געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:28 pm
רבי ברוכ'ל ז"ל אין זיין ערשטע תקופה אין ארה"ק
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
https://www.ivelt.com/forum/
יוראפ האט געשריבן:בני יששכר האט געשריבן:איז נאך דא ציבאקימען די ספר בינת נבונים?
נא_שכל האט געשריבן:3
איר האט אלע מאל געוואלט וויסען ווער דער בחור'ל איז, יעצט וועט איר שוין וויסן, די מעשה איז אזוי דער בחור הייסט שאול פאשקעס (זיי זאגען אז זיין טאטע איז געקומען דא פאר די קריג און האט איבערגעלעבט, מסתמא איז דאס ר' שאול יחזקאל פאשקעס אן איידעם פון ר' בנימין פערלשטיין ממונקאטש, קען דאס איינער קאנפירמען? ), און מען האט עם געבעטן אז ער זאל זיך מאכן וויאזוי ער האנדאלט צו קויפן און בינדען א ספר, עס איז געווען א שטיקל שפיל, דער אינדערמיט איז הרב גרינפעלד א ברידער פונעם דיין במונקאטש, און דער מוכר ספרים איז יואל צבי שטיינבערג שמש בית המדרש "ישועות ישראל" ומוכר וכורך ספרים.
מי יודע האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:בני יששכר האט געשריבן:איז נאך דא ציבאקימען די ספר בינת נבונים?
וואסערע סארט השקפה רעדט ער דארט? מעג מען עס ליינען? איך פרעג ווייל איך וויל עס קוקן, איך וויל מיך נאר נישט באגעגענען מיט...
יהיה כן האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:בני יששכר האט געשריבן:איז נאך דא ציבאקימען די ספר בינת נבונים?
וואסערע סארט השקפה רעדט ער דארט? מעג מען עס ליינען? איך פרעג ווייל איך וויל עס קוקן, איך וויל מיך נאר נישט באגעגענען מיט...
מעגסט עס ליינען, וועסט זיך באגעגענען מיט עטליכע היימישע נעמען, וואס האסט נישט געוויסט אפילו אז ר' ברוך'ל האט געהאט א יד אין זייער הצלה....
אליקים געציל האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:בני יששכר האט געשריבן:איז נאך דא ציבאקימען די ספר בינת נבונים?
וואסערע סארט השקפה רעדט ער דארט? מעג מען עס ליינען? איך פרעג ווייל איך וויל עס קוקן, איך וויל מיך נאר נישט באגעגענען מיט...
מעגסט עס ליינען, וועסט זיך באגעגענען מיט עטליכע היימישע נעמען, וואס האסט נישט געוויסט אפילו אז ר' ברוך'ל האט געהאט א יד אין זייער הצלה....
און וועסט זיך אויך באגעגענען אין נאך זאכן וואס דו וואלסט גאנץ מעגליך נישט געוואלט באגעגענען (כפי שנשמע משאלתך).
אל ... כדרך ש.. פלוני. איך האב זיך אביסל אפגעבריט פון וואס כ'האב דארט געזען באקראי בעלמא. והשי"ת יעזור שלא נהי' בבחי' יעצנו רע.
ולו יהי כן אז ס'דא דארט זאכן וואס איז נוצליך פאר אנשים פשוטים כמונו, אדרבא אויף דעם האמיר אייוועלט און ווער עס האט נישט מורא דארט צו באזוכן זאל אונז ביטע אהערברענגן די פירות און איבערלאזן דארט די קליפות. ייש"כ
נא_שכל האט געשריבן:לכאורה איז דאס הרב ר' אברהם גרינפעלד, דער טאטע פון הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד ז"ל, ר' מרדכי האט געהאט אסאך קינדער, זיין זון ר' יהודה ז"ל דומ"ץ בעלזא אנטווערפן האט מוציא געווען לאור דעם שו"ת קול יהודה ח"ג, דא אויפן וועלטעל האט מען שוין געשריבן וועגן ר' מרדכי ז"ל זעה דא.
אדער מעגליך דאס איז גאר ר' שלמה גרינפעלד שהיה הדומ"ץ הבעלזאי בעיר מונקאטש? נאר היות דער מהרש"ג איז דאך קודם געווען דיין אין מונקאנטש רופן זיי עם בשם אחי הדיין.
אלענפאלס, מכותלי חוטמו ניכר שהוא ממשפחת גרינפעלד... צא ובדוק והשווה אותם להציור של בנו שציינתי לעיל
נא_שכל האט געשריבן:אויף די לינק צו א פילם וואס איך האב געשטעלט אנהייב אשכול, זענען זיי (עטליכע היסטאריקער פון ....) מזהה א גרויס חלק פון די מענטשען וואס מען זעט דארטן, אויף א חלק פון די מענטשען הערט מען וויאזוי איינער א היימישער מונקאטשער חסיד איז מזהה די מענטשען, אבער אויף דעם הרב גרינפעלד זאגט ער נישט, נאר דער רעדנער בעילום פנים זאגט אז דאס איז "הרב גרינפעלד אחי דיין בהעיר", אבער איך ווייס נישט פון ווי זיי האבען עס גענומען. עס איז אבער ניכר מתוך דבריהם אז זיי האבן גוט חוקר געווען די זהות פון די מענטשען.
יעצט דער מושכל ראשון זאגט אז אזוי ווי ר' שלמה איז געווען דיין אין שטאט (בקהילת בעלזא) ביי די צייט פון די פילם, און זיי זאגן אז דער אינעם בילד איז "גרינפעלד" א ברידער פון א דיין אין שטאט, איז עס מסתמא דער דריטער פון די 3 ברידער'ס בני הגאון ר' יודל'ע גרינפעלד ז"ל - ר' אברהם.
ואדרבה אויב איר האב בעסערע אינפארמאציע, ווערט איר געבעטן עס צו מיטיילן.
יציב פתגם האט געשריבן:איך האב געהערט פון איינעם וואס איז געווען מיטן סאטמארער רבי זי"ע אויפן שיף אהיים פון ארץ ישראל, און עס האט זיך געמאכט א שמועס איבער רבי ברוכ'ל מונקאטשער וויאזוי די מלחמה יארן האט ליידער געהאט א אפעקט אויף אים וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן: "אבער, ער האט דאך קיינעם נישט קאליע געמאכט"...
זלאטשוב האט געשריבן:יציב פתגם האט געשריבן:איך האב געהערט פון איינעם וואס איז געווען מיטן סאטמארער רבי זי"ע אויפן שיף אהיים פון ארץ ישראל, און עס האט זיך געמאכט א שמועס איבער רבי ברוכ'ל מונקאטשער וויאזוי די מלחמה יארן האט ליידער געהאט א אפעקט אויף אים וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן: "אבער, ער האט דאך קיינעם נישט קאליע געמאכט"...
דרך אגב דארט אין יענעם אינטערוויאו פארציילט איינער אז ווען מנחם בעגין האט געהאלטן א דרשה אין מונקאטש איז רבי ברוכ'ל געגאנגען הערן די דרשה… אויב איך גידענק גוט איז זייט דענסמאל האט א ער געהאט א קשר מיט די ציונים אין מונקאטש… און נישט נאר נאכן קריג!!!
ישלהוסיף האט געשריבן:נישט בעגין האט געהאלטן די דרשות, נאר זיבוטינסקי איז ארום געפארען צו עטליכע אייראפישע שטעט זאגען פאר די אידען אז די נאצי'ס "וויל אונז אלע אויס הרג'נען", "ער האט זיך געבעטן הייבטס פענק אין אנטלויפט ווייל די ערד אונטער אונזער פוס ברענט און פלאקערט." דער אנטווארט איז געוועהן, ער איז א ציוניסט, א מחריף ומגדף...
יהיה כן האט געשריבן:דער זיידע ז"ל - א תלמיד פון ר' ברוך'ל - האט קיינמאל נישט גערעדט 'פון' אים, אבער אויך קיינמאל נישט געלאזט רעדן 'אויף' אים!!
יהיה כן האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן:נישט בעגין האט געהאלטן די דרשות, נאר זיבוטינסקי איז ארום געפארען צו עטליכע אייראפישע שטעט זאגען פאר די אידען אז די נאצי'ס "וויל אונז אלע אויס הרג'נען", "ער האט זיך געבעטן הייבטס פענק אין אנטלויפט ווייל די ערד אונטער אונזער פוס ברענט און פלאקערט." דער אנטווארט איז געוועהן, ער איז א ציוניסט, א מחריף ומגדף...
איז די דרשה אין מונקאטש געווען נאך בעפאר מען האט פארטריבן ר' ברוך'ל קיין פולין?