די בענדליך: אנטפלעקט היסטארישע סאטמארע הוש"ר דרשה תשי"א

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:54 pm

ייש"כ והוא פלאי
הייליגע ווערטער
איך קען שוין קוים ווארטען עס צו הערן
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:56 pm

די גאנצע סוגיא פון די בענדליך איז באמת ווערד א לענגערע אפהאנדלונג
מען קען אויף דעם זאגן ברוך שמסר עולמו לשומרים,
עס איז דא הונדרעטע טעיפס, און היינט צו טאגס, הונדערעטע העתקות, וואס איז ווערד א מאיאנטיק, ועוד חזון למועד
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:00 pm

אהההההה, אזאליכע ווערטער, אהההההההה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:21 pm

ייש"כ מיללער פאר די בשורה מרנינה

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:32 pm

יישר חיל מיללער.
וויאזוי ווייסט מען וועלכע יאר דאס איז רעקארדירט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:37 pm

יישר חיל? גוט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:26 pm

וואס איז די מעשה מיט די בענדל, וואו איז עס געווען ביז היינט און ווער/וויזוי איז עס נתגלה געווארן?

און דער וואס האט געשריבן אז סיז נאך דא טויזענטער בענדלעך מיט תורות וכו', איז דאס פרישע אומפובליצירטע סחורה? וואו איז געווען ביז היצט כנ"ל?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:27 pm

אגב האמיר געהערט פון הונטער די קוליסן אז דאס איז זייער זייער א קלארע תורה, וואס אפילו איינער וואס איז נישט רגיל צו הערן די תורות קען דאס אויכעט גרינג מיטהאלטן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:32 pm

עקבי קען איך קוים.ווארטן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:33 pm

פון א יאר פריער הושע"ר תש"י איז אויך א אויסטערלישע קלארע תורה, פיל קלארער פון די שפעטערדיגע יארן.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:36 pm

להודיע האט געשריבן:פון א יאר פריער הושע"ר תש"י איז אויך א אויסטערלישע קלארע תורה, פיל קלארער פון די שפעטערדיגע יארן.

ס'איז פון הושע"ר אדער פון חנוכה?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:42 pm

והוא פלאי האט געשריבן:די גאנצע סוגיא פון די בענדליך איז באמת ווערד א לענגערע אפהאנדלונג
מען קען אויף דעם זאגן ברוך שמסר עולמו לשומרים,
עס איז דא הונדרעטע טעיפס, און היינט צו טאגס, הונדערעטע העתקות, וואס איז ווערד א מאיאנטיק, ועוד חזון למועד



איז פארהאנען נאך דרשות פונעם רבין זצ"ל אויף בענדליך ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:03 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:06 pm

הערט מען דארט נאר די דרשה?
צו הערט מען אויך א חלק פונעם דאווענען אויך?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:10 pm

איך געדענק פין די בראשית יארען פון קעמף שלוה תשי"ז= תשי"ח א טעיפ רעקארדער
אז הרה"ח ר' יוסף שמוא' לאנדוי ז"ל האט זיך דאס ערלובט האט דאס שוין געמיזט זיין גאנץ מצוי
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:15 pm

שוועמל האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט די בענדל, וואו איז עס געווען ביז היינט און ווער/וויזוי איז עס נתגלה געווארן?

און דער וואס האט געשריבן אז סיז נאך דא טויזענטער בענדלעך מיט תורות וכו', איז דאס פרישע אומפובליצירטע סחורה? וואו איז געווען ביז היצט כנ"ל?


לייען גוט מיללער'ס ווערטער.
ער שרייבט נישט אז ס'איז לעצטנס נתגלה געווארן, נאר אז ס'איז געליגן פארקניפט יארן לאנג און קאמפעניס וואס טוען אין ווייער רעקארדינג טרענספערס האבן אויפגעגעבן דערויף דאס אויפצוקניפן, נאר מיט די ארבעט פון היימישע אינגעלייט וואס האבן עס אליין אויפגעקניפט איז דאס ענדליך ערמעגליכט געווארן איבערצולייגן צו א סידי.

דער וואס האט געשריבן "והוא פלאי" אז ס'איז דא טויזנטער בענדלעך, ווייס איך נישט וואס ער מיינט, ער מיינט מסתמא נישט נייע, נאר אלטע.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:38 pm

farshlufen האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:WOW, מורא'דיגע געוואלדיג! יישר כח הרב מיללער פאר די פריידיגע בשורה


יציב פתגם האט געשריבן:ברוך שמסר עולמו לשומרים!!!

האט איינער אפשר א בילד פון אינעווייניג אינעם בנין "בית יעקב" פון יענע יארן?

חפשנו ולא מצאנו.

אגב,דער בנין וואס איז שוין אריבער 120 יאר אלט איז היינט לענדמארק בילדינג שוין פון לאנג קאנווערטעד צו קאנדאוס.

נאך איבער דעם בנין, [קרעדיט ר' פישל ממח"א].
וויאזוי ס'קוקט אויס היינט פון ג"מ.
צוגעלייגטע
New Picture_770x600.jpg
New Picture (1)_1600x777.jpg

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:45 pm

דער היסטארישער בנין בשנת תרנ"ו. [קרעדיט ר' פישל מפארשלאפן ממכון מורשת חכמי אמעריקא].
צוגעלייגטע
New Picture (2)_801x1200.jpg

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:54 pm

דער שילד פונעם קאלעדזש ביים אריינגאנג בשנת תרנ"ו.
צוגעלייגטע
New Picture (3).bmp
New Picture (3).bmp (238.24 KiB) געזעהן 2558 מאל

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:01 pm

יישר כוחכם מיללער
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:00 pm

מיללער האט געשריבן:בלעדי: עקסלוסיוו צו אייוועלט!
יעקב דוב מיללער, נשיא מורשת חכמי אמעריקא

ווען מיר זענען אויפגעוואקסן האבן מיר שטענדיג געהערט אז ביי די באקאנטע "נשא תורה" ווען רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט געפלאמט איבער די זעקס טאגיקע מלחמה, נישט היצט געדאכט, האט דער רבי זיך אויסגעדרייט און געפרעגט; "די בענדליך זענען שוין דא?" ווייל דער רבי האט געוואלט אז די של"ס תורה זאל ווערן רעקארדירט למען ידעו אז מ'זאל קענען איבערגעבן פונקטליך וואס ער האט יא אדער נישט געזאגט.


קודם א יישר כח גדול פאר הרב ממיללער פארן מבשר זיין אזא בשורה טובה, כה יתן ה' שיזכה תמיד לבשר בשורות טובות

ולהערה, כהאב קיינמאל נישט געהערט אז דער רבי זאל מפורש פרעגן בשעת מעשה, נאר שפעטער ווען מ'האט געשיקט די רעדלעך פון די תורות קיין ארץ ישראל, האט איינער פון די ארץ ישראל אידען געשריבן א בריוו קיין אמעריקא אז אזוי ווי די בענדלעך זענען אנגעקומען איז זיך דער גאנצער עולם צוזאמגעקומען אין ביהמ"ד אהל רחל און אין בני ברק און אויסגעהערט די תורות און מ'האט געשעפט דערפון גרויס חיזוק. מ'האט דעם בריוו געוויזן פארן רבי'ן און ער האט שטארק הנאה געהאט דערפון, ותל"מ.

די אויפכאפער האבן דעמאלץ בשעתו ארויסגעלערנט דערפון א היתר אויף אויפצוכאפן די תורות, ואכמ"ל.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:05 pm

געוואלדיגע נייעס, ווען גייט דאס זיין צו קריגן?

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:13 pm

סטראשעלע
מ'זאגט דאך אז מ'האט דאס געקענט הערן אויף איינע פון די טעיפס פון די בנשק תורות

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:15 pm

צושויער האט געשריבן:סטראשעלע
מ'זאגט דאך אז מ'האט דאס געקענט הערן אויף איינע פון די טעיפס פון די בנשק תורות


כמיין ס'איז א לעגענדע,

מ'הערט נאך די תורה ווי דער רבי זאגט פאר ר' אברהם שווארטץ נ"י בן ר' ליפא ע"ה "די ארץ ישראל בחורים זאלן אהיימשרייבן פאר די פעטער"

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:30 pm

אזוי? אינטערעסאנט.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט