פתגמים מתוקים הנמצאים בפיהם של חסידים ואנשי מעשה מדור הקודם

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 08, 2014 1:08 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מפי הרה"ח ר' יוסף מאיר מארקאוויטש הי"ו סופר סת"ם:

זאלסט זיין רייך ווי קורח,
זאלסט קענען געבן א מיליאן פאר יעדען אורח,
זאלסט האבן יותר מכפי הצורך,
........
וכו' וכו'

כ'האב זיך דערמאנט נאך א ליין!

דורות ישרים ומבורך,
זאלסט זיין רייך ווי קורח,
זאלסט קענען געבן א מיליאן פאר יעדען אורח,
זאלסט האבן יותר מכפי הצורך,

נא ווער ענדיגט?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 08, 2014 1:10 pm

גביר אדיר האט געשריבן:נאכגעהערט בשם הרה״ח ר׳ אברהם מרדכי פאלאטשעק ז״ל, געוואונטשן פאר בחורים אין די יארן:

מ׳זאל ביי דיר ברעכן מיט די הענט און מיט די פיס... (ברעכן טעלער און גלאז).

(פלעגט געבן א קלאפ אין קאפ מיטן "גראבן" באנדל קעש...)

אז מען ווערט "געשלאגען מיט געלט" טוט עס נישט וויי!!

אויך פלעגט ער זאגן:

דער אויבערשטער זאל האלפן אז קיין איין אייניקעל זאל נישט הייסן נאך דיר!!! (אור אייניקלעך אפשר יא..)
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג יולי 08, 2014 1:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יולי 08, 2014 1:11 pm

נישט האט געשריבן:גוטע ווערטער פון הרה"ח ... שווארץ ז"ל
----
...
----
ווען א בחור איז איינגעשלאפן אינמיטן לערנען, פלעג ער זאגן

אדם מועט לעולם...
----

לייג צו, בין ער בין ישן (אייגענס)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 08, 2014 1:11 pm

מיללער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ר' יוסף סאקס ז"ל;

אמן
זייער שיין
???

אמן,
זאגטס נאך שיין

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ר' יוסל פלעגט כמעט אלץ ענטפערן אויפן גראם.

טוטס עפעס קויפן,
כ'זאל האבן מיט וואס אהיים צו לויפן!

און ווער קען פארגעסן:

גיין אין די זייט!
יוסל סאקס,
שלעפט א באקס!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יולי 08, 2014 1:14 pm

גלייכגילטיג האט געשריבן:הגה''צ ר' ברוך מילער שליט''א ועוד זקינים:

''ווען ער שלאפט איז ער זייער וואויל...''

עס דערמאנט מיר וואס מען פלעגט זאגען (אפשר זאגט מען עס נאך אלץ)

קליינע קינדער קליינע צרות

גרויסע קינדער גרויסע צרות
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 08, 2014 1:14 pm

נישט האט געשריבן:גוטע ווערטער פון הרה"ח ... שווארץ ז"ל
----
ווען ער פלעגט זעהן איינעם לאכן פון זיין אייגענע טשאוק, פלעג ער זיך אנרופן מיט א שמייכל

הוא מוסיף לה... והוא מפרק לה...
----
ווען א בחור איז איינגעשלאפן אינמיטן לערנען, פלעג ער זאגן

אדם מועט לעולם...
----

מיינסטו ר' מרדכי ז"ל?
ווען איינער האט געפרעגט א קשיא, און די תירוץ איז געליגען אין די קשיא זעלבסט:

"פארוואס מאכט מען נישט א אויבן פון פוטער, ס'וועט דאך צוגיין"?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 08, 2014 1:16 pm

ר' ......... ז"ל (די "שנארער" פון ארץ ישראל)

"דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט וואקסען א גרויסע חניוק"
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16490
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יולי 08, 2014 1:17 pm

SPUSMN האט געשריבן:
גלייכגילטיג האט געשריבן:הגה''צ ר' ברוך מילער שליט''א ועוד זקינים:

''ווען ער שלאפט איז ער זייער וואויל...''

עס דערמאנט מיר וואס מען פלעגט זאגען (אפשר זאגט מען עס נאך אלץ)

קליינע קינדער קליינע צרות

גרויסע קינדער גרויסע צרות

געהערט אביסל אנדערש [נע נישט אויף מיר]
קליינע קינדער קליינע דאגות
גרויסע קינדער גרויסע דאגות

האט א חשוב'ער רב פארראכטן:
אויב, קליינע קינדער גרויסע דאגות
דאן איז גרויסע קינדער קליינע דאגות

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יולי 08, 2014 1:29 pm

דער וועלט זאגט אז איבעראל איז גוט אבער אין שטיב איז נאך בעסער.

ווען איך האב אמאל געמאכט א וויזשיטע ביי מיין עלטער באבע ע"ה אין ירושלים וואס אירע קינדער האבען מורא געהאט איר צו לאזען אליין און בדלית ברירה האט זי מסכים געווען צו גיין, האט זי מיר געזאגט במתק לשונה:

איבעראל איז גוט, און אין שטיב איז אויך גוט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 08, 2014 1:57 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מיינסטו ר' מרדכי ז"ל?
ווען איינער האט געפרעגט א קשיא, און די תירוץ איז געליגען אין די קשיא זעלבסט:

"פארוואס מאכט מען נישט א אויבן פון פוטער, ס'וועט דאך צוגיין"?

דאס האבן מיר געהערט פונעם מעליצער רבי זז"ג רבי אבוש הורוויץ שליט"א, ער האט דאס געזאגט מיט אזא גאליציאנעם אקצענט און גוטער ניגון, איי האט דאס געהאט א חן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 08, 2014 2:00 pm

קבלתי מזקיני עליהם השלם

אלעס אינאיינעם, איז נישט פארהאן ביי קיינעם

אז מען איז פויל, האט מען נישט אין מויל

ווער לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער

ווער עס האט די מאה, האט די דעה

א נארישקייט איז ערגער ווי א קרענק

דאס נארישקייט איז געלונגען, אבער עס בלייבט א נארישקייט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יולי 08, 2014 2:01 pm

מיין עלטער באבע עליה השלום א ירושלימ'ע אידענע פלעגט זאגן:

דער רבונו של עולם איז א גוטער
וויפיל מען געוויינט עם איין, אזוי פיל גיט ער

ודוק היטב...

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג יולי 08, 2014 2:07 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ר' ......... ז"ל (די "שנארער" פון ארץ ישראל)

"דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט וואקסען א גרויסע חניוק"


ווייסט נישט
דאס איז דאך די באקאנטער אין באליבטן וויזניצער חסיד ר' דוד לייב שווארץ וואס איז געוועהן א גבאי צדקה ווען ער פלעגט גיין דורך געלט פלעגט ער דאס אנווינטשן יעדען איינעם
参考专家

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 08, 2014 2:20 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ר' ......... ז"ל (די "שנארער" פון ארץ ישראל)

"דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט וואקסען א גרויסע חניוק"


ווייסט נישט
דאס איז דאך די באקאנטער אין באליבטן וויזניצער חסיד ר' דוד לייב שווארץ וואס איז געוועהן א גבאי צדקה ווען ער פלעגט גיין דורך געלט פלעגט ער דאס אנווינטשן יעדען איינעם

יא! נישט געדענקט די ערשטע נאמען.

(ערשטע נעמען איז איינע פון מיינע שוואכקייטן
#נאטיץ)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 08, 2014 2:23 pm

קומט נישט עכט אהער, א איד האט מיר לעצטנס געוואונטשן "זאלסט זיין א גרויסער עושר און ס'זאל דיר נישט שאטן פאר יראת שמים".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג יולי 08, 2014 2:47 pm

יישר כח לכתחילה, שיינע געהענגל.

- מארגן איז די יארצייט פון הייליגן עטרת צבי מזידיטשוב זצוק"ל, איך מיין אז ער האט געזאגט דאס טייטש "תפילה עושה מחצה, תפילה העלפט".

- ווען ער האט געזעהן הרה"ק ר' אייזיקל קאליווער טיילן סגולות, האט ער געזאגט "וואס פעהלט עס אויס, מ'קען מתפלל זיין". האט רבי אייזיקל געזאגט אז תפילה עושה מחצה, די אנדערע האלב טוט די סגולה. האט דער עטרת צבי געענטפערט "אז תפילה טוט נאר האלב, דאוונט מען נאכאמאל". (שטארקע ווערטער)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

תגובהדורך עליכם שלום » דינסטאג יולי 08, 2014 3:47 pm

ווען ער שלאפט איז ער גוט, י''ל אסמכתא לזה ממ''ש במדרש: והנה טוב מאד - זה השינה...
בנוגע להווארט דרשו ה' ''ועוזו'' - כ''כ בס' דברי מאיר להרה''ק ר''מ מפרמישלן זי''ע

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » דינסטאג יולי 08, 2014 3:57 pm

עממי:
לחיים, די נשמה זאל האבן א עלי'
אלע קראנקע א רפואה
אלע געזונטע א ישועה
אלע בחורים א פנוי'
אלע רשעים א תלי'
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....

עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

תגובהדורך עליכם שלום » דינסטאג יולי 08, 2014 3:58 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:יישר כח לכתחילה, שיינע געהענגל.

- מארגן איז די יארצייט פון הייליגן עטרת צבי מזידיטשוב זצוק"ל, איך מיין אז ער האט געזאגט דאס טייטש "תפילה עושה מחצה, תפילה העלפט".

- ווען ער האט געזעהן הרה"ק ר' אייזיקל קאליווער טיילן סגולות, האט ער געזאגט "וואס פעהלט עס אויס, מ'קען מתפלל זיין". האט רבי אייזיקל געזאגט אז תפילה עושה מחצה, די אנדערע האלב טוט די סגולה. האט דער עטרת צבי געענטפערט "אז תפילה טוט נאר האלב, דאוונט מען נאכאמאל". (שטארקע ווערטער)


בספר ליקוטי מהרי''א (זידיטשויב) בהקדמה (שנכתבה ע''י האמרי יוסף זי''ע) הביא שהרה''ק ר'' אליעזר מליזענסק בעל אורח לחיים אמר לבעל עטרת צבי על הסגולות וא''ל העט''צ כו'.
ובספר פאר וכבוד הביא שהישמח משה אמר להעט''צ על הסגולות והשיב העט''צ כנ''ל.
ובעיקר דברי העט''צ י''ל דזהו מ''ש חז''ל (ברכות לב:) התפלל אדם ולא נענה יחזור ויתפלל, פי' שבפעם הראשון שהתפלל, הלא הועיל רק מחצה ולכן ישלימו ע''י עוד תפלה.

עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

תגובהדורך עליכם שלום » דינסטאג יולי 08, 2014 4:00 pm

farshlufen האט געשריבן:קומט נישט עכט אהער, א איד האט מיר לעצטנס געוואונטשן "זאלסט זיין א גרויסער עושר און ס'זאל דיר נישט שאטן פאר יראת שמים".


הרה''ק מרוזשין היה אומר: זאלסט האבן אסאך געלד און ווייניג יראת שמים, וביאר את דבריו, שרצה לומר שכמה כסף שיהיה לו זאל עס זיין אסאך,
וכמה יר''ש שיהיה לו, עדיין צריך להרגיש אז עס איז צו ווייניג

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג יולי 08, 2014 4:05 pm

שכוח הרב עליכם, האמיר יעצט איבערגעהערט מיין מקור (לעצטן מוצ"ש אויף קול סאטמאר) און דער מספר דערציילט עס טאקע מיטן אורח לחיים. מיין טעות געווען.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

עליכם שלום
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm

תגובהדורך עליכם שלום » דינסטאג יולי 08, 2014 4:09 pm

SPUSMN האט געשריבן:
גלייכגילטיג האט געשריבן:הגה''צ ר' ברוך מילער שליט''א ועוד זקינים:


קליינע קינדער קליינע צרות

גרויסע קינדער גרויסע צרות


הרה''ק בעל דברי יואל פלעגט זאגן: ווען די קינדער זענען קליין און זיס, זאגט מען: אוי, איך וויל עם אויפעסן!
ווען זיי ווערן עלטער זאגט מען: א שאד, איך האב עם נישט אויפגעגעסן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 08, 2014 4:10 pm

קני ראטענבערג ע"ה ווען ער האט זיך שטארק צעהיסט אויף לי עוועניו:
ימח שמם אלע ציונים! ג"פ
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג יולי 08, 2014 4:10 pm

:lol:
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 08, 2014 4:10 pm

אברהם פריד זינגט עפעס א ניגון פון חבדסקע חסיד מיט א פתגם מתוק
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט