היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » דינסטאג יולי 28, 2015 9:17 pm

לעכטיגער האט געשריבן:ביטע קלאר מאכען איז די צוויי ממש איין ראיאן?

יא

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » דינסטאג יולי 28, 2015 9:22 pm

פלאחותיך האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:
אויפן אמאליגן מאראמורעש וואס נעמט אריין די היינטיגע אוקראיינישע שטעטלעך (זאקארפאטיע אבלאסט) איז סיגעט געווען דער הויפט שטאט,
אבער אויף די היינטיג מאראמורעש קאונטי איז ביי מארע (באניע) די הויפט שטאט, און אלעס וואס אנבאלאנגט צום אמאליגן מאראמורעש ווי שטאטישע דאקומענטן, מאפעס, געבורט און טויט שיין, ווערט געהאלטן היינט אין ביי מארע'ס טאון הויז



למדן וצדיק האט געשריבן:@פלאחותיך אינטערסאנט פארוואס זיי האבן געטוישט הויפטשאט, סיגוט איז אויך היינט אין די מאראמאראש קאונטי פון ראמעניע


איך האב נאכגעקוקט אין געזען אז כ'האב געהאט א טעות, סיגעט איז נאך אלץ דער הויפט שטאט פון מאראמורעש, נאר אין ביי-מארע איז דער נאציאנאלער ארכיון צענטער פאר מאראמורעש קאונטי וואס דארט האלטן זיי די שריפטן

טעות לעולם חוזר

באניא הנקרא באיע מארע איז יא די הויפטשטאט פון די היינטיגע רומענישע מאראמאראש, [וואס נאר א חלק דערפון אויבן ביי צפון איז פון די אריגינעלע מאראמאראש, דאס רוב אריגינעלע מארמאראש איז אין אוקריינא היינט].

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג יולי 28, 2015 9:47 pm

א תורה שלמה בשפה ברורה!!

יישר כח.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » דינסטאג יולי 28, 2015 11:03 pm

דעוויס האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:ביטע קלאר מאכען איז די צוויי ממש איין ראיאן?

יא


איז מיין ידיעה ממש געבויעט אויף גארנישט?
נישטערענדיג אביסל, האב איך געזעהן אז טראנסילוואניען איז צעטיילט אין צוויי מזרח/מערב צו דרום/צפון
איז דעעש איז געווען א חלק פון די טראנסילוואנישע קאנצעליי?
איז די פושקע פון יוצאי סאטמאר שומה"ח אדער זיבנבירגין?

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג יולי 28, 2015 11:16 pm

די פושקי פון יוצאי סאטמאר איז שומרי החומות סאטמאר איז נישט טראנסעלוואניע, זיבנבערגן איז די דייטשע נאמען פאר טראנסעלוואניע
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

שמע מינה
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

תגובהדורך שמע מינה » דינסטאג יולי 28, 2015 11:20 pm

אגב, אז איר זענט עוסק אין דעם, כ'האב פונקט געטראכט ביי קינות, מ'דערמאנט דארט אין די קינות וואס הייבט זיך אן מי יתן ראשי מים, די שטעט אשפירא, ווארמייזא, און מאגענצא, און ווי איר דערמנט איז דאס די שטעט פון תקנת שו"ם. ווארמייזא איז "worms", מאגענצא איז "mainz", אבער וואס איז דאס אשפירא לויטן היינטיגן שפראך?

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג יולי 28, 2015 11:32 pm

שפירא איז היינט speyer
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » מיטוואך יולי 29, 2015 12:01 am

למדן וצדיק האט געשריבן:די פושקי פון יוצאי סאטמאר איז שומרי החומות סאטמאר איז נישט טראנסעלוואניע, זיבנבערגן איז די דייטשע נאמען פאר טראנסעלוואניע


אויף דעם פרט בין איך כמעט ברור אז טעות הוא בידך. עי' בספרי תולדות רביה"ק מסאטמאר זי"ע ווי די רביז"ל האט געפירט אין דוכט זיך אפילו מייסד געווען די טראנסילוואנישע קאנצעליי. סאטמאר איז היינט צוטאגס ראמעניע זייענדיג א חלק פון טראנסעלוואניע. עי' בוויקיפידיע ערך Northern Transylvania וואס דארט איז עפעס משמע אז די געגענט וואס אין דעם איז נכלל די א.ד. שטעט אין אזוי אויך מארגארעטען אין נאך איז עפעס סעפעראט פון די איבריגע זיבענבערגען.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך יולי 29, 2015 12:09 am

נאך וואס טראנסעלוואניע איז געגאנגען פאר ראמעניע איז מיט געגאנגען נאך עטליכע טעריטאריעס פון אונגארן סאטמאר און קראלי צווישן זיי, די רומענישע רעגירונג האט געפאדערט מזאל עפענען אן אייגענע קאנצעליי ווייל זיי זענען נישט געווען אין גוטן מיט אונגארן, די קאנצעליי האט מען גערופן די טראנסעלוואנישע קאנצעליי וויבאלד רוב קהילות זענען געווען פון טראנסעלוואניע, ווייל אין די פריערדיגע טעריטאריעס פון ראמעניע איז נישט געווען אזא זאך וויאארטעדאקסישע קאנצעליי
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » מיטוואך יולי 29, 2015 12:12 am

ייש"כ פאר'ן קלאר מאכען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 29, 2015 12:35 am

10.
איז פרעשבורג נישט אין בראטיסלאווע ?
איז דאס היינט א חלק פון אונגארן אדער סלאוואקיע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:55 am

תגובהדורך פעלדמאן » מיטוואך יולי 29, 2015 12:40 am

ישר כח גדול הרב למדן וצדיק געוואלדיג,
איר האט דערמאנט רייהנלאנד איינע פין די דייטשע פראווינצען
מקען מוסף זיין
פרייסן -הופט שטאט בערלין
בייערן- הויפט שטאט מינכען
זאקסן- הויפט שטאט די באקאנטע יריד שטאט לייפציג(ווערט א אשכול פאר זוך)
באמת היינטיגע דייטשלאנד איז צאמגעשטעלט פין א ערך 15 מיטעל אלטער מלוכות איך געדענק נישט אלע
למדן וצדיק ביטע זיי ממשיך

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך יולי 29, 2015 12:52 am

שוועמל האט געשריבן:10.
איז פרעשבורג נישט אין בראטיסלאווע ?
איז דאס היינט א חלק פון אונגארן אדער סלאוואקיע

סאיז יא סאיז די הויפט שטאט פון סלאוואקיי, סאיז נישט ״אין״ בראטיסלאווא סאיז בראטסלאווא אזוי הייסט עס היינט, סלאוואקיי איז ביז די ערשטע וועלט מלחמה געווען אונגארן נאך די ירשטע וועלט מלחמה איז אויפגעקומען די נייע לאנד טשעגאסלאוואקיע ואס שפעטער האט זיך עס ציטיילט אין צוויי טשעכיי און סלאוואקיי
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך יולי 29, 2015 12:55 am

פעלדמאן האט געשריבן:ישר כח גדול הרב למדן וצדיק געוואלדיג,
איר האט דערמאנט רייהנלאנד איינע פין די דייטשע פראווינצען
מקען מוסף זיין
פרייסן -הופט שטאט בערלין
בייערן- הויפט שטאט מינכען
זאקסן- הויפט שטאט די באקאנטע יריד שטאט לייפציג(ווערט א אשכול פאר זוך)
באמת היינטיגע דייטשלאנד איז צאמגעשטעלט פין א ערך 15 מיטעל אלטער מלוכות איך געדענק נישט אלע
למדן וצדיק ביטע זיי ממשיך

יא ריכטיג מהאט שוין גערעדט דא דערוועגן אי״ה עוד חזון...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 29, 2015 1:05 am

סא ווען איז בראטיסלאווא נולד געווארן, און וואס נאך שטעט געפונען זיך דארט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך יולי 29, 2015 1:30 am

סאטו מארה (ברומנית: Satu Mare; ביידיש: סאַטמאַר או סאַטמער; בהונגרית: Szatmárnémeti; בגרמנית: Sathmar), היא עיר ברומניה באזור טרנסילבניה, בעלת אוכלוסייה של 115,142 תושבים. משמשת כעיר הבירה של מחוז סאטו מארה.

פירוש השם ברומנית הוא "הכפר הגדול".

פון וויקיפעדיע.

ועיין כאן: is satu mare in trasylvania?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

תגובהדורך מאָזעס » מיטוואך יולי 29, 2015 2:23 am

למדן וצדיק האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:10.
איז פרעשבורג נישט אין בראטיסלאווע ?
איז דאס היינט א חלק פון אונגארן אדער סלאוואקיע

סאיז יא סאיז די הויפט שטאט פון סלאוואקיי, סאיז נישט ״אין״ בראטיסלאווא סאיז בראטסלאווא אזוי הייסט עס היינט, סלאוואקיי איז ביז די ערשטע וועלט מלחמה געווען אונגארן נאך די ירשטע וועלט מלחמה איז אויפגעקומען די נייע לאנד טשעגאסלאוואקיע ואס שפעטער האט זיך עס ציטיילט אין צוויי טשעכיי און סלאוואקיי


א סך שטעט אין אייראפע האבן נעמען אין פארשידענע שפראכן. דער דייטשער נאמען פון דער שטאט איז ״פרעשבורג״ און דער סלאוואקישער נאמען פון דער שטאט איז ״בראטיסלאווא״, די יידן פלעגן בד״כ רופן די שטעט ווי די דייטשע נעמען (אפשר צוליב דער ענליכקייט אין שפראך מיט דייטש אדער ווייל דייטשלאנד איז געווען אן אימפעריע אין יענע צייטן) מיר קענען די שטאט מיט דעם נאמען ״פרעשבורג״ טאקע צוליב די סיבה. היינט איז די שטאט באקאנט מיט׳ן נאמען ״בראטיסלאווא״.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך יולי 29, 2015 2:26 am

יא ריכטיג איך האב שוין אויסגעשמועסט די נקודה פריער לגבי לעמבערג ניקלשבורג קארלסבורג און זיבנבערגן. סאיז א וויכטיגע נקודה
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

תגובהדורך מאָזעס » מיטוואך יולי 29, 2015 2:34 am

יא, כהאב יעצט געזען וואס איר האט געשריבן, און כ׳האב מיך געשיימט ווייל איר האט עס געזאגט א סך קלארער אז: ״די שטעט זענען געווען אינטער דער הערשאפט פון ווין און בכלל איז דייטש געווען זייער א וויכטיגע שפראך אין אייראפע, נאך דער רעוואלוציע(?) האבן די שטעט צוריק באקומען די נעמען פון פון די ארטיגע פעלקער און ביי די יידן זענען די נעמען געבליבן די דייטשע״

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך יולי 29, 2015 2:43 am

מי חכם האט געשריבן:סאטו מארה (ברומנית: Satu Mare; ביידיש: סאַטמאַר או סאַטמער; בהונגרית: Szatmárnémeti; בגרמנית: Sathmar), היא עיר ברומניה באזור טרנסילבניה, בעלת אוכלוסייה של 115,142 תושבים. משמשת כעיר הבירה של מחוז סאטו מארה.

פירוש השם ברומנית הוא "הכפר הגדול".

פון וויקיפעדיע.

ועיין כאן: is satu mare in trasylvania?

דאס רופן די אלע שטחים וואס זענען געגאנגען פון אונגארן צי ראמעניע נאכן ערשטע וועלט מלחמה מיטן נאמען פונעם שכינותדיגן טראנסעלוואניע איז נישט נאר אנגענומען ביי די אידן נאר אויך ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג. די ארגינעלע טראנסעלוואניע האט אפי׳ א עקסטרע נאמען אויף ענגליש transylvania proper דא האט איר צוויי סקרין שאטס פון די ענגלישע וויקיפעדיע ערך transylvania און ערך crisana וואס אין דעם ראיאן געפונט זיך סאטמאר ווי סשטייט דארט אזוי ארויסגעשריבן, כידוע די ענגלישע וויקיפעדיע איז מער פונקטליך
צוגעלייגטע
image.jpg
image.jpg
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך יולי 29, 2015 3:13 am

לעכטיגער האט געשריבן: עי' בוויקיפידיע ערך Northern Transylvania .

צפון טראנסעלוואניע איז די חלק טראנסעלוואניע וואס איז געגאנגען פאר אונגארן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה איך האב געשריבן וועגן דעם אין די ארטיקל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » פרייטאג יולי 31, 2015 12:48 pm

ישר כח גדול למדן וצדיק, און אלע חשוב'ע מגיהים. אלץ געהאט א חשק צו וויסן וואו עס זענען היינט די מקומות. עס וואלט געווען אויך פאסיג צו פארברייטערן מיט מער א געאגראפישן בילד, וו.צ.ב.ש די נעמען פון די טייכן וואס לויפן דורך די שטעט - דער ווייסל, דונא, וכו'. רוב שטעט געפונען זיך ביי די טייכן, און אסאך שטיקער היסטאריע פארשטייט מען בעסער מיט'ן קענען די מאפע.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג אוגוסט 04, 2015 11:40 am

הגם איך פאל שוין ווייניג אריין דא האב איך אבער געזוכט עפעס אינפארמאציע אויף גאליציע און גוגעל האט מיר געטראגען צו דעם אשכול,
דאס איז ממש א מעסטערפיעס אזויפיל אינפארמאציע און אזוע מסודר
ס'וואלט ווען געווען א גוטע זאך ווען איינער קען ווען מאכען א פי די עף פון דעם און אויב מעגליך צולייגען דארט די מאפעס
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:23 pm

לתועלת הציבור דא האט איר די ארטיקל אין א פי די עף

האף מיר בקרוב ארויף צי לייגן מאפיס אויכעט אי״ה
צוגעלייגטע
היסטארישע ראיאנען אין אייראפע.pdf
(66.92 KiB) דאונלאודעד 195 מאל
לעצט פאראכטן דורך למדן וצדיק אום דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 11:26 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 8:49 pm

.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט