תמונות בית החיים 'בית משה' לאנג איילענד - חלקת סאטמאר

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 12:04 pm

#117 הניחה ... אחריה?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4336
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 12:59 pm

יוראפ האט געשריבן:#117 הניחה ... אחריה?

די גאנצע מציבה פיט אריין אין אינטרעסאנטע מציבה אשכול
נאט אייך א גרינע...


יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 3:33 pm

[quote="אייניגע"]ר' מנחם גאלד איז געווען א בדחן?quote]
ניין
אין יענע יארן ווער ס'האט זיך געקענט מחזק זיין נאכן פארלירן א משפחה אין אוישוויץ איז איז געווען פרייליך, און אויב האט ער געקענט אנדערע מחזק זיין איז ער שוין געווען א 'משמח אלקים ואנשים'...

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג נובעמבער 08, 2015 10:19 am

מצבות שטעלער האט געשריבן:119
מרת מייטא ב"ר משה עזריאל, אשת ר' נפתלי צבי פאלאטשעק - ב' דפסח תשט"ו

אמם של להבחל"ח האחים ר' מאיר יעקב, ר' שמאול זאנוויל, ור' בערל.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » זונטאג נובעמבער 08, 2015 10:38 am

מצבות שטעלער האט געשריבן:125
מרת שינדל לאה ב"ר יעקב הלוי - כ"ז אב תשי"א

איז דאס מאיער? די ערשטע ווייב פון ר׳ יצחק מאיער פון בעדפארד גארדענס?
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג נובעמבער 08, 2015 10:51 am

מצבות שטעלער האט געשריבן:131
ר' מאיר צבי ב"ר שמעון בראך - כ"ב חשון תשי"ד


טאטע פון ר' יחזקאל, ר' נחמן, ועוד.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג נובעמבער 08, 2015 11:02 am

אייניגע האט געשריבן:
די מצבות זענען געוואלדיג. ייש"כ פארן שטעלער. לך מחיל אל חיל!!
גיב נישט אויף. שטעל אהער וואס דו האסט.


אייניגע האט געשריבן:#2 איז די טאטע פון ר' יוסף חיים?

יא, ער האט געהאט נאך א זון וואס איז ממש לעצטענס אוועק, כמדומה לי אז ער האט געהייסן ר' זלמן, פאטער פון ר' אלעזר אלימלך מנהל ת"ת פאפא וומ"ס,
הרה"ק ר' איציקל מ'פשעווארסק ז"ל איז געווען זיין שוואגער,

דאס איז לכאורה די מצבה פון זיין ווייב.

אייניגע האט געשריבן:וואס איז פשט פון די נייע מצבה ביי ר' נפתלי אינדיג?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג נובעמבער 08, 2015 11:05 am

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
אייניגע האט געשריבן:וואס איז פשט פון די נייע מצבה ביי ר' נפתלי אינדיג?

בפשטות איז עס שוין געווען צו פארעלטערט האבן די משפחה געמאכט א נייע, הגה"ק מטיסא סאלקא האט אויך א נייע, ווי אויך איז דא דארט נאך אפאר נייע בפשטות משום סיבה הנ"ל

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4336
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 08, 2015 11:09 am

אייניגע האט געשריבן:צו מיללער:
דער וואס איז אוועק תשכ"ה
וואס באדייט די ערשטע שורה וואס דו האסט געשריבן ביי אדלער?
--------
126# איז אויסגעמעקט די גוי'אישע דאטום.
!!

מסתמא האט דאס א שייכות, די עלטערן האבן געלייגט דעם למספרם און די קינדער האבן עס פארמעקט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4336
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 08, 2015 11:11 am

יוראפ האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
אייניגע האט געשריבן:וואס איז פשט פון די נייע מצבה ביי ר' נפתלי אינדיג?

בפשטות איז עס שוין געווען צו פארעלטערט האבן די משפחה געמאכט א נייע, הגה"ק מטיסא סאלקא האט אויך א נייע, ווי אויך איז דא דארט נאך אפאר נייע בפשטות משום סיבה הנ"ל

סאלקא רב'ס מציבה האט זיך געשפאלטען, א איד א נגיד האט דאס געזען און אנגעטראגען צי פינאנצירען א נייע, דעם טאג וואס די מציבה איז געשטעלט געווארן איז ער געהאלפן געווארן מיט א ישועה מיט וואס ער האט זיך געמיטשעט א לענגערע צייט. זי''ע
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » זונטאג נובעמבער 08, 2015 11:22 am

69 איז אשת בעל הצלמים, זי איז אהער געקומען גלייך נאך וואס דער מאן איז אוועק, ווייל זי האט געוואלט ליגן לעבן די טאכטער 70

זי פלעגט אייביג זאגן אז זי וויל האבן אסך קינדער, למשל 12, און ליידער אזוי איז געווען

די מעשה איז געווען זי איז געווען דא לרפואס, זי איז געווען ביטער קראנק, און ער [נישט קיין סאטמארע חסיד] האט געבעטן ביים רבי'ן ז"ל זאל איהם צוזאגען א ישועה, און ער האט איבער געלאזט אסך געלט ביים רבי'ן, און דער רבי האט נישט געוואלט צוזאגן, נאכן פטורה האט דער רבי צוריק געשיקט די געלט, ער האט איהר געוואלט טראגן קיין ארץ ישראל, און ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז לכאורה וועלן רוב קינדער פון איהם וואוינען אין ארץ ישראל, האט איהם דער רבי געזאגט ווער זאגט אז רוב וועלן וואוינען אין ארץ ישראל, אפשר אין חוץ לארץ, למעשה האט ער טאקע נאר איין איידעם וואוינען אין ארץ ישראל.

ער האט געהאט א גרויס חלק אין די הצלה פון רויזא'לע, און ער האט זיך מתמרמר געווען אז בשעת מעשה האט ער אינגאנצן פארגעסן דערפון, אזוי וואלט ער געקענט האבן א תביעה, אז דער רבי איז איהם שולדיג א הכרת הטוב, משיב דעתם אחור

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג נובעמבער 08, 2015 1:28 pm

אייניגע האט געשריבן:
# 38. מיהו היו"ח שלו?


דא זע איך אז הרה"צ ר' נחום מאיר פאנעט שליט"א פון בארא פארק איז זיין זון.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » זונטאג נובעמבער 08, 2015 4:09 pm

פליגל האט געשריבן:
מצבות שטעלער האט געשריבן:80
רבי חיים אברהם ב"ר מרדכי ראזענפעלד - בדר"ח אלול תשט"ז

ווארשיינליך איז דאס דער דיין פון אנטווערפן, נעבעך אומגעקומען אין א שוידערליכען קאר עקסידענט אויפן וועג אהיים פון די חנוכת הבית פון מחנה רב טוב נעפענאק.

ריכטיג. (פונקט געווען לעצטנס איז געלאפן אין 'איד' במשך עטליכע וואכן אן אינטרעסאנטע באשרייבונג אודותיו).

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » זונטאג נובעמבער 08, 2015 4:15 pm

משה צימערינג האט געשריבן:
מצבות שטעלער האט געשריבן:125
מרת שינדל לאה ב"ר יעקב הלוי - כ"ז אב תשי"א

איז דאס מאיער? די ערשטע ווייב פון ר׳ יצחק מאיער פון בעדפארד גארדענס?

יא
אירע קינדער זענען ר' יעקב מאיער פון ב"פ גבאי ביהמ"ד כוונת הלב
אין נאך א זון אין וויליאמסבורג
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 04, 2016 11:42 am

מצבות שטעלער האט געשריבן:127
ר' אברהם ב"ר חנוך העניך ביימאן - י"ז אייר תשי"ז
בילד


היינו הך?
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (23.15 KiB) געזעהן 3825 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 04, 2016 1:03 pm

ר' אברהם ביימאן איז געווען איינער פון די מיסדים פון צעירי או"י
ראה כאן בסוף עמוד א כאן בסוף עמוד ב
וכאן סוף עמוד ג
זיי שרייבען נור ר' אברהם נישט הרב

איך האב געפריווט זוכען און קצות השלחן אבער נישט געטראפען
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 1:35 pm

נאך הקמת המדינה איז ר' אברהם ביימאן געווען דער יושב ראש פון די "נטורי קרתא" אין אמעריקע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 1:36 pm

מקור?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג מארטש 03, 2017 12:12 am

א טענצל! האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:
מצבות שטעלער האט געשריבן:80



רבי חיים אברהם ב"ר מרדכי ראזענפעלד - בדר"ח אלול תשט"ז

ווארשיינליך איז דאס דער דיין פון אנטווערפן, נעבעך אומגעקומען אין א שוידערליכען קאר עקסידענט אויפן וועג אהיים פון די חנוכת הבית פון מחנה רב טוב נעפענאק.

ריכטיג. (פונקט געווען לעצטנס איז געלאפן אין 'איד' במשך עטליכע וואכן אן אינטרעסאנטע באשרייבונג אודותיו).

געליינט אין באילנא דחיי ח"ב וויאזוי ר' אלי' דוד טירנויער ע"ה פארציילט דארט די מעשה.

ר' חיים אברהם זצ"ל איז געווען ביי די חנוכת הבית א' שופטים תשט"ז אין מחנה רב טוב, ער האט געוואלט אהיימפארן מיטן רבינ'ס אויטא (וואס ר' יונתן בנימין עסטרייכער האט געטריבן), אבער ס'איז שוין נישט געווען פלאץ. איז ער אהיימגעפארן מיט ר' אלי' דוד'ס קאר, ווי אויך זענען מיטגעפארן מיט די קאר, זיין ברודער ר' מרדכי לייב ע"ה, ר' שמואל בער יאקאבאוויטש, ר' בערצי לייפער, און דער שאפראנער רב (ר' הערשל מייזליש) שליט"א.

אינמיטען וועג האט ער פארלוירן קאנטראל אויפן רעדל, און דער אויטא האט אריינגעקראכט אין א בוים, דער אויטא איז געווארען אינגאנצן צעשמעטערט, און כמעט אלע אין די קאר זענען געווארן פארוואונדעט. זיי זענען געלעגן אין יסורים מיט צעבראכענע אברים ל"ע, און געווארט אויף הילף.

הרב ראזענפעלד האט זיך די ערשטע אריענטירט, און געהאלפן די אנדערע. אויסערליך האט ער אויסגעזען די ווייניגסטע פארוואונדעט. ביז א קורצער צייט איז אנגעקומען הילף, און מען האט זיי אלע געפירט אין שפיטאל.

די ידיעה האט זיך שנעל פארשפרייט, און דער רבי זצ"ל איז געווען שרעקליך צעבראכן.

דער רבי האט דעמאלטס באפוילן אז דער עולם זאל זאגן תהלים און איינרייסן אויף רחמי שמים, און עקסטער האט דער רבי געבעטן אז "מ'זאל איינרייסן פאר דעם אנטווערפענער דיין, ער דארף א גרויסע ישועה, ר' מרדכי לייב און ר' אלי' דוד וועלן אי"ה געזונט ווערן".

אנהייב האט מען נישט פארשטאנען דעם רבי'ן ווייל פון אנהייב האט אויסגעזען אז דער דיין איז גאר און א בעסערן צושטאנד פון די אנדערע. אבער נאך א קורצע צייט האט מען זיך דערוואוסט אז דער דיין האט באקומען אן אינערליכע פארגיפטונג רח"ל, און ער האט זיך געפונען אין א גרויסער סכנה.

ליידער זענען די רחמי שמים געווען פארמאכט, און דער דיין ז"ל האט אויסגעהויכט זיין נשמה דינסטאג, ר"ח אלול, תשט"ז

יהא זכרו ברוך!

נ.ב. כ'האב נישט געטראפן א שמועס איבער אים ערגעץ אנדערש האב איך עס דא אריינגעלייט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג מארטש 05, 2017 1:11 am

farshlufen האט געשריבן:מקור?


צוגעשטעלט בשעתו אין אישי.

מצה בעקערי
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 4:55 am

מצבות שטעלער האט געשריבן:113
מרת רחל ב"ר שלמה - ד' אב תשי"ט

mother of r' shaya volf lev from london


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט