בארא פארק און איר אידישע היסטאריע

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

קיקיון האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:די לעצטע יאר צייט בערך איז דא כמעט יעדע וואך אין די ענגלישע המודיע איבער ב"פ פון אמאל און אסאך גאנץ אינטרעסאנטע ידיעות אויך. הרב פרנס לדוגמא איז אמאל דארט שטארק אויסגעשמועסט ועוד.
מאוד תמהני ווי קען מען אויסלאזען בית המדרש ותלמוד תורה בני יהודה אויף 16&53 אקעגען איבער אונגוואר [משפחת עהרמאן פון כובע פלעגען דארט דאוונען]


פונקט די וואך זיך געטראפען מיט ר' שמחה ניימאן אן אייניקעל פון הרב פרנס און ער האט זיך אפגערעדט אז אלכסנדר וואס האט אפגעקויפט דעם בנין ווי ער אין דער ברידער האבען
אויפגעהאלטען דעם זיידענס בה"מ אויפען דריטען שטאק אז זיי האבען קובע געווען דעם כולל אויף דעם צווייטען שטאק און דעם דריטען שטאק פאר אפיסעס
[/quote]
ער האט גיוואלט די ביהמ"ד דווקא אויפ'ן דריטע שטאק ווייל עס איז די העכסטע
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איך האב געהרט פון אן איינקעל
ווייל ער האט נישט געוואלט וואינען העכערען בה"מ
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן:
מיין זיידע ז"ל [עדיין תוך השנה] איז גיווען א בארא פארקער געבוירענער פאר 80 יאר צוריק און דא געוואוינט ביז פאר 19 יאר צוריק. ער איז געבוירן אין די אלטע בית ישראל הישפעטאל 15&45 און גילערנט און פאבליק סקול אין נאכמיטאג אין עץ חיים [עס איז גיווען א תלמוד תורה אין נישט א חדר דהיינו נאר א after school program אבער פאר א גוטע פאר שעה יעדען טאג] זיין זיידע איז גיווען דע ערשטע שומר שבת גישעפט אין ב"פ נאך אין די אנהייב 1920's עס ליגט נאך ערגעץ אין די משפחה די אלע FINES וואס ער האט באקומען פארן זיין אפן זונטאג און פארמאכט שב"ק.

איך האף אז איר מיינט דאס נישט אלץ א פירכא לדברי, ווייל אויב אזוי דארף דאך פובליק סקול אויך זיין ערליך, אידיש, היימיש, דער פאקט איז כמ"ש אז עס איז געווען זייער שוואך ר"ל, איך וויל דיר נישט ברענגן אויפן שריפט וואס מלמדים האבן געזאגט פאר קינדער ר"ל מהאי דעתא. אדרבא דאס געט צו צו אייער זיידעס מסירת נפש.
אגב, וועלעכע געשעפט איז דאס?

יא און ניין. איך האב ביי מיר אין באזיץ א YEAR BOOK פון מיין זיידען'ס GRADUATION עס זעט נישט אזוי געפערליך ווי איר האט דאס געמאכט, אבער פאר אונז איז די מהלך זיכער נישט כשר ועל זה כוונתי לא כדורות וכו'
אינטרעסאנט עס איז גיווען דארטן איין יאר א מלמד א ברסלבר און ער האט פארכאפט/מקרב גיווען די גאנצע כתה. אין זיי זענען אלע טאקע געבליבען/געווארען יראים ושלמים איינער פון זיי קען איך ער איז א ברודער פון מיינער א עלטער מומע [גאר גאר מאדערען] ער וואוינט און סנהדרי' מורחבת בעיה"ק ירושלים און האט אויפגעשטעלט גאר שיינע דורות.
לגבי די געשעפט גידענק איך נישט די נאמען דאכט זיך מיר א שניידער עס איז דארט ווי די גערער מתיבתא איז אויף OLD NEW UTRACHT.

אדרבא, ברענגט וועלן מיר וויסן. איך האב געהערט פון תלמידים אז דארט איז געווען גאר שווארך. עס איז נישט געווען א שטייגער פון תורה ודעת אדער רבי שלמה קלוגער, און אפילו נישט ווי רבינו חיים ברלין (קודם שבא הרב הוטנער) און תפארת ירושלים, נאר אזוי ווי ישיבה דפלעטבוש אדער סאלאנטער. איך האב נישט געקומען דן זיין קיין מענטשען, נאר דערציילען הסטוריא.
וואס איז געווען אייער זיידעס נאמען?
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:די לעצטע יאר צייט בערך איז דא כמעט יעדע וואך אין די ענגלישע המודיע איבער ב"פ פון אמאל און אסאך גאנץ אינטרעסאנטע ידיעות אויך. הרב פרנס לדוגמא איז אמאל דארט שטארק אויסגעשמועסט ועוד.
מאוד תמהני ווי קען מען אויסלאזען בית המדרש ותלמוד תורה בני יהודה אויף 16&53 אקעגען איבער אונגוואר [משפחת עהרמאן פון כובע פלעגען דארט דאוונען]


פונקט די וואך זיך געטראפען מיט ר' שמחה ניימאן אן אייניקעל פון הרב פרנס און ער האט זיך אפגערעדט אז אלכסנדר וואס האט אפגעקויפט דעם בנין ווי ער אין דער ברידער האבען
אויפגעהאלטען דעם זיידענס בה"מ אויפען דריטען שטאק אז זיי האבען קובע געווען דעם כולל אויף דעם צווייטען שטאק און דעם דריטען שטאק פאר אפיסעס

ער האט גיוואלט די ביהמ"ד דווקא אויפ'ן דריטע שטאק ווייל עס איז די העכסטע[/quote]
לדעתי איז דער שטוב פון הרב פרנס נאך חשוב'ער פון זיין בית המדרש, בתים מדרשים זענען נאך געווען אסאך גוטע, אבער שטובער...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

צוויי פון הרה"ח ר' דניא' גאלדשטיין זצ"ל ברידער ר' יוסף UNCLE YOSSI ז"ל און ר' דוד זענען געווארען חב"דניקעס
בהשפעת די מלמדים אין תורת אתת The Llife of Uncle Yossi
עס איז כדאי צו ליינען אפילו מען מוטשט זיך מוט ענגליש
--
ווי אזוי שולען און רבנים האבען אויסגעזעהן
Capture.GIF
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

א שאלה צו עס זענען געוען שול'ן וואס האבן געווען געפערליך, אבער עס איז געווען אסאך גאר חשוב'ע שוהל'ן. משא"כ בתים יהודים.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער רב האט געשריבן:א שאלה צו עס זענען געוען שול'ן וואס האבן געווען געפערליך, אבער עס איז געווען אסאך גאר חשוב'ע שוהל'ן. משא"כ בתים יהודים.

וויפיל שולען סך הכל זענען געווען אין ב"פ ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

קיקיון, וועלכער ביהכנ"ס איז געווען די מעשה מיט יענעם חזן?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פליגל האט געשריבן:קיקיון, וועלכער ביהכנ"ס איז געווען די מעשה מיט יענעם חזן?

יענער חזן וואס האט נישט געוואלט דאווענען אן א מחיצה איז געווען ר' משה גאלדשטיין
ר' דניא' פאטער
וועלכע שול? ר' דניא'ס קינדער שרייבען נישט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

קיקיון האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:קיקיון, וועלכער ביהכנ"ס איז געווען די מעשה מיט יענעם חזן?

יענער חזן וואס האט נישט געוואלט דאווענען אן א מחיצה איז געווען ר' משה גאלדשטיין
ר' דניא' פאטער
וועלכע שול? ר' דניא'ס קינדער שרייבען נישט

אין המודיע איז די מעשה לעצטענס דערמאנט גיווארען צוזאמען מיט נאך איינעם דאכט זיך מיר אין פילדלפי' וואס האט גיהאט די זעלבע סיפור אין זיך גענדיגט מיט א קאורט קעיס לטובתו
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

דער רב האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן:
מיין זיידע ז"ל [עדיין תוך השנה] איז גיווען א בארא פארקער געבוירענער פאר 80 יאר צוריק און דא געוואוינט ביז פאר 19 יאר צוריק. ער איז געבוירן אין די אלטע בית ישראל הישפעטאל 15&45 און גילערנט און פאבליק סקול אין נאכמיטאג אין עץ חיים [עס איז גיווען א תלמוד תורה אין נישט א חדר דהיינו נאר א after school program אבער פאר א גוטע פאר שעה יעדען טאג] זיין זיידע איז גיווען דע ערשטע שומר שבת גישעפט אין ב"פ נאך אין די אנהייב 1920's עס ליגט נאך ערגעץ אין די משפחה די אלע FINES וואס ער האט באקומען פארן זיין אפן זונטאג און פארמאכט שב"ק.

איך האף אז איר מיינט דאס נישט אלץ א פירכא לדברי, ווייל אויב אזוי דארף דאך פובליק סקול אויך זיין ערליך, אידיש, היימיש, דער פאקט איז כמ"ש אז עס איז געווען זייער שוואך ר"ל, איך וויל דיר נישט ברענגן אויפן שריפט וואס מלמדים האבן געזאגט פאר קינדער ר"ל מהאי דעתא. אדרבא דאס געט צו צו אייער זיידעס מסירת נפש.
אגב, וועלעכע געשעפט איז דאס?

יא און ניין. איך האב ביי מיר אין באזיץ א YEAR BOOK פון מיין זיידען'ס GRADUATION עס זעט נישט אזוי געפערליך ווי איר האט דאס געמאכט, אבער פאר אונז איז די מהלך זיכער נישט כשר ועל זה כוונתי לא כדורות וכו'
אינטרעסאנט עס איז גיווען דארטן איין יאר א מלמד א ברסלבר און ער האט פארכאפט/מקרב גיווען די גאנצע כתה. אין זיי זענען אלע טאקע געבליבען/געווארען יראים ושלמים איינער פון זיי קען איך ער איז א ברודער פון מיינער א עלטער מומע [גאר גאר מאדערען] ער וואוינט און סנהדרי' מורחבת בעיה"ק ירושלים און האט אויפגעשטעלט גאר שיינע דורות.
לגבי די געשעפט גידענק איך נישט די נאמען דאכט זיך מיר א שניידער עס איז דארט ווי די גערער מתיבתא איז אויף OLD NEW UTRACHT.

אדרבא, ברענגט וועלן מיר וויסן. איך האב געהערט פון תלמידים אז דארט איז געווען גאר שווארך. עס איז נישט געווען א שטייגער פון תורה ודעת אדער רבי שלמה קלוגער, און אפילו נישט ווי רבינו חיים ברלין (קודם שבא הרב הוטנער) און תפארת ירושלים, נאר אזוי ווי ישיבה דפלעטבוש אדער סאלאנטער. איך האב נישט געקומען דן זיין קיין מענטשען, נאר דערציילען הסטוריא.
וואס איז געווען אייער זיידעס נאמען?

נו, ווער האט געוואוינט דעמאלטס און בארא פארק?! אוודאי איז עס גיווען מער אמעריקאניש ווי תורה ודעת וכ"ש ר"ש קלוגר וואס אפיציעל גיווען מער חסידיש אין נישט פאר'ן ברייטען ציבור אפילו שומתו"מ און פארגעס נישט אז דאס איז גיווען אין די פרומער לאור איסט סייד משא"כ עץ חיים איז גיווען אין די שוואכע ב"פ. אבער עס איז נאך אלץ גיווען בעסער פון די איבריגע תושבי ב"פ וואס האבן געשוקט צו פאבליק סקול אדער להבדיל ישיבה דפלטבוש וכדומה.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פון הרה"ח ר' יוסף UNCLE YOSSI זכרונות

קאוד: וועל אויס אלע

We arrived in N.Y. ('930) and settled in Boro Park. In those days, there were only two yeshivos in Boro Park. One was a modern Zionist school called Eitz Chayim, and the other one was Toras Emes. At first, my father wanted to register my older brothers in Eitz Chayim, but it cost too much, so they registered in Toras Emes instead. When I grew older, I too went to Toras Emes.

In those days, Rabbi Yisroel Jacobson, one of the distinguished Chabad chassidim in the U.S., ran the yeshiva, and all Chabad chassidim in N.Y., like the Posner, Simpson, Rivkin, and other families, sent their children to this yeshiva. This was the case for about ten years, until 5701 (1941).

ר' מש יודא גאלדשטין איז געווען א דרוקער אין פראווידענס ווי מען האט אים געריפען "דער שומר שבת" וויפיל שומר געשעפטען זענען געווען אין ב"פ אנהייב תר"צ יארען
ער איז געווען אן אייידעם ביי הרב יעקב יצחק גאלדמאן וועלכער איז געווען דב אין פאטאקעט ראד איילענד 40 יאר
--------------
ר' דניא' זצ"ל איז געווען אן איידעם ביי בילד פאר שידוך שליסען האט זיך ר' משה יעקב שואל עצה מיט הצדיק ר' יוסף יצחק פרנס זצ"ל מיט וועם איז געווען שטארק מקושר. רב פרנס האט געטאפט דניא'ס דפק און געזאגט "זי זאל מיט אים חתונה האבען ער איז אן אמתדיגער יר"ש"
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די נאמען ביסטאן קלינגט מיר אין די אויערן אלס חסידי סקווירא, אויף די מציבה זע'ך שטייט טאקע אז ער איז דארט נפטר געווארן.
איז דאס דער זיידע פון זיי?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

זיין זון ר' יוסף שלמה זצ"ל איז געווען פון די ערשטע תושבים אין שיכון סקווירא
זעט אויס אז דער אלטער האט געוואינט ביי אים סוף ימיו
עס זענען געקומען ביסטאן'ס קיין חב"ד אויך
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

וויפיל שולען סך הכל זענען געווען אין ב"פ ?

באמת האב איך נישט געמיינט שול'ן אין בארא פארק גופא, נאר אין נוא יארק און אמעריקא בכלל. אבער עס איז געווען אסאך שול'ן אין ב.פ., און טייל פון זיי היפש חשוב'ע. דער שפת אמת שטובל פון 42 סט. איז געווען גאר א חשוב'ע.
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

נו, ווער האט געוואוינט דעמאלטס און בארא פארק?! אוודאי איז עס גיווען מער אמעריקאניש ווי תורה ודעת וכ"ש ר"ש קלוגר וואס אפיציעל גיווען מער חסידיש אין נישט פאר'ן ברייטען ציבור אפילו שומתו"מ און פארגעס נישט אז דאס איז גיווען אין די פרומער לאור איסט סייד משא"כ עץ חיים איז גיווען אין די שוואכע ב"פ. אבער עס איז נאך אלץ גיווען בעסער פון די איבריגע תושבי ב"פ וואס האבן געשוקט צו פאבליק סקול אדער להבדיל ישיבה דפלטבוש וכדומה.

ישיבה רבינו חיים ברלין איז געווען אין קרואן הייטס, אין אנדערע ישובים זענען אויך געווען היפש פיינע חדרים, איך האב נאר אויסגערעכנט די באוואוסטע. והראי' תורת אמת אין בארא פארק. ראי' לדברי, זעט וואס 'קיקיון' איז מעתיק, א מאדערן ציוניסטיש חדר עץ חיים...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ווען איז ישיבת ר' חיים בערלין געווען אין קראון הייטס ?
די אדרעססען בילד זענען אין בראונסוויל
-------------
נחום וואהלינער האט געשריבן:פארגעס נישט אז דאס איז גיווען אין די פרומער לאור איסט סייד משא"כ עץ חיים איז גיווען אין די שוואכע ב"פ. אבער עס איז נאך אלץ גיווען בעסער פון די איבריגע תושבי ב"פ וואס האבן געשוקט צו פאבליק סקול אדער להבדיל ישיבה דפלטבוש וכדומה.

איך האב געהערט פון אן אייניקעל פון הרה"צ ר' י י פרנס זצ"ל אז ער האט נישט געוואלט וואינען אויף דער איסט סייד
ווייל ער האט נישט געוואלט זאגען פאר די קינדער מען טאר נישט טוען וואס די אידען טוען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

בארא פארק האט זיך נישט וואס צו שעמען פאר 40 יאר צוריק! מיין טאטע זאל זיין געזונט דערציילט אז 25 יאר צוריק איז נישט געווען קיין איין סטאר אויף 13 עוו פארמאכט חוה"מ עס איז געווען א געהעריגע וואכן טאג הייט איז אלעס טויט חוה"מ
אפגערעדט פון דעם אז עס איז דא אויפן גאס הונדערטער שפיצלעך וואס איז אויסדרוקליך נישט געווען אין די מ' יארן
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פאליק האט געשריבן:בארא פארק האט זיך נישט וואס צו שעמען פאר 40 יאר צוריק! מיין טאטע זאל זיין געזונט דערציילט אז 25 יאר צוריק איז נישט געווען קיין איין סטאר אויף 13 עוו פארמאכט חוה"מ עס איז געווען א געהעריגע וואכן טאג הייט איז אלעס טויט חוה"מ
אפגערעדט פון דעם אז עס איז דא אויפן גאס הונדערטער שפיצלעך וואס איז אויסדרוקליך נישט געווען אין די מ' יארן

א פיצעלע מגוזם!
חוה"מ פסח זענען די בעקערייען געווען פארמאכט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קיקיון איז וואך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער רב האט געשריבן:
וויפיל שולען סך הכל זענען געווען אין ב"פ ?

באמת האב איך נישט געמיינט שול'ן אין בארא פארק גופא, נאר אין נוא יארק און אמעריקא בכלל. אבער עס איז געווען אסאך שול'ן אין ב.פ., און טייל פון זיי היפש חשוב'ע. דער שפת אמת שטובל פון 42 סט. איז געווען גאר א חשוב'ע.

דארט האט געדאווענט דער שו"ב רבי מרדכי אלין זצ"ל (זוהן פון הג"ר שמחה אלין זצ"ל אבד"ק ראחמעסטריווקא), זיידע פון די באבובער האמער משפחה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

ווען איז ישיבת ר' חיים בערלין געווען אין קראון הייטס ?
די אדרעססען ... אין בראנזווויל

אה"נ, פלטה סכין החריפה.
איך האב געהערט פון אן אייניקעל פון הרה"צ ר' י י פרנס זצ"ל אז ער האט נישט געוואלט וואינען אויף דער איסט סייד
ווייל ער האט נישט געוואלט זאגען פאר די קינדער מען טאר נישט טוען וואס די אידען טוען

איך האב דאס אויך געהערט פון אידן וואס האבן דאס געהערט פון אים אליין.
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

דער רב האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן:
מיין זיידע ז"ל [עדיין תוך השנה] איז גיווען א בארא פארקער געבוירענער פאר 80 יאר צוריק און דא געוואוינט ביז פאר 19 יאר צוריק. ער איז געבוירן אין די אלטע בית ישראל הישפעטאל 15&45 און גילערנט און פאבליק סקול אין נאכמיטאג אין עץ חיים [עס איז גיווען א תלמוד תורה אין נישט א חדר דהיינו נאר א after school program אבער פאר א גוטע פאר שעה יעדען טאג] זיין זיידע איז גיווען דע ערשטע שומר שבת גישעפט אין ב"פ נאך אין די אנהייב 1920's עס ליגט נאך ערגעץ אין די משפחה די אלע FINES וואס ער האט באקומען פארן זיין אפן זונטאג און פארמאכט שב"ק.

איך האף אז איר מיינט דאס נישט אלץ א פירכא לדברי, ווייל אויב אזוי דארף דאך פובליק סקול אויך זיין ערליך, אידיש, היימיש, דער פאקט איז כמ"ש אז עס איז געווען זייער שוואך ר"ל, איך וויל דיר נישט ברענגן אויפן שריפט וואס מלמדים האבן געזאגט פאר קינדער ר"ל מהאי דעתא. אדרבא דאס געט צו צו אייער זיידעס מסירת נפש.
אגב, וועלעכע געשעפט איז דאס?

יא און ניין. איך האב ביי מיר אין באזיץ א YEAR BOOK פון מיין זיידען'ס GRADUATION עס זעט נישט אזוי געפערליך ווי איר האט דאס געמאכט, אבער פאר אונז איז די מהלך זיכער נישט כשר ועל זה כוונתי לא כדורות וכו'
אינטרעסאנט עס איז גיווען דארטן איין יאר א מלמד א ברסלבר און ער האט פארכאפט/מקרב גיווען די גאנצע כתה. אין זיי זענען אלע טאקע געבליבען/געווארען יראים ושלמים איינער פון זיי קען איך ער איז א ברודער פון מיינער א עלטער מומע [גאר גאר מאדערען] ער וואוינט און סנהדרי' מורחבת בעיה"ק ירושלים און האט אויפגעשטעלט גאר שיינע דורות.
לגבי די געשעפט גידענק איך נישט די נאמען דאכט זיך מיר א שניידער עס איז דארט ווי די גערער מתיבתא איז אויף OLD NEW UTRACHT.

אדרבא, ברענגט וועלן מיר וויסן. איך האב געהערט פון תלמידים אז דארט איז געווען גאר שווארך. עס איז נישט געווען א שטייגער פון תורה ודעת אדער רבי שלמה קלוגער, און אפילו נישט ווי רבינו חיים ברלין (קודם שבא הרב הוטנער) און תפארת ירושלים, נאר אזוי ווי ישיבה דפלעטבוש אדער סאלאנטער. איך האב נישט געקומען דן זיין קיין מענטשען, נאר דערציילען הסטוריא.
וואס איז געווען אייער זיידעס נאמען?

איך האב פאר פסח געווען מנחם אבל זיין, בני הרב ר' חיים פולסקין [א מתמיד עצום און מיגע בתורה, מלומדי לעיקוואד מנין], האבן די קינדער געזאגט בתוך הדברים, אז ער איז געבוירן געווארן אין בארא פארק 95 יאר צוריק, לכתחלה האט ער געלערנט אין עץ חיים, ‏‏‏‏אבער עס איז געווען צו משכיל'יש דערפאר איז ער געגאנגן לערנען אין תורת אמת, און איז געווען פון ערשטע תלמידים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינעם ענגלישען 'המודיע' לויפט א וועכנטליכע קאלום איבער די אידישע היסטאריע אין בארא פארק, דער קאלום איז מעשה ידיו להתפאר פון אחד המיוחד שבחבורת מכון מורשת חכמי אמעריקא הרב יצחק שטייערמאן הי"ו מגדולי חסידי ועסקני קארלין-סטאלין בבארא פארק.

אינעם לעצטן קאלום פון פר' אחרי תשע"ו האט הרב שטייערמאן אנטדעקט די היסטאריע און מצבה פון איינע פון די ערשטע פיאנירן וועלכע האבן משמש געווען צווישן אנדערע אויך אלס רב אין די אידישע בארא פארק פון 'געסטערניאר' אזוי ווי עס לויטעט דער 'מאטא' פונעם קאלום, טראץ וואס דער ארטיקל איז געשריבן אויף ענגליש לייגן מיר עס ביי, אינאיינעם מיט די אנטדעקטע מצבה, אויב איז דא א פארלאנג אויף די ארטיקלען קענען מיר בל"נ פרובירן צו ערהאלטן רשות עס מיטצוטיילן דא וועכנטליך

ליינט און האט הנאה
אטעטשמענטס
2016-05-05 14.45.33.jpg
050416 C34 Community Pioneers.pdf
(223.25 KiB) געווארן דאונלאודעד 112 מאל
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

נחום וואהלינער האט געשריבן:. . . אינטרעסאנט עס איז גיווען דארטן איין יאר א מלמד א ברסלבר און ער האט פארכאפט/מקרב גיווען די גאנצע כתה. אין זיי זענען אלע טאקע געבליבען/געווארען יראים ושלמים איינער פון זיי קען איך ער איז א ברודער פון מיינער א עלטער מומע [גאר גאר מאדערען] ער וואוינט און סנהדרי' מורחבת בעיה"ק ירושלים און האט אויפגעשטעלט גאר שיינע דורות . . .

אני מעוניין בפרט זה;
האם המלמד ה''ה הרב צבי ארי' (ב''ר אבא) רוזנפעלד זצ''ל?
(והתלמיד הנ''ל הוא אולי חתנו, הרב ח. קרמר שליט''א? [מחבר ספרי נעימות נצח על ליקו''מ])
נא להשיב בכאן או בפרטי.
יי''כ.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”