סאטמאר ראדני אמאל און היינט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג פאברואר 10, 2015 9:39 pm

יא ריכטיג, ר׳ מאטכא יאנקאל לעבי האטער געהייסן... געדרייווט א ביטל אינעם קליינעם היטל.... (עמעס תויראסייני האקדושע והאטויראאא...)

מדי דברי ווער קען פארגעסן פון .... נו וויזויהייסטער ר׳ וואלוויש ווייסהויז מיטן סטעיט אוו די ארט פאלקסוואגאן מיניבאס/ווען וואס פלעג דרייוון די שיבע קטנה בחורים ׳צען אין די בעק און צען אין די פראנט׳ פון ראדני ביז די ישיבה קטנה בנין.... פאר א מינימאלע אפצאל...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דינסטאג פאברואר 10, 2015 9:54 pm

די לאנגיעריגע שיעור פון ר' שמואל בראך זז"ג אין בית קויפמאן. האלט נאך אן?[/quote]
יאפ ער לערנט נאך פאר אמאל פאר 1 אלטען איד אין אמאל מאכט אז 2 עלטערע אידן דרימלען דארט אבער עס זעהט אויס אז ער לערנט פאר א געפאקטע עולם
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 6:35 pm

נו אז מען רעדט שוין פון ראדני און מען רעדט שוין פון איר היסטארי מוז דערמאנט ווערן וועגן די וועכנטלעכע אויסגאבע וואס פלעגט ארויסקומען און פלעגט זיך אפגעבען מיט באשרייבן די טאג טעגלעכע פאסירונגען וואס קומט פאר אין דעם עולם הראדני. אנגעהויבן ביי די טאג טעגלעכע שיעורים און אזוי ווייטער צו די שלש סעודת אינטען ווי 33 אידן זענען געזיצען אויף איין האלצענעם טישל און געטינקען זייער בילקע אין די שמוציגע בעקעלעך ווי ס'איז פאר א 3 שעה צוריק געווען פריש הערינג. און אזוי אויך האט ער ארויס געברענט די געוואלדיגע קידוש השם וואס שפולט זיך אפ ווען די דיין שליט"א וואשט זיך צו שלש'ס ווי א בחורל באזארגט דעם דיין מיט א פרישע פערפל האנטוך פון מקוה. אא"ו.
געדענקט איינער מער איבער דעם אויסגאבע אויב יא איז ער מכובד איבער צונעמען דאס ווארט.
#אריין אין אידישע אויסגאבעס אשכול.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 6:47 pm

דו רעדטס לכאורה פון די וועלט, פלעגט ארויסקומען דורך הרב אלימלך לייפער.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 7:13 pm

אין ענגליש פלעגט ער זיך רופן Der Welt..

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 7:58 pm

יא דאס מיינט מען. אין אנהייב איז עס געווען צו באקומען אימזינסט און שפעטער ווען די הוצאות האבן זיך געמערט איז ער ארויף מיטן פרייז צו 25 סענט.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 8:03 pm

נאך שפעטער איז די וועלט אינטערגעגאנגען.
#ס'איז אויס וועלט, שוין נישטא קיין וועלט
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג פאברואר 13, 2015 11:54 am

ערב שבת קודש פלעגט ר' פנחס מיילעך ארומלויפן מיט א רויטן זיגעל און ארויפזיגלען דארט ווי דער גוי דארף אראפרייסן די צעטלעך, אלטע טיי אווענטס מיט דינערס, אינטערסאנט די ווענט זענען נישט מיטגעקומען.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

טוויט_ראביי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2010 11:57 pm

תגובהדורך טוויט_ראביי » מאנטאג פאברואר 16, 2015 10:54 pm

טוויט_ראביי האט געשריבן:פון די איינציגסטע זאכן וואס איז נאך פארבליבן איז די גרויסע אייזענע משנכנס וואס מען הענגט אויף ראש חודש אדר אויף מעריב.
צוגעלייגטע
image.jpg

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג פאברואר 17, 2015 9:56 am

בס"ד

אונז געדענקן ווען דארט איז נאך געווען די גרויסע אלטע ברוינע זייגער מיט אראנדזשע לעמפלעך, און ביי הקפות זענען די טיש-בענק פארענטשן אנגעקומען ביז צו די באלבס.


טוויט_ראביי האט געשריבן:
טוויט_ראביי האט געשריבן:פון די איינציגסטע זאכן וואס איז נאך פארבליבן איז די גרויסע אייזענע משנכנס וואס מען הענגט אויף ראש חודש אדר אויף מעריב.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:45 pm

גאר א געשמאקע אשכול דאס! פול מיט זיסע זיכרונות אווי עס פא‏סט זיך פאר אזא מקום קדוש ווי ראדני.

מיר ליגט גוט אין זיכרון די וועכענטליכע אויספארקויף אויף די מאנטלען אין בית קויפמאן, וואס צוליב די איבערפלוס פון 2 פוס דיק מאנטלען אויף אלע טישן פלעגט מען מאכן אזא 'נקנה במשיכה' גורל, און "האעווער קאמס פורסט טעיקס וואטעווער קאמס פירסט"...‏ ס'האט זיך געגאסן קויטס בשפע דארטן... און ווען די עלטערע אידן פלעגען זיין אן אלערט יעדעס מאל א 'צוציק' האט אויפגעמאכט די טיר וואס האט זיך געפונען אין בית קויפמאן וואס פירט ארויס צום קליינעם חצר אויף ראדני סט. ... איי פלעגען זיי זיך בייזערען מיט זייערע אויסדריקען אז מ'זאל פארמאכן די טיר ווייל ס'קומט אריין די קעלט... 

און אויך געדענק מיר גוט די מקוה מיט ר' משה אפרים ז"ל. א איד מיט א ווארעם הארץ און א גוט ווארט צי יעדע צייט, און זיינע בנים אלס שערערס, און די וויין שטיבל מיט די "כב 1/2" פרייז לעבעל אויף א קעסטעל קדם מאטאק קל... 

ווי אויך די 'האר מיט די האנטוכער' ‏וואס מ'פלעגט מיטנעמען אין מקוה. די גרויסע נעגל שניידערס באהאפטען צי קייטעלעך אז ס'זאל זיך חלילה גליסטען פאר משהו צי שניידן די פוס'ן נעגל דערמיט... און נאך פארשידענארטיגע חפצים וואס פלעגען אראפהענגען פונעם דאך (פארענט פונעם גרויסען האלצערנעם באקס מיט די גלאזערנע ריקעדיגע טירן...)

די מנחה שבת נאכמיטאג אין די שטיבלאך אינטען איז געווען א מחזה הוד... מי שלא ראה זאת לא ראה וואטעווער מימיו...

ווי קען מען דען אויסלאזן די סאדע מאשין וואס פלעגט על פי רוב אויסשיסען א 16 אונס רויטע פאנטש סאדע אבער א קאפ איז נישט מיטגעקומען (צוליב וואס די קינדער פלעגען ארויסשלעפען די קאפס ווייל זיי האבן געדארפט א קארגע טראפ גרעיפדשוס...) וויי וויי...

די באווארפענס פלעגט זיין א וועכענטליכע ספארט צווישען די קינדערלעך... מיין פאטער זז"ג האט פארמאגט א זיץ סמוך ונראה צום באלעמער, און מיר פלעגען זיין פון די "אמפייערס"...

כמעט וועכענטליך פלעגען מיר כסדר מיטהא‏לטן ווי דער רבי דער ברך ‏משה זי"ע פלעגט זוכה זיין אין א פעקעלע פון ווייבער שול גלייך צום רבי'ן אויפ'ן חומש ארויף(!) און דער רבי מיט זיין זיסע שמייכעל פלעגט זיך אויפשטעלן און ארומקוקען וועלכע יונגעל ס'ברויך א "פעקל חיזוק" און ער פלעגט צורופ'ן דאס קינד און אים דערלאנגען די פעקל וואס ער האט "ספעציעל געכאפט פאר אים!" איי... וואס פאר א הייליגע רבי מיר האבן פארמאגט!! זי"ע!.
שפעטער פלעגט מען שוין אויסשפרייטען א טלית איבער רבי'ן בשעת די פעקלעך זענען געפלויגען, (די פעקלעך פון צפון פלעגען נאך יא מאכן זייער וועג צום רבי'ן אין חומש אריין...).

ווי קען מען פארגעסן פון די 'קאפל מארקפלאץ' נאך יעדע באווארפען? ווען - על פי רוב - פלעגן דייקא די קינדער וואס האבן קיין פעקל געכאפט‏, דייקא זיי פלעגען ס'קאפל פארלירען פונקט אין צענטער פונעם געדרענג און ביים הויעכפונקט פונעם געווארפאכץ! ס'פלעגן זיך דרייען א מנין צוויי מיט הענט אויף די קעפ און פארטרויערטע געזיכטער... ס'האט זיך אייביג אפירגעזוכט א עלטערע אידל וואס פלעגט די קינדער נעמען אינטער די שוץ פון זיין שטריימעל עד יעבור זעם ביז די קאפל וועט אפגעפונען ווערען...‏

אויך איז דא פיינע זיכרונות פון די פרייטאג צונאכטס טישן. ווען מיין פאטער פלעגט וועכענטליך גיין צום טיש, און איך האב זוכה געווען אסאאאך מאל מיטציגיין. די זיכרונות פונעם רבינ'ס הדרת פנים אנגעטון מיטן טלית אויף די איקסעל, און דאס ווארעמקייט פון די שלום עליכם, אשת חיל (ווי דער רבי פלעגט וועכענטליך אינטערהייבען די "חלה דעקל" און מסדר זיין אז די רעכטע חלה זאל זיך ארויסשטעקען א משהו פאראויס פון די לינקע חלה). די קידוש. די ברכת המוציא, די שירים געטיילאכץ. די פיש. די שירים וכו' וכו'.

‏דעם רבינ'ס לעכטיגע פנים און די אויגן וואס האבן ווי געשריגן פול מיט תמימות דעם‏ "את האלוקים התהלך נח". די פאטערליכע בליק פון רבי'ן איז ווערד געווען א מיאנטעק! זי"ע.

ס'איז נאך דא פארשידענע זכרונות. מ'דארף עס נאר קענען צוזאמנעמען אין קאפ, און עס דערנאך מסדר זיין על הכתב.

יע, ראדני איז א שטיק לעבעדיגע היסטאריע!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

תואר
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

תגובהדורך תואר » דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:56 pm

שמאטע שילדערט פיין.

הלוואי ווען איך קען ווען הערן נאך איינמאל דעם קידוש פרייטאג צונאכטס, דאס האט געהאט א טעם גן עדן.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג פאברואר 17, 2015 1:05 pm

שמאטע, זיס און געשמאק
אין זמירות ד"י שטייט דאס, אז דער רבי זי"ע האט זיי מסדר געווען ביי אשת חיל.
די רעכטע מער פאראויס איז א טורי זהב.

אבער ביטע נישט פארן (דא) ווייטער מיט זכרונות פון רבי'ן.
וואו איז דָוִי?

שדכן
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:59 pm

תגובהדורך שדכן » דינסטאג פאברואר 17, 2015 2:46 pm

שמאטע יו שרייבסטו גוט
איך האב נאך עד היום נישט געטראפן מיין קאפל וואס איך האב דארט פארלארן

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג פאברואר 17, 2015 2:50 pm

בס"ד

יוי האסטו מיך דערמאנט נאך זכרונות, דארט ביים אלטן בית קויפמאן - וואו איין עיר קאנדישאן האט געארבייט די שטארקסטע פון גאנצן ראדני קאמפלעקס, געבלאזן דעם עולם אין פרצוף ביז אריין אין בית שני - בקיצור, דארט פלעגט מען קענען ארויס צום גאס דורך אזא בונקער-טונעל-טירל וואס מען האט נישט געחלומט אז אויב מ'גייט אריין דא קומט מען ארויס אויפ'ן פראנט יארד פונעם קהלס אפיס....

און די האלצערנע קעסטלעך מיט די גלאזערנע טירן - הא הא, ווי די אייזקרים פריזערס אין גראסערי... פארנדיגע פענסטערס...

שמאטע האט געשריבן:גאר א געשמאקע אשכול דאס! פול מיט זיסע זיכרונות אווי עס פא‏סט זיך פאר אזא מקום קדוש ווי ראדני.

מיר ליגט גוט אין זיכרון די וועכענטליכע אויספארקויף אויף די מאנטלען אין בית קויפמאן, וואס צוליב די איבערפלוס פון 2 פוס דיק מאנטלען אויף אלע טישן פלעגט מען מאכן אזא 'נקנה במשיכה' גורל, און "האעווער קאמס פורסט טעיקס וואטעווער קאמס פירסט"...‏ ס'האט זיך געגאסן קויטס בשפע דארטן... און ווען די עלטערע אידן פלעגען זיין אן אלערט יעדעס מאל א 'צוציק' האט אויפגעמאכט די טיר וואס האט זיך געפונען אין בית קויפמאן וואס פירט ארויס צום קליינעם חצר אויף ראדני סט. ... איי פלעגען זיי זיך בייזערען מיט זייערע אויסדריקען אז מ'זאל פארמאכן די טיר ווייל ס'קומט אריין די קעלט... 

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:38 pm

איי שמאטע, ביזן סאדע מאשין האסטו מיר געשלעפט, מיטגעשלעפט א פאר קאפס, מיט די שטיקער אייז דארט, איי געווען צייטן אמאל
די פעקלעך וואס האבן געפלויגן אויפן רבינ'ס חומש, ווי די רבי האט געגעבן פאר די קינדער (איך געדענק נישט ער זאל זיך אויפשטעלן)
===
אגב, די מסדר זיין די חלות ביי אשת חיל איז א סיגעטער מנהג

צוריק צום נושא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דינסטאג פאברואר 17, 2015 4:13 pm

שמאטע האט געשריבן: און אויך געדענק מיר גוט די מקוה מיט ר' משה אפרים ז"ל. א איד מיט א ווארעם הארץ און א גוט ווארט צי יעדע צייט, און זיינע בנים אלס שערערס, און די וויין שטיבל מיט די "כב 1/2" פרייז לעבעל אויף א קעסטעל קדם מאטאק קל... 

ווי אויך די 'האר מיט די האנטוכער' ‏וואס מ'פלעגט מיטנעמען אין מקוה. די גרויסע נעגל שניידערס באהאפטען צי קייטעלעך אז ס'זאל זיך חלילה גליסטען פאר משהו צי שניידן די פוס'ן נעגל דערמיט... און נאך פארשידענארטיגע חפצים וואס פלעגען אראפהענגען פונעם דאך (פארענט פונעם גרויסען האלצערנעם באקס מיט די גלאזערנע ריקעדיגע טירן.

שמאטע די ביסט גוט....איי איז דאס זיסע זכרונות
פון די גרויסע לאזיגע צוגעטשענטע קעמלעך וואס דער עולם איז געשטאנען אין די ליין צו קעמען די בארד האסטו פארגעסען.
ווען ר' משה אפרים ע"ה זאל נאר זעהן וואס עס טוט זיך דארט......
בד"וו ווי לאנג איז ר' משה אפרים ע"ה געווען מקוה איד ? איז געווען איינער פאר אים?
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג פאברואר 17, 2015 4:22 pm

בס"ד

אה, זכרונות, אן א סוף...

ווער געדענק דער ברך משה זי"ע, נאך אין די מ' יארן, פלעגט נישט האבן די בענקל אין זייט פון באלעמער, נאר איז געזיצן אויף די באנק בין גברא לגברא - נעבן אים פלעגט געווענליך זיצן רבי וואלף בער לעבאוויטש ז"ל, איא? - און ביים ליינען פלעגט ער זיך אויפשטעלן שטיין ביים זייט.

חיים האמבורג
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:02 am

תגובהדורך חיים האמבורג » דינסטאג פאברואר 17, 2015 4:57 pm

דער סאדע מאשין איז געווען עפעס וואס האט געצויגן אינטערעסע ביי קינדער פארמאגנדיג דער אויסוואל פון סאדע "אן" גאז.

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דינסטאג פאברואר 17, 2015 5:51 pm

חיים האמבורג האט געשריבן:דער סאדע מאשין איז געווען עפעס וואס האט געצויגן אינטערעסע ביי קינדער פארמאגנדיג דער אויסוואל פון סאדע "אן" גאז.

מיט אייז
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 1:07 pm

גלגלשלג האט געשריבן:
חיים האמבורג האט געשריבן:דער סאדע מאשין איז געווען עפעס וואס האט געצויגן אינטערעסע ביי קינדער פארמאגנדיג דער אויסוואל פון סאדע "אן" גאז.

מיט אייז

אמת דער אינטרעסאטער סאדע מאשין
וגם בזכרוני בעת שרבי לייבוש לייזער שלט"א הפשעווארסקער רבי התפלל שם בבית המדרש משך כמה שעות
און דער ריתחא דאורייתא צווישן רבי שלום זידיטשויבער און אראדער רב זצ"ל

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 8:55 pm

בס"ד

יא, דער פשעווארסקער רבי שליט"א פלעג דאווענען ביים מזרח וואנט אין פאליש, שטיל אבער מלא דביקות.

dovidal האט געשריבן:
גלגלשלג האט געשריבן:
חיים האמבורג האט געשריבן:דער סאדע מאשין איז געווען עפעס וואס האט געצויגן אינטערעסע ביי קינדער פארמאגנדיג דער אויסוואל פון סאדע "אן" גאז.

מיט אייז

אמת דער אינטרעסאטער סאדע מאשין
וגם בזכרוני בעת שרבי לייבוש לייזער שלט"א הפשעווארסקער רבי התפלל שם בבית המדרש משך כמה שעות
און דער ריתחא דאורייתא צווישן רבי שלום זידיטשויבער און אראדער רב זצ"ל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג פאברואר 20, 2015 1:50 am

מיללער האט געשריבן:אריינקומענדיג אין ביהמ"ד מצד דרום איז געשטאנען א האלצערנע שאנק דארט זענען געליגן די שבת'דיגע סידורים פאר די אידן מיט זיצן אויף די העלפט בית המדרדש, די גאר אלטע ברוינע לענגלעכיגע מיט א שטארקן סטעיפל און א דינע צוריסענע פאפירענעם דעקל (שפעטער האט מען דאס נאר אפירגענומען אין א יומא דפגרא), נאכהער זענען געווען די נייערע מער סקווער-סידורים אלע קאלירן; ברוינע בעיקר, בלויע און רויטע אויך, און אויך די ווייסע מיט די אכזריות'דיגע סטעיפל וואס האט פארמאכט דעם סידור מיט א ווילדקייט, נאר א דיקער שווארצער חומש מקראות גדולות נדבת רבי מאיר ישראל ורבי נפתלי "שנדבו מאה זאץ חומשים" דאס האט אראפגעהאלטן דעם סידור.
צוגעלייגטע
IMG_20150219_182430.jpg

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » פרייטאג פאברואר 20, 2015 8:05 am

טוויט_ראביי האט געשריבן:
טוויט_ראביי האט געשריבן:פון די איינציגסטע זאכן וואס איז נאך פארבליבן איז די גרויסע אייזענע משנכנס וואס מען הענגט אויף ראש חודש אדר אויף מעריב.

די מודעה איבער גיין מיט די פושקאס, הגם דאס איז שוין נישט די אריגינעלע געמאלענע דורך באבד, אבער אויך פארבליבן כמנהג המקום אין בלעך אייזן...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג פאברואר 20, 2015 2:38 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:
טוויט_ראביי האט געשריבן:
טוויט_ראביי האט געשריבן:פון די איינציגסטע זאכן וואס איז נאך פארבליבן איז די גרויסע אייזענע משנכנס וואס מען הענגט אויף ראש חודש אדר אויף מעריב.

די מודעה איבער גיין מיט די פושקאס, הגם דאס איז שוין נישט די אריגינעלע געמאלענע דורך באבד, אבער אויך פארבליבן כמנהג המקום אין בלעך אייזן...

און ר' בנימין הערש זז"ג איז עס ערענסט מקיים!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט