אין לך..עשב..שאין לו מזל..שמכה אותו ואומר לו גדל - היסטאריע.

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

אין לך..עשב..שאין לו מזל..שמכה אותו ואומר לו גדל - היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(די ערשטע פארעגראף איז א מדרש, ביטע איבערהיפן אויב זענט איר אין א מקום וואו מען טאר נישט טראכטן תורה)

יעדער קען די באוויסטע מדרש (ברשית רבה פרשה י' אות ו): אמר רבי סימון: אין לך כל עשב ועשב, שאין לו מזל ברקיע, שמכה אותו ואומר לו גדל, הדא הוא דכתיב (שם לח): הידעת חקות שמים אם תשים משטרו בארץ וגו'. לשון שוטר. (דער אויבערשטער האט געזאגט פאר איוב א גאנצע רייע זאכען וואס ער פירט אן, און דער מענטש קען אפי' נישט פארשטיין, איינע פון די זאכען איז דאס: צו ווייסטו די געזעצן פון הימל, צו קענסטו שטעלען זיין געוועלטיגען אויף דער ערד?)

ביז אין די אנהייב 890'גער יארן, איז "די עפל" מיטן ה' הידועה געווען די סארט וואס מען רופט "בען דעיוויס" (Ben Davis). היינט וואקסט שוין כמעט נישט די עפל. אבער די באוויסטע און באליבטע "קארטלענד" (Cortland) עפל, וואס אלע אידישע שטיבער מאכען פון דעם קאומפאוט, איז צוזאם געשטעלט טאקע פון די "בען דעיוויס" צוזאמען מיט א צווייטע סארט, די "מעקינטאש" (Macintosh).

ערגעץ אנהייב די 870' יארן, האט א גוי'שער פארמער אין איסט-פערו אייווא מיטן נאמען "דזשעסי הייעט" (Jesse Hiatt) שפאנצירט אין זיין פעלד מיט די שיינע רייעס פון "יעלאו בעלפלאוער" (Yellow Bellflower) עפל ביימער (א סארט געלע עפל).

פליצלינג האט ער געזען ציווישען די רייעס, א קליין ביימעלע פאנגט אן וואקסן. אזוי ווי עס איז געווען אינצווישען די שורות, און ער האט נישט געוואלט עס זאל אים שטערן די ארדענונג - פרוכט ביימער, וואקסען אזוי אין שיינע שורות מיט א ארדענונג, אז מען זאל קענען גרינג צוקומען ביים קלויבן - האט ער עס ארויס געריסן, און אוועק געווארפן.

די נעקסטע יאר, שפאנצירט ער ווייטער אין זיין פעלד, און צו זיין שטוינונג זעהט ער ווי אויפן זעלבן פלאץ, וואקסט ווידער א ביימעלע! אבער ער וועט נישט לאזן אז די קליין ביימעלע זאל אים שטערן די ארדענונג אין זיין פעלד, האט ער עס ווידער אויסגעריסן.

אבער אז עס איז געקומען די דריטע יאר, און אויפן זעלבן פלאץ האט ער ווידער געזעהן די קליין ביימעלע, האט ער באשלאסען אז יש דברים בגו! ער קען עס מער נישט אויסרייסן! "אויב מוזטו וואקסען - האט ער דערקלערט - נא, וואקס"!

10 לאנגע יארן האט הייעט געווארט אז די ביימעלע זאל אויסוואקסען, און קומען צו די יארן ווען עס געט שוין פירות. "מן הסתם איז עס א ענדליכע בוים ווי די וואס וואקסען דא אין פעלד - האט ער געטראכט -.

אבער אז די 10 יאר האבן זיך גענדיגט, האט ער געזעהן אז די עפל וואס איז געוואקסען איז בכלל נישט אזא סארט עפל וואס וואקסט אין זיין פעלד! זיינע עפל זענען געל, און די עפל איז גאר רויט! און נישט סתם רויט, נאר ממש בלוט רויט! נאך מער, עס איז בכלל נישט קיין עפל וואס ער האט בכלל אמאל געזעהן! ער האט עס געוויזען פאר זיין פרוי און גוטע פריינד, און אלע אינאיינעם האבן דערקלערט, אז אזא שיינע עפל האבן זיי נאך קיינמאל געזהען! און די טעם, הממממ, עפעס אויסערגעווענדליך! "עס איז די בעסטע עפל אין די וועלט" האבן הייעט און זיין פרוי ביידע מסכים געווען.

הייעט האט באקומען א שטארקע ליבשאפט צו די בוים. ער האט יעדעס יאר איר געגעבן עקסטערע עטענטשאן, זיך עקסטער אפגעגעבן. און אז איין יאר איז געווען א שטורעם, און די בוים האט געליטן שאדן, האט הייעט עס ארום גענומען אז עס זאל נישט שאדן גיין צוליב די פלעצער וואס די הויט האט זיך אפגעשיילט.

הייעט האט גענומען די עפל ווי ער האט געקענט. ער האט עס געוויזען פאר וועמען ער האט געקענט. יעדער האט מסכים געווען צו די אויסעגעווענדליכקייט פון די עפל. אבער די מזל האט נישט געשפילט, און קיינער האט זיך נישט צוגעכאפט דערצו. ער האט עס גענומען צו אסאך צוזאמקומפטן פון פארמערס, מיטן הואפענונג אז איינער וועט אפקויפן פון אים אזא עפל און אונפלאנצן מערערע דערפון, אבער די "האקיי" עפל - ווי הייעט האט עס גערופן - איז נישט געווארן אויפגעכאפט.

הייעט האט נישט אויפגעגעבן, ער האט עס נאכאמאל און נאכאמאל געשיקט צו יעדע מארק ווי די עפל סוחרים זענען געקומען. אפשר וועט איינער באמערקן די שיינקייט פון זיין עפל.

ענדליך ענדליך נאך יארן יארן פרואבירן, אין יאר 893' ביי א "פעיר (פרוכט שאו)" אין "לואיזיענע, מעזורי" געפירט דורך "שטארק נערסעריס" האט די עפל באקומען די ערשטע אנערקענונג. די צוזאמקום האט אויך געדינט אלס א מארק, און אויך אלס א פלאץ ווי מען איז זיך צוזאם געקומען טרעפן א "נייע" עפל, וואס זאל זיין אנשטאט די - ביז דעמאלסדיגע פאפיולעסטע עפל - די "בען דעיוויס".

די פארשידענע סארט עפל זענען געווען אויסגעלייגט אין די רייע, און מיסטער "קלערענס שטארק" - די אנפירער פון די פעיר - איז געגאנגען פון עפל צו עפל און פרואבירט. זיין אויג איז געפאלן אויף די שטארק שיינע עפל, און ווען ער האט עס פרואבירט, איז ער ארויס פון התפעלות! "דאס איז אויסערגעווענדליך"! האט ער דערקלערט.

אין זיין טאש האט ער געהאלטן א קליינע ביכל מיט פאסיגע נעמען פאר עפל וואס איז אים מיט די יארן איינגעפאלן. ער האט ארויסגענומען די ביכל, און אויסגעמעקט די נאמען "דילישעס". "די נאמען דילישעס, וואס איך לייג שוין אוועק יארן, צו טרעפען די פאסיגע קאנדידאט דערפאר, איז די מערסטע פאסיג פאר די עפל! דאס איז די נאמען פאר די עפל"! און נאך מער האט ער צוגעלייגט, "די עפל איז אין מיין מיינונג די בעסטע עפל אין די היי יעריגע פעיר, און זי באקומט די "נומבער איינס" פלאץ!

אצינד האט נאר אויסגעפעלט טרעפן ווער עס האט געשיקט די עפל. צוליב א צומישעניש איז פארלוירן געגאנגען די צעטל מיט די אינפארמאציע פאר הייעט! קיינער האט נישט געוויסט ווער עס האט געשיקט די עפל!! שוין אז מען ווייסט נישט קיין אינפארמאציע, קען עס נישט געווינען, און אויך קען מען עס נישט קויפן, פארפאלן!

הייעט האט גארנישט געוויסט פון די גאנצע מעשה, אבער נעקסטע יאר אין 894' האט הייעט פשוט ווייטער געשיקט די עפל. מר. שטארק האט ווידער געמאכט די פעיר אין די זעלבע געגענט האפענדיג אז יענע פארמער וועט ווייטער שיקן זיין עפל! און ווירקליך אזוי, ווען מען האט אויסגעפאקט די עפל וואס זענען געשיקט געווארן, האט מר. שטארק צו זיין פרייד געזעהן אז די עפל איז דא! און אצינד האט ער געהאט די אדרעס און נאמען פון די פארמער!

ער האט געשיקט א בריוו צו הייעט, ווי ער האט זיך אינטערעסירט איבער די עפל.

הייעט האט צוריק געשריבן א בריוו, ווי ער רימט אויס די עפל. און נאכמער די בוים:

"עס איז א שטארקע בוים" עס פארטראגט אסאך - שרייבט הייעט - דורך די יארן האבעך שוין פארלוירן צו אלע סארט קאטעסטראפעס דריי פינעפטלעך פון מיינע ביימער, אבער זי שטייט פעסט! זי האט שטארקע צווייגען, און די פרוכט הענגען שטארק דעארויף". אזוי איז ער געגאנגען ווייטער און ווייטער א גאנצע דרשה אויף זיין בוים. און האט אויסגעפירט: "מר. שטארק! אויב קומסטו קוקען די בוים, און דו וועסט נישט מודה זיין אז עס איז די בעסטע עפל פון אלע 40 סארט עפל וואס דו פארמאגטס, קריגסטו עס אומזינסט"! "איך האב נאכנישט געטראפן די מענטש, וואס האט פרואבירט די עפל, און האלט נישט אז זי איז די בעסטע אין די וועלט" האט הייעט אויסגעפירט.

מר. שטארק האט זיך צוגעכאפט דערצו, ער האט געמאכט די וועג מיטן באן צו די פעלד פון מר. הייעט. דארט האט ער באקוקט די בוים, און מודה געווען אז עס איז פונקט ווי הייעט האט געזאגט! ער האט באצאלט די פולע פרייז פאר די רעכט פון די בוים, און אנגעהויבן ארום שיקען די עפל אין אלע עקן לאנד. געלט - אין היינטיגען ווערט פון בערך 10 מיליאן דאלער, דעמאלס 750,000 דאלער - האט שטארק אינוועסטירט צו מאכען די עפל פאפיולער. און טאקע בכל מקום שהעפל היגיע, האבן אלע פה אחת מודה געווען אז די עפל איז די בעסטע עפל צו שטעלפארטרעטן די "בען דעיוויס".

די עפל אז געוואקסן אין פאפילוריאטעט, מער און מער. און אין די צייט פון די מלחמה - אין די 940'גער יארן - איז עס געווארן די "פאפיולערסטע עפל" אין גאנצן לאנד!

מיר וועלן שוין גיין ווייטער וואס איז געווען מיט די עפל פון די מלחמה יארן ביז היינט. אבער פאר מען גייט ווייטער, דארף מען זיך א מינוט אפשטעלן.

צו ווייסט איר שוין וועלכע עפל מען רעדט דא? צו האט איר שוין געכאפט?

דא רעדט מען פון די "רעד דילישעס" עפל, וואס יעדע אידישע שטוב קויפט איין אויף ראש השנה, פאר די סגולה פון "שנה טובה ומתוקה"!!! די שטארק רויטע עפל, מיט די פינעף שפיצן פון אונטען!

די עפל, איז געווארן אפגעהאקט דריי מאל! עס האט זיך יארן געוואלגערט אן קיין אנערקענונג, ווען עס איז ענדליך געווארן אנערקענט האט מען נישט געקענט טרעפן די בעל הבית! און ענדליך ענדליך האט זי באקומען איר ערליך פארדינטן כבוד!

(דא קומט ווייטער א פארעגראף תורה)

לאמיר נאכאמאל איבערחזר'ן די מדרש: "אמר רבי סימון: אין לך כל עשב ועשב, שאין לו מזל ברקיע, שמכה אותו ואומר לו גדל"!! געוואלד געוואלד! ווי די וועלט זאגט: "אז ג-ט וויל, שיסט א בעזעם"!

אצינד לאמיר צוריק גיין צו די היסטאריע פון די עפל ווייטער.

קודם איר נאמען.

ווי געשריבן איז דאך די נאמען - וואס סטארק האט איר געגעבן - געווען "דילישעס". אבער יארן שפעטער - אין 914' - האט שטארק געקויפט די רעכטען פאר א צווייטע עפל מיטן נאמען דילישעס, האט ער צוטיילט די נאמען פאר די ביידעצוויי. יענע האט ער א נאמען געגעבן "גאלדען דילישעס", און די האט ער צוגעלייגט "רעד" און עס הייסט עד היום "רעד דילישעס".

עס זענען געווען וואס האבן ארגינעל געהאלטןגעהאלטן אז די רעד דעלישעס איז א צוזאם שטעל פון די "וויינסעפ" עפל (Winesap), און די אויבן דערמאנטע "יעלאו בעלפלאוער", וואס איז געוואקסען אין פעלד ביי הייעט. די "יעלאו בעלפלאוער" איז א עפל מיט ענדליכע שפיצן פון אונטען, און די "וויינסעפ" איז א רויטע עפל.

ווי דערמאנט האט שטארק אריינגעלייגט אסאך געלט צו מאכען די עפל פאפיולער. ער האט געצאלט מענטשען זאלן פארן אין די ברייט און אין די לענג פון אמעריקע צו באווייזען די עפל. ער האט נישט אויסגעלאזט קיין געלעגענהייט. אין 904' בי די "וועלטס פעיר" האט ער געוויזען די עפל, און ביי אנדערע געלעגענהייטן.

אין 923' האט ער שוין געהאט פארקויפט טויזענטער און טויזענטער "צווייגלעך" צו אנדערע פארמער ארום די לאנד. אין יענע יאר האט איין פארמער געשריבן צו שטארק, אז איין צווייג פון די אזא בוים האט ארויסגעגעבן אביסל א אנדער סארט עפל. שטארק האט שוין געשיקט זיין זון, און האט פאר 6,000 דאלער אפגעקויפט די רעכט אויף יענס אויך. אין יענע יארן האט זיך אנגעהויבן אריינגעבן מער און מער די "זיך ארמשפילן" מיט די פרוכט, איז צו מאכען זיך האלטן פריש לענגער, צו מאכען די ביימער נאך שטערקער וכדו'. ווי מער פאפיולער עס איז געווארן, אלס מער האט מען זיך ארום געשפילט, נאכצוקומען די פארלאנג דערפאר, עס צו קענען קלויבן פריער און פריער, עס צו מאכען א דיקערע הויט, אז מען זאל נישט זעהן ווען עס באקומט א קלאפ, און עס זאל זיין שטארקער און שטארקער רויט. אזוי אז דורכאויס די יארן, איז די עפל אריבער אסאך ענדערונגען און למעשה איז די עפל שוין נישט געווען ממש פונקט ווי די עפל פון הייעט.

מיט די יארן איז די עפל געווארן אזוי פאפיולער, אז עס האט שוין אנגעהויבן ווערן נמאס. און אויך איז די טעם געווארן שוואכער און שוואכער, צוליב דאס ארום שפילן. און נאך 70 יאר זיין די קעניג פון די עפל, האט די פאפיולערקייט אנגעהויבן אראפגיין.

אזוי שפעט ווי אין די 980'גער יארן, איז נאך די רעד דילישעס געווען 75 פראצענט פון די גאנצע עפל מארקעט אין וואשינגטאן (איינע פון די וויכיגע עפל מארקעטס)!

דורכאויס די 990'גער יארן איז ארויף אויף די מארקעט פארשידענע "נייע עפל".

די "גאלע" (Gala) ערפינדן 930', (און איז די צווייט פאפיולערסטע עפל אין אמעריקע).

די "פודזשי" (Fuji) ארגינעל פון יאפאן, א צוזאם שטעל פון "רעד דילישעס" און "רעילס דזשענעט (Ralls Ganet).

און די "האניקריספ" (Honeycrisp) ערפינדן אין 960', און געברענגט צו מארקעט אין 991'.

(אגב, די "האניקריספ" איז לדעתי די בעסטע רויטע עפל אויף די מארקעט! אויב האט איר נאכנישט געגעסן א "האניקריספ" עפל, האט איר נאך נישט געגעסן א פיינעם עפל! (פארשטייט זיך פון די רויטע, פון די גרינע און געלע איז דא אנדערע אויך, און אויב איינער האט ליב גרינע אדער געלע בעסער איז א צווייטע מעשה). אלזא נעקסטע מאל ווען איר גייט קויפן עפל, זיכע האניקריספ, און קומט אהער ריפארטן צו כ'בין נישט גערעכט!)

אז מען רעדט שוין פון גרינע עפל, איז אינטערעסאנט צו דערמאנען, אז די פאפיולערע "גרעני סמיט" עפל, די מערסט באוויסטע גרינע עפל, מיטן דויערן טעם, איז אויך א עפל וואס - ווי די רעד דילישעס - איז א "צופאליגער" עפל. די ערשטע ווען עס איז געוואקסען, איז עס אויך געווען פון זיך אליין!! ג-ט פירט זיך זיין וועלטל!!

אזוי אז די רעד דילישעס איז געווארן ווייניגער און וויניגער חשוב. כאטש עס איז נאך אלס די מערסט פרעדיצירטע עפל, איז עס אבער פיל ווייניגער מיט 40 פראצענט ווייניגער. נאך אלס איז למשל אין יאר 11' גווארן געוואקסען אין אמעריקע 33 מיליאן בושעלס פון "גאלע" (ווי געשמוסט די צווייט פאפיולערסטע) איז אבער פון די "רעד דילישעס" נאך אלס געוואקסען 54 מיליאן בושעלס!

ווילט יאר דאך זעכער וויסען וואס טוט זיך מיטן ארגינעלן בוים!

די ארגינעלע בוים איז געשטאנען ארגינעל ביז אין יאר 940'. ווען א שטורעם האט איר אפגעבראכען צושפאלטן איר שטאם אין צווייען און זי איז געשטארבן. אבער ..... נישט פאר לאנג!!! עטליכע יאר שפעטער, האבן פרישע צווייגעלעך ארויסגעשפראצט פונען ארגינעלן בוים!! און זי וואקסט ווייטער, ארום גענומען מיט א געיט, ווי באזוכער שטעלן זיך אפ באקוקען די ווינדער פון די בוים וואס וויל נישט אויפגעבן! כאטש וואס היינט וואקסט שוין כמעט נישט קיין עפל זינט טאקע יענע שטורעם אין 940'. די לאקאלע פארמער האבן אנגעהויבן איבערפלאנצען פון די ארגינעלע בוים, מיטן האפענונג אז יענע ארגינעלע טעם, וועט ווידער כאפן דעם המון.

אין 922' האט מען אין א שכינות'דיגע פארק געשטעלט א שטיין אריינגעקריצט אלס א געדענקמאל צו די מערקוועדיגע ביימעלע.

אצינד וועט איר שוין גאנץ אנדערשט זאגען די תפילה ראה השנה ביינאכט ביין טינקען די עפל אין האניג, יהי רצון ......... שנחדש עלינו שנה טובה ומתוקה. אצינד חוץ די חשיבות פון זיסקייט, האט עס א נייע באדייט! "רבינו שאג בקול גדול, אין שום יאוש בעולם כלל"!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין באשריבן ווי תמיד.
איך האב גראדע נישט אזוי ליב רעד דעלישאס, הארטע און טרוקענע טעקסטשור, די פינישינג איז אויך נישט אזוי סמוט.
(און כאב נישט קיין אהנונג פארוואס מ'עסט דוקא דעס ר"ה).
קארטלענד איז צו זיס.
גאלא איז א פיינעם עפל.

גיימיר פרובירן האניקריספ
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

הערליך שיין, נוסח לכתחלה!

שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

שוועמל האט געשריבן:זייער שיין באשריבן ווי תמיד

גיימיר פרובירן האניקריספ
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב נישט קיין אנדערע ווארט אויף אזא זאפטיגע ארטיקל ווי "חילי-דעלישעס"
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

לכאורה האט געשריבן:איך האב נישט קיין אנדערע ווארט אויף אזא זאפטיגע ארטיקל ווי "חילי-דעלישעס"

איך האב געוואלט קראסן ביידע ווערטער חילי דעלישעס אבער דאס וואלט זיך געלייענט חלשות....עניוועי א הערליכע יישר. זייער באטעמט און אינפארמאטיוו
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

די ארטיקל איז זיכער האני קריספ!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לכאורה האט געשריבן:איך האב נישט קיין אנדערע ווארט אויף אזא זאפטיגע ארטיקל ווי "חילי-דעלישעס"

הערליך שיין אראפגעשריבן, א_ווי נאר חילי קען!
יישר כח פארן אונז מעורר זיין צו זען דער כולם בחכמה עשית מיט אזא וואונדערליכע השגחה.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער »

געוואלדיג שיין באשריבן חילי, כ'האב באמת הנאה געהאט.

גראדע עס איך קיינמאל נישט די רעד דילישעס עפל, כ'האבעס פשוט נישט ליב, מאכט מיר טרוקן דאס האלדז.

נאכאמאל א שיינעם דאנק.
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

Thanks a good and sweet article and a good sweet year for all of us
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

דע ארטיקל איז דעלישעס מיט האניג

#חזקה
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

געלעגער האט געשריבן:די ארטיקל איז זיכער האני קריספ!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א שיינעם דאנק פאר אלע.

כ'האב איין זאך פארגעסן צו שרייבן, די האניקריספ עפל איז נישטא אין יעדע געשעפט, נאר אין די גרעסערע. עס איז עטוואס א גרעסערע עפל פון וואס מיר זענען געוואוינט, און עס איז ליכטיג רויט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

א זאפטיג געשמאקע ארטיקל אזוי פונקטליך דעטאלירט מיט די דאטומען פון לכתחילה וואס קען זיין בעסער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טענקס יימי! (איך מעג דיר נאך רופן יימי, ווייל כ'בין נאך דא פון ווען דיין פארגייער איז געווען רבי.....)

נאך אזאך דערמאנט.

די רעג דילישעס עפל, זאגט מען נאך פון צדיקין א רמז.

די פינעף שפיצן אונטן, און די פינעף חדרי זרע, זענען צוויי מאר ה', די קליין צווייגעלע אויבן ווי די עפל הענגט אויפן בוים איז די י', און די ליניע אינדערמיט פונעם עפל איז די ו'.

און אגב דאגב, דאס וואס געוויסע רעדן זיך אפ אז זיי ליבן נישט אזוי די עפל, האבעך אין די ארטיקל שוין אויך געשריבן, אז וויבאלד עס איז געווען אזוי פאפיולער האט מען געטאן אלע קינצען עס צו מאכען ווערן געצייטיגט שנעל, זיך האלטן לאנג, זיין שיין רויט, נישט זעהן קיינע פלעקן וכו' וכו', און דאס האט אסאך אוועקגענומען די ארגינעלע טעם.

ארגינעל איז די הויט נישט געווען ביטער בכלל, אויך איז עס נישט געווען אזוי דיק וכו'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

כתפוח בעצי היער כן דודי לכתחילה
מה תפוח פריו "קודם" לעלו כך "לכתחילה"
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

חתן דינן די רעד דעלישעס עפל

Red_delicious.jpg


בען דעוויס

Ben_Davis_apple.jpg


קארטלענד

Cortland_apples.jpg


יעלאו בעלפלאוער

yellow_bellflower.jpg
yellow_bellflower.jpg (56.27 KiB) געזען 5466 מאל


מעקינטאש

McIntosh apple.jpg


גאלדען דעלישעס

Golden_delicious_apple.jpg


גאלע

Royal-Gala-apple.jpg
Royal-Gala-apple.jpg (22.15 KiB) געזען 5466 מאל


פודזשי

fuji-apple.jpg


וויינסעפ

staymanwinesap2.jpg


גרעני סמיט

granny-smith-apple.jpg


און חילי'ס בעסטע עפל, די האניקריספ

Honeycrisp.jpg
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

מאני
כ'מוז דיר זאגן איין בילד עסט מער פון טויזענט....
איצט דעזענדיג לייוו די פעוואריט עפל פון חילי גלוסט זיך מיר אריינצובייסן אינעם חקל תפוחין
___________
אויב גיי איך נוצן די האניקריספ דיזען ראש השנה, הייסט עס אוועק פונעם מסורה?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'ווייס נישט פון ווען די מסורה איז געווארן. קען זיין פשוט ווייל דאס איז געווען "די עפל" ווען מען איז געקומען אויף אמעריקע. אדער קען זיין אז עס איז אנגעקומען קיין אייראפע נאך פאר די קריג. אדרבה אויב איינער האט נאך א עלטערן איד וואס ער קען פרעגן, וואלט עס געווען ערשט קלאסיק.

בכל אויפן סביב, קויף ביידע, איינס פאר די מסורה, און א צווייטע צו האבן א אמת'ע שמחת יו"ט!

ישר כח מייני (קאפירייט...) פאר די בילדער. גיימער לייגן אי"ה נאך עטליכע בילדער וואס קומען צו די ארטיקל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

איי-וועלט בתפארתו

שכח הרב חילי

וואונדערבארער ארטיקל
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח, מה רבו מעשיך ה'.

(ר' אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט אלטס האלטען און די האנט עפעל סידס כידוע)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אונזער העלר מר הייעט!!

בילד

די געדענקמאל שטיין.

בילד

די אריינגאנג צו די שטעטעלע ווי מר הייער האט געוואונט.

בילד
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:די ארטיקל איז זיכער האני קריספ!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

א דילישעס אשכול

----
מאנעלע אפשר דארף מען לאזן דרוקן אזא ביזנעס קארטל ווען מ'דארף גיין איינקויפן אין גראסעריי לויטן באפעל פון די רבנית: 7 מונקאטשע 8 באפעלאו 9 ריפסענע, צו קענען האבן אן אנונג פון וואס זי רעדט, שכח
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אגב רב לכתחילה איז אלע רעד דעלישעס מאדעפצירט, אדער און א קליינע פארם קען מען יא נאך באקימען נישט מאדעפצירטע?
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”