווי אסאך פון די גאליציאנער אידן זענען אנגעקומען קיין באבוב, ווייל דאס איז געווען די נענטסטע צו זייער אמאליגן פלאץ.
סאיז ידועה אז די בית ישראל האט געמאכט אייגענע חסידים, ער פלעגט ארומלויפען און אלע ישיבות און בתי מדרשים, א גרויס חלק גורע יודען היינט צוטאגס האבען 4 זיידעס פון אונגארען
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

אברך האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:724-444-7444

געקליקט אויף דעם לינק, א סקרוך איז מיר דורך אין אלע ביינער.
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ישלהוסיף האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט א צחות פון רבי שמעון זאב מייזליש, ער האט געוואלט ארויס ברענגען א געוויסע נקודה אין א דרשה האט ער אזוי געזאגט: פארוואס פון אוסטראווצע איז גארנישט געבליבען, ווי נישט איז דאס געוועהן דארט א היפשט גרויסער פארקער פון חסידים. הוא מותיב והוא מפרק, ווייל א איד נאך מיטמאכען אזעלעכע צרות איז אריין געקומען הערט דארט ווי דער רבי זאגט א קאמפלעצירטע חשבון'דיגע פשעטיל גג על גג, זיין קאפ האט דאס נישט געקענט, נישט ווייט איז געוועהן א קליינע רבי וועלעכע האט געטיילט גוטע קוגעל און פירות לרחצה און דערציילט שיינע מעשיות, אוודאי איז ער דארט געבליבען, און פארשטייט זיך האט יענע קליינע רבי זיך צו וואקסען. עכתו"ד.

במחכ"ת הרמה, ניטאמאל פאר א ווערט איז עס גוט, וואס האט געזאלט בלייבן פון אסטראווצע ווען דער רבי און רוב חסידים זענען נעבעך געווען עלו על המוקד? איז דען דא א הווה אמינא אז חסידי אסטראווצע וואלטן נישט געלאפן צו הערן זייער רבי'נס פשט'ל נאכ'ן קריג?
אוועטאר
סיקריק
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 10:27 am
לאקאציע: און פאלעסטינע

תגובה דורך סיקריק »

פעדלער האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
עמרם יודא האט געשריבן:
עם הנבחר האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:רוב מנין ובנין פון די פוילישע אידנטום זענען נעדר געווארן ביים קריג הי"ד און דאס איז די סיבה פארוואס עס זענען כמעט נישט פארהאן קיין פויליש אפשטאמיגע חסידות

פארוואס גור איז יא געבליבען אזא הערליכע קהלה

די אמרי אמת האט געשיקט אסאך פון זיינע חסידים קיין ארץ ישראל פאר די מלחמה

און דער אמרי אמת אליין האט דאך איבערגעלעבט, האבן זיי דאך געהאט א רבי ארום וועם דער עולם האט זיך געקלאמערט,
ס'איז באקאנט דאס בילד פון דעם אבן הפינה פון ישיבת שפת אמת אין ירושלים אין די תקופה פון נאכן קריג, ווי מ'זעהט דעם אמרי אמת מיט ממש קוים עטליכע מנינים חסידים ביי דעם מעמד.

און דער אמת איז אז דאס ביסל אידן וואס זענען יא געבליבן פון די אנדערע פוליש'ע חסידות'ער האבן זיך א גרויס חלק פון זיי אריינגעדרייט אין גור, אזויווי אסאך פון די גאליציאנער אידן זענען אנגעקומען קיין באבוב, ווייל דאס איז געווען די נענטסטע צו זייער אמאליגן פלאץ.
סאיז ידועה אז די בית ישראל האט געמאכט אייגענע חסידים, ער פלעגט ארומלויפען און אלע ישיבות און בתי מדרשים, א גרויס חלק גורע יודען היינט צוטאגס האבען 4 זיידעס פון אונגארען
איך האב געהערט א מעשה פון בישטנא רבי שליט"א [פון פתח תקוה] אז די בית ישראל איז אמאל אריינגעקומען און סאטמאר [רחוב יואל] און ער האט געזעהן הר ה"ג ר יחזקאל ראטה שליט"א לערנען מיט א יגיעה און ברען שפעט ביינאכט , האט ער געפרעגט דעם בחור [ר יחזקאל] פון ווי ער נעמט דאס ,האט די בחור עם גענטפערט,אז מען הערט סאטמארער רבס שלש סעודות תורות האט מען די ברען !! און די בית ישראל פלעגט אסאך נאכזאגען די מימרא !! והוא ראי לדבריך ,הרב פעדלער
לעצט פארראכטן דורך סיקריק אום דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ואין כבוד התורה אלא לעשות על פי חוקיה ומשפטיה (רמב''ם פכ''ד סנהדרין)
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

מיללער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט א צחות פון רבי שמעון זאב מייזליש, ער האט געוואלט ארויס ברענגען א געוויסע נקודה אין א דרשה האט ער אזוי געזאגט: פארוואס פון אוסטראווצע איז גארנישט געבליבען, ווי נישט איז דאס געוועהן דארט א היפשט גרויסער פארקער פון חסידים. הוא מותיב והוא מפרק, ווייל א איד נאך מיטמאכען אזעלעכע צרות איז אריין געקומען הערט דארט ווי דער רבי זאגט א קאמפלעצירטע חשבון'דיגע פשעטיל גג על גג, זיין קאפ האט דאס נישט געקענט, נישט ווייט איז געוועהן א קליינע רבי וועלעכע האט געטיילט גוטע קוגעל און פירות לרחצה און דערציילט שיינע מעשיות, אוודאי איז ער דארט געבליבען, און פארשטייט זיך האט יענע קליינע רבי זיך צו וואקסען. עכתו"ד.

במחכ"ת הרמה, ניטאמאל פאר א ווערט איז עס גוט, וואס האט געזאלט בלייבן פון אסטראווצע ווען דער רבי און רוב חסידים זענען נעבעך געווען עלו על המוקד? איז דען דא א הווה אמינא אז חסידי אסטראווצע וואלטן געלאפן צו הערן זייער רבי'נס פשט'ל נאכ'ן קריג?

אפילו עס וואלט יא געבליבן שטומט עס אויך נישט מיט די מציאות
נישט דאס איז געווען די סיבה וואס דער עולם איז אנטלאפן פון קלויזענבורג קיין ... [אויב מיינט ער דאס]
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

סיקריק האט געשריבן: איך האב געהערט א מעשה פון בישטנא רבי שליט"א [פון פתח תקוה] אז די בית ישראל איז אמאל אריינגעקומען און סאטמאר [רחוב יואל] און ער האט געזעהן הר ה"ג ר יחזקאל ראטה שליט"א לערנען מיט א יגיעה און ברען שפעט ביינאכט , האט ער געפרעגט דעם בחור [ר יחזקאל] פון ווי ער נעמט דאס ,האט די בחור עם גענטפערט,אז מען הערט סאטמארער רבס שלש סעודות תורות האט מען די ברען !! והוא ראי לדבריך ,הרב פעדלער

דעי מעשה קען איך נישט
איך האב געהערט פון א איד פון אנטווערפען ר' שלמה קיקין, אז אלס בחור איינמאל אין א ליל ששי איז ער געזיצן מיט א חברותא אין רחוב יואל, אינמיטן איז דער בית ישראל אריין געקומען כדרכו, און ער האט נישט געוויסט אז דאס איז דער גערער רבי
און ער האט זיך צוגיקוקט ווי זיי לערנען
און ער האט זיך אנגערופן, הלוואי וואלט איך געהאט אזעלכע בחורים\
האט ער געענפערט בדרך צחות [נישט וויסענדיג ווער דאס איז] נא! שיקט אייערע בחורים קיין סאטמאר, וועט איהר אויך האבן אזעלכע בחורים
ער האט גארנישט געענטפערט, און ער איז צוריק ארויס
ווען ער איז ארויס האט איהם זיין חבר געזאגט, דו ווייסט צו וועים דו האסט גערעדט?
בקיצור ער איז איהם געגאנגען מפייס זיין, און ער האט געזאגט אז ער דארך איהם נישט איבערבעטן
אוועטאר
סיקריק
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 10:27 am
לאקאציע: און פאלעסטינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיקריק »

דרךהמלך האט געשריבן:
סיקריק האט געשריבן: איך האב געהערט א מעשה פון בישטנא רבי שליט"א [פון פתח תקוה] אז די בית ישראל איז אמאל אריינגעקומען און סאטמאר [רחוב יואל] און ער האט געזעהן הר ה"ג ר יחזקאל ראטה שליט"א לערנען מיט א יגיעה און ברען שפעט ביינאכט , האט ער געפרעגט דעם בחור [ר יחזקאל] פון ווי ער נעמט דאס ,האט די בחור עם גענטפערט,אז מען הערט סאטמארער רבס שלש סעודות תורות האט מען די ברען !! והוא ראי לדבריך ,הרב פעדלער

דעי מעשה קען איך נישט
איך האב געהערט פון א איד פון אנטווערפען ר' שלמה קיקין, אז אלס בחור איינמאל אין א ליל ששי איז ער געזיצן מיט א חברותא אין רחוב יואל, אינמיטן איז דער בית ישראל אריין געקומען כדרכו, און ער האט נישט געוויסט אז דאס איז דער גערער רבי
און ער האט זיך צוגיקוקט ווי זיי לערנען
און ער האט זיך אנגערופן, הלוואי וואלט איך געהאט אזעלכע בחורים\
האט ער געענפערט בדרך צחות [נישט וויסענדיג ווער דאס איז] נא! שיקט אייערע בחורים קיין סאטמאר, וועט איהר אויך האבן אזעלכע בחורים
ער האט גארנישט געענטפערט, און ער איז צוריק ארויס
ווען ער איז ארויס האט איהם זיין חבר געזאגט, דו ווייסט צו וועים דו האסט גערעדט?
בקיצור ער איז איהם געגאנגען מפייס זיין, און ער האט געזאגט אז ער דארך איהם נישט איבערבעטן
זאג נאר אדוני המלך, דער ר שלמה קיקין איז אפשר א גורער
ואין כבוד התורה אלא לעשות על פי חוקיה ומשפטיה (רמב''ם פכ''ד סנהדרין)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שלמה קיקין פון אנטווערפן האט געלערנט אין צענז סט. סאטמאר, עס איז ידוע די מעשה מיט אים און ר' נתן יוסף
גאסט
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאסט »

ס'איז דא א באקאנטער ת"ח דאהי וואס זיין פאטער איז זייער א באקאנטער גדול געווען אין די חסידישע און תורה וועלט, דער פאטער האט קיינמאל מיט גער נישט צופיל געהאט, און דער זון א תלמיד חכם איז א גערער

מ'האט אים געפרעגט ווי ער קומט קיין גער, האט ער דערציילט אז ער איז אלץ בחור געווען אן ערשט קלאסיגער ליידיגייער, און פלעגט זיך דרייען אין די פאלאפעל געשעפטן אין אר"י, איינמאל האט זיין טאטע זיך געטראפן מיטן בית ישראל, און האט זיך אפגערעדט אויפן זין

קומענדיגע מאל ווען דער בית ישראל האט באמערקט דעם זון אין א פאלאפעל געשעפט איז דער בית ישראל צוגעגאנגן צום בחור, אים אראפגעלאזט צוויי גוטע פעטש היתכן ער דרייט זיך דארט, און אים אנגעכאפט ביים קארג, אהיים געטראגן צו זיך, און אים איינגעשפארט אויף אפאר חדשים ביי אים אינדערהיים, און גענומען אינגעלייט זאלן לערנען מיט אים, ביז דער בחור האט זיך גענומען לערנען,
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

א רגע נאר, דער אסטראווצער איז שוין אוועק אום פ"ח, ביי זיין זוהן ר' יחזקאל'ע איז נאך אויך געווען דער "אסטראווצער פארקער"?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

מיללער האט געשריבן:ר' שלמה קיקין פון אנטווערפן האט געלערנט אין צענז סט. סאטמאר, עס איז ידוע די מעשה מיט אים און ר' נתן יוסף

קאן זייך איך מאך א טעות
די מעשה האב איך געהערט פון איהם
קען זיין אז נישט אויף זיך
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מיללער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט א צחות פון רבי שמעון זאב מייזליש, ער האט געוואלט ארויס ברענגען א געוויסע נקודה אין א דרשה האט ער אזוי געזאגט: פארוואס פון אוסטראווצע איז גארנישט געבליבען, ווי נישט איז דאס געוועהן דארט א היפשט גרויסער פארקער פון חסידים. הוא מותיב והוא מפרק, ווייל א איד נאך מיטמאכען אזעלעכע צרות איז אריין געקומען הערט דארט ווי דער רבי זאגט א קאמפלעצירטע חשבון'דיגע פשעטיל גג על גג, זיין קאפ האט דאס נישט געקענט, נישט ווייט איז געוועהן א קליינע רבי וועלעכע האט געטיילט גוטע קוגעל און פירות לרחצה און דערציילט שיינע מעשיות, אוודאי איז ער דארט געבליבען, און פארשטייט זיך האט יענע קליינע רבי זיך צו וואקסען. עכתו"ד.

במחכ"ת הרמה, ניטאמאל פאר א ווערט איז עס גוט, וואס האט געזאלט בלייבן פון אסטראווצע ווען דער רבי און רוב חסידים זענען נעבעך געווען עלו על המוקד? איז דען דא א הווה אמינא אז חסידי אסטראווצע וואלטן נישט געלאפן צו הערן זייער רבי'נס פשט'ל נאכ'ן קריג?

אנטשולדיג מיר, איך נעם נישט קיין אחריות אויף דעם ווארט, כ'האב אראפ געברענגט פון בשמו פון וועם איך האב דאס געהערט, ער איז גענוג א גברא רבא כ'זאל איהם קענעם אראפ ברענגען, ספעציעל אין דער פארמאט אין וואס ער האט דאס געזאגט ווי אויך ברבים במקהלות יותר ממאתיים איש, אויב נישט מער.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מיללער האט געשריבן:ר' שלמה קיקין פון אנטווערפן האט געלערנט אין צענז סט. סאטמאר, עס איז ידוע די מעשה מיט אים און ר' נתן יוסף

וואסי די מעשה
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

גלאזער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' שלמה קיקין פון אנטווערפן האט געלערנט אין צענז סט. סאטמאר, עס איז ידוע די מעשה מיט אים און ר' נתן יוסף

וואסי די מעשה

די מעשה מיטן פּראק אויפן באלעמר....
שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

איך האב געהערט נאכזאגען פון א גרויסע רבי וואס איז געבליבען אן חסידים נאכן קריג, אז דער עולם האלט און איין קרעכצען "נשארנו כצאן בלי רועה" אבער דעס אז "נשאר רועה בלי צאן" איז גארנישט?
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”