פארלוירענע חסידות'ער

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

בערל קראקאווער האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט איז גור אלכנסדר און ראדאמסק געווען די דריי גרעסטע חסידות אין פוילן פארן קריג, און איך האב געהערט כמה פעמים דא אין אמעריקע נישט אין ארץ ישראל, אז אלכסנדר איז געווען אפילו גרעסער ווי גור.

יעצט איך האב געזעהן אז איינער האט שוין אנגערירט ראדאמסק אויפן שפיץ פינגער האב איך געוואלט צולייגן. עס איז טאקע אינטערסאנט אז זיינע חסידים און בפרט וואס ער איז דאך געווען א עושר מופלג האבן נישט עספיעט אים עפעס צו ראטעווען, קען זיין היות די דייטשן האבן זיך שוין פון גאר פרי פארלייגט אויף אים, און ער איז שוין געווען אין א לאגער ארעסטירט פאר א שיין ביסל צייט נאך פאר עס איז געווען די ביטערע צרות אין פוילן, אפציעל איז געווען זייער קלאגע היות די רבי האט פארמאגט פיל נכסים אין בערלין גופא אויף וואס ער האט נישט געצאלט קיין שטייערן.

אינטערסאנט איז צו צולייגן אז די רבי האט פארן קריג פרובירט צו מאכן א אויסטויש פאר זיינע נכסים אין בערלין מיט א שטח ערגעץ אין תל אביב - ארץ ישראל, וועלכער האט באלאנגט דעמאלטס פאר דייטשלאנד, ווי ער האט זיך געוואלט אריבער ציען אבער לא עלתה בידו.

און בעצם מלכות ראדאמסק איז אויך פריצייטיג פארשניטן געווארן מיטן טראגישע פטירה פון הילד בן ר' משה'לע, דעם רבי'ן איינציגסטע אייניקל.
הי''ד.

הילד משה'לע איז אוועק א שיינע פאר יאר בעפארן קריג
זיין איידעם דער בעל שבחי כהן, איז געווען א גאון עולם, ממש פון די גרעסטע גאונים אין פוילן, עס איז שוין געווען מסודר פון אים חיבורים עצומים אויף מסכתות הש"ס, וואלט ער איבער געלעבט וואלט ער געווען א ענק שבענקים, חבל וחבל, עליו ועל תורתו, גוילין נשרפין ואותיות פורחות
תחת הכסף אביא זהב, אבל תחת רבי עקיבא חביריו מאי מביאין ועליהם הוא אומר ונקיתי דמם לא נקיתי (ר"ה כג ע"א)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

משה'לע? כ'דענק אז איר זיינט זיך טועה מיטן נאמען, דער פאטער האט דאך אזוי געהייסן.

"שבחי כהן" איז פון שווער, "זבחי כהן" איז פון איידעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

דאס יונגעלע האט געהייסן: אברהם אלימלך יחזקאל אהרן ז"ל [ער ליגט מיינעך אין ראדאמסק]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זבחי צדק האט געשריבן:דאס יונגעלע האט געהייסן: אברהם אלימלך יחזקאל אהרן ז"ל [ער ליגט מיינעך אין ראדאמסק]

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=22585

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

יש ספר מהגרד"מ זצ"ל, נמצא באוצה"ח תחת השם 'זכרון כהן'
שרידי דברי תורתו שנשאר לפליטה
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

זבחי צדק האט געשריבן:יש ספר מהגרד"מ זצ"ל, נמצא באוצה"ח תחת השם 'זכרון כהן'
שרידי דברי תורתו שנשאר לפליטה

אינז האמיר די ספר,דארט איז אויך די תולדות פון אים מיט'ן שווער
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

הילד משה'לע איז אוועק א שיינע פאר יאר בעפארן קריג: דאס האב איך געמיינט איז פריצייטיג פארשניטן געווארן!

איך זעה איז אינצווישן האט מען אייך שוין פאראכטן איבער הילד אברהם אלימלך יחזקאל אהרן בן רבי דוד משה'לע דער איידעם פון לעצטן רבי'ן דער בעל שבחי כהן.

אינטערסאנט אז אין 'מלכות בית ראדאמסק' ברענגן זיי, אז נאך וואס דאס קינד איז אוועק איז די רבי געווען ממש אויסן זיך און מער נישט געוואלט נעמען קוויטלעך און פירן רעביסטעווע...
איינע פון די זאכן איז אויך אז די רבי האט נישט געוואלט אז זיין איידעם דער גאון רבי משה'לע זאל לאזן דרוקן זיינע חידושים.

שפעטער נאכ'ן קריג האט מען צוזאמענגענומען אסאך פון זיינע מורא'דיג חידושים וואס ער פלעגט שרייבן אין ירחון 'כתר תורה' אונאיינעם מיט תורות פון רבי'ן און ארויסגעגעבן א ספר 'ברכת שלמה' און 'שבחי כהן'.

זבחי כהן האב איך נאך נישט געזעהן.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

שמואל בארג האט געשריבן:אמאל האב איך געהערט פון א פוילישן איד א ווערטל.

גייענדיג אויף די גאס עטליכע יאר נאכן קריג, טרעפט ער אן א מענטש אן קיין צורת איד, און הייבט אן רעדן צו אים אין א פליסיגן אידיש, ער אידענטיפיצירט זיך אלס זיין נאנטער חבר פונדערהיים אין גור, פרעגט ער אים "ממש אזוי? אן קיין טראפ אידישקייט?", זאגט ער אים "כ'וועל דיר זאגן דער אמת, איין זאך איז מיר שטארק געבליבן, ווען איך זעה אן אלכסנדר חסיד עסט עס מיר אויף".

דאס איז נישט קיין ווערטל נאר א מעשה שהי'; א יונגערמאן פון פוילישן אפשטאם האט מיר גערציילט אז ער האט געטראפן אן אלטן אלכסנדר'ן אפיקורס וואס האלט ממש גארנישט (אריבער די קריג נעבעך), און אויף זיין פראגע מיט וואס ער איז אן אלכסנדר חסיד האט יענער געענטפערט "איך האב ליב הערינג און איך האב פיינט גער"...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

זייענדיג אויפ'ן בית החיים אין ווארשע, האב איך דארט געזען ציונים מיט אוהלים פון רבי'ס וואס רובא דרובא וועלט ווייסט ניטאמאל אז זיי האבן עקזיסטירט, צב"ש האדמו"ר ר' נחמיה מקוידינאוו באראנאוויטש (נפ' כ"א תמוז תרפ"ז), האדמו"ר מסקרנוביץ ר' מרדכי מנחם זצללה"ה מאטוואצק בן ר' שמעון זצללה"ה מסקרנוביץ, נאדמו"ר ר' יעקב טאוב מיאבלונה בן ר' משה יוסף, האדמורי"ם מזוואלין, לאמאז, ועוד.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Out of towner »

אז מ'רעדט פון סעקרענאוויטש, ס'איז אויך געווען איינע פון די גרעסטע חסידות'ער אין פולין. ממשיכים פון די ווארקע דינאסטיע.
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

דער בני ברק'ער מייסד הרב גערשטנקארן, איז געוועהן א סנקרנעביצער חסיד. און געברענגט זיין רבי'ן ר' שמעון אלץ ערשטער רב.
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

משהזוךמיר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:אמאל האב איך געהערט פון א פוילישן איד א ווערטל.

גייענדיג אויף די גאס עטליכע יאר נאכן קריג, טרעפט ער אן א מענטש אן קיין צורת איד, און הייבט אן רעדן צו אים אין א פליסיגן אידיש, ער אידענטיפיצירט זיך אלס זיין נאנטער חבר פונדערהיים אין גור, פרעגט ער אים "ממש אזוי? אן קיין טראפ אידישקייט?", זאגט ער אים "כ'וועל דיר זאגן דער אמת, איין זאך איז מיר שטארק געבליבן, ווען איך זעה אן אלכסנדר חסיד עסט עס מיר אויף".

דאס איז נישט קיין ווערטל נאר א מעשה שהי'; א יונגערמאן פון פוילישן אפשטאם האט מיר גערציילט אז ער האט געטראפן אן אלטן אלכסנדר'ן אפיקורס וואס האלט ממש גארנישט (אריבער די קריג נעבעך), און אויף זיין פראגע מיט וואס ער איז אן אלכסנדר חסיד האט יענער געענטפערט "איך האב ליב הערינג און איך האב פיינט גער"...

די מעשה איז געווען מיט תמי לפיד די פאטער פון יאיר לפיד ער איז אויך געווען א חבר הכנסת
און איין מאהל האט ער געזאגט דארט "דבר אחד יש לי ירושה מאבותי וזה השנאה לגור" ער האט געשטאמט פון אלכסנדר חסידים
איך מיין זיין טאטע איז שוין געווען פריי
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פארלוירענע חסידות'ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לפיד איז נישט קיין פוילישער
זיין טאקע איז טאקע געווען פריי, זיי זענען עכטע עסטרייך-אונגעריש אפשטאמיגע
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: פארלוירענע חסידות'ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

נישט פון סעליש?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פארלוירענע חסידות'ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יאיר דער זון שטאמט פון להבדיל ר' שמעלקא סעלישער זי"ע, זיין מאמע (אשת יוסף/טומי) איז געווען א טאכטער פון דוד גלעדי (געביטן די נאמען פון קליין) א רעכטער אור אייניקל פון ר' שמעלקא זצוק"ל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

משהזוךמיר האט געשריבן:זייענדיג אויפ'ן בית החיים אין ווארשע, האב איך דארט געזען ציונים מיט אוהלים פון רבי'ס וואס רובא דרובא וועלט ווייסט ניטאמאל אז זיי האבן עקזיסטירט, צב"ש האדמו"ר ר' נחמיה מקוידינאוו באראנאוויטש (נפ' כ"א תמוז תרפ"ז), האדמו"ר מסקרנוביץ ר' מרדכי מנחם זצללה"ה מאטוואצק בן ר' שמעון זצללה"ה מסקרנוביץ, נאדמו"ר ר' יעקב טאוב מיאבלונה בן ר' משה יוסף, האדמורי"ם מזוואלין, לאמאז, ועוד.

ר' נחמיה מקוידינוב היה אביו של רבי נפתלי פערלוב זצ"ל חתן כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

משהזוךמיר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:אמאל האב איך געהערט פון א פוילישן איד א ווערטל.

גייענדיג אויף די גאס עטליכע יאר נאכן קריג, טרעפט ער אן א מענטש אן קיין צורת איד, און הייבט אן רעדן צו אים אין א פליסיגן אידיש, ער אידענטיפיצירט זיך אלס זיין נאנטער חבר פונדערהיים אין גור, פרעגט ער אים "ממש אזוי? אן קיין טראפ אידישקייט?", זאגט ער אים "כ'וועל דיר זאגן דער אמת, איין זאך איז מיר שטארק געבליבן, ווען איך זעה אן אלכסנדר חסיד עסט עס מיר אויף".

דאס איז נישט קיין ווערטל נאר א מעשה שהי'; א יונגערמאן פון פוילישן אפשטאם האט מיר גערציילט אז ער האט געטראפן אן אלטן אלכסנדר'ן אפיקורס וואס האלט ממש גארנישט (אריבער די קריג נעבעך), און אויף זיין פראגע מיט וואס ער איז אן אלכסנדר חסיד האט יענער געענטפערט "איך האב ליב הערינג און איך האב פיינט גער"...

אני שמעתיו אחרת קצת
פעם הלכו שליחי איחוד מוסדות גור לחילונים יוצאי פולין להתרימם למען המוסדות של גור באר"י, הם הגיעו לבית של חילוני אחד והוא הזמין אותם להצטרף לשולחנו שם אכל בשר לבן ה"י וצפה בטלוויזיה, באמצע החל הנואם בטלוויזיה לדבר נגד חסידות גור והוא התעצבן וכיבה את הטלוויזיה.
אשתו שהיתה במטבח צעקה לו, מה לך? אתה אוכל בשר חזיר ומחלל שבתות אתה לא יכול לשמוע קצת איך שמדברים נגד גור?
והלה אמר לאברכים, אל תתייחסו אליה היא פשוט מאלכסנדר...
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:זייענדיג אויפ'ן בית החיים אין ווארשע, האב איך דארט געזען ציונים מיט אוהלים פון רבי'ס וואס רובא דרובא וועלט ווייסט ניטאמאל אז זיי האבן עקזיסטירט, צב"ש האדמו"ר ר' נחמיה מקוידינאוו באראנאוויטש (נפ' כ"א תמוז תרפ"ז), האדמו"ר מסקרנוביץ ר' מרדכי מנחם זצללה"ה מאטוואצק בן ר' שמעון זצללה"ה מסקרנוביץ, נאדמו"ר ר' יעקב טאוב מיאבלונה בן ר' משה יוסף, האדמורי"ם מזוואלין, לאמאז, ועוד.

ר' נחמיה מקוידינוב היה אביו של רבי נפתלי פערלוב זצ"ל חתן כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע.

תמונתו.
אטעטשמענטס
1.png
1.png (306.38 KiB) געזען 1335 מאל
פעטער ליפא
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:28 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער ליפא »

דרךהמלך האט געשריבן:
סיקריק האט געשריבן: איך האב געהערט א מעשה פון בישטנא רבי שליט"א [פון פתח תקוה] אז די בית ישראל איז אמאל אריינגעקומען און סאטמאר [רחוב יואל] און ער האט געזעהן הר ה"ג ר יחזקאל ראטה שליט"א לערנען מיט א יגיעה און ברען שפעט ביינאכט , האט ער געפרעגט דעם בחור [ר יחזקאל] פון ווי ער נעמט דאס ,האט די בחור עם גענטפערט,אז מען הערט סאטמארער רבס שלש סעודות תורות האט מען די ברען !! והוא ראי לדבריך ,הרב פעדלער

דעי מעשה קען איך נישט
איך האב געהערט פון א איד פון אנטווערפען ר' שלמה קיקין, אז אלס בחור איינמאל אין א ליל ששי איז ער געזיצן מיט א חברותא אין רחוב יואל, אינמיטן איז דער בית ישראל אריין געקומען כדרכו, און ער האט נישט געוויסט אז דאס איז דער גערער רבי
און ער האט זיך צוגיקוקט ווי זיי לערנען
און ער האט זיך אנגערופן, הלוואי וואלט איך געהאט אזעלכע בחורים\
האט ער געענפערט בדרך צחות [נישט וויסענדיג ווער דאס איז] נא! שיקט אייערע בחורים קיין סאטמאר, וועט איהר אויך האבן אזעלכע בחורים
ער האט גארנישט געענטפערט, און ער איז צוריק ארויס
ווען ער איז ארויס האט איהם זיין חבר געזאגט, דו ווייסט צו וועים דו האסט גערעדט?
בקיצור ער איז איהם געגאנגען מפייס זיין, און ער האט געזאגט אז ער דארך איהם נישט איבערבעטן

עס איז אויך ידוע אז ער האט אמאל ביינאכט געטראפן בחורים פון די עדה קלעבן צעטלעך פאר א פארטעסט האט ער זיי געזאגט קלעבטס עס שטארק ווייל מיינע בחורים גייען באלד קומען עס אראפרייסן
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

סארקאזי האט געשריבן:סאיז געבליבען א הייליגען ספר תפארת שלמה וואס באלייכט אידישע הערצער עד היום הזה
סאיז דא אסאך אנדערע חסידות'ער וואס זענען געבליבען מיט מענטשען און אויך אייניקלעך און זיי גייען ליבערשט אריין אין די קאטאגאריע פון ''פארלוירענע חסידות'ער,,, אודאי איז בעסער ווען ס'בלייבט ביידע
נקודה למחשבה

די ספר כנסת יחזקאל איז אויך א הערליכער ספר מיט אסאך קורצע זיסע תורות א באלאנץ צווישען פוילישע און גאליציאנער תורה
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מסתופף בצל צדיקים האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:סאיז געבליבען א הייליגען ספר תפארת שלמה וואס באלייכט אידישע הערצער עד היום הזה
סאיז דא אסאך אנדערע חסידות'ער וואס זענען געבליבען מיט מענטשען און אויך אייניקלעך און זיי גייען ליבערשט אריין אין די קאטאגאריע פון ''פארלוירענע חסידות'ער,,, אודאי איז בעסער ווען ס'בלייבט ביידע
נקודה למחשבה

די ספר כנסת יחזקאל איז אויך א הערליכער ספר מיט אסאך קורצע זיסע תורות א באלאנץ צווישען פוילישע און גאליציאנער תורה

און חסד לאברהם איז עפעס אינגאנצן אוועקצומאכן?
דביה תחדי נפשא
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

חמרא טבא האט געשריבן:
מסתופף בצל צדיקים האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:סאיז געבליבען א הייליגען ספר תפארת שלמה וואס באלייכט אידישע הערצער עד היום הזה
סאיז דא אסאך אנדערע חסידות'ער וואס זענען געבליבען מיט מענטשען און אויך אייניקלעך און זיי גייען ליבערשט אריין אין די קאטאגאריע פון ''פארלוירענע חסידות'ער,,, אודאי איז בעסער ווען ס'בלייבט ביידע
נקודה למחשבה

די ספר כנסת יחזקאל איז אויך א הערליכער ספר מיט אסאך קורצע זיסע תורות א באלאנץ צווישען פוילישע און גאליציאנער תורה

און חסד לאברהם איז עפעס אינגאנצן אוועקצומאכן?

חו״ש אבער עס איז א שווערערע ספר
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”