גמ"ח "המצא מנוחה" - אפירזוכן קברים און מצבות

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 3:08 pm

איז דא בילדער פון די מציבות אינעם בית החיים אין קרשאנוב?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 4:27 pm

קרשאנוב אדער ק/כשאנוב - CHRZANÓW (מחוז. לובלין)?
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 4:42 pm

קרשאנוב
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

קאזאבלאנקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 5:16 pm

להודות ולהלל האט געשריבן:קרשאנוב אדער ק/כשאנוב - CHRZANÓW (מחוז. לובלין)?


איינס און דאס זעלבע

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

ר דוב (בער) שווארטץ ע"ה

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 5:51 pm

בס"ד

עס איז מיר זייער וויכטיג צו טרעפן מקום מנוחתו פון א איד ר' דוב (בער) שווארטץ, ער איז געווען א מלמד אין סקווירא בארא פארק, ער איז נפטר געווארן בערך אין די לעצטערע צען יאר.

ער איז דאכט זיך געווען פאר א צייט אין אשל אברהם

ביטע העלפט ארויס אויב שייך ולמצוה גדולה יחשב.

שמעלקא
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 6:12 pm

ער דארף צו ליגען דא און אמעריקא, אדער און ארץ ישראל?
וואס פאר א חסיד, א סקווירא?
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 6:13 pm

לכאו' דא אין אמעריקא, ער האט לכאו' נישט געהערט צו קיין שום חסידות.

כ'וועל אייך זאגן דעם אמת, א חבר האט מיר געבעטן אז ער "מוז" טרעפן זיין מצבה אים צו גיין מפייס זיין יעצט פאר די הייליגע טעג. ער ווייסט אויך נישט קיין סאך אינפארמאציע איבער אים.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 6:15 pm

כ'האב גלייך פארשטאנען אזוי...
סקען זיין אז דער איד האט גאר געוואוינט און אנטוורפן - בלגיה?
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 6:28 pm

קען זיין, אבער ער איז געווען א מלמד אין סקווירא ב"פ
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 7:57 pm

סקווירא ב"פ מיינסטו תולדות יעקב יוסף בב"פ אדער בית יצחק שע"י סקווירא-ב"פ ?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:44 am

געפונען ר׳ דוב בן יוסף זכרי׳ שווארץ נפטר כ״ו סיון תשע״ב

קען זיין דאס איז עס ? אנגערופן דעם סעמעטערי און זיי זאגן אז ער איז נפטר געווארן און בארא פארק סענטער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:32 pm

וועלכע סעמעטערי?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:36 pm

Beth David

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:11 pm

איז דא ערגיץ בילדער פון מציבות פון די פאלגענדע בתי חיים?

פאפא
בעלעד
צעהלים
שאפראן

די אלע בתי חיים שטייען אין א גוטע מצב, (צעהלים בין איך נישט זיכער).

שימאני - Nagysimonyi
ערגיץ ווי האב איך געזען שטיין (אין ענגליש בערך בזה"ל:) "די בית החיים געפינט זיך נעבן די באן שינעס און איז גוט אפגעהיטן",
אויף גוגל מעפס איז צוגעצייכנט די מקום מנוחתו פון פון רבי שבתי שעפטיל ווייס, און מ'קען אפילו זעהן סטריט וויו, דאס איז טאקע נעבן די באן שינעס אבער בכלל נישט אין א אפגעהיטענע מצב,
וויל איך וויסן אויב ס'איז פארהאן בילדער פון די מציבות.

וואס טוט זיך מיט הילדסהיים, דייטשלאנד?
שטייט נאך די בית החיים בכלל? איז דא פרטים אדער בילדער ערגיץ ווי?

א גרויסן דאנק פון פאראויס
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

mar0was
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:27 pm

משיח האט געשריבן:איז דא ערגיץ בילדער פון מציבות פון די פאלגענדע בתי חיים?

פאפא
בעלעד
צעהלים
שאפראן

די אלע בתי חיים שטייען אין א גוטע מצב, (צעהלים בין איך נישט זיכער).

שימאני - Nagysimonyi
ערגיץ ווי האב איך געזען שטיין (אין ענגליש בערך בזה"ל:) "די בית החיים געפינט זיך נעבן די באן שינעס און איז גוט אפגעהיטן",
אויף גוגל מעפס איז צוגעצייכנט די מקום מנוחתו פון פון רבי שבתי שעפטיל ווייס, און מ'קען אפילו זעהן סטריט וויו, דאס איז טאקע נעבן די באן שינעס אבער בכלל נישט אין א אפגעהיטענע מצב,
וויל איך וויסן אויב ס'איז פארהאן בילדער פון די מציבות.

וואס טוט זיך מיט הילדסהיים, דייטשלאנד?
שטייט נאך די בית החיים בכלל? איז דא פרטים אדער בילדער ערגיץ ווי?

א גרויסן דאנק פון פאראויס


איך מיין אז אין פאפא איז דא צוויי בתי חיים אן אלטע און א נייע, איך מיין אז ביידע זענען אין א גוטע צושטאנד, איך ווייס נישט ווי ס'איז דא בילדער.

צעהלים האבן די רשעים חרוב געמאכט, און גענוצט רוב מציבות פאר בוי מאטריאל, אפאר מציבות זענען געראטעוועט געווארן און געטראגן געווארן קיין וויען, שפעטער האט מען זיי צוריקגעברענגט קיין צעהלים, די בית החיים זעהט אויס ליידיג, מיט איינצעלע מציבות דא און דארט, ווי איר קענט זעהן דא אויף גוגל סעטעלייט, מ'זעהט קליינע פינטלעך, אויך איין זייט זענען דא 18 אויפגעטעלטע מציבות אין א סדר, און לעבען זיי אפאר אלטע מציבות.

1280px-Deutschkreutz_-_Israelitischer_Friedhof_(03).jpg

Deutschkreutz_-_Israelitischer_Friedhof_(02).jpg

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:21 pm

עס איז דא אן ארטיקעל אין "דער בלאט" די וואך פון די גמ"ח
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24513
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 10:54 am

ליינער האט געשריבן:עס איז דא אן ארטיקעל אין "דער בלאט" די וואך פון די גמ"ח

אפשר ברענגט עס איינער אהער?

בןזלמן
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 9:51 pm

תגובהדורך בןזלמן » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 12:37 am

מיר זוכן א מצבה פאר ר' שמעון גליק אין שיניאוו פאר ר' ישראל דוב גליק אין אויבער אפשא פאר ר' שלמה זלמן חיים ליכטמאן אין מארגארעטין ר' משה גאלדשטיין אין סעליש

ר' יעקב ליב בערנשטיין אין ראבאניצא ר' עקיבא בן ר' משה דייטש אין ר' יעקב צבי בינעט די לעצטע צוויי ווייסן מיר נישט ווי צי זוכן מיט א דאנק פין פאראויס אויב איר טרעפט נישט ר' שמעון גליק אין שיניאוו זוכט פשר א ר' שמעון וואס איז אוועק אין א יום טוב איז אוועק אין שיניאוו אין א יום טוב מיר מיינען אז ער איז אוועק ב' סוכות

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 2:45 pm

מיללער האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:עס איז דא אן ארטיקעל אין "דער בלאט" די וואך פון די גמ"ח

אפשר ברענגט עס איינער אהער?
צוגעלייגטע
Gemach_Page_1.jpg
Gemach_Page_2.jpg
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 2:46 pm

המשך:
צוגעלייגטע
Gemach_Page_3.jpg
Gemach_Page_4.jpg
לחיים ולברכה!

בןזלמן
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 9:51 pm

תגובהדורך בןזלמן » פרייטאג אוקטובער 14, 2016 3:06 pm

ווער עס ווייסט עפעס וועגן ר' שמעון גליק

ער איז געוועהן באקאנט אלץ ר' שמעון זבארובער אדער ר' שמעון אוהעלער

ער איז אוועק יו"ט אין שיניכעווער ביהמ"ד

mar0was
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 2:05 pm

מיינס א משפחה קרוב זוכט אינפארמאציע אויף 3 פון זיינע פעטערס וואס זענען אוועק אלס קינד ל"ע.

זיין עלטער זיידע (מיין עלטער-עלטער-פעטער) האט געהייסן ר' שלמה זלמן (אויף ענגליש Solomon) מארגארעטען, זיין ווייב האט געהייסן נחמה (אויף ענגליש Kate) לבית קליין.
זיי האבן געוואוינט אין עדעלין אונגארן ביז יאר 1900, דאן האבן זיי אימעגרירט קיין אמעריקע מיט 5 קינדער וואו זיי האבן געוואוינט און איסט-סייד אדער ברוקלין.

אין די משפחה איז באקאנט די נעמען פון 10 קינדער (זיי האבן אלע מאריך ימים געווען), אבער 3 קינדער זענען ל"ע אוועק אלס קינד און זייערע נעמען זענען נישט באקאנט.
לכאורה איז 1 פון די 3 געבוירן אין אונגארן, און איז דארט אוועק אלס פיצל קינד נאך פאר די עלטערן האבן אימעגרירט קיין אמעריקע (דאס איז לכאורה געווען די עלסטע קינד).
די אנדערע 2 קינדער זענען געבוירן אין אמעריקע און אוועק פון לונגען-אנצינדונג אין עלטער פון צווישן 8 און 12.

די דערמאנטע משפחה קרוב גלייבט אז די 2 קינדער ליגן אין וואשינגטאן סעמעטערי אין ברוקלין, אבער די אדמיניסטראציע זאגט אז זיי קענען נישט זוכן אן מער אינפארמאציע ווי א ערשטע נאמען אדער א דאטום.

די עלטערן ר' שלמה זלמן און זיין ווייב נחמה ליגן אין מט. ציון אין קווינס און חלקת "הגדול".


איז דא א וועג צו טרעפען די קברים פון די 2 קינדער, צו קענען דערגיין מער אינפארמאציע, ווי זייער ערשטע נעמען און יארצייטן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18394
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 2:31 pm

איך פארשטיי אז איר רעדט פון ר' חיים יצחק מארגארעטן'ס א ברודער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

mar0was
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 3:11 pm

יא, ר' שלמה זלמן איז געווען א ברידער פאר ר' חיים יצחק.
איך זיך אינפארמאציע אויף די קינדער פון ר' שלמה זלמן וואס זענען אוועק אלס קינדער.

mar0was
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:24 pm

mar0was האט געשריבן:מיינס א משפחה קרוב זוכט אינפארמאציע אויף 3 פון זיינע פעטערס וואס זענען אוועק אלס קינד ל"ע.

זיין עלטער זיידע (מיין עלטער-עלטער-פעטער) האט געהייסן ר' שלמה זלמן (אויף ענגליש Solomon) מארגארעטען, זיין ווייב האט געהייסן נחמה (אויף ענגליש Kate) לבית קליין.
זיי האבן געוואוינט אין עדעלין אונגארן ביז יאר 1900, דאן האבן זיי אימעגרירט קיין אמעריקע מיט 5 קינדער וואו זיי האבן געוואוינט און איסט-סייד אדער ברוקלין.

אין די משפחה איז באקאנט די נעמען פון 10 קינדער (זיי האבן אלע מאריך ימים געווען), אבער 3 קינדער זענען ל"ע אוועק אלס קינד און זייערע נעמען זענען נישט באקאנט.
לכאורה איז 1 פון די 3 געבוירן אין אונגארן, און איז דארט אוועק אלס פיצל קינד נאך פאר די עלטערן האבן אימעגרירט קיין אמעריקע (דאס איז לכאורה געווען די עלסטע קינד).
די אנדערע 2 קינדער זענען געבוירן אין אמעריקע און אוועק פון לונגען-אנצינדונג אין עלטער פון צווישן 8 און 12.

די דערמאנטע משפחה קרוב גלייבט אז די 2 קינדער ליגן אין וואשינגטאן סעמעטערי אין ברוקלין, אבער די אדמיניסטראציע זאגט אז זיי קענען נישט זוכן אן מער אינפארמאציע ווי א ערשטע נאמען אדער א דאטום.

די עלטערן ר' שלמה זלמן און זיין ווייב נחמה ליגן אין מט. ציון אין קווינס און חלקת "הגדול".


איז דא א וועג צו טרעפען די קברים פון די 2 קינדער, צו קענען דערגיין מער אינפארמאציע, ווי זייער ערשטע נעמען און יארצייטן?


נאכן זוכן אין די רעקארדס, האבן מיר געטראפן נעמען פון 3 קינדער.
Ignatz - יצחק אדער יצחק צבי, געבוירן אין עדעלין בערך 1894, און איז לכאורה נפטר געווארן פאר 1905 אין ניו יארק.
רחל, געבוירן צווישן 1901 און 1905, און איז נפטר געווארן פאר זומער 1905.
Kate - איך ווייס נישט די אידישע נאמען (אינטערעסאנט אז די מאמע נחמה האט אויך געהייסן Kate), זי איז געבוירן בערך 1914 און איז אוועק יונג.
די קרוב טענה'ט נאכאלס אז איין קינד איז אוועק אין אונגארן אבער ער האט נישט קיין שום אינפארמאציע.

ווייסט איינער ווי מ'קען טרעפן די קברים פון די 3 קינדער וואס זענען אוועק אין ניו יארק?


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 9 געסט