בלאט 15 פון 17

געשריבן: דינסטאג פאברואר 06, 2018 1:35 pm
דורך יענקל פאטאש
וואשינגטאן האט געשריבן:
תנו רבנן האט געשריבן:קען אפשר איינער ארויפלייגן דא קליפים פון מלחמת עולם השניה!

פראביר צו זוכן און פרעגן ביי די צווייטע וועלט מלחמה אשכולות

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 2:59 pm
דורך לחם לשובע
https://www.dropbox.com/s/vl1yintxkilqs ... 9.mp4?dl=0

פון דא, היסטארישע ווידיאו פון מרן הגרח"ק שליט"א

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 3:42 pm
דורך שמן
לחם לשובע האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/vl1yintxkilqsz1/afc63572324629327fde0b4941da4aac%20%281%29.mp4?dl=0

פון דא, היסטארישע ווידיאו פון מרן הגרח"ק שליט"א

שיינע קרייזל'דיגע פיאות

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 3:49 pm
דורך זענדל
פריילעך אידל האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:פול מיט וידאו'ס פון פאר'ן קריג אין ייווא'ס וועבסייט.
http://polishjews.yivoarchives.org/videos
אכטונג: מען דארף זיך פלאצירן פון פראנויס מיט א גוטע פאר שעה איבריגע צייט, וייל (פאר די אוהבי הסטוריה) פארשלעפט עס זייער שטארק....

קען עס איינער ביטע איבערלייגן אויף דראפבאקס פאר משומר/גדר באנוצער? ייש"כ

קען ביטע איינער או טובה טוהן און ארויף לייגן אויף jumbomail אדער googoldrive
א דאנק

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:26 pm
דורך לחם לשובע

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2018 8:31 am
דורך אין אמת'ן אריין
גוגל דרייו פליז!

געשריבן: פרייטאג מארטש 23, 2018 3:21 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
לחם לשובע האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/fwzvj2glccce8y9/21.mp4?dl=0


ארבעט נישט !

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:12 pm
דורך לחיים טובים ולשלום

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:31 pm
דורך Working
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:רבנים אצל פרעזידענט רעיגן

איז דאס א פריש אנדעקטע קליפ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 5:07 pm
דורך מיללער
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:רבנים אצל פרעזידענט רעיגן

מורא'דיג!

ווערט געזעהן האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א אין שפיץ פון א מאיעסטעטישע סאטמארער דעלעגאציע צו פרעזידענט רעיגן אין די אכציגער יארן, פאר שתדלנות איבער אידישע פליטים פון רוסלאנד דער סאטמארער רבי שליט"א - דאן סיגוטער רב פון בארא פארק - זאגט דעם הנותן תשועה אין א עהרנפארכטיגע מינע, וואס ווערט דערנאך פארטייטשט דורך דעם דינאמישער כלל-עסקן און פריניציפאל פון די סאטמארער בית רחל הרב הערץ פרענקל, דערנאך הערט מען א קורצע רעדע פון הרב צבי קעסטנבוים ע"ה און נאכאמאל הרב פרענקל.

אויסער די דערמאנטע דעלעגאטן ווערן געזעהן; ר' דוד הויער, ר' יעקב כהנא, ר' דוד גרינצווייג, ע"ה ויבדלחט"א ר' אברהם ווידער הי"ו לאנגיעריגער מעיאר פון קרית יואל, הרב אליעזר קעסטנבוים מדמשק אליעזר און פרעזידענט פון או. די. עי.

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 5:16 pm
דורך HelpMe
מיללער האט געשריבן:
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:רבנים אצל פרעזידענט רעיגן

מורא'דיג!

ווערט געזעהן האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א אין שפיץ פון א מאיעסטעטישע סאטמארער דעלעגאציע צו פרעזידענט רעיגן אין די אכציגער יארן, פאר שתדלנות איבער אידישע פליטים פון רוסלאנד דער סאטמארער רבי שליט"א - דאן סיגוטער רב פון בארא פארק - זאגט דעם הנותן תשועה אין א עהרנפארכטיגע מינע, וואס ווערט דערנאך פארטייטשט דורך דעם דינאמישער כלל-עסקן און פריניציפאל פון די סאטמארער בית רחל הרב הערץ פרענקל, דערנאך הערט מען א קורצע רעדע פון הרב צבי קעסטנבוים ע"ה און נאכאמאל הרב פרענקל.

אויסער די דערמאנטע דעלעגאטן ווערן געזעהן; ר' דוד הויער, ר' דוד גרינצווייג, ע"ה ויבדלחט"א ר' אברהם ווידער הי"ו לאנגיעריגער מעיאר פון קרית יואל, הרב אליעזר קעסטנבוים מדמשק אליעזר און פרעזידענט פון או. די. עי.

ווען איז דאס געווען?
איינער ווייסט א פונטליכע דאטום?

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 5:48 pm
דורך נחמן נתן
היסטאריש און שיין.

תשמ"ז, ווען דער אייזערנער פארהאנג האט אנגעהויבן צו טראסקענען.

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 5:54 pm
דורך בעל דעת
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:רבנים אצל פרעזידענט רעיגן

דאס איז היסטארי

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 6:21 pm
דורך shalsheles
זייער שיין!
דער ראביי פרענקל האט קאנפידענץ....
ווער איז דער מיטן רויטן נעקטיי?

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 6:42 pm
דורך מונאוויטש
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:רבנים אצל פרעזידענט רעיגן

יש"כ לחיים טובים פאר ברענגען דעם היסטארישן קליפ! אויפן פנים פונעם פרעזידענט איז קענטליך אז ער איז שטארק גערירט ווען רבי הערץ האט איבערגעטיישט דעם הנותן תשועה למלכים.

אגב, אין רעיגן'ס ביאגראפיע ווערט דערציילט אן עפיזאד וואס עס האט פאסירט מיט זיין פאטער, דזשעק רעיגן. אין די צייטן ווען די קו קלוקס קלען און ראסיזם האט געבושעוועט אין פאראייניגטע שטאטן, האט דער עלטערער רעיגן אין א געוויסע ווינטער נאכט אריינגעטשעקט אין א האטעל, דער אטענדענט האט אים פארזיכערט אז ער וועט זיך גוט געפונען דארט "ווייל מיר ערלויבן נישט קיין אידן ביי אונז! רעיגן האט אים געזאגט אז אויב אידן באלאנגן נישט דא, באלאנג איך אויך נישט דא. ער האט גענומען זיינע באגאזשן און איבערגענעכטיגט אין זיין פראסטיגע אוטא.

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 6:45 pm
דורך בענקעל
Wow.
עס באקומען היינט פארמיטאג.
איז דאס טאקע היינט די ערשטע מאל געווארן פובליצירט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 8:01 pm
דורך חושב מחשבות...
Wow

איינער האט אפשר מער דעטאלן איבער וואס די נושא איז דארט געווען? און פארוואס די ברך משה ז''ל האט זיך נישט געקענט באטייליגן?

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:41 pm
דורך יהיה כן
ד קליפ קומט פון די national archives פון וואשינגטאן, כ'מיין אז ס'איז נישט צו קריגן אנליין, מען דארף עס באשטעלן, זעהט אויס איינער האט געלייגט א יד דערויף און עס מפרסם געווען לרבים

די נושא איז וועגן אריינלאזן די אידן פון רוסלאנד אין לאנד, דאן האט זיך אנגהויבן די 'גלאסנאסט' תקופה, דאן האט אנגעפאנגען פאלן די 'אייזערנע פארהאנג' [וואס איז שוין נשלם געוווארן שפעטער בימי בוש הראשון]

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 26, 2018 12:00 am
דורך לא לנו
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:רבנים אצל פרעזידענט רעיגן

העסקן הדגול ר' הערשל איז, ווי באקאנט, נישט געווען דער בעסטער ענגליש רעדנדער, ער האט אפי' געקענט זיך אנטשולדיגן ביים רעדן צו רעגירונגס לייט אז ער האט 'ספיטש פראבלעמען', אבער זיינע ווערטער זענען געקומען ליבערשט פון הארץ ווי פון מויל. די דברים היוצאים מן הלב האט אלעמאל געווירקט, און א גרויסער פאליטישאן האט אמאל אפען געזאגט "ראביי קעסטנבוים רעדט א צובראכענעם ענגליש, אבער ביי אים רעדט דאס הארץ, מיר פארשטייען אים מער ווי אלע מיט גוטן ענגליש און רעדן לאנגע דרשות..."

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 26, 2018 12:19 am
דורך יהיה כן
יהיה כן האט געשריבן:ד קליפ קומט פון די national archives פון וואשינגטאן, כ'מיין אז ס'איז נישט צו קריגן אנליין, מען דארף עס באשטעלן, זעהט אויס איינער האט געלייגט א יד דערויף און עס מפרסם געווען לרבים

די נושא איז וועגן אריינלאזן די אידן פון רוסלאנד אין לאנד, דאן האט זיך אנגהויבן די 'גלאסנאסט' תקופה, דאן האט אנגעפאנגען פאלן די 'אייזערנע פארהאנג' [וואס איז שוין נשלם געוווארן שפעטער בימי בוש הראשון]

פון דא קומט עס:
https://www.reaganlibrary.gov/sites/def ... tv1987.pdf
[פעידזש 55]

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 26, 2018 7:58 am
דורך moishy56
יהיה כן האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:ד קליפ קומט פון די national archives פון וואשינגטאן, כ'מיין אז ס'איז נישט צו קריגן אנליין, מען דארף עס באשטעלן, זעהט אויס איינער האט געלייגט א יד דערויף און עס מפרסם געווען לרבים

די נושא איז וועגן אריינלאזן די אידן פון רוסלאנד אין לאנד, דאן האט זיך אנגהויבן די 'גלאסנאסט' תקופה, דאן האט אנגעפאנגען פאלן די 'אייזערנע פארהאנג' [וואס איז שוין נשלם געוווארן שפעטער בימי בוש הראשון]

פון דא קומט עס:
https://www.reaganlibrary.gov/sites/def ... tv1987.pdf
[פעידזש 55]

דא

oval office.JPG
oval office.JPG (108.06 KiB) געזעהן 3207 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 26, 2018 8:00 am
דורך moishy56
HelpMe האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:רבנים אצל פרעזידענט רעיגן

מורא'דיג!

ווען איז דאס געווען?
איינער ווייסט א פונטליכע דאטום?

The archives write that its
April 2 1987

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 26, 2018 9:00 am
דורך farshlufen
moishy56 האט געשריבן:
The archives write that its
April 2 1987

דהיינו ג' ניסן תשמ"ז

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 26, 2018 9:05 am
דורך חמרא טבא
ווער׳ז דער מיטן קליינעם קאפל?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 26, 2018 4:13 pm
דורך נחמן נתן
ס'ווערט דארט דערמאנט נאכאמאל ענליכעס, דארף מען וויסן וואס דאס מיינט:
Satmar Sect of Hasidic Jews Grand Rabbi Photo-Op 01/02/1987

-
אגב, סאטמאר ווערט דערמאנט בלויז צוויי מאל. מאכט א סירטש אויף Lubavitch, א לאנגע רשימה וועט ארויפקומען..