פון די ארכיוון: עקידת יצחק'ל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

פון די ארכיוון: עקידת יצחק'ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

מיט פילע יארן צוריק, האט דארט ערגעצוואו אינעם הייליגן לאנד ארץ ישראל, געוואוינט אַן אלטער רייכער הער, וועלכער האט געהאט גאר א גרויסער רייכטום, מיט פילע קנעכט און דינסטן. דער הער וועלכער איז געווען פאר לאנגע יארן קינדערלאז, איז יעצט אויף דער עלטער געבענטשט געווארן מיט אַן אויסערגעווענטליכן קינד וועלכעס האט געראטן אין זיין גרויסן טאטן, אין שיינקייט און אין קלוגשאפט.
אט האט פאסירט אַן אויסערארנטליכן פאסירונג, וועלכע האט געדראעט צו פארשניידן דאס בליענדען לעבן פונעם איידעלן יונגעל און ממש אין די לעצטע סעקונדע האט דער טויט אים אויסגעמיטן.
*
אין א קליין שטעטל אין עק פון לאנד, שטייען עטליכע געצעלטן. דארט איז דער וואוינארט פון דער אלעמען באקאנטער הער וועלכער איז איבעראל באקאנט מיט זיינע גוטע מעשים. אין צענטער שטייט א ברייטער געצעלט וועלכע ווירבעלט מיט צענדליגער מענטשן. אט באווייזט זיך פאר אונזערע אויגן אַן אויסטערלישער בילד: ביי א היבשע צאל רייך געדעקטע טישן זיצן פיל געסט וועלכע לאזן זיך וואוילגיין מיט א געשמאקע סעודה. אט באטראכט דעם אויפ'ן עק באנק, ער האט נעבעך שוין צוויי טעג נישט געגעסן. זיצט ער און שטילט זיין הונגער עסנדיג א גרויס שטיקל געבראטענע הינדעל, ווען פון צייט צו צייט זופט ער פונעם גרויסן גלעזל וואס ער האלט אין זיין רעכטע האנט. די גלעזל וועלכעס איז פריער פול געווען מיט אַן אלטן געשמאקן רויטן וויין איז יעצט צום פערטן מאל אנגעפולט געווארן דורך איינע פון די באדינער וועלכע האבן זיך ארומגעדרייט און באדינט די געסט. קעגן איבער אים זיצט א מיטליעריגער מאן און ליידיגט אויס א טעלער הייסע זופ מיט גרויס אפעטיט, צובייסנדיג א שטיקל הייסע פרישע ברויט נארוואס ארויס פון אויוון.
צווישן די פולע געסט דרייט זיך ארום אונזער הער צווישן דעם עולם און ער איז פארנומען אויפצונעמען די געסט, ווען שווייס גיסט זיך פון זיין הויכן שטערן. צו זיין רעכטער האנט שטייט זיין זון, א הויכער שלאנקער בחור'ל מיט א טונקעלע אפגעברענטע געזיכט, פעך שווארצע אויגן אינ'וועלכע עס ברענט א ווילד פרעמד פייערל. דער יונג וועלעכע האט שוין אסאך צער און עגמת נפש געברענגט זיין אלטן פאטער, האט יעצט געהאלפן זיין פאטער באדינען די געסט און צושטעלן אלע זייער געברויכן.
צווישן די געסט זענען ארומגעגאנגען קנעכט מיט שיסלען, זיך צו וואשן דערין פאר'ן עסן, די פיס וואס איז געווארן אנגעקלעבט מיט שטרוי גייענדיג אויפ'ן לאנגען וואנדערוועג. אויפ'ן זייט איז געשטאנען אַן עלטערער מענטש וואס זיין געזיכט האט עדות געזאגט אויף זיין פערזענליכקייט. ער איז געווען דער עלטסטער פון זיינע קנעכט, געשטאמט האט ער פון דמשק. ער איז געווען א מתנה צו זיין הער פונעם עגיפטישער קייסער. יעצט איז ער פארנומען מיט זיין ארבעט, דורכזייענדיג א קריגל פרישע נארוואס געמאלקענעם ציגן-מילך און עס צוברענגען צו די געסט וואס זענען געזעצן ביים טאטן פונעם דיקן בוים און זיך באלעקן די פינגער מיט א ברייטן מילכיגן מיטאג.
אינווייניג אין קיך איז געשטאנען ביי א ריזיגן טאפ זיין פרוי וועלכע - פונקט ווי איר מאן, דער הער - איז זי אויך געווען באוואוסט מיט איר גוטסקייט און מיט א לאנגען האלצערנעם לעפל געמישט דאס געקעכטס וואס דער געשמאקער גערוך צוזאמען מיט'ן רויעך האבן זיך פארשפרייט איבער'ן גאנצן געצעלט. מיט צופרידנהייט האט זי געקוקט אין טאפ זעענדיג ווי דאס געקעכטס ווערט שוין באלד פארטיג גרייט פאר די הונגעריגע מיילער פון די געסט וועלכע פולן אָן די טישן. פון די ווינקעל פון איר אויג, האט זי באטראכט איר טייער קינד וועלכער איז געזעצן איבערגעבויגן איבער א פארמעטענעם מגילה און געלערנט הויעך אויפ'ן קול, און זי האט זיך דערמאנט פון די דריי מערקווערדיגע געסט וועלכע האבן איר באזוכט מיט פולע יארן צוריק און איר אנגעזאגט די גליקליכע בשורה אז זי וועט זוכה זיין צו א קינד, א ברכה וועלכע איז פולקאם פארווירקליכט געווארן, און אט זיצט ער דא. 'אה! ווי שיין ער איז, ממש געראטן אין זיין פאטער ווי וועמען ער קוקט טאקע אויס'. ווען דער געקעכץ האט אנגעהויבן זיך צוצוברענען, האט זי זיך אויפגעכאפט פון אירע געדאנקען און זיך געאיילט אראפצונעמען דעם טאפ פון פייער.
אונזער אלטער הער וועמען דער ליינער האט שוין זיכער דערקענט אלץ נישט קיין אנדערער ווי אברהם אבינו, האט זיך ארומגעדרייט צווישען זיינע געסט פרובירנדיג צו מאכן אלעמען שפירן היימיש.
*
צוריק מיט יארן פריער...
געווען איז עס ווען אברהם אבינו האט געפראוועט די סעודה ביי די געבורט פון יצחק, איז דער שטן אויבן געשטאנען און זיך צוגעקוקט. פלוצלינג האט ער זיך ווי אויפגעוועקט. ער האט א שטארקע שאקל געגעבן מיט זיינע צוויי שווארצע פליגל און באלד איז ער געשטאנען פאר'ן כסא הכבוד. ער האט זיך געבוקט און געזאגט: גרויסער באשעפער, האר פון די וועלט! אברהם אבינו האט געמאכט א גרויסע סעודה פון פילע שעף און רינדער מיט עופות, און קיין איינס האט ער נישט געשאכטן אלץ א קרבן פאר דיר.
דער באשעפער האט דעם שטן געענטפערט מיט שטאלץ, "ווי וואגסטו זיך צו רעדן אויף מיין געטרייען קנעכט אברהם, אפילו ווען איך זאל פון אים בעטן צו שעכטן פאר מיר זיין איינציג געליבט זון וואלט ער עס מיט א פריילעך הארץ געטון!" דער שטן איז אוועקגעגאנגען באבל וחפי ראש ווארטנדיג אויף א געלעגנהייט אויפצואווייזן אברהמ'ס אומגעטרייקייט.
*
עטליכע יארן שפעטער...
אין א שיינעם זוניגן טאג, ווען ישמעאל און יצחק זענען געווען אין פעלד און זיך ארומגע'טענה'ט אויף הויכע טענער, האט ישמעאל אפגעלאכט פון יצחק, זאגנדיג: אויך מיר א גרויסע גדולה, דו ביזט קוים אלט געווען אכט טאג ביי דיין ברית, דו האסט זיך נאכנישט געקענט קעגנשטעלן, אוודאי האט מען געטון מיט דיר דעם מצוה. איך אבער - האט ער ווייטער געזאגט, ווען א צינישן שמייכל שפרייט זיך אויס אויף זיין געזיכט - איך בין עפעס אנדערש! מיר האט מען גע'מל'עט ביי די דרייצן יאר, ווען איך בין שוין גרויס געווען, און דאך האב איך ערלויבט פאר'ן טאטן מיר צו מאכן א ברית אלץ פאר'ן אייבערשטן. יצחק האט זיך אביסל פארשעמט אבער ער האט שנעל געענטפערט: אויך היינט אויב וועט דער באשעפער הייסן מיר אפשניידן איינע פון מיינע אברים, וועל איך מיט פרייד עס זיך לאזן אפשניידן. דא האט זיך געענדיגט דער ויכוח און ביידע זענען זיך צוגאנגען.
אויבן אין הימל טוט זיך א גערויש. יצחק האט ארויסגעלאזט ווערטער פון מויל! מלאכים פארכטן זיך! דער שטן איז געקומען צו פליען פאדערנדיג זיינס, אלעס ציטערט! אבער עס איז פארפאלן! דער גזירה איז גע'חתמ'עט, עס איז שוין ארויס פון אונטער'ן כסא הכבוד.
*
זעט איר נישט אז אברהם דרייט זיך ארום עפעס נישט ביי זיך? עפעס באאומרואיגט אים! וואס איז דא געשען? לאמיר זיך גוט צוקוקן, אפשר וועלן מיר קענען געוואויר ווערן די סיבה פון זיין אומרואיגקייט.
וואס זאל איך איר זאגן? זי וועט עס דאך נישט קענען אויסהאלטן! אינגאנצען נישט זאגן איז אויך נישט קיין פלאן, זי וועט דאך חלילה אויסגיין נישט טרעפנדיג איר טייער קינד! מיט אזעלכע געדאנקען האט זיך אברהם אבינו ארומגעדרייט, נישט וויסנדיג וואס צו טון.
אנגעהויבן האט זיך עס נעכטן נאכט ווען דער באשעפער האט זיך באוויזן צו אים און געהייסען טון דעם דאזיגן שריט. ער פון זיין זייט האט זיך געפרייט עס צו קענען טון כאטש זיין שטארקן ליבשאפט צו זיין זון, אבער וויאזוי וועט די אלטע מוטער דאס קענען איבערטראגן? פלוצלינג האט זיין פנים אויפגשטראלט, עס האט אים אויפגעבליצט א פלאן אין מוח און מיט שנעלע טריט האט ער גענומען גיין אין ריכטונג פון געצעלט. וואס איז אים איינגעפאלן? לאמיר מיטגיין מיט אים און זיך צוהערן צו זיינע רייד.
"שרה'קע!" האט ער זיך געווענדעט צו איר, "זע צו צוגרייטן א סעודה היינט פארנאכטס". שרה האט זיך אויסגעדרייט און געפרעגט "וועלכע יום טוב איז היינט?" ווען א פארוואונדערטע מינע פארשפרייט זיך אויף איר געזיכט. "גארנישט ספעציעל! נאר אז מיר אלטע מענטשן האבן זוכה געווען אויף דער עלטער צו אזא טייער קינד, קומט אז מיר זאלן שטענדיג פראווענען סעודות. שרה האט געצויגן מיט פלייצעס, ווי איינער זאגט 'ווייס איך דען וואס דו ווילסט', אבער זי האט אנגענומען איר מאנס אויסרייד נישט זאגנדיג קיין ווארט.
וואס פלאנט דער אלטער? לאמיר אייך נישט לאנג אנציען נאר גלייך דערציילן. אינמיטן סעודה ווען שרה איז אריינגעקומען האלטנדיג אין האנט א שיסל פרוכט, האט אברהם איר געזאגט, עס טוט מיר וויי! ווען איך בין אינגאנצן אלט געווען דריי יאר האב איך שוין אנערקענט ווער עס איז דער גאט פון דער וועלט, און אונזער יצחק'ל וואקסט שוין אונטער און עס פעלט נאך פון אים ערוואקסנקייט אין דערקענען ווי עס דארף צו זיין ווער עס איז גאט. דערפאר - האט ער ווייטער געזאגט ציילנדיג זיינע ווערטער - האב איך געטראכט אים צו נעמען נעבן חברון וואו עס איז דא א מוסד וואו מען לערנט תורה מיט יונגע קינדער.
מיט א שווער הארץ האט שרה צוגעשטימט צו איר מאנס רייד און מיט זארג געזאגט: עס איז דאך אונזער איינציג קינס, זע אכטונג צו געבן אויף אים ווי אויפ'ן שווארץ אפל פון אויג, היט אים אפ פון אלעם בייזן און זע ער זאל עסן צו דער זעט. מיין טייער קינד זאל חלילה נישט הונגערן, ער זאל זיך נישט צו שטארק פלאגן, ער זאל שלאפן וויפיל ער ברויך. אברהם - פרייליך דערפון וואס שרה האט צוגעשטימט - האט אויף יעדע זאך געענטפערט אז זיכער וועט ער אזוי טון. דערנאך האט שרה צוגעשארט צום גאלדענעם קאסטן וועלכעס איז געלעגן ביים עק פון געצעלט און פון דארט ארויסגענומען א הערליכע בגד, און עס אנגעטון פאר יצחק.
שרה'ס הארץ איז געווען איבערגעפולט מיט הייסע געפילן זעענדיג ווי יצחק גרייט זיך אויפ'ן נסעה. זי האט ארומגענומען איר יצחק'ל זאגנדיג מיט א טרערן געשטיקטע שטימע: ווער ווייסט צי איך וועל דיר נאך זען, איך בין שוין אלט און מיינע טעג דערנענטערן זיך, זי וואלט נאך אזוי געשטאנען ווען נישט אברהם האט זיי אנגעהויבן יאגן, זאגנדיג אז עס ווערט שוין שפעט און יצחק דארף זיך אנשעפן מיט פרישע קרעפטן פאר'ן לאנגען וועג.
דער זייגער האט זיך שוין לאנג געהאט געריקט פון חצות, ווען דער שלאף איז געפאלן אויף יצחק'ס אויגן. שרה איז אגאנצע נאכט געלעגן אין בעט וויינענדיג. ענדליך ווען די שטערנס האבן אנגעהויבן פארשוואונדען ווערן, האט זי איינגעדרימלט.
*
"יצחק'ל, שטיי אויף! יצחק'ל, שטיי אויף!" יצחק האט שנעל אפגעגאסן די הענט, און זיצנדיג אויפ'ן בעט זיך רייבנדיג די אויגן, האט ער פארשלאפענערהייט געפרעגט זיין טאטן וואס עס איז געשען אז מען פארט אזוי פרי? "שא! שא! די מאמע האט קוים איינגעדרימלט, זי קען זיך נאך חלילה אויפוועקן און צונישט מאכן די גאנצע נסיעה".
"גרייט זיך שנעל צו!" האט אברהם אים געאיילט. פונדרויסן הערט זיך דאס הירזשען פונעם אלטן אייזל, וואס אברהם האט אליין איינגעשפאנט. ער האט שוין אומגעדולדיג געווארט אז מען זאל שוין פארן.
יצחק איז ארויס פון געצעלט. אויפ'ן זייט האט ער געזען זיין טאטן שטיין ביי א גרויסע שטיק איילבערטן האלץ, און מיט צוויי פעסטע זעצעס פון זיין האק האט ער עס צושפאלטן אויף עטליכע קלענערע שטיקלעך. אליעזר און ישמעאל האבן געמאכט די לעצטע הכנות, צוגרייטנדיג שפייז און אנפולנדיג די לאגלען מיט וואסער פאר'ן לאנגען וועג. זיי האבן זיך אלע ארויפגעזעצט אויף די אייזלעך גרייט צו גיין.
נייגט צו אייער אויער. הערט איר נישט קיינע פיסטריט? אין די שטילקייט פון דער נאכט, באווייזט זיך אַן אלטער מענטש פון דער פינסטערניש ארויס, וועלכער גייט מיט שנעלע טריט אין ריכטונג פון אונזער קליינער גרופע, וואס איז גרייט געווען זיך ארויסצולאזן אויפ'ן לאנגען וועג.
אברהם קוקט און וואונדערט זיך. ער קומט דאך נישט יעצט נאך אביסל עסן. די דורכגייער גייען נישט ארויס אין וועג אזוי פרי. יענער האט אים אבער לאנג נישט געלאזט ווארטן, נאר אים באלד געפרעגט: זאגט נאר, וואו פארט מען יעצט אזוי פארטאגס? ווען אברהם האט זיך פרובירט ארויסדרייען זאגנדיג אז מען פארט מתפלל זיין, האט ער נישט נאכגעלאזט, נאר ווייטער געמוטשעט און געזאגט: "צי ביזטו אראפ פון זינען? דו גייסט שעכטן דיין אויסגעבעטן קינד?" אברהם האט אים פארטריבן פון זיך, פארשטייענדיג אז ער האט צוטון מיט נישט קיין צווייטער נאר דער יצר הרע אליין. און ווען די ערשטע שטראלן פונעם זון האבן זיך נאך קוים אנגעזען אויפ'ן האריזאנט, האבן זיי זיך געלאזט אין וועג.
* * *
אין אלוני ממרא.
ווען שרה איז אויפגעשטאנען יענעם אינדערפרי, איז די זון שוין געווען אינמיטן די וועלט. עס איז שוין געווען נענטער צו חצות. זי האט געריבן אירע מידע אויגן, וואס זענען רויט געווען פון וויינען אגאנצע נאכט און זי איז ארויסגעגאנגען כאפן א בליק אויף די קנעכט. זיי זענען געווען באשעפטיגט צו באדינען די געסט, וועלכע האבן זיך ווי געווענליך דערקוויקט מיט א געשמאקע מאלצייט.
זי איז געווען אויפ'ן וועג צוריק צום געצעלט, ווען אַן אלטער מאן - ווארשיינליך דער זעלבער וואס האט אנגעטראפן איר מאן אין די פארטאגס שעה'ן - האט זיך דערנעטערט צו איר. נאכדעם וואס ער האט פרובירט איבעררעדן אברהמ'ן, און ער האט געזען אז עס האט זיך אים נישט איינגעגעבן, איז ער געקומען פרובירן זיין מזל ביי שרה. ער רופט זיך אָן צו איר: וואו איז אברהם? "ער איז אוועקגעפארן!" ענטפערט אים שרה. "און יצחק וואו איז?" פרעגט ער ווייטער, זיך קראצנדיג זיין קליין קמץ בערדל. "ער איז מיטגעפארן!" זאגט אים שרה, נישט וויסנדיג וואו אהין יענער צילט מיט זיינע פראגעס. "ווי קומט אז מען לאזט ארויס אזא יונג קינד פון הויז?" פרעגט דער פרעמדער. "עס קען אים נאך חלילה עפעס געשען אויפ'ן וועג". שרה האט זיך צובייזערט אויף אים, זאגנדיג: ווי דער באשעפער וועט וועלן, אזוי וועט זיין! דער שטן איז אוועקגעגאנגען באבל וחפוי ראש, זעענדיג אז ער וועט דא גארנישט מאכן.
* * *
"טאטע, וויאזוי פארט מען ווייטער?" פרעגט יצחק'ל פון זיין פאטער. "וואס איז דער פראבלעם?" פרעגט אברהם צוריק. נאך איידער ער האט באקומען אַן ענטפער, האט ער שוין באמערקט דעם טייך וואס איז ווי ארויסגעוואקסן פון הינטער דער ערד. אברהם האט געשטוינט, ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער רייט אריבער דעם ארט, און ער געדענקט נישט אז דא זאל זיין א טייך.
אברהם פארשטייט אז דאס איז ווידער דער יצר הרע, וועלכער פרובירט אים צו שטרויכלען פון אויספירן דעם מצוה. ער טראכט נישט לאנג, נאר גלייך הייבט ער אָן אריינגיין. ער גייט פאראויס, מיט זארג אז די וואסער זאל אים חלילה וחס נישט פארשוועמען, און דאן וועט ער שוין נישט קענען מקיים זיין דער מצוה. ער גייט טיפער און טיפער, און די וואסער שטארקט זיך און גייט העכער. עס דערגרייכט שוין זיינע לענדען, אבער אברהם לאזט נישט נאך. די וואסער גרייכט שוין זיין האלז. אברהם זעט אז עס איז באו מים עד נפש, הייבט ער אויף זיינע אויגן צום הימל און שרייט: געליבטער גאט פון דער וועלט! דו האסט פון מיר געבעטן צו טון דער מצוה, בעט איך דיר העלף מיר עס אויספירן.
פון כסא הכבוד קומט ארויס א געשריי. דער שטן לויפט געאיילטערהייט און טרוקנט אויס דעם טייך, און אברהם גייט זיך ווייטער זיין וועג, פרייליכערהייט.
דער וועג האט זיך לאנג פארצויגן. אויפ'ן זאמדיגן מדבר וועג איז אינגאנצן נישט געשמאק צו רייטן, אבער אברהם שפירט עס גארנישט, זיין מוח איז נישט דא, זיין הארץ ברענט צו קענען אויספירן דער באפעל פון גאט.
עס איז דער דריטער טאג. אברהם שטעלט זיך פלוצלינג אפ אינמיטן רייטן, און באטראכט איינע פון די בערג. מיט אים שטעלן זיך אויך אפ די איבעריגע רייזנדע, מיט וואונדער אויף דעם אומערווארטעטן אפשטעל. אברהמ'ס אויגן האבן זיך לאנג פארקוקט אויף יענע בארג, באטראכטנדיג דער פייער זויל און דער וואלקן וועלכע זענען געווען ווי צוגעבינדען אויפ'ן בארג.
אברהם דרייט זיך אויס צו זיין זון יצחק און פרעגט אים צי ער זעט עפעס דארט אויבן אויפ'ן בארג. יצחק מיט זיין לעכטיגע אויגן זעט פונקטליך וואס זיין פאטער זעט. די צוויי באגלייטער, אליעזר און ישמעאל, מערקן אבער נישט אין דעם וואס די די צוויי צדיקים זעען. אברהם זעט אז זיי האבן צו פשוט'ע אויגן, לאזט ער זיי ווארטן אונטן מיט זייער'ס גלייכן - דער אייזל...
אברהם נעמט אלעס אין זיין האנט און הייבט אָן גיין. טאטע און זיין זון שפאנען אינאיינעם. אויסערליך זעט עס אויס ווי ביידע גייען מיט די זעלבע געפילן, אבער טיף אין אברהמ'ס שטורעמישע הארץ איז ער ווייט פון רואיג. יצחק דער זון ווייסט נאכנישט וואס עס ווארט אים אפ אויפ'ן בארג, ער ווייסט אינגאנצן נישט וואס דארט וועט זיך אפשפילן, עס פאלט אים ניטאמאל איין צו פרעגן. אברהם נעמט דעם בינטל האלץ און לייגט עס אויף יצחק'ס אקסעל, וועלנדיג דערמיט ערוועקן יצחק'ס אויפמערזאמקייט.
עס גייט אדורך א מינוט-צוויי און אט קומט די ערווארטעטע גורל'דיגע פראגע. "טאטע!" רופט זיך יצחק אָן. "יא, וואס איז?" שטעלט זיך אברהם אפ און קוקט אויף צוריק צו זיין זון. זייענדיג אזוי פארטון אין די מצוה, האט ער אינגאנצן נישט אינ'אכט גענומען אז ער האט גענומען גיין מיט גאר שנעלע טריט, לאזנדיג זיין זון פון הינטן. "אט האבן מיר דא פייער און האלץ", וויל יצחק פארשטיין, "אבער וואו איז די שעפסעלע צו שעכטן פאר א קרבן?" אברהם ענטפערט אים, "דער באשעפער וועט שוין זען אז עס זאל זיין א שעפסעלע", אברהם ווערט צופייערט און ער פירט אויס מיט התלהבות, "און אויב נישט, וועט עס זיין... מיין זון - - -
יצחק שפרינגט אונטער פרייליכערהייט, א קלייניקייט? ער וועט געשאכטן ווערן אלץ קרבן פאר'ן איינציגער באשעפער! פרישע כוחות באנייען אים און זיינע פיסטריט גייען פיל גרינגער. יעצט גייט ער שוין פונקט אזוי שנעל ווי זיין פאטער, ביידע גייען אויס צו טון דער מצוה.
* * *
אליעזר און ישמעאל זיצן זיך הינטן פונעם בארג, און א העפטיגע ויכוח ברעכט אויס צווישן זיי, איבער דעם גרויסן ירושה פון אברהם אבינו. נאכדעם וואס זיי האבן געהערט די רייד פונעם אלטן, איידער זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די נסיעה מיט דריי טעג צוריק, אז יצחק וועט געשאכטן ווערן דא פאר א קרבן, האט יעדער פון זיי געוואלט פארזיכערן אברהמ'ס ירושה פאר זיך. ישמעאל האט גע'טענה'ט אז עס געהערט פאר אים, "איך בלייב דאך זיין איינציג קינד, קומט עס אז איך זאל אים ירש'ענען". אבער אליעזר האט זיך געהאלטן ביי זיינעם, "דיר, האט דיין טאטע שוין פונלאנג פארטריבן פון זיך, ער אנערקענט דיר נישט אלץ זיין זון. איך בין דאך זיין געטרייער דינער, וועל איך זיין דער יורש!"
די טעג וועלן ענטפערן.
* * *
דער עלטערער אברהם, מיט'ן שיינעם הדרת פנים און צורה, טראגט אליינס ארויף די שווערע שטיינער און בויעט א מזבח. די שטיינער טראגן זיך גרינג, וויסנדיג אז דערויף וועט ער האבן די גרויסע זכי', מקריב זיין אַן איינציג קינד פאר א קרבן! ער לויפט מיט א פלינקייט, ווען ער ברענט שוין צו טון דער מצוה. נאך א שטיין און נאך א שטיין.
אברהם טראכט צו זיך, וואספארא הייליג קינד זיין זון יצחק איז. צוערשט האט ער זיך געזארגט וויאזוי יצחק וועט רעאגירן ווען ער וועט הערן אז ער איז דאס דער קרבן, אבער דא צייגט זיך ארויס יצחק אלץ א דערהויבן קינד, וועלכער איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פאר'ן הייליגן באשעפער.
וואו איז יצחק פארשוואונדען געווארן?
דער פאטער אברהם האט אים פריער געזאגט, אז ער איז באזארגט צי דער שטן, וועלכער פארשטעלט זיך ווי דער אלטער, וועט נישט נאכאמאל אונטערקומען, און ווארפן א שטיין אויף יצחק, כדי אים צו מאכן א פעלער, א מום, אז ער זאל פסול ווערן פאר א קרבן. אברהם האט אים דאן געוויזן מיט'ן פינגער אויפ'ן זייט אין דעם בארג, "יצחק'ל, באהאלט זיך אויס אין יענעם הייל, ביז עס וועט קומען די צייט איך זאל דיר מקריב זיין פאר א קרבן".
דער מזבח שטייט שוין גרייט! אברהם און יצחק לייגן ארויף די העלצער אויפ'ן מזבח און מאכן זיך גרייט אויף די קומענדיגע מינוטן.
* * *
אין הימל קוקט מען זיך צו מיט פארכט, אברהם גרייט זיך צו שעכטן זיין איינציגן באליבטן קינד, אויף וועלכע ער האט געווארט הונדערט יאר. א שרעק דאס צוצוקוקן!
* * *
"טאטע!" זאגט יצחק צו זיין פאטער, בשעת ער לייגט אים ארויף אויפ'ן מזבח, "איך בין דאך יונג, און איך פארכט זיך אז ווען איך וועל נאר דערזען דער מעסער דערנענטערט זיך צו מיין האלז, וועל איך זיך ווארפן און פסול ווערן צו זיין א קרבן. איך בעט דיך דעריבער, שטארק זיך און בינד מיר צו, אז איך זאל נישט קענען שאפן א פסול אויף מיין קערפער". אברהם הערט זיין זונ'ס פארלאנג, ער שפירט אז זיין הארץ דערהייבט עס נישט, אזעלכע ווערטער צו הערן. ער מוטיגט זיך און בינדט צו זיין בן יחיד'ל.
"טאטע! וואס וועסטו זאגן פאר די מאמע?" פרעגט יצחק מיט א שוואכע שטימע, ליגנדיג צוגעבינדען אויפ'ן מזבח. א חוצפה'דיגער טרער גנב'ט זיך ארויס פון אברהמ'ס אויגן, און דערנאך נאך איינע און נאך איינע. "זארג נישט מיין טייער קינד!" פרובירט ער אים בארואיגן, און זיין שטימע שטיקט זיך.
די פאטערליכע ליבע האט זיך אויפגעוועקט אין אברהם, און ער פאנגט אָן יאמערליך צו וויינען, נישט קענענדיג זיך בארואיגן. פארוואס וויינט דער אלטער פאטער? ער וויינט אז ער מוז זיך שיידן פון זיין טייער קינד, זיין גאנצער הארץ און חיות ליגט אינעם קינד, עס איז ווי מען וואלט גענומען א מעסער און אראפגעשניטן א שטיק פון זיין הארץ.
יצחק וויינט אויך ביטערלעך, ער וויינט אז ער מוז זיך שיידן פון זיין אלטן פאטער, וועלכע ער האט אזוי ליב געהאט און געשעצט. ווי קען מען דאס צוקוקן? אזא פארכטיג בילד, דער הארץ רייסט, צוצוזען ווי א טאטע גרייט זיך צו טון אזא שריט.
די מלאכים שטייען ביים כסא הכבוד און פרעגן, "איז דאס דער שכר פאר אברהמ'ס הכנסת אורחים?" זיי וויינען און פון זייערע אויגן פליסן טרערן. זיי שרייען: קומט אלע באשעפענישן און קוקט דעם שוידערליכן בילד ווי א טאטע גרייט זיך צו שעכטן זיין אייגן קינד!
אברהם שטייט איינגעבויגן איבער יצחק, און פון זיינע אויגן רינען די טרערן גראד אריין אין די אויגן פון יצחק, און פון יצחק פאלט עס אויף די העלצער, וועלכע האבן זיך ווי גע'טובל'ט דערין. אויך פון די טרערן פון די מלאכים זענען דריי אריין אין יצחק'ס אויגן (א זאך וואס האט אים בלינד געמאכט אין זיינע עלטערע יארן).
אברהם שטרעקט אויס זיין האנט צום מעסער, די מלאכים שטייען פאר'ן כסא הכבוד און וויינען, זיי פארפירן: ווער וועט מקבל זיין די תורה, אויב יצחק איז מער נישט דא?!
אברהם שטארקט זיך און מיט אַן אינערליכע פרייד, לייגט ער צו דעם מעסער צום האלז פון יצחק... נענטער און נענטער...
אבער פלוצלינג, הערט זיך א דונערדיגע געשריי:
"א-ב-ר-ה-ם! - - -
ער הערט ניטאמאל, ער איז אזוי פארטון אין די מצוה. דער מלאך מיכאל שרייט נאכאמאל מיט א הויכע שטימע: "א-ב-ר-ה-ם!" אברהם כאפט זיך אויף און ענטפערט "הננו, אט בין איך!" דער מלאך זאגט אים שנעל, "שעכט נישט דעם קינד, און ריר אים נישט צו!" אברהם לאזט זיך נישט, ער וויל נישט הערן. ער פרעגט צוריק, "ווער ביסטו?"
"איך בין דער מלאך וואס האט דיר אנגעזאגט דעם פרייליכע בשורה אז דו וועסט אויפ'ן עלטער זוכה זיין צו טראגן א קינד, און יעצט בין איך געשיקט געווארן דיר צו זאגן אז דו זאלסט אים נישט שעכטן", ענטפערט אים דער מלאך. אברהם האט זיך ווייטער גע'טענה'ט מיט'ן מלאך, וועלנדיג 'כאטש עפעס' טון פאר יצחק, יוצא צו זיין דעם באשעפער'ס באפעל. אבער דער מלאך לאזט בשום אופן נישט.
אברהם וויל נישט גלייבן, ער הייבט אויף זיינע אויגן צום הימל, "ווי קען דאס זיין? פריער הייסטו שעכטן און יעצט הייסטו אויפהערן?" פון הימל איז ארויס א בת קול: "איך האב געהייסן 'והעלהו שם לעולה'! - טראג אים ארויף פאר אַן עולה, איך האב נישט געהייסן שעכטן און יעצט זאג איך נעם אים אראפ!"
אברהם שטייט אין טראכט, 'וועל איך דען אוועק פון דא ליידיג?' ער הייבט אויף זיינע אויגן און באמערקט אַן אַיִל, א ווידער, קומט צו לויפן אין זיין ריכטונג. דער ווידער קומט נאנט און פארהאנקערט זיך אין א צווייג. אברהם נעמט אים ארויס און שעכט אים אלץ קרבן, און ביי יעדע זאך וואס ער טוט, בעט ער ביים באשעפער אז דאס זאל ווערן גערעכנט אזויווי ער וואלט דאס געטון פאר יצחק.
דער באשעפער זעט די געטריישאפט וואס זיין טייער קינד האט צו אים, שווערט אים דער באשעפער אז ער וועט בענטשן אים און זיינע קינדער, און זיי וועלן זיך מערן אומצאליג.
צושטורעמט פונעם היינטיגן טאג קערן זיך אברהם און יצחק אהיים פרייליכערהייט, און דאנקען דעם אויבערשטן אז זיי האבן די זכי' אויסצופאלגן זיינע באפעלן.
מקורות: ילקוט שמעוני, מדרש תנחומא, מדרש רבה, ילקוט מעם לועז, אוצר אגדות התורה, ועוד...


בשולי הדברים: דאס איז פון די ערשטע ארטיקלן וואס איך האב געשריבן, נאך אלץ בחור'ל פאר 10 יאר צוריק, (נו, גילוי..)
שווייס און בלוט, שטיקער הארץ האב איך אריינגעלייגט דערינען.

סתם א מעשה'לע וואס איך דערמאן זיך יעצט שרייבנדיג. ס'האט מיר דאן געזאגט א בחור אז זיין טאטע האט דאס געליינט און ביי די שילדערונג פון די עקידה האט ער געלאזט אפאר טרערן.
"יא יא", האב איך אים געזאגט, "ווייל ווען איך האב עס געשריבן האבן זיך די טינט און מיינע טרערן אויסגעמישט אויפן פאפיר".

פון וואו נעמט מען היינט אזעלכע ארטיקלן. איך קען דאס שוין נישט היינט צו טאגס.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

האטס הנאה
אטעטשמענטס
AKEIDA.pdf
(52.58 KiB) געווארן דאונלאודעד 245 מאל
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

wow! ווערטערלאז!
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

אומגלויבליך! נאך אלס בחור איז דער פעדער שוין דיר געליגן אזוי באקוועם אין די האנט. דאס איז גאר דראמאטיש אראפגעלייגט מיט געפיל!
יישר כח!
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

לאדיךארויס האט געשריבן:אומגלויבליך! נאך אלס בחור איז דער פעדער שוין דיר געליגן אזוי באקוועם אין די האנט. דאס איז גאר דראמאטיש אראפגעלייגט מיט געפיל!
יישר כח!


דאן האב איך נאך געהאט די רואיגע יארן. איך האב זיך געקענט זעצן אין א שטילע ווינקל שעות ארוכות און שרייבן.
שוין נישטא די טעג.
מען קען נישט לעבן בלויז פון שרייבן, כאטש איך האב פראבירט באלד אין אנפאנג.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גיימיר אי"ה מאכן צייט עס צו ליינען. הלואי וואלט איך אלס בחור אויסגעשארפט דעם פעדער היינט ווען איך וויל עס אזוי שטארק האב איך נישט די צייט דערצו. אבער לאמיר נישט פארקריכן
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

רייך צוציענד און שפאנענד
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אזוי שיין, אזוי עכט, אזוי עכט! אין דעם זכות פון די עקידה זאל אונז השי"ת העלפן. כי ברך אברכך והרבה ארבה את זרעך וכו' כל הברכות.
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

אויסנאם גוט!! טאלאנפול!
בליעה"ר.
Impossible is just an opinion
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

געלעגער האט געשריבן:גיימיר אי"ה מאכן צייט עס צו ליינען. הלואי וואלט איך אלס בחור אויסגעשארפט דעם פעדער היינט ווען איך וויל עס אזוי שטארק האב איך נישט די צייט דערצו. אבער לאמיר נישט פארקריכן


ממש אנא ווערטער! דאס איז עפעס נישט נארמאל גוט געשריבן, אזויפיל געפיל wow!
עבד השם
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד השם »

שטארק הנאה געבאט דערפון שבת
אויך געגעבן פאר דימשפחה צו ליינען
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

א דאנק פאר אלע באדאנקערס
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

יוש איז דאס זאפטיג!
#לייק
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פשיהא מוראדיג באשריבן.
קענסט צולייגן נאך א טרערעלע ...

און גיב ארויס דיינע אנדערע סחורה פון אלס בחור צי אינגערמאן, נישט קיין חילוק
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בנימין - א רעכטער זוהן, א זוהן מיט רעכטע הענט.
יעצט געליינט מיט דורשט, א יישר כח פארן אפטייפן דעם אלטן בחור'ישן ארטיקל.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ליינט און האט הנאה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

נודה לך האט געשריבן:ליינט און האט הנאה


ש'כוח פארן ארויפברענגען
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

הערליך געשריבן
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

בנימין האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:ליינט און האט הנאה


ש'כוח פארן ארויפברענגען

יעצט אין די ווינטער פרשיות איז דא אזוי סאך צו רעדן אפשער קומסטו ארויק מער
תודה למפרע
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”