די בענדליך: אנטפלעקט היסטארישע סאטמארע הוש"ר דרשה תשי"א

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

די בענדליך: אנטפלעקט היסטארישע סאטמארע הוש"ר דרשה תשי"א

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:49 am

בלעדי: עקסלוסיוו צו אייוועלט!
יעקב דוב מיללער, נשיא מורשת חכמי אמעריקא

-
מיר לעבן היינט אין א דיזשיטאלע וועלט, אזא ניגון ווי "אפילו בהסתרה" קומט אן צו יעדן שמויגער אויף זיין קאמפיוטער אין אפיס אדער זאגאר אין זיין טאשן-קאמפיוטער הנקרא סמאר"ט-פאו"ן בלע"ז, אזוי ארום אז עס גלייבט זיך שווער וויאזוי זאכן האבן זיך אנטוויקלט דורכאויס די פארגאנגענע הונדערט יאר, ווען יעדע תקופה איז די וועלט געווארן מער פארגעשריטן אויף דעם געביט פון רעקארדירונג און איבערשפילן קולות און מוזיק.

יעדער דא ווייסט פון א MP3 שפילער, און אפילו א סי-די איז אויך נאכנישט היסטאריע, ממילא קאסעטן (טעיפס) ווייסן נאך אויך אונזערע ליינער וואס דאס איז, אבער דאס איז שוין מער/ווייניגער א זאך פון די פארגאנגהייט. אבער וויפיל געדענקען נאך "רעקארדס"' און א "רעקארד פלעיר"? עס איז נאך דא וואס געדענקען דאס אבער צו דעם מוז מען זיין לכה"פ 35+ אלט, דאס איז געווען אזא גרויסע דינע רעדל, ענדליך צום סי-די פון היינט, און דאס האט מען געשפילט אויף א ספעציעלע מאשין, אונזער עולם אין אלגעמיין האט געשפילט אויף די פלאטן אדער רעקארד"ס די הערליכע ווערק פון ר' יו"ט ערליך אדער פון די חזנים יאסעלע און קאסאוויצקי וכו'.

ווען מיר זענען אויפגעוואקסן האבן מיר שטענדיג געהערט אז ביי די באקאנטע "נשא תורה" ווען רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט געפלאמט איבער די זעקס טאגיקע מלחמה, נישט היצט געדאכט, האט דער רבי זיך אויסגעדרייט און געפרעגט; "די בענדליך זענען שוין דא?" ווייל דער רבי האט געוואלט אז די של"ס תורה זאל ווערן רעקארדירט למען ידעו אז מ'זאל קענען איבערגעבן פונקטליך וואס ער האט יא אדער נישט געזאגט.

שטענדיג איז אונז אבער קשה געווען פארוואס האט דאס דער רבי גערופן "די בענדליך" הגם מיר ווייסן אז די קאסעטן (טעיפס) האבן געענדלט צו בענדליך, אבער אין די ערשטע יארן איז דאך ווארשיינליך נאכנישט געווען טעיפ-רעקארדערס און מסתבר איז געווען אז דער רבי ז"ל האט גענוצט א טערמין פונדערהיים, איז וואס איז פשט פון "בענדליך"? ממילא פלאטן האבן מיר פארשטאנען, ולבענדיל מה זי עושה?

ליינט און שטוינט! וויאזוי האט מען אפגעכאפט און רעקארדירט שטימעס אין די פופציגער יארן? איר הערט גוט עס איז געווען אזא זאך ווי בענדליך! און אזוי האט עס אויסגעזען:
בילד

און אויף אט אזעלכע בענדליך האט מען אין די סאמע ערשטע יארן על אדמת אמעריקא רעקארדירט א היסטארישע דרשה פון רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, וועלכע גייט אנטפלעקט ווערן אין די גאר נאנטע טעג, נאך הונדערטער שעות הארעוואניע און טויזנטער דאלארן, ווען אן אנטשלאסענער אינגערמאן האט באזיגט די גרעסטע טעכנעלאגישע פירמעס וואס האבן אנטזאגט צו קענען דעשיפרירען דעם אנטיקן רעקארדירונג, אזוי ווי איינע פון די גרויסע פירמעס שרייבן בלשונם "If your wire looks like that it's a lost case..." און אט גייט די וועלט זוכה זיין צו הערן די שטימע פון הייליגן רבי'ן זי"ע אום סאמע הושענה רבה פון 64 יאר צוריק בשנת תשי"א.

ומה גם, אז אזעלכע בענדליך דארפן געווענליך געהיטן ווערן אין א צאמגעלייגטן גראדן אופן, און דא האבן די בענדליך זיך געפונען אין א געפערליכער צושטאנד, פארקניפט און פארבינדן, פארדרייעט און פארקאטשעט, לא יאומן כי יסופר אז פון דעם איז געלונגען ארויסצונעמען יקר מזולל, דאס האט פארלאנגט געדולד און כח, קאנצטענטראציע און געטריישאפט, אויסער צייט און געלט וואס איז דאך פשוט, מי ימלל גודל השמחה נאכדעם וואס מ'האט ענדליך באוויזן צו הערן די הייליגע שטימע! דער רבי זי"ע אין די גאלדענע יארן, אלט זייענדיג בלויז 65 יאר, וה' יתן קולו קול עוז, קול ה' בכח ונאדר בגבורה!

כידוע האט דער רבי זצ"ל געפראוועט יענעם הושענה רבה שנת תשי"א אינעם בנין פון "בית יעקב" אויף 143 סאוט אכטע סטריט אין וויליאמסבורג, דער בנין שטייט נאך עד היום בתפארתה, וזו צורתה:
בילד
(בילד קרעדיט; מכון מורשת חכמי אמעריקא)

דער רבי האט כדרכו בקודש מעורר געווען דעם דעמאלסדיגן ציבור לתשובה ותיקון המעשים, מיר קענען זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט רעדן צו אידן אינגאנצן 5-6 יאר נאכן באפרייאונג פון די נאצישע נעגל, אידן וואס זענען געווען שבור ורצוץ כחרס הנשבר, פארלוירן טאטע און מאמע, פארלוירן ווייב און קינדער און אלעס וואס מען האט פארמאגט, דא קומען זיי גרינע גרים אין א ווילד פרעמדע מדינה, דאס לאנד פונעם "דאלאר", וואס ווייסן זיי וואס אמעריקא מיינט אפי'? ווער קלערט אז מיט זעכציג יאר שפעטער גייען אט די וויליאמסבורגער גאסן ווירבלען מיט צענדליגע טויזנטער אידישע קינדער בליעה"ר, אור-אור אייניקלעך פון די דעמאלסדיגע שומעים את דבר ה', און דא שטייט דער רבי אין א געדינגענעם זאל און שרייט מנהמת לבו "די גאולה איז דא ביז געציילטע טעג!" און ווער האט דען אנדערש געקלערט? נאך אזעלכע צרות איז דען מעגליך אנדערש?

היינט 64 יאר שפעטער איז די וועלט זוכה נאכאמאל צו הערן יענע הייליגע שטימע, קול חוצב להבות אש, קדושה ראשונה קידשה לשעתה וקידשה לעתיד לבוא, וכולי האי ואולי זענען די ווערטער געווען דברי נבואה אויף די קומענדיגע מאל וואס אידישע קינדער וועלן עס הערן ""די גאולה איז דא ביז געציילטע טעג!" .

איבער דעם איז דאך געוויס ישמח לב מבקשי השם, די בשורה טובה דערפרייט יעדן רעכטדענקענדן סאטמארער חסיד און אפי' נישט דוקא א סאטמארער חסיד, דא אנטוויקלט זיך פאר אונזערע אויגן א שטיק היסטאריע!

דער מו"ל זאגט אז ביז געציילטע טעג וועלן די דעמאלסדיגע "בענדליך" קענען געהערט ווערן אויף די היינטיגע "סי-די" שפילער, ווען ביי די זייט וועט מען האבן א פולקאמער העתקה מיטצוהאלטן די דברים הקדושים יוצאים מפי כהן גדול, און דערביי א שטיקל באשרייבונג איבער די השתלשלות הדברים, סיי פון יענעם הושענה רבה זעלבסט און אויך וויאזוי די בענדליך זענען למעשה דעשפרירט געווארן להנות בהם שוחרי השם ולרוות צמאונם.

א הארציגן דאנק פאר די חשוב'ע מוציאים לאור פאר די פרטים, וחבלים נפלה לי בנעימים, עס איז אונז א כבוד און א זכיה צו קענען מבשר זיין אט די פריילכע בשורה, און אראפשרייבן די פרייליכע נייעס פאר חברי אייוועלט, השי"ת זאל אוודאי באצאלן פאר די אלע עוסקים ומסעיים, השפעות טובות וברכה מרובה, זכותו הגדול של רבינו יגן עליהם ועלינו, ועכי"א להיוושע בכל מילי דמיטב, בברכת גמר חתימה טובה!
צוגעלייגטע
download_20140929_184924.jpeg
download_20140929_184918.jpeg
download_20140929_171152.jpeg
IMAG0813.jpg

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:53 am

בלייבט מיר בלויז איבער צו זאגן WOW
ברוך שמסר עולמו לשומרים
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5877
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:55 am

WOW, מורא'דיגע געוואלדיג! יישר כח הרב מיללער פאר די פריידיגע בשורה

(אגב, איך מיין כ'האב געזען אזעלכע בענדלעך אין מקוה בור היינט צופרי....)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:55 am

מי יודע האט געשריבן:WOW, מורא'דיגע געוואלדיג! יישר כח הרב מיללער פאר די פריידיגע בשורה

kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:59 am

ברוך הטוב והמטיב! ישר כח פאר'ן ברענגען די בשורה אויפ'ן אייגנארטיגן מיללער שפראך. (אגב, אזוי ספעלט מען עקסלוסייוו?)
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:59 am

ס'איז געשטאנען אין דער איד די וואך וועגן דעם
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:59 am

געוואלדיגע נייעס און הערליך באשריבן דורך מיללער, א שיינעם דאנק.
מי יודע... חחחח

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:04 pm

ייש"כ הרב מיללער פאר די גוטע נייעס!
מיר וועלן זיך מיטען בורא'ס הילף דערקוויקען דערמיט די לעכצענדע נשמה!
בד"א איך מיין אז פון תש"י איז אויך דא די הוש"ר דרשה
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:04 pm

פארגעסן מוסיף צו זיין, אז נאך די הארעוואניע זעהן די "בענדליך" אויס אזוי
צוגעלייגטע
20140929_183432-1.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:05 pm

kyshtiper האט געשריבן:ס'איז געשטאנען אין דער איד די וואך וועגן דעם

ריכטיג, אבער נאר א קעפל, די וואך וועט נאכפאלגן די פולע באשרייבונג
צוגעלייגטע
download_20140929_184903.jpeg

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5877
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:06 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ייש"כ הרב מיללער פאר די גוטע נייעס!
מיר וועלן זיך מיטען בורא'ס הילף דערקוויקען דערמיט די לעכצענדע נשמה!
בד"א איך מיין אז פון תש"י איז אויך דא די הוש"ר דרשה

יא תש"י איז דא, איך האב עס געהערט אמאל, ס'איז זייער קלאר, מקען זייער גוט פארשטיין.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:08 pm

kyshtiper האט געשריבן:ס'איז געשטאנען אין דער איד די וואך וועגן דעם

נאר א קעפל געווען.
אה מיללער האקט מיט די זעלבע.
מיללער, א ריזיגע יישר כח פאר אזא פריידיגע בשורה זאל דער אייבערשטער העלפן זאלסט קענען מבשר זיין תמיד אזוינע בשורות טובות.
קען מען שאצן די ווערט פון איין תורה פון רבין
לעצט פאראכטן דורך צושויער אום דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:10 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:09 pm

ברוך שמסר עולמו לשומרים!!!

האט איינער אפשר א בילד פון אינעווייניג אינעם בנין "בית יעקב" פון יענע יארן?

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5877
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:12 pm

יציב פתגם האט געשריבן:ברוך שמסר עולמו לשומרים!!!

האט איינער אפשר א בילד פון אינעווייניג אינעם בנין "בית יעקב" פון יענע יארן?

וואס איז די אויסדרוק עולמו לשומרים? פאסט פאר די בלאט אזא קעפל
די טעיפ איז עפעס א וועלט? ס'איז א פלעינע טעיפ, ס'איז פשוט היסטאריש, וואסארא מין אויסדרוק איז דאס "עולמו"?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:14 pm

מי יודע האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:ברוך שמסר עולמו לשומרים!!!

האט איינער אפשר א בילד פון אינעווייניג אינעם בנין "בית יעקב" פון יענע יארן?

וואס איז די אויסדרוק עולמו לשומרים? פאסט פאר די בלאט אזא קעפל
די טעיפ איז עפעס א וועלט? ס'איז א פלעינע טעיפ, ס'איז פשוט היסטאריש, וואסארא מין אויסדרוק איז דאס "עולמו"?


א יעדעס ווארט פון רבי'ן זי"ע איז א "וועלט", אן עולם מלא!

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:16 pm

מי יודע האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:ברוך שמסר עולמו לשומרים!!!

האט איינער אפשר א בילד פון אינעווייניג אינעם בנין "בית יעקב" פון יענע יארן?

וואס איז די אויסדרוק עולמו לשומרים? פאסט פאר די בלאט אזא קעפל
די טעיפ איז עפעס א וועלט? ס'איז א פלעינע טעיפ, ס'איז פשוט היסטאריש, וואסארא מין אויסדרוק איז דאס "עולמו"?

העולם של הקב"ה נשמר ע"י שומרים, כך אמר רבי כשגוי הצניע יין תפוחים, לענינינו חכמי האומות המציאו הבענדל ויהודי הקליט עליה תורתו של רבינו. ברוך שמסר עולמו לשומרים

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7017
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:26 pm

מיללער האט געשריבן:און דא שטייט דער רבי אין א געדינגענעם זאל און שרייט מנהמת לבו "די גאולה איז דא ביז געציילטע טעג!"

האט‎ ‎מיר‎ ‎אויפגעטרייסלט‎!!!‎
--

ד‎י‎ ‎פשט‎ ‎פון‎ ‎בּענדלעך‎ ‎איז‎ ‎נישט‎ ‎ידוע‎?‎
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:35 pm

מי יודע האט געשריבן:WOW, מורא'דיגע געוואלדיג! יישר כח הרב מיללער פאר די פריידיגע בשורה


יציב פתגם האט געשריבן:ברוך שמסר עולמו לשומרים!!!

האט איינער אפשר א בילד פון אינעווייניג אינעם בנין "בית יעקב" פון יענע יארן?

חפשנו ולא מצאנו.

אגב,דער בנין וואס איז שוין אריבער 120 יאר אלט איז היינט לענדמארק בילדינג שוין פון לאנג קאנווערטעד צו קאנדאוס.
צוגעלייגטע
Long island Business College Ad.JPG
אן אדווערטייזמענט פון די "לאנג איילענד ביזנעס קאלעדזש" פון 1907.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:40 pm

כמיין א איד וואס האט אזויפיל געבויעט און אמעריקא, בנינים און מוסדות וואס זאלען קאנען האלטען כלל ישראל און גלות דורי דורות, שטייט און א געדינגענעם זאל, און שרייט די גאולה איז דא...

מיר קאנען קוים ווארטען עס צו הערען.

א שכח פאר די בשורה טובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:13 pm

שכח פאר די בשורה טובה. ענדליך.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:22 pm

ברוך הטוב והמטיב,

ישר כח הרב מילער, מגלגלין זכות ע"י זכאי אז דו זאלסט ברענגען די גוטע נייעס, מיר קענען אלע קוים ווארטן צו הערן די שטימע פונעם צדיק כתמר אבינו רועינו הקדוש זי"ע.

אין א זמן פון אזא התסרה, נישט סתם הסתרה, נאר הסתרה שבתוך הסתרה וועט זיכער זיין אז די ווערטער פון הייליגן רבי'ן וועט אריינבלאזן א רוח חיים אין אידישע קינדער!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:31 pm

פון תש"י איז חנוכה ניין?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אנכי
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:46 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכ"י יושבת

תגובהדורך אנכי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:37 pm

זהו באמת בשורה טובה ומרנינה!
ברוך אשר לא עזב חסדו מאתנו!
אנא נפשי כתבית יהבית

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:50 pm

וזל"ק
דעס איז דאך בלי ספק אז ס'איז שוין געציילטע טעג צו דער גאולה, נאר ווייסט השי"ת וואס פאר אן איבערגאנג מ'וועט נאך האבן אוי וויי, אוי מ'העט נישט געדארפט צו רוען, דעס ביסל יודען וואס ס'איז נאך דא, מ'העט זיך געדארפט פונה זיין פון אלע הבלים, מ'זאל זיך נישט אפרייסן פון באשעפער, אולי מ'זאלמיר זאגן איין אמת'דיג וואר העט מען זייער אסאך אויפגעטוהן, מ'ווייסט גארנישט ווי ווייט

ולהלן שם
"איך מיין מ'מעג מיר שוין אלע שרייען ייתי ואחמיניה" מ'זאלמיר עס שוין זעהן אין די קורצע טעג



עוד שם בתוה"ד
מ'זאלמיר נאך זוכה זיין צו זיין צווישן די "נדחים" וואס שטייט והשתחוו לה' בהר הקודש בירושלים


וקרוב לתחלתו לאחר המשל אומר
זאל מען וויסן היינט איז שכינתא בגלותא, הקב"ה איז א מלך עלוב, אוי וויי ער איז סובל דעם צער דעם עלבון פונעם גלות, דעס שפלות ישראל און דעס שפלות האמת, בזמן שביהמ"ק קיים און ווער שמועסט לעתיד אז מ'וועט יעדער זעהן כבוד השכינה איז גארנישט קיין רבותא ווער ס'וועט דעמאלץ דינען דעם אייבירשטען, דאס איז גארנישט קיין חשבון, מ'קאן דאך גארנישט אנדערשט טוהן, וואויל וועט זיין דעם יוד אז מ'וועט קאנען דעמאלטץ פא(קמץ)רברענגען אחר הגאולה "דער האט זיך מקריב געווען" "דער האט געזוכט דעם בורא כל עולמים אין גלות" "ער איז געלאפן פארן מלך בימי גלותו" אוי ווי ביטער איז דעם אז מ'איז חלילה מצער דעם "מלך הקדוש" בימי גלותו, אז מ'האט חלילה א חלק אין התעכבות הגאולה אוי וויי, אוי ווי ביטער און זויער איז דעם
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:53 pm

ווארטן מיר עס צו קענען הערן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט