ר' אשר (זיגמונד) פארסט ע"ה מיט רבי מיכאל בער זצ"ל

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

1. ווען מען רעדט וואס איז די סיבה פארוואס היטלער האט געוואלט פארניכטן די אידן איז וויסעלינצי נישט דער שטערקסטער source.

2. אייכמאן אליינס לויט ווי איך פארשטיי פון אייערע ווערטער איז יא א שטערקערער source ווי וויסעלינצי. אין א סך זאכן האט אייכמאן געזאגט אנדערש ווי וויסעלינצי (איך מיין לגבי די איננואלוומענט פונעם מופטי אויך.)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:1. ווען מען רעדט וואס איז די סיבה פארוואס היטלער האט געוואלט פארניכטן די אידן איז וויסעלינצי נישט דער שטערקסטער source.

2. אייכמאן אליינס לויט ווי איך פארשטיי פון אייערע ווערטער איז יא א שטערקערער source ווי וויסעלינצי. אין א סך זאכן האט אייכמאן געזאגט אנדערש ווי וויסעלינצי (איך מיין לגבי די איננואלוומענט פונעם מופטי אויך.)

אה, דו מיינסט די חלק, פארוואס ער האט געוואלט הארגענען, איך האב געמיינט בנוגע ווי ווייט מען איז געווען גרייט אויף די פארהנדלונגען. כ'הער וואס דו זאגסט, אבער אז ער האט נישט געוויסט איז זייער שווער צו זאגן.

צווישן אייכמאן און וויסליצעני, איז לכאורה וויסליצעני מער באגלייבט, ווייל אייכמאן האט גערעדט וואס איז געווען נוגע אים אליין, און האט געהאט א גרויסע אינטערעסע צו זאגן ליגענט. וויסליצעני האט גערעדט בנוגע אנדערע און 1) נישט געהאט קיין אינטערעסן צו באהאלטן און 2) האט געהאלטן אז מיטן זאגן דעם אמת וועט מען אים אפשוינען.

ער האט באמת געהאלטן אז ער האט א גוטע סטארי צו פארקויפן לגבי זיך אליין, טאקע אז ער האט געהאנדעלט און געטרייט אפצושטעלן. און האט גערעדט דעם אמת קעגן אייכמאן און די אנדערע, ווייל ער האט געהאלטן אז עס גייט אים העלפן.

זיין עדותשאפט איז זייער א וויכטיגע, און איז גענוצט געווארן שטארק איבערהויפט קעגן אייכמאן. אא"וו מען האט אים געגלייבט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

@לכתחלה,

נאכן מיר אזוי פיל מאל אטאקירען אז איך בין אומוויסענד אין די צייט וואס איל האב סך הכל געשריבן פשוטע פאקטן וואס איז ברייט באקאנט ווער עס קען אביסל דעם האלאקאוסט...הייב איך אן צו טראכטען אז עס איז פשוט the other way around. איר זענט פשוט דער אומוויסענדער. איר האט טאקע געליינט ספרי מרן מיט unheard cry, און איר רעדט זיך איין אז מיטן לייענן דאס ווייסט איר שוין די "פעקטס אן די גראונד" ווי איר רופט עס פון דעם האלאקאוסט. און פארדעם שרייבט איר אזוינע געבראטענע שטותים. (איין דוגמא, וואס איר האט געהאט געשריבן אז די דייטשן וואלטן געקענט דעפארטירען די אידן קיין אר"י מיט געוואלד פון די ענגלענדער...ווייל די ענגלענדער האבן מורא געהאט צו לאנדן דארט.. אין דערצייט וואס יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז די דייטשען האבן קיינמאל נישט געהאט קיין קאנטראל אויף די וואסערן קעגן די ענגלענדער.
דאס אז די דייטשען האבן נישט געהאט קיין קאנטראל אויף די וואסערן שטייט טאקע נישט אין "מן המיצר" אבער עס איז א פאקט וואס יעדער היסטאריקער ווייסט).

איך וויל נישט אריינגיין אין א קינדישען ויכוח פון דו ביסט אומוויסענד, און צוריק, נאר אזוי ווי יעדעס מאל וואס געפעלט אייך עפעס נישט, שרייט איר אומוויסענד, האב איך עס איינמאל נאר געוואלט קלארשטעלן.

די לעצטע תגובה האב איך געשריבן נאך פאר איך האב געזען אייער פאריגע תגובה וואס איז שוין גווען מער פראגמאטיש. שוין, והוא רחום יכפר עון
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:@לכתחלה,

נאכן מיר אזוי פיל מאל אטאקירען אז איך בין אומוויסענד אין די צייט וואס איל האב סך הכל געשריבן פשוטע פאקטן וואס איז ברייט באקאנט ווער עס קען אביסל דעם האלאקאוסט...הייב איך אן צו טראכטען אז עס איז פשוט the other way around. איר זענט פשוט דער אומוויסענדער. איר האט טאקע געליינט ספרי מרן מיט unheard cry, און איר רעדט זיך איין אז מיטן לייענן דאס ווייסט איר שוין די "פעקטס אן די גראונד" ווי איר רופט עס פון דעם האלאקאוסט. און פארדעם שרייבט איר אזוינע געבראטענע שטותים. (איין דוגמא, וואס איר האט געהאט געשריבן אז די דייטשן וואלטן געקענט דעפארטירען די אידן קיין אר"י מיט געוואלד פון די ענגלענדער...ווייל די ענגלענדער האבן מורא געהאט צו לאנדן דארט.. אין דערצייט וואס יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז די דייטשען האבן קיינמאל נישט געהאט קיין קאנטראל אויף די וואסערן קעגן די ענגלענדער.
דאס אז די דייטשען האבן נישט געהאט קיין קאנטראל אויף די וואסערן שטייט טאקע נישט אין "מן המיצר" אבער עס איז א פאקט וואס יעדער היסטאריקער ווייסט).

איך וויל נישט אריינגיין אין א קינדישען ויכוח פון דו ביסט אומוויסענד, און צוריק, נאר אזוי ווי יעדעס מאל וואס געפעלט אייך עפעס נישט, שרייט איר אומוויסענד, האב איך עס איינמאל נאר געוואלט קלארשטעלן.

דו אליין ווייסט ווי קינדיש און נאריש דיין יעצטיגע אטאקע. צו ליינען די ספרים און ביכער איבער און פון מרן זצ"ל - און פארשטיין וואס דארט שטייט - איז אומעגליך אן ליינען פארדעם די אלגעמיינע היסטאריע פון די מלחמה.

עס איז ווי להבדיל זאגן איינעם " יא תוס' קענסטו דורך און אדורך, אבער די גמ' קענסטו נישט"! עס איז פשוט אוממעגליך.

דאס איז נאך פאר סתם די בעבישע "אונא" (oh no)!

און האסט געטראפען "איין גרייז" אין מיינע ווערטער, בשעת אין דיין גאנצע באשרייבונג איז נישטא מיינעך קיין איין תגובה וואס איז אויסגעהאלטן אינגאנצן לויט די פאקטן (אוקעי... אפשר "קיין איין" איז א גוזמה..)

אבער דאס איז נאך אלעס גארנישט!! דא קומט די פאנטשליין!!

איך האב געשריבן "לאנדען" די שטאט, אז זיי זענען געווען באזארגט אז לאנדן זאל נישט פאלן, און היטלער האט נישט געדארפט זייער רשות איבער פאלעסטינע, ווייל זיי האבן געהאט גרעסערע דאגות, און דו האסט פארשטאנען "לאנדען" מיט עראפלאנען!! און היידא!!! האסט געכאפט די טוטער!!! דו רעדסט שוין פון וואסערן!! בקיעות געוואלדיג!! בר בי רב דחד יומא!! ס'לעבעדיג!

ביטע שיין, רואיג רואיג... נעמט א טיפע אטעם.

------

איר האט נישט געזען מיין אנדערע תגובה פארן שרייבן..... המממממ כ'האב א גרויסע נסיון נישט צו גלייבן, אמער עס קומט ארויף אטאמאטיש, און ווי מען פירט זיך צו שרייבן "פלוני האקט".

אבער דאס איז נישט די פוינט. ווייל, עס איז בכלל נישט נוגע וויאזוי דו שרייבסט מיר "פארדעם" - פראגמאטיש אר אדערווייז - אז אין דעם זאל זיך ווענדן וואס און וויאזוי איך ענטפער. און איר זאלט זעהן אז איר זאלט טאן די זעלבע.

אז יענער רעדט שטותים, ענטפערט מען וויאוזי מען ענטפערט פאר שטותים, אז יענער זאגט עפעס, ענטפערט מען אויף אזוי. דאס האט איך געטאן, און עס קומט נישט נישט קיין מעדאל דערפאר. דאס איז "נארמאל".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לאן אתה הולך האט געשריבן:........
נאר איין זאך, רמ''ד שרייבט אליין אז זיין שווער האט נישט געהאלטון אז די אלע פעולות וועלן עפעס אויפטון הגם ער האט עם געהייסן געוויסע זאכן וויאזוי צו טון, עי' פרק ז' ח'.
.......

ישר כח, שטייט טאקע דארט אזוי. נישט געדענקט. זייער אינטערעסאנט. נייטרא רב זצ"ל האט זייער אסאך "פאראויסגעזעהן" ווי מרן זצ"ל פארציילט, מיטן ווילן פארן אויף נייטרא וכו'.

זי"ע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

@לכתחלה,

צו עס מיינט לאנדען צו לאנדאן איז נישט קיין גרויסע נפקא מינה. צו זאגן אז דייטשלאנד האט געקענט דעפארטירן שיפן אויפן וואסער מיט געוואלד פון די ענגלענדער איז א גרויסע גראבע עמהארצות..די דייטשען האבן קיינמאל נישט געהאט קיין קאנטראל אויף די וואסערען, און אודאי נישט צוצגיין צו יענעם אין מויל אריין. איך מיין אז די גאנצע געוואלד געדאנק איז פשוט אייער אייגענער חידוש-דמיון.

יעצט וועלן מיר גיין טאקע צו דעם לאנדאן...... אין נאוועמבער 1941 האבן די בריטן מורא געהאט פאר לאנדאן....? איר קענט בעסיק היסטארי??????

(דרך אגב, די בריטן האבן קאנטראלירט די וואסערן און געזונקען דייטשע שיפן אפילו ווען מען האט יא געהאט געציטערט פאר לאנדאן)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:@לכתחלה,

צו עס מיינט לאנדען צו לאנדאן איז נישט קיין גרויסע נפקא מינה. צו זאגן אז דייטשלאנד האט געקענט דעפארטירן שיפן אויפן וואסער מיט געוואלד פון די ענגלענדער איז א גרויסע גראבע עמהארצות..די דייטשען האבן קיינמאל נישט געהאט קיין קאנטראל אויף די וואסערען, און אודאי נישט צוצגיין צו יענעם אין מויל אריין. איך מיין אז די גאנצע געוואלד געדאנק איז פשוט אייער אייגענער חידוש-דמיון.

יעצט וועלן מיר גיין טאקע צו דעם לאנדאן...... אין נאוועמבער 1941 האבן די בריטן מורא געהאט פאר לאנדאן....? איר קענט בעסיק היסטארי??????

(דרך אגב, די בריטן האבן קאנטראלירט די וואסערן און געזונקען דייטשע שיפן אפילו ווען מען האט יא געהאט געציטערט פאר לאנדאן)

ווער רעדט פון וואסערן פאר א גוט יאר???

מען רעדט פון פארטרייבן די אידן פון די אקיופירטע לענדער און דאס וואלט געמיינט אז זיי וואלטן אנגעקומען קיין פאלעסטינע.

און יא, ענגלאנד פונקט ווי די גאנצע וועלט האט געציטערט זיך איינצורייסן מיט היטלער, און מען האט אים אלעס נאכגעגעבן וואס ער האט פארלאנגט. און דאס איז נאך פאר די אנהייב פון די עצם קריג. ווער רעדו נאך נאך דעם ווי די קריג האט אויסגעבראכען, האט די וועלט געציטערט ווער איז נעקסט, און וואס דער שד פלאנט. ענגלאנד וואלט זיך קיינמאל נישט איינגעריסן מיט אים אויף די פראגע פון אידן קיין פאלעסטינע.

צו איך מיין לאנדען צו לאנדן, איז נישט קיין נפק"מ??? עס איז א נפק"מ אז דו זאלסט "טראכטען" א טראפעלע פאר דו ענטפערסט!! ליינען וואס יענער זאגט, טראכט אז אפשר זאגט יענער עפעס, וועסטו נישט מאכן אזעלעכע גרייזן.

און עקסטער איז די סדר אז ווען מען מאכט א גראבע גרייז, און מען וויל עס נאך נוצן אלס אן אטאקע אויף א צווייטן, און עס רייסט אויף אין פנים, פירט מען זיך אז מען ווישט אפ די נאז, מען אנטשולדיגט זיך ....

נישט מען טרייט צו ספינען ווייטער, כאילו "עס איז נישט קיין נפק"מ".......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכתחילה, נאר אויסצוגראדן די ספעלינג:

לאנדן = Landing
לאנדאן = London מיט א קמ"ץ חט"ף אויפן דל"ת.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:@לכתחלה,.

און יא, ענגלאנד פונקט ווי די גאנצע וועלט האט געציטערט זיך איינצורייסן מיט היטלער, און מען האט אים אלעס נאכגעגעבן וואס ער האט פארלאנגט. און דאס איז נאך פאר די אנהייב פון די עצם קריג. ווער רעדט נאך נאך דעם ווי די קריג האט אויסגעבראכען, האט די וועלט געציטערט ווער איז נעקסט, און וואס דער שד פלאנט.

איך רייב מיך מיינע אויגן... מיט יעדע תגובה פארשטערקערט איר נאר מיין השערה.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איז אזוי!

ווען די היסטאריע זאל ווייזן אז אייערע אזויגערופענע "השערות" איז געבויט אויף מציאות, אפי 'נאר טייללווייז, נא, וואלט איך אריינגעטראכט וואס די פראבלעם איז. אפשר האט איך טאקע א טעות, און איך ווייס נישט די פאקטן. אפשר האסטו פשוט נישט פארשטאנען וואס איך מיין ארויסצוברענגען און צוליב דעם האלסטו וואס דו האלטס. בקיצור זעהן ווי עס ליגט די מיספארשטענדעניש, און עס אויסגלייכען.

אבער אזוי ווי די פארגאנגענהייט ווייזט, אז "ריאליטעט" איז די לעצטע זאך וואס איז ביי דיר קובע פאקטן, שפוקעלאציע און "השערות", וועלן איך ענדערש דאס אויך אנלייגן אויף די זעלבע זאך.

איי, אפשר לעב איך טאקע אין א טעות, איז דאך א שאד אז מען זאל עס נישט אויסשמועסן און איך וועל געוואר ווערן מיין טעות, אדער דו וועסט געוואר ווערן וואס איך האב געמיינט? טאקע! און עס איז טאקע א שאד! אבער דאס איז די קאנסעקווענצן, די קאלעדערל דעמעדזש פון שרייען "וואלף".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

"מורינו" ר' יעקב שלמה שטיינפעלד ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אויף "מורינו" ר' יעקב שלמה שטיינפעלד ז"ל האט ידידינו הרב קיקיון גע'עפענט א אשכול, ותשוחח"ל.
viewtopic.php?f=63&t=28527

אוי איז דאס געווען טייערע לייט (ריזען) וואס האבען געגרינדעט די וויענער קהלה.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 3:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

SPUSMN האט געשריבן:אויף "מורינו" ר' יעקב שלמה שטיינפעלד ז"ל האט ידידינו הרב קיקיון גע'עפענט א אשכול, ותשוחח"ל.
viewtopic.php?f=63&t=28527

אוי איז דאס געווען טייערע לייט וואס האבען געגרינדעט די וויענער קהלה.

מען האט שוין אביסעלע דערמאנט איבער אים דא אין וועלטל. דארף מען עס אויסזיכען און אריינברענגען דארט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איז אזוי!

ווען די היסטאריע זאל ווייזן אז אייערע אזויגערופענע "השערות" איז געבויט אויף מציאות, אפי 'נאר טייללווייז, נא, וואלט איך אריינגעטראכט וואס די פראבלעם איז. אפשר האט איך טאקע א טעות, און איך ווייס נישט די פאקטן. אפשר האסטו פשוט נישט פארשטאנען וואס איך מיין ארויסצוברענגען און צוליב דעם האלסטו וואס דו האלטס. בקיצור זעהן ווי עס ליגט די מיספארשטענדעניש, און עס אויסגלייכען.

אבער אזוי ווי די פארגאנגענהייט ווייזט, אז "ריאליטעט" איז די לעצטע זאך וואס איז ביי דיר קובע פאקטן, שפוקעלאציע און "השערות", וועלן איך ענדערש דאס אויך אנלייגן אויף די זעלבע זאך.

איי, אפשר לעב איך טאקע אין א טעות, איז דאך א שאד אז מען זאל עס נישט אויסשמועסן און איך וועל געוואר ווערן מיין טעות, אדער דו וועסט געוואר ווערן וואס איך האב געמיינט? טאקע! און עס איז טאקע א שאד! אבער דאס איז די קאנסעקווענצן, די קאלעדערל דעמעדזש פון שרייען "וואלף".

איך האב נישט קיין כח צו שרייבן אזוי לאנג פארוואס דער ק"ו און צוזאמשטעל פון די ענגלענדער פאר די קריג איז מופרך מעיקרא. אביסל מראי מקומות.
March 39 ,
טשורטשיל קומען צו די מאכט,
אפווארפן שלום פארלאנג מצד די די דייטשען, War of brittian,
קענסעלעשאן פון אפעירעשאן סי לייען ועוד.

(אביסל א דוגמא מענינא דיומא פאר ווער עס קען נישט די השתלשלות הדברים אין ענגלאנד ביי די קריג.

אווי איינער זאל זאגן אז פרעזידענט "קרוז" וואלט אודאי נישט פראבירט אויפרעגן דעם מאכטפולען כאמעני וואס האלט שוין ממש אט ביי א נוקלעארע באמבע, והא ראיה פריער אין 2015 אונטער אבאמא האט דאך אמעריקא א סך נאכגעגעבן אבי נישט אויפצורעגן כאמעני.
עס איז נישט די זעלבע זאך, אבער א שטיקל דוגמא).

שוין לאמיר נישט פארקריכען.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

במה הארכת ימים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

גלאזער האט שוין צו געברענגט וואס איך האב אמאל געשריבען וועגען רבי אשר אין טאג וואס ער איז געווארען 100 יאר אלט.
posting.php?mode=quote&f=5&p=675210

וויל איך נאר צולייגען וואס קומט יעצט אריין.

עס איז געווען אין בארא פארק, אויף די 55'סטע גאס צווישען 16 און 17'טע עוועניו, ווי רבי אשר האט געהאט זיין דירה (נאכדעם וואס זיין דירה אין וויאמסבורג איז פארברענט געווארען אין א פרייטיג צו נאכטס), אין זיין טאכטער'ס הויז. בין איך געקומען אים וויזשיטע (ווי מען זאגט אין אלט ירושלים'יש).

ביי יענעם געלעגענהייט (אזוי ליגט מיר אין קאפ), האב איך גענומען די דרייסט (קאורידז, גאטס, בלע"ז) אים צו פרעגען.

איך האב זיך קודם מתנצל געווען און אים געזאגט: די גמרא זאגט אז רבי (רבינו הקדוש) האט זיך געטראפען מיטען הייליגען תנא רבי יהושע בן קרחה וואס איז שוין דעמאלט אלט געווען הונדרטעט מיט פערציג יאר; און געפרעגט "במה הארכת ימים"? רבי יהושע בן קרחה האט אים גע'ענטפערט... (קוקט נאך אין בכורות דף נ"ח ע"ב).

האביך ממשיך געווען: פרעג איך אייך, במה הארכת ימים?

רבי אשר האט נישט גלייך גע'ענטפערט; נאר זיך געגעבען א פארטראכט כנהוג. (דאס אליין איז א לימוד פאר זיך) אןן געגעבען א שאקל מיטען קאפ און דאן זיך אנגערופען שאקעלענדיג דער קאפ אויף נישט. "איך ווייס נישט וואספארע זכותים איך האב"; (געגעבען זיך א שטעל אפ פאר א סעקונדע און ממשיך געווען ), "אבער אפשר,פאר זיין פון די גרינדערס פון קהל עדת יראים" (וויענער קהלה).

דאן האט ער מיר געזאגט וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען, ווי איך האב שוין אויבען געשריבען.
viewtopic.php?f=63&t=28485&p=1132544&hilit=%D7%90%D7%AA%D7%A8#p1132544
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

זיין מצבה אינעם וויענער ביה"ח אין ניי ג'רוזי
אטעטשמענטס
IMG_0110.JPG
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איז אזוי!

ווען די היסטאריע זאל ווייזן אז אייערע אזויגערופענע "השערות" איז געבויט אויף מציאות, אפי 'נאר טייללווייז, נא, וואלט איך אריינגעטראכט וואס די פראבלעם איז. אפשר האט איך טאקע א טעות, און איך ווייס נישט די פאקטן. אפשר האסטו פשוט נישט פארשטאנען וואס איך מיין ארויסצוברענגען און צוליב דעם האלסטו וואס דו האלטס. בקיצור זעהן ווי עס ליגט די מיספארשטענדעניש, און עס אויסגלייכען.

אבער אזוי ווי די פארגאנגענהייט ווייזט, אז "ריאליטעט" איז די לעצטע זאך וואס איז ביי דיר קובע פאקטן, שפוקעלאציע און "השערות", וועלן איך ענדערש דאס אויך אנלייגן אויף די זעלבע זאך.

איי, אפשר לעב איך טאקע אין א טעות, איז דאך א שאד אז מען זאל עס נישט אויסשמועסן און איך וועל געוואר ווערן מיין טעות, אדער דו וועסט געוואר ווערן וואס איך האב געמיינט? טאקע! און עס איז טאקע א שאד! אבער דאס איז די קאנסעקווענצן, די קאלעדערל דעמעדזש פון שרייען "וואלף".

איך האב נישט קיין כח צו שרייבן אזוי לאנג פארוואס דער ק"ו און צוזאמשטעל פון די ענגלענדער פאר די קריג איז מופרך מעיקרא. אביסל מראי מקומות.
March 39 ,
טשורטשיל קומען צו די מאכט,
אפווארפן שלום פארלאנג מצד די די דייטשען, War of brittian,
קענסעלעשאן פון אפעירעשאן סי לייען ועוד.

(אביסל א דוגמא מענינא דיומא פאר ווער עס קען נישט די השתלשלות הדברים אין ענגלאנד ביי די קריג.

אווי איינער זאל זאגן אז פרעזידענט "קרוז" וואלט אודאי נישט פראבירט אויפרעגן דעם מאכטפולען כאמעני וואס האלט שוין ממש אט ביי א נוקלעארע באמבע, והא ראיה פריער אין 2015 אונטער אבאמא האט דאך אמעריקא א סך נאכגעגעבן אבי נישט אויפצורעגן כאמעני.
עס איז נישט די זעלבע זאך, אבער א שטיקל דוגמא).

שוין לאמיר נישט פארקריכען.

אינטערסאנט אז איך זעה נישט ווי איך האב געשריבן אז עס איז א קל וחומר.... נאר געמאכט צוויי סטעיטמענטס, איינס אז אפי' פארן קריג האט מען געציטערט פון זיינע פלענער, און צווייטענס אז ווען די קריג איז געווען אין קראפט האט מען זיכער געציטערט.

אלזא, האסטו ווייטער נישט אפגעליינט וואס איך האב געשריבן איידערן ראגירן.

ווי זאגט מען: איי רעסט מיי קעיס.

איי "לאנדן-לאנדען (ישר כח פארשלאפן...) וואס א נפק"מ"....... האט שוין פרוי קלינטן מקדים געווען "וואט דיפרענס, עט דיס פוינט, דאס איט מעיק"!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מען ברויך דא עמעדזשענסי א שלעפער טראק..... עקסטערע אשכול, אריין אין די אשכול איבער מרן זצ"ל, אדער אפשר אין גארביטש....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

איז דא איינער פון די חברים וואס קען די היסטאריע פון ענגלאנד אין 1941 וואס וועט באשטעטיגען אזוי סארט סטעיטמענט פון דא אונטען?

ענגלאנד, אלעס נאכגעבן? 1941?

אויף וועלעכען פלאנעט לעבט איר????
-----

און יא, ענגלאנד פונקט ווי די גאנצע וועלט האט געציטערט זיך איינצורייסן מיט היטלער, און מען האט אים אלעס נאכגעגעבן וואס ער האט פארלאנגט. און דאס איז נאך פאר די אנהייב פון די עצם קריג. "ווער רעדו נאך" נאך דעם ווי די קריג האט אויסגעבראכען
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יוראפ האט געשריבן:זיין מצבה אינעם וויענער ביה"ח אין ניי ג'רוזי

א דאנק אייך הרב יוראפ; געבענטשט זאלט איר זיין.

ותהי ראשיתו כ' אלול תרס"ד לפ"ק

והשלים נפשו כ"ז תמוז תשס"ו לפ"ק

זיין טאטע איז געווען רבי ישראל הלוי פארסט ז"ל

ושם אמו פייגא ע"ה; אשרי יולדתו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:איז דא איינער פון די חברים וואס קען די היסטאריע פון ענגלאנד אין 1941 וואס וועט באשטעטיגען אזוי סארט סטעיטמענט פון דא אונטען?

ענגלאנד, אלעס נאכגעבן? 1941?

אויף וועלעכען פלאנעט לעבט איר????
-----

און יא, ענגלאנד פונקט ווי די גאנצע וועלט האט געציטערט זיך איינצורייסן מיט היטלער, און מען האט אים אלעס נאכגעגעבן וואס ער האט פארלאנגט. און דאס איז נאך פאר די אנהייב פון די עצם קריג. "ווער רעדו נאך" נאך דעם ווי די קריג האט אויסגעבראכען

דו קענסט נעבעך נישט ליינען?? אדער איז דאס בכוונה? האט דאס מיט די פלאנעט אפשר?

יענע שורה גייט אביסעלע ווייטער......

און מען האט אים אלעס נאכגעגעבן וואס ער האט פארלאנגט. און דאס איז נאך פאר די אנהייב פון די עצם קריג. ווער רעדו נאך נאך דעם ווי די קריג האט אויסגעבראכען, האט די וועלט געציטערט ווער איז נעקסט, און וואס דער שד פלאנט.
און מען האט אים אלעס נאכגעגעבן וואס ער האט פארלאנגט.

דאס איז פארן קריג.
ווער רעדו נאך נאך דעם ווי די קריג האט אויסגעבראכען, האט די וועלט געציטערט ווער איז נעקסט, און וואס דער שד פלאנט.

דאס איז ביים קריג.

אפשר ווייסט איר פשוט נישט די חילוק פון א "קאמע" און א "פיריעד".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

למען השלימות, דער שמועס האט זיך אנגהויבען דא
viewtopic.php?p=1130682#p1130682
פאר דאס איז געווארען פאר זיך א אשכול; און נישט אלעס פון דארט האט מען אריבער געברעגט דא (נישט אלעס האט שייכות מיט רבי אשר, און די מלאכת הניתוח איז א שווערע זאך וואס יא און וואס נישט).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך וואלט געזאגט אז מען זאל דא אויך מאכען די מלאכת הניתוח און ארויס שניידען אלעס וואס האט נישט קיין שייכות מיט רבי אשר (דאס אשכול איז דאך למען יעמדו ימים רבים א זכרון פאר אים).

איך מיין אז ידידינו, סיי לכתחלה און סיי היימישע, וועלען מסכים זיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:איז דא איינער פון די חברים וואס קען די היסטאריע פון ענגלאנד אין 1941 וואס וועט באשטעטיגען אזוי סארט סטעיטמענט פון דא אונטען?

ענגלאנד, אלעס נאכגעבן? 1941?

אויף וועלעכען פלאנעט לעבט איר????
-----

און יא, ענגלאנד פונקט ווי די גאנצע וועלט האט געציטערט זיך איינצורייסן מיט היטלער, און מען האט אים אלעס נאכגעגעבן וואס ער האט פארלאנגט. און דאס איז נאך פאר די אנהייב פון די עצם קריג. "ווער רעדו נאך" נאך דעם ווי די קריג האט אויסגעבראכען

דו קענסט נעבעך נישט ליינען?? אדער איז דאס בכוונה? האט דאס מיט די פלאנעט אפשר?

יענע שורה גייט אביסעלע ווייטער......

און מען האט אים אלעס נאכגעגעבן וואס ער האט פארלאנגט. און דאס איז נאך פאר די אנהייב פון די עצם קריג. ווער רעדו נאך נאך דעם ווי די קריג האט אויסגעבראכען, האט די וועלט געציטערט ווער איז נעקסט, און וואס דער שד פלאנט.
און מען האט אים אלעס נאכגעגעבן וואס ער האט פארלאנגט.

דאס איז פארן קריג.
ווער רעדו נאך נאך דעם ווי די קריג האט אויסגעבראכען, האט די וועלט געציטערט ווער איז נעקסט, און וואס דער שד פלאנט.

דאס איז ביים קריג.

אפשר ווייסט איר פשוט נישט די חילוק פון א "קאמע" און א "פיריעד".

יא יא, איך האב גוט געליינט "ווער רעדט נאך"..

גם אני מצטרף, באלאנגט אינעם "מופטי אשכול"
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נו, בייידע זענען מסכים מיט מיר; א דאנק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”