בלאט 2 פון 4

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 2:28 pm
דורך מיללער
רבי ברוכ'ל ז"ל אין זיין ערשטע תקופה אין ארה"ק
בילד

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 2:31 pm
דורך נא_שכל
א שיינער בריוו. יישר כוח
אפשר קען מען שוין מאכן א אשכול פאר די פעולת הצלה פון האדמו"ר ר' ברוכ'ל. כמדומה אז אין די היימישע צייטונגען איז שוין לעצטענס געווען עטליכע שיינע בילדער פון אים בכמה אסיפות בעניני הצלת יהודים מגיא צלמות.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:03 pm
דורך יציב פתגם
האדמו"ר רבי ברוכ'ל ממונקאטש מוסר שיעור לתלמידיו בהיכל הישיבה בעיר מונקאטש

33200.JPG

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:06 pm
דורך יציב פתגם
האדמו"ר רבי ברוכ'ל מלווה את הרה"ק רבי חנה הלברשטאם מקאלאשיץ הי"ד לאחר הביקור בישיבת מונקאטש

33172.JPG

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:07 pm
דורך יציב פתגם
143188.JPG

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:09 pm
דורך יציב פתגם
151085.jpg

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:11 pm
דורך יציב פתגם
7174.jpg

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:27 pm
דורך יציב פתגם
איך האב געהערט פון איינעם וואס איז געווען מיטן סאטמארער רבי זי"ע אויפן שיף אהיים פון ארץ ישראל, און עס האט זיך געמאכט א שמועס איבער רבי ברוכ'ל מונקאטשער וויאזוי די מלחמה יארן האט ליידער געהאט א אפעקט אויף אים וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן: "אבער, ער האט דאך קיינעם נישט קאליע געמאכט"...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:32 pm
דורך מי יודע
יוראפ האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:איז נאך דא ציבאקימען די ספר בינת נבונים?

וואסערע סארט השקפה רעדט ער דארט? מעג מען עס ליינען? איך פרעג ווייל איך וויל עס קוקן, איך וויל מיך נאר נישט באגעגענען מיט...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 6:44 pm
דורך בני יששכר
איז נאך דא תלמידים וואס זענען נאך דא וואס זאלן דערקענען די פענימער

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2015 3:10 pm
דורך חכימא
נא_שכל האט געשריבן:3
שאול-פאשקעס.jpg

איר האט אלע מאל געוואלט וויסען ווער דער בחור'ל איז, יעצט וועט איר שוין וויסן, די מעשה איז אזוי דער בחור הייסט שאול פאשקעס (זיי זאגען אז זיין טאטע איז געקומען דא פאר די קריג און האט איבערגעלעבט, מסתמא איז דאס ר' שאול יחזקאל פאשקעס אן איידעם פון ר' בנימין פערלשטיין ממונקאטש, קען דאס איינער קאנפירמען? ), און מען האט עם געבעטן אז ער זאל זיך מאכן וויאזוי ער האנדאלט צו קויפן און בינדען א ספר, עס איז געווען א שטיקל שפיל, דער אינדערמיט איז הרב גרינפעלד א ברידער פונעם דיין במונקאטש, און דער מוכר ספרים איז יואל צבי שטיינבערג שמש בית המדרש "ישועות ישראל" ומוכר וכורך ספרים.

קלאריפיקאציע נייטיג.

די בעלזא'ער דיין און מונקאטש איז געווען ר' שלמה'לע גרינפעלד, ברודער פונעם גרויסע גאון און פוסק ר' שמעון גרינפעלד - בעל שו"ת מהרש"ג. - ווער איז דער הרב גרינפעלד פונעם בילד?

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2015 4:56 pm
דורך נא_שכל
לכאורה איז דאס הרב ר' אברהם גרינפעלד, דער טאטע פון הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד ז"ל, ר' מרדכי האט געהאט אסאך קינדער, זיין זון ר' יהודה ז"ל דומ"ץ בעלזא אנטווערפן האט מוציא געווען לאור דעם שו"ת קול יהודה ח"ג, דא אויפן וועלטעל האט מען שוין געשריבן וועגן ר' מרדכי ז"ל זעה דא.

אדער מעגליך דאס איז גאר ר' שלמה גרינפעלד שהיה הדומ"ץ הבעלזאי בעיר מונקאטש? נאר היות דער מהרש"ג איז דאך קודם געווען דיין אין מונקאנטש רופן זיי עם בשם אחי הדיין.

אלענפאלס, מכותלי חוטמו ניכר שהוא ממשפחת גרינפעלד... צא ובדוק והשווה אותם להציור של בנו שציינתי לעיל

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2015 5:33 pm
דורך יהיה כן
מי יודע האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:איז נאך דא ציבאקימען די ספר בינת נבונים?

וואסערע סארט השקפה רעדט ער דארט? מעג מען עס ליינען? איך פרעג ווייל איך וויל עס קוקן, איך וויל מיך נאר נישט באגעגענען מיט...

מעגסט עס ליינען, וועסט זיך באגעגענען מיט עטליכע היימישע נעמען, וואס האסט נישט געוויסט אפילו אז ר' ברוך'ל האט געהאט א יד אין זייער הצלה....

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2015 3:30 am
דורך אליקים געציל
יהיה כן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:איז נאך דא ציבאקימען די ספר בינת נבונים?

וואסערע סארט השקפה רעדט ער דארט? מעג מען עס ליינען? איך פרעג ווייל איך וויל עס קוקן, איך וויל מיך נאר נישט באגעגענען מיט...

מעגסט עס ליינען, וועסט זיך באגעגענען מיט עטליכע היימישע נעמען, וואס האסט נישט געוויסט אפילו אז ר' ברוך'ל האט געהאט א יד אין זייער הצלה....

און וועסט זיך אויך באגעגענען אין נאך זאכן וואס דו וואלסט גאנץ מעגליך נישט געוואלט באגעגענען (כפי שנשמע משאלתך).

אל ... כדרך ש.. פלוני. איך האב זיך אביסל אפגעבריט פון וואס כ'האב דארט געזען באקראי בעלמא. והשי"ת יעזור שלא נהי' בבחי' יעצנו רע.

ולו יהי כן אז ס'דא דארט זאכן וואס איז נוצליך פאר אנשים פשוטים כמונו, אדרבא אויף דעם האמיר אייוועלט און ווער עס האט נישט מורא דארט צו באזוכן זאל אונז ביטע אהערברענגן די פירות און איבערלאזן דארט די קליפות. ייש"כ

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2015 12:13 pm
דורך מי יודע
אליקים געציל האט געשריבן:

איך האב נישט אזוי מורא פון דעם וואס דו שרייבסט, איך האב נאר סתם געוואלט וויסן צו וואסערע השקפה ער לייגט אריין, און אז יהי' כן געבט די הסכמה האב איך שוין טאקע נישט מורא עס צו ליינען

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2015 8:07 pm
דורך חכימא
נא_שכל האט געשריבן:לכאורה איז דאס הרב ר' אברהם גרינפעלד, דער טאטע פון הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד ז"ל, ר' מרדכי האט געהאט אסאך קינדער, זיין זון ר' יהודה ז"ל דומ"ץ בעלזא אנטווערפן האט מוציא געווען לאור דעם שו"ת קול יהודה ח"ג, דא אויפן וועלטעל האט מען שוין געשריבן וועגן ר' מרדכי ז"ל זעה דא.

אדער מעגליך דאס איז גאר ר' שלמה גרינפעלד שהיה הדומ"ץ הבעלזאי בעיר מונקאטש? נאר היות דער מהרש"ג איז דאך קודם געווען דיין אין מונקאנטש רופן זיי עם בשם אחי הדיין.

אלענפאלס, מכותלי חוטמו ניכר שהוא ממשפחת גרינפעלד... צא ובדוק והשווה אותם להציור של בנו שציינתי לעיל

נא שכל.
מי הגיד לכם אז דאס איז בכלל הרב גרינפעלד?
און ווער איז דאס דער "זיי"?
וגם מנין לכם להגיד שזה ר' אברהם ולא ר' שלמה'לע?

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2015 8:37 pm
דורך נא_שכל
אויף די לינק צו א פילם וואס איך האב געשטעלט אנהייב אשכול, זענען זיי (עטליכע היסטאריקער פון ....) מזהה א גרויס חלק פון די מענטשען וואס מען זעט דארטן, אויף א חלק פון די מענטשען הערט מען וויאזוי איינער א היימישער מונקאטשער חסיד איז מזהה די מענטשען, אבער אויף דעם הרב גרינפעלד זאגט ער נישט, נאר דער רעדנער בעילום פנים זאגט אז דאס איז "הרב גרינפעלד אחי דיין בהעיר", אבער איך ווייס נישט פון ווי זיי האבען עס גענומען. עס איז אבער ניכר מתוך דבריהם אז זיי האבן גוט חוקר געווען די זהות פון די מענטשען.
יעצט דער מושכל ראשון זאגט אז אזוי ווי ר' שלמה איז געווען דיין אין שטאט (בקהילת בעלזא) ביי די צייט פון די פילם, און זיי זאגן אז דער אינעם בילד איז "גרינפעלד" א ברידער פון א דיין אין שטאט, איז עס מסתמא דער דריטער פון די 3 ברידער'ס בני הגאון ר' יודל'ע גרינפעלד ז"ל - ר' אברהם.
ואדרבה אויב איר האב בעסערע אינפארמאציע, ווערט איר געבעטן עס צו מיטיילן.

געשריבן: מוצ"ש מאי 09, 2015 9:46 pm
דורך יאפין
נא_שכל האט געשריבן:אויף די לינק צו א פילם וואס איך האב געשטעלט אנהייב אשכול, זענען זיי (עטליכע היסטאריקער פון ....) מזהה א גרויס חלק פון די מענטשען וואס מען זעט דארטן, אויף א חלק פון די מענטשען הערט מען וויאזוי איינער א היימישער מונקאטשער חסיד איז מזהה די מענטשען, אבער אויף דעם הרב גרינפעלד זאגט ער נישט, נאר דער רעדנער בעילום פנים זאגט אז דאס איז "הרב גרינפעלד אחי דיין בהעיר", אבער איך ווייס נישט פון ווי זיי האבען עס גענומען. עס איז אבער ניכר מתוך דבריהם אז זיי האבן גוט חוקר געווען די זהות פון די מענטשען.
יעצט דער מושכל ראשון זאגט אז אזוי ווי ר' שלמה איז געווען דיין אין שטאט (בקהילת בעלזא) ביי די צייט פון די פילם, און זיי זאגן אז דער אינעם בילד איז "גרינפעלד" א ברידער פון א דיין אין שטאט, איז עס מסתמא דער דריטער פון די 3 ברידער'ס בני הגאון ר' יודל'ע גרינפעלד ז"ל - ר' אברהם.
ואדרבה אויב איר האב בעסערע אינפארמאציע, ווערט איר געבעטן עס צו מיטיילן.

ר' אברהם קען דאס נישט זיין, וויל ער איז אוועק זעהר יונג, און דער איד אויפ'ן בילד האט שוין א ווייסע בערדל.

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2015 6:22 pm
דורך זלאטשוב
יציב פתגם האט געשריבן:איך האב געהערט פון איינעם וואס איז געווען מיטן סאטמארער רבי זי"ע אויפן שיף אהיים פון ארץ ישראל, און עס האט זיך געמאכט א שמועס איבער רבי ברוכ'ל מונקאטשער וויאזוי די מלחמה יארן האט ליידער געהאט א אפעקט אויף אים וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן: "אבער, ער האט דאך קיינעם נישט קאליע געמאכט"...

דרך אגב דארט אין יענעם אינטערוויאו פארציילט איינער אז ווען מנחם בעגין האט געהאלטן א דרשה אין מונקאטש איז רבי ברוכ'ל געגאנגען הערן די דרשה… אויב איך גידענק גוט איז זייט דענסמאל האט א ער געהאט א קשר מיט די ציונים אין מונקאטש… און נישט נאר נאכן קריג!!!

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2015 6:37 pm
דורך יהיה כן
דער זיידע ז"ל - א תלמיד פון ר' ברוך'ל - האט קיינמאל נישט גערעדט 'פון' אים, אבער אויך קיינמאל נישט געלאזט רעדן 'אויף' אים!!

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2015 7:30 pm
דורך מיללער
זלאטשוב האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:איך האב געהערט פון איינעם וואס איז געווען מיטן סאטמארער רבי זי"ע אויפן שיף אהיים פון ארץ ישראל, און עס האט זיך געמאכט א שמועס איבער רבי ברוכ'ל מונקאטשער וויאזוי די מלחמה יארן האט ליידער געהאט א אפעקט אויף אים וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן: "אבער, ער האט דאך קיינעם נישט קאליע געמאכט"...

דרך אגב דארט אין יענעם אינטערוויאו פארציילט איינער אז ווען מנחם בעגין האט געהאלטן א דרשה אין מונקאטש איז רבי ברוכ'ל געגאנגען הערן די דרשה… אויב איך גידענק גוט איז זייט דענסמאל האט א ער געהאט א קשר מיט די ציונים אין מונקאטש… און נישט נאר נאכן קריג!!!

בעגין האט געהאלטן א דרשה אין מונקאטש פאר די קריג?

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2015 7:39 pm
דורך ישלהוסיף
נישט בעגין האט געהאלטן די דרשות, נאר זיבוטינסקי איז ארום געפארען צו עטליכע אייראפישע שטעט זאגען פאר די אידען אז די נאצי'ס "וויל אונז אלע אויס הרג'נען", "ער האט זיך געבעטן הייבטס פענק אין אנטלויפט ווייל די ערד אונטער אונזער פוס ברענט און פלאקערט." דער אנטווארט איז געוועהן, ער איז א ציוניסט, א מחריף ומגדף...

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2015 7:40 pm
דורך יהיה כן
ישלהוסיף האט געשריבן:נישט בעגין האט געהאלטן די דרשות, נאר זיבוטינסקי איז ארום געפארען צו עטליכע אייראפישע שטעט זאגען פאר די אידען אז די נאצי'ס "וויל אונז אלע אויס הרג'נען", "ער האט זיך געבעטן הייבטס פענק אין אנטלויפט ווייל די ערד אונטער אונזער פוס ברענט און פלאקערט." דער אנטווארט איז געוועהן, ער איז א ציוניסט, א מחריף ומגדף...

איז די דרשה אין מונקאטש געווען נאך בעפאר מען האט פארטריבן ר' ברוך'ל קיין פולין?

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2015 7:42 pm
דורך צושויער
יהיה כן האט געשריבן:דער זיידע ז"ל - א תלמיד פון ר' ברוך'ל - האט קיינמאל נישט גערעדט 'פון' אים, אבער אויך קיינמאל נישט געלאזט רעדן 'אויף' אים!!

האט נישט א בחור אמאל אויסגעקלאפט עפעס אויפן בימה אין ישיבה?

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2015 7:43 pm
דורך צושויער
יהיה כן האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:נישט בעגין האט געהאלטן די דרשות, נאר זיבוטינסקי איז ארום געפארען צו עטליכע אייראפישע שטעט זאגען פאר די אידען אז די נאצי'ס "וויל אונז אלע אויס הרג'נען", "ער האט זיך געבעטן הייבטס פענק אין אנטלויפט ווייל די ערד אונטער אונזער פוס ברענט און פלאקערט." דער אנטווארט איז געוועהן, ער איז א ציוניסט, א מחריף ומגדף...

איז די דרשה אין מונקאטש געווען נאך בעפאר מען האט פארטריבן ר' ברוך'ל קיין פולין?

בעפאר, אנהייב זיין ראביסטווע