בארא פארק און איר אידישע היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יוני 03, 2013 4:55 pm

איך בין ווערטערלאז צי באדאנקען רעוו מיללער פאר די אומדערמידלעכע ארבייט פון 3 חדשים
צי באקימען די לעבענסוויכטיגע ידיעות וועגען די אידישע נעמען פון דעם גפן פארפאלק און דעם בריליאנט
וואס זיי האבען געשאנקען פאר אידענטום

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23896
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 03, 2013 6:27 pm

Sprint האט געשריבן:מיללער ברענג נאך

קעי

דאס איז פון תשל"ה, וואו איז דער בילד?
צוגעלייגטע
4507098333_818dd07838_b.jpg

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יוני 03, 2013 6:52 pm

אויב איך האב גוט ג'לייט דעם סטריט סיין און איך דערקען ריכטיג דעם TRIMMING STORE אויפען קארנער
בילד
און דער BUS STOP איז ווי דאמאלט איז דאס ציווישען 52 &53 מונקקאטש בה"מ נאך געווען אויפען קארנער?
Untitled pic.png

ממש מרפסי איגרא, וויר זענען ג'ווען די בעה"ב פון רעסטארון ? וועמיס השגחה?

בילד

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4123
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג יוני 04, 2013 12:10 am

די באס סטאפ סיין איז נישט קיין ראי', 13'טע עוו. איז נאך דאן געווען א 2 וועי עוו.
אבער ווען כ'האב גוט באטראכט די בנינים קעגנאיבער זעט אויס איר זייט ווארשיינליך גערעכט.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דינסטאג יוני 04, 2013 1:43 am

איז דער קערידזש אויפן בילד די באגאבא פון די למ"ד יארן??????

ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

תגובהדורך ר' יצחק » דינסטאג יוני 04, 2013 3:24 am

scy4851 האט געשריבן:די ניימאן ברידער פון ניימאן לאקסמיט אויף 13 עוועניו זענען אייניקלעך פון ר' יוסף יצחק ז"ל

פונקט דערציילט מיר איינער היינט, אז זיי האבן זיך אוועקגעצויגן פון די 13 עוועניו,
אויף דעם נייעם פלאץ צאלן זיי נאר 18 מאות א חודש רענט, אויף 13 האבן זיי געצאלט 14 אלפים,
זאגט מיר דער דערציילער אז איינע פון די ברידער האבן אים געזאגט, אז זיי פארשטייען זיך נישט זעלבסט,
ווי איז זייער שכל געווען די אלע יארן, פארוואס זיי האבן זיך נישט אוועקגעצויגן פאר 10 יאר צוריק צו מער.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17497
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 04, 2013 8:31 am

סיגוט האט געשריבן:איז דער קערידזש אויפן בילד די באגאבא פון די למ"ד יארן??????

אודאי געוויס, שמן שסכתה לי אמי, געדענק מיר נאך גוט דאס וועגעלע
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יוני 04, 2013 8:37 am

אבער נישט פון די בעיבי צייטען....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23896
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 04, 2013 10:37 am

farshlufen האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:איז דער קערידזש אויפן בילד די באגאבא פון די למ"ד יארן??????

אודאי געוויס, שמן שסכתה לי אמי, געדענק מיר נאך גוט דאס וועגעלע

אוי געדענקען מיר גוט

דאס האט געהייסן א 'סילווער קראס' קעריזש, פארנט (פון אינעווייניג) האט עס געהאט אזא שמיטשיק וואס מ'האט געקענט אויפהייבן און דערמיט געמאכט א דאפלטע זיץ, דער טאדלער האט מען דארט אריינגעזעצט און דעם ניו-בורן פון הונטען, דער קעריזש האט געהאט ספרינגס מיט שאקס ווי א קאר, מ'האט געקענט שאקלען ארויף און אראפ.

נאסטאלאגיע....

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יוני 05, 2013 10:00 am

scy4851 האט געשריבן:בענין די מקוה וואס ווערט דערמאנט אונעם קול קורא וואס רב מיללער צייכענט אהן און זיין ערשטע תגובה. בארא פארק האט געהאט א מקוה פון פריערט אויף 52 גאס צווישען 13 עוועניו און נו יוטריקט עוועניו. (יענע מקוה עקזעסטירט נאך עד היום.)

יענע מקוה עקזעסטירט שוין לאנג ניט, פון ווען קלויזעבורג האט עס איבערגענימען
Untitled picture.png

ביז מען האט ג'ענדיגט בויען דעם נייעם מקוה דברי חיים האט ג'דוייערט א היפשער זמן
ווען האט מען געבויט די ערשטע מקוה? ווער איז ג'ווען די אגודה לטהרת המשפחה ?

כ'מיין אז עס איז פיל אינטערסאנטער ווי אנטשיידען די היסטאריע פון דעם גפן שניידעריי?

זיידע ומומחה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

תגובהדורך זיידע ומומחה » מיטוואך יוני 05, 2013 12:58 pm

עס ליגט מיר אין זכרון עפעס חלקים פון א מעשה שהי' ווען הרה"ק ר י"י סקווירא זי"ע
האט געוואנט אין ברידער'ס הויז אויף 51 און ער האט ג'ניצט די מקוה אויף 52
איז ג'ווען אן שמיעס וועגען גייען דורך די הויפען
וועמעס ה"א און פארוואס ניט ג'דענק איך ניט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 22, 2013 11:47 am

ייסוד ישיבת מיר בב"פ ע"י הגאון ר' אברהם קאלמאנאוויטש
ברוקלין איגעל 1949
צוגעלייגטע
Capture3.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 22, 2013 12:13 pm

בן בוזי האט געשריבן:ייסוד ישיבת מיר בב"פ :?: ע"י הגאון ר' אברהם קאלמאנאוויטש
ברוקלין איגעל 1949

boro of Brooklyn.PNG
boro of Brooklyn.PNG (88.74 KiB) געזעהן 1647 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23896
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:53 am

מיללער האט געשריבן:
4. ר' יצחק צבי וואלבערג - שומרי אמונה, באקאנט געווען אלס ר' הערשל וואלבערג, דער סאטמאר רבי בעל ברך משה זצ"ל האט אמאל שטארק מכבד געווען זיין פלימעניק ר' שמואל חיים וואלבערג פון קרית יואל, אלס הכרת הטוב וואס ר' הערשל האט געטאן מיט אים ווען ער האט זיך אריבערגעצויגען קיין ב"פ, מיט א שטארקע התקרבות, ר' הערשל האט נישט איבערגעלאזט קיינע קינדער רח"ל, יהא זכרו ברוך (זקיניך ויאמרו לך - די וואך כי תבא תשע"ב)
.


דער שומרי אומונה שוהל איז איינע פון די עלטסטע שוהלען אין ב"פ, עס געפונט זיך ביים קארנער פון פערצטנע עוו. און 52'סטע סטריט.

בשנת תרפ"ח איז ר' וואלף גאלד דארט געווארן רב, אזוי ווערט דערציילט אין 'דגל ישראל'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23896
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 20, 2014 3:24 pm

אדווערטייזמענט פון די בארימטע "כובע" הוט סטאר פון שנת תשכ"ח (יעצט ווייס איך כאטש אז די משפחה דארט הייסט "עהרמאן", איך ווייס אבער נאכנישט צו די מענער אדער די פרויען...) רעדוצירטע פרייזן פאר בני ישיבות איז נאך דא היינט?
צוגעלייגטע
Kova.jpg

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מארטש 20, 2014 3:57 pm

ניט געווען לעצענס אין יענעם ווינקעל
אבער לויט GOOGLE איז יעצט אויף 4317
13th Ave, Brooklyn, NY 11219

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג מארטש 21, 2014 9:42 am

געהערט אמאהל אז עס איז געווען א הוט סוחר א געמיינער פערשוין
מען האט אים אמאהל געפרעגט וואס איז דיין ביזנעס
זאגט ער : איך בין א היט-לער....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17497
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מארטש 21, 2014 9:53 am

msp האט געשריבן:געהערט אמאהל אז עס איז געווען א הוט סוחר א געמיינער פערשוין
מען האט אים אמאהל געפרעגט וואס איז דיין ביזנעס
זאגט ער : איך בין א היט-לער....

מר. סעלקאו פון וויליאמסבורג, ער פלעגט צו זאגן "איך בין שוין פערציג יאר א היטלער".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מארטש 21, 2014 10:06 am

farshlufen האט געשריבן:
msp האט געשריבן:געהערט אמאהל אז עס איז געווען א הוט סוחר א געמיינער פערשוין
מען האט אים אמאהל געפרעגט וואס איז דיין ביזנעס
זאגט ער : איך בין א היט-לער....

מר. סעלקאו פון וויליאמסבורג, ער פלעגט צו זאגן "איך בין שוין פערציג יאר א היטלער".

מר סעגאל איז געווען אביסעל אנגעצויגען אבער זייר זייער ווייט פון געמיין

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג מארטש 21, 2014 12:59 pm

איך האב קיינעם פערזענליך געמיינט
מסתמא שזכרוני הכזיב אותי
ובאמת אין די מעשה האט דער מספר מסתמא נישט דערמאנט דאס ווארט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מארטש 21, 2014 3:01 pm

farshlufen האט געשריבן:
msp האט געשריבן:געהערט אמאהל אז עס איז געווען א הוט סוחר א געמיינער פערשוין
מען האט אים אמאהל געפרעגט וואס איז דיין ביזנעס
זאגט ער : איך בין א היט-לער....

מר. סעלקאו פון וויליאמסבורג, ער פלעגט צו זאגן "איך בין שוין פערציג יאר א היטלער".

א צווייטע ווערסיע "איך בין שוין אינעדרהיים געווען א היטלער".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מארטש 21, 2014 3:06 pm

ווי קומט דער שמיעס וועגעו מר סעגאל אין BP היסטאריע?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מוצ"ש מארטש 22, 2014 5:17 pm

מענין לענין באותו ענין דורך כובע העטערס
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » פרייטאג אפריל 04, 2014 1:08 pm

בינעך אמאהל בין הזמנים אלס יונג בחור'ל אריין צו סעלקא, (יא, אן אכצן שושבינין מיט ניינצן דעות, "נאדיר 50 טאלער און קויף דיר א הוט אויף יו"ט")

[קרויס איז נארוואס געהאט 'געבוירן' אויף קליימער, דער טאטע האט נישט געקענט דולדן די 'הארטע באקס'... דאס איז נישט קיין הוט...]

איך האב גע'פחדים' אריינגיין... ווער רעדט נאך בעטן וואס איך וויל...

צו מיין מזל טרעף אויף ראבלינג א חבר, אויך נאך א קליין טאטער בחור'ל, "איך גיי קויפן א הוט ביי סעלקא" זאגט ער מיר... וואו גייסטו?...

מיין חבר א דרייסט יונגל, שפאנט אריין אין געשעפט, איך שלעפ מיר נאך מיט צווייפלנדע טריט,

הער סעלקא איז נישט געוועהן יעמאלט, די דאמע די עקרת הביתה איז געשטאנען און אויפגענומען די קונדן,

מיין חבר ווארט נישט אויף קיין כבוד און רופט זיך אן: "איך דארף א גוטן הוט"

דאמע סעלקא ענטפערט רוהיג קאלט און ענטשלאסן: "אלעס איז גוט!"

געקוקט די סייזן אונזערע, אראפ גענומען איינס, צוויי, א לייכט בלאז און איבערפריש, אריינגעלייגט אין רינדיגן ריזן שאכטל, ניצט עס געזונטערהייט, א גוט יום טוב...

פון אריין ביז ארויס לערך 15 מינוט...



צוריק צום הערליכן בארא פארק אשכול...

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג אפריל 04, 2014 2:36 pm

סעלקא הוט אין בארא פארק? הממ ראנג אשכול.
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט