די מנורה האט געזיגט!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
די מנורה האט געזיגט!
אין די שטאט "קיעל" (Kiel) אין צפון דייטשלאנד, איז אין די יארן 924'–933' געווען א רב\ראבינער דר. עקיבא ברוך פוזנר. א פוילישער געבוירענער אין די שטאט ,שאַמאַטוּעֶי". ער איז געווען די לעצטע רב אין די שטאט פאר די מלחמה.
(כ'האב נישט צופיל געטראפן איבער אים. ער איז שפעטער געווען אין ארץ ישראל, ווי ער האט געהערט צו די מזרחי קרייז. געווען איז ער די הויפט ביבלאטיקער פון היכל שלמה. אין דייטשלאנד גופא, איז ער געווען א געלערענטער - ווי עס איז געווען די סדר ביי די דייטשע רבינאט - אויף די בילדער קוקט ער אויס ווי א פרומער רב. אדרבה, אז איינער ווייסט עפעס מער, ביטע צולייגן.)
אלס ראבינער אין קיעל.
די ערשטע אידן אין די שטאט "קיעל" ווערן דערמאנט אין די 16'הונדערטער יארן (17'טע סענטערי למספרם). אין '782 און אין 869' בויעט מען צוויי שולן. אין יאר 910' איז די צווייטע שול איבערגענומען מיט א נייע שול, וואס פארמאגט 650 זיצען, און א אידישע שולע. אין יאר 933' ווייזט די סענזוס 613 אידן.
די שול אין שטאט.
אין יאר 933' איז שוין היטלער ימ"ש געווען די פירער פון דייטשלאנד, און די רדיפות אויף די אידן האבן זיך שוין אנגעהויבן. נאכן זעהן שילדען ביי געוויסע פלעצער אין די שטאט "אידן אריינגאנג פארבאטען", האט דער רב פוזנער געשריבן א פראטעסט אפ-עד איז צייטונג, און ער איז לכבוד דעם אריבער גערופען געווארן צו די נאצישע רעגירונגס אפיס פאר "אויספארשונג". בנוסף זענען צוויי אידישע אדוואקאטען געהארגעט געווארן, און די אידישע וויסענשאפטלער האבן פארלוירן זייערע פאזיציעס אין די יונעווערסעטי.
זעהנדיג די אנגעצויגענע לאגע, האבן די קהלה לייט געבעטן די רב צו אנטלויפן. עס איז נישט געגאנגען גרינג - לויט ווי מען שרייבט - אבער נאכען האלטן א רעדע צו זיין קהילה ווי ער האט געבעטן אלע צו אנטלויפן, האט זיך דר. ראבינער פוזנער, זיין ווייב - רחל - דריי קינדער - אברהם חיים, טויבע\גיטל און שולמית - געזעגענט פון די שטאט און אנטלאפן. ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אין יאר 935.
ראבינער פוזנער ביי די באן שטאנציאן מיט זיין ווייב און קינדער, ביים אנטלויפן פון דייטשלאנד.
ראבינער פוזנער אין ארץ ישראל.
איין יאר פארדעם, אין יאר 932', האט דר' ראבינער פוזנער געצינדען די מנורה, ביי די פענסטער פון זיין הויז. עס איז געווען היפש א געוואגטע שריט, ווייל די נאצישע אנטעסעמעטיזעם האט שוין געבוזשעוועט אין לאנד. און טאקע קעגן זיין דירה, אויף די הויז אנטקעגן איבער, איז געהאנגען א נאצי-פאן מיטן האקן-קרייץ.
זיין ווייב רחל האט געכאפט א בילד פון די מנורה ביים פענסטער, עס איז געווען א ערב שבת - ווי זי פארציילט - און דארט זעהט מען די מנורה, און טאקע אינדרויסען אנטקעגן איבער, זעהט מען די טרויריגע בארימטע נאצישע פאן.
די מנורה ביים פענסטער!
אויף די צווייטע זייט פון די בילד, האט די פרוי רחל געשריבן אויף דייטש:
חנוכה 5692 (1932)
"טויט צו די אידן,
אזוי זאגט די פאן!
יודן וועלן פאר אייביג לעבן,
אזוי ענטפערן די ליכט!!
("Juda verrecke"
die Fahne spricht -
"Juda lebt ewig"
erwidert das Licht)
די אויפשריפט אויפן צווייטען זייט בילד!
רוב פון די אידן פון די שטאט האבן זיך טאקע געראטעוועט מיטן אויספאלגן די רוף פון זייער פירער צו אנטלויפן, אבער דאך זענען א טייל געבליבן, קריסטאל נאכט 938' האבן די נאציס אונטערגעצונדען די שול אין איר געשעדיגט, און אין יאר 939' איז זי אינגאנצען צושטערט געווארן. א מינימום פון 240 אידן פון קיעל זענען אומגעברענגט געווארן אין די מלחמה, הי"ד.
היינט וואוינען אין די שטאט 550 אידן (וואספארא סארט ווייסעך נישט). און זינט 006' איז שוין אין קיעל - און אין איר שכן שטאט קרונסהאַגען - געשטעלט געווארן 205 שטאלפער-שטיינער אלס אנדענק פון די קרבנות פון די מלחמה.
(די שטאלפערשטיינער זענען א פראגראם, ווי אקטעוויסטען שטעלן אזעלעכע קליינע שטיינער פארענט פון הייזער איבער גאנץ אייראפע, ווי אידן האבן געוואוינט איידער מען האט זיי פארטריבען און\אדער געהארגעט. לויט די לעצטע ציילונג איז שוין פארהאן אזויפיל ווי 48,000 אזעלעכע אנדענקונגען אין 18 אייראפישע מדינות.)
שטאלפער-שטיינער
נאכען זיך ראטעווען קיין ארץ ישראל, האט די פוזנער פאמיליע ווייטער געפירט זייער לעבן אין ארץ ישראל. צווישען די זאכען וואס זיי האבן מיטגעברענגט קיין ארץ ישראל ביים אנטלויפן, איז די דערמאנטע מנורה! און מיט די יארן איז עס אריינגעשטעלט געווארן אין מוזיום יד ושם, ווי עס איז שטאלץ אוועק געשטעלט, ווען דערנעבן הענגט די בילד, ווי זי שטייט שטאלץ אין דייטשלאנד, אין יענע ביטערע יארן, און זאגט פאר די נבואה ווי די פרוי רחל פוזנער האט יעמאלט געשריבן:
יודן וועלן פאר אייביג לעבן,
אזוי ענטפערן די ליכט!!
די מנורה!
אין מוזיום.
יעדעס יאר פאר חנוכה, קומט משפחת מאנסבאך (משפחה פון שולמית די עלטערע טאכטער פון ראבינער פוזנער.) און נעמען אפ די מנורה - קיין בית שמש - צו קענען צינדען חנוכה. און נאך יו"ט ווער זי צוריק געקענט צו איר היים אין מוזיאום.

לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:14 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- מזויף מתוכו
- שר מאה
- תגובות: 140
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
- לאקאציע: דאס פלאץ
- derech eretz
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4478
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm
ייש"כ. זייער שיין באשריבן.
אגב איז אינטערעסאנט אז אלס געלערנטע דויטשע פרוי האט זי טאקע בעסער געקענט דעם אידישן דאטום ווי אסאך פון אונזערע באבעס. זי רעכנט דאס יאר לויטן אידישן און רינגלט איין דעם ציווילן דאטום.
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דעם טיטל ראבינער על שם מה? וואלסטו רש"ר הירש אדער שאפראנער רב אויך אזוי אנגערופן? אדער איז גאר די מזרחי אנגעהעריגקייט זיינע דער גורם.

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- aperlscript
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 272
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
- לאקאציע: Dreaming in code
מי חכם האט געשריבן:ייש"כ. זייער שיין באשריבן.
אגב איז אינטערעסאנט אז אלס געלערנטע דויטשע פרוי האט זי טאקע בעסער געקענט דעם אידישן דאטום ווי אסאך פון אונזערע באבעס. זי רעכנט דאס יאר לויטן אידישן און רינגלט איין דעם ציווילן דאטום.
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דעם טיטל ראבינער על שם מה? וואלסטו רש"ר הירש אדער שאפראנער רב אויך אזוי אנגערופן? אדער איז גאר די מזרחי אנגעהעריגקייט זיינע דער גורם.
די לעצטע שורה איז מער פאסענד פאר אן אישי (מיט די הנחה אז דו ווילסט וויסן אמת'דיג תשובה)!
מ'שרייבט א טיטל וואס יענער וואלט געוואלט, ראבינער איז געווען זיין טיטל
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
א שיינעם דאנק פאר א באדאנקער.
כ'האב געטראפן נאך אינפארמאציע איבער דעם רבינער פוזנער, און איבער די שטאט "קיעל".
ער איז געבוירן אין יאר 890', אין די שטאט שאַמאַטוּעֶי - ווי אויבן דערמאנט - די אלטערנעטיווע נאמען פאר די שטאט איז "סאמטער" (Samter) דאס אויף דייטש. נפטר געווארן איז ער אין יאר 962' אין ארץ ישראל. ער האט באקומען סמיכה פון די "רבנישע סעמינאר אין בערלין", אין יאר 919'. און זיין דאקטעראט פון די "יונעווערסעטי פון טובינען" (Universität Tübingen) אין יאר 923'.
עס איז ארויס א בוך פון זיין בייאגרעפיע זכרון בספר: לרב עקיבא ברוך פוזנר ז"ל - זקן הספרנים בספרייה התורנית המרכזית לישראל, בהיכל שלמה בירושלים, אין יאר 964 '.
ער האט ארויסגעגעבן ספרים אויף תנ"ך, אונטער די נאמען "דר. ארטער פוזנער" (Dr. Arthur Posner). צוויי וואס כ'האב געטראפן דאַס בוּך דעֶס פראָפיט מיכה (Das Buch des Propheten Michah)ׁׁׂׂ, אויף ספר מיכה. און די סאַלמן (Die Psalmen) אויף ספר תהילים.
אין "המסלה" יאר תרח"צ האט ער געשריבן א מאמר צום 100'טן יארצייט פון ר' עקיבא אייגער זצ"ל.
אזוי אויך האב איך געטראפן נאך אינפארמאציע איבער די שטאט "קיעל".
די דערמאנטע שול געבויט אין יאר 869' איז געווען מיט 85 מענער זיצען חוץ די ווייבערשול.
די שול אויף די Hassstrasse גאס.
די אנדערע - דריטע שול - איז געווען ביים קארנער פון Goethestraße און Humboldtstraße גאסן.
נאך א בילד פון די דריטע שול.
אין יאר 852' האט מען מקדש געווען די בית החיים אויף די Michelsenstraße גאס. (זומט אריין מיט "בירדס'איי", קען מען זעהן די בית החיים) די בית החיים איז נאך היינט אין באנוץ.
לויט ווי מען שרייבט, איז ביזן יאר 930' בערך, געווען נאר "דייטשע אידן", און דאן זענען אנגעקומען "ארטעדאקסישע-מזרח אייראפישע" אידן. א קאנפליקט צווישען די געמיינדעס האט אויסגעבראכען, ווען די לעצטע האבן געפאדערט צו שטרענגער האלטן די אידישע הלכות .די ארטעדאקסען האבן געמאכט אייגענע שולן וכדו'. און דער דערמאנטער ראבינער פוזנער, איז געברענגט געווארן צו מאכען א ארדענונג צווישען די קריגערישע גרופעס. קוקט אויס ער איז געווען אנגענומען ביי ביידע.
ווי דערמאנט איז די שול באטראפען געווארן קריסטאל נאכט.
די שול נאך די אטאקע.
און א געדענקמאל צו די אידן פון קיעל איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 989' דארט ווי עס איז געשטאנען די גרויסע שול. די געדענקמאל זאגט:

Here stood the synagogue of the Jewish Community of Kiel which was destroyed in the period of Nazi tyranny by an arbitrary act on November 9th, 1938
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
א גרויסן יישר כח אייך הרב לכתחלה, הערליך אראפגעשריבן, באגלייט מיט היסטארישע דאקומענטן און בילדער! כמותך ירבו באייוועלט
-
אין קאנסטראקטיווע קריטיק שטעלך איך זיך צו צום חכם מיט די טענה
דאס אז הרב פאזנער איז געווען שטודירט איז דאך געווען נארמאל און אונגענומען ביי יענע קרייז, איך מיין אז פאר אן ארטאדאקסישער רב קומט כאטש צו שרייבן "הרב דר." און נישט "ראבבינער" וואס סטעמפלט אים אפ מער ווי א רעפארם ראביי.
כנלפע"ד ואיני אומר שתקבל דעתי

מי חכם האט געשריבן:סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דעם טיטל ראבינער על שם מה? וואלסטו רש"ר הירש אדער שאפראנער רב אויך אזוי אנגערופן? אדער איז גאר די מזרחי אנגעהעריגקייט זיינע דער גורם.
דאס אז הרב פאזנער איז געווען שטודירט איז דאך געווען נארמאל און אונגענומען ביי יענע קרייז, איך מיין אז פאר אן ארטאדאקסישער רב קומט כאטש צו שרייבן "הרב דר." און נישט "ראבבינער" וואס סטעמפלט אים אפ מער ווי א רעפארם ראביי.
כנלפע"ד ואיני אומר שתקבל דעתי
- אטעטשמענטס
-
- GetImage.png (13.04 KiB) געזען 4778 מאל
-
- GetImage (1).png (9.35 KiB) געזען 4778 מאל
סתם קלאר צו מאכן, די אנדערע קהילה איז כמובן אויך די ארטאדאקסישע קהילה אין די שטאט; די רעדע איז נישט איבער א רעפארם קהילה און ראבינער.
א צייט בעפאר, אבער בעיקר בשעת און נאך די ערשטע וועלט קריג איז געווען א היפשע אויסוואנדערונג פון גאליציע און אויך פוילן קיין דייטשלאנד, צווישן זיי איז געווען א היפשע פאר עכט חסיד'ישע אידן אויכעט.
פארשטייט זיך אז צווישן די דייטשע בעסערע יעקישע אידן, אויבצואוואר שומרי תומ"צ, און די פויליש/גאליציאנע אסט אידן איז געווען ריזיגע חילוקים אין אלע הינזיכטן, און די חילוקי דעות און עקסטערע קהילות זענען געווען א אינטעגראלער טייל פונעם אידישן לעבן אין דייטשלאנד, כאטש דאס גאנצע וואס עס האט אנגעהאלטן איז געווען נישט מער ווי 10 15 יאר. נאכדעם האט שוין היטלער אויסגעגליכן די דיפערענצן...
אבער אסאך פון די קינדער פון די פוילישע אימיגראנטן זענען שוין געווארן מער ווי די סביבה, און אפילו נאכן קריג זענען זיי פארבליבן אין די מאדערן ארטאדאקסישע קרייזן.
מילכיגער - דאס איז אויך געווען הרב הירש'ס טיטל.
א צייט בעפאר, אבער בעיקר בשעת און נאך די ערשטע וועלט קריג איז געווען א היפשע אויסוואנדערונג פון גאליציע און אויך פוילן קיין דייטשלאנד, צווישן זיי איז געווען א היפשע פאר עכט חסיד'ישע אידן אויכעט.
פארשטייט זיך אז צווישן די דייטשע בעסערע יעקישע אידן, אויבצואוואר שומרי תומ"צ, און די פויליש/גאליציאנע אסט אידן איז געווען ריזיגע חילוקים אין אלע הינזיכטן, און די חילוקי דעות און עקסטערע קהילות זענען געווען א אינטעגראלער טייל פונעם אידישן לעבן אין דייטשלאנד, כאטש דאס גאנצע וואס עס האט אנגעהאלטן איז געווען נישט מער ווי 10 15 יאר. נאכדעם האט שוין היטלער אויסגעגליכן די דיפערענצן...
אבער אסאך פון די קינדער פון די פוילישע אימיגראנטן זענען שוין געווארן מער ווי די סביבה, און אפילו נאכן קריג זענען זיי פארבליבן אין די מאדערן ארטאדאקסישע קרייזן.
מילכיגער - דאס איז אויך געווען הרב הירש'ס טיטל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
מיללער האט געשריבן:........
אין קאנסטראקטיווע קריטיק שטעלך איך זיך צו צום חכם מיט די טענהמי חכם האט געשריבן:סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דעם טיטל ראבינער על שם מה? וואלסטו רש"ר הירש אדער שאפראנער רב אויך אזוי אנגערופן? אדער איז גאר די מזרחי אנגעהעריגקייט זיינע דער גורם.
דאס אז הרב פאזנער איז געווען שטודירט איז דאך געווען נארמאל און אונגענומען ביי יענע קרייז, איך מיין אז פאר אן ארטאדאקסישער רב קומט כאטש צו שרייבן "הרב דר." און נישט "ראבבינער" וואס סטעמפלט אים אפ מער ווי א רעפארם ראביי.
כנלפע"ד ואיני אומר שתקבל דעתי
ווי כ'האב געשריבן אנהייב, כ'ווייס נישט ווי ער איז געשטאנען, א "ראבינער" איז ער זיכער געווען. צו א רב אויך האבעך נישט געוויסט, און כ'ווייס נאך אלס נישט. און וועגן דעם האבעך גשריבן "רב\ראבינער" צוליב די ספק.
(אגב, ליגט מיר נאך אין די ביינער פון אנהייב מיינע יארן אויף אייוועלט, ווי כ'האב געשריבן - פשוט אלס אומערפארונג אין שרייבעריי - "רב" אויף א רעפארם, און איינע פון די חשובע מיטגלידער האט מיר געגעבן איבערן קאפ, און מיר דרייפערטל אפגעסטעמפלט אלס אן "אויפגעקלערטער" און מיך שיעור נישט פארטריבן פון שרייבן בכלל אויף אייוועלט. טא, אזוי ווי כ'האב געהאט א ספק אין דעם פאל, איז מיר מער ניחא געווען צו ווערן אפגעסטעמפלט אלס "קנאי" ביי געוויסע, ווי איידער יענער זאל ווידער אריינקומען און מיך באוואשן אלס אן "אויפגעקלערטער".)
מי חכם, די ענטפער איז פאר דיר אויך. נאר ביטע זייער, לאזט ארויס דעם הייליגער שאפראנער רב זצ"ל, וואס האט מיט מסירת נפש צוריסן זיין דוקטוראט נאר ווייל זיין גרויסע רבי דער הייליגער מונקאטשער רב זצ"ל האט אים געבעטן. כ'ווייס נישט וויפיל אין זיין גיל וואלטן געקענט ביישטיין אזא גרויסע נסיון. ווי שוין ברייטער אויסגעשמועסט אין א צווייטע מקום דא אין וועלטל. (ר שמשון רפאל, ברויך נישטאמאל מיין דיפענס.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
ר' יודא מאנסבאך - לינקס מיטן בארד - ביים איבערנעמען די מנורה פון יד-ושם צו נוצן פאר חנוכה.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:14 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15938
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
לכתחילה אריבער האט געשריבן:.......... (ר שמשון רפאל, ברויך נישטאמאל מיין דיפענס.)
למען הפונקטליכקייט הגה"צ ר" שמשון בן ר' רפא' האט נישט געהאט קיין דאקטאראט
און זיין איידעם האט בכלל נישט שטודירט ער איז געווען אן אונגארישער
גיט א קוק ווי אזוי דער קנאי דער מחנה חיים זי"ע שרייבט צו אים
איגרת מהמחנה חיים להרהגה"צ ר שמשון בן רפא' זצ"ל בענין בוטשער סטאר כשר
רש"ר איז געאנגען אין די צענערלינג יארן אין א לאקאלע גימנאזיע, זייט ביי זייט מיט זיינע לימודים אין ישיבה. שפעטער נאכן לערנען אין ישיבה גדולה איז ער אריין אין אוניווערזיטעט אין די שטאט בון, און דארט שטודירט. צי ער האט מצליח געווען אין קאלעזש איז נישט ממש נוגע.
בכל אופן איז ער געווען דער מייסד פון די שיטה, תורה עם דרך ארץ, היינט גערופן מאדערן ארטאדאקסיע. הרב פוזנער איז אויפגעצויגן געווארן אויף זיין מהלך.
און למען האמת ווייס איך נישט פארוואס דער עולם איז דא אזוי פארגיווינג פאר הרב הירש, ווער עס ווייסט די עכטע חסיד'ישע אידן האבן בכלל נישט געקוקט אזוי גינסטיג אויף זיין מהלך. מען קען נאך טרעפן אין הרב דאמב'ס ספר ווי ער רייסט אים אראפ כאחד הריקים. (איבעריג צו זאגן אז ער רופט אים אן מיטן טיטל "ראבינער"...).
אונזער פארווע צוגאנג צו הרב הירש איז די מהלך פון די אונגארישע תלמידי החת" ס וואס האט אליין גענומען א לערער פאר זיינע קינדער צו לערנען מיט זיי דויטש, און באמת האבן זיי נישט ממש געהאט א פראבלעם מיט הרב הירש'ס שיטה אפילו אין אונגארן אויך נישט, דער מהר"ם שיק און אנדערע האבן אליין געשיקט זייערע קינדער צו ר' עזריאל הילדעסהיימער'ס ישיבה וואו מען האט געלערנט לימודי חול אויך. נאר שפעטער ווען די קנאים האבן ערקלערט קריג קעגן די ישיבה איז געווארן די פשרה אז "פאר דייטשלאנד איז עס גוט, נישט פאר אונגארן". עכ"פ ווי געזאגט איז דאס די אויבערלענדישע - תלמידי חת"ס - בליק אויף די זאך. נישט די עכט חסיד'ישע.
-----
דער בריוו פון קקיון איז זייער אינטערעסאנט, לפלא אפילו קאשויער רב ודכוותי' האבן נישט פארפירט אויף די פירצה אז מען קויפט שוין כשר געמאכט פלייש.
בכל אופן איז ער געווען דער מייסד פון די שיטה, תורה עם דרך ארץ, היינט גערופן מאדערן ארטאדאקסיע. הרב פוזנער איז אויפגעצויגן געווארן אויף זיין מהלך.
און למען האמת ווייס איך נישט פארוואס דער עולם איז דא אזוי פארגיווינג פאר הרב הירש, ווער עס ווייסט די עכטע חסיד'ישע אידן האבן בכלל נישט געקוקט אזוי גינסטיג אויף זיין מהלך. מען קען נאך טרעפן אין הרב דאמב'ס ספר ווי ער רייסט אים אראפ כאחד הריקים. (איבעריג צו זאגן אז ער רופט אים אן מיטן טיטל "ראבינער"...).
אונזער פארווע צוגאנג צו הרב הירש איז די מהלך פון די אונגארישע תלמידי החת" ס וואס האט אליין גענומען א לערער פאר זיינע קינדער צו לערנען מיט זיי דויטש, און באמת האבן זיי נישט ממש געהאט א פראבלעם מיט הרב הירש'ס שיטה אפילו אין אונגארן אויך נישט, דער מהר"ם שיק און אנדערע האבן אליין געשיקט זייערע קינדער צו ר' עזריאל הילדעסהיימער'ס ישיבה וואו מען האט געלערנט לימודי חול אויך. נאר שפעטער ווען די קנאים האבן ערקלערט קריג קעגן די ישיבה איז געווארן די פשרה אז "פאר דייטשלאנד איז עס גוט, נישט פאר אונגארן". עכ"פ ווי געזאגט איז דאס די אויבערלענדישע - תלמידי חת"ס - בליק אויף די זאך. נישט די עכט חסיד'ישע.
-----
דער בריוו פון קקיון איז זייער אינטערעסאנט, לפלא אפילו קאשויער רב ודכוותי' האבן נישט פארפירט אויף די פירצה אז מען קויפט שוין כשר געמאכט פלייש.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
וואס? "תורה עם דרך ארץ" איז מאדערן ארטאדאקס? ח"ו מהאי דעתא.
תורה עם דרך ארץ, איז סך הכל אז מען לערענט לימודי חול אויך, און אין דעם אליין איז א גרויסע מחלוקה צווישען די נאכפאלגער פון רש"ר צו עס איז א לכתחילה, אדער נאר א בדיעבד ווייל מען האט נישט קיין ברירה.
תורה עם דרך ארץ, איז סך הכל אז מען לערענט לימודי חול אויך, און אין דעם אליין איז א גרויסע מחלוקה צווישען די נאכפאלגער פון רש"ר צו עס איז א לכתחילה, אדער נאר א בדיעבד ווייל מען האט נישט קיין ברירה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מחולק מיטן שטיקל וועגן רב הילדעסהיימער. ער האט געמוזט אוועקפארן פון אונגארן וויל זיין וועג איז נישט מקובל געווען פאר תלמידי החת״ס. מיט וואס פונקטליך ער איז ערגער געווען ווי אנדערע איז נישט אינטרעסאנט דא.