די בענדליך: אנטפלעקט היסטארישע סאטמארע הוש"ר דרשה תשי"א

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:48 pm

שכח מיללער פאר די בשורה; פלאי פאר די אויפשטורמענדע ציטאטן
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8625
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:06 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:און דא שטייט דער רבי אין א געדינגענעם זאל און שרייט מנהמת לבו "די גאולה איז דא ביז געציילטע טעג!"

האט‎ ‎מיר‎ ‎אויפגעטרייסלט‎!!!‎
--

ד‎י‎ ‎פשט‎ ‎פון‎ ‎בּענדלעך‎ ‎איז‎ ‎נישט‎ ‎ידוע‎?‎


ווען מיר סאטמארע זענען ווען חב"ד'סקער, וואלטן מיר שוין מיט דיע פארכטיגע דיבורים געמאכט דעם רבי'ן פאר משיח'ן.....

שכוח מיללער, פאר די געוואלדאוונע ענדעקונג!!
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:33 pm

ווען דאס זאל ווען זיין דער ערשטע רעקארדינג פונעם רבי'ן ארויס צו קומען פאבליק ערשט היינט בשנת תשע"ה, החרשתי.
אבער למען השם עס איז דא דארט צענדליגע און צענדליגע טעיפס פון רבי'ן, ס"ג, מועדים, אפילו יום הקדוש, פריוואטע און פאבליק שמועסן, דינערס, יארצייט סעודות, קידוש בליל שב"ק, הבדלה, קידוש לבנה, ספירה, תפלות ותנועות, ועוד ועוד. נא אז עס איז אפיר געקומען א פרישע מה כל הרעש, ס'נישט אז מ'האט ביז היינט נישט געקענט הערען דעם רבי'ס שטימע, כבר היה לעולמים מ'האט דאך דאס געהאט ביז היינט. ווען די ספרים וואלטן געווארען געדריקט אביסעל שנעלער וואלט איך געוועהן א סאך מער צופרידען.
אה! מ'רעדט פון הוש"ר תשי"א...

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:19 pm

די חידוש איז אז מ'האט יאהרען געוואוסט אז ס'איז דא א רעקארדירונג פון יענעם הו"ר, און בימים ההם ווען נ'האט אנגעהויבן מסדר זיין דעם דברי יואל אין די תחלת ל' יאהרן, האט ר' יוסף אפירגעזוכט דעי רעדלעך, און ער האט נאר געטראפן פון תש"י, ער האט געוואוסט אז ער האט פון תשי"א אויכעט, דעם רעדל פון תש"י האט ער נישט ארויסגעלאזט דאן מתוך ידו מחמת חביבותו, און ער איז אליין מיטגעפארן מיט די מעתיקי התורות, ערגעץ אין מאנהעטן וואו מ'האט אפירגעקראצט א סטודיאו וואס האט דאן פארמאגט דעם וועבסטער מאשין.

כל ימיו האט ער גערעדט פון דעם רעדל ווא ספעלט עהם, ער האט געהאלטן אז מ'האט עהם עס געגאנבט, (וואס איז ווארשיינלעך אויכעט פארגעקומען ווייל ער האט געהאט געכאפט נאך תורות וואס איז קיינמאהל נישט אפגעפינען).

ובפרט הו"ר דרשות איז דא פון כמעט אלע יאהרען, חוץ איינס, במילא אלץ דעם אליין האט עס א באזונדערע חביבות, במילא שטעלט זיך צוזאם א תורה וואס מ'האט געוואוסט אז ס'איז דא יאהרען, און ווען מ'האט עס ענדליך געטראפן, איז עס צוריק אריין בתוך ההסתרה אויף פרישע יאהרען (איך געב שוין ארויס די סודות ...), איז דאס א געוואלדיגע שמחה בכלל, ובפרט פאר די שומעי לקחו וואס יעדעם ווארט איז ביי זיי אן אוצר.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:36 pm

און נאכן טרעפן איז עס אפגעליגן צוואנציג יאר פארקניפט, און ווען מ'האט שוין שיער אויפגעגעבן מגלה צו זיין די הסתרה, האט מען זיך מחזק געווען מיט אין יאוש בעולם. און וועגן דעם האלט מען היינט דא.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:42 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:ווען דאס זאל ווען זיין דער ערשטע רעקארדינג פונעם רבי'ן ארויס צו קומען פאבליק ערשט היינט בשנת תשע"ה, החרשתי.
אבער למען השם עס איז דא דארט צענדליגע און צענדליגע טעיפס פון רבי'ן, ס"ג, מועדים, אפילו יום הקדוש, פריוואטע און פאבליק שמועסן, דינערס, יארצייט סעודות, קידוש בליל שב"ק, הבדלה, קידוש לבנה, ספירה, תפלות ותנועות, ועוד ועוד. נא אז עס איז אפיר געקומען א פרישע מה כל הרעש, ס'נישט אז מ'האט ביז היינט נישט געקענט הערען דעם רבי'ס שטימע, כבר היה לעולמים מ'האט דאך דאס געהאט ביז היינט. ווען די ספרים וואלטן געווארען געדריקט אביסעל שנעלער וואלט איך געוועהן א סאך מער צופרידען.
אה! מ'רעדט פון הוש"ר תשי"א...


היינו דאמר רב מילתא אלבישייהו יקירא.
לעצט פאראכטן דורך אלד וויליאמסבורג אום דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 12:59 am

ליבי שמח בקרבי מיט דעם נייעם אוצר דברות קודש. וואס א יאר שפעטער אלץ שטערקער ווערן די הייליגע דברי חיזוק כנחל נובע...
מפרסמין עושי מצוה אפשר מעג מען וויסן ווער זענען די חבורה וואס געבן זיך אפ מיט די עבודת הקודש ומזכי הרבים?

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 3:57 am

רבניש האט געשריבן:מפרסמין עושי מצוה אפשר מעג מען וויסן ווער זענען די חבורה וואס געבן זיך אפ מיט די עבודת הקודש ומזכי הרבים?

אויף די סידי וואס הרב מיללער האט ארויפגעשטעלט שטייט אז דאס איז געמאכט דורך חברת מעתיקי שמועה בקרית יואל. דהיינו ר' משה (ב"ר יעקל) שווארטץ וסייעתו.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 10:29 am

היינט אין ביהמ"ד האב איך געזעהן אן עד אז עס איז שוין דא צובאקומען די טעיפ מיט א קונטרס העתקות
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 11:27 am

איין זאך, כ'האב געלערנט נעכטן אפאר תורות אויף יום הקדוש, טייערע אידן, ס'איז דאך דא דארט אזויפיל, טובא טובא גניז גביה, איין שטיק אש קודש פארן הייליגן באשעפער, מ'קען זיך אזוי אויסוויינען איבער א שטיקל דברי יואל, אוי איז דאס הייליג און טייער.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 1:50 pm

שאף דיר איין די טעיפ'ס און די העתקות פון טיש ערב יום הקדוש, ותמצא נחת, דיבורים נוראים
פון כל נדרי איז דאכט זיך נאר דא איין טעיפ פון די געזונטע יארען, (אולי תשי"ט), איך געדענק נישט צו עס איז דא דארט די דרשה, אן העתקה דערפון האב איך זיכער נישט געזעהן
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 2:02 pm

און אז מען רעד שוין פון דער סיזען, איז כדאי צו דערמאנען אז ביז היינט איז אויך דא צו בייקומען, הושענא רבא דרשות, פון כמה וכמה יארען, כמדומה, תש"י, און תשי"ד ואילך עד תשכ"ח, העתקות, מיט סי די'ס
עס איז דא נאך א שיינע זאך פון דער סיזען, 3 דרשות געזאגט פאר התאחדות אברכים חוה"מ סוכות, כ"ו כ"ז כ"ח, הערליכע דרשות, הדרכות פאר יונגעלייט, ונדפס בלה"ק בדברי יואל לחג הסכות, כמדומה על קהלת
וועגען די טעיפס והעתקות אויף שבת בראשית והלאה עוד חזון למועד צו ביישרייבען, אויף ווינטער תשכ"ח שלש סעודות תורות איז דא א באנד אמאל ארויסגעקומען,
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17937
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 2:33 pm

אדרבה וואו קריגט מען די אלע "מעתיקי שמועות" העתקות? איך האב עטליכע אבער כ'זע עס נישט ביי די מקוה אידן און ספרים געשעפטן וואו איך דריי זיך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 3:15 pm

דבר יום ביומו
צוגעלייגטע
Dvar Yoim.png
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 3:22 pm

וואס איז דארט אין זאל פון בית יעקב,
גייט מען דארט קענען באקומען די אנדערע הושענא רבה'ס
גייט מען דארט קענען באקומען בכלל די איבריגע העתקות
למה זה תשאל לשמי...

צדיקל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:19 pm

תגובהדורך צדיקל » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 5:25 pm

מ'שמועס אז ר' הערשל שרייבער האט געגעבן 50 אלפים פאר די הצאות פון אויפקניפען די בענדליך און מ'זאל עס קענען ארויסגעבן

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 5:48 pm

איך ווער צעדרייט פון דעם עצם רעיון דאס צו טון און פאמפען.

מען נוצט קאפ צו זיין קריעטיוו אין א ענין וואס האט אויסגעקוקט ווי מען קען שוין נישט צופיל מחדש זיין דארט.

איך קען זיכער זיכער זיין אז אינגעלייגט גייען מיט נייגער זיך נעמען צוצוהערן, און צוריק אנהייבן הערן וואס אונזערע עלטערן האבן געהערט.

געוואלדיג!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3808
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 8:45 pm

והוא פלאי האט געשריבן:וואס איז דארט אין זאל פון בית יעקב,
גייט מען דארט קענען באקומען די אנדערע הושענא רבה'ס
גייט מען דארט קענען באקומען בכלל די איבריגע העתקות

די הושענה רבה דרשה איז פארגעקומען אין זאל פון בית יעקב. היינט צוטאגס איז שוין נישטא קיין זאל דארט.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 9:36 pm

ווייסט איינער צו מען קען קויפן די סידי אויפן אינטערנעט?

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:13 am

גרויזאמער האט געשריבן:איך ווער צעדרייט פון דעם עצם רעיון דאס צו טון און פאמפען.

מען נוצט קאפ צו זיין קריעטיוו אין א ענין וואס האט אויסגעקוקט ווי מען קען שוין נישט צופיל מחדש זיין דארט.

איך קען זיכער זיכער זיין אז אינגעלייגט גייען מיט נייגער זיך נעמען צוצוהערן, און צוריק אנהייבן הערן וואס אונזערע עלטערן האבן געהערט.

געוואלדיג!

לא תהא כהנת כפונדקת?
אין און די תורה כל מה שאתה ממשמש בה תמצא טעם
בפרט יודען זענען ווי דגים, וואס כאטש זיי זענען אין וואסער שפרינגען זיי פאר יעדען נייע טראפ

ולענין די דברות קודש, איך האב מיר איינגעהאנדעלט איינס, (כאטש איך האב געהאט פון דעם מספר מצומצם וואס איז ארויסגעקומען טבת), אבער איך האב געוואלט הערען דעם סי. די.
האט דער מוציא לאור צוגעלייגט א סורפרייז, ליקוטי דברות קודש על שבת בראשית
ווי ער איז דארט מעתיק קטעים פון פארשידענע יארען שבת בראשית, טייל זענען שוין געווען געדרוקט בשלימות, און טייל עדיין אנו מחכים, איז ער דארט מעתיק פון תשכ"ב (בשלימות געדרוקט איז נאר תשי"ד, תשכ"ב, און תשכ"ח)
"איבערדעם איז ולכל היד החזקה ולכ המורא הגדול ווייל ס'איז נאר "בראשית" ברא אלקים, נאר דער ראשית הייבט זיך אהן מיט מידת הדין אבער ס'לאזט זיך אויס מיט רחמים וחסדים, ווי מ'גיי מיר דא ארויס פון חודש תשרי, די ימי הדינים, דער בוכ"ע זאל העלפן ס'זאל נצמח ווערען גרויס רחמים וחסדים, מ'זאל עפעס האבן אויפגעטוהן אין די הייליגע טעג, יודען האבן דעך דאך געטוהן, וואס מ'האט געטוהן וויפיל ס'איז געווען, דאך יודען האבען זיך געפלאגט זיך מתאמץ געווען מ'זאל טוהן דעם רצון הבורא ב"ה, מ'זאל זיך צוברעכן דעס הארץ פארן באשעפער און מ'זאל מתקן זיין דאס וואס מ'האט פוגם געווען."
די תורה איז געדרוקט אין די שווארצע בענדער די לעצטע תורה פון בראשית, (כמדומה אז אין דברי יואל איז עס נישטא)
איך האב געוואלט זעהן דעם שלימות התורה, האב איך געקוקט דעם תורה אין יודיש ווי עס איז געווען געדרוקט בשלימות, האב איך געזעהן א נקודה אויף ערב יום הכיפורים, וואס ער ברענגט פון אנדערע, וואס כמדומה אז אין די שווארצע בענדער האבן זיי אויסגעלאזט א נקודה פון די בחינה
וזל"ק ועניתם את נפשותיכם בתשעה לחודש, זאגן זיי דאך פון דעם איז געדרינגען אז הקב"ה וויל נישט מענה זיין יודען, ער רופט אן די אכילה אויך בלשון עינוי, און איינמאל א טאג וואס הקב"ה גיט ארויס אן עינוי האט מען עס מקדים געווען מיט אכילה, מ'זאל וויסן אז הקב"ה זוכט נישט חלילה ח"ו מענה צו זיין את ישראל, מ'זוכט נאר פארקערט השפעות טובות לישראל, און מ'האט מקדים געווען די אכילה פון פריער מ'זאל ווייזן אז מ'זוכט נישט דאס, מ'מיינט נאר דער עיקר אז יודען זאלן תשובה טוהן בשלימות פאר הקב"ה, והאלקים עשה "שיראו" מלפניו, עכלה"ק
אין חד"ת שרייבט ער "ואיתא בגמרא ועניתם את נפשותיכם בתשעה לחודש וכי תשעה מתענים והלא בעשירי מתענין, אלא לומר לך כל האוכל ושותה בתשיעי מעלה עליו הכתוב כאלו התענה תשיעי ועשירי, הרי שאין רצון הקב"ה לענות ולצער את ישראל, דאף שצוה להתענות בעשירי צוה ג"כ שיאכלו וישתו בתשיעי כדי שלא יצטערו הרבה, ורצונו רק להשפיע טובות וחסדים לעמו ישראל, ועינוי של יום העשירי הוא בשביל כפרת עוונות לטוב להם לישראל, וצוה לאכול בתשיעי כדי שלא יהי' קשה העינוי ביומו שלאחריו"

ואגב כעין די חיזוק ווערטער וואס ער זאגט כ"ב, האט ער אויך געזאגט כ"ד,
"און דער בוכ"ע זלא העלפן מ'גיי מיר ארויס פון די הייליגע טעג, עכ"פ וויאזוי מ'האט אויסגעזעהן און וואס מ'האט געטוהן, עכ"פ על פי פשטות האמיר דעך דאך געטוהן מצות הבורא ב"ה, די אלע ענינים, "תקיף במצות" ווי די גמרא זאגט איז חודש תשרי, דורך די אלע ימים טובים וואס מ'טוהט דאך בפשטות, ווי שוואך ס'איז געווען און ווי אויף א קורצן אופן, און ווי ווייניג, אזוי ווי בעוה"ר וויאזוי דעס פנימיות זעהט אויס, אבער מ'טוהט דעך דאך עכ"פ די עשיה בפועל אז יודען טוען דאך אזוי ווי די תוה"ק הייסט, און ס'איז דא עפעס א כח ס'זאל זיין עושה פרי,"... עיי"ש

ולא אכחד, אז עס איז דא יארען וואס נאך די הייליגע טעג איז ער מלא התמרמרות כגון תשי"ז
מ'איז ארויס פון די הייליגע טעג, מ'קומט דא אריין אין די ימות החול, ווייסט השי"ת צו מ'האט עפעס פארראכטן, צי מ'האט עפעס אויפגעטוהן, צי האט מען עפעס מתקן געווען, צו האט מען עפעס משריש געווען אין זיך א נקודה פון תשובה ומעשים טובים, מ'זאל די זכיה האבן מ' זאל וויסן מ'האט עפעס אויפגעטוהן...

ועיי"ש כמה מרגינתא טבין כעין זה בהקונטרס, ווער רעט נאך די תורה גופא במתק לשונו
למה זה תשאל לשמי...

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:00 pm

ייש"כ והוא פלאי
ווערטער וואס דערווארעמען דאס הארץ
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17937
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:03 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ייש"כ והוא פלאי
ווערטער וואס דערווארעמען דאס הארץ
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 1:14 pm

נעכטן געזעהן די סידי מיט די קונטרס ביי דורן אין ק"י
צוגעלייגטע
1001141946a.jpg
1001141946.jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 2:19 pm

farshlufen האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ייש"כ והוא פלאי
ווערטער וואס דערווארעמען דאס הארץ

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 9:35 pm

כ'האב עס. ס'איז אזוי זיס צו הערן. דער רבי ז"ל וויינט אזוי מיט זיין הייליג הארץ פארן כבוד שמים. צדיק אמת. ס'איז ריכטיג אז איך הער א יונגערער קול, אדער ס'דאכט זיך מיר נאר?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט