סאטמאר ראדני אמאל און היינט

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

שטארק זיך'ס שפראך צעגייט דאך אין די גלידער, פיינע נייעס.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

שוועמל האט געשריבן:די לאנגיעריגע שיעור פון ר' שמואל בראך זז"ג אין בית קויפמאן. האלט נאך אן?

יא, אפי' ווען קיינער איז נישט דארט אויסצוהערן....
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הלשון האט געשריבן:
אנפין נהירין האט געשריבן:עס בענקט נאך דעי צייטען אויפגעצויגען אלע קינדערשע יארן אין בעדפארד גארדענס סא עס איז זייער אינטערסאנט אין אימשאנעל, ווער געדענקט דעי יוד וואס פלעגט פארקויפן ספרים אין פאליש אויף די ערשטע טיש גלייך ווי מען קומט אריין, אייביג האט ער געהאט עפעס א גראם צו זאגען, ער האט געהאט א רויטע ווען מיין איך

ר' יוסל סאקס ע"ה
אטעטשמענטס
213.jpg
213.jpg (169.16 KiB) געזען 4074 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

שטארק זיך האט געשריבן:פארטיקולערלי זעה איך פאר די אויגן ר׳ משה האנדלער׳ן ע״ה זיך טענה׳נדיג מיט זיינע חברים איבער א שטיקל וואטעווער.
אטעטשמענטס
SNC01579.jpg
טוויט_ראביי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2010 11:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוויט_ראביי »

ביי שלש סעודות פלעגט מען פארמאכן די בית שני, אלע קינדער האבן געדארפט אריינגיין, ר׳ שלמה הערש פעלדמאן פלעגט טיילן פאטעיטא טשיפס וואס איז געווען באהאלטן אין א גרויסע גרויע דאנק.
פון די איינציגסטע זאכן וואס איז נאך פארבליבן איז די גרויסע אייזענע משנכנס וואס מען הענגט אויף ראש חודש אדר אויף מעריב.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'מיין ר' הלל מטאבאקא לעבט נאך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מי יודע האט געשריבן:איי מיללער מיללער, אזא נאסטאלגיע
די קאווע אונטן וואס איז געווען א חכמה כמזיגת כוס צו קענען צולייגן מילך און עס נאך קענען טרינקען


אז מ'רעדט פון די קאווע אונטן דארף מען דערמאנען ר' יעקב הערש פר"מ ע"ה, די קאווע איז געווען אויפגעקאכט מיט די מילך, אנטהאלטנדיג אזא דינע ברוינעם האטל פון אויבן, צומאל האבן שטיקלעך דערפון געטראפן זייער פלאץ אין א אומשולדיגער קאווע... אז מ'רעדט פון קאווע מיט מילך, יעדן שבת אינדערפרי זענען געווען עטליכע חבורותות וואס האבן געהאט זייערע שיעורים קבועים אונטן אין די שטיבלעך, ובתוכם ר' וואלף לעפקאוויטש דער גראסערי אין חדר ב' אויפן טיש נעבן דעם עמוד, געלערנט מיט אזא געשמאק זיך געאייסערט אויף א שטיקל גמרא, איינגעבויגן אין צווייען איבער די גמרא מיט ארונטערגעלאזטע ברילן.

אדער די אנדערע חברותא ביים טיש נעבן דעם ארון הקודש, ר' .. פריינד מיט ר' ... אויש, איך געדענק שוין נישט די צאצאי משפחת לעפקאוויטש-פריינד, זיי האבן רעזערווירט אזא מקוה האנטוך אויסגעשפרייט ווי א טישטיך אויפן טיש, דארט איז געלעגן א באטעלע קאווע מיט א פאפירענעם מילך באטל, נאר יחידי סגולה פלעגן אהינקומען מיט נאסע טראפנדיגע מקוה פיאות אנשיטן אביסל קאווע, ווען די זקנים קוקן ארויס העכער די ברילן מיט ערנסטע מינעס צו זעהן צו יענער לקח'נט נישט מער שטויבליך ווי ערלויבט.

אנדערע האבן זיך סתם אנידערגעזעצט אויפן צענטראלען טישל מיט די אטעטשירטע בענק מן הצדדים הארט נעבן דעם קאווע פעסל, און דארט געמאכט א פיינעם שהכל און א בורא נפשות, די אלע נייעס וואס מ'האט נישט אויספיעט צו הערן אין מקוה האט מען געענדיגט איבער א גלעזל ווארימע קאווע (דערמאנט מיר די מקום קבוע'ס אין מקוה, אוי ר' מרדכי'לע גליק קום צוריק, נישטא ווער סאל היינט לעבעדיג מאכן א מקוה שבת אינדערפרי, יעדרע קומט היינט מיט א געמאכטע ערנסטקייט, איי האט מען געשמייכלט דארט אין ראדני, דער נעפיו ר' משה דער גבאי פלעגט זיך ווערטלען אויף די לעצטע באנק צו רעכטס מיט די פעטערס, און דערנעבנדיגע אידן האבן געהאט אונטערהאלטונג, ר' מאיר ראטה האט אריינגעווארפן זיינע פאר צענט, געווען א געשמאק וואס זאל איך אייך זאגן).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לאמפ האט געשריבן:
ווער געדענקט דאס פארקויפן עליות אינדערוואכן, אונטען דורך ר' וויינגארטן און אויבן דורך ר' גליק. ג-ט זאל באהיטן אויב וויינגארטן זאל פארקויפן אויבן און גליק אונטן..
..


די פושקע-גייערס יוניאן האט אויך אריינגענומען ר' גדלי' וואלף ע"ה, טאקע ר' מענדל מאיר גליק זז"ג, ר' יצחק שטוהל זאל געזונט זיין, הרב וויינגארטן. נישט געווען קיין זעקליך, וואס יעדער שמויגער האט ביי זיך אין טלית בייטל, אלעס האט געהאט חזקות.

יעדעס מנין האט זיך געהאט זיין אנפירער, תרח'ס מנין אין חדר א' דער ותיקין מנין דערנעבן אין חדר ב', מסתם דאוונט נאך ר' מרדכי גוטמאן פון גאלדען פלאן ביי תרח'ן אבער די עלטערע אידן ווי ר' יעקב משה זענען שוין היסטאריע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איינער געדענקט די FAN וואס האט געהאנגען העכערן ברך משה ז"ל ביי שלש סעודות דארט אויף מעריב זייט...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

"ר' ישעי' קארנבלי איז נישט נאר געווען דער הענדימען נאר אויך דער לאלי מענטש טיילענדיג לאלי'ס יעדער שבת ויו"ט פאר אלע קינדער."

לאליס? האניג קוקיס, היימיש געמאכט!

אה, זכרונות!

די קוקיס האט געבאקן להבחל"ח זיין פרוי וואס איז אוועק נאך אין די מ' יארן, זייט דעמאלט האט ער נאר געטיילט לאליס.

וועגן די שיעורים שבת קודש צופרי אין פאליש און אין בעיסמענט - ב"ה מ'האמיר די זכי' צו האבן געזען להבחל"ח אראדער רב זי"ע און זידיטשויבער רבי זי"ע לערנען בדביקות דארט נעבן ר' יחזקא' שמש שטיבל, נאך געזען רבי ישעי' ווייס זצ"ל פארלענען אין ביהמ"ד, און זיך טענה'ן ביים רעדל מיט להבחל"ח רבי אלימלך שטערן כיתה א' רבי און רבי שלו' אייזיקאוויטש'ן שליט"א.

איי, רבי אהרן ט"ב (געמיינט אלס פיצלס ער איז טאהשער רבי...!), רבי חנא ט"ב, רבי שלו' לויפער, רבי מיילעך הגדול, זכר כולם לטובה.

סאך בעפאר ר' יעקב הערש היימאן איז געווארן כמו בעל תפילה קבוע ביים ברך משה זי"ע, איז געווען ר' אליעזר דוד לעבאוויטש, בפרט שבת ביי מנחה, וואך נאך וואך כמעט.

ווער האט דערמאנט דארט ר' מרדכי יעקב לעבי ז"ל, אמת תורתינו הקדושה והטהורה... יאפס, זכרונות. ווען מ'האט געזוכט א לוי, "מרדכי יעקב בן ר' יצחק אייזיק שלו' הלוי..." געדרייווט אזא קראכעדיגע קארעלע...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שטארק זיך האט געשריבן:פאליש מיט ר׳ איצעלע זארגער, לענעראוויטש, מאיר כהנא (פלאמער), תלי גראס.

די פינקע געווייקטע ספאנדזש קעיק ביי די קידושים דארט אויבן (שוין דערמאנט ווי די אינגלעך האבן זיך געשטופט ביים געיט, און ווי נאר מען האט געעפענט האט גראוויטי געצויגן אויף ארויף און ביז עטליכע מינוט איז קיין דזשינדער קעיל נישט געווען בנמצא פאר א רפואה)

מ׳געדנק מיר ר׳ חעזקל משמש׳ן שרייען ״ס׳עט פליען העטן״... און ס׳געפלויגן.. מ׳געדענק מיר דעם קליינעם ב׳חנ׳טן זקן מר לעבי מיט׳ן מכופל׳דיגן טשין, אויסשרייענדיג שבת ביי די מנחה מנינים אונטן: ״עמעס תורעסייני האקעדוישע והאטויראא״.

די פארשידענע נמוכי רוחא וואס האבן קונה שביתה אין בעיסמענט דארט, נישט ממש פאר אומזיסט, זיי האבן כמובן אונטערגעהאלטן די יוצאין ונכנסין...

די פורניטשור אידן ווי רעבעליע בערקאוויטש, וכדומה וואס האבן געגעסן געפילטע פיש מיט בילקעס ביי יעדע סעודת מצוה ויומה דפגרא...

שבת פארן דאוווענען פלעג דאס בית-מדרש זיין פיל שפרייזענדע תהילים׳זאגענדע אידן, ווען ביי טישן זיצן חבורות עלטערע אידן ווי לערנען אינאינעם מיט א ברען און א קאך, פארטיקולערלי זעה איך פאר די אויגן ר׳ משה האנדלער׳ן ע״ה זיך טענה׳נדיג מיט זיינע חברים איבער א שטיקל וואטעווער.

מ׳האט שוין דערמאנט דא די פלי-מארקעט וואס פלעג זיצן ביים מעריב פון ביהמ״ד צו, אנגעהויבן פון די סיידוואק דורכלויפנדיג די האלוועי אין פאליש ביזן ערשטן טיש אין בעסמעדרעש זעלבסט. אזעלעכע אידן ווי ר׳ שמואל שפיצער יחי׳ ויבל״ח ר הלל גאלדשטיין מטאבאקא, ר׳ יוסל סאקס (פארקויפט ספרים אינא באקס...) מיט זיינע גורלות ועוד ועוד. און צו די גאס צו איגעווען פארשידענע פעדלער וואס האבן פארקויפט מקאלינג קארד ועד שרוך נעל, און אינדערצווישן איבערגעניצטע כפרות כמיין דאבל עי בעטעריס...

איי ווי סבענק צו פינחס מיילעכס געוואלדעס אין נאכמער צו זיינע גוייים.... גיי רעד צו די יונגווארג.

שוין גענוג פאר יעצט...


שטארק זיך, שטארק זיך דיין זכרון ארבייט פיין

וויפיל דא געדענקען ר' שלום פרידריך, מענדעלע פריעד אויף די שטיגן פון בית קויפמאן, מיין באליבטער שמואל אלקנה (קני) ראטענבערג איי האמיר געהאט א גוד-טיים מיט אים, צווישן די פעדלער ר' דוד נארעלי מיט זיינע לשנה טובה קארטליך.
איך דערמאן זיל יעצט פון איינער וועם אלס קינד זענען מיר געווען זיכער אז דאס איז א ל"ו צדיק און פילייכט איז ער טאקע גווען, ער פלעגט קומען יעדן נאכמיטאג צו מנחה אין ראדני, מיט א קורץ רעקל און א רינדעכיגער ארויס-פון-שעיפ קראכענעם הוט, גאר א ווילדן גרויען בארד מיט קאלטענעס, מיט א קליינעם שאפינג-קערידזש פיל מיט אלטע שאפינג-בעגס, פון ארט האט ער ארויסגענומען אן אלטן דיקען סידור וואס די פאפירען האבן זיך שוין געברעקלט און ער האט זיך מיט א צאמגעצויגענעם גארטל אראפגעשטעלט אין א ווינקל דאווענען שטיל, שפתותיו נעות וקולו לא ישמע, ווער איז דאס געווען?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אה אה, מיללער, יו"ט, שטארק זיך, דאס אלעס ברענגט ארויף נאסטאלגיע, געווען אמאל א ראדני, געווען אמאל א וויליאמסבורג!

מענעלע פריעד ע"ה פלעגט זיצן אויף די טרעפ פון בית קויפמאן און הערן אויף גרויסע העד פאונס א תורה פון רבי'ן אדער צומאל א פלעי.

אלקה ראטענבערג ווען ער פלעגט טיילן דאלער, אדער זיך ארומדרייען אן א קאוט אין די ביטערסטע פרעסטן (דיר איז קאלט מיט א קאוט מיר איז קאלט אן א קאוט, זיין באקאנטע פראז), דאס אלעס איז אבער געווען דער צענטער אין ראדני. מאיר כהנא ע"ה, ער האט געוואוינט ביי די לאנצוט'ע רעבעצין תחי', ער האט פארקויפט פרייטאג נאכמיטאג מאסט, פיר דאלער היימישע מאסט, היימישע מאסט פאר פיר דאלער!

די ברוינע הויט אויף יעקב הערש'ס קאווע, ס'בענקט זיך פארט דערנאך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד

"ר' ישעי' קארנבלי איז נישט נאר געווען דער הענדימען נאר אויך דער לאלי מענטש טיילענדיג לאלי'ס יעדער שבת ויו"ט פאר אלע קינדער."

לאליס? האניג קוקיס, היימיש געמאכט!

אה, זכרונות!

די קוקיס האט געבאקן להבחל"ח זיין פרוי וואס איז אוועק נאך אין די מ' יארן, זייט דעמאלט האט ער נאר געטיילט לאליס.

וועגן די שיעורים שבת קודש צופרי אין פאליש און אין בעיסמענט - ב"ה מ'האמיר די זכי' צו האבן געזען להבחל"ח אראדער רב זי"ע און זידיטשויבער רבי זי"ע לערנען בדביקות דארט נעבן ר' יחזקא' שמש שטיבל, נאך געזען רבי ישעי' ווייס זצ"ל פארלענען אין ביהמ"ד, און זיך טענה'ן ביים רעדל מיט להבחל"ח רבי אלימלך שטערן כיתה א' רבי און רבי שלו' אייזיקאוויטש'ן שליט"א.

איי, רבי אהרן ט"ב (געמיינט אלס פיצלס ער איז טאהשער רבי...!), רבי חנא ט"ב, רבי שלו' לויפער, רבי מיילעך הגדול, זכר כולם לטובה.

סאך בעפאר ר' יעקב הערש היימאן איז געווארן כמו בעל תפילה קבוע ביים ברך משה זי"ע, איז געווען ר' אליעזר דוד לעבאוויטש, בפרט שבת ביי מנחה, וואך נאך וואך כמעט.

ווער האט דערמאנט דארט ר' מרדכי יעקב לעבי ז"ל, אמת תורתינו הקדושה והטהורה... יאפס, זכרונות. ווען מ'האט געזוכט א לוי, "מרדכי יעקב בן ר' יצחק אייזיק שלו' הלוי..." געדרייווט אזא קראכעדיגע קארעלע...


ר' אליעזר דוד ליינט נאך אסאך מאל שבת ביי מנחה, בעל תפילה איז אדער ליפא קרויס אדער הערשל גאלדבערגער, הועווער קעים פירסט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שוועמל האט געשריבן:איינער געדענקט די FAN וואס האט געהאנגען העכערן ברך משה ז"ל ביי שלש סעודות דארט אויף מעריב זייט...

און אגב זיך דערמאנט פון די אמאליגע [פאני] לעקטערס ווען מהאט עס אנגעצינדן נאך שלש סעודות תורה האט גענומען צען מינוט צו ווערן לעכטיג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שוועמל האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:איינער געדענקט די FAN וואס האט געהאנגען העכערן ברך משה ז"ל ביי שלש סעודות דארט אויף מעריב זייט...

און אגב זיך דערמאנט פון די אמאליגע [פאני] לעקטערס ווען מהאט עס אנגעצינדן נאך שלש סעודות תורה האט גענומען צען מינוט צו ווערן לעכטיג.

יא, געדענק מיר נאך די פען, די לעקטער, ר' יחזקאל מיט פלעשלייט, די טונקעלע פאליש מיט די לעצטע צוויי לעקטער, די בענק מיט די הויכע אנליינער, איך דענק נאך ווען ס'איז געווען די אלטע ברוינע בענק נאך פאר מ'האט געמאכט די האלצערנע מיט אייזערנע בענק מיט די הויכע אנליינער, איי איי איי געווען צייטן אמאל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

די סוכה...

אויף 150 ראדני הענגט נאך די מוסדות יטב לב שילד

11.JPG
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ביים איבערמאכן די אריינגאנג

12.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
טוויט_ראביי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2010 11:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוויט_ראביי »

אלקנה ראטענבערג עליו השלום אויפן סטעפס ביים בית שני
אטעטשמענטס
image.jpg
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

איי קני קני , למה עזבתני?
זאלסטע רוען אין ליכטיגען גן עדן!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

שנאפס האט געשריבן:ר' אליעזר דוד ליינט נאך אסאך מאל שבת ביי מנחה

איך מיין אז יעדע וואך, ביי די ערשטע מנין
ווי אויך ליינט ער אין די תעניות ביי מנחה
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35420
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיסטעריעז האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:ר' אליעזר דוד ליינט נאך אסאך מאל שבת ביי מנחה

איך מיין אז יעדע וואך, ביי די ערשטע מנין
ווי אויך ליינט ער אין די תעניות ביי מנחה

ואלו ואלו דברי אלקים חיים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
טוויט_ראביי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2010 11:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוויט_ראביי »

די מנין מעריב אינעם משמש שטיבל און די קליינע שלש סעודות דארט, פלעגט זיצן ר׳ ישעי׳ קארנבלי, אברומעלע שטיינמעטץ, ארי׳ לייב גלאנץ, און נאך עטליכע מענטשן, ר׳ ברוך יודא שניטצלער פלעגט זיך איינטיילן מיט ר׳ ישעי׳ ווער עס זאל זאגן תורה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

די ברייטע פרישטאגס אין קליינע בעק-סוכה חול המועד סוכות, איי געווען צייטן, געזיצן מיט יעקב שמשון גאלד און געקנאקט וויצן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

טוויט_ראביי האט געשריבן:די מנין מעריב אינעם משמש שטיבל און די קליינע שלש סעודות דארט, פלעגט זיצן ר׳ ישעי׳ קארנבלי, אברומעלע שטיינמעטץ, ארי׳ לייב גלאנץ, און נאך עטליכע מענטשן, ר׳ ברוך יודא שניטצלער פלעגט זיך איינטיילן מיט ר׳ ישעי׳ ווער עס זאל זאגן תורה.


דער מנין גייט נאך אן, היינט צוטאגס זאגט תורה יושע ארי' מאשקאוויטש
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

נו, מאטכע יאנקל מיטן וואלקסוואגאן אויטא, ווי אויך האט ער פארמאגט א "מיני ווען" א אור אלטן וואלקסוואגאן ווען איז עס געווען. ער פלעגט דארט אין פאליש מיט איינעם עפעס א גראס באטשי פערברענגען.

דארטן אויף די דרום זייט איז געווען א הויף ווי די קינדער פלעגן פערברענגען.

אייזערנע שאפעס אין פאליש פאר די סידורים. ווער האט בכלל געטראכט פון הילצערנע פערניטשער סטיל שאפעס.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”