גמ"ח "המצא מנוחה" - אפירזוכן קברים און מצבות

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 2:18 pm

קודם כל האט איר דאך שוין געשאפט די נעמען, זענען זיי שוין גרייט ארויסצוגעבן די אינפארמאציע?

בכלל אין וואשינגטאן סעמעטערי איז דא 2 צו 3 ריזיגע קינדער חלקות און רוב דערפון זענען ליימענע מצבות וואס מ'קען שוין היינט גארנישט אויסליינען, גראדע האט מיר די אפיס אמאל געזאגט דארט אז זיי האבן נישט דערפון קיין געהעריגע רעקארדס (כ'האף ס'איז געווען א בלויזע ליגנט), און ס'איז א היפשע פראבלעם זייער אסאך אידן זוכן קרובים וואס זענען אוועק יונג און ס'איז גאר שווער צו געפינען צוליב אסאך סיבות

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 2:32 pm

יוראפ האט געשריבן:קודם כל האט איר דאך שוין געשאפט די נעמען, זענען זיי שוין גרייט ארויסצוגעבן די אינפארמאציע?

בכלל אין וואשינגטאן סעמעטערי איז דא 2 צו 3 ריזיגע קינדער חלקות און רוב דערפון זענען ליימענע מצבות וואס מ'קען שוין היינט גארנישט אויסליינען, גראדע האט מיר די אפיס אמאל געזאגט דארט אז זיי האבן נישט דערפון קיין געהעריגע רעקארדס (כ'האף ס'איז געווען א בלויזע ליגנט), און ס'איז א היפשע פראבלעם זייער אסאך אידן זוכן קרובים וואס זענען אוועק יונג און ס'איז גאר שווער צו געפינען צוליב אסאך סיבות


זיי זאגן אז זיי האבן נישט קיין רעקארדס פון קיין שום מארגארעטטען אין זייער בית החיים.
די קרוב וואס זוכט די אינפארמאציע זאגט אז ער געדענקט זיין מומע גיין צו די וואשינגטאן סעמעטערי צו באזוכן זייערע קברים, על כן גייט ער מארגן אהין גיין זוכן אליינס, (אבער ער איז נאך אפען צו הערן אז זיי ליגן אין אן אנדערע בית החיים).

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 4:45 pm

מ'האלט שוין אויף א וועג...

אין די ניו יארק'ער רעקארדס איז דא א Ignace Margarelten, זון פון Solomon און Kate, געבוירן 1894 און אונגארן, נפטר געווארן Jun 17 1903 ביי די 9 יאר, ער ליגט אין וואשינגטאן סעמעטערי.
אויך איז דא דארט א Rachel Margarelten, טאכטער פון Solomon און Kate, געבוירן 1902 און ניו יארק, נפטר געווארן Jun 8 1903 ביי די 1 יאר, זי ליגט אויך אין וואשינגטאן סעמעטערי.
איך האף אז די קרוב וועט טרעפען זייערע קברים ביי זיי באזוך מארגען.
ס'פעלט נאך די טאכטער Kate וואס איז געבוירן 1914.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 4:58 pm

טוען ענק דאך יא צו די זאך

און סתם פאר נייגעריגקייט וויאזוי גייט מען עס זוכן אין וואשינגטאן סעמעטערי דער אפיס לייקנט עס דאך, מ'גייט קוקן אויף יעדע מצבה?

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 5:54 pm

יוראפ האט געשריבן:טוען ענק דאך יא צו די זאך

און סתם פאר נייגעריגקייט וויאזוי גייט מען עס זוכן אין וואשינגטאן סעמעטערי דער אפיס לייקנט עס דאך, מ'גייט קוקן אויף יעדע מצבה?


די אפיס לייקענט עס נישט, זיי זאגן אז זיי האבן נישט קיין אינפארמאציע.

דער קרוב פלאנט צו פארברענגען א גאנצן טאג אויפן בית החיים, ער וועט לכאורה זוכן אין די אויבנדערמאנטע קינדער חלקות און זוכן יעדע מציבה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20559
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 5:57 pm

ביהמ"ד הגדול אנשי אונגארן פארמאגט א חלקה אין וואשינגטאן?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2464
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 7:31 pm

איז דא א פלאץ ווי מ'קען זעהן די מצבות פון שינאווא בית החיים, דארט זענען אלע מצבות געבליבען.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 9:08 pm

גדעונים.קאם

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » פרייטאג נובעמבער 04, 2016 2:12 am

ישלהוסיף האט געשריבן:איז דא א פלאץ ווי מ'קען זעהן די מצבות פון שינאווא בית החיים, דארט זענען אלע מצבות געבליבען.


איך מאך אייך אביסעל לייכטער:
http://www.gidonim.com/2015-04-06-09-58 ... a-cemetery
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » פרייטאג נובעמבער 04, 2016 11:07 am

יוראפ האט געשריבן:טוען ענק דאך יא צו די זאך

און סתם פאר נייגעריגקייט וויאזוי גייט מען עס זוכן אין וואשינגטאן סעמעטערי דער אפיס לייקנט עס דאך, מ'גייט קוקן אויף יעדע מצבה?



א יישר כח פאר אלע וואס האבן פראבירט צו העלפן.

אט איז וואס די משפחה קרוב האט געשריבן היינט צופרי (איבערגעטייטשט פון ענגליש).

איך האב באזוכט די בית-עולם און דארט געווען גאנץ א לאנגע צייט. ערשט וויל איל זאגן אז זיי זענען געווען זייער קאאפעראטיוו. איך וועל אויסלאזן די פּרטים.

עס איז נישט דא קיין קאמפיוטער רעקארדס פון די פעלנדיגע קרובים, אבער זיי האבן האנט געשריבענע ביכער פון די אנפאנג 1900ס ווי ס'איז פארצייכנט די דאטום פון קבורה, דאטום פון פטירה, עלטער פונעם נפטר און אורזאך וואס האט געברענגט די פטירה. איך פריי מיך צו זאגן אז מיר האבן געטראפן רחל מארגארעטטען וואס איז נקבר געווארן June 8th 1903 ווי אויך Ignatz מארגארעטטען וואס איז נקבר געווארן June 17th 1903. רחל איז געשטארבן פון דיפיהעריא און Ignatz איז געשטארבן פון סקארלעטעריא אדער עפעס ענדליך צו סקארלעטעריא.

א מאמענט צו טראכטן. שלמה און נחמה זענען געקומען צו דעם לאנד אין 1900 און אין 1903 האבן זיי באגראבן 2 קינדער אין 8 טעג. זיי זענען ביידע קראנק געווען אין דער זעלבער צייט. איינוועגס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז Ignatz איז נפטר געווארן די זעלבע טאג ווי מיין טאכטער יוטל'ס געבורט טאג, יוטל'ס קומענדיגע בת מצוה איז די סיבה וואס מיר האבן אונטערגענומען דעם פּרויעקט צו פאראייבגען די נעמען פון די קרובים.

דערנאך זענען מיר ארויסגעגאנגען צו די סעמעטערי. די חלקה ווי זיי זענען נקבר געווארן האט באלאנגט צו א אידישע ארגאניזאציע וואס איז צופאלן 10 יאר צוריק. די סעמעטערי האט א מאפע פון ​​דעם ארגאניזאציע פון ​​די מענטשן וואס ליגן אין די חלקה אבער עס איז געווען זייער אומקלאר. די מעשיות וואס מיר האבן געהערט דורך די יארן איז אז די קינדער זענען נקבר געווארן לעבן דעם טויער/וואנט און דאס איז ווי די מאפע האט אונז גענומען. וואס איז אויך ווי די קינדער אפטיילונג פון די בית-עולם איז. צום באדויערן די קינדער'ס מציבות זענען פיל נידעריגער און געמאכט פון שוואכע קוואליטעט שטיין. פילע פון ​​די שטיינער זענען שוין מערסטנס אונטער דער ערד און די וואס זענען נאך יא פון אויבן זענען שוין ליידיק. מיר האבן געזוכט שעות אויך אין דערנעבדיגע חלקות, אבער איך גלייב אז שלמה האט אין 1903 נאכנישט געהאט קיין קרובים באגראבן דא און איז זיכער נישט געווען קיין גביר אזוי איך בין גאנץ זיכער ער וואלט געקויפט חלקות אין די קינדער אפטיילונג. אויך איז די קינדער אפטיילונג ביי די וואנט/טויער וואס יעדען איינעם מיט וועם איך האב גערעדט האט באשטעטיגט אז דארט ליגן זיי. למעשה האבן מיר נישט געטראפן די קברים אבער מיר האבן כאטש באווייז אז ס'איז געווען נאך צוויי קינדער און מיר האבן אויך די פינטקלעכע דאטום פון די פטירה (אזוי אז מיר ווייסן די יארצייט) אבער מיר האבן נישט די אידישע נעמען וואס מיר האבן געהאפט צו אנטדעקן אז מיר זאלן קענען זאגן געהעריג קדיש נאך זיי.

אבער יעצט ווייסן מיר אז עס זענען געווען 12 קינדער און נישט 10. Ignatz און רחל זענען אויך דאקאמענטעד אנליין ווי אויך אין אן ארטיקל וואס מיין באבע האט געשריבן פון די משפחה.

איך בין זייער דאנקבאר צו האבן געטראפן די 2 מארגארעטטעןס אבער די זוך גייט ווייטער אן. מיין פעטער Elias ווי אויך מיין באבע ביידע זאגן אז עס איז געווען א קינד (לכאורה א יונגל) וואס איז נפטר געווארן אין אונגארן אלס פיצל קינד. איך בין אין פארבינדן מיט א גענעאלאגיסט וואס מ'האט מיר רעקאמענדירט. געבורט רעקארדס אין עדעלעני (אונגארן) זענען זייער שוואך פריער ווי 1895. איך גלייב אז די קינד איז געבוירן בערך 1892 ווי עס איז דא 3 יאר צווישן די געבורט פון קינדער. אויך, אין די 1920 צענזוס עס איז דא נאך א קינד Kate פון 6 יאר אלט אויב זי האט טאקע עקזיסטירט וואלט זי געווען געבוירן אין 1914, 2 יאר נאך Elias וועמען מ'האט שטענדיג געהאלטן די יונגסטע יאן די משפחה. דאס שטומט נישט ווייל איך האב קיינמאל נישט געהערט קיין מעשיות וועגן דעם קינד דורך די יארן און אויך Kate איז געווען די נאמען פון די מאמע וויאזוי קען זי אויך האבן א טאכטער Kate?

דאס איז די אפדעיט, איך בין דאנקבאר צו אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן, עס איז דא מער ארבעט צו טאן איך האב נאר געוואלט לאזן וויסן ווי מיר האלטן.

א גוט שבת!!!


אוועטאר
מאטל שניידער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 11:21 am

רבי גדליהו ב"ר דוד קליין - תמונת מצבתו בבעטלאן

תגובהדורך מאטל שניידער » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 4:52 pm

עקב כתבה חשובה שצריכה להתפרסם בספר חדש שיו"ל מכת"י זקיני זצ"ל אני צריך תמונת מצבתו בבעטלאן, שמו היה הגה"צ רבי גדליהו ב"ר דוד קליין ונפטר בשנת תרע"ז

יישר כח
די אלטע פארעכטן, די נייע נישט פאדארבן!


אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

האם הכוונה לבית הקברות בתלן - בעטלאן - Bethlen,עיירה ברומניה?

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:30 pm

האם הכוונה לבית הקברות בתלן - בעטלאן - Bethlen,עיירה ברומניה?
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
מאטל שניידער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 11:21 am

תגובהדורך מאטל שניידער » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 9:43 am

להודות ולהלל האט געשריבן:האם הכוונה לבית הקברות בתלן - בעטלאן - Bethlen,עיירה ברומניה?

בעטלאן שליד דעעש
די אלטע פארעכטן, די נייע נישט פאדארבן!


אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Cimitirul evreiasca Batlan - România

תגובהדורך להודות ולהלל » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 2:20 pm

אהה. דא מיינסטו
צוגעלייגטע
בטלאן.JPG
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

קברים בהר הזיתים

תגובהדורך להודות ולהלל » זונטאג דעצמבער 04, 2016 3:26 pm

מרדכי מוטלה ממפה חלקת אור החיים על בסיס פנקסי פרנס ומחבר סדרת הספרים "דובב שפתי ישנים"
קברים בהר הזיתים - מ. מוטלה
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

משמר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 7:03 am

זדונסקא וואלא

תגובהדורך משמר » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 1:33 pm

א גוטן חנוכה!
אינ'ם שטאט זדונסקא וואלא פארהאן א שיינע בית החיים מיט אסאך מצבות.
ווייסט איינער אויב ס'איז דא א ליסטע אדער בילדער פון די מצבות דארטן?
א ישר כח.

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 6:09 pm

משמר האט געשריבן:א גוטן חנוכה!
אינ'ם שטאט זדונסקא וואלא פארהאן א שיינע בית החיים מיט אסאך מצבות.
ווייסט איינער אויב ס'איז דא א ליסטע אדער בילדער פון די מצבות דארטן?
א ישר כח.


יא, אוודאי איז דא.
אבער מען געט עס נישט ארויס פאר יעדע.
מכון אור הגנוז, האט אמאהל געשריבען איבער דעהם.
אפשר האבן זיי דע רשימה
זייערע אימייל אדרעס איז
mechonorhaganuz@gmail.com
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

משמר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 7:03 am

א ישר כח

תגובהדורך משמר » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 4:39 am

איך וועל זיך ווענדן צו אור הגנוז אי"ה.

משמר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 7:03 am

טרם יקראו ואני אענה

תגובהדורך משמר » זונטאג ינואר 01, 2017 3:31 pm

עס ליגט אויף מיר א צורך גדול דא מעלדן די זכיה וואס האב איך גיהאט.
איך האב געזוכט קברי אבות אינ'ם שטאט זדונסקא וואלא, וואס דארטן האבן געוואוינט יאהרן דורי דורות חסידישע אידן, און איך האב געמיינט אז נישטא קיין עצה און מ'קען נישט קריגן דערווייל אינפארמאציע.
איך האב זיך געווענדן צום 'מכון אור הגנוז' וואס אויבן דערמאנט, און איך האב זוכה גיווען דורך א קורצע צייט קריגן שוין א תשובה און אויכעט... די מצבה פון די חשובע באבע מיט די אלע פרטים, און אויכעט אלע פרטים פון דער זיידע, דער יאהרצייט און זיין עלטער ע"ד שנים.
מהם יראו וכה יעשו!

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » זונטאג ינואר 01, 2017 5:44 pm

איך האב שוין געבעטן אין אן אנדערע אשכול אבער דאפעלט איז שטערקער

איך זיך אינפארמאציע אויפן בית החיים אין אברעטין
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

בית החיים אין סילץ/סעליש

תגובהדורך abimlaibt » זונטאג ינואר 29, 2017 5:49 pm

איך זיך אינפארמאציע אויב עס איז דא א בית החיים אין די שטעטל סילץ/סעליש.
אויב יא אויס עס שטייט נאך, וואו קענעך האבן עפעס מאר אינפארמאציע, מיט דאנק
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

עיר סעליש (ווינוגרדובה)

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג ינואר 30, 2017 6:34 am

abimlaibt האט געשריבן:איך זיך אינפארמאציע אויב עס איז דא א בית החיים אין די שטעטל סילץ/סעליש.
אויב יא אויס עס שטייט נאך, וואו קענעך האבן עפעס מאר אינפארמאציע, מיט דאנק


אוואדאי. ס'איז דא דארטן א גאנצע בית החיים, מיט א קהילה...
דארטן ליגט הרה"ק רבי ברוך נ"ע אביו של כ"ק אדמו"ר הזקן.
נפטר געווארן בשנת תקנ"ב בעיר סעליש (ווינוגרדובה) שבחבל הקרפטים שבהונגריה וכיום אוקראינה.

http://www.zadikim.org/70082.html#ad-image-0
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 30, 2017 11:43 am

abimlaibt האט געשריבן:איך זיך אינפארמאציע אויב עס איז דא א בית החיים אין די שטעטל סילץ/סעליש.
אויב יא אויס עס שטייט נאך, וואו קענעך האבן עפעס מאר אינפארמאציע, מיט דאנק

סילץ און סעליש איז היינו הך?

טשעק אויס דאס בלעטל מיט אינפארמאציע און מצבות פון סילץ

http://kehilalinks.jewishgen.org/Sil%27 ... igious.htm

און דאס איז איבער סעליש:

http://kehilalinks.jewishgen.org/Vynohradiv/

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

הוחל בשיקום בית העלמין העתיק בעיר בעטלאן

תגובהדורך להודות ולהלל » דינסטאג ינואר 31, 2017 2:43 am

מאטל שניידער האט געשריבן:עקב כתבה חשובה שצריכה להתפרסם בספר חדש שיו"ל מכת"י זקיני זצ"ל אני צריך תמונת מצבתו בבעטלאן, שמו היה הגה"צ רבי גדליהו ב"ר דוד קליין ונפטר בשנת תרע"ז

יישר כח
צוגעלייגטע
בעטלאן.jpg
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

יקים
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 1:49 pm

רומניה - הוחל בשיקום ביה"ח העתיק בעיר בעטלאן (מי אתם????)

תגובהדורך יקים » מיטוואך פאברואר 01, 2017 5:15 am

להודות ולהלל האט געשריבן:
מאטל שניידער האט געשריבן:עקב כתבה חשובה שצריכה להתפרסם בספר חדש שיו"ל מכת"י זקיני זצ"ל אני צריך תמונת מצבתו בבעטלאן, שמו היה הגה"צ רבי גדליהו ב"ר דוד קליין ונפטר בשנת תרע"ז

יישר כח


פארוואס שטייט נישט קיין טעלעפאן נאמער??
ווייסט איינער ווער שטייט אינטער דעם?
ס'מיינט טאקע די אלטע ביה"ח אדער די נייע? (די בילד איז פון די נייע!)
צוגעלייגטע
בעטלאן.jpg
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט