אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

טוענדיג איצט אין די נושא פון ארויסטראגן פירות פון ארץ ישראל צו חוץ לארץ, שטעלט זיך מיך עטליכע שאלות, אולי יש מבין חכמי העולם היהודי מי שיכול לפתור לי:
א) צוריקגייענדיג מיט א הונדערט און פופציג יאר צוריק, איז א ארצ-ישראל'דיגע אתרוג בכלל געווען אן ארטיקל? האט מען בכלל געוואוסט צו זאגן פון אזוינס אין איירופא?
ב) ווען עס איז שוין יא געווען אן ארטיקל, איז געווען בכלל א דיון די פראבלעם פון ארויסטראגן פירות אר"י קיין חוץ לארץ (אויסער וואס מונקאטשער רב זי"ע ברעגנט אין מנחת אלעזר ח"ב סימן ע' בשם רבו דער שינאווער רב זי"ע אז טראץ וואס אנדערע האבן מחשיב געווען ווען מ'האט זיי געשיקט פירות ארץ ישראל, האט אבער דער שינאווער רב זייער מקפיד געווען דערויף צוליב דעם איסור פון ארויסטראגן פירות אר"י קיין חוץ לארץ. און ווארשיינליך איז דאס זעלבער כלפי אן אתרוג).
ג) אין א שמיטה יאר, אזוי ווי די צייט וואס מיר שטייען איצט, איז די שמיטה פראבלעם געווען בכלל א דיון, אדער די איירופא'ישע אידן האבן בכלל נישט משים לב געווען דערויף? (איך פרעג עס ווייל כ'האב נאכגעקוקט אלטע איירופע'אישע צייטונגען ווי עס זענען יערליך געווען אדווערטייסד ארץ ישראל'דיגע אתרוגים, און אין א שמיטה יאר איז גארנישט ערווענט געווארן די ענין פון שמיטה, און עס איז געווען עדווערטייסד גלייך ווי א יעדעס יאר).
און בכלל, די אלע פוסקים וואס איך האב געטראפן דערוועגן זענען נאר שפעטערע.
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

ליינענדיג די מאמר אין די גליון הוגי תורה וואס מאנכע האבן מיר דא צוגעצייכנט, שטעלט זיך ארויס פארשידענע פאקטן בנוגע דעם נושא:
א) דאס ברענגן אתרוגים פון ארץ ישראל גייט שוין צוריק צו לכה"פ יאר תרמ"ב.
ב) דארט ווערט געברענגט אין א בריוו פון שינאווער רב זי"ע אז ער האט יא געהאלטן פון ברענגן אתרוגים פון ארץ ישראל (דאס וואס יענער פרעגט אז עס איז א סתירה צום מונקאטשער רב אז ער האט נישט געלאזט ארויסטראגן פירות פון ארץ ישראל, קען אפשר זיין אז אתרוגים זענען אנדערש, ווייל מען קען דאס צוריק שיקן נאכן ניצן).
ג) ווי ער באטאנט איז דאס טאקע געווען אין א שמיטה יאר וואס שינאווער רב האט געזאגט אז מען קען ניצן ארץ ישראל אתרוגים.
ד) בנוגע ארויסטראגן פירות ארץ ישראל, איז ווארשיינליך נישט געווען קיין נושא, דארף מען טאקע וויסן פארוואס. יענער וויל לכתחילה זאגן אז מעגליך עס האט געהערט פאר גוי בשעת'ן ארויסטראגן, אבער צום סוף ברענגט ער פונקט פארקערט, אז עס איז געווען דורך אידישע סוחרים.
ה) אין בעלזא זעהט אויס איז געווען עפעס א מהלך דערויף, א שטיקל עסק איז עס זיכער געווען ווי די גבאי שרייבט דארט אינעם בריוו. אויסער דעם האט מען נאר געשיקט אתרוגים פאר מצות ארבעה מינים אבער נישט אויפצוהענגען אין סוכה, אנדערש ווי אנדערע יארן וואס מען האט אויך אויפגעהאנגען אין סוכה אתרוגי ארץ ישראל.
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

אין ליקוטי שפ"א איז דא שיינע בריוו צו נעמן פון אה"ק כלפי קורפו, און ברענגט ארויס אז אה"ק האט די מעלה מסורה, און מדארף נאר מאכן זיכער אז סדא די סימנים
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

בירור מסורות אתרוגי ארץ ישראל המקוריים
https://www.dropbox.com/s/tmdl8f8411qe1 ... M.pdf?dl=0
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

די מאמר אין קובץ עץ חיים זעהט אויס זייער רייך, אבער נישט געהאט די נערוון און צייט דורכצוליינען די גאנצע.

אפשר קען איינער מסכם זיין וואס זענען זיינע מסכנות פאר איינער וואס קויפט אן ארץ ישראל'דיגער אתרוג. וואס איז די מערסטע אויסגעהאלטן און די ווייניגסטע מפוקפק, כפר חב"ד, חזון איש, בראווערמאן וכו'
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יוראפ האט געשריבן:בירור מסורות אתרוגי ארץ ישראל המקוריים
https://www.dropbox.com/s/tmdl8f8411qe1 ... M.pdf?dl=0

יישר כח!

פון די יעצטיגע קובץ?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נא_שכל האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:בירור מסורות אתרוגי ארץ ישראל המקוריים
https://www.dropbox.com/s/tmdl8f8411qe1 ... M.pdf?dl=0

יישר כח!

פון די יעצטיגע קובץ?

יא
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

טראק דרייווער האט געשריבן:די מאמר אין קובץ עץ חיים זעהט אויס זייער רייך, אבער נישט געהאט די נערוון און צייט דורכצוליינען די גאנצע.

אפשר קען איינער מסכם זיין וואס זענען זיינע מסכנות פאר איינער וואס קויפט אן ארץ ישראל'דיגער אתרוג. וואס איז די מערסטע אויסגעהאלטן און די ווייניגסטע מפוקפק, כפר חב"ד, חזון איש, בראווערמאן וכו'

קוק איין עמוד פאר'ן לעצטע דארט מאכט ער א סך הכל.
ESROGIM-page-040.jpg
ESROGIM-page-040.jpg (207.69 KiB) געזען 1226 מאל
חוח בין השושנים האט געשריבן:
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

ביי אות ג' ווי ער רעדט פון "סתם אתרוגי ארץ ישראל" הנמצאים בשוק, רעדט ער לכאורה פון כפר חב"ד אתרוגים ווי איך פארשטיי גיט וואס איז במקורו פון יאנעווע. ריכטיג?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

טראק דרייווער האט געשריבן:ביי אות ג' ווי ער רעדט פון "סתם אתרוגי ארץ ישראל" הנמצאים בשוק, רעדט ער לכאורה פון כפר חב"ד אתרוגים ווי איך פארשטיי גיט וואס איז במקורו פון יאנעווע. ריכטיג?

ניין. יענס איז בכלל אות ד', היות ליובאוויטשער רבי האט גענומען א יאנעווער אתרוג פון יאנעווע. און פון דעם אתרוג האט מען איינגעפלאנצט אין כפר חב"ד.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
גאליצקי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:27 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליצקי »

א שיינע מאמר איבער די חשיבות פין א ארץ ישראל אתרוג אין בעלזא במשך אלע יארען, ליקוט פין בריווען, בעיקר פין די אתרוג סוחר אין ארץ ישראל הר"ר מענדל פרידמאן, בנוגע די ארץ ישראל אתרוגים וואס מען האט געשיקט קיין בעלזא, אופן בקשה פין די בעלזא רבי'ס זי"ע.

די מאמר אין בריווען קימט פין מכון שמן רוקח לחקר והפצת עתיקות בית בעלזא

עתיקות בעלזא אתרוגים_16.jpg
עתיקות בעלזא אתרוגים_16.jpg (383.17 KiB) געזען 1121 מאל
לעצט פארראכטן דורך גאליצקי אום דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 5:05 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
גאליצקי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:27 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליצקי »

עתיקות בעלזא אתרוגים_17.jpg
עתיקות בעלזא אתרוגים_17.jpg (359.57 KiB) געזען 1121 מאל
גאליצקי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:27 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליצקי »

עתיקות בעלזא אתרוגים_18.jpg
עתיקות בעלזא אתרוגים_18.jpg (353.72 KiB) געזען 1120 מאל
גאליצקי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:27 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליצקי »

עתיקות בעלזא אתרוגים_19.jpg
עתיקות בעלזא אתרוגים_19.jpg (352.44 KiB) געזען 1120 מאל
גאליצקי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:27 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליצקי »

עתיקות בעלזא אתרוגים_20.jpg
עתיקות בעלזא אתרוגים_20.jpg (348.62 KiB) געזען 1119 מאל
גאליצקי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:27 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליצקי »

עתיקות בעלזא אתרוגים_21.jpg
עתיקות בעלזא אתרוגים_21.jpg (332.41 KiB) געזען 1118 מאל
גאליצקי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:27 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליצקי »

עתיקות בעלזא אתרוגים_22.jpg
עתיקות בעלזא אתרוגים_22.jpg (365.94 KiB) געזען 1115 מאל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אוראייניקל האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:די מאמר אין קובץ עץ חיים זעהט אויס זייער רייך, אבער נישט געהאט די נערוון און צייט דורכצוליינען די גאנצע.

אפשר קען איינער מסכם זיין וואס זענען זיינע מסכנות פאר איינער וואס קויפט אן ארץ ישראל'דיגער אתרוג. וואס איז די מערסטע אויסגעהאלטן און די ווייניגסטע מפוקפק, כפר חב"ד, חזון איש, בראווערמאן וכו'

קוק איין עמוד פאר'ן לעצטע דארט מאכט ער א סך הכל.
ESROGIM-page-040.jpg

אינטערעסאנט אז די אתרוגי חזון איש גייט שוין צוריק צום זמן הבית, אבער פונעם חזון איש אליין האט מען נישט געוואוסט ביז לעצטנס.

דער מאמר באציט זיך בעיקר צום דעת רבותינו הק' לבית באבוב, ס'איז דא אנדערע מסורות און דעות אויך, כמובן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

וואס פאלט דיר איין אז ער רעדט דארט פון מסורת באבוב בכלל? עס האט נישט אויסגעזעהן אז דאס איז די נושא, ער שרייבט בעצם ידיעות הרבה איבער אתרוגי ארץ ישראל בכלל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גאליצקי האט געשריבן:א שיינע מאמר איבער די חשיבות פין א ארץ ישראל אתרוג אין בעלזא במשך אלע יארען, ליקוט פין בריווען, בעיקר פין די אתרוג סוחר אין ארץ ישראל הר"ר מענדל פרידמאן, בנוגע די ארץ ישראל אתרוגים וואס מען האט געשיקט קיין בעלזא, אופן בקשה פין די בעלזא רבי'ס זי"ע.

די מאמר אין בריווען קימט פין מכון שמן רוקח לחקר והפצת עתיקות בית בעלזא

עתיקות בעלזא אתרוגים_16.jpg

א גרויסן דאנק, זייער אינטערסאנטע בריוון אין ידיעות. ובפרט די מקומות וואס זיי האבן מקפיד געווען צו נעמען פון דארט די אתרוגים, און אז שמיטה האט מען אויך גענומען.

קען מען האבן א PDF פון דעם?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
גאליצקי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:27 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליצקי »

נא_שכל האט געשריבן:
גאליצקי האט געשריבן:א שיינע מאמר איבער די חשיבות פין א ארץ ישראל אתרוג אין בעלזא במשך אלע יארען, ליקוט פין בריווען, בעיקר פין די אתרוג סוחר אין ארץ ישראל הר"ר מענדל פרידמאן, בנוגע די ארץ ישראל אתרוגים וואס מען האט געשיקט קיין בעלזא, אופן בקשה פין די בעלזא רבי'ס זי"ע.

די מאמר אין בריווען קימט פין מכון שמן רוקח לחקר והפצת עתיקות בית בעלזא

עתיקות בעלזא אתרוגים_16.jpg

א גרויסן דאנק, זייער אינטערסאנטע בריוון אין ידיעות. ובפרט די מקומות וואס זיי האבן מקפיד געווען צו נעמען פון דארט די אתרוגים, און אז שמיטה האט מען אויך גענומען.

קען מען האבן א PDF פון דעם?

מכון בעלזא-עתיקות-אתרוגים

יאך איך האב פארציילט לעצטענס מסיח לפי תומי פאר אפאר אירע אז הרה"ק יששכר בער בעלזא זי"ע האט מקפיד געווען אין משתדל געווען צי נעמען א ארץ ישראל אתרוג, די חברה האבען מיר אנגעקיקט ווי א שקרן / זייפן / ציונ....., ממילא האב איך געפילט פאר וויכטיג מפרסם צי זיין די מאמר ברבים.
גאליצקי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:27 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליצקי »

נא_שכל האט געשריבן:
גאליצקי האט געשריבן:א שיינע מאמר איבער די חשיבות פין א ארץ ישראל אתרוג אין בעלזא במשך אלע יארען, ליקוט פין בריווען, בעיקר פין די אתרוג סוחר אין ארץ ישראל הר"ר מענדל פרידמאן, בנוגע די ארץ ישראל אתרוגים וואס מען האט געשיקט קיין בעלזא, אופן בקשה פין די בעלזא רבי'ס זי"ע.

די מאמר אין בריווען קימט פין מכון שמן רוקח לחקר והפצת עתיקות בית בעלזא

עתיקות בעלזא אתרוגים_16.jpg

א גרויסן דאנק, זייער אינטערסאנטע בריוון אין ידיעות. ובפרט די מקומות וואס זיי האבן מקפיד געווען צו נעמען פון דארט די אתרוגים, און אז שמיטה האט מען אויך גענומען.

קען מען האבן א PDF פון דעם?

וועגען שמיטה, ליידער ווייסט מען למעשה נישט וואס די תנאים זענען געווען, ווי מען זעט אין די בריווען, האט מען עס גענימען אויף א געוויסע אופן, אבער די פרטים ווייסט מען נישט !
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

יוראפ האט געשריבן:בירור מסורות אתרוגי ארץ ישראל המקוריים
https://www.dropbox.com/s/tmdl8f8411qe1 ... M.pdf?dl=0

דער מאמר איז א שיינע אבער עס איז כדאי צו מפריד זיין צווישען ודאי מסתברא און אפשר
ועוד עס איז שווער צו ברענגן דער נפש חיה פאר א ראיה צו דער אזוי גערופענע אתרוגי א"י המקורים ווען מען שרייבט אז זיינע אתרוגים זענען נישט גוט
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: אן אתרוג פון ארץ ישראל אין פריערדיגע דורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

מ'האט מסורות פון הרב יהושע לייב דיסקין און דער חזון איש. עס קען מיר איינער זאגן אין וועלכע געגענט אין אונגארן זיי האבן געואווינט? איך ווייס אז דער חזון איש איז פון קאסאווא, הייסט עס די וויזניצער חסידים זאלן שטארק מקפיד זיין דערויף :grin:

בקיצור, דער רבותינו איז א שטיק ישות. ווער איז דער 'נו' פון וועמן דער חזון איש און הרב יהושע לייב זענען די רביים?

איך מאך זיי נישט אוועק ח"ו, זייער פערזענליכקייט און ספרים זענען טייער ביי מיר. ווען מיר רעדן פון מסורה, מיינט עס נישט זיי.

וואס האבן אונזער זיידעס אין אונגארן און גאליציען גענוצט? איך מיין נישט די המון עם, איך מיין רבנים און ערליכע אידן, האבן זיי געהאט א קפידא בדבר? אויב יא, וואס?
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”