וויען, עסטרייך: היינט צוטאגס

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שמע מינה
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

וויען, עסטרייך: היינט צוטאגס

תגובהדורך שמע מינה » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:23 pm

פון די אידישע יישובים וואס זענען געבליבן דערין חרדי'שע אידישע קהלות נאכן קריג אויף די זעלבער פלאץ ווי עס האט זיך געווירבלט פון טויזענטער אידן און קהלות קודש פארן קריג, איז די שטאט אנטווערפן אין בעלגיא און די שטאט וויען אין עסטרייך.
אויב אנטווערפן ווערט שוין גערעכנט פון די נייע יישובים, ווי מיט בלויז עטליכע יאר פארן קריג איז זי באוואוינט געווארן פון חסיד'ישע אידן, איז אבער דערקעגן די שטאט וויען אן אור אלטער עיר מלוכה ווי אידן האבן שוין געוואוינט הונדערטער יארן פארן קריג.
מיין שאלה איז: אידן וואס וואוינען אין וויען פילן זיך טאקע ווי זיי טרעטן אויף די זעלבער באדן ווי עס האבן געטרעטן גדולי עולם, סיי פון די וואס האבן געוואוינט דארט און סיי וועלכע זענען געקומען פאר קורצערע תקופות זיך צו היילן ביי די דארטיגע דאקטוירים אדער אפשטאטן באזוכן ביי די קעניגליכע שרים א.א.וו. אדער זיי ווייסן גארנישט וואס דארט האט זיך אלץ אפגעטאן און פירן אן א קהילה אזויווי אלע קלענערע קהלות קדושות בכל תפוצות ישראל.
און בכלל, ווי ווייט האט זיך דארט צוריקגעבויעט אידישקייט, זענען פאראן דארט מנינים שחרית עלעף אזייגער, און צו גייען זיי שבת מיט די טליתים אויף די גאס, אדער אלעס איז נאר מיט א מינימום?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:28 pm

וואס האט עלף אזייגער מיט אידישקייט?
זיי פירן זיך פונקט ווי אלע אידישע ישובים נאר אויף א קלענערן פארנעם.
טלית אויפן גאס ווייסעך נישט, מסתם יא פארוואס נישט. אויב סיז דא אן עירוב מסתם נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:45 pm

איך בין אמאל געווען אין אויף א שבת, איך בין געווען דעמאלטס א חתן סאו געדענקעך נישט צו מאיז געגאנגען מיטן טלית אין די גאס, איך גלייב אז יא, ווייל דעם בעל אכסניא'ס יונגל (שוין היינט א יונגערמאן מיט קינדער) איז אליין געגאנגען מיט די פולע חסידישע טראגע אין גאס, פארוואס זאל מעניש גיין מיטן טלית?

שמע מינה
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

תגובהדורך שמע מינה » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:15 pm

אין צוריך איז דאך אויך דא אידישע קהלות געבליבן נאך פון פארן קריג, אבער דארט זענען נישט געגאנגען די אידן ביז פאר דרייסיג יאר צוריק מיט שטריימל און בעקיטשע אויפן גאס, אנדערש ווי אין אנטווערפן וואס זענען יא אלץ געווען אידן מיט שטריימל און בעקיטשע אויפן גאס. אבער אין צוריך איז מען ביז לעצטענס נישט געגאנגען מיט די טלית אויפן גאס. אזוי אויך אין לאנדאן ווי עס זענען שוין יא דא צענדליגע חסידישע גרויסע קהלות, זעהט מען אויך קוים טליתים אויפן גאס, רוב ציבור גייט מיט רעזוואלקעס אדער מאנטלן צו פארדעקן די טליתים עס זאל נישט זיין אויפפאלנד.
אבער, בכל אופן, כ'האב נישט געמיינט די מנין שחרית עלף אזייגער און כ'האב נישט געמיינט די טליתים אויפן גאס, כ'האב געמיינט צו פרעגן אויב אידישקייט לעבט דארט, צו אידן פילן זיך ווי ביים טאטן אין וויינגארטן אדער אזוי ווי די אידן אין בודאפעסט און אין די אנדערע פארווארפענע מקומות וואס מיר ווייסן פון זיי נאר א דאנק זייערע רייכע היסטאריע.
און אייגענטליך, איז מיר גראדע יא נוגע צו וויסן איבער מנינים שחרית עלף אזייגער, לאו דוקא עלעווער, אבער אויסשטעלנדיג א נסיעה פאר א חבר איז מיר אויסגעקומען אים צו מאכן א סטאפ אין וויען פון 8:30 ביז 12:30 אינדערפרי, איז מיר כדאי צו וויסן אויב ער האט וואס אריינצופארן אין שטאט נאך א מנין שחרית, אדער אויף 9:30 האט ער שוין נישט ווי צו טרעפן דארט א מנין?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:26 pm

די בית המדרש "אהל משה" בעיר וויען בנשיאות הרה"ג ר' אשר מרגליות שליט"א
צוגעלייגטע
IMG_3024.JPG
IMG_3039.JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:27 pm

היכל הביהמ"ד אויפן צווייטן שטאק
צוגעלייגטע
IMG_3037.JPG
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:29 pm

חדר האוכל "ברך משה"
צוגעלייגטע
IMG_3033.JPG
IMG_3032.JPG

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 6:11 pm

אויף די אנדערע זייט שטראסע איז דא א כשרע בעקעריי

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 7:31 pm

זייענדיג אביסל באקאנט אין וויען, וועל איך דא געבן א קורצע באריכט פון דאס יידישע (חרדישע) לעבן דארט.

תושבים
אין וויען וואוינען היינט צוטאגס אן ערך פון 400 חרדישע משפחות אויסגעמישט פון אלע סארט חסידות און קרייזן.

בתי מדרשים
עס זענען דארט פארהאנען 4 בתי מדרשים און נאך בערך 10 קלענערע. די 4 בתי מדרשים זענען:
קהל חסידים, מחזיקי הדת, אהל משה און אגודת ישראל. די אנדערע בתי מדרשים זענען עטליכע פון חב"ד, אפאר ספרדישע און נאך אפאר אלטע שול'ן אין וועלכע עס זענען נאך פארבליבן א קנאפע מנין עלטערע יודען.

כוללים
אויך פארמאגט די שטאט עטליכע כוללים, כוללי בוקר און כוללי ערב. (וויענער כולל, מחזיקי הדת, אהל משה, פנים מאירות)

חינוך
אין וויען איז דא א גרויסע חרדישע תלמוד תורה מיט א גרויסע קינדערגארטן, אויך איז דא נאך א ת"ת מיט א קינדערגארטן אויף אביסל א קלענערע פארנעם, אזוי אויך א ישיבה קטנה מיט 3 כתות.

כשר
אויף צו קויפן כשר'ע עסנווארג זענען דא דארטן 5 'גראסעריעס', צוויי בעקערייען, צוויי פלייש געשעפטן, א פיש געשעפט, צוויי פירות געשעפטן, א פליישיגע רעסטאראנט, און צוויי מילכיגע רעסטאראנטס.

הצלה
פאר פיר יאר צוריק איז געגרינדעט געווארן אין וויען א חברת הצלה דורך א גרופע היימישע יונגעלייט.

רבנים
וויען האט זיך אויך נישט צו שעמען פאר קיין שום אנדערע מדינה מיט אירע רבנים און כלי קודש ובראשם הרבנים הגאונים

הרה"ג אברהם יונה שווארץ שליט"א
אב"ד דק"ק קהל ישראל - קהל חסידים
בעמח"ס אבני ברזל והליכות חנוך

הרה"ג אלכסנדר אשר מרגליות שליט"א
אב"ד דק"ק אהל משה

הרה"ג דוד לייב גרינפעלד שליט"א
אב"ד דק"ק אגודת ישראל

הרה"ג משה לייזר ווייס שליט"א
אב"ד דק"ק מחזיקי הדת

עירוב
וויען האט פאר צוויי יאר צוריק זוכה געווען צו א תיקון גדול ווען עס איז נתייסד געווארן דארטן אן עירוב מהודר וועלכע איז אוועק געשטעלט געווארן דורך הרב משה יוסף אונסדארפער שליט"א פון ניו יורק און מיט די שווערע ארבעט דורך אפאר ארטיגע עסקנים וועלכע האבן 17 יאר געארבעט ביז זיי האבן זוכה געווען צו זעהן זייערע פירות.

מנינים
מניני תפילת שחרית זענען דא דארטן פון 6:30 ביז 9:00, פארשטייט זיך אז זונטאג זענען דא אביסל שפעטערע מנינים, אזוי אויך בין המנים זענען דא דארט מנינים ביז 'עלעווע'.


בקיצור, דאס לעבן איז דארט א רואיגע, דער עולם ארבעט, די קינדער גייען אין חדר/שולע, ביינאכט זענען די בתי מדרשים פול, מען הערט א קול תורה. משולחים קומען צו פארן, רבי'ס קומען באזוכען, מען קומט זיך צוזאמען פרייטיג צונאכט'ס אין די בתי מדרשים, מלוה מלכות ווערן געפראוועט, וכו' וכו' און יא, מען קען זען עטליכע יודען שבת אויף די גאס מיט טליתים (על פי רוב זענען דאס משולחים).
לעצט פאראכטן דורך שמחת עולם אום פרייטאג אוגוסט 22, 2014 4:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 7:32 pm

זייער שיין און א הערצליכן דאנק אייך, הרב שמחת עולם!
לחיים ולברכה!

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 8:11 pm

שמע מינה האט געשריבן:פון די אידישע יישובים וואס זענען געבליבן דערין חרדי'שע אידישע קהלות נאכן קריג אויף די זעלבער פלאץ ווי עס האט זיך געווירבלט פון טויזענטער אידן און קהלות קודש פארן קריג, איז די שטאט אנטווערפן אין בעלגיא און די שטאט וויען אין עסטרייך.
אויב אנטווערפן ווערט שוין גערעכנט פון די נייע יישובים, ווי מיט בלויז עטליכע יאר פארן קריג איז זי באוואוינט געווארן פון חסיד'ישע אידן, איז אבער דערקעגן די שטאט וויען אן אור אלטער עיר מלוכה ווי אידן האבן שוין געוואוינט הונדערטער יארן פארן קריג.
מיין שאלה איז: אידן וואס וואוינען אין וויען פילן זיך טאקע ווי זיי טרעטן אויף די זעלבער באדן ווי עס האבן געטרעטן גדולי עולם, סיי פון די וואס האבן געוואוינט דארט און סיי וועלכע זענען געקומען פאר קורצערע תקופות זיך צו היילן ביי די דארטיגע דאקטוירים אדער אפשטאטן באזוכן ביי די קעניגליכע שרים א.א.וו. אדער זיי ווייסן גארנישט וואס דארט האט זיך אלץ אפגעטאן און פירן אן א קהילה אזויווי אלע קלענערע קהלות קדושות בכל תפוצות ישראל.
און בכלל, ווי ווייט האט זיך דארט צוריקגעבויעט אידישקייט, זענען פאראן דארט מנינים שחרית עלעף אזייגער, און צו גייען זיי שבת מיט די טליתים אויף די גאס, אדער אלעס איז נאר מיט א מינימום?

איינער פון די הויפט סיבות פארוואס אנטווערפן איז מער באוואוינט ווי וויען, איז צוליב די פשעווארסקער רבי'ס זי"ע ולהבחל"ח שליט"א וועלכע טוען באשיינען דעם שטאט שוין באלד 60 יאר, און הונדערטער קומען צו פארן פון אימעטום יעדע שיינע שבת און יו"ט, אזוי אז פילע פון די אנטווערפענע תושבים מוזן זיין כסדר ביזי ווייל זיי האבן געסט... און אויך צוליב די גרויסע חסידישע קהלות וואס האבן אויפגעשטעלט שיינע בתי מדרשים און מוסדות אין שטאט, ווי סאטמאר, בעלזא, באבוב, גור, וויזניץ ועוד.

דאקעגן וויען היינט צוטאגס, האט נאכנישט זוכה געווען צו האבן ביי זיך א גרויסע רבי מיט חסידים, אדער גענוג אידן וואס באלאנגען צו איין חסידות וואס זאל גרינדן א שיינע ביהמ"ד/מוסד פאר זיך מיט א רב/דיין. ווי אויך איז נישט דא דארט קיין ישיבה גדולה (ווייל אלע פארן דאך לערנען אין א"י) און בעיקר ווייל מ'קען דארט נישט חתונה מאכן (חוץ חב"ד און די ליטווישע) צוליב א אלטע מחלוקת ואכמ"ל.

שמע מינה
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

תגובהדורך שמע מינה » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:22 pm

פיל דאנק!
זאגט'ס נאר; די שול פון הרב ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א איז אויפן פלאץ ווי עס איז געווען אמאל די באקאנטע שיפשול? דאכט זיך אז דער נאמען פון די גאס ווי זיין שול איז קוואטירט איז טאקע "שיפפגאססע" נאך וואס די שיפשול האט געהייסן. איז דאס טאקע דארט אויפן פלאץ, אדער גאר דעם זעלבן בנין?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:41 am

שמע מינה האט געשריבן:פיל דאנק!
זאגט'ס נאר; די שול פון הרב ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א איז אויפן פלאץ ווי עס איז געווען אמאל די באקאנטע שיפשול? דאכט זיך אז דער נאמען פון די גאס ווי זיין שול איז קוואטירט איז טאקע "שיפפגאססע" נאך וואס די שיפשול האט געהייסן. איז דאס טאקע דארט אויפן פלאץ, אדער גאר דעם זעלבן בנין?

דא קענט איר זעהן דעם ענטפער: http://en.wikipedia.org/wiki/Schiffschul

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:42 am

בנין הביהמ"ד בנשיאות הרה"ג ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א
צוגעלייגטע
640px-Schiffschul_20081.JPG
800px-Schiffschul_311.JPG

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:03 pm

יציב פתגם האט געשריבן:
שמע מינה האט געשריבן:פיל דאנק!
זאגט'ס נאר; די שול פון הרב ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א איז אויפן פלאץ ווי עס איז געווען אמאל די באקאנטע שיפשול? דאכט זיך אז דער נאמען פון די גאס ווי זיין שול איז קוואטירט איז טאקע "שיפפגאססע" נאך וואס די שיפשול האט געהייסן. איז דאס טאקע דארט אויפן פלאץ, אדער גאר דעם זעלבן בנין?

דא קענט איר זעהן דעם ענטפער: http://en.wikipedia.org/wiki/Schiffschul

איך קען נישט אריינגיין אין וויקעפדיע, אבער כשהייתי בוויען אמרו לי אז די שיפשול שטייט שוין נישט, דער שטח וואו עס איז א געשטאנען איז היינט א ליידיגע שטח וואס הארט נעבן דעם איז די שול פון ר' אברהם יונה "קהל חסידים" (אויפן צווייטן שטאק איז דא דארט א שול פאר יוצאי איראן שע"י ארגון רב טוב, זיי פארמאגן אויך א רב, שכחתי שמו לע"ע)

כ'בין שוין דארט געווען עטליכע מאל און זיך פארצייכנט אינטרעסאנטע נאטיצן, וועט מען זעהן ווען ס'איז דא צייט צו שרייבן. קודם וועל איך ארויפשטעלן עטליכע בילדער

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:12 pm

בנין קהילת מחזיקי הדת פונדרויסן
צוגעלייגטע
IMG_8763.JPG

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:13 pm

דער ביידל וואו דער שומר באוואכט במשך כל העת שהביהמ"ד פתוח
צוגעלייגטע
IMG_8762.JPG

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:14 pm

כאטש דער שומר איז פארטיפט אין עפעס אנדערש... אבער הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל
צוגעלייגטע
IMG_8886.JPG

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:15 pm

די געיט ביים מקוה אין קהילת מחזיקי הדת, כמדומה לי די איינציגסטע מקוה אין וויען מיט א געיט
צוגעלייגטע
IMG_8741.JPG

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:17 pm

מקוה פרייזן
צוגעלייגטע
IMG_8742.JPG

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:17 pm

נייע עירוב אין וויען, קוים געציילטע יאר אלט
צוגעלייגטע
IMG_8754.JPG

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:18 pm

עירוב 2
צוגעלייגטע
IMG_8745.JPG

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:20 pm

עירוב 3

די רבני הקהילות
רבי אברהם יונה שווארץ, קהל חסידים
רבי רבי דוד לייב גרינפעלד, אגודת ישראל
רבי משה אליעזר ווייס, מחזיקי הדת
שרייבן אונטער על הכשר העירוב
צוגעלייגטע
IMG_8746.JPG

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:21 pm

די אידישע בעקעריי אנטקעגן איבער קהילת אהל משה
צוגעלייגטע
IMG_8768.JPG

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:22 pm

ווען פארמאכט מען די מקוה אין וויען?
(מודעה אין ביהמ"ד מחזיקי הדת)

כאטש קען מען גיין אין מקוה נאכן דאווענען אויך, ווייל די לעצטע מנין שחרית אין 'גאנץ וויען' הבירה איז 8.30 אינדערפרי...
צוגעלייגטע
IMG_8752.JPG
לעצט פאראכטן דורך א טענצל! אום דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט