בארא פארק און איר אידישע היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג יוני 19, 2018 3:25 pm

פרעזידענטן זשאנסאן און קענעדי ביים קאמפעינען אין בארא פארק אויף די דרייצענטער עוועניו אין יאהר 1964:
(קרעדיט: הירשל ציג)

ווערט געזעהן צווישן אנדערע: הגה"צ אבד"ק יאקא ז"ל.

אזוי אויך ווערן געזעהן עטליכע שטאפענע הוטן וואס האבן מיטגעמאכט די קריג:
צוגעלייגטע
WhatsApp Image 2018-04-30 at 12.24.55 PM.jpeg
WhatsApp Image 2018-04-30 at 12.24.55 PM.jpeg (555.15 KiB) געזעהן 1072 מאל
לחיים ולברכה!

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יוני 19, 2018 3:28 pm

דאס איז נישט פרעזידענט קענעדי נאר זיין ברודער ראבערט
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 19, 2018 3:36 pm

חמרא טבא האט געשריבן:דאס איז נישט פרעזידענט קענעדי נאר זיין ברודער ראבערט

President John F. Kennedy was assassinated on November 22, 963

דער רב
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

איגוד הרבנים ורבני אגדות הרבנים שנפלגו ממנה והלכו לאיגוד

תגובהדורך דער רב » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 4:16 pm

קיקיון האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין זכרון א הרב מאיר גרינבערג קעזמארקער רב וואס איז געווען רב אין פועלי אגודה אויף 16
א מחותן מיט יאקער רב?
איך קען אבער גארנישט טרעפען

ער איז געווען א מחותן מיטן יאקער רב, געוואוינט פריער אין בראנקס דערנאך אין ב. פ. און איז געווען פון די ראשי איגוד הרבנים [דארט איז געווען זיין עיקר רבנות] אבער זיין אלץ רב אין פועלי, געדענק איך נישט. איך געדענק רב קראוויץ איז געווען דארט רב, ער האט געהאט א הויכע פאזיציע אין די כשרות פון או. יו.

הרה"ג ר' מנשה קליין וואס איז געוועען דער יושב ראש פון ועד הלכה פון איגוד דערמאנט אים 3 מאל אבער קיין ווארט וועגען איגוד
הרב יצחק אייזיק ליעבעס איז געווען דער ראב"ד פון איגוד וואס איז געווען יאקער רב'ס תפקיד?

רב ליעבעס איז געווען די ראב"ד און טאקע פאנקצעניערט אלץ ראב"ד, הרב קליין האט געטראגן דעם טיטל אבער גאנץ ווייניג פאנקצעניערט, משא"כ הרב מקעזמארק איז געווען זייער טעטיג אין דעם ער איז אריין געקומען דורך הרב זשוסעפי פון בארא פארק וואס איז געווען סגן נשיא, איך געדענק א לעדער העד פון הרב מקעזמארק וואס האט דארט געשטאנען אלץ יו"ר [דאכטזוך, אדער עפעס אן אנדערע מכובד'יגע פאסטן] פון איגוד הרבנים. הרב מיאקע, האט גארנישט געהאט מיט איגוד הרבנים, ער איז געווען א מחותן מיט הרב מקעזמארק.

דאס איז געועען א פליטת הקולמוס איך האב טאקע געמיינט פרעגען וועגען קעזמארקער רבווער זענען געווען די חברים פון "איגוד הרבנים" ? פארוואס אפגעטיילט פון "אגודת הרבנים"?

איך וועל ענטפערן בקצרה אפילו דער ענין מבאר צו זיין על ברי' פעלט אויס א מאמר פאר זיך [דערפאר איז מיין ביטע, כאפ מיך ניט אויף קיין פרטים, ווייל מען קען זיי נישט מבאר זיין כל הצורך במקום הלזו].
נאכן מלחמה האט פון אלע רבני'שע קערפערשאפטן (נאציאנאלע, לאפוקי לאקאלע) איבערגעלבעבט נאר דער 'אגודת הרבנים'. שפעטער איז געגרונדעט געווארן 'התאחדות הרבנים' ווייל אגודת הרבנים איז [פון אנפאנג] געווען זייער מזרחי'סטיש געשטימט [שפעטער נישט אזוי ווייט, אעפ"כ איז עס געווען גאר ווייט פון די שיטה פון סאטמערע רב]. און אויך האבן געקעמפט אויף צו פארבעסערן די אמעריקא'נע אידישקייט ככל מה שבידם, משא"כ התאחדות הרבנים איז געווען צוזאם געשטעלט פון רבנים וואס האבן אינסטאלירט די יורופ'ערשע אידישקייט אין אמעריקא.
דערצו איז געווען די 'הסתדרות הרבנים' ווי עס איז מער באקאנט מיטן ענגלישע נאמען RCA וואס דאס איז געוווען צוזאמגעשטעלט פון מער מאדערענע אמעריקאנע רבנים. וואס האבן שטארק געגאנגען לרוח היום. להבנת הענין, אין די שפעטערע יארן איז הג"ר משה פיינשטיין געווען נשיא אגודת הרבנים און הר' סאלאווייטשיק פון YU געווען נשיא הסתדרות הרבנים.
בקיצור, איז געווען דריי רבני'שע קערפערשאפטן, 1. אגודת הרבנים, פון אלטע רבנים מליטא פולין ורוסלאנד וקצת אונגארן, וואס האבן געקעמפט צו פארבעסרן אמעריקאנע אידישקייט. 2. התאחדות הרבנים, וואס האבן געגאנגען מיט די מהלך פון איסטאלירן אלטע אידישקייט און עוקר זיין אמעריקאנע אידישקייט אפילו אויפן בעסטן אופן. 3. הסתדרות הרבנים, אמעריקאנע רבנים, וואס האבן זיך אבער געהלאלטן שטארק אורטידוקסטיש.
אגודת האגודת איז שטארק געגאנגען מיט ישיבת רבינו יצחק אלחנן [שפעטערדיגע YU]. זיי פלעגן מאכן אפיעל'ס פאר זיי, און אנעמען זייערע תלמידים אלץ חברים. וכמים הפנים וגו' האט רי"א אויפגענומען רבנים ובפרט חברים פון אגודת הרבנים אלץ ראשי ישיבות און אנדערע שטעלע'ס.
ווען ישיבת תורה ודעת האט ארויף געקומען איז עס נישט געווען אנערקענט ביי ישיבת רי"א (לא שמוע לי כלומר לא סבירא ליה) מכמה טעמים, און די מוטו ביי אסאך פון אירע מיטגליד אז תו"ד איז נישט מער ווי עפעס א חדר [דער דרגת הלימוד איז געווען פיל העכער ביי רי"א ווי ביי תו"ד]. אויך האט רש"פ מענדעלאוויטש מנהל תו"ד געשריבן בייסיגע מאמרים קעגן די 'רבנים' און די רבני'שע קערפערשאפט און זיי געדריקט אין די צייטונג פון יאסעלע ראזענבלאט 'דאס אידישע ליכט'.
ממילא האט אגודת הרבנים געהאט א דאפעלטע פליכט אויסשליסן תו"ד פון אירע ראמען. און אזוי האט מען אירע תלמידים נישט אנגענומען אין אגוה"ר. [עס זענען געווען קלענערע קערפערשאפטן וואס האבן דייקא יא געטוען פאר תלמידים פון תו"ד, למשל זע אין קובץ המסילה [שע"י וועד הרבנים דנוא יארק] וואס האבן געשטעלט א באזונדערע מדור פאר תלמידי הישיבות וואס עפ"י רוב זענען די כותבים געווען תלמידי תו"ד].
נאכן קריג ווי יעדער האט געוויזן וואס מען טוט לטובת די פליטים האט רי"א אנגענומען רבנים, און תו"ד אנגענומען ישיבה-לייט. אין דאס נעמען הגר"י קאמינעצקי אלץ ר"י, האט געשפילט אן פארטיידייגוענס מיטל, כלומר איך האב נישט קעגן רבנים.
ברוב הימים, האבן תלמידי תו"ד געגרינדעט א רבני'שע קערפערשאפט פאר זיך 'איגוד הרבנים' וואס באמת האט מיט איר מהלך נישט געהאט עפעס אנדערשט ווי אגודת הרבנים, נאר צוליב מען האט זיי נישט אנגענומען אין אגוה"ר [אפי' מען האט זיי יא אנגענומען איז עס געווען יוצא צו זיין, און זיי האבן זיך גענצליך נישט געשפירט אין פלאץ].
אגודת הרבנים פאר זיך איז געווען אן אלטע ארגענעזאציע וואס האט געגאנגען מיט איר אלטע מהלכים, שווער געלאזט עפעס טוישן וכו', געוויסע מיט זייערע אלטע חזקות איז כמעט נישט געווען מעגליך צו בייטן וכו'. אזוי אויך איז דאס געגאנגען מיט די אלטע סיסטעם. בנוסף לכך היות די קערפערשאפט איז געווען פון פארשידענע לענדער האט געהערשט דארט שטארקע מיס-פארשטענדעניש. וואס דאס האט גאר פארשווערט צו אויפברענגן נייע הצעות [רצוני עפעס ארויס פון די אלטע מהלך המחשבה].
ועל הכל איז די שמועס געווען [איך פרעזענדליך נעם נישט קיין שטעלע בענין זה, איך שרייב נאר מה היה שיחת הרבנים הבריות] אז די מנהלים און מזכירים פירן דעם שפיל נישט די רבנים [דאס האט שפעטער געמאכט ר"י קאמינעצקי צו אריבער גיין צו מרכז הרבנים, ואכמ"ל].
איגוד הרבנים איז געווען אן אמת'ע קערפערשאפט (רצוני, רבנים המאוגדים, ולא שהאיגוד הוא ורק הוא מאגדם, כאשר היה באגודת הרבנים], ממילא איז די קערפערשאפט געווען גאר שטארק ביי זיך אינדערהיים. און דאס האט אויך געהאט א ווירקונג אז די רבנים האבן דאס ווארט.
סוף כל סוף האבן זיי עפ"י רוב געווען פרישע געקרוינטע רבנים [אנדערע שטארק ערליכע ותלמידי חכמים, אבער נישט קיין רבני'שע געשטעלן] האבן זיי געווען אפען צו נעמען אנדערע רבנים מובהקים, אבער גיי נעם... ווער וועט קומען צו דיר?...
אצינד אבער ווען רבנים פון אגודת הרבנים האבן נישט געווען צופרידן: סיי, פון די הלך ילך דארט [אנדערע מאל פלעגט מען זיך רייסן ביי די אסיפות ווי די קעץ, מפני שלא שמע איש שפת רעהו], סיי, וואס אלץ מוז לויפן מיטן אלטע סטאטאסקווא, סיי, מען קען נישט ארויפברענגן עפעס ניי, סיי, וואס די מנהלים זענען די טואן שטעלער וכו'. אנדערע האבן נישט געווען צופרידן וואס מען העכערט נישט זייער שטעלע. דאס האט געמעכט אז זאלן נעמען דעם שריט און גיין צו איגוד הרבנים.
אגודת הרבנים האט דאס שטארק נישט געפאלן, סיי וואס סוכ"ס איז די ישיבה'שע וועלט שטארק געוואקסן, און זיי האבן נישט אנערקענט אגודת הרבנים [איגוד אויך נישט] און דאס האט שטארק מכחיש געווען זייער כח, און סיי וואס היפש שיינע רבנים האבן דארט געגאנגען ועוד ועוד.
זע הפרדס (ניסן תשל"ו) ווי הרב שמחה עלבערג (יו"ר אגודת הרבנים) שיסט שטארק אויף איגוד הרבנים מיט טענה וואס פעלט דאס אויס (בי שיטי, לאזט אגודת הרבנים האבן אייער נאכפאלגער).
למעשה האט איגוד הרבנים נישט געהאט קיין שטארקע כח, ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין שטארקע נשיא, און אויך נישט געהאט קיין עמטליכע [גרויסע] קהלה וואס האט זיי נאכגעגאנגען, למעשה האבן זיי שטארק פינקציענירט פאר פולע יארן. [און היינט ווירקן זיי נאך, און אגוה"ר איז שוין נאך סתימת הגולל].
איך האף איר וועט כאפן דעם בילד.

דער רב
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 4:23 pm

קיקיון האט געשריבן:קהל אגודת אזוב איז געווען דער שול פון
הרה"ג חזקי' פייבל ראזענבערג וועלכער איז געווען דער ראב"ד אין דעברעצין נאך
די קריג (מילא מקום אביו)

יא, זיין טאטע איז געווען א מורה הוראה מובהק ווי רוב יונגע מורה הוראות פלעגן נעמען שימוש ביי אים. זיי זענען געווען דריי ברודער ער, הג"ר יוסף אב"ד פ. לאדיין, הג"ר יצחק מהאדטאז חותן הר' עזריאל יודא לעבאוויטש אב"ד וויען. ער האט נאך געוואויט אין בארא פארק פאר די דעבערצינער רב.

בענין כתיבת שם באבוב או באבעוו, דאס איז געווען א באקאנטע מחלוקה וויאזוי צו שרייבן בפרט אין גאליציא, בארדיוב או בארדיאוו, וואוידיסלאוו או וואוידיסלוב וכו' וכו' אין כמה שטעט [די אויבנדערמאנטע בכלל] האט מען דערפאר נישט געשריבן קייט גיטין.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2068
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:13 pm

גראדע איז בארדיוב אין אונגארין.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:20 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:קהל אגודת אזוב איז געווען דער שול פון
הרה"ג חזקי' פייבל ראזענבערג וועלכער איז געווען דער ראב"ד אין דעברעצין נאך
די קריג (מילא מקום אביו)

יא, זיין טאטע איז געווען א מורה הוראה מובהק ווי רוב יונגע מורה הוראות פלעגן נעמען שימוש ביי אים. זיי זענען געווען דריי ברודער ער, הג"ר יוסף אב"ד פ. לאדיין, הג"ר יצחק מהאדטאז חותן הר' עזריאל יודא לעבאוויטש אב"ד וויען. ער האט נאך געוואויט אין בארא פארק פאר די דעבערצינער רב.

בענין כתיבת שם באבוב או באבעוו, דאס איז געווען א באקאנטע מחלוקה וויאזוי צו שרייבן בפרט אין גאליציא, בארדיוב או בארדיאוו, וואוידיסלאוו או וואוידיסלוב וכו' וכו' אין כמה שטעט [די אויבנדערמאנטע בכלל] האט מען דערפאר נישט געשריבן קייט גיטין.

גראדע איז בארדיוב אין אונגארין.

אויב איך מאך נישט קיין טעות איז עס א גרעניץ שטאט וואס איז געוועזן אמאל אזוי און אמאל אזוי און סאך מאל א גרעניץ אינמיטן שטאט. כך מונח בזכרוני
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2068
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:22 pm

ריכטיג, געווען הארט ביים גרעניץ, רוב צייט איז עס געווען אין אונגארין, עס האט אויך געהייסן בארטפעלד, אבער עס איז געווען א שטאט פול מיט חסידי צאנז, ממילא איז עס געווען גאליציאניש.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג אוקטובער 28, 2018 4:59 pm

נחמן נתן האט געשריבן:פרעזידענטן זשאנסאן און קענעדי ביים קאמפעינען אין בארא פארק אויף די דרייצענטער עוועניו אין יאהר 1964:
(קרעדיט: הירשל ציג)

ווערט געזעהן צווישן אנדערע: הגה"צ אבד"ק יאקא ז"ל.

אזוי אויך ווערן געזעהן עטליכע שטאפענע הוטן וואס האבן מיטגעמאכט די קריג:
WhatsApp Image 2018-04-30 at 12.24.55 PM.jpeg
WhatsApp Image 2018-04-30 at 12.24.55 PM.jpeg (555.15 KiB) געזעהן 285 מאל

דאס זעלבע פלאץ היינט
chrome_2018-06-22_14-29-16 (1).jpg
chrome_2018-06-22_14-29-16 (1).jpg (122.66 KiB) געזעהן 288 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:39 pm

עס האט געוואינט (מיט א בה"מ) אין ב"פ אויף 49 ציווישעו 13 און 12 הרב ? קאשויער דיין
א שטיק צייט איז ער געווען דער רב המכשיר ביי פאשקעס קענדי
ווי אזוי האט ער געהייסען?

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:21 pm

קיקיון האט געשריבן:עס האט געוואינט (מיט א בה"מ) אין ב"פ אויף 49 ציווישעו 13 און 12 הרב ? קאשויער דיין
א שטיק צייט איז ער געווען דער רב המכשיר ביי פאשקעס קענדי
ווי אזוי האט ער געהייסען?

וואס איז היינט מיטן ביסמעדריש? גוואדזיץ?
דביה תחדי נפשא

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:44 pm

קיקיון האט געשריבן:עס האט געוואינט (מיט א בה"מ) אין ב"פ אויף 49 ציווישעו 13 און 12 הרב ? קאשויער דיין
א שטיק צייט איז ער געווען דער רב המכשיר ביי פאשקעס קענדי
ווי אזוי האט ער געהייסען?

מיינסט אפשר רב "שטיינער"? די שול איז געווען אויף 50 צווישן 12&13.
זיין איידעם רב זילבער (בן אב"ד פריימאן ז"ל) האט איבער גענומען ג'י ביהמ"ד און שפעטער (פאר 25 יאר צוריק) האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין מאנסי און דארט מייסד געווען ביהמ"ד קאשוי

די ביהמ"ד אין ב"פ איז געווארן אפגעקויפט דורך אב"ד הומאראד בן אב"ד קארלסבורג

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:54 pm

דריידל האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:עס האט געוואינט (מיט א בה"מ) אין ב"פ אויף 49 ציווישעו 13 און 12 הרב ? קאשויער דיין
א שטיק צייט איז ער געווען דער רב המכשיר ביי פאשקעס קענדי
ווי אזוי האט ער געהייסען?

מיינסט אפשר רב "שטיינער"? די שול איז געווען אויף 50 צווישן 12&13.
זיין איידעם רב זילבער (בן אב"ד פריימאן ז"ל) האט איבער גענומען ג'י ביהמ"ד און שפעטער (פאר 25 יאר צוריק) האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין מאנסי און דארט מייסד געווען ביהמ"ד קאשוי

די ביהמ"ד אין ב"פ איז געווארן אפגעקויפט דורך אב"ד הומאראד בן אב"ד קארלסבורג

יא! יא!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 10:03 am

מיין פעטער ז"ל האט געוואינט אויף 45 ציווישען 9 און 10 אויף די געפארטע זייט
איך געדענק א ווינער בה"מ אויף יענעם בלאק
כ'האב געפריווט אויף GOOGLE MAPS און איך זעה נישט א בה"מ אויף יענעם בלאק
איך געדענק נישט ווי אזוי ער האט געהייסען
א מחותן מיט פריימאנער רב?

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 10:20 am

זעגעלבוים, זיין זון איז אן איידעם ביים פריימאנ'ע רב ז"ל. אויך איז די זשיבוי רב געווען אן איידעם און אויך ר' משה פאללאק בן אב"ד לאנדסבערג. ס'דא א וויען רב אין פלעטבוש, אויך א זון.
ביסט זיכער ס'געווען אויף 45? איך מיין ס'געווען אין די 50'ס

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 10:25 am

הגה"צ רבי ישראל יוסף זעגלבוים זצ"ל מח"ס עדות לישראל בנו הרה"ג רבי ליפא שליט"א הוא חתן הגה"צ מפריימאן זצ"ל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 10:29 am

דער זון פון פלעטבוש לעבט שוין נישט
דביה תחדי נפשא

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט