היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

היסטארישע ראיאנען אין אייראפע

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג יולי 27, 2015 12:05 am

ווען מיר לייענען אין פריערדיגע ספרים בפרט אין ספרי תולדות טרעפן מיר זיך אפט אן אין אזעלכע לענדער און געגנטער ווי בעהמין, מעהרין, שלעזיען וכדומה, איך האב זיך אלס געוואונדערט ווי זענען זיי אויף די היינטיגע מאפע? לעצטנס האב איך זיך אריינגעלייגט אין די נושא, און אפגעשריבן די סל הכל׳ס, איך בין עס דא מפרסם לתועלת הציבור, האף מיר סוועט זיין זה נהנה וזה נהנה און דער עולם וועט מוסיף און מעיר זיין כיד ה׳ הטובה עליהם.

1) רייהנלאנד

רייהנלאנד געפינט זיך היינט אין מערב דייטשלאנד, אין רייהנלאנד געפינען זיך די אור אלטע אידישע קהילות שפירא מאגענצא און ווירמייזא, אויך באקאנט מיט די ראשי תיבות "שו״ם", דא האבן געלעבט און געשאפט די ערשטע ראשונים די רבינו גרשון מאור הגולה און רש"י הקדוש און זיינע רבי'ס, שפעטער האט אויך אין ווירמייזא געלעבט די הייליגע מהרי״ל די פוסק אחרון פון מנהגי אשכנז.

2) בעהמען און מעהרין

פון די צוויי ראיאנען באשטייט היינט די לאנד טשעכיי, פאר די ערשטע וועלט מלחמה איז דאס געווען אונטער די עסטרייך-אונגערישע אימפעריע, נאך די מלחמה ווען די אימפעריע איז צוזאם געפאלן איז פון די צוויי ראיאנען צוזאמען מיט סלאוואקיי און די קארפאטא-רוס געגנט געווארן א זעלבסשטענדיגע מדינה "טשעכאסלאוואקיע", און יאר תשנ"ג האט זיך די לאנד ציטיילט אין צוויי "טשעכיי" און "סלאוואקיי", ווען דאס לאנד טשעכיי באשטייט פון די צוויי ראיאנען, בעהמין איז די מערב טייל פונעם לאנד און מעהרין איז די מזרח טייל פונעם לאנד, די הויפט שטאט פון בעהמין איז די אלטע באוואוסטע שטאט פראג, און איז אויך היינט די הויפט שטאט פון טשעכיי. און די שטאט האבן משמש געווען ברבנות די הייליגע מהר"ל, די שלה"ק, די נודע ביהודה, און נאך פילע גדולי ישראל, אויך אין תוספות ווערט געברענגט פון צוויי בעלי תוס' וואס זענען געקומען פון בעהמין, רבי אליעזר מביהם (ע"ז ז:) און רבי משה ב"ר יעקב מפיהם (יבמות כד.). די הויפט שטאט פון מעהרין איז ברונא, די מהר"י ברונא פון די גדולי פוסקי אשכנז איז געקומען פון די שטאט, מער באוואוסט ביי אונז אידן איז די שטאט ניקלשבורג ווי עס האבן משמש געווען ברבנות די הייליגע ר"ר שמעלקא, די מהר"ם בנעט און נאך פילע גדולי ישראל, נאך א באקאנטע שטאט אין מעהרין איז לייפניק ווי עס האט משמש געווען ברבנות הגאון ר' ברוך פרענקל-תאומים באקאנט אלס דער ברוך טעם, נאך שטעט אין מעהרין זענען אייבשיץ ווי עס האט משמש געווען ברבנות די טאטע פון הג"ר יונתן אייבשיץ, און העלישוי ווי עס האט משמש געווען ברבנות די ש"ך ושם מנו"כ.

די אידן פון בעהמין און מעהרין זענען געווען דייטשיש געשטימט, ווען עס איז ארויפגעקומען די פארשאלטענע השכלה האט עס, ווי אין דייטשלאנד, איינגעשלינגען דאס גאנצע אידנטום אין די געגנטער, און ליידער פאר די מלחמה זענען נישט געווען דארט כמעט קיין אידן שומרי תורה ומצוות רח"ל.

3) שלעזיען

שלעזיען געפינט זיך היינט בעיקר אין דרום מערב פולין, א קליינע טייל דערפון איז אין טשעכיי, באוויסטע שטעט אין שלעזיען זענען "בראסלאו", און "קאטאוויץ" ווי עס איז געגרינדעט געווארן די אגודת ישראל. נאך א שטאט אין שלעזיען איז "ביליץ" אויף די שטאט ווערט פארציילט א באקאנטע מעשה פון ר" אלימלך און ר"ר זושא, ואכ"מ.

בעפאר די ערשטע וועלט מלחמה איז שלעזיען געווען אונטער די עסטרייך-אונגארישע אימפעריע, צווישן די צוויי מלחמות איז עס געווען אונטער דייטשלאנד, און פון נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז עס אין פולין ווי דערמאנט.

4) בורגנלאנד (שבע הקהילות)

בורגנלאנד איז א דיסטריקט אין מזרח עסטרייך, מהאט עס אויך גערופן מיטן צונאמען "שבע הקהילות" צילוב די זיבן קהילות וואס געפונען זיך אין איר, דאס זענען אייזנשטאט, קאבערסדארף, לאקנבאך, מאטעסדארף, צעהלים, פראונקירכן און קיטזע. שפעטער מיט די יארן האבן אויסגעוואקסן דארט נאך קהילות ווי שאפראן און רעכניץ ועוד

בעפאר די ערשטע וועלט מלחמה איז זי געווען אונטער די עסטרייך אונגערישע אימפעריע, און פון נאך די ערשטע וועלט מלחמה געפינט זי זיך אונטער עסטרייך אחוץ די שטאט שאפראן און די געגנט ארום וואס איז שפעטער געווארן אונטער אונגארן.

5) גאליציע

גאליציע איז אנגענומען צי צוטיילן אין צוויי, מזרח גאליציע און מערב גאליציע, מערב גאליציע געפונט זיך היינט לענגאויס די דרום מזרח זייט פון פוילן און מזרח גאליציע געפונט זיך היינט אין מערב אוקריינא, די הויפט שטאט פון מערב גאליציע איז די אור אלטע באוואוסטע היסטארישע שטאט קראקא, בשנת רנ״ב בערך האט הגאון ר׳ יעקב פאלאק געעפנט זיין ישיבה אין קראקא, רבי יעקב מיט זיין דרך הלימוד המחודש פון פלפול און חידוד האט צוגעצויגן צי זיך הונדערטער תלמידי חכמים פון גאנץ אייראפע, און פון דעמאלט איז פולין געווארן די תורה צענטער פונעם אייראפעישן אידנטום, אנשטאט די ביז דעמאלטסדיגע דייטשלאנד. שפעטער האבן משמש געווען ברבנות אין קראקא די רמ״א, די מגלה עמוקות, די מגיני שלמה און נאך פילע גדולי ישראל. מיט די פארשפרייטונג פינעם אור החסידות איבער אייראפע האט אויפגעשיינט די אור פינעם הייליגן ר״ר אלימלך מליזענסק אין מערב גאליציע, זיינע תלמידים האבן ווייטער פארשפרייט זיין פייער אין די געגנט, צווישן זיי ר״ר מענדעלע מרימנוב, די ראפשיצער רב, און די מאור ושמש, שפעטער האט אויפגעשיינט אין מערב גאליציע די הייליגע דברי חיים דער צאנזער רב, זיין השפעה איז געווען געוואלדיג גרויס אין די ראיאן אזוי אז ביי די צווייטע וועלט מלחמה זענען דאס רוב פון יהדות מערב גאליציע געווען חסידים פון זיינע קינדער און זיינע תלמידים. נאך שטעט און חסידישע חצירות אין מערב גאליציע זענען ריישא; דשיקוב; מעליץ; שינאוו; קשאנוב; גארליץ; באבוב; טארנא; אין נאך פיל.

די הויפט שטאט פון מזרח גאליציע איז די באוואוסטע שטאט לעמבערג ווי עס האבן משמש ברבנות געווען די סמ"ע, די ט״ז, די חכם צבי, די פני יהושע, און די פרי מגדים, און שפעטער די ישועות יעקב און הג״ר יוסף שאול נתנזאהן. נאך א באוואוסטע שטאט אין מזרח גאליציע איז בראד וואס איז באקאנט מיט אירע גרויסע לומדים און רבנים ווי הג״ר שלמה קלוגער און די בעל מטה אפרים און פילע נאך. מיט די פארשפרייטונג פון חסידות אין מזרח אייראפע האט אין מזרח גאליציע געשיינט די אור פונעם הייליגן ר״ר מיכל'ע זלאטשובער און הרה״ק ר' מאיר'ל פרעמישלאנער, און שפעטער די הייליגע שר שלום מבעלזא און זיינע קינדער און אייניקלעך ביז די חורבן, ווי אויך די צדיקים לבית קאמארנא זידיטשוב. לויט געוויסע דיעות איז גאר דער בעל שם טוב געבוירן אין מזרח גאליציע.

ווי באוויסט איז נאך די ערשטע וועלט מלחמה אידישקייט זייער געפאלן אין מזרח אייראפע, בשעת אבער ווען אין מערב גאליציע האט די ירידה נישט אזוי שטארק אפעקטירט איז אבער מזרח גאליציע יא שטארק אפעקטירט געווארן פון די ירידה, און פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז לעמבערג און בראד געווען שטארקע צענטערן פון די השכלה און ציונות רח״ל.

בעפאר די ערשטע וועלט מלחמה איז גאליציע געווען אונטער די עסטרייך אונגערישע אימפעריע , צווישן ביידע מלחמות האט זי געהערט פאר פולין, און נאך די מלחמה איז זי ציטייליט געווארן צווישן פוילין און אוקריינא ווי דערמאנט.

6) פולין

פולין איז טאקע היינט נישט א ״היסטארישע ראיאן״ נאר א געהעריגע מדינה און מזרח אייראפע אבער דאך איז עס שטארק נוגע צי אונזער נושא, וויבאלד אויף פולין איז איבער געגאנגען דראסטישע גרעניץ טוישינגען במשך די יארן, פון א ריזיגע מלוכה וואס איז געווען אויסגעשפרייט איבער כמעט גאנץ מזרח אייראפע ביז טאקע צי א ״היסטארישע ראיאן״ וויבאלד איבער א 100 יאר האט די לאנד נישט עקזיסטירט אויף די מאפע, און דאן צירוק צי א היפש גרויסע לאנד אין אייראפע אזוי ווי עס איז היינט. ממילא ווען מיר שמועסן איבער היסטארישע ריאנען אין אייראפע, איז פולין בכלל, וויבאלד ווען מיר זעען אין פריערדיגע ספרים רעדן וועגן למשל פון א ״מנהג פולין״ איז עס בכלל נישט באגרעניצט צי די פולין פון היינט נאר ענדערש צי די ״היסטארישע פולין״ פון יענע יארן. מיר וועל אנהייבן אויסצישמועסן די גרעניצן פןן פולין פון שנת ש׳ וויבאלד אין די צייט בערך האבן אידן זיך אנגעהויבן צי באזעצן אין פולין און פון דעמאלטס אן איז טאקע פולין פארוואנדעלט געווארן צי די שטערקסטע תורה צענטער אין אייראפע. אין יענע יארן איז פוילין געווען א ריזיגע מלוכה וואס איז געווען אויסגעשפרייט איבער כמעט גאנץ מזרח אייראפע, מיט דעם פארשטייען מיר פארוואס אפטמאל ווערט דאס גאנצע יהדות מזרח אייראפע אנגערופן ״יהדות פולין״ וויבאלד און די צייטן ווען אידן האבן באזעצט פולין איז פולין געווען אויסגעשפרייט איבער כמעט גאנץ מזרח אייראפע, פולין האט דאן באזעצט די שטחים פון וואס עס איז די היינטיגע פולין א חוץ שלעזיען, ווי אויך האבן זיי באזעצט גאליציע; ביעלארוס; ליטא; און בערך האלב פון די היינטיגע אוקריינא.

דאס איז אנגעגאנגען אזוי ביז שנת תקל״ב דעמאלטס האבן זיך די גרויסע אימפעריעס פון אייראפע פון יענע צייט - רוסלאנד, פרייסען, און עסטרייך - זיך גענומען איבער די ביינער פון די פולישע מלוכה און ציביסלעך אנגעהויבן איינצונעמען אירע טעריטאריעס, אין שנת תקנ״ה איז פולין עמטליך אויפגעלעזט געווארן און אויפגעהערט צי עקזעסטירן אויף די מאפע, אירע שטחים זענען ציטיילט געווארן צווישן די אויבערדערמאנטע אימפעריעס, און די קומענדיגע יארן זענן נאך פארגעקומען עטליכע קליינע שינויים אין די גרעניצן פון די צוטיילטע פוילן צווישן די אימפעריעס, אבער פון שנת תקע"ה זענען די גרעניצן געווען ווי פאלגענד: רוסלאנד האט באהערשט אוקריינא, ביעלארוס, ליטא, און די צענטער פונעם היינטיגן פוילן דאס זענען די געגנטער פון ווארשא און לובלין און ארום, פרייסען האט באהערשט די צפון זייט פון פוילן און עסטרייך האט באהערשט גאליציע וואס די מערב חלק פון גאליציע איז די דרום פונעם היינטיגן פולין.

אזוי איז דאס אנגעגאנגען ביז נאך די ערשטע וועלט מלחמה, דאן האבן די אייראפעישע פעלקער אפגעמאכט צירוק צוגעבן פאר פולין איר זעלבסטשטענדיגקייט, דער נייער פוילן האט זי דאן פארמירט אויף די שטחים פון וואס עס איז דער היינטיגער צענטער פוילן, גאליציע, אויף געוויסע שטחים וואס איז היינט ביעלארוס דאס איז די געגנט פון בריסק, פינסק, גרודנא און ארום, ווי אויך אויף א שטח וואס עס איז היינט ליטא דאס איז די געגענט פון ווילנא און ארום, ווי אויך האט פוילן באקומען די געגענט פון ראוונע און ארום וואס דאס איז היינט אוקריינא.

נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז ווידער געווארן געטוישט די גרעניצן, פוילן האט צובאקומען שלעזיען, שטחים פון פרייסין צי צפון, און פון די אנדערע זייט איז מזרח גאליציע און די געגענט פון ראוונע געגאנגען צי אוקריינא, און די אויבערדערמאנטע שטחים פון בריסק מינסק גרודנא און ווילנא איז געגאנגען צו ביעלארוס און ליטא, (אוקריינא, ביילארוס און ליטא זענען דאן געווען אונטער די סאוויעטישע פארבאנד)

7) וואהלין און פאדאליע

וואהלין געפינט זיך היינט און צפון מערב אוקריינא, פאדאליע געפינט זיך אין דרום אוקריינא, מזרח פון מזרח גאליציע.

און די שטעט פון וואהלין און פאדאליע האט אויפגעשיינט די אור החסידות דורך די בעל שם טוב און זיינע הייליגע תלמידים, די בעל שם טוב האט געוואוינט אין מעזיבוזש א שטאט אין פאדאליע, נאך שטעט אין פאדאליע וואס זענען געווען דאס "וויגעלע פון חסידות" איז פולנאה, יאמפעלע, און ברסלב און נעמירוב ווי עס האט געלעבט און געשאפט די הייליגע צדיק רבי נחמן מברסלב זי״ע און זיין תלמיד רבי נתן און די אנדערע תלמידים. און אין וואהלין געפינען זיך די שטעט קאריץ, זיטומיר, בארדיטשוב, ראוונא, און אוסטראה וואס איז אויך באקאנט מיט די גדולי עולם וואס האבן דארטן משמש געווען ברבנות צווישן זיי די הייליגע מהרש״א, נאך א באקאנטע אידישע שטאט אין וואהלין איז לודמיר.

8) ווייס רוסלאנד

ווייס רוסלאנד אדער רייסין איז היינט א מדינה פאר זיך "ביעלארוס", עס געפונען זיך אין איר די באקאנטע אידישע קהילות און שטעט: בריסק, גרודנא, מינסק, פינסק. ווי אויך די חסידישע שטעט: קארלין, סלאנים קאברין, און לעכאוויטש, ווי אויך האט געלעבט און געשאפט אין איר די הייליגע בעל התניא זי"ע אין די שטעט ליאזנע און ליאדי.

9) זיבנבערגן / טראנסעלוואניע

זיבנבערגן אדער טראנסעלוואניע געפינט זיך היינט אין צענטער ראמעניע איר הויפט שטאט איז קארלסבורג ווי עס האט משמש ברבנות געווען הג״ר יחזקאל פאנעט בעל מראה יחזקאל, א חוץ פון קארלסבורג האט די מראה יחזקאל אויך געדינט אלס ״רב המדינה״ פון גאנץ זיבנבערגין, די מראה יחזקאל האט שטארק אויפגעלעבט די אידישקייט אין די גאנצע געגענט וואס איז פארדעם געווען זייער שוואך. נאך באקאנטע אידישע קהילות אין זיבנבערגן איז קלויזנבורג און דעעש.

פאר די ערשטע וועלט מלחמה האט זי געהערט פאר אונגארן וואס איז דאן געווען אונטערן עסטרייך אונגערישע אימפעריע, צווישן די ביידע מלחמות האט זי געהערט פאר ראמעניע, אנפאנג פון די צווייטע וועלט מלחמה איז זיבנבערגן צוטיילט געווארן צווישן אונגארן און ראמעניע, בשעת ווען אין די צפונדיגע חלק זענען אידן געפירט געווארן קיין אוישוויץ רח"ל איז אבער אין די דרומדיגע חלק וואס איז געווען אונטער ראמעניע נישט פארגעקומען קיין עמטליכע אויסזידלונגען, אסאך אידן האבן זיך דאן געראטעוועט דורכן אריבער שווערצן די גרעניץ צו די ראמענישע חלק צווישן זיי די בעלזא רב און די אמרי חיים פון וויזניץ זי"ע, אויך די סאטמארע רב זי"ע איז געווען א פלאן אריבער צי שווערצן די גרעניץ מיט א אמבולאנס, אבער די פלאן איז דורך געפאלן ווען מהאט זיי געכאפט אין קלויזנבורג, די סאטמארע רב איז שפעטער געראטעוועט געווארן מיטן באקאנטעם קאסטנער טראנספארט וואס איז געפארן קיין שווייץ.

נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז טראנסעלוואניע צירוק פאראייניגט געווארן אונטער ראמעניע.

10) אויבערלאנד און אונטערלאנד אונגארן

אויבערלאנד און אונטערלאנד זענען ריין אידישע טערמינען, אין אונגארן זענען אידן געווען בעיקר קאנצעטרירט אינעם מזרח חלק און אינעם מערב חלק פונעם לאנד, און צענטער פון אונגארן האבן כמעט נישט געוואוינט קיין אידן א חוץ פון די הויפטשטאט בודאפעסט, די מערב געגנט איז גערופן געווארן אויבערלאנד און די מזרח געגנט איז גערופן געווארן אונטערלאנד. עס איז אויך באקאנט די חילוק און מענטאליטעט פון די אויבערלענדישע און די אונטערלענדישע אידן, בשעת די אויבערלענדישע אידן זענען געווען זייער דבוק אינעם דרך פונעם חתם סופר, האבן עס די אונטערלענדישע אידן משלב געווען מיטן דרך החסידות, בפרט זענען זיי געווען דבוק אינעם דרך פינעם צאנזע רב די דברי חיים זי"ע,

פון די באקאנטע אידישע קהילות אין אויבערלאנד איז פרעשבורג ווי עס האט משמש געווען ברבנות די הייליגע חתם סופר און זיינע קינדער, נייטרא, סערדאהעלי, און פילע נאך, פון די באקאנטע אידישע קהילות אין אונטערלאנד איז אוהעל, מישקאלץ, קאלוב און דעברעצין און פילע נאך.

עס דארף באצייכנט ווערן אז אויך אין די אלגעמיינע באפעלקערונג איז אנגענומען אזא זאך ווי "אויבער-אונגארן" און "אונטער-אונגארן", ווען אויבער-אונגארן באציעט זיך צו די געגענט וואס איז היינט סלאוואקיי. אויבן אויף האט דאס נישט קיין שייכות מיטן אידישען אויבערלאנד און אונטערלאנד, עס איז אבער נישט אויסגעשלאסן אז בשורש קומט דאס פונעם אלגעמיינעם אויבער און אונטער אונגארן.

11) קארפאט-רוס

קרפאטארוס איז היינט א פראווינץ ("אבלאסט" און אוקרייניש) אין דרום מערב אוקריינא מיטן נאמען ״זאקארפאטיע״. פאר די ערשטע וועלט מלחמה האט עס געהערט פאר די עסטרייך אונגערישע אימפעריע, נאך די ערשטע וועלט מלחמה איז פון קארפאטורוס מיט סלאוואקיי און בעהמין און מעהרין געווארן פארמירט די לאנד טשעכאסלאוואקיע, נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז קארפאטורוס געגאנגען פאר אוקריינא

און קארפאטורוס געפונען זיך די באקאנטע אידישע קהילות מונקאטש, חוסט, אונגוואר און פילע נאך.

12) בוקאווינע, בעסאראביע, מאלדאווע און וואלכיי

בוקאווינא איז היינט צוטיילט צווישן ראמעניע און אוקריינא איר הויפט שטאט איז טשערנאוויץ (היינט און אוקריינא) ווי עס האט משמש געווען ברבנות הרה״ק ר' חיים מטשערנאוויץ דער בעל באר מים חיים זי״ע. מאלדאוויע איז אין צפון מזרח ראמעניע, איר הויפט שטאט איז יאס ווי עס האט א שטיק צייט משמש געווען ברבנות דער בעל אוהב ישראל פון אפטא זי״ע. בעסאראביע איז היינט א לאנד פאר זיך גערופן מאלדאווע (נישט אויסמישן מיטן אויבערדערמאנטן מאלדאוו״י״ע!) איר הויפט שטאט איז קישענעוו. וואלכייא געפונט זיך היינט לענג אויס דרום ראמעניע, איר הויפט שטאט איז בוקארעשט וואס איז היינט דער הויפט שטאט פון ראמעניע. פון די צוויי ראיאנען וואלכייא און מאלדאוויע איז אין שנת תרכ"ח פארמירט געווארן דאס לאנד ראמעניע, נאך די ערשטע וועלט מלחמה איז צו ראמעניע צוגעקומען בוקאווינע וואס האט פאר דעם באלאנגט צו די עסטרייך-אונגערישע אימפעריע , און ווי אויך בעסאראביע וואס האט פארדעם געהערט פאר רוסלאנד. נאך די צווייטע מלחמה איז בעסאראביע צירוק געגאנגען פאר רוסלאנד, ווי אויך האבן זיי איינגענומען צפון בוקאווינא, מיטן צוזאם פאל פונעם סאוויעטישן פארבאנד האט זיך בעסאראביע דערקלערט אלס א זעלבסט שטענדיגע מדינה מיטן נאמען מאלדאווע,

אין די געגענטער פון בוקאווינא און מאלדאוויע האבן געפירט חסידישע הויפן די קינדער און אייניקלעך פונעם הייליגן רוזינער, די הייליגע רוזינער איז אנטלאפן פון רוסלאנד קיין סאדיגורא בוקאווינא נאך א שענדליכע מסירה פון די פארשאלטענע משכילים, זיינע קינדער און אייניקלעך האבן ווייטער משמש געווען באדמורו"ת אין די געגענטער, די מער באקאנטע צווישן זיי איז באיאן אין בוקאווינא, און שטעפינעשט און בוהוש אין מאלדאוויע, נאך א שושלת וואס האט געווירקט אין די געגענט פון בוקאווינא איז וויזניץ, אנגעהויבן מיטן ראש השושלת דער הייליגער רבי מנחם מענדל וויזניצער די בעל צמח צדיק וואס איז אויך געווען אן איידעם ביים רוזינער.

די אידן פון די געגענטער זענען געווען באקאנט מיט זייער אינטערסאנטע מענטאליטעט פון פראסטע פויערישקייט פון איין זייט און געוואלדיגע אמונה פשוטה אין צדיקים און אהבת ישראל פון די אנדערע זייט.

נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט אין בעסאראביע - וואס איז דאן געפאלן אונטער די קאמוניסטן - פארשפרייט אידישקייט מיט מסי"נ די סקולענע רבי זצ"ל צוזאמען מיט זיין זון די סקולענע רבי שליט"א, די קאמוניסטן האבן זיי פארשפארט אין תפיסה אבער בחסדי ה' זענען זיי ניצול געווארן פון זייערע הענט און שפעטער ארויס געקומען קיין אמעריקא.

13) מארמאראש

מארמאראש איז היינט א דיסטריקט און צפון ראמעניע דאס איז אבער נאר די דרום חלק פון די היסטארישע מאראמאראש, די צפון חלק געפונט זיך היינט און די זאקארפאטיע אבלאסט (קארפאטורוס) וואס איז היינט און אוקריינא, באפאר די ערשטע וועלט מלחמה האט זי באלאנגט פאר אונגארן וואס איז דאן געווען אונטער די אונגארן עסטרייכישע אימפעריע, נאך די ערשטע וועלט מלחמה מיטן ציזאמפאל פון די עסטרייך אונגארן אימפעריע איז זי ציטיילט געווארן, דרום איז געגאנגען פאר ראמעניע, און צפון ציזאמען מיט קארפאטורוס איז געגאנגען פאר די ניי אויפגעקומענע טשעכאסלאוואקיי, בשעת די קריג איז זי צירוק פאראייניגט געווארן אונטער אונגארן, נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז זי ווידער ציטיילט געווארן, און די צפון חלק ציזאמען מיט קארפאטורוס איז געגאנגען פאר אוקריינא און דרום איז צירוק געגעבן געווארן פאר ראמעניע, און מארמאראש געפונען זיך די באקאנטע שטעט סיגוט און ספינקא וואס זענען אויף די ראמענישע זייט, און חוסט און ראחוב וואס זענען אויף די אוקריינישע זייט.
לעצט פאראכטן דורך למדן וצדיק אום דינסטאג יולי 28, 2015 1:29 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג יולי 27, 2015 12:11 am

הפלא ופלא..
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מאנטאג יולי 27, 2015 12:17 am

זייער אינטערעסאנט.
האסט מיך דערמאנט פון יוסלמאן..
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יולי 27, 2015 12:25 am

איך בין דיזי פון די כסדר'דיגע טוישונגען פון איין לאנד צום צווייטן...

א גרויסן ייש"כ, א מעכטיגע ארבעט אראפגעלייגט!

איז מאלדאוויע אויך געווען אונטער עסטרייך בעפאר תרכ"ח? און ווי נאנט זענען מאלדאוויע און בוקאווינע צו מערב גאליציע?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יולי 27, 2015 12:38 am

כ'געדענק נישט אסאך אזעלעכע באלערענדע נוצבארע ארטיקלען!!

ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג יולי 27, 2015 12:50 am

מי חכם האט געשריבן:איך בין דיזי פון די כסדר'דיגע טוישונגען פון איין לאנד צום צווייטן...

א גרויסן ייש"כ, א מעכטיגע ארבעט אראפגעלייגט!

איז מאלדאוויע אויך געווען אונטער עסטרייך בעפאר תרכ"ח? און ווי נאנט זענען מאלדאוויע און בוקאווינע צו מערב גאליציע?

מאלדאוויע האט פאר תרכ״ח געהערט פאר די אטאמאנישע (טערקישע) אימפעריע (כהאב עס נישט ארויסגעשריבן כדי נישט צו מאכן נאכמער דיזי...) מאלדאוויע גרעניצט זיך מיט בוקאווינא וואס גרעניצט זיך מיט מזרח גאליציע וואס גרעניצט זיך מיט מערב גאליציע
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יולי 27, 2015 1:35 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'געדענק נישט אסאך אזעלעכע באלערענדע נוצבארע ארטיקלען!!

ישר כח.

אהער מיטן מאפע

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג יולי 27, 2015 1:46 am

שפראכלאז!!!! א מייסטערהאפטע און פונקטליכע ארבייט. כה לחי!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מאנטאג יולי 27, 2015 2:29 am

וואאאאאאף!!!! אזא מאסיווער פארש ארבעט! אזוי קלאר! שקויעך, דאס ווערט ארומגעשיקט און אוועקגעלייגט!

נאר איין שאלה, איז גאליציע אמאל געווען א 'לאנד' אדער א געגנט?

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » מאנטאג יולי 27, 2015 2:35 am

ייש"כ גדול

אגב וואס איז די באקאנטע מעשה אינעם שטאט ביליץ פונעם הייליגען ר"ר אלימלך און ר"ר זושא?
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג יולי 27, 2015 2:49 am

מורא'דיג שיין קלאר און נוצבאר!
אפשר קען מען מאכען דערפון א מאפע?
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג יולי 27, 2015 5:45 am

מילכיגער האט געשריבן:א מייסטערהאפטע און פונקטליכע ארבייט. כה לחי!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » מאנטאג יולי 27, 2015 7:47 am

מיר געדענקט זיך אז ניקשלבורג איז געווען הויפט שטאט אין מעהרין
קאנגרעס פולין איז געבליבן פולין
מאראמאראש איז כמעט אינגאנצן אוקריינא היינט חוץ אפאר דערפלעך אין דרום.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג יולי 27, 2015 8:56 am

אפטימיסט האט געשריבן:וואאאאאאף!!!! אזא מאסיווער פארש ארבעט! אזוי קלאר! שקויעך, דאס ווערט ארומגעשיקט און אוועקגעלייגט!

נאר איין שאלה, איז גאליציע אמאל געווען א 'לאנד' אדער א געגנט?

אין די פריע מיטלאלטער יארן איז גאליציע געווען א לאנד אבער פון בערך שנת ה׳ ק׳ ווען זי איז געווארן אנעקסירט דורך פוילן איז עס קיינמאל נישט געווען א זעלבסט שטענדיגע לאנד אבער זי האט געהאט א געוויסע אטאנאמיע אונטער פוילן און אונטער די עסטרייכישע אימפעריע
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג יולי 27, 2015 8:57 am

יאפין האט געשריבן:מורא'דיג שיין קלאר און נוצבאר!
אפשר קען מען מאכען דערפון א מאפע?

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג יולי 27, 2015 9:04 am

דעוויס האט געשריבן:מיר געדענקט זיך אז ניקשלבורג איז געווען הויפט שטאט אין מעהרין
קאנגרעס פולין איז געבליבן פולין
מאראמאראש איז כמעט אינגאנצן אוקריינא היינט חוץ אפאר דערפלעך אין דרום.

קאנגרעס פולין איז די געגנט פון צענטער פולין די רוסישע רעגירונג האט געגעבן דארט פאר א שטיק צייט א געוויסע אטנאמיע פאר די פולישע פאלק
די גאנצע קאפאטורוס געגנט ווער אםט אנגערופן מארמאראש
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג יולי 27, 2015 9:15 am

ייש"כ גדול
און וואו פאלט אויס מדינת 'העססין'
ס'איז דא כתבי ידות פון איינעם אב"ד וויצנהויזן ומדינת העססין

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג יולי 27, 2015 9:22 am

דרךהמלך האט געשריבן:ייש"כ גדול
און וואו פאלט אויס מדינת 'העססין'
ס'איז דא כתבי ידות פון איינעם אב"ד וויצנהויזן ומדינת העססין

קיינמאל געהערט דארף מען טאקע אויסגעפונען... ווי איז וויצנהויזן? אין דייטשלאנד אדער עסטרייך מסתמא
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג יולי 27, 2015 9:24 am

הרב דעוויס ניקלשבורג איז טאקע געווען די ״אידישע״ הויפטשטאט פון מעהרין דארט איז געזיצן די רב המדינה זעהט אויס ברונא איז נישט געווען אזא אידישע שטאט
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג יולי 27, 2015 9:31 am

יאפין האט געשריבן:מורא'דיג שיין קלאר און נוצבאר!
אפשר קען מען מאכען דערפון א מאפע?

איך האלט אויך אזוי כהאב נאר נישט די טולס צי עס…
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25588
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 27, 2015 10:40 am

א הערצליכען יישר כח אייך, זייערנקלאר און דעטאלירט.

הערה קטנה: אין די שבע קהלות פון בורגענלאנד שרייבט מען די שטאט 'קיצע' אין די ספרים, נישט 'קיטזע'.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג יולי 27, 2015 12:26 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:מורא'דיג שיין קלאר און נוצבאר!
אפשר קען מען מאכען דערפון א מאפע?

איך האלט אויך אזוי כהאב נאר נישט די טולס צי עס…

כ'מיין אז די לייכסטע אופן איז "גוגעל מיי מאפס, אז די דארפסט הילף אישי מיר.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג יולי 27, 2015 12:50 pm

מיללער האט געשריבן:א הערצליכען יישר כח אייך, זייערנקלאר און דעטאלירט.

הערה קטנה: אין די שבע קהלות פון בורגענלאנד שרייבט מען די שטאט 'קיצע' אין די ספרים, נישט 'קיטזע'.

ייש״כ פאר די הערה.
אינטערסאנט איז אויך אז ׳צעהלים׳ הייסט עכט דויטשקרויץ די אידן האבן עס נישט געוואלט רופן ביי דעם נאמען האבן זיי עס גערופן ׳צלם׳, נו אויב איז עס א לשה״קדיגע ווארט פארוואס שרייבט מען עס מיט א אידישע אויסלייג?
קען זיין די רבנים און אידן פון די אנדערע געגנטער האבן נישט געוואוסט אז דאס איז נישט די ארגינאלע נאמען האבן זיי עס געשריבן אזוי, און עס האט זיך שוין אזוי איינגעגעסן...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » מאנטאג יולי 27, 2015 1:00 pm

זייער שיין!
וויאזוי האסטו עס מסדר געווען אזוי שיין?
פונקט די וואך בין איך געזיצען איבער א מאפע און פרובירט צו חשבונ'ן די מהלך פון יודען קיין ארץ ישראל און די גבולות, לויט די היינטיגע מאפע, די ואסער און מדבר זענען די זעלבע אבער די שטעט גרעניצען האבן זיך שוין געטוישט.
אפשר מאכסטו אדער לערנסט אויס צו מאכן די זעלבע ארבעט אין די מיטל מזרח לענדער, עס וועט אסאך צו געבן צום לימוד נ"ך ווען מ'וועט וויסן פון וועם מ'רעדט.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מאנטאג יולי 27, 2015 1:14 pm

הא הא… פונקט האלט איך יעצט אינמיטן דורך טון די היסטאריע פון די אלע פארצייטישע פעלקער וואס ווערן דערמאנט אין תנ״ך… אשור, מצרים, פלשתים, עמון ומואב, מדין פרס ומדי וכו׳ וכו׳ ווער זענען זיי היינט? (די אראבערס וואס וואוינען היינט אין די געגענטער זענען דאך די בני ישמעאל,ניין?) ווי זענען זייערע שטעט און לענדער? אפשר עפן מיר שוין אן אשכול דערוועגן אזוי אז מזאל טון די היים ארבעט צוזאמען....
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: splinter און 9 געסט