ר’ שאול קליין איבער היסטאריע פון נאצי דייטשלאנד

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

יישר כח.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

גרויזאמער האט געשריבן:עשרה באב תשע"ו, ועדיין לא נשענו…

נ.ב. נאכ’ן הערן די דרשה איז מיר גלייך אויפגעשווימען די שאלה וואס עגבערט מיר נאכאמאל און נאכאמאל: איז דען נישט צייט אריינצולייגן כאטש איין “אפעציעלער” קינות אין די קינות לתשעה באב וואס זאל זיין אנגענומען בכל תפוצות ישראל? געמיינט האט מען זיכער אז משיח גייט קומען און די וועלט גייט קומען צו אן ענדע גלייך נאך די מלחמה, אדער געציילטע יארן דערנאך. ועדיין לא נשענו! קומט זיך נישט עפעס אפעציעל פאר די גרעסטע חורבן פון כלל ישראל צו טרויערן אפעציעל?

עס איז שוין ארויסגעקומען אלע ערליי קינות דערויף, אבער עס דארף זיין איינס וואס יעדער זאל מסכים זיין אז דאס ווערט פון היינט און ווייטער אפעציעל אריינגעדרוקט.

ליידער האט דער גרויסער חורבן אויך מיטגענומען אונזערע גדולי ישראל, מיר האבן היינט נישט די אידן וואס קענען מחבר זיין א קינות, בפרט אז "כלל ישראל" זאל דאס אננעמען... די גרעסטע אויסדרוק פונעם חורבן איז טאקע דאס... אז מיר האבן נישט ווער ס'זאל מאכן אזא מין כינוס.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

יהיה כן האט געשריבן:גרויזי
שמעתי מפי תלמיד חכם גדול שליט"א בשם הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל, א שיינער הסבר פארוואס מען האט נישט מתקן געווען קיין קינות אויפן גרויזאמען חורבן ביים צווייטן וועלט קריג
ווייל די גזירת הגלות וואס איז נגזר געווארן בשעת'ן חורבן הבית, האט כולל געווען אלע גזירות וואס אלע מלכיות גייען ארויס געבן אויף כלל ישראל, וועלכע גייען זיין משועבד צו די אומות, און פארווארפן אין זייערע מדינות, במילא וועסטו זעהן אז אלע קינות וואס מען האט יא מתקן געווען אויף פארשידענע צרות במשך הדורות, איז אלעס געווען אזוילכע הריגות וואס איז אויסגעפירט געווארן דורך בורדערס, נישט מטעם המלכות אליינס, ווצב"ש די קרייץ ציגלער, אדער גזירות ת"ח ות"ט, וואס איז צישטאנד געקומען דורך גוים פאגראמטשיקעס, אויפשטענדלער, וכדומה, און צוליב דעם טעם געפינט מען נישט קיין קינה אויף גירוש שפאניא, וואס דער אברבנאל שרייבט אז עס זענען פארטריבן געווארן שש מאות אלף כיוצאי מצרים, בעירום ובחוסר כל, ברעב ובצמא, און עס האט פאסירט טאקע אין סאמע יום המר תשעה באב שנת רנ"ב, און מען האט נישט מתקן געווען קיין איין קינה דערויף!!, פארוואס? ווייל דאס איז געווען א גזירת המלכות, פון די קעניג פערדינאנד און די מלכה איזאבעלע ימ"ש, און אלע גזירות המלכיות איז שוין נכלל אין די קינות וואס מען קלאגט אויפן חורבן הבית גופא, וואס דאן איז נגזר געווארן דער לאנגער גלות ועול שעבוד מלכיות,
און דעריבער - איז רבי משה מסביר - האט מען נישט קובע געווען קיין קינות אויפן לעצטן חורבן, ווייל דאס איז אויך געווען א געהעריגער גזירת המלכות פון די ממשלת אשכנז הארורה וועלכע האט כובש געווען די אלע מדינות וואו זי האט דורכגעפירט די שוידערליכע הריגות ה"י. [הגם עטליכע גדולי ישראל האבן יא מתקן געווען קינות, ווצב"ש רבי מיכאל בער, און בעל שבט הלוי, און דער באבובער רב זצ"ל, אבער עס איז נישט איינגעפירט צו זאגן נאר אין זייערע איייגענע קהילות, ולא נתקבלו ברוב תפוצות ישראל]

א שווער חילוק וואס אפילו אויב עס זאל זיין אמת דארף מען פארשטיין איז דען נישט נכלל אינעם גזירות הגלות אז עס קענען קומען בורדערס און הרגענען אידן על לא דבר???
ובדרך אגב בשעת די צווייטע וועלט מלחמה זענען געוועהן אסאך אוקריינישע בורדערס וואס האבן געהארגעט על לא דבר אן א גזירות מלכות.
אויב וועם איר האלט א תלמוד חכם גדול איז טאקע אזא תלמוד חכם גדול, מסתמא האט איר נישט פארשטאנען וואס ער האט נאכגעזאגט.
ולעצם הקשיא פארוואס אויף גירוש שפאניע איז נישט דא קיין קינה, קען זיין עטליכע אנדערע סיבות ובתוכם אז די גדולי ישראל בזמנם האבן געהאט די זעלבע געפיל וואו די גדולי ישראל נאכן מלחמה וואס האבן נישט געמאכט קיין קינה, משא״כ די מחברי קינה אויף שנת תתנ״ו וכדומה האבן געהאט די זעלבע געפיל וואו די מחברי קינה נאך די מלחמה, ויש עוד להאריך בדבר זה אבל עתי אין אתי להאריך בעטי.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

וועגן גירוש שפאניע, פארשטיי איך לכאורה אז מען האט בכלל נישט געמאכט קיין קינות אויף קיין גירושים נאר אויף רציחות...
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:וועגן גירוש שפאניע, פארשטיי איך לכאורה אז מען האט בכלל נישט געמאכט קיין קינות אויף קיין גירושים נאר אויף רציחות...

ברוך שכוונתי!
דאס איז געוועהן איינע פון מיינע סיבות בדרך אפשר.
ויש עוד ואכהמ״ל.
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

געהערט פון מיין טאטן זז"ג
אז אלע קינות וואס מהאט אנגענומען איז געמאכט געווארן דורך בעלי רוח הקודש. משא"כ היינט.
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

א שווער חילוק וואס אפילו אויב עס זאל זיין אמת דארף מען פארשטיין איז דען נישט נכלל אינעם גזירות הגלות אז עס קענען קומען בורדערס און הרגענען אידן על לא דבר???
ובדרך אגב בשעת די צווייטע וועלט מלחמה זענען געוועהן אסאך אוקריינישע בורדערס וואס האבן געהארגעט על לא דבר אן א גזירות מלכות.
[/quote]
על קו' א' עי' רמב"ם וראב"ד הל' תשו' שהק' על המצרים למה נענשו הא כך נגזר וא' מהתירוצים אני קצפתי מעט והמה עזרו לרעה ואין זה בגזירת הקב"ה וזה שייך בהמון עם דווקא ולא במלך דהלא לב מלכים ביד ה' ודו"ק
ועל קו' ב' יש לת' בפשיטות ודו"ק
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

לויט וויפל איך ווייס האבן אסאך גדולי ישראל בימים ההם געהאלטן אז מען דארף קוקן פאראויס נישט צירוק, די צייט דער ציבור אין די מצב איז נישט געווען געאייניגט צירוק צו וויינען פארדעם האבן זיי נישט געוואלט צולייגן קיין קינות
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

אינזערע הייליגע רבי'ס האבן נישט געוואלט מ'זאל רעדן פון די מלחמה ווייל זיי האבן געוויסט אז די מלחמה איבערלעבער וועלן נישט קענען אזוי אנגיין ווייטער האבן זיי געוואלט אז מ'זאל דערפין נישט רעדן.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

פאטעטא קוגל האט געשריבן:געהערט פון מיין טאטן זז"ג
אז אלע קינות וואס מהאט אנגענומען איז געמאכט געווארן דורך בעלי רוח הקודש. משא"כ היינט.

זאג דעם טאטן זאל געזינט זיין אז ס'איז דא היינט אויך הייליגע אידן, על כל פנים לויט וואו ביי אינז ווייסט מען.

מרן רבן של ישראל גאון וגדול הדור ראש גולת אריאל פוסק הדור הגאון האדיר בעל שבט הלוי זי''ע האט געמאכט א קינות וועגן די מלחמה, מרן הרה''ק מבאבוב זי''ע האט געמאכט א קינות פון די מלחמה.

סאו פליז נישט אריינמישן קיין שיטת אויף א וועבזייטל וואו ס'דרייען זיך פון אלע היימישע קרייזן און ביטע נישט אנרירן אזאנע האקעלע טעמע'ס על כל פנים וואס ביי זייער פיל איז דאס א זייער האקעלע טעמע.

הצלחה
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אמביציע צוריק צו טראמפ ביטע.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

להודיע האט געשריבן:אמביציע צוריק צו טראמפ ביטע.

ביסט א פיינער שיקער, גייט נישט יעצט פרשת בשלח.

אז די קענסט נישט אננעמען אן אויפריכטיגער באמערקונג סאו ''מוף'' פארשטיי אז ס'איז דא א ברייטערע וויזיע וואו איינס.

הצלחה איך בין פארטיג מיט דעם טאפיק.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

יש לומר פארשטיי עס איז דא שמעלערע וויזיע ווי דיינס
(עכ"פ בנושא זה של בעלי ר"ה)
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

פרידן האט געשריבן:יש לומר שמעלערע וויזיע ווי דיינס
(עכ"פ בנושא זה של בעלי ר"ה)

איך בין שוין פארטיג מיט דעם טאפיק. איך גיי נישט מער ראגירן,

אפגעזאגט וואס ס'דארף געזאגט ווערן און הצלחה.

אגב איך האב געשריבן ''איינס'' נישט ''דיינס''.
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

אויב מיינט מען געהאלפן צו ווערן, וועט מען פון דעם יעצטיגן קינות אויך אי"ה
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

גרויזאמער האט געשריבן:
זיין גרעסטע באמבע וואס ער האט געווארפן, נישט קענענדיג קומען צום ווארט און אונטער אן אויספלאץ פון געוויין, איז געווען די גרויליגע מעשים וואס אידן זענען נעבאך געצווינגן געווען צו טון, און וואס פלאגט נעבאך אונטערן באוואוסטזיין פאר עלטערע אידן, ממש די קללה פון ואכלתם בשר בניכם… .

מ'קען אביסל לייענען דערפון דא, ווער עס האט כח.

צו מעסטן וועלכע חורבן איז געווען ערגער, לו יהא עס איז שייך איז עס נישט געגעבן געווארן פאר זשורנאליסטן אפילו חשוב'ע אפצושאצן אידישע חורבנות.

וויאזוי מעסט זיך דאס, ווער ווייסט דען וואס ביים חורבן הבית איז געווען פונקטליך חוץ די ביסל מאמרי חז"ל וואס מיר האבן, וואס דאס איז איבער גענוג, און די נומבערס פון די גמרא אין גיטין איז למעלה מהשגתינו וויאזוי ס'איז געווען אזויפיל אידן הרוגים, [נאכדערצו ביי חורבן ביתר ואוס איז שוין געווען פופציג יאר נאכן חורבן און נאר איין שטאט] און וואס מ'האט געטון מיט די רבבות לעבנגעבליבענע אידן נאכן חורבן, וואו מ'האט געטראגן די שבויים צוזייעט איבעראל און פארקויפט לעבדים ולשפחות פאר אלע גוים.
און מ'רעדט ווען כלל ישראל איז געווען מער ווייניגער קאנצעטרירט אין זייער לאנד און די חורבן איז געקומען אויף כמעט דעם גאנצן פאלק.

דאס איז אלעס גשמיות גערעדט, ווי מען קען נאך הערן אז איינער וואס איז דורך די קריג זאל זאגן אז זייט דעם חורבן איז נישט געווען אזאנס, אזעלכע גרויסע נומבערס פון אידן, קהלות, רבישע אייניקלעך, מורי הוראות וכו'
אבער מיט דעם מיינט מען נישט מער ווי צושטעלן לגבי די צרות וויאזוי עס קוקט אים אויס, אבער אידישלעך גערעדט איז נישטא קיין זאך אין די וועלט וואס מ'קען מדמה זיין צו שריפת בית אלקינו, הסרת השכינה מישראל, ובנים שגלו מעל שלחן אביהם, צונעמען רוב מצות התורה פון אידן, די גאנצע התקרבות דורך דעם בית המקדש די קרבנות די עבודה, די בגדי כהונה, אלע מצות התלויות בארץ בזמן הבית, די לשכת הגזית שמשם תצא תורה, אין דעם פרט איז נישטא קיין צושטעל בכלל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פאטעטא קוגל האט געשריבן:געהערט פון מיין טאטן זז"ג
אז אלע קינות וואס מהאט אנגענומען איז געמאכט געווארן דורך בעלי רוח הקודש. משא"כ היינט.

פון מרן מסאטמאר ז"ל זאגט מען נאך "זיי דאכט זיך אז די אידן האבן געשריבן און געמעקט".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דעוויס האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:
זיין גרעסטע באמבע וואס ער האט געווארפן, נישט קענענדיג קומען צום ווארט און אונטער אן אויספלאץ פון געוויין, איז געווען די גרויליגע מעשים וואס אידן זענען נעבאך געצווינגן געווען צו טון, און וואס פלאגט נעבאך אונטערן באוואוסטזיין פאר עלטערע אידן, ממש די קללה פון ואכלתם בשר בניכם… .

מ'קען אביסל לייענען דערפון דא, ווער עס האט כח.

צו מעסטן וועלכע חורבן איז געווען ערגער, לו יהא עס איז שייך איז עס נישט געגעבן געווארן פאר זשורנאליסטן אפילו חשוב'ע אפצושאצן אידישע חורבנות.

וויאזוי מעסט זיך דאס, ווער ווייסט דען וואס ביים חורבן הבית איז געווען פונקטליך חוץ די ביסל מאמרי חז"ל וואס מיר האבן, וואס דאס איז איבער גענוג, און די נומבערס פון די גמרא אין גיטין איז למעלה מהשגתינו וויאזוי ס'איז געווען אזויפיל אידן הרוגים, [נאכדערצו ביי חורבן ביתר ואוס איז שוין געווען פופציג יאר נאכן חורבן און נאר איין שטאט] און וואס מ'האט געטון מיט די רבבות לעבנגעבליבענע אידן נאכן חורבן, וואו מ'האט געטראגן די שבויים צוזייעט איבעראל און פארקויפט לעבדים ולשפחות פאר אלע גוים.
און מ'רעדט ווען כלל ישראל איז געווען מער ווייניגער קאנצעטרירט אין זייער לאנד און די חורבן איז געקומען אויף כמעט דעם גאנצן פאלק.

דאס איז אלעס גשמיות גערעדט, ווי מען קען נאך הערן אז איינער וואס איז דורך די קריג זאל זאגן אז זייט דעם חורבן איז נישט געווען אזאנס, אזעלכע גרויסע נומבערס פון אידן, קהלות, רבישע אייניקלעך, מורי הוראות וכו'
אבער מיט דעם מיינט מען נישט מער ווי צושטעלן לגבי די צרות וויאזוי עס קוקט אים אויס, אבער אידישלעך גערעדט איז נישטא קיין זאך אין די וועלט וואס מ'קען מדמה זיין צו שריפת בית אלקינו, הסרת השכינה מישראל, ובנים שגלו מעל שלחן אביהם, צונעמען רוב מצות התורה פון אידן, די גאנצע התקרבות דורך דעם בית המקדש די קרבנות די עבודה, די בגדי כהונה, אלע מצות התלויות בארץ בזמן הבית, די לשכת הגזית שמשם תצא תורה, אין דעם פרט איז נישטא קיין צושטעל בכלל.

דער סאטמארער רבי ז"ל אין ספה"ק ויואל משה הייבט אן די הקדמה בזה"ל:
היות כי בעוה"ר בשנים האחרונות סבלנו צרות רבות ומרורות כלענה אשר לא היתה כזאת לישראל מאז היה לגוי

און ווי באקאנט דער רבי האט נישט געשריבן דעם ספר איינמאל, נאר אסאך מגיה געווען, און ווי אויבן געשריבן 'געשריבן און געמעקט'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

הרב דעווייס, ר' שאול האט קלאר נישט פרובירט צו זאגן אז די מלחמה איז געווען ערגער ווי די חורבן הבית. ער האט גערעדט נאר פון נאכן חורבן ביז היינט איז נישט געווען אזא חורבן און ער האט געבכענגט גערצו פאקטן פון די אינקוויזיציע און פון ת"ח ות"ט.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:וועגן גירוש שפאניע, פארשטיי איך לכאורה אז מען האט בכלל נישט געמאכט קיין קינות אויף קיין גירושים נאר אויף רציחות...

זעהט אויס אז איר ווייסט נישט וואס שפאניע איז געווען און וואס איז געווארן נאכדעם, [פון דעם 'תור הזהב' האט איר שוין געהערט?], דער אברבנאל בלשון קדשו, איז שטארק מאריך אין דעם, עס ליגט מיר אין קאפ אז ער שרייבט דעם אויסדרוק 'נגדע קרן ישראל', א אויסדרוק וואס חז"ל נוצן אויף חורבן ביתר, עס האט זיך געשלאסן א תקופה מיט דעם גירוש.
[איך בין מסופק צו בזמן הקרייצציגלער זענען געהרגעט געווארן מער אידן ווי אין שפאניא, כמדומה אז נישט, ועם כל זה זאגט מען קינות דערויף אבער אויף גירוש שפאניא נישט]

איך האב אן אנדערע הערה אויף רבי משה'ס הנחה, ווייל אויף שריפת גזירת התלמוד זאגט מען יא א קינה [שאלי שרופה באש], וואס איז יא געווען א גזירת המלכות, וצ"ע
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:32 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

יהיה כן האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:וועגן גירוש שפאניע, פארשטיי איך לכאורה אז מען האט בכלל נישט געמאכט קיין קינות אויף קיין גירושים נאר אויף רציחות...

זעהט אויס אז איר ווייסט נישט וואס שפאניע איז געווען און וואס איז געווארן נאכדעם, [פון דעם 'תור הזהב' האט איר שוין געהערט?], דער אברבנאל בלשון קדשו, איז שטארק מאריך אין דעם, עס ליגט מיר אין קאפ אז ער שרייבט דעם אויסדרוק 'נגדע קרן ישראל'
[איך בין מסופק צו בזמן הקרייצציגלער זענען געהרגעט געווארן מער אידן ווי אין שפאניא, כמדומה אז נישט, ועם כל זה זאגט מען קינות דערויף אבער אויף גירוש שפאניא נישט]

שנות ת"ח ות"ט ווערט געשאצט א קי"ל צווישן 200 - 300 טויזענט הי"ד!!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך האב געשריבן 'קרייציגלער' נישט ת"ח ות"ט, כ'האף אז איר פארשטייט וואס איך וויל ארויס ברענגען
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

די בעסטע און פשוט'סטע תירוץ איז דאס:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:געהערט פון מיין טאטן זז"ג
אז אלע קינות וואס מהאט אנגענומען איז געמאכט געווארן דורך בעלי רוח הקודש. משא"כ היינט.

און פאר די טייערע חבר נ"י וואס איז געווארן אויז אויפגעקאכט וועגן די תגובה, זאג, לשיטתך זענען נאך געווען, אדער זענען גאר נאך דא בתוכינו אידן וואס קענען אריינלייגן פרישע פיוטים בתוך חזרת הש"ץ ? כמדומה לי אז א גרויס חלק פון די פיוטים קומען פון ר' אלעזר הקליר, קענסט איינעם בדורינו וואס וואלט אים אנגעקוקט אין נישט פארברענט געווארן פון זיין קדושה ?
אויב נישט דעמאלטס איז נישט דא ווער עס זאל קובע חק זיין פאר גאנץ כלל ישראל פרישע פיוטים וקינות ופשוט וברור ומובן הוא לכל מי שיש מח בקדקדו!!!
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

יחזקאלע האט געשריבן:די בעסטע און פשוט'סטע תירוץ איז דאס:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:געהערט פון מיין טאטן זז"ג
אז אלע קינות וואס מהאט אנגענומען איז געמאכט געווארן דורך בעלי רוח הקודש. משא"כ היינט.

און פאר די טייערע חבר נ"י וואס איז געווארן אויז אויפגעקאכט וועגן די תגובה, זאג, לשיטתך זענען נאך געווען, אדער זענען גאר נאך דא בתוכינו אידן וואס קענען אריינלייגן פרישע פיוטים בתוך חזרת הש"ץ ? כמדומה לי אז א גרויס חלק פון די פיוטים קומען פון ר' אלעזר הקליר, קענסט איינעם בדורינו וואס וואלט אים אנגעקוקט אין נישט פארברענט געווארן פון זיין קדושה ?
אויב נישט דעמאלטס איז נישט דא ווער עס זאל קובע חק זיין פאר גאנץ כלל ישראל פרישע פיוטים וקינות ופשוט וברור ומובן הוא לכל מי שיש מח בקדקדו!!!

ישר כח יחזקאלע פארן ארויסברענגן קלאר

סהאט קיינער נישט אוועקגעמאכט קיינעם.
סהאט קיינער נישט געזאגט אז סאיז נישט דא היינט קיין ערליכע אידן.
הרב החסיד
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב החסיד »

איך וויל זיך באציען איבער א נקודה וואס איז ארומגערעדט געווארן אנהויב פון דעם אשכול איבער ר' בערל וויין, וואלט איך זייער געגליכן צו הערן פון עמיצער וואס האט אים שוין פיל געהערט, מה טובו? לוינט זיך צו צאלן די הויעכע פרייזן וואס ער פארלאנגט פאר זיינע שיעורים?
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”