שבת זאגט אבער תוס' פון מדרש אז שבת איז נאר איינע ס'האט נישט קיין דוגמא . זאג איך אייך מיינע ברידער אין אמעריקא, עטץ זאלטס האלטן שבת וועט עטץ גוט זיין, מ'מיינט שבת איז מיטן דאווענען, נישט פארן אין שבת, עטץ קאנטס האלטן שבת.
באקומען אן הטדעה, און נאכן איבער קוקען זעה איך אז ער איז גערעכט, דער ערשטער מענטש אויפן ווידיאו וואס זיצט איז ככל הנארה א עקטער, סיי ווייל די סאונד פאסט צי שטארק צי די תנועות פון די מויל, און סיי ווייל ס'צי קלאר, און סיי ווייל ער האט לאנגע הויזן.
די שיף "אלטלנה" איז געווען א שיף פיל מיט קרוב צי 1000 עולים וואס זענען ארויף צי ארץ ישראל, באלד נאכן התייסדות פון די מדינה, געפירט דורך די אצ"ל גרופע בראשית מנחם בגין, אויפן שיף זענען געווען א סך געווער, און ווען די שיף איז אנגעקומען איז עס באבאדירט געווארן דורך די מדינה, רוב ווידיאוס פון דעם זענען מיסטעריעז פארווינדען געווארן. https://www.dropbox.com/s/vc36awi1cgwim ... 4.mp4?dl=0
אמת א ש'כוח. אבער וואס איז פשט אז איך קען נישט דאונלאודען פון דראפבאקס? ס'עפנט זיך אויף די טעב [אויפן עדרעס שטייט די קעפל] אבער די פעידזש איז ווייס? ש'כוח!
לחם לשובע האט געשריבן:די שיף "אלטלנה" איז געווען א שיף פיל מיט קרוב צי 1000 עולים וואס זענען ארויף צי ארץ ישראל, באלד נאכן התייסדות פון די מדינה, געפירט דורך די אצ"ל גרופע בראשית מנחם בגין, אויפן שיף זענען געווען א סך געווער, און ווען די שיף איז אנגעקומען איז עס באבאדירט געווארן דורך די מדינה, רוב ווידיאוס פון דעם זענען מיסטעריעז פארווינדען געווארן. https://www.dropbox.com/s/vc36awi1cgwim ... 4.mp4?dl=0
שכויעך לחם לשובע, דו קענסט אפשר מסביר'ען פארוואס די מדינה זאל באמבעדירען א אייגענע שיף פון אצ"ל וואס איז אנגעפירט דורעך בעגין?
די געווער איז געווען געקויפט בעיקר פון אמעריקא און די פלאן איז גיווען דאס צו ניצען צו ראטעווען אלט שטאט ירושלים אבער די לינקע האבן געקענט באשטיין אז ס'זאל פאלן צו די ירדנ'ער... די חברה אויפן שיף האבן מחליט גיווען נישט צו צוריק שיסן כדאי ס'זאל נישט ווערן קיין מלחמת אחים, און א חלק זענען טאקע נעבעך געשטארבען דעמאלטס. דאס איז א שאנפולע פרשה אין די היסטוריע פון התייסדות המדינה וואס זיי ארבעטען שטארק צו פארווישען.
אפשר וואלט טאקע געווען כדאי צו מאכן א עקסטרע אשכול אויף די ביטערע פרשה.
@לחם לשובע מיר האבן מורא'דיג הנאה געהאט פון די היסטארישע קליפס די לעצטע שטיק צייט. ביטע האלט אן וויייטער! איך גלייב אז דער עולם וואלט דאס מערסטע עפרישיעטעד פון דאס לעבן אינדערהיים בעפארן קריג.
לחם לשובע האט געשריבן:די שיף "אלטלנה" איז געווען א שיף פיל מיט קרוב צי 1000 עולים וואס זענען ארויף צי ארץ ישראל, באלד נאכן התייסדות פון די מדינה, געפירט דורך די אצ"ל גרופע בראשית מנחם בגין, אויפן שיף זענען געווען א סך געווער, און ווען די שיף איז אנגעקומען איז עס באבאדירט געווארן דורך די מדינה, רוב ווידיאוס פון דעם זענען מיסטעריעז פארווינדען געווארן. https://www.dropbox.com/s/vc36awi1cgwim ... 4.mp4?dl=0
די מדינה פארקויפט היינט, אז זיי האבן מורא געהאט אז די בריטישע וועלן פארטרייבן די שיף קיין קפריסין, האבן זיי דאס אויפגעריסן, כדי מ'זאל דאס נישט קענען פארטרייבן, אבער זיי האבן נישט געכאפט אז די באמבע איז אזוי שטארק, אז מענטשן וועלן שטארבן דערפון (ממש נוסח המדינה, כימים ההם כן בזמן הזה, רח"ל).
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
לויט וויפיל איך געדענק ליינען פון די מעשה איז די שיף געקומען ווען די בריטן זענען שוין גיווען מער וויייניגער ארויס פון ארץ ישראל אין זיי האבן שוין נישט פארטריבן קיין מעפילים.
אומאפיציעל האבן זיי שוין מודה גיווען אין זייער טעות און געמאכט אמאל א שטילע מעמד מחילה ביי די קברים
קודם בעט משומר צו דיר עפענען צו זעהן וועלכע פון דעם וועט זיין אינטרעסאנט פאר דיר.... ווייל מען רעדט פון כ-30 קליפס. און אז ס'איז שוין אפן קוק אליינס....