פתגמים מתוקים הנמצאים בפיהם של חסידים ואנשי מעשה מדור הקודם

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

פתגמים מתוקים הנמצאים בפיהם של חסידים ואנשי מעשה מדור הקודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(קען זיין שוין דא אזא אשכול, פון די אלטערע אידן פון פאריגען דור, זענען דא אסאך מיט זייערע אייגענע "הימנעס"! אז מען איז זוכה קען מען עס הערן פון זיי. טראכט איך עס אראפצושרייבן עס זאל פארבלייבן לימים רבים.

פארשטייט זיך כ'דענק נישט אלעס אויסעווענדיג, זאל דער עולם חבירים צוהעלפן.)

מפי הרה"ח ר' יוסף מאיר מארקאוויטש הי"ו סופר סת"ם:

זאלסט זיין רייך ווי קורח,
זאלסט קענען געבן א מיליאן פאר יעדען אורח,
זאלסט האבן יותר מכפי הצורך,
........
וכו' וכו'

מפי הרה"ח ר' ........ גראס הי"ו (פון די אוטס):

..........
געזונט און שטארק,
גרינג און פלינק,
......
און הער דעם קלינג.

נא, ווער האט נאך?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הרה"צ ר' משה הלל קאהן מסענדשארץ ז"ל פלעגט יעדן אנוואונטשן: איר זאלט לעבן 240 יאר!

תפילה עושה מחצה = 120...
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום מאנטאג יולי 07, 2014 11:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אלט פארצייטישע ניגון מפי הזקנים בשם הרבי ר' בונם מפרשיסחא זי"ע:

מ'זאגט נאך א נוסחא
פון רבי'ן פון פשיסחא
ווען ער האט זיך אויסגע'טענה'ט מיט'ן נורא עלילה...

זיי בעסער צופרידען
און לייז אונז שוין אויס אלס אידען
ווי איידער אלס גוים חלילה...
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

ר' מרדכי הערשקאוויטש נ"י זז"ג

ווען מ'גריסט אים גוט מארגן, ענפערט ער:
א גוט מארגען און גוטע יארן.
לעצט פארראכטן דורך טרעוולער אום דינסטאג יולי 08, 2014 12:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עממי;

א גוט מארגן
אן קיין זארגן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ר' משה היללער ז"ל;

גיב אהער די גרייצער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ר' יוסף סאקס ז"ל;

אמן
זייער שיין
???
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

גוטע ווערטער פון הרה"ח ... שווארץ ז"ל
----
ווען ער פלעגט זעהן איינעם לאכן פון זיין אייגענע טשאוק, פלעג ער זיך אנרופן מיט א שמייכל

הוא מוסיף לה... והוא מפרק לה...
----
ווען א בחור איז איינגעשלאפן אינמיטן לערנען, פלעג ער זאגן

אדם מועט לעולם...
----
לעצט פארראכטן דורך נישט אום דינסטאג יולי 08, 2014 1:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לכאורה האט געשריבן:ר' יוסף סאקס ז"ל;

אמן
זייער שיין
???

אמן,
זאגטס נאך שיין
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

לכאורה האט געשריבן:ר' יוסף סאקס ז"ל;

אמן
זייער שיין
???

ר' יוסל פלעגט כמעט אלץ ענטפערן אויפן גראם.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יציב פתגם האט געשריבן:הרה"צ ר' משה הלל קאהן מסענדשארץ ז"ל פלעגט יעדן אנוואונטשן: איר זאלט לעבן 240 יאר!

תפילה עושה מחצה = 120...


אויך פלעגט ער זאגן:
אם אין קמח, אז ס'איז נישטא עפעס אין די מעיל (פאסט) אין תורה...
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

צעהלימער רב זצ"ל
דרשו ה' "ועוזו" און ס'איז גרינג EASY
--
ברוך אתה ביר (בעיר) וברוך אתה בסאדע (בשדה)
(מ'קען מאכן לחיים אויף סאדע אויך)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

עממי
דאנקען און לויבען
דעם באשעפער פון אויבען
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
יש תקווה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש תקווה »

געהערט בשם א איד פון די איסט סייד,
הרב ?? מלמד ע"ה

א גוט מארגן,
זאלסט נישט וויסן פון קיין זארגן,
זאלסט נישט דארפן לייען און בארגן,
זאלסט זיין רייך - ווי די טייך,
און פריש - ווי די פיש.
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מעג אויך זיין פון גרויסע לייט?

--
"ווער עס זיצט אונטער די מזוזה, ווערט נישט מבוזה"

[דער קאמארנער אין זקן ביתו בשם זקינו רא"מ מפינטשוב]
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
תפוח
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תפוח »

פאלקס ווארט:

א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש נ''י:

געזונט און שטארק
און שטארק געזונט.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

הגה''צ ר' ברוך מילער שליט''א ועוד זקינים:

''ווען ער שלאפט איז ער זייער וואויל...''
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:צעהלימער רב זצ"ל
דרשו ה' "ועוזו" און ס'איז גרינג EASY

הוסיף ע''ז רבה''ק מסאטמאר ז''ל: דרשו ה' 'וויאזוי?' ... תמיד!
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
גביר אדיר
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 08, 2014 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גביר אדיר »

נאכגעהערט בשם הרה״ח ר׳ אברהם מרדכי פאלאטשעק ז״ל, געוואונטשן פאר בחורים אין די יארן:

מ׳זאל ביי דיר ברעכן מיט די הענט און מיט די פיס... (ברעכן טעלער און גלאז).
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

גביר אדיר האט געשריבן:נאכגעהערט בשם הרה״ח ר׳ אברהם מרדכי פאלאטשעק ז״ל, געוואונטשן פאר בחורים אין די יארן:

מ׳זאל ביי דיר ברעכן מיט די הענט און מיט די פיס... (ברעכן טעלער און גלאז).

ענדליך צו דעם א קללה וואס כ'האב געהערט פון איינעם א זקן אשמאי

ברעך דיר הענט און פיס און בלייב לעבן

אויך
דער אויבערשטער זאל דיר באצאלן אן געלט...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פון א וואילע אידענע אויך?
מרגלא בפומא פון א"מ ע"ה א בעלת מעשים
ווען זי האט געפרעגט ווי מען פילט און באקומען א תשובה " ב"ה "
ב"ה וואס? גוט? אדער ניט ערגער?

==
ווי אזוי האט א זקן אשמאי אריינגעבלאנשזעט אהער? :roll:
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ווער ס'טרעט נאר אמאל אריין ביי היימאן'ס גראסערי אויף גארפיעלד האט שוין זיכער געהערט פתגמים מתוקים פון ר' אפרים אביגדור זז"ג, אבער איך געדענק נישט עפעס ספעציפיש פון אים אראפצוברענגען דא.
משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש »

מרגלא בפומי פון הר' אלימלך הגדול לאנדא ז"ל ווען קינדער אין זיין קלאס האבן ארומגעלאכט אינמיטן פארלערנען, "ווען יחזקאל דער שמש וועט קומען מיטן שווארצן קאר, וועסטו שוין נישט לאכעצן".

שמע מינה אז ר' יחזקאל/חברה קדישא האט געהאט א שווארצע קאר.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

ווער ס'געדענקט נאך כּאָני ראטענבערג ע"ה פלעגט ער זאגן:
שבת קודש און אייער צוויבל איז א גוטע זאך!
(מי יעמוד בסוד...)
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”