היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

מדינת מאסקווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

למדן וצדיק האט געשריבן:...אין פאקט זענען אידן קיינמאל נישט ערלויבט געווארן צו וואוינען אין רוסלאנד...

...די אפיציעלע נאמען פון רוסלאנד איז דאן אפילו נישט געווען רוסלאנד נאר ״מאסקאווע״...

עי' בספר ליקוטי הלכות (לר' נתן מברסלב זצ''ל, ברכת הודאה ד' אות מ"ה); ...כי אנו רואים שבמדינות הרחוקים מישיבות ישראל, כמו במדינות מאסקווע, נדחו לשם יהודים מעטים, ודרים בין הרבה עכו"ם יהודים מתי מעט, עד שיש עיירות הרחוקים יותר, שאין נמצאים שם ישראלים כי אם אחד או שנים בעיר גדולה. כי יש שם ניצוצות מאלפים שנים שמונחים שם בגלות וצער גדול מאוד, ותיכף שנכנס לשם איזה ישראל בעלמא אפלו פושעי ישראל, אעפ''כ מאחר שעכ''פ מחזיק עצמו בדת ישראל, ואינו ממיר דתו לגמרי ח''ו, ונקרא עליו שם ישראל, זה בעצמו יקר מאד בעיני השי''ת, ויש להשי''ת תענוג ושעשוע גדול מזה, עד שסוכ''ס יעלה זה האיש משם, ויעלה עמו כל הניצוצות הנ''ל משם... עכ''ל.

נו, שוין אריינגעכאפט א דבר תורה אויכעט...
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

הפני משה בירושלמי על הפסוק של האומות מוזכרים בפרשת נח משך ותירס זאגט ער אויף איינע פון די צוויי מאסקווע
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

פון ווען דארף די ראיאנען זיין היסטאריש, נאר פון די לעצטע פאר הונדערט יאר אדער פון ווען עס האט זיך אנגעהויבן דעהם חרדיש'ען ישוב אין די'ע געגנטר,
וואס האט זיך פארשפרייט פון פראנקרייך מקום מושב בעלי התוספות קיין דייטשלאנד און פון דארט קיין פולין וכו' ?
און וואס איז טאקע מיט די אנדרע ראיאנען ווי נאך איז געוועהן אידיש'ר ישוב'ן בעבר ?
און ביטע מאכן א PDF מיט אלע הוספות, א גרויסען יישר כח.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אזוי ווי עטליכע האבן געבעטן לייג איך דא א פי די עף פון די הוספה
אטעטשמענטס
היסטארישע_ראיאנען_אין_אייראפע_ח_ב.pdf
(56.48 KiB) געווארן דאונלאודעד 283 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

ש'כח זייער שיין !
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

גיי ווייס פארוואס עס האט מיר גענומען א גאנצע יאר צו מאכן צייט אפצוליינען דעם אשכול, אבער יעצט איז עס געשעהן.
איך מיין אז דאס איז די ״רייכסטע״ אשכול וואס איך האב אמאל געליינט דאהי! אזויפיל וויכטיגע אינפארמאציע צאמגעווארפן, מיט אזא קלארקייט און געשמאקע גרינגע שפראך. יישר כחכם הרב למדן וצדיק.
און א עקסטערע יישר כח פאר אלע וואס האבן געהאלפן שיתלבנו הדברים.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

מיללער האט געשריבן:הערה קטנה: אין די שבע קהלות פון בורגענלאנד שרייבט מען די שטאט 'קיצע' אין די ספרים, נישט 'קיטזע'.


נישט אינגאנצען אפגעפרעגט
אטעטשמענטס
memorial to community of Kitsee.jpg
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

נאך א שנעלע איבערבליק צו זעהן אויב ס'ווערט דערמאנט דא וואו ''פרייסען'' געפינט זיך האב איך נישט געפינען עס זאל בכלל דערמאנט ווערן, אויב ווייסט איינער וואו ס'איז פרייסען אויף די מאפע, און וואסע גייט אריין בגדר ''מזרח פרייסען'' און ''מערב פרייסען'', למצווה גדולה יחשב אויב קען מען עס קלאר מאכן.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

Prussia

It is still a state today
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

די פרייסישע קעניגרייך איז מער ווייניגער דאס וואס איז היינט דייטשלאנד.

מר. געוואלד, היינט איז דאס מער נישטא, קען זיין ס'איז דא א דיסטריקט אדער שטעטל וואס מ'רופט אזוי אבער נישט דאס מיינט מען ווען מ'זאגט 'פרייסן'.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

בין איך שוין ווייטער צומישט... אפשר קען עמיצער שאפן א מאפע ונראה את האמת עם מי
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

פרייסין איז געווען אמאל א גרויסע קיניגרייך מאך א סירטש אויף גוגל אימעידשעס prussia maps וועסטו טרעפן פיל מיט מאפעס
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

די מאפעס האבן מיר מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אליין געמאכט

austrian empire before ww1.png
austrian empire before ww1.png (294.82 KiB) געזען 4215 מאל


austrian empire on todays borders.png
austrian empire on todays borders.png (337.83 KiB) געזען 4215 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

למדן וצדיק האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:מורא'דיג שיין קלאר און נוצבאר!
אפשר קען מען מאכען דערפון א מאפע?

איך האלט אויך אזוי כהאב נאר נישט די טולס צי עס…

שוין אנגעקומען גוטע ארבעט
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

צוגעלייגט אביסל שטעט

DC047320-5B9D-44DC-86CC-8D8803FD19D1.jpeg
DC047320-5B9D-44DC-86CC-8D8803FD19D1.jpeg (114.95 KiB) געזען 4148 מאל
CA367921-4E17-484D-864F-1202FF53FFD1.jpeg
CA367921-4E17-484D-864F-1202FF53FFD1.jpeg (124.51 KiB) געזען 4148 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

שכוח למדן, א הערליכע ארבעט
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

למדן וצדיק האט געשריבן:ווען מיר לייענען אין פריערדיגע ספרים בפרט אין ספרי תולדות טרעפן מיר זיך אפט אן אין אזעלכע לענדער און געגנטער ווי בעהמין, מעהרין, שלעזיען וכדומה, איך האב זיך אלס געוואונדערט ווי זענען זיי אויף די היינטיגע מאפע? לעצטנס האב איך זיך אריינגעלייגט אין די נושא, און אפגעשריבן די סל הכל׳ס, איך בין עס דא מפרסם לתועלת הציבור, האף מיר סוועט זיין זה נהנה וזה נהנה און דער עולם וועט מוסיף און מעיר זיין כיד ה׳ הטובה עליהם.

1) רייהנלאנד

רייהנלאנד געפינט זיך היינט אין מערב דייטשלאנד, אין רייהנלאנד געפינען זיך די אור אלטע אידישע קהילות שפירא מאגענצא און ווירמייזא, אויך באקאנט מיט די ראשי תיבות "שו״ם", דא האבן געלעבט און געשאפט די ערשטע ראשונים די רבינו גרשון מאור הגולה און רש"י הקדוש און זיינע רבי'ס, שפעטער האט אויך אין ווירמייזא געלעבט די הייליגע מהרי״ל די פוסק אחרון פון מנהגי אשכנז.

2) בעהמען און מעהרין

פון די צוויי ראיאנען באשטייט היינט די לאנד טשעכיי, פאר די ערשטע וועלט מלחמה איז דאס געווען אונטער די עסטרייך-אונגערישע אימפעריע, נאך די מלחמה ווען די אימפעריע איז צוזאם געפאלן איז פון די צוויי ראיאנען צוזאמען מיט סלאוואקיי און די קארפאטא-רוס געגנט געווארן א זעלבסשטענדיגע מדינה "טשעכאסלאוואקיע", און יאר תשנ"ג האט זיך די לאנד ציטיילט אין צוויי "טשעכיי" און "סלאוואקיי", ווען דאס לאנד טשעכיי באשטייט פון די צוויי ראיאנען, בעהמין איז די מערב טייל פונעם לאנד און מעהרין איז די מזרח טייל פונעם לאנד, די הויפט שטאט פון בעהמין איז די אלטע באוואוסטע שטאט פראג, און איז אויך היינט די הויפט שטאט פון טשעכיי. און די שטאט האבן משמש געווען ברבנות די הייליגע מהר"ל, די שלה"ק, די נודע ביהודה, און נאך פילע גדולי ישראל, אויך אין תוספות ווערט געברענגט פון צוויי בעלי תוס' וואס זענען געקומען פון בעהמין, רבי אליעזר מביהם (ע"ז ז:) און רבי משה ב"ר יעקב מפיהם (יבמות כד.). די הויפט שטאט פון מעהרין איז ברונא, די מהר"י ברונא פון די גדולי פוסקי אשכנז איז געקומען פון די שטאט, מער באוואוסט ביי אונז אידן איז די שטאט ניקלשבורג ווי עס האבן משמש געווען ברבנות די הייליגע ר"ר שמעלקא, די מהר"ם בנעט און נאך פילע גדולי ישראל, נאך א באקאנטע שטאט אין מעהרין איז לייפניק ווי עס האט משמש געווען ברבנות הגאון ר' ברוך פרענקל-תאומים באקאנט אלס דער ברוך טעם, נאך שטעט אין מעהרין זענען אייבשיץ ווי עס האט משמש געווען ברבנות די טאטע פון הג"ר יונתן אייבשיץ, און העלישוי ווי עס האט משמש געווען ברבנות די ש"ך ושם מנו"כ.

די אידן פון בעהמין און מעהרין זענען געווען דייטשיש געשטימט, ווען עס איז ארויפגעקומען די פארשאלטענע השכלה האט עס, ווי אין דייטשלאנד, איינגעשלינגען דאס גאנצע אידנטום אין די געגנטער, און ליידער פאר די מלחמה זענען נישט געווען דארט כמעט קיין אידן שומרי תורה ומצוות רח"ל.

3) שלעזיען

שלעזיען געפינט זיך היינט בעיקר אין דרום מערב פולין, א קליינע טייל דערפון איז אין טשעכיי, באוויסטע שטעט אין שלעזיען זענען "בראסלאו", און "קאטאוויץ" ווי עס איז געגרינדעט געווארן די אגודת ישראל. נאך א שטאט אין שלעזיען איז "ביליץ" אויף די שטאט ווערט פארציילט א באקאנטע מעשה פון ר" אלימלך און ר"ר זושא, ואכ"מ.

בעפאר די ערשטע וועלט מלחמה איז שלעזיען געווען אונטער די עסטרייך-אונגארישע אימפעריע, צווישן די צוויי מלחמות איז עס געווען אונטער דייטשלאנד, און פון נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז עס אין פולין ווי דערמאנט.

4) בורגנלאנד (שבע הקהילות)

בורגנלאנד איז א דיסטריקט אין מזרח עסטרייך, מהאט עס אויך גערופן מיטן צונאמען "שבע הקהילות" צילוב די זיבן קהילות וואס געפונען זיך אין איר, דאס זענען אייזנשטאט, קאבערסדארף, לאקנבאך, מאטעסדארף, צעהלים, פראונקירכן און קיטזע. שפעטער מיט די יארן האבן אויסגעוואקסן דארט נאך קהילות ווי שאפראן און רעכניץ ועוד

בעפאר די ערשטע וועלט מלחמה איז זי געווען אונטער די עסטרייך אונגערישע אימפעריע, און פון נאך די ערשטע וועלט מלחמה געפינט זי זיך אונטער עסטרייך אחוץ די שטאט שאפראן און די געגנט ארום וואס איז שפעטער געווארן אונטער אונגארן.

5) גאליציע

גאליציע איז אנגענומען צי צוטיילן אין צוויי, מזרח גאליציע און מערב גאליציע, מערב גאליציע געפונט זיך היינט לענגאויס די דרום מזרח זייט פון פוילן און מזרח גאליציע געפונט זיך היינט אין מערב אוקריינא, די הויפט שטאט פון מערב גאליציע איז די אור אלטע באוואוסטע היסטארישע שטאט קראקא, בשנת רנ״ב בערך האט הגאון ר׳ יעקב פאלאק געעפנט זיין ישיבה אין קראקא, רבי יעקב מיט זיין דרך הלימוד המחודש פון פלפול און חידוד האט צוגעצויגן צי זיך הונדערטער תלמידי חכמים פון גאנץ אייראפע, און פון דעמאלט איז פולין געווארן די תורה צענטער פונעם אייראפעישן אידנטום, אנשטאט די ביז דעמאלטסדיגע דייטשלאנד. שפעטער האבן משמש געווען ברבנות אין קראקא די רמ״א, די מגלה עמוקות, די מגיני שלמה און נאך פילע גדולי ישראל. מיט די פארשפרייטונג פינעם אור החסידות איבער אייראפע האט אויפגעשיינט די אור פינעם הייליגן ר״ר אלימלך מליזענסק אין מערב גאליציע, זיינע תלמידים האבן ווייטער פארשפרייט זיין פייער אין די געגנט, צווישן זיי ר״ר מענדעלע מרימנוב, די ראפשיצער רב, און די מאור ושמש, שפעטער האט אויפגעשיינט אין מערב גאליציע די הייליגע דברי חיים דער צאנזער רב, זיין השפעה איז געווען געוואלדיג גרויס אין די ראיאן אזוי אז ביי די צווייטע וועלט מלחמה זענען דאס רוב פון יהדות מערב גאליציע געווען חסידים פון זיינע קינדער און זיינע תלמידים. נאך שטעט און חסידישע חצירות אין מערב גאליציע זענען ריישא; דשיקוב; מעליץ; שינאוו; קשאנוב; גארליץ; באבוב; טארנא; אין נאך פיל.

די הויפט שטאט פון מזרח גאליציע איז די באוואוסטע שטאט לעמבערג ווי עס האבן משמש ברבנות געווען די סמ"ע, די ט״ז, די חכם צבי, די פני יהושע, און די פרי מגדים, און שפעטער די ישועות יעקב און הג״ר יוסף שאול נתנזאהן. נאך א באוואוסטע שטאט אין מזרח גאליציע איז בראד וואס איז באקאנט מיט אירע גרויסע לומדים און רבנים ווי הג״ר שלמה קלוגער און די בעל מטה אפרים און פילע נאך. מיט די פארשפרייטונג פון חסידות אין מזרח אייראפע האט אין מזרח גאליציע געשיינט די אור פונעם הייליגן ר״ר מיכל'ע זלאטשובער און הרה״ק ר' מאיר'ל פרעמישלאנער, און שפעטער די הייליגע שר שלום מבעלזא און זיינע קינדער און אייניקלעך ביז די חורבן, ווי אויך די צדיקים לבית קאמארנא זידיטשוב. לויט געוויסע דיעות איז גאר דער בעל שם טוב געבוירן אין מזרח גאליציע.

ווי באוויסט איז נאך די ערשטע וועלט מלחמה אידישקייט זייער געפאלן אין מזרח אייראפע, בשעת אבער ווען אין מערב גאליציע האט די ירידה נישט אזוי שטארק אפעקטירט איז אבער מזרח גאליציע יא שטארק אפעקטירט געווארן פון די ירידה, און פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז לעמבערג און בראד געווען שטארקע צענטערן פון די השכלה און ציונות רח״ל.

בעפאר די ערשטע וועלט מלחמה איז גאליציע געווען אונטער די עסטרייך אונגערישע אימפעריע , צווישן ביידע מלחמות האט זי געהערט פאר פולין, און נאך די מלחמה איז זי ציטייליט געווארן צווישן פוילין און אוקריינא ווי דערמאנט.

6) פולין

פולין איז טאקע היינט נישט א ״היסטארישע ראיאן״ נאר א געהעריגע מדינה און מזרח אייראפע אבער דאך איז עס שטארק נוגע צי אונזער נושא, וויבאלד אויף פולין איז איבער געגאנגען דראסטישע גרעניץ טוישינגען במשך די יארן, פון א ריזיגע מלוכה וואס איז געווען אויסגעשפרייט איבער כמעט גאנץ מזרח אייראפע ביז טאקע צי א ״היסטארישע ראיאן״ וויבאלד איבער א 100 יאר האט די לאנד נישט עקזיסטירט אויף די מאפע, און דאן צירוק צי א היפש גרויסע לאנד אין אייראפע אזוי ווי עס איז היינט. ממילא ווען מיר שמועסן איבער היסטארישע ריאנען אין אייראפע, איז פולין בכלל, וויבאלד ווען מיר זעען אין פריערדיגע ספרים רעדן וועגן למשל פון א ״מנהג פולין״ איז עס בכלל נישט באגרעניצט צי די פולין פון היינט נאר ענדערש צי די ״היסטארישע פולין״ פון יענע יארן. מיר וועל אנהייבן אויסצישמועסן די גרעניצן פןן פולין פון שנת ש׳ וויבאלד אין די צייט בערך האבן אידן זיך אנגעהויבן צי באזעצן אין פולין און פון דעמאלטס אן איז טאקע פולין פארוואנדעלט געווארן צי די שטערקסטע תורה צענטער אין אייראפע. אין יענע יארן איז פוילין געווען א ריזיגע מלוכה וואס איז געווען אויסגעשפרייט איבער כמעט גאנץ מזרח אייראפע, מיט דעם פארשטייען מיר פארוואס אפטמאל ווערט דאס גאנצע יהדות מזרח אייראפע אנגערופן ״יהדות פולין״ וויבאלד און די צייטן ווען אידן האבן באזעצט פולין איז פולין געווען אויסגעשפרייט איבער כמעט גאנץ מזרח אייראפע, פולין האט דאן באזעצט די שטחים פון וואס עס איז די היינטיגע פולין א חוץ שלעזיען, ווי אויך האבן זיי באזעצט גאליציע; ביעלארוס; ליטא; און בערך האלב פון די היינטיגע אוקריינא.

דאס איז אנגעגאנגען אזוי ביז שנת תקל״ב דעמאלטס האבן זיך די גרויסע אימפעריעס פון אייראפע פון יענע צייט - רוסלאנד, פרייסען, און עסטרייך - זיך גענומען איבער די ביינער פון די פולישע מלוכה און ציביסלעך אנגעהויבן איינצונעמען אירע טעריטאריעס, אין שנת תקנ״ה איז פולין עמטליך אויפגעלעזט געווארן און אויפגעהערט צי עקזעסטירן אויף די מאפע, אירע שטחים זענען ציטיילט געווארן צווישן די אויבערדערמאנטע אימפעריעס, און די קומענדיגע יארן זענן נאך פארגעקומען עטליכע קליינע שינויים אין די גרעניצן פון די צוטיילטע פוילן צווישן די אימפעריעס, אבער פון שנת תקע"ה זענען די גרעניצן געווען ווי פאלגענד: רוסלאנד האט באהערשט אוקריינא, ביעלארוס, ליטא, און די צענטער פונעם היינטיגן פוילן דאס זענען די געגנטער פון ווארשא און לובלין און ארום, פרייסען האט באהערשט די צפון זייט פון פוילן און עסטרייך האט באהערשט גאליציע וואס די מערב חלק פון גאליציע איז די דרום פונעם היינטיגן פולין.

אזוי איז דאס אנגעגאנגען ביז נאך די ערשטע וועלט מלחמה, דאן האבן די אייראפעישע פעלקער אפגעמאכט צירוק צוגעבן פאר פולין איר זעלבסטשטענדיגקייט, דער נייער פוילן האט זי דאן פארמירט אויף די שטחים פון וואס עס איז דער היינטיגער צענטער פוילן, גאליציע, אויף געוויסע שטחים וואס איז היינט ביעלארוס דאס איז די געגנט פון בריסק, פינסק, גרודנא און ארום, ווי אויך אויף א שטח וואס עס איז היינט ליטא דאס איז די געגענט פון ווילנא און ארום, ווי אויך האט פוילן באקומען די געגענט פון ראוונע און ארום וואס דאס איז היינט אוקריינא.

נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז ווידער געווארן געטוישט די גרעניצן, פוילן האט צובאקומען שלעזיען, שטחים פון פרייסין צי צפון, און פון די אנדערע זייט איז מזרח גאליציע און די געגענט פון ראוונע געגאנגען צי אוקריינא, און די אויבערדערמאנטע שטחים פון בריסק מינסק גרודנא און ווילנא איז געגאנגען צו ביעלארוס און ליטא, (אוקריינא, ביילארוס און ליטא זענען דאן געווען אונטער די סאוויעטישע פארבאנד)

7) וואהלין און פאדאליע

וואהלין געפינט זיך היינט און צפון מערב אוקריינא, פאדאליע געפינט זיך אין דרום אוקריינא, מזרח פון מזרח גאליציע.

און די שטעט פון וואהלין און פאדאליע האט אויפגעשיינט די אור החסידות דורך די בעל שם טוב און זיינע הייליגע תלמידים, די בעל שם טוב האט געוואוינט אין מעזיבוזש א שטאט אין פאדאליע, נאך שטעט אין פאדאליע וואס זענען געווען דאס "וויגעלע פון חסידות" איז פולנאה, יאמפעלע, און ברסלב און נעמירוב ווי עס האט געלעבט און געשאפט די הייליגע צדיק רבי נחמן מברסלב זי״ע און זיין תלמיד רבי נתן און די אנדערע תלמידים. און אין וואהלין געפינען זיך די שטעט קאריץ, זיטומיר, בארדיטשוב, ראוונא, און אוסטראה וואס איז אויך באקאנט מיט די גדולי עולם וואס האבן דארטן משמש געווען ברבנות צווישן זיי די הייליגע מהרש״א, נאך א באקאנטע אידישע שטאט אין וואהלין איז לודמיר.

8) ווייס רוסלאנד

ווייס רוסלאנד אדער רייסין איז היינט א מדינה פאר זיך "ביעלארוס", עס געפונען זיך אין איר די באקאנטע אידישע קהילות און שטעט: בריסק, גרודנא, מינסק, פינסק. ווי אויך די חסידישע שטעט: קארלין, סלאנים קאברין, און לעכאוויטש, ווי אויך האט געלעבט און געשאפט אין איר די הייליגע בעל התניא זי"ע אין די שטעט ליאזנע און ליאדי.

9) זיבנבערגן / טראנסעלוואניע

זיבנבערגן אדער טראנסעלוואניע געפינט זיך היינט אין צענטער ראמעניע איר הויפט שטאט איז קארלסבורג ווי עס האט משמש ברבנות געווען הג״ר יחזקאל פאנעט בעל מראה יחזקאל, א חוץ פון קארלסבורג האט די מראה יחזקאל אויך געדינט אלס ״רב המדינה״ פון גאנץ זיבנבערגין, די מראה יחזקאל האט שטארק אויפגעלעבט די אידישקייט אין די גאנצע געגענט וואס איז פארדעם געווען זייער שוואך. נאך באקאנטע אידישע קהילות אין זיבנבערגן איז קלויזנבורג און דעעש.

פאר די ערשטע וועלט מלחמה האט זי געהערט פאר אונגארן וואס איז דאן געווען אונטערן עסטרייך אונגערישע אימפעריע, צווישן די ביידע מלחמות האט זי געהערט פאר ראמעניע, אנפאנג פון די צווייטע וועלט מלחמה איז זיבנבערגן צוטיילט געווארן צווישן אונגארן און ראמעניע, בשעת ווען אין די צפונדיגע חלק זענען אידן געפירט געווארן קיין אוישוויץ רח"ל איז אבער אין די דרומדיגע חלק וואס איז געווען אונטער ראמעניע נישט פארגעקומען קיין עמטליכע אויסזידלונגען, אסאך אידן האבן זיך דאן געראטעוועט דורכן אריבער שווערצן די גרעניץ צו די ראמענישע חלק צווישן זיי די בעלזא רב און די אמרי חיים פון וויזניץ זי"ע, אויך די סאטמארע רב זי"ע איז געווען א פלאן אריבער צי שווערצן די גרעניץ מיט א אמבולאנס, אבער די פלאן איז דורך געפאלן ווען מהאט זיי געכאפט אין קלויזנבורג, די סאטמארע רב איז שפעטער געראטעוועט געווארן מיטן באקאנטעם קאסטנער טראנספארט וואס איז געפארן קיין שווייץ.

נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז טראנסעלוואניע צירוק פאראייניגט געווארן אונטער ראמעניע.

10) אויבערלאנד און אונטערלאנד אונגארן

אויבערלאנד און אונטערלאנד זענען ריין אידישע טערמינען, אין אונגארן זענען אידן געווען בעיקר קאנצעטרירט אינעם מזרח חלק און אינעם מערב חלק פונעם לאנד, און צענטער פון אונגארן האבן כמעט נישט געוואוינט קיין אידן א חוץ פון די הויפטשטאט בודאפעסט, די מערב געגנט איז גערופן געווארן אויבערלאנד און די מזרח געגנט איז גערופן געווארן אונטערלאנד. עס איז אויך באקאנט די חילוק און מענטאליטעט פון די אויבערלענדישע און די אונטערלענדישע אידן, בשעת די אויבערלענדישע אידן זענען געווען זייער דבוק אינעם דרך פונעם חתם סופר, האבן עס די אונטערלענדישע אידן משלב געווען מיטן דרך החסידות, בפרט זענען זיי געווען דבוק אינעם דרך פינעם צאנזע רב די דברי חיים זי"ע,

פון די באקאנטע אידישע קהילות אין אויבערלאנד איז פרעשבורג ווי עס האט משמש געווען ברבנות די הייליגע חתם סופר און זיינע קינדער, נייטרא, סערדאהעלי, און פילע נאך, פון די באקאנטע אידישע קהילות אין אונטערלאנד איז אוהעל, מישקאלץ, קאלוב און דעברעצין און פילע נאך.

עס דארף באצייכנט ווערן אז אויך אין די אלגעמיינע באפעלקערונג איז אנגענומען אזא זאך ווי "אויבער-אונגארן" און "אונטער-אונגארן", ווען אויבער-אונגארן באציעט זיך צו די געגענט וואס איז היינט סלאוואקיי. אויבן אויף האט דאס נישט קיין שייכות מיטן אידישען אויבערלאנד און אונטערלאנד, עס איז אבער נישט אויסגעשלאסן אז בשורש קומט דאס פונעם אלגעמיינעם אויבער און אונטער אונגארן.

11) קארפאט-רוס

קרפאטארוס איז היינט א פראווינץ ("אבלאסט" און אוקרייניש) אין דרום מערב אוקריינא מיטן נאמען ״זאקארפאטיע״. פאר די ערשטע וועלט מלחמה האט עס געהערט פאר די עסטרייך אונגערישע אימפעריע, נאך די ערשטע וועלט מלחמה איז פון קארפאטורוס מיט סלאוואקיי און בעהמין און מעהרין געווארן פארמירט די לאנד טשעכאסלאוואקיע, נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז קארפאטורוס געגאנגען פאר אוקריינא

און קארפאטורוס געפונען זיך די באקאנטע אידישע קהילות מונקאטש, חוסט, אונגוואר און פילע נאך.

12) בוקאווינע, בעסאראביע, מאלדאווע און וואלכיי

בוקאווינא איז היינט צוטיילט צווישן ראמעניע און אוקריינא איר הויפט שטאט איז טשערנאוויץ (היינט און אוקריינא) ווי עס האט משמש געווען ברבנות הרה״ק ר' חיים מטשערנאוויץ דער בעל באר מים חיים זי״ע. מאלדאוויע איז אין צפון מזרח ראמעניע, איר הויפט שטאט איז יאס ווי עס האט א שטיק צייט משמש געווען ברבנות דער בעל אוהב ישראל פון אפטא זי״ע. בעסאראביע איז היינט א לאנד פאר זיך גערופן מאלדאווע (נישט אויסמישן מיטן אויבערדערמאנטן מאלדאוו״י״ע!) איר הויפט שטאט איז קישענעוו. וואלכייא געפונט זיך היינט לענג אויס דרום ראמעניע, איר הויפט שטאט איז בוקארעשט וואס איז היינט דער הויפט שטאט פון ראמעניע. פון די צוויי ראיאנען וואלכייא און מאלדאוויע איז אין שנת תרכ"ח פארמירט געווארן דאס לאנד ראמעניע, נאך די ערשטע וועלט מלחמה איז צו ראמעניע צוגעקומען בוקאווינע וואס האט פאר דעם באלאנגט צו די עסטרייך-אונגערישע אימפעריע , און ווי אויך בעסאראביע וואס האט פארדעם געהערט פאר רוסלאנד. נאך די צווייטע מלחמה איז בעסאראביע צירוק געגאנגען פאר רוסלאנד, ווי אויך האבן זיי איינגענומען צפון בוקאווינא, מיטן צוזאם פאל פונעם סאוויעטישן פארבאנד האט זיך בעסאראביע דערקלערט אלס א זעלבסט שטענדיגע מדינה מיטן נאמען מאלדאווע,

אין די געגענטער פון בוקאווינא און מאלדאוויע האבן געפירט חסידישע הויפן די קינדער און אייניקלעך פונעם הייליגן רוזינער, די הייליגע רוזינער איז אנטלאפן פון רוסלאנד קיין סאדיגורא בוקאווינא נאך א שענדליכע מסירה פון די פארשאלטענע משכילים, זיינע קינדער און אייניקלעך האבן ווייטער משמש געווען באדמורו"ת אין די געגענטער, די מער באקאנטע צווישן זיי איז באיאן אין בוקאווינא, און שטעפינעשט און בוהוש אין מאלדאוויע, נאך א שושלת וואס האט געווירקט אין די געגענט פון בוקאווינא איז וויזניץ, אנגעהויבן מיטן ראש השושלת דער הייליגער רבי מנחם מענדל וויזניצער די בעל צמח צדיק וואס איז אויך געווען אן איידעם ביים רוזינער.

די אידן פון די געגענטער זענען געווען באקאנט מיט זייער אינטערסאנטע מענטאליטעט פון פראסטע פויערישקייט פון איין זייט און געוואלדיגע אמונה פשוטה אין צדיקים און אהבת ישראל פון די אנדערע זייט.

נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט אין בעסאראביע - וואס איז דאן געפאלן אונטער די קאמוניסטן - פארשפרייט אידישקייט מיט מסי"נ די סקולענע רבי זצ"ל צוזאמען מיט זיין זון די סקולענע רבי שליט"א, די קאמוניסטן האבן זיי פארשפארט אין תפיסה אבער בחסדי ה' זענען זיי ניצול געווארן פון זייערע הענט און שפעטער ארויס געקומען קיין אמעריקא.

13) מארמאראש

מארמאראש איז היינט א דיסטריקט און צפון ראמעניע דאס איז אבער נאר די דרום חלק פון די היסטארישע מאראמאראש, די צפון חלק געפונט זיך היינט און די זאקארפאטיע אבלאסט (קארפאטורוס) וואס איז היינט און אוקריינא, באפאר די ערשטע וועלט מלחמה האט זי באלאנגט פאר אונגארן וואס איז דאן געווען אונטער די אונגארן עסטרייכישע אימפעריע, נאך די ערשטע וועלט מלחמה מיטן ציזאמפאל פון די עסטרייך אונגארן אימפעריע איז זי ציטיילט געווארן, דרום איז געגאנגען פאר ראמעניע, און צפון ציזאמען מיט קארפאטורוס איז געגאנגען פאר די ניי אויפגעקומענע טשעכאסלאוואקיי, בשעת די קריג איז זי צירוק פאראייניגט געווארן אונטער אונגארן, נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז זי ווידער ציטיילט געווארן, און די צפון חלק ציזאמען מיט קארפאטורוס איז געגאנגען פאר אוקריינא און דרום איז צירוק געגעבן געווארן פאר ראמעניע, און מארמאראש געפונען זיך די באקאנטע שטעט סיגוט און ספינקא וואס זענען אויף די ראמענישע זייט, און חוסט און ראחוב וואס זענען אויף די אוקריינישע זייט.


א געוואלדיגער ארבעט דאס.
וואס טוט זיך מיט סערביע / יוגאסלאוויע ווען האט עס געהערט צו וועלכע לאנד וכו' ?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

געטראפן אויף היברובוקס א שיינע זאמלונג איבער שטעט, שטעטלעך און דערפער אין ליטע. גאר אינפארמאטיוו.

https://hebrewbooks.org/46565

(אויב קומט עס נישט דא, ביטע לייגן אויפ'ן ריכטיגן ארט.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:געטראפן אויף היברובוקס א שיינע זאמלונג איבער שטעט, שטעטלעך און דערפער אין ליטע. גאר אינפארמאטיוו.

https://hebrewbooks.org/46565

(אויב קומט עס נישט דא, ביטע לייגן אויפ'ן ריכטיגן ארט.)

יא דאס איז זייער אן אינטערסאנט ביכל, ייש"כ!
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

פשיהא איז דאס א אשכול!אסאך געלט איז ווערד אזא אוצר!!

רב למדן אפשר וואלט גוט געווען א פי די עף מיט אלע אינפאמאציע און מאפעס למען יעמדו ימים רבים?
אוועטאר
אידישע היסטאריע
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
לאקאציע: ביים מוכר ספרים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע היסטאריע »

לאן אתה הולך האט געשריבן:
די פרייסישע קעניגרייך איז מער ווייניגער דאס וואס איז היינט דייטשלאנד.

מר. געוואלד, היינט איז דאס מער נישטא, קען זיין ס'איז דא א דיסטריקט אדער שטעטל וואס מ'רופט אזוי אבער נישט דאס מיינט מען ווען מ'זאגט 'פרייסן'.

פרייסן איז א שטח וואו ס'איז היינט צפון מערב פוילן און צפון מזרח דייטשלאנד.

ביים גרינדונג פון די holy roman empire איז עס געווען בלויז א ראיאן, אבער אין יאר תס"א איז עס געווארן א קעניגרייך (איינס פון די פילע קעניגרייכן אינערהאלב די אימפעריע). דעמאלס האבן זיי אויך אנגעשלאסן חלקים פון בראנדענבורג אריינגערעכנט בערלין, וועלכע איז געווארן די הויפשטאט פון פרייסן.

צוביסלעך איז די פרייסישע מלוכה געוואקסן און אויסגעשטיגן שטערקער און מעכטיגער, און נאכ'ן צונויפפאל פון די אימפעריע איז זי געווען די מאכטפטלסטע פון די 39 לענדלעך פון די דייטשע פעדעראציע.

אין תקל"א און די נאכפאלגענדע יארן ווען רוסלאנד, עסטרייך און פרייסן האבן זיך צוטיילט מיט פוילן, זענען חלקים פון צפון מערב פוילן געווארן אנגעשלאסן אין פרייסן. די שטאט פויזן, וואו ר' עקיבא איגר זי"ע איז געווען רב, איז דאן אריבער צו פרייסן. עס זענען דא בריוו פון רעק"א (געדרוקט דאכצעך אין עלי זכרון) בנוגע דאס אויפנעמען זיין זון הג"ר שלמה איגר אלס רב אין פראנקפורט ד'אדער, וואו ער באהאנדלט דאס ענין פון סיטיזענשיפ, אז ר' שלמה דארף קענען באקומען סיטיזענשיפ היות ער איז געבוירן אין פויזן וואס האט שוין געטוישט בעלות.

נאך צענדליגער יארן פון מלחמות האט דער פרייסישער קעניג באוויזן אין תרל"א איינצונעמען גאנץ דייטשלאנד און צו פארמירן די דייטשע אימפעריע. דער פרייסישער קעניג האט דעמאלס באקומען די טיטל קעניג פון די דייטשער אימפעריע, און בערלין איז צום ערשטן מאל געווארן הויפטשטאט פון דייטשלאנד.

פופציג יאר שפעטער ווען די דייטשע אימפעריע איז צופאלן נאך די ערשטע וועלט קריג, האבן די זיגרייכע אליאירטע אוועקגעשאנקען גרויסע חלקים פון פרייסן - און אנדערע דייטשע געגנטער - פאר פוילן. דאס האט דייטשלאנד גענוצט אלס איינס פון די תירוצים פאר'ן אינוואדירן פוילן, אבער נאך די מלחמה האט מען צוריקגעשטעלט יענע גרעניצן. די גרעניץ צווישן פוילן און דייטשלאנד איז היינט ביים טייך אדער, וועלכע לויפט דורך אינמטן די היסטארישע פרייסן. (פראנקפורט ד'אדער, וועלכע שטייט אויף ביידע זייטן טייך, איז היינט צוטיילט צווישן פוילן און דייטשלאנד.)

אט איז די וויקפידיע פעידזש פון פרייסן. עס פארמאגט אויך עטליכע מאפעס.
https://en.wikipedia.org/wiki/Prussia
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.

פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אידישע היסטאריע האט געשריבן:
פרייסן איז א שטח וואו ס'איז היינט צפון מערב פוילן און צפון מזרח דייטשלאנד.
יישר כח!
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

א הערליכע רייכע אשכול!

מדינת אשכנז איז דייטשלאנד כמות שהוא ?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

שכוח "משיח" פארן ארויף ברענגען דעם אשכול. זייער אונטערסאנט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אידישע היסטאריע
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
לאקאציע: ביים מוכר ספרים

Re: היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע היסטאריע »

משיח האט געשריבן: מוצ"ש מאי 06, 2023 11:24 pm
א הערליכע רייכע אשכול!

מדינת אשכנז איז דייטשלאנד כמות שהוא ?

ווענצעך ווער עס שרייבט עס, וויבאלד במשך די לעצטע טויזנט יאר האבן די גרעניצן פון דייטשלאנד זיך כסדר גערוקט אהין און אהער.
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.

פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”