ר’ שאול קליין איבער היסטאריע פון נאצי דייטשלאנד

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פון די גרעסטע חידושים ביי ר' שאול'ן, וואס מ'זעהט סיי אין זיינע געשריבענע ארטיקלען און אויך אין דעם שמועס, איז זיין פענאמענאלן זכרון בליעה"ר, דער מענטש געדענקט פיצינקע דעטאלן פון איבער פופציג יאר צוריק מיט א זעלטענע קלארקייט, און ווי גרויזאמער יר"ה שרייבט, לערנט ער דאס אפ מיט זיין אינטעליגענץ מיט א מורא'דיגע געשמאק.

זיין שמועס קען איך איבערהערן עטליכע מאל, וויאזוי ער איז מסביר וואס א "ר' יודל ראזענבערג" האט געמיינט, וואס ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש ז"ל איז געווען, וואס מלחמה איבערלעבער האט בכלל באדייט, פארוואס זייערע קינדער ווערן געזען דורך "רוב" (צוקער זיס ווי יעדע באהויפטונג קומט מיט א ציפער, א פראצענט, א סטאטיסטיק) מלחמה היסטאריקער אלס "מלחמה איבערלעבער".

ארבייט איינער אויף א לייוו-דרשה פון ר' שאול? אייוועלט מיט אירע סוקסעסן קען דאס באווייזן, איך מיין אז אסאך מענטשן וואלטן באצאלט 10-15 דאלער פאר אזא אוונט, ווער וויל דאס אראנזשירן?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

יר"ה... נישט קיין שלעכטע רעזשוואולקע...

איך האב זיך געשריבן מיט ר' שאול און אים געפרעגט וואס ער זאגט דערצו.

ר' שאול האט מיר דאס געעענטפערט: א גרויסען יישר כח! אבער איך האב אזויפיל התחייבות'ער אין מיין לעבן איבערהויפט דאס וויכטיגסטע העלפן קינדער אין חינוך מיוחד , אז דאס צו מאכן אויף אן אנגייענדיגען אופן אפילו פאר געלט, קען איך נישט. אבער אייערע שיינע ווערטער איז כמים קרים על נפש עיפה פאסיג היינט ווען עס איז כמעט 100 גראד.

מיללער, איך גלייב אז פון דא און ווייטער מוזטו קומען מיט דיין "מורשת קיט" און ארויסנעמען דיינע טולס - קום פריוואט אויב דו דארפסט זיין אימעיל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

מיללער האט געשריבן:פון די גרעסטע חידושים ביי ר' שאול'ן, וואס מ'זעהט סיי אין זיינע געשריבענע ארטיקלען און אויך אין דעם שמועס, איז זיין פענאמענאלן זכרון בליעה"ר, דער מענטש געדענקט פיצינקע דעטאלן פון איבער פופציג יאר צוריק מיט א זעלטענע קלארקייט, און ווי גרויזאמער יר"ה שרייבט, לערנט ער דאס אפ מיט זיין אינטעליגענץ מיט א מורא'דיגע געשמאק.


הערה: ער האט דאך דאס אלעס אפגעשריבן אין זיין טאג בוך איז דאס גרינגער צו אויפרישן און געדענקען.

מיר איז געפאלן וואס ער דערציילט אז ר' שלמה מנשה האט אים געגעבן א גאנצע קוואדער! און ער איז דאס מסביר אז דאן האט א מלמד פארדינט צווישן 8 און 10 דאלאר א וואך, (און קיין שום שטאטישע הילף איז נאך דאן נישט געווען) - ד.מ. וו.צ.ב.ש. אז א מלמד זאל היינט געבן א 20'ציגער אדער נאך מער פאר א קינד!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

איך האב הערשט יעצט אויסגעהערט דעם שמועס מיט ר' שאול'ן, ס'איז זייער פיין, באמת פיין און אינפארמאטיוו, אבער נישט קיין בערל וויין, אפשר ווען ער וועט זאגן א שיחה אנשטאט א שמועס מיט הרב דרעזדנער וועט ער אויך זיין אזוי שטארק, אבער בערל וויין איז אסאך אסאך שטערקער ווי אים.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

עשרה באב תשע"ו, ועדיין לא נשענו…

ר’ שאול קליין אין זיין נעכטיגען סטעיט אוו די יוניאן (סטאטוס פונעם פאלק) דרשה האט אונז נישט דיסעפוינטעט צום צווייטן מאל, ער האט מיט זיין געניאלן כח ההסבר מסביר געווען חידושים נפלאים פונעם וועלט מלחמה מיט’ן היינטיגן שכל.

זיין גרעסטע באמבע וואס ער האט געווארפן, נישט קענענדיג קומען צום ווארט און אונטער אן אויספלאץ פון געוויין, איז געווען די גרויליגע מעשים וואס אידן זענען נעבאך געצווינגן געווען צו טון, און וואס פלאגט נעבאך אונטערן באוואוסטזיין פאר עלטערע אידן, ממש די קללה פון ואכלתם בשר בניכם… אדער דאס וואס מען האט צוגעכאפט ברויט פון מענטשן וואס גייען שוין סייווי שטארבן…. וואס די אליאירטע קרעפטן האבן דאס אראפגעשריבן צוזעהנדיג מיט די אויגן, אבער דאס איז צו ווייטאגליך איבערצוגעבן פאר קינדער און אייניקלעך! עס איז א שולד געפיל וואס לויפט נאך א מענטש און רייסט פון אים שטיקער ביזן לעצטן טאג!

ר’ שאול איז אריין אין דעם נושא נאכ’ן געפרעגט ווערן בנוגע עלטערע אידן וואס עפענען זיך און דערציילן.

ער ברענגט ארויס אז מיט אונזער שכל איז עס נישט משיג צו זיין, אבער די אידן דארט זענען סיסטעמאטיש אויסגעריסן געווארן פון זייער לעצט ביסל דעת, עס איז נישט געווען קיין שאלות ווייל עס איז נישט געווען ‘ווער’ עס זאל פרעגן!

אויך ברענגט ער גוט ארויס די כח פון די פראפגאנדע מאשין פון די נאציס, און ברענגט נאך פון חוקרים וואס האבן שטודירט די רוצחים אז “קיינער”, קיין איין איינציגער נאצי האט נישט געהאט קיין שלעכטע חלומות ביינאכט, און נישט געהאט קיין שום חרטה געפילן נאך די מלחמה, כאטש זיי האבן געהאט א נארמאלע פאמיליע און סאציעלע לעבן.

ער איז מסביר די אפטייטש פון פעלקער מארד, די 4 שטאפלן וויאזוי דאס גייט צו, און וואס דאס קען טון צו נארמאלע מענטשן.

ער גייט אויך דורך אלע צרות ישראל, שפאנישע אינקוויזיציע, ת”ח ות”ט, און ער קומט צום מסקנא אז די 2’טע וועלט מלחמה איז געווען די סאמע גרעסטע חורבן פאר כלל ישראל זינט איר עקזיסטענץ, אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט.

גאר שטארק רעקאמענדירט צו הערן: קול מבשר 8-8 און דאן 107


נ.ב. נאכ’ן הערן די דרשה איז מיר גלייך אויפגעשווימען די שאלה וואס עגבערט מיר נאכאמאל און נאכאמאל: איז דען נישט צייט אריינצולייגן כאטש איין “אפעציעלער” קינות אין די קינות לתשעה באב וואס זאל זיין אנגענומען בכל תפוצות ישראל? געמיינט האט מען זיכער אז משיח גייט קומען און די וועלט גייט קומען צו אן ענדע גלייך נאך די מלחמה, אדער געציילטע יארן דערנאך. ועדיין לא נשענו! קומט זיך נישט עפעס אפעציעל פאר די גרעסטע חורבן פון כלל ישראל צו טרויערן אפעציעל?

עס איז שוין ארויסגעקומען אלע ערליי קינות דערויף, אבער עס דארף זיין איינס וואס יעדער זאל מסכים זיין אז דאס ווערט פון היינט און ווייטער אפעציעל אריינגעדרוקט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

גרויזי
שמעתי מפי תלמיד חכם גדול שליט"א בשם הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל, א שיינער הסבר פארוואס מען האט נישט מתקן געווען קיין קינות אויפן גרויזאמען חורבן ביים צווייטן וועלט קריג
ווייל די גזירת הגלות וואס איז נגזר געווארן בשעת'ן חורבן הבית, האט כולל געווען אלע גזירות וואס אלע מלכיות גייען ארויס געבן אויף כלל ישראל, וועלכע גייען זיין משועבד צו די אומות, און פארווארפן אין זייערע מדינות, במילא וועסטו זעהן אז אלע קינות וואס מען האט יא מתקן געווען אויף פארשידענע צרות במשך הדורות, איז אלעס געווען אזוילכע הריגות וואס איז אויסגעפירט געווארן דורך בורדערס, נישט מטעם המלכות אליינס, ווצב"ש די קרייץ ציגלער, אדער גזירות ת"ח ות"ט, וואס איז צישטאנד געקומען דורך גוים פאגראמטשיקעס, אויפשטענדלער, וכדומה, און צוליב דעם טעם געפינט מען נישט קיין קינה אויף גירוש שפאניא, וואס דער אברבנאל שרייבט אז עס זענען פארטריבן געווארן שש מאות אלף כיוצאי מצרים, בעירום ובחוסר כל, ברעב ובצמא, און עס האט פאסירט טאקע אין סאמע יום המר תשעה באב שנת רנ"ב, און מען האט נישט מתקן געווען קיין איין קינה דערויף!!, פארוואס? ווייל דאס איז געווען א גזירת המלכות, פון די קעניג פערדינאנד און די מלכה איזאבעלע ימ"ש, און אלע גזירות המלכיות איז שוין נכלל אין די קינות וואס מען קלאגט אויפן חורבן הבית גופא, וואס דאן איז נגזר געווארן דער לאנגער גלות ועול שעבוד מלכיות,
און דעריבער - איז רבי משה מסביר - האט מען נישט קובע געווען קיין קינות אויפן לעצטן חורבן, ווייל דאס איז אויך געווען א געהעריגער גזירת המלכות פון די ממשלת אשכנז הארורה וועלכע האט כובש געווען די אלע מדינות וואו זי האט דורכגעפירט די שוידערליכע הריגות ה"י. [הגם עטליכע גדולי ישראל האבן יא מתקן געווען קינות, ווצב"ש רבי מיכאל בער, און בעל שבט הלוי, און דער באבובער רב זצ"ל, אבער עס איז נישט איינגעפירט צו זאגן נאר אין זייערע איייגענע קהילות, ולא נתקבלו ברוב תפוצות ישראל]
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שוואכע תירוץ... די עשרה הרוגי מלכות איז נישט געווען א גזירה פונעם מלכות? וואס ס'יא דא א קינה אויף דעם
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

תמחול לי אלף פעמים, אין לי מילים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

האסט נישט געכאפט די נקודה פונם תירוץ, די פאינט איז אז 'בשעת'ן חורבן' איז נגזר געווארן דער גלות ושעבוד מלכיות ואוס איז כולל אלע גזירות מלכיות פון שפעטער, גזירת עשרה הרוגי מלכות, איז נגזר געווארן ממש ביים חורבן (הגם זיי זענען נישט געהרגט געווארן בשעת'ן חורבן נאר פיל שפעטער, וואס איז אגב א קשיא פאר זיך)

פארשלאפן, ווער זאל מוחל זיין איך אדער שאול קליין?.....

בד"וו בינעך ברוגז אויף ר' שאול, געוואלט האב איך די וואך ליינען זיין ארטיקל אויף חורבן אייראפא און איך האב מיך געטראפן אין באליוויע ביי יאנקל עסטרייכער... סארי
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ייש״כ גרויזי פארן עס ארויסברענגען, ר׳ שאול מיט זיין כח ההסבר און דרך המחשבה איז אויסטערליש.

און דיין קשיא באדערט מיר שוין לאנג.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

יהיה כן האט געשריבן:גרויזי
שמעתי מפי תלמיד חכם גדול שליט"א בשם הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל, א שיינער הסבר פארוואס מען האט נישט מתקן געווען קיין קינות אויפן גרויזאמען חורבן ביים צווייטן וועלט קריג
ווייל די גזירת הגלות וואס איז נגזר געווארן בשעת'ן חורבן הבית, האט כולל געווען אלע גזירות וואס אלע מלכיות גייען ארויס געבן אויף כלל ישראל, וועלכע גייען זיין משועבד צו די אומות, און פארווארפן אין זייערע מדינות, במילא וועסטו זעהן אז אלע קינות וואס מען האט יא מתקן געווען אויף פארשידענע צרות במשך הדורות, איז אלעס געווען אזוילכע הריגות וואס איז אויסגעפירט געווארן דורך בורדערס, נישט מטעם המלכות אליינס, ווצב"ש די קרייץ ציגלער, אדער גזירות ת"ח ות"ט, וואס איז צישטאנד געקומען דורך גוים פאגראמטשיקעס, אויפשטענדלער, וכדומה, און צוליב דעם טעם געפינט מען נישט קיין קינה אויף גירוש שפאניא, וואס דער אברבנאל שרייבט אז עס זענען פארטריבן געווארן שש מאות אלף כיוצאי מצרים, בעירום ובחוסר כל, ברעב ובצמא, און עס האט פאסירט טאקע אין סאמע יום המר תשעה באב שנת רנ"ב, און מען האט נישט מתקן געווען קיין איין קינה דערויף!!, פארוואס? ווייל דאס איז געווען א גזירת המלכות, פון די קעניג פערדינאנד און די מלכה איזאבעלע ימ"ש, און אלע גזירות המלכיות איז שוין נכלל אין די קינות וואס מען קלאגט אויפן חורבן הבית גופא, וואס דאן איז נגזר געווארן דער לאנגער גלות ועול שעבוד מלכיות,
און דעריבער - איז רבי משה מסביר - האט מען נישט קובע געווען קיין קינות אויפן לעצטן חורבן, ווייל דאס איז אויך געווען א געהעריגער גזירת המלכות פון די ממשלת אשכנז הארורה וועלכע האט כובש געווען די אלע מדינות וואו זי האט דורכגעפירט די שוידערליכע הריגות ה"י. [הגם עטליכע גדולי ישראל האבן יא מתקן געווען קינות, ווצב"ש רבי מיכאל בער, און בעל שבט הלוי, און דער באבובער רב זצ"ל, אבער עס איז נישט איינגעפירט צו זאגן נאר אין זייערע איייגענע קהילות, ולא נתקבלו ברוב תפוצות ישראל]


http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=922&st=&pgnum=333
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

איך האב אויסגעהערט ר' שאול לייוו דעם ת"ב, איך בין ממש ספיטשלעס וויאזוי א מענטש זאל אזוי גוט ארויסברענגן און אראפלייגן מיט א קלארקייט די אלע ענינים להבנה, און מיט אזא ברייטקייט.

איך האב אבער נישט פארשטאנען זיין ביאור (אדער האט ער עס כלל נישט מסביר געווען), "פארוואס" טאקע קיינער פון די רשעים האבן נישט חרטה געהאט אויף זייער גרויליגע אקט. אויב זענען זיי געווען מושטירט דאס צו טוהן בשעת מעשה, דאן פארוואס ווען ס'איז אריבער אסאך יאהרן דערויף, האט זיי גארנישט געקוועטשט איבער זייער מעשי רשע (אויסער איינער, וואס ער זאגט אז בלויז איינער האט אויסגעדרוקט זיין חרטה אין פארנט פון איינע פון די דאקטורים/סעקייעטריסט)
לחיים ולברכה!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שכוח ר' יעקב הפטיש פארן מראה מקום!!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יהיה כן האט געשריבן:פארשלאפן, ווער זאל מוחל זיין איך אדער שאול קליין?.....

קיין איינער פון אייך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

נחמן נתן האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט ר' שאול לייוו דעם ת"ב, איך בין ממש ספיטשלעס וויאזוי א מענטש זאל אזוי גוט ארויסברענגן און אראפלייגן מיט א קלארקייט די אלע ענינים להבנה, און מיט אזא ברייטקייט.

איך האב אבער נישט פארשטאנען זיין ביאור (אדער האט ער עס כלל נישט מסביר געווען), "פארוואס" טאקע קיינער פון די רשעים האבן נישט חרטה געהאט אויף זייער גרויליגע אקט. אויב זענען זיי געווען מושטירט דאס צו טוהן בשעת מעשה, דאן פארוואס ווען ס'איז אריבער אסאך יאהרן דערויף, האט זיי גארנישט געקוועטשט איבער זייער מעשי רשע (אויסער איינער, וואס ער זאגט אז בלויז איינער האט אויסגעדרוקט זיין חרטה אין פארנט פון איינע פון די דאקטורים/סעקייעטריסט)


ער האט טאקע נישט געענטפערט קלאר דערויף ברחל בתך הקטנה, אבער בכלליות איז דער תירוץ אז דער פראפאגאנדע מאשין האט אזוי גוט און סטראטעגיש געארבעט, אויסגערעכנט יעדע דעטאל לויט די מח פונעם מין האנושי, אז דער דייטשער 'פאלק' (נישט די אויטאריטעיטן!) זאל באמת זיין איבערצייגט אז אידן זענען א שלעכטע באציל א גרויליגע בריאה וואס שאדט געפערליך פאר די מענטשהייט.

אויך האבן זיי גאר סטראטעגיש אויסגעארבעט אז דאס הרגנען אידן זאל זיין מער ווי א “דזשאב” פון געוויסע איינגעשטעלטע. אזויווי עס איז דא א סאניטעישען דעפט. וואס ריינט מיסט יעדן טאג, זאל מען רייניגן אידן יעדן טאג… מען האט זיי אוועקגעטראגן צום לענדפיל און זיי דארט מעביר געווען מן העולם… ווי איידער אז די רציחות זאלן אויסגעפירט ווערן אינמיטן באוואוינטע שטעט און זאל שטערן די סדר היום, וואס דאן וואלט מען זיך געכאפט אז דאס איז נישט קיין נארמאלע מהלך החיים.

אזוי ארום איז דאס הרגנען די אידן געווארן א זעלבסטפארשטענדליכע סיסטעם. מענטשן האבן געהאט פרנסה דערפון, אהיימגעגאנגען יעדע נאכט עסן נאכטאמאל און פארברענגען מיט די קינדער, און צופרי געגאנגען אין “דזשאב” - אין אוישוויץ, הרגענען אידן.

די מח האט געארבעט אז עס איז נישט קיין גרויליגע מאונסטערישע רציחה, עס איז א “טעסק”, עס איז אפעציעל און נארמאל.
לעצט פארראכטן דורך גרויזאמער אום מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מען קען ערגעץ דאונלאודן דעם היי יאריגן שמועס פון ר' שאול?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ גרויזי,

גיימער הערן ר' שאול.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

גרויזאמער האט געשריבן:נ.ב. נאכ’ן הערן די דרשה איז מיר גלייך אויפגעשווימען די שאלה וואס עגבערט מיר נאכאמאל און נאכאמאל: איז דען נישט צייט אריינצולייגן כאטש איין “אפעציעלער” קינות אין די קינות לתשעה באב וואס זאל זיין אנגענומען בכל תפוצות ישראל? געמיינט האט מען זיכער אז משיח גייט קומען און די וועלט גייט קומען צו אן ענדע גלייך נאך די מלחמה, אדער געציילטע יארן דערנאך. ועדיין לא נשענו! קומט זיך נישט עפעס אפעציעל פאר די גרעסטע חורבן פון כלל ישראל צו טרויערן אפעציעל?

עס איז שוין ארויסגעקומען אלע ערליי קינות דערויף, אבער עס דארף זיין איינס וואס יעדער זאל מסכים זיין אז דאס ווערט פון היינט און ווייטער אפעציעל אריינגעדרוקט.


די קשיא איז לכאו' שטערקער פון סיי וועלכע תירוץ דו וועסט נאר אמאל הערן דערוועגן.

אבער מאידך גיסא, אז מ'זעט ווי רוב גדולי ישראל האבן נישט אנגענומען צו קובע זיין א ספעציעלע יום תענית וזכרון לזכר השואה, און אפי' דאס זאגן די ספעציעלע קינות איז נאר אנגענומען געווארן אין גאר ווייניג מקומות, איז עפעס א סימן משמים אז אזוי האט געברויכט זיין. ועדיין הדבר אומר דרשוני.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בנוגע די קינות לזכר קדושי השואה איז שוין פארהאן א אשכול צו צוויי איבער דעם, לאמיר נישט דא פארקריכן פון די נושא, נעמליך ר' שאול'ס דרשה בנוגע דעם האלאקאוסט.

-

איז דען די סיבה פארוואס מ'האט אוועקגעפירט די רציחות פון די באוואוינטע שטעט כדי ס'זאל נישט שטערן דעם סדר היום אין שטאט? ס'איז דאך פשוט געווען די פראקטיש'סטע עצה צום 'פיינעל סאלושען' צו צוזאם נעמען די אידן אויף באזונדערע פלעצער און דעמאלסט איז די ארבייט אסאך גרינגער. ימח שמם וזכרם
לחיים ולברכה!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

קורצע ציטאט שניידט שטיקער.

https://drive.google.com/file/d/0B5O8yO ... sp=sharing
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

איז דא א מעגליכקייט אז איינער זאל דראפבאקסן די פאריאריגע, און די יאריגע?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

דאס איז די טרעק וואס גרויזאמער האט פאראיאר אהערגעלייגט.
https://www.dropbox.com/s/st27quyuy16ur ... t.mp3?dl=0
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

דא האט איר פון דאס יאר.

https://www.dropbox.com/s/l7oxiyab444r8 ... F.mp3?dl=0
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יעצט אויסגעהערט דעם היי יאריגן שמועס,

זייער ברייט צונומען דאס ענין
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

dim האט געשריבן:דא האט איר פון דאס יאר.

https://www.dropbox.com/s/l7oxiyab444r8 ... F.mp3?dl=0

יישר כח, שיין פון דיר!
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”