היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

היסטארישע ווידעאו: רביה"ק מסאטמאר זצ"ל טוסאן, אריזאנע תשל"ב

תגובהדורך פער בריסטאו » פרייטאג יולי 17, 2015 1:32 pm

Historical video clip from the Satmar Rebbe baal Divrei Yoel zy"u 1971 in Tucson Arizona
https://www.dropbox.com/s/0qnoi4u3ewts2 ... a.mp4?dl=0
דיד יו סעי סמאַרט?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג יולי 17, 2015 1:45 pm

יישר כחכם!!! דעם הייליגן רבי'ן זי"ע ליינען קוויטלעך!!! שמייכלען, שמועסן. אוי א מחי'! איר האט מחי' געווען א איד.

ביי 2:29 צוטיילט ער די געלטער אפשר?

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » פרייטאג יולי 17, 2015 1:52 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:Historical video clip from the Satmar Rebbe baal Divrei Yoel zy"u 1971 in Tucson Arizona
https://www.dropbox.com/s/0qnoi4u3ewts2 ... a.mp4?dl=0

א גרויסן יישר כח, די הייליגע רבי, אה! כאפט א פחד...
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יולי 17, 2015 2:47 pm

ווער איז דער איד וואס רעדט מיטן רבין דארט?
אידישע לוח
גמטריא קאלקולעיטאר
send any zip code to 845-209-2361 and get the ZMANIM for today

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » פרייטאג יולי 17, 2015 3:01 pm

געוואלדיג!!!

דערווייל האב איך דערקענט המשמשים, ר' יוסף אשכנזי, ר' עזריאל גליק? ר' מאיר דייטש,
ביים סוף זעט מען די רביצען שמועסן מיטן רבי'ן

מ'זעט אז די רבי וואקט אביסעל הינקעדיג, טראכט איך אז ס'איז מסתם דעמאלס ווען דירבי האט געהאט די רויז.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » פרייטאג יולי 17, 2015 3:04 pm

אפשר פונעם סטראוק?
דיד יו סעי סמאַרט?

ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

תגובהדורך ישתבח שמו לעד » פרייטאג יולי 17, 2015 4:43 pm

קאווע באנדל האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:Historical video clip from the Satmar Rebbe baal Divrei Yoel zy"u 1971 in Tucson Arizona
https://www.dropbox.com/s/0qnoi4u3ewts2 ... a.mp4?dl=0

א גרויסן יישר כח, די הייליגע רבי, אה! כאפט א פחד...

אויב עס כאפט טאקע א פחד דאן וואלט איר נישט געקוקט די קליפ דעם רבי׳ן וואלט עס זיכער נישט ניחה כעווען

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » פרייטאג יולי 17, 2015 5:19 pm

דאס איז נאך געווען פארן סטראוק. נאכן סטראוק איז דער רבי געווען אין בעל הארבאר
----
אינטערסאנט

איך בין געווען דארט אין אריזאנא אמאל, זענען מיר געגאגנען באזוכען די הויז, עס איז אין גאר א טייערע רייכע געגענט.
מ'האט דאן געשמועסט אז דער רבי האט נישט ליב געהאט דאס פלאץ, און איז טאקע קיינמאל מער נישט צוריק געגאנגען דארט.
עס שטייט דארט א געטשקע פארנט פון דעם הויפט טויער. האט מען געקלערט אז אפשר איז דאס שוין דאן געווען נאר באדעקט אז מען זאל עס נישט זעהן אבער דער רבי האט דאס מרגיש געווען

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יולי 17, 2015 5:37 pm

אין בעל הארבאר איז דער רבי געווען ווינטער אויך אדער נאר זומער?
אין אריזאנע איז דער רבי געווען נאר איינמאל תשל"א אדער ל"ב (חנוכה צייט) מען האט פרובירט צו טרעפן דאס בעסטע פלאץ אבער ווי געזאגט האט זיך עס נישט אויסגעארבעט
אידישע לוח
גמטריא קאלקולעיטאר
send any zip code to 845-209-2361 and get the ZMANIM for today

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » פרייטאג יולי 17, 2015 5:51 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:אין בעל הארבאר איז דער רבי געווען ווינטער אויך אדער נאר זומער?
אין אריזאנע איז דער רבי געווען נאר איינמאל תשל"א אדער ל"ב (חנוכה צייט) מען האט פרובירט צו טרעפן דאס בעסטע פלאץ אבער ווי געזאגט האט זיך עס נישט אויסגעארבעט


דאס איז דער הויז
https://www.google.com/maps/@32.223853, ... 312!8i6656
איך בין שוין דארט געווען, און כמה אידן פון די נאנטע פון רבי'ן זענען דערויף מעיד
עס שטומט אויך מיט די ווידעאוי.

איין זאך וואס שטומט נישט, אז די אידן געדענקן עפעס אז דער רבי איז קיינמאל נישט אריין דורך די הויפט טויער, און די סיבה זאל זיין צוליב די געטשקע. אבער אין די ווידעאוי זעהט מען דוכט זיך יא ווי דער רבי גייט אריין אין הויפט טויער.

--

דער פלאץ איז בלויז דריי גאסן אוועק פון די היינטיגע "ברוינער'ס יושב"

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » זונטאג יולי 19, 2015 11:04 am

פער בריסטאו האט געשריבן:Historical video clip from the Satmar Rebbe baal Divrei Yoel zy"u 1971 in Tucson Arizona
https://www.dropbox.com/s/0qnoi4u3ewts2 ... a.mp4?dl=0

אויב איז עס טאקע געווען חנוכה תשל"א, איז אינטערסאנט אנצומערקן אז יענעם חנוכה (זאת חנוכה) האט דער רבי געשריבן די הקדמה צום ספה"ק דברי יואל.

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=6

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג יולי 19, 2015 11:08 am

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:

מ'זעט אז די רבי וואקט אביסעל הינקעדיג, טראכט איך אז ס'איז מסתם דעמאלס ווען דירבי האט געהאט די רויז.


יעצט באמערק איך אז ס'שטייט 1971 , מיינט אז ס'איז שוין געווען נאכען סטראק,

אויב אזוי זעט מען דארט אינמיטען דעם דעמאלסדיגען הויז בחור ר' משה גפן,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » זונטאג יולי 19, 2015 11:26 am

דער רבי איז געווען אין טוסאן אריזאנא אינגאנצן איינמאל בחורף שנת תשל"ב

אין אנדערע יארן פון תשי"ז ביז תשל"ט האט דער רבי געוויילט יעדן ווינטער עטליכע וואכן אין מיאמי פלארידא בבית ר' האשי מאשקאוויטש בן ר' פייש

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » זונטאג יולי 19, 2015 11:28 am

יעצט כאפ איך זיך אז חנוכה 1971 איז נישט געווען תשל"א, נאר תשל"ב!

ס'איז טאקע געווען דעצעמבער 1971 אבער שוין כסליו תשל"ב.

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » זונטאג יולי 19, 2015 1:03 pm

הערליך הערליך. זענט איר זיכער אז דאס איז שוין נאך תשכ"ח. דער רבי זעהט דא אויס ממש בתקפו מיט די הייליגע צורה מיט די תנועות. איך האב אלעמאל געמיינט אז אין די נישט געזונטע יארן איז ער געווען זייער אפגעשוואכט און נישט געקענט אזוי קומיוניקעיטן. אפשר קענען די עלטערע מסביר זיין

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » זונטאג יולי 19, 2015 1:09 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:Historical video clip from the Satmar Rebbe baal Divrei Yoel zy"u 1971 in Tucson Arizona
https://www.dropbox.com/s/0qnoi4u3ewts2 ... a.mp4?dl=0

יישר כח, זייער היסטאריש און אינטערעסאנט, עס זעהט אויס ווי די געזונטע יארן, ניין?

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג יולי 19, 2015 1:15 pm

טייערע חברים, איידער איר דרוקט דעם 'שלח' קנעפל אינהאלטנדיג אייער תגובה, ביטע שטרענגט אייך אן און קוקט איבער פריערדיגע תגובו צו מ'האט נישט דיסקוסירט אייערע פראגן.

דאס איז חנוכה תשל"ב, אין טוסאן אריזאנע. דער רבי האט געהאט דעם סטראוק אין תשכ"ח. דעם רבינ'ס שוואכקייט אין די שפעטערדיגע יאהרן איז לאו דוקא געווען פארבונדן מיטן סטראוק.
לעצט פאראכטן דורך נחמן נתן אום זונטאג יולי 19, 2015 1:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לחיים ולברכה!

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » זונטאג יולי 19, 2015 1:16 pm

ס'איז ידוע אז אין די אנפאנג ל' יארן איז דער רבי געווען פריש כמעט ווי פארן סטראוק, חוץ די כח הדיבור וואס איז אים שווער געווען.

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » זונטאג יולי 19, 2015 1:47 pm

כתב ולשון האט געשריבן:ס'איז ידוע אז אין די אנפאנג ל' יארן איז דער רבי געווען פריש כמעט ווי פארן סטראוק, חוץ די כח הדיבור וואס איז אים שווער געווען.


שכח איך האב דאס קיינמאל נישט געוואוסט און אוודאי נישט געזעהן . אויך איז מיר יעצט פארענטפערט געווארן אסאך קשיות איבער יענע יארן

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג יולי 19, 2015 1:54 pm

ריזיגן יישר כח פארן עס ארויף לייגן, כבין מורא'דיג איבערגענומען.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג יולי 19, 2015 1:55 pm

ביים סוף זעהט מען ר׳ יוסל מיט׳ן אפענעם רעקל און די הוט אין די הענט, אין געגנווארט פון רבי׳ן, ווען די רביצין ע״ה גייט צו צום רבי׳ן.

איך געדענק קיינאמל נישט רבי יוסל׳ן אזוי. אפשר אין דאטשע אין אריזאנע איז אביסל אנדערש.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג יולי 19, 2015 2:01 pm

משמשים דערציילן אז אינדרויסן אין הויף איז דער רבי געווען פריש און מונטער, גוט אויפגעלייגט און ממש ווי אמאל. אבער ווי נאר ער איז אריין אין שטוב, דארט אין אריזאנע נהפך לאיש אחר. אין שטוב איז געווען אנגעצויגן פונקט פארקערט ווי אינדרויסן. ויהי לפלא.

מ׳איז טאקע אוועקגעפארן פון דארט אומגעפלאנט, פון איין מינוט אויף די אנדערע.

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » זונטאג יולי 19, 2015 2:01 pm

דעם רבין מיט א אפענע בעקיטשע האסטו יא געזעהן ביז דעם קליפ

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג יולי 19, 2015 2:11 pm

פרוזדור האט געשריבן:דעם רבין מיט א אפענע בעקיטשע האסטו יא געזעהן ביז דעם קליפ


זיכער, אין שעראן ספרינגס און נאך קליפס זעהט מען דעם רבי׳ן מיט אן אפענע קאפטן.

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » זונטאג יולי 19, 2015 2:38 pm

אויב דענק איך גוט זעהט מען דעם רבי'ן מיט א אפענע בעקיטשע ביי די קליפ ווי ער טענה'ט זיך מיט ר' נתן יוסף בשעת'ן שרייבן דעם על הגאולה.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט