בלאט 3 פון 33

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 6:22 pm
דורך נחמן נתן
גאסט האט געשריבן:וואו קען מען באקומען א ליסטע פון קברים אין די גרויסע וויענע ביה"ח אין וויען עסטערייך?

זעה דא

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2015 5:24 pm
דורך מצבות שטעלער
עס ווערט דרינגענד געזוכט מצבות אינעם ביה"ח אין בני ברק
אויב איינער קען זיך מתנדב זיין זאל זיך ביטע פארבינדן אין אישי ולמצוה גדולה יחשב
אדאנק

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2015 6:42 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
איז דא בילדער פון די בית החיים אין אונטר-רינא אויבער-רינא?

געשריבן: פרייטאג מאי 20, 2016 4:13 pm
דורך רוסישער
א גיט יאר!
קען מען ערגעץ טרעפן בילדער אדער א לינק פין די בית החיים אין שאמלוי?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:31 am
דורך גוטע משרת
איז דא ערגעץ בילדער פין די ביה''ח אין בארשא?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:28 am
דורך ישלהוסיף
ר' שלמה קארליבאך דערציילט בשם אביו ז"ל איבער א ר' יוסף פון קראקא וואס האט געלעבט בימי המקובל רבי קלונימוס קלמן, וואס ליגט אינדרויסען פונעם גדר בית החיים אין קראקא אונטער א בוים, אויף זיין מצבה - לכאורה - איז געשטאנען/שטייט 'פה נטמן יוסף קמצן קדוש'. צוליב מעשה שהיה.

ווייסט מען היינט איבער אזא מצבה?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:32 am
דורך נא_שכל
ישלהוסיף האט געשריבן:ר' שלמה קארליבאך דערציילט בשם אביו ז"ל איבער א ר' יוסף פון קראקא וואס האט געלעבט בימי המקובל רבי קלונימוס קלמן, וואס ליגט אינדרויסען פונעם גדר בית החיים אין קראקא אונטער א בוים, אויף זיין מצבה - לכאורה - איז געשטאנען/שטייט 'פה נטמן יוסף קמצן קדוש'. צוליב מעשה שהיה.

ווייסט מען היינט איבער אזא מצבה?

שוין געשמועסט דערפון באריכות זע דא

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 7:21 pm
דורך ישלהוסיף
פרייליכערהייט » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 2:18 am

בני יששכר האט געשריבן:
דער הייליגער תוספות יו"ט ליגט נישט בחלקת הרבנים
נאר ממש ביים עק פונעם אלטן ביה"ח וועגן מעשה שהיה בימיו איז געווען א גרויסע עושר וואס איז נפטר געווארן אין מען האט אים מבזה געווען ביי די לווי ווייל ער האט זיך נישט משתתף געווען מיט צדקה פאר קיין שים צוועק אזוי האט מען געמיינט עכ"פ
נאך זיין לווי זענען געקימען אלע ארימעלייט צים תוספות יו"ט אז זיי האבן נישט וואס שבת צי מאכן האט ער זיי געפרעגט וואס איז געווען ביז היינט האבן זיי גענטפערט אז דער פיש סוחר האט געגבן אימזיסט און דער בוטשער אויכעט
האט ער געלאזט רופן דעם בוטשער מיט די פיש סוחרים וואס איז די מעשה פארוואס האט עטץ אויפגעהערט צי געבן
האבן זיי אים געזאגט אז דער עושר וואס איז די וואך נפטר געווארן האט אלעס געספאנסערט
איז ער געווארן זייער שאקט אזוי צי מבזה זיין איינעם וואס האט געגעבן צדקה מתן בסתר וועגן דעם האט ער געבעטן מען זאל אים לייגן לעבן אים מפייס צי זיין
איז נישט דאס די מעשה , וואס שלמה קארליבך פארציילט ? , "יאסעלע דע האולי מייסער" (יאסעלע קמצן קדוש ) און ער דמיונ'ט צו א שיין שטיקעלע , להגדיל הטראסק, די מעשה מיט'ן גלח וואס איז געוועהן פון קראקע , וואס האט זיך מגייר געוועהן,


דאס געטראפען דארט און גארנישט מער איבער דעם. א דאנק פאר'ן לינק.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 7:26 pm
דורך נא_שכל
קוק דארט אין עטליכע תגובות נאכדעם וואס מ'איז שוין דן דערויף, און מ'ברענגט צו פון ר' יהושע מונדשטיין.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 12:11 pm
דורך mar0was
איך זוך א בילד פון די מציבה פון מיין עלטער-פעטער ר' יעקב בן ר' יצחק הלוי הורוביץ ז"ל (נפ' כ"ג אדר תרמ"ה), ער ליגט אין יוניאן פיעלד סעמעארי אין קווינס (איך ווייס נישט מער פונקטליכע דעטאלען), לויט ווי איך האב געהערט שטייט אויף זיין מצבה אז ער איז געווען אן אייניקל פון ר"ר שמעלקע מניקלשבורג זי"ע.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 8:39 am
דורך farshlufen
איר האט אפשר אביסל מען אינפארמאציע?

די מציבה איז נאך לעיזבאר?

א זוכעניש אויף פיינד-עי-גרעיוו, צייגט מיר צוויי קברים אין יוניען פיעלד מיט דעם נאמען, אבער מיט אנדערע דאטומען.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 10:32 am
דורך mar0was
לעת עתה איך האב נישט מער אינפארמאציע.
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון דער וואס האט מיר געזאגט דערוועגן איז די מציבה לעיזבאר.
איך האב שוין געזוכט פיינד-עי-גרעיוו, אבער איך האב נישט געטראפן דעם מציבה.

5 פון זיינע קינדער האב איך געטראפן, אבער נישט אים:
ר' אשר: http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... d=23120837
רבקה חנה: http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... 173&df=all
ר' לוי: http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... d=23121057
ר' משה אהרן: http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... d=23120651
ר' שמואל יצחק: http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... d=23120150

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 11:47 am
דורך בן בוזי
עס רעדט זיך וועגן אבי משפחת הורוויץ-מארגארעטן פון די באקאנטע מצות בעקעריי און טראדיציאנעלע קאנזערווירטע עסנווארג.

אט א מודעה וועגן די פטירה פונעם מאטריארך די פרוי פון רבי יעקב הלוי.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:39 pm
דורך mar0was
יישר כח ליסקא פאר שיקן א בילד פון די מציבה, און יישר כח אלע פאר העלפן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:58 pm
דורך מיללער
mar0was האט געשריבן:יישר כח ליסקא פאר שיקן א בילד פון די מציבה, און יישר כח אלע פאר העלפן.

אפשר שטעלט איר ארויף דאס בילד? שטייט טאקע אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם רבי'ן רבי שמעלקא?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 1:26 pm
דורך farshlufen
mar0was האט געשריבן:ר' שמואל יצחק: http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... d=23120150

דאס איז דער שווער פון ר' בן-ציון וועבערמאן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:40 pm
דורך מאקאווער
איך זוך א בילד פון די מציבה פון ר' שאול יחזקאל (מקורימא) ב"ר יהושע העשיל גרינפעלד ז"ל עפ"י חשבון ליגט ער אין קורימא

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:18 am
דורך mar0was
מיללער האט געשריבן:
mar0was האט געשריבן:יישר כח ליסקא פאר שיקן א בילד פון די מציבה, און יישר כח אלע פאר העלפן.

אפשר שטעלט איר ארויף דאס בילד? שטייט טאקע אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם רבי'ן רבי שמעלקא?


עס שטייט נישט אז ער איז געווען אן אייניקל פון רבי'ן רבי שמעלקא.

עס איז מקובל אין די משפחה אז זיי זענען אייניקלך פון רבי'ן רבי שמעלקא דורך א זוהן מיט'ן נאמען ר' יעקב (אנדערש ווי באקאנט אז ער האט נאר געהאט איין זוהן ר' צבי יהושע - נאר וויבאלד דער ר' יעקב האט געמוזט אנטלויפן פון פולין איז ער נישט באקאנט).

אין די משפחה ווערט דערציילט אז דער ר' יעקב איז אמאל באפאלן געווארן אין א וואלד דורך א רויבער, ער האט איבערגערדט דעם רויבער זאל אים געבען א טרינק, און ר' יעקב האט גענומען דעם גלאזערנעם פלאש און דאס צובראכן אויפן פנים פונעם רויבער און איז אנטלאפן, ווען ער איז צוריק געקומען אין שטאט ער האט זיך שנעל דערוואוסט אז דער רויבער איז געווען א פיהרער פון א גאנצע גרופע באנדיטן פון וועם יעדער האט מורא געהאט, האט ער פארשטאנען אז זיין לעבן איז אין געפאהר טאמער פארבלייבט ער אין פולין, דערפאר איז ער אנטלאפן קיין אונגארן.

ר' יעקב האט געהאט א זוהן ר' יצחק הלוי איש הורוויץ וועם מען האט גערופן ר' יצחק מורינו, דאס איז די פאטער פון ר' יעקב המדובר פה.

איך זיך א מקור צו די יחוס פון פאר'ן קריג, איינער האט מיר געזאגט אז אויף די מציבה פון ר' יעקב שטייט אזוי, אבער ווייזט אויס אז נישט, (אויף די מציבה פון זיין זוהן ר' שמואל יצחק שטייט "שלשלת היוחסין" און אויף ר' אשר שטייט "נצר ממשפחה גדולה ורמה" - אבער נישט קיין דעטאלן).

[align=center]
קרעדיט:ליסקא
קרעדיט:ליסקא

נוסח המציבה:
פ"ט
יעקב איש תם יושב אוהלים
עסק בתורה ומצות כל הימים
קרוב היה לכל הרואה אותו
בהונו תמך דל ובחכמת עצתו
ה"ה הרבני הצדיק מו"ה יעקב
הלוי איש האראוויטץ בן מורינו
ר' יצחק הלוי גדול היה במדינת
הגר ושם לו בנעויארק
נפטר בן נ"ד שנים
בליל ראשון של פסח
בשנת תרמ"ה לפ"ק
לדאבון משפחתו ואוהביו
ת'נ'צ'ב'ה'[/align]

רבי מרדכי דוב מהארנסטייפלא

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:44 am
דורך תולעת-ספרים
אפשר האט איינער א בילד פון די מציבה?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:58 am
דורך משיח
תולעת-ספרים האט געשריבן:אפשר האט איינער א בילד פון די מציבה?

זעה דא

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:59 am
דורך mar0was
איז דא ערגעץ א ליסטע פון די קברים אויפן הר הזיתים?
איך זיך א מציבה, איך ווייס נישט ווי אנצופאנגן, ווייל איך ווייס נישט אין וועלכע חלקה.

ר' יום טוב ליפמאן הערצפעלד ז"ל, איז געבוירן און אונגארן אדער דייטשלאנד צו אן אשכנז'ישן משפחה, אלס בחור איז ער געווארן א חסיד פון צאנז'ע רב דער דברי חיים זי"ע, און סוף ימיו איז ארויף קיין ארץ ישראל מיט זיין ווייב חיה אסתר ע"ה און זיי ליגן אויף הר הזיתים.

איך האב געזעהן א בילד פון זיין ווייב'ס מציבה, דארט שטייט חיה אסתר פלברבום, ווייל בזיווג ראשון האט זי חתונה געהאט מיט ר' שמואל לייב פעלבערבוים (די זיידע פון די פעלבערבוים'ס), און זעהט אויס אז איינער פון די פעלבערבוים אייניקלעך האט איבערגעמאכט די מציבה, (ס'שטייט דארט אז די ארגינעלע מציבה איז צובראכן געווארן), זי איז אוועק תרס"ז.

אויב איינער ווייסט ווי זיי ליגן, אדער איינער האט בילדער פון זייערע מציבות וועל איך זייער דאנקבאר זיין.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:20 am
דורך farshlufen

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 2:36 pm
דורך mar0was
יישר כח

ווייסט איינער

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 4:39 pm
דורך dovidal
צו מען האט שוין עוסק געווען למצא קבר של הבית שלמה בסקאלע ?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:55 pm
דורך מאקאווער
מאקאווער האט געשריבן:איך זוך א בילד פון די מציבה פון ר' שאול יחזקאל (מקורימא) ב"ר יהושע העשיל גרינפעלד ז"ל עפ"י חשבון ליגט ער אין קורימא