היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:08 am

נאך עטליכע גוטע מאפעס וואס איך האב געטראפן
צוגעלייגטע
image.jpg
וואהלין
image.jpg
פאדאליע
image.jpg
וואהלין
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:09 am

בוקאווינע היינט ציטיילט צווישן ראמעניע און אוקריינא
צוגעלייגטע
image.jpg
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:10 am

אונגארן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה
צוגעלייגטע
image.jpg
לעצט פאראכטן דורך למדן וצדיק אום זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:13 am

ראמעניע און אירע היסטאישע ראיאנען
צוגעלייגטע
image.jpg
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 2:58 am

פון דא און אראפ, נאך אפאר אינטערסאנטע שטעט, גלילות, מדינה.
ווער ס'ווייסט עפעס מער איבער די שטאט "ט"ה" = "טייטש - (דייטש) העררן" און די גלילות ארום איז מכובד צו מיטיילן זיינע ידיעות.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך ינואר 27, 2016 2:39 am

עטליכע הוספות וואס זענען מיר לעצטנס צוגעקומען:

1) וואהלין און פאדאליע זענען געווען צוויי אפציעלע ״גובערניעס״ (א שטייגער ווי קאונטיס) און די רוסישע אימפעריע פון שנת תקנ״ד (פאר דעים האבן די שטחים געהערט צו פוילן) ביז בערך די ערשטע וועלט קריג ווען די רוסישע אימפעריע איז צאמגעפאלן.

2) די היינטיגע ביעלארוס (ווייס רוסלאנד אדער רייסין) איז נישט די זעלבע ווי די היסטארישע ראיאן פון ביעלארוס, די מערב חלק פון די היינטיגע ביילארוס איז נישט געווען אונטער די היסטארישע ביעלארוס, דאס הייסט אז די שטעט בריסק, גרודנא, סלאנים, און קאברין זענען נישט געווען אין ביעלארוס (היינט זענען זיי יא), אגב נאך א באקאנטע גרויסע שטאט אין ביעלארוס איז וויטעבסק ווי עס האט אויך געוואוינט הרה״ק ר׳ מענדעלע וויטעבסקער זי״ע.

3) דא האט איר צוויי גאר גוטע און אינפארמאטיווע מאפעס פון די אידישע באוואוינטע חלק אין די רוסישע אימפעריע (״תחום המושב״) פון פאר די ערשטע וועלט מלחמה, מקען זעהן די פונקטליכע גרעניצן פון די גובערניעס און ראיאנען און די נומערן וויפיל אידן עס האבן געוואוינט אין יעדע געגנט

http://jgsla.org/reference/maps

איך ווייס נישט פארוואס אבער עס איז נישט אנגעצייכנט פונקטליך פון וועלכע יאר מען רעדט אבער לויט די נומערן ווייזט זיך אויס אז דאס איז בערך פון יאר 1900 דאס הייסט ממש פאר די ערשטע וועלט מלחמה.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 12:17 am

כ'וויל זיך נאכאמאל באדאנקן פאר די ארבייט!!

עקסטער אויב דו אדער א צווייטער קען מאכען א טשארט.

די יארן, קעגן די געגענטער ווי זיי הייסן היינט, און אויסרעכענען וויאזוי זיי האבן געהייסן דאן.
צוגעלייגטע
בדבד.png
בדבד.png (9.84 KiB) געזעהן 2583 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 5:04 am

א גרויסן ייש״כ פאר די חיזוק אי״ה ווען איך וועל האבן א געלעגנהייט וועל איך מאכן א טשארט (אויב קיינער אנדערש וועט נישט מאכן ביז דעמאלטס...)

אגב, קען מען אויפטשעקן אויף jewishgen יעדע ראיאן (און אויך יעדע שטאט באזונדער) דארטן שטייט פונקטליך יעדע פלאץ ווי עס איז געווען פאר די ערשטע וועלט מלחמה, צווישן ביידע וועלט מלחמות, נאך די צווייטע וועלט מלחמה און ווי עס איז היינט צוטאגס.

אויך קען מען זעהן דארט די רשימות פון די שטעט אויסגעשטעלט לויט יעדע ראיאן פראווינץ וכו׳
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 3:30 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:א גרויסן ייש״כ פאר די חיזוק אי״ה ווען איך וועל האבן א געלעגנהייט וועל איך מאכן א טשארט (אויב קיינער אנדערש וועט נישט מאכן ביז דעמאלטס...)

אגב, קען מען אויפטשעקן אויף jewishgen יעדע ראיאן (און אויך יעדע שטאט באזונדער) דארטן שטייט פונקטליך יעדע פלאץ ווי עס איז געווען פאר די ערשטע וועלט מלחמה, צווישן ביידע וועלט מלחמות, נאך די צווייטע וועלט מלחמה און ווי עס איז היינט צוטאגס.

אויך קען מען זעהן דארט די רשימות פון די שטעט אויסגעשטעלט לויט יעדע ראיאן פראווינץ וכו׳

טאקע פון דזשואיש דזשען האבעך געטראכט. באט האבן זיי די רייאנען אזוי ווי דו האסט עס אראפגעלייגט? כ'מיין אז זיי האבן נאר די באוויסטע נעמען, ווי אונגארן סלאוואקיי וכדו'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 7:56 pm

זיי האבן עטליכע אבער טאקע נישט אלע
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 8:38 pm

פעלדמאן האט געשריבן:ישר כח גדול הרב למדן וצדיק געוואלדיג,
איר האט דערמאנט רייהנלאנד איינע פין די דייטשע פראווינצען
מקען מוסף זיין
פרייסן -הופט שטאט בערלין
בייערן- הויפט שטאט מינכען
זאקסן- הויפט שטאט די באקאנטע יריד שטאט לייפציג(ווערט א אשכול פאר זוך)
באמת היינטיגע דייטשלאנד איז צאמגעשטעלט פין א ערך 15 מיטעל אלטער מלוכות איך געדענק נישט אלע
למדן וצדיק ביטע זיי ממשיך

יא, דענק איך אז איך האב געהאט געלייענט אז די היינטיגע דייטשלאנד שמעלצונג איז אינגאנצען קנאפע 200 יאר אלט.

(דאס האט איר אוועקגעשטעלט אלס א מאכטפולע לאנד, און אין איר קורצע היסטאריע האט זי שוין באוויזן אנצוזייען מער חורבנות ווי סיי וועלעכע אנדערע לאנד)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג ינואר 29, 2016 12:14 pm

דא האב איך געמאכט א רשימה פון לענדער, פראווינצן, ראיאיאנען פון מזרח אייראפע ווי זיי האבן באלאנגט פאר די ערשטע וועלט מלחמה, צווישן ביידע וועלט מלחמות, און ווי ס׳גפינט זיך היינט צוטאגס.

עטליכע קליינע הקדמות:
1) ווען איך שרייב אז א פלאץ האט פאר די ערשטע וועלט מלחמה באלאנגט פאר אונגארן איז כדי אבער צו וויסן אז אונגארן אליין איז נישט געווען דאן א זעלבסט שטענדיגע לאנד נאר א געוויסע אטאנאמיע אונטער די עסטרייך אונגערישע אימפעריע.
2) אויך איז כדי צו וויסן אז ביז שנת תקל״ב האט פוילן געהערשט אויף כמעט גאנץ מזרח אייראפע ביז עס איז גענצליך אויפגעלעזט געווארן אין שנת תקנ״ה ווי איך האב שוין מאריך געווען אין די ארטיקל.
3) עא״א שטייט פאר ע׳סטרייך א׳ונגארישע א׳ימפעריע
ט״ס שטייט פאר טשעכאסלאוואקיי
ר״א שטייט פאר ר׳וסישע א׳ימפעריע.


אונגארן

עא״א - אונגארן - אונגארן

סלאוואקיי

אונגארן - טשעכאסלאוואקיי - סלאוואקיי

טשעכיי (דאס איז בעהמין און מעהרין)

עא״א - טשעכאסלאוואקיי - טשעכיי

מערב גאליציע

עא״א - פוילן - פוילן

מזרח גאליציע

עא״א - פוילן - אוקריינא

פלך קיעוו, פאדאליע, פאלטאווע, חארסון

ר״א - רוסלאנד - אוקריינא

וואהלין

ר״א - רוסלאנד/פוילן - אוקריינא

קארפאטורוס

אונגארן - ט״ס - אוקריינא

טראנסעלוואניע/זיבנבערגן

אונגארן - ראמעניע - ראמעניע

פוילן (נישט אריין גערעכנט גאליציע, שלעזיע וכו׳, ווערט גערופן ״קאנגרעס פוילן״)

ר״א - פוילן - פוילן

ווייס רוסלאנד/רייסין/ביעלארוס (נישט די היינטיגע נאר די היסטארישע וואס איז נאר די מזרח חלק פון די היינטיגע ביעלארוס)

ר״א - רוסלאנד - ביעלארוס

ליטא (נישט די היינטיגע נאר די היסטארישע וואס רעכנט אויך אריין די גאנצע מערב חלק פונעם היינטיגן ביעלארוס)

ר״א - פוילן/רוסלאנד - ליטא/ביעלארוס

בעסאראביע

ר״א - ראמעניע - מאלדאווע

מאלדאוויע, וואלחייא

ראמעניע - ראמעניע - ראמעניע

בוקאווינא

עא״א - ראמעניע - ראמעניע/אוקריינא

מארמאראש

אונגארן - ראמעניע/ט״ס - ראמעניע/אוקריינא

שלעזיען

עא״א - דייטשלאנד - פוילן
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

ylss
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2012 4:15 pm

תגובהדורך ylss » זונטאג ינואר 31, 2016 5:53 pm

אויב מעגליך ביטע צושרייבן ווי די געגנט האט באלאנגט בשעת די מלחמה ת"ש-תש"ה כידוע אז אסאך מדינות זענען ארומגעטוישט געווארן דורך די רשעים וואס האט ליידער אסאך בייגעשטייערט צום חורבן

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג ינואר 31, 2016 7:49 pm

איין זאך וואס האט אויסגעמאכט לגבי די חורבן איז געווען דאס וואס היטלער ימ״ש האט צוטיילט טראנסעלוואניע צווישן ראמעניע און אונגארן, און אזוי ווי פון ראמעניע האט מען נישט דעפארטירט זענען די אידן פון דארט ניצול געווארן
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » דינסטאג פאברואר 02, 2016 2:52 pm

וואס איז מיט שטעט וואס האבן די זעלבע נאמען און איז אמאל געוועהן און צוויי באזונדרע מדינות און היינט איז עס אין די זעלבע מדינה ?

ylss
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2012 4:15 pm

תגובהדורך ylss » דינסטאג פאברואר 02, 2016 5:39 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:איין זאך וואס האט אויסגעמאכט לגבי די חורבן איז געווען דאס וואס היטלער ימ״ש האט צוטיילט טראנסעלוואניע צווישן ראמעניע און אונגארן, און אזוי ווי פון ראמעניע האט מען נישט דעפארטירט זענען די אידן פון דארט ניצול געווארן

ווי אויך מארמאראש קארפאטן (ניש פונקט אבער עפעס אזוי)
please correct if wrong.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג פאברואר 02, 2016 8:18 pm

יא גערעכט כהאב פארגעסן, קארפאטורוס און מאראמאראש האט אויך היטלער ימ״ש צוגעטיילט פאר אונגארן, נאר קארפאטורוס האט פאדעם באלאנגט פאר טשעכאסלאוואקיע וואס פון דארט האט מען אויך ליידער דעפארטירט ממילא האט עס נישט צופיל אויסגעמאכט לגבי די חורבן. הי״ד.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג פאברואר 02, 2016 8:19 pm

חיים של שמחה האט געשריבן:וואס איז מיט שטעט וואס האבן די זעלבע נאמען און איז אמאל געוועהן און צוויי באזונדרע מדינות און היינט איז עס אין די זעלבע מדינה ?

נישט פארשטאנען די שאלה געב א משל פון א שטאט
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

הוספה: די ״לענדער״ פון די ועד ארבע ״ארצות״

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך פאברואר 03, 2016 1:32 pm

די ועד ארבע ארצות איז געגרינדעט געווארן אין פוילן בערך אין שנת ש׳ דאס איז די צייט ווען אידן האבן אנגעהויבן באזעצן פוילן, די ועד ארבע ארצות איז אנגעגאנגען ביז שנת תקכ״ד, אין די ספרים טרעפן מיר אז די פיר לענדער זענען געווען פוילן גדול, פוילן קטן, וואהלין און ארץ רוסיא (ווערט אויך צומאל גערופן פאדאליע), די פיר לענדער זענען געווען גרויסע ראיאנען און די דאן היסטארישע גרויסע מלוכה פון פוילן.

פוילן גדול וקטן - פוילן גדול קומט אויס בערך אין די צפון פון די היינטיגע פוילן, די הויפט קהילות פון פוילן גדול זענען געווען פויזנא און קאליש, פוילן קטן קומט אויס בערך אין די געגנט פון מערב גאליציע (דרום פון די היינטיגע פוילן) אירע הויפט קהילות זענען געווען קראקא און לובלין. אין שפעטערדיגע יארן זענען פוילן קטן וגדול געווען צוויי אפציעלע פראווינצן אין די פוילישע מלוכה אבער די גרעניצן פון יענע פראווינצן זענען געווען סאך גרעסער ווי די ארגינעלע ראיאנען פון פוילן גדול וקטן, אויך אין די היינטיגע פוילן זענען דא צוויי ״וויוואדעשיפס״ (פראווינצן / קאונטיס) וואס הייסן גרויס פוילן און קליין פוילן דאס איז פארשטייט זיך געבויעט אויף די היסטארישע פוילן גדול וקטן אבער די גרעניצן זענען נישט פונקט די זעלבע, די היסטארישע פוילן גדול וקטן זענען געווען סאך גרעסער ווי די היינטיגע צוויי וויוואדאשיפן.

וואהלין - וואהלין קומט אויס צפון מערב פון די היינטיגע אוקריינא, די הויפט קהילה פון וואהלין איז געווען לודמיר, א חוץ פון די ראיאן וואהלין איז אין די דעמאלטסדיגע פוילן אויך געווען א וויוואדאשיפ מיט׳ן נאמען וואהלין, די וואהלין פון די ועד ארבע ארצות באציעט זיך ווי פארשטייט זיך די גאנצע ראיאן, אין יאר תקנ״ה ווען ריזיגע שטחים פון פוילן איז אריבער צו די רוסישע אימפעריע האבן די רוסן פארמירט אין בערך די געגנט א גרויסע גובערניע (כמו קאונטיס אין די רוסישע אימפעריע) מיטן נאמען וואהלין, די היסטארישע ראיאן פון וואהלין איז אבער סאך גרעסער ווי די רוסישע גובערניע, די היסטארישע וואהלין האט זיך געצויגן ביז אזוי ווייט מזרח ווי די שטאט קיעוו, אבער אין די שפעטערדיגע ספרים ווען מרעדט פון די קהילות און שטעט פון וואהלין באציען זיי זיך געווענליך צו די גובערניע פונעם רוסישן אימפעריע. אויך אין די היינטיגע אוקריינא און פוילן זענען דא צוויי קאונטיס מיט׳ן נאמען וואהלין דאס איז פארשטייט זיך שיריים פונעם אמאליגן גרויסן ראיאן וואהלין.

רוסיא - רוסיא פון די ועד ארבע ארצות האט נישט עכט צו טון מיט רוסלאנד, אין פאקט זענען אידן קיינמאל נישט ערלויבט געווארן צו וואוינען אין רוסלאנד, נאר שפעטער ווען גרויסע שטחים פון פוילן זענען אריבער צו רוסלאנד האט זיך די רוסישע רעגירונג געטראפן מיט טויזענטער אידן אין אירע גרעניצן, די רוסן האבן דאן טאקע שטארק באגרעניצט די וואוין רעכטן פון די אידן און זענען בעיקר ערלויבט געווארן צו וואוינען נאר אין די שטחים ווי זיי האבן שוין געוואוינט פון פארדעם (די שטחים האט מען גערופן די ״תחום המושב״) דאס איז אזוי אנגעגאנגען ביז נאך די ערשטע וועלט מלחמה ווען די קאמוניסטן זענען אויפגעקומען, די קאמוניסטן וואס האבן מכלומרשט געגעבן אייניגע רעכטן פאר אלע בירגער האבן מבטל געווען די געזעץ.

על כל פנים נחזור לענינינו, אין יענע צייטן האט מען גערופן רוסיא די גאנצע שטח ווי עס האבן געוואוינט רוסן, די אפציעלע נאמען פון רוסלאנד איז דאן אפילו נישט געווען רוסלאנד נאר ״מאסקאווע״, רוסיא איז אויך געווען צוטיילט אויף סוב-ראיאנען, ווייסרוסלאנד, רויטרוסלאנד און קארפאטורוס, ארץ רוסיא פון די ועד באציעט זיך בעיקר צו רויט רוסלאנד, ווייסרוסלאנד און קארפאטורוס האבן דאן נישט באלאנגט פאר פוילן, רויט רוסלאנד קומט בערך אויס און כמעט די גאנצע שטח פון דרום פון די היינטיגע אוקריינא אריין גערעכנט גאנץ מזרח גאליציע, די הויפט קהילה פון ארץ רוסיא איז געווען לעמבערג.

בשנת שכ״ט האט זיך פוילן צאמגעשטעלט מיט ליטא (וואס איז דאן אויך געווען א ריזן מדינה) אלס איין פאראייניגטע מלוכה, פון דאן ביז שנת תקנ״ה האט די פאראייניגטע מלוכה פון פוילן - ליטא געהערשט אויף כמעט גאנץ מזרח אייראפע, עכ״פ דעמאלטס איז ליטא אויך אריין אונטער די ועד ארבע ארצות, פון יענע צייט טרעפט מען אין ספרים ווי די ועד ווערט טאקע אנגערופן ״ועד חמשה ארצות״ ווען די פיפטע לאנד באציעט זיך צו ליטא, אדער ״ועד שלש ארצות״ רעכענדיג פוילן קטן וגדול אלס איינס און וואהלין און רוסיא אלס איינס, און ליטא אלס די דריטע מדינה, די הויפט קהילה פון ליטא איז געווען בריסק, און א שפעטערדיגע תקופה האט זיך ליטא אפגעטיילט פון די ועד און פארמירט אן אייגענע ועד, פון דאן איז געבליבן די באקאנטע נאמען ״ועד ארבע ארצות״ באציענדיג זיך צו די פיר אויבן דערמאנטע לענדער/ראיאנען.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 7:48 pm

תגובהדורך ראסטעוו » מיטוואך פאברואר 03, 2016 2:37 pm

רוסיה /פאדאליע ווערט אויכעט אנגערופן 'רייסן'.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך פאברואר 03, 2016 3:39 pm

ריכטיג, די באקאנטע רייסין אבער וואס מען טרעפט אסאך אין ספרים באציעט זיך בעיקר צו ווייס רוסלאנד.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך פאברואר 03, 2016 4:31 pm

א הערליכע מאמר איבער די היסטאריע פון די ועד ארבע ארצות

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 48&hilite=
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 2:00 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
חיים של שמחה האט געשריבן:וואס איז מיט שטעט וואס האבן די זעלבע נאמען און איז אמאל געוועהן און צוויי באזונדרע מדינות און היינט איז עס אין די זעלבע מדינה ?

נישט פארשטאנען די שאלה געב א משל פון א שטאט

כרגע האב איך נישט די ריכטיגע משל אבער פטור בלא כלום אי אפשר, עס זענען פארהאן אסאך שטעט מיט די זעלבע נאמען [אלטע מיט נייע, ווי: יארק - ניו יארק, אדער אפילו די זעלבע - נאר און אנדרע לענדער אדער ממש און אנדרע עקן וועלט - איז דא א געוואלד,
און גאר ענליכע נעמען און די זעלבע געגנט איז אויך דא אסאך, אבער] נאר אויפן מאפע האט עס נאך א צונאמען אבער בד"כ ווען מ'רופט עס רופט מען עס נישט אייביג מיט די צונאמען,
יעצט איז די שאלה אזוי - שטעט וואס האבען די זעלבע נאמען וואס זענען געוועהן לדוגמא איינס און פולין און איינס און אוקריינא אדער גאליציע און היינט איז עס און די זעלבע לאנד, מה דינו - חילוקו, ווי אזוי ווייסט מען וועלכע איז די ריכטיגע ווען מ'וויל וויסן ווי די שטאט איז,
עטליכע נעמען פון שטעט מיט די חילוקים וואס איך געדענק יעצט:
פרנקפורט [הפלאה] - פרנקפורט דאדור [פרי מגדים],
ראדמישלא - ראדמישלא (קטן),
שענדישוב - שענדישוב (מאפלסקי), וכדומה, בדרך כלל וועט מען ביי רוב פון די שטעט נישט טרעפן און ספרים די צו-נעמען צו די שטעט.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 2:06 pm

פרעגסט ווי אזוי מ׳קען וויסן? נישטא עכט קיין וועג... אבער אז מען ווייסט די היסטאריע ארום ווייסט מען שוין געווענליך...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 2:06 pm

מאפע פון די ועד ארבע ארצות

http://www.jewishgen.org/yizkor/Brest2/bre045.html
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט