וואס איז דער סוד פון זיין אומשטערבליכקייט??

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מיטוואך יוני 18, 2014 11:19 pm

געוואלדיג!!!

אבער איך מיין אז די תירוץ איז בעסער ווי די קשיא, עס איז דא נאך גלויבענ'ס - להבדיל - וואס שטייען שוין אויך פאר טויזענטער יאר.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 12:10 am

בילדער האט געשריבן:געוואלדיג!!!

אבער איך מיין אז די תירוץ איז בעסער ווי די קשיא, עס איז דא נאך גלויבענ'ס - להבדיל - וואס שטייען שוין אויך פאר טויזענטער יאר.


וועלעכע למשל? די קריסטיליכע שטייט ניטאמאל לשיטתם 2K יאר. אפגעזען פון דעם אמת ווען די אמונה האט עכט אנגעהויבן צו נתפשט ווערן און וויפל ס'איז נשתנה געווארן זייט דעמאלס. די אראבישע ניטאמאל 1500
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12414
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יוני 19, 2014 12:16 am

אין ליכט פון דעם געלונגענעם ארטיקל פון ידידינו ר' לכתחילה, וויל איך אויפברענגן אויפן שפיץ גאפל א גאר ווייטאגליכע טעמע וואס איז ממש מענין לענין, אז היינטיגע טעג ווען דער מכה פון פירות הנושרין האט זיך ביטערליך אריינגעריסן, עס פאלן נעבעך שטיקער פון די שענסטע און די בעסטע, האבן מאנכע אנגענומען א געוויסע סארט טעאריע פון א פראפעסאר פון ווייסעך וואו אז מען דארף די אומגליקליכע קינדער באגיסן מיט ליבע און ח"ו נישט קריטיקירן, זאלן זיי קומען שבת קודש מיט די קארס און מען זאל זיי סערווירן א סעודה מיט קאטשעניו, זאלן זיי אויסשניידן די עלטערנס הארץ און באגיסן מיט זאלץ און איבערלאזן א שרעקליך צומישנדן רושם אויף די קליינווארג אין שטוב אבער חס ושלום חלילה וחס נישט ארויסווארפן די אויסווארפן רח"ל.

דאכט זיך אז דאס איז אקעגן די שיטה פון התבדלות און קען האבן ערנסטע קאנסעקווענצן. וואס זאגן די מבינים דא?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 12:18 am

מיין נקודה וואס "אפשר" איז אינטערעסאנט אויף דן צו זיין (נאר פאר די וואס קענען היסטאריע) איז וואס מיינט געבליבן? רעכנט זיך קהל עדת הספרדים למיניהם וואס זעענן ערליכע שומתומ"צ אלס "געבליבן"? און וואס מיינט "געשניטן"? טאמער ס'נאר אזוי קאטעגאריש ווי אונגארישע טיילונג אדער די מלחמה מיט ש"ץ דעמאלס וואלט דאך נאר געווען אונגארישע היינט...

ווייטער איז דא אן א שיעור עדות וואס זענען אונטערגעגאנגען מחמת הצרות בשעת אנדערע זענען געבליבן ווי די סיבה איז זיכער נישט די חילוקים אין טיילונג. דער פה"א הייבט אן מיט TWAIN קשיא וואס איז מער אויף די פיזישע לא מאסתים און ס'ענדיגט זיך מיט א הסבר אויף די פך שמן הטהור וויזוי די אמונה איז געבליבן אריגינעל. איך מיין אז ווען מ'צוטיילט עס קומט אויס בעסער די הסבר.

איך שרייב צומישט מה שעלה בדעתי בשעת'ן לייענען. נישט אויף אפצואווענדן חלילה א כלליות'דיגע הערליכע נקודה נאר צו פרובירן צו ריפיינען דאס ענין מער.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 12:22 am

לכאורה האט געשריבן:אין ליכט פון דעם געלונגענעם ארטיקל פון ידידינו ר' לכתחילה, וויל איך אויפברענגן אויפן שפיץ גאפל א גאר ווייטאגליכע טעמע וואס איז ממש מענין לענין, אז היינטיגע טעג ווען דער מכה פון פירות הנושרין האט זיך ביטערליך אריינגעריסן, עס פאלן נעבעך שטיקער פון די שענסטע און די בעסטע, האבן מאנכע אנגענומען א געוויסע סארט טעאריע פון א פראפעסאר פון ווייסעך וואו אז מען דארף די אומגליקליכע קינדער באגיסן מיט ליבע און ח"ו נישט קריטיקירן, זאלן זיי קומען שבת קודש מיט די קארס און מען זאל זיי סערווירן א סעודה מיט קאטשעניו, זאלן זיי אויסשניידן די עלטערנס הארץ און באגיסן מיט זאלץ און איבערלאזן א שרעקליך צומישנדן רושם אויף די קליינווארג אין שטוב אבער חס ושלום חלילה וחס נישט ארויסווארפן די אויסווארפן רח"ל.

דאכט זיך אז דאס איז אקעגן די שיטה פון התבדלות און קען האבן ערנסטע קאנסעקווענצן. וואס זאגן די מבינים דא?


כמדומני אז הגה"ק ר' יעקלע פעלגט אויך אזוי זאגן (פון זיין ביטערע עקספיריענס פארן קריג ווי וכו' מ'דארף נישט מאריך זיין) מיט א מורא'דיגע שטארקייט אז מ'זאל נישט מרחק זיין.

התבדלות איז א כלליות'דיגע נושא פארן כלל. ס'קומט נישט אריין ווען מ'איז דן אין א אינדיווידוילע פאל ווי ס'דא אומצאליגע שיקולים
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג יוני 19, 2014 12:27 am

לכאורה האט געשריבן:אין ליכט פון דעם געלונגענעם ארטיקל פון ידידינו ר' לכתחילה, וויל איך אויפברענגן אויפן שפיץ גאפל א גאר ווייטאגליכע טעמע וואס איז ממש מענין לענין, אז היינטיגע טעג ווען דער מכה פון פירות הנושרין האט זיך ביטערליך אריינגעריסן, עס פאלן נעבעך שטיקער פון די שענסטע און די בעסטע, האבן מאנכע אנגענומען א געוויסע סארט טעאריע פון א פראפעסאר פון ווייסעך וואו אז מען דארף די אומגליקליכע קינדער באגיסן מיט ליבע און ח"ו נישט קריטיקירן, זאלן זיי קומען שבת קודש מיט די קארס און מען זאל זיי סערווירן א סעודה מיט קאטשעניו, זאלן זיי אויסשניידן די עלטערנס הארץ און באגיסן מיט זאלץ און איבערלאזן א שרעקליך צומישנדן רושם אויף די קליינווארג אין שטוב אבער חס ושלום חלילה וחס נישט ארויסווארפן די אויסווארפן רח"ל.

דאכט זיך אז דאס איז אקעגן די שיטה פון התבדלות און קען האבן ערנסטע קאנסעקווענצן. וואס זאגן די מבינים דא?

זייער שווער צי מאכען א כלל עס ווענד זיך אין צי סאך זאכען

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 12:53 am

מילכיגער האט געשריבן:מיין נקודה וואס "אפשר" איז אינטערעסאנט אויף דן צו זיין (נאר פאר די וואס קענען היסטאריע) איז וואס מיינט געבליבן? רעכנט זיך קהל עדת הספרדים למיניהם וואס זעענן ערליכע שומתומ"צ אלס "געבליבן"? און וואס מיינט "געשניטן"? טאמער ס'נאר אזוי קאטעגאריש ווי אונגארישע טיילונג אדער די מלחמה מיט ש"ץ דעמאלס וואלט דאך נאר געווען אונגארישע היינט...

ווייטער איז דא אן א שיעור עדות וואס זענען אונטערגעגאנגען מחמת הצרות בשעת אנדערע זענען געבליבן ווי די סיבה איז זיכער נישט די חילוקים אין טיילונג. דער פה"א הייבט אן מיט TWAIN קשיא וואס איז מער אויף די פיזישע לא מאסתים און ס'ענדיגט זיך מיט א הסבר אויף די פך שמן הטהור וויזוי די אמונה איז געבליבן אריגינעל. איך מיין אז ווען מ'צוטיילט עס קומט אויס בעסער די הסבר.

איך שרייב צומישט מה שעלה בדעתי בשעת'ן לייענען. נישט אויף אפצואווענדן חלילה א כלליות'דיגע הערליכע נקודה נאר צו פרובירן צו ריפיינען דאס ענין מער.

ברענגסט ארויס לעגעטימע נקודות.

קודם איז אלס די כלל "ווען א איד אין בעלז טוט אן א קנעפל, שמד'ט זיך א איד אין פאריז". און מרובה מדה טובה, דאס וואס הרב שך האט געזאגט ביים הספד אויף רבינו מסאטמאר זי"ע. "מיר זענען וואס מיר זענען, ווייל סאטמער רב איז וואס ער איז" (נישט ממש די ווערטער מן הסתם, אבער "סאמTHונג טו THיס עפעקט.)

דאס וואס אסאך אנדערע זענען געבליבן, איז אין גרויסען טייל צוליב די טיילונג. בדרך אונגארן להרב שך - כהנ"ל שאמר בעצמו, און הרב שך להספרדים תחת הרב יוסף כידוע. (נאר א "משל" נישט זיך אויף דעם שטעלען.)

כ'דענק אז אפי' די אנדערע וואס זענען געבליבן זענען שטארק אפעקטירט געווארן פון די וואס האבן זיך שטארק און שטרענג געטיילט, ווי מען קען זעהן למשל אין די בריווען צווישען דעם הייליגען מהר"ם שיק ז"ל און ר' שמשון רפאל הירש ז"ל. סא מען מוז נישט "טראגען אן אונגארישער פאס", צו האבן געווארן אפעקטירט פון די טיילונג אין אונגארן. און אזוי איז מיט ש"ץ ימ"ש מיט די פראנקיסטן ימ"ש, און ארויף און ארויף צו די צייטן פון בית המקדש און די פארשידענע כיתות למיניהם, וואס אונזערע הייליגע חכמים האבן אויסגעשפיגן.

-----

נקודה ב'

די וואס זענען אונטערגעגאנגען צוליב די צרות איז דאך פשוט, נאר די וואס זענען געבליבן איז א דאפעלטע ווינדער! איינס אז פיזיש זענען זיי נישט אונטערגעגאנגען, און צווייטענס אז גייסטיש זענען זיי נישט אונטערגעגאנגען.

און דאס מיינעך איז דיין נקודה, טוועין רעדט פיזיש, בשעת מיר זענען אריבער צו גייסטיש.

עס איז א ריכטיגע נקודה!

אבער קודם פארשטייט זיך אז "מיר" ווילען וויכטיגער פארשטיין דעם גייסטישען אספעקט, בשעת טוועין איז אינטערעסאנטער די "פיזישן". אבער עס איז א טראפ טיפער נאך. ווייל באמת ווען נישט די גייסטישע איבערבלייבעניש פון כלל ישראל, וואלטן פיזיש אויך נישט געבליבן קיין זכר פון די "שונאי ישראל".

געב א קוק, ווען דו טרעפסט א פרייער איד - וואס ווייסט נאך אזויפיל דאס ער איז אפשטאמיג פון אידן - קענסטו זיין זיכער אז מאקסימום איינס צוויי דורות ארויף, איז נאך געווען שמירת התורה ביי זיי! די וואס זענען שוין נעבען מער ווי 2-3 דורות פארפרעמדעט רח"ל וויסן בכלל נישט זייער יחוס.

ממילא קומט אויס אז די "עכטע" תירוץ אויף טוועין'ס פראגע, איז די גייסטישע איבערלעבונג, ווייל נאר דאס האט געברענגט די "פיזישן".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 12:58 am

מילכיגער האט געשריבן:
בילדער האט געשריבן:געוואלדיג!!!

אבער איך מיין אז די תירוץ איז בעסער ווי די קשיא, עס איז דא נאך גלויבענ'ס - להבדיל - וואס שטייען שוין אויך פאר טויזענטער יאר.


וועלעכע למשל? די קריסטיליכע שטייט ניטאמאל לשיטתם 2K יאר. אפגעזען פון דעם אמת ווען די אמונה האט עכט אנגעהויבן צו נתפשט ווערן און וויפל ס'איז נשתנה געווארן זייט דעמאלס. די אראבישע ניטאמאל 1500

זאת ועוד, אידן זענען אין זיינע אויגן "א פאלק", און פעלקער איז נישטא וואס זענען געבליבן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:37 am

איך ווייס נישט ווי גוט פראנקפורטער זאגט... איך ווייס נאר אז די ביסט 1 אף עי קיינד!!! און א גרויסן שכח פאר אלע דיינע באלערנטע נושאים

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג יוני 19, 2014 2:10 am

דער רבי מסאטמאר זצ"ל האט אמאל דערציילט אז דער מהר"ם שיק ז"ל האט געזאגט ביים טיילונג אז עס איז ענדערש מפקיר צו זייין 700 הונדערט טויזענט אידן וואס אסאך קענען ל"ע גיין לטמיון רח"ל אבי די איבריגע חלק כלל ישראל זאל בלייבן ערליך, ס'כאפט א פחד.

איך האב געקלערט צו מיר און ערקלערט פאר מיינע קינדער אמאל (דבר בשם אמרו) א מורא'דיגע דערהער אפשר קומט עס נישט דא אזוי. דאס ביסל אידן וואס זענען יעצט דא האבן שוין דורך געמאכט אלע נסיונות וואס שטייט אין די תורה, אין חז"ל, אין די מעשה ביכלעך אדער מקובל, עס לאזט זיך נישט גלייבן אז צוויי ברודער אין שפאניע אדער רוסלאנד, האבן געהאט א מינוט צו באשליסן יא בלייבן ערליך נישט בלייבן, קען זיין מ'קען זיי נישט דן זיין אפילו, אבער די פאקט איז יענע רגע באשלוס האט אויסגעמאכט אז איינעם'ס קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות זענען יראים און שלמים און וועל מקבל זיין פני משיח צדקינו במהרה, זייער מיליאנען מצות און מעשים טובים גייט ארויף אויף זייער קאנטע, וצדקתם עומדת לעד, די אינוועסטמענט הונדערט אדער טויזנעט יאר צוריק האט זיך אויסגעצאלט פי כמה, און דעם צווייטנעס קינדער, ברודער פון איין טאטע מאמע, זיינע אייניקלעך זענען רח"ל פורקי עול, שונאי ישראל, און ווער ווייסט וואס נאך, נאר וועגן איין רגע טראכטן און באשליסן.

די מוסר השכל איז, וואס פארא דעסיזשענס מאכן מיר יעדן טאג וואס קען האבן אזא אומפעקט, איך טו אזוי ווייל עס איז מיר באקוועמער, אדער ווייל איך בין אזא מין מענטש אדער פאר מיליאנען סיבות, און מיט טון א טראפ אנדערש קען מען זיך אנקויפן זכותים פאר דורי דורות.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג יוני 19, 2014 8:08 am

לכאורה, אויף דעם ענין איז דא א חתם סופר געבויעט אויף א רמב"ן דוכט זיך אין פרשת ויחי. איך דארף נאכקוקן
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יוני 19, 2014 8:42 am

לכתחלה
שיין באשריבן

איך האב פארשטאנען עס איז נישט דיינס, נאר פראנקפורטער'ס ריכטיג?

ובאזונדערע דאנק על אגרת הר"מ שפירא זצ"ל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג יוני 19, 2014 10:50 am

לכאורה האט געשריבן:אין ליכט פון דעם געלונגענעם ארטיקל פון ידידינו ר' לכתחילה, וויל איך אויפברענגן אויפן שפיץ גאפל א גאר ווייטאגליכע טעמע וואס איז ממש מענין לענין, אז היינטיגע טעג ווען דער מכה פון פירות הנושרין האט זיך ביטערליך אריינגעריסן, עס פאלן נעבעך שטיקער פון די שענסטע און די בעסטע, האבן מאנכע אנגענומען א געוויסע סארט טעאריע פון א פראפעסאר פון ווייסעך וואו אז מען דארף די אומגליקליכע קינדער באגיסן מיט ליבע און ח"ו נישט קריטיקירן, זאלן זיי קומען שבת קודש מיט די קארס און מען זאל זיי סערווירן א סעודה מיט קאטשעניו, זאלן זיי אויסשניידן די עלטערנס הארץ און באגיסן מיט זאלץ און איבערלאזן א שרעקליך צומישנדן רושם אויף די קליינווארג אין שטוב אבער חס ושלום חלילה וחס נישט ארויסווארפן די אויסווארפן רח"ל.

דאכט זיך אז דאס איז אקעגן די שיטה פון התבדלות און קען האבן ערנסטע קאנסעקווענצן. וואס זאגן די מבינים דא?

איך וואלט מיך געשוואוירן אז דו שרייבסט נאך פון א מעלות ארטיקל.
גענוי די ווערטער ווארט ביי ווארט ווערט דיסקאסט אין איינע פון זייערע חזק אויסגאבעס פארשטייט זיך מער פארברייטערט, כ'געדענק שוין נישט וועלעכע יאר פון תש"ע און ווייטער.

איך האב עס נארוואס געלייענט (נאכאמאל)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 2:51 pm

שוועמל האט געשריבן:לכתחלה
שיין באשריבן

איך האב פארשטאנען עס איז נישט דיינס, נאר פראנקפורטער'ס ריכטיג?

ובאזונדערע דאנק על אגרת הר"מ שפירא זצ"ל

ישר כח פאר די קאמפלימענט.

עס איז נישט מיינ'ס און נישט פראנפורטער. ווי כ'האב דערמאנט האט איך שוין ערגעץ-ווי געהערט דעם געדאנק. ער האט אין זיין לייט-ארטיקל געשריבן איבער די געדאנק. און עס האט עס ביי מיר אויפגעוועקט.

אין אן אמת דארף איך איבערקוקען וואס ער שרייבט דארט בכלל בהמשך. ווייל די געדאנק איז אנהייב ארטיקל, און כ'האב עס נישט געליינט ביזן סוף - אזוי מיין איך..... - ווייל כ'בין געווארן פארזינקען אין דעם געדאנק פון וואס עס איז ארויס וואס כ'האב געשריבן דא אנהייב אשכול. איך האב נישט די עמי אינדערהיים, נאר ערגעף אויף א פלאץ זעה איך עס, דארף איך געדענקען ווען כ'גיי אהין נעקס, נאכאמאל אריינצובליקן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג יוני 19, 2014 3:00 pm

מילכיגער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אין ליכט פון דעם געלונגענעם ארטיקל פון ידידינו ר' לכתחילה, וויל איך אויפברענגן אויפן שפיץ גאפל א גאר ווייטאגליכע טעמע וואס איז ממש מענין לענין, אז היינטיגע טעג ווען דער מכה פון פירות הנושרין האט זיך ביטערליך אריינגעריסן, עס פאלן נעבעך שטיקער פון די שענסטע און די בעסטע, האבן מאנכע אנגענומען א געוויסע סארט טעאריע פון א פראפעסאר פון ווייסעך וואו אז מען דארף די אומגליקליכע קינדער באגיסן מיט ליבע און ח"ו נישט קריטיקירן, זאלן זיי קומען שבת קודש מיט די קארס און מען זאל זיי סערווירן א סעודה מיט קאטשעניו, זאלן זיי אויסשניידן די עלטערנס הארץ און באגיסן מיט זאלץ און איבערלאזן א שרעקליך צומישנדן רושם אויף די קליינווארג אין שטוב אבער חס ושלום חלילה וחס נישט ארויסווארפן די אויסווארפן רח"ל.

דאכט זיך אז דאס איז אקעגן די שיטה פון התבדלות און קען האבן ערנסטע קאנסעקווענצן. וואס זאגן די מבינים דא?


כמדומני אז הגה"ק ר' יעקלע פעלגט אויך אזוי זאגן (פון זיין ביטערע עקספיריענס פארן קריג ווי וכו' מ'דארף נישט מאריך זיין) מיט א מורא'דיגע שטארקייט אז מ'זאל נישט מרחק זיין.

התבדלות איז א כלליות'דיגע נושא פארן כלל. ס'קומט נישט אריין ווען מ'איז דן אין א אינדיווידוילע פאל ווי ס'דא אומצאליגע שיקולים


וואו האט ר' יעק'לע דאס געזאגט?
קיינמאל געהערעט?
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 4:14 pm

כך שמעתי שהורה בכגון דא
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 4:25 pm

מילכיגער האט געשריבן:כך שמעתי שהורה בכגון דא

האקעלע און ווייטוגליכע טעמע, שווער צו זאגען אז עס איז דא "איין" פסק פאר אלע פעלער. אויב האט ער געזאגט ביי איין פאל, מיינט עס נישט אויף יעדע אנדערע פאל לכאורה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג יוני 19, 2014 6:22 pm

יאך מיין די מישט צוויי מעשיות,
ביטע אויב די קענסט פארציילן די בכגון דא?
משנכנס אדר מרבים בשמחה

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » דאנארשטאג יוני 19, 2014 6:26 pm

דעפרעסט האט געשריבן:געווען מערערע גדולי ישראל פון פארשידענע קרייזן ובתוכם חסידי'שע צדיקי אמת וואס האבן נישט מסכים געווען צו דעם מהלך פון די טיילונג והמסתעף, און האבן ב"ה איבערגעלאזט א שיינע המשכת הדורות.
(אגב, דער הייליגער קאמארנער ברענגט אין היכל הברכה אז דער בעש"ט הק' האט געהערט די שכינה הק' איז מייללת ווען מען האט זיך געטיילט פון די פראנקיסטן, פונעם לשון הקאמארנער איז עטוואס משמע אז ס'איז נישט געווען ניחא פארן בעש"ט הק'. ועדיין צ"ע.)

דער צאנזער רב זצ"ל וועלכער האט אויך אונטערגעשריבן אויף דעם טיילונג אין אונגארן, שרייבט אין א בריוו א געוויסע עבירה (דענק איך נישט וואס) וואס צוליב דעם איז מען אין אונגארן צוגעקומען צו אזא ביטערער מצב אז מען זאל דארפן ארויסשניידן חלקים פון כלל ישראל, זעהט מען פון דעם אז כאטש דאס איז געווען פאר אים א געוואלדיגע ווייטאג און ער האט דאס גאר תולה געווען אין א געוויסע פירצה וועלכער איז געווען נפרץ אין מדינת אונגארן,פונדעסטוועגן דאך האט ער מסכים געווען מיטן טיילונג, ממילא איז נישט קיין שום ראיה פון דעם מעשה וואס דער היכל הברכה ברענגט אז דאס איז נישט ניחא געווען פארן בעש"ט
בד"וו רבי אייזיקל זידיטשובער וועלכער איז געקומען פון דעם זעלבען חדר וואו דער הייליגער קאמארנער האט אויך אונטערגעשריבן אויף דעם טיילונג
און לגבי געוויסע צדיקים תלמידי הבעש"ט איז כדאי צו געדענקען אז כאטש וואס אין טעאריע האבן זיי נישט מסכים געווען צום טיילונג (מאנכע צוליב ריחוק המקום און נישט קענענדיג דעם מציאות הדברים) זיינען זיי אין פאקט יא געווען אפגעטיילט פון די אלע מתחדשים, דהיינו די אלע חסידישע קהילות האבן זיך געהאט זייער אייגן קרעמל און קלויז, האבנדיג גאר ווייניג צוטוהן מיט די אלגעמיינע קהילה, (ענליך צו וואס עס איז היינט דער מציאות, ווען כאטש עס איז נישט דא קיין שום תקנות פון טיילונג האבן מיר קיין שום שייכות נישט צו קיין שום אנדערע שטראמען)
לעצט פאראכטן דורך גיוואלדיג אום פרייטאג יוני 20, 2014 2:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12414
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יוני 19, 2014 11:29 pm

שטארק זיך האט געשריבן:לכאורה, אויף דעם ענין איז דא א חתם סופר געבויעט אויף א רמב"ן דוכט זיך אין פרשת ויחי. איך דארף נאכקוקן

איך ווארט געדולדיג.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » זונטאג יוני 22, 2014 3:00 pm

דעפרעסט האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן: (ווענגלייך געוויסע פרטים זענען דעבאטירענד).



געווען מערערע גדולי ישראל פון פארשידענע קרייזן ובתוכם חסידי'שע צדיקי אמת וואס האבן נישט מסכים געווען צו דעם מהלך פון די טיילונג והמסתעף, און האבן ב"ה איבערגעלאזט א שיינע המשכת הדורות.
(אגב, דער הייליגער קאמארנער ברענגט אין היכל הברכה אז דער בעש"ט הק' האט געהערט די שכינה הק' איז מייללת ווען מען האט זיך געטיילט פון די פראנקיסטן, פונעם לשון הקאמארנער איז עטוואס משמע אז ס'איז נישט געווען ניחא פארן בעש"ט הק'. ועדיין צ"ע.)

דער אמת'ער אמת איז אז דער קיום פון עם ישראל האט נישט קיין טבע'דיגן הסבר ווי דער יעב"ץ שרייבט, ס'איז א גרעסערע נס ווי יציאת מצרים און ס'איז די הבטחת הקב"ה כי בשם קדשיך נשבעת לו שלא יכבה נרו לעולם ועד. דאס האט נישט קיין ערקלערונג און קיין באשיידונג נאר דאס ווער רמב"ן הק' שרייבט אין פרשת האזינו אויפן פסוק כי יראה כי אזלת יד ואפס עצור ועזוב אז אידן זענען די פארטרעטער פונעם רבוש"ע אויף דער וועלט און דעריבער מוז עקזיסטירן דאס פאלק.


אביסל א צומישעניש אין אייערע ווערטער. די טיילונג אין אונגארן איז געווען איינגעטיילט אין צוויי, איינס פון די נעלאגען, און איינס פון די רבנים וואס האבן זיך נישט געוואלט מישן און האבן געוואלט שטיין אינדערזייט פון זיי האט מען זיך אויך אפגעטיילט. איינער פון די גרויסע צדיקים פון די אשווארע חברייא קדישא, נאמען(?) איז געווען תלמיד פון איינער פון די גדולי התלמידי החת״ס און ער האט זיך נישט געוואלט מישן, האט דער גרויסע תלמיד שפעטער געזאגט אז אלעס וואס ער האט מקבל געווען פון זיין רבין האט ער אים צוריק געגעבן. און מען פארציילט אז שרעקליכע זאכן האט פאסירט צו די תלמיד פון חת״ס. די טיילונג דארט איז געווען אן קיין פשרות און זייער אגרעסיוו תלי״ת.

לגבי די פראנקיסטן איז געווען א בהלה אין הימל אז מען ״מוז״ זיך טיילן, עס איז אזוי ווי מען דארף איינעם אוועק שניידן א פיס, מען האט געוויינט אין הימל אז עס מוז אזוי זיין, און נישט אז מען האט נישט מסכים געווען.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » זונטאג יוני 22, 2014 3:30 pm

קרעפטיג האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אין ליכט פון דעם געלונגענעם ארטיקל פון ידידינו ר' לכתחילה, וויל איך אויפברענגן אויפן שפיץ גאפל א גאר ווייטאגליכע טעמע וואס איז ממש מענין לענין, אז היינטיגע טעג ווען דער מכה פון פירות הנושרין האט זיך ביטערליך אריינגעריסן, עס פאלן נעבעך שטיקער פון די שענסטע און די בעסטע, האבן מאנכע אנגענומען א געוויסע סארט טעאריע פון א פראפעסאר פון ווייסעך וואו אז מען דארף די אומגליקליכע קינדער באגיסן מיט ליבע און ח"ו נישט קריטיקירן, זאלן זיי קומען שבת קודש מיט די קארס און מען זאל זיי סערווירן א סעודה מיט קאטשעניו, זאלן זיי אויסשניידן די עלטערנס הארץ און באגיסן מיט זאלץ און איבערלאזן א שרעקליך צומישנדן רושם אויף די קליינווארג אין שטוב אבער חס ושלום חלילה וחס נישט ארויסווארפן די אויסווארפן רח"ל.

דאכט זיך אז דאס איז אקעגן די שיטה פון התבדלות און קען האבן ערנסטע קאנסעקווענצן. וואס זאגן די מבינים דא?

איך וואלט מיך געשוואוירן אז דו שרייבסט נאך פון א מעלות ארטיקל.
גענוי די ווערטער ווארט ביי ווארט ווערט דיסקאסט אין איינע פון זייערע חזק אויסגאבעס פארשטייט זיך מער פארברייטערט, כ'געדענק שוין נישט וועלעכע יאר פון תש"ע און ווייטער.

איך האב עס נארוואס געלייענט (נאכאמאל)


מיינסט אפשר די ארטיקל פון די מעלות? אויב נישט איז עס א ענליכע ארטיקל. דברות קודש מלהבות אש:

װﬠן די קריסטן פלעגן אונז ווארפן‏ אין פנים אריין די שטרﬠנגﬠ מוסר רייד פון אונזﬠרﬠ נביאים אנצואווייזן אויף אונזﬠרﬠ עוולות און חסרונות, איז עס גﬠווﬠן א ביטﬠר גﬠלﬠכטﬠר. הﬠרט נאר ווﬠר ס’קומט אונז מוסר’ן! פאר ווﬠמﬠן דארפן מיר זיך שﬠמﬠן, פאר די גﬠמיינﬠ פויﬠרן, די אויסגﬠלאסﬠנﬠ פריצים, די אכזריות’דיגﬠ גלחים? מיר האבן גﬠוואוסט גלייך ווי זיי, און דﬠר עלינו לשבח האט אונז דריי מאל טﬠגליך דﬠרמאנט, אז יﬠדﬠס ווארט פון אט די שרﬠקליכﬠ נבואות איז ביי אונז טייﬠר און הייליג, אז מיר היטן עס ווי אן אויג אין קאפ דורכאויס אלﬠ גלות’ן, ווייל דאס רﬠדט הקב”ה אליין צו זיין גﬠליבט קינד, און אונזﬠרﬠ גוי’שﬠ שכנים שרייﬠן פון קנאה. יא, מיר האבן וואס זיך צו פאררﬠכטן, מיר זﬠנﬠן גרייט אויסצוהﬠרן מוסר, אבﬠר נישט פון אייך. גייט מוסר’ן‏ אייﬠרﬠ חברה וואס שיכור’ן און רויבן און‏ מארדן. מיר ווﬠלן אויסהﬠרן די נביאים, די רבנים, די מגידים, די וואס שטייﬠן הﬠכﬠר פון אונז, נישט די וואס זינקﬠן אין‏ תהום פון תאװת און רשﬠות.

דאסמאל, אבﬠר, איז צוריקנﬠקומﬠן די קללה פון דער השכלה. “מהרסיך ומחריביך ממך יצאו”. מיר ווﬠרן גע’מוסר’ט דורך אונזﬠרﬠ אײגﬠנﬠ, די אווﬠקגﬠפאלﬠנﬠ פון הײמישﬠ שטיבﬠר. און זייﬠרﬠ רייד, ווי פאלש און זינלאז זיי זאלן נאר זיין, ווערן גﬠשלונגען מיט דארשט דורך מיליאנﬠן ליינﬠר און ציקוקﬠר, די אייניקלﬠך פון יﬠנﬠ גלחים און זייﬠרﬠ צוהﬠרﬠר, די תלמידים פון יﬠנﬠ משכילים, רﬠפארמﬠר און‏ משומדים. און אט די ביליגﬠ אויסוואורפן, ווﬠלכﬠ זﬠנﬠן גרייט פאר א פﬠרטל שﬠה “כבוד” צו באגראבן זייﬠרﬠ נאנטסטﬠ אין גﬠטרייסטﬠ אויף א גאנץ לﬠבן, זיי זﬠנﬠן עס נﬠווארן אונזﬠרﬠ מוכיחים?! זיי האבן שוין נישט גﬠטראפן קיין שלﬠכטס ביי זייﬠרﬠ נייﬠ פריינט אז זיי קומﬠן אונז מוסר’ן? יא, מיר ווייסן אז עס זﬠנﬠן דא עוולות און חסרונות, מיר ווייסן אז וויפיל מﬠן טוט איז נאך דא גﬠנוג וואס מתקן‏ צו זיין; מיר זﬠנﬠן גרייט צו הﬠרן מוסר, אבﬠר נישט פון זיי. נישט פון מﬠנטשן‏ וואס זוכן ביי אונז פּראבלﬠמﬠן כדי צו‏ פארﬠנטפﬠרן זייﬠרﬠ שוואכקייטן און‏ פוילקייטן, תאוות און מדות רﬠות.

ווﬠן רבנים און עסקנים זﬠנﬠן מﬠורר אויף אן עוולה, ווﬠן מיר זﬠﬠן אליין אז עפﬠס דארף א תיקון, דארפן מיר עס אננﬠמﬠן מיט דﬠר פולסטﬠר ערנסטקייט און זﬠן עס צו פאררﬠכטן אבﬠר ווﬠן די דﬠרנﬠר אין אידישן וויינגארטן קומﬠן אונז שטﬠכן דארט וואו עס טוט וויי, איז נישט די צייט זיך צו קלאפן על חטא. דא! איז די צייט זיך צו קלאפן אין רוקן. אויף זיי זאגט די משנה, “דﬠ מה שתשיב לאפיקורס”. מיר ענטפﬠרן! נישט דﬠם אפיקורס ווייל ער איז סייווי נישט אינטﬠרﬠסירט אין דﬠם אמת. ער זוכט נאר שמוץ אויף אונז פון אונטﬠר דר’ﬠרד כדי זיך ריינצואוואשן.‏ אבﬠר מיר דארפן וויסן וואס מיר וואלטן‏ אים גﬠﬠנטפﬠרט ווﬠן ער וואלט גﬠווﬠן א שטיקל מﬠנטש, כדי מיר אליין זאלן וויסן‏ דﬠם אמת ביי זיך.

דיינﬠ מחנכים זﬠנﬠן גﬠווﬠן צו שטרﬠנג? אוי וויי. און ווﬠלכﬠ פירות האט ארויסגﬠגﬠבן דﬠר ליבﬠראלﬠר חינוך וואס דו לויבסט אזוי אויס? ווﬠמﬠנ’ס קינדﬠר וואקסן אויף פרייליכﬠר, גﬠזונטﬠר, רייפﬠר בﬠסﬠר - אונזﬠרﬠ אדﬠר זייﬠרﬠ? װי אזוי זﬠﬠן אויס אונזﬠרﬠ פארנאכלﬠסיגטﬠ קינדﬠר (אפשר דו צווישן זיי), און ווי אזוי זﬠﬠן אויס זייﬠרﬠ? דראגס, רציחות, און ערגﬠרס פארשטייסטו, אבﬠר ווﬠן אונזﬠרס א קינד פאלט חלילה א קרבן צו זיינﬠ צרות אדﬠר זיין יצר הרﬠ, מיט פיל מילדﬠרﬠ פאלגן, ביזטו להשמיד ולהרוג אויף אונזﬠרﬠ מחנכים, הא?!

אין טייל רﬠגירונגס שולﬠס טרﬠפט מﬠן ספﬠציﬠלﬠ צימﬠרן וואו גﬠווﬠזﬠנﬠ לﬠרﬠרס פארברﬠנגען א גאנצן טאג, ווייל מﬠן טאר די צוויי-פיסיגﬠ חיות נישט לאזן אין די ד’ אמות פון א קינד, אבﬠר מﬠן קﬠן זיי אויך נישט אפזאגן צוליב זייﬠרﬠ קאנטראקטן. קינדﬠר פארקויפן‏ דראגס איינﬠר פארן צווייטן אפילו אין פריוואטﬠ שולﬠס. קריגﬠרייﬠן באשטייﬠן נישט נאר פון זידלﬠרייﬠן און גﬠשלﬠגן, נאר אויך מﬠרדﬠרליכﬠ קלﬠפ, טויט‏ סטראשונקﬠס ווﬠלכﬠ ווﬠרן צומאל אויסגﬠפירט, און ערגﬠרﬠ גﬠוואלדטאטן. די אוניווﬠרזיטﬠטן זﬠנﬠן נﬠסטן פון זינד, שווינדלﬠרייﬠן זﬠנﬠן מﬠשים בכל יום ביי סטודﬠנטן און פראפﬠסארן, און‏ ווﬠר עס גייט נישט אין שפאן מיט די פארגﬠשריטﬠנﬠ שיטות פון עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכת דמים, ווﬠרט אפן‏ גﬠ’רודפ’ט, דﬠרנידﬠרט, באיקאטירט‏ אפילו טﬠראריזירט און ארויסגﬠווארפן. און דו האסט א פראבלﬠם מיט אונזﬠר חינוך, אונזﬠרﬠ חדרים און ישיבות?!

וואס, ס’איז דא אפפאל ביי אונז, צבוﬠ’קﬠס, גנבים, בﬠלי עבירה? אזוי! און ביי דיינﬠ נייﬠ פריינט גﬠפינסטו בלויז עטיק און מאראל? זאג דﬠם אמת, וואו האסטו מﬠר מורא צו גיין, אינמיטן נאכט אין וויליאמסבורג, אדﬠר אינמיטן טאג אין הארלﬠם? אה, אבﬠר דו מיינסט נישט הארלﬠם? פארהאן אויך ארנטליכﬠ, מאראלישﬠ גוים? וואט רﬠדסטו?! צווישן 350 מיליאן אמﬠריקאנﬠר האסטו‏ גﬠטראפן טויזנטﬠר גוטﬠ?! פסססט!‏ און צווישן הונדﬠרט טויזנט פרומﬠ אידן האסטו גﬠטראפן צﬠנדליגﬠר שלﬠכטﬠ?! שרﬠקליך! יﬠצט נﬠם א בליי און מאך דﬠם חשבון. א שיינﬠר פארגלייך, הא?

וואס מורמלסטו דארט, אז מיר ווייסן נישט וואס ס’טוט זיך הינטﬠר אונזﬠרﬠ קוליסן. וויפיל ליידן אדﬠר זינדיגן בשתיקה? און וואס ס’טוט זיך הינטﬠר זייﬠרﬠ קוליסן, וויפיל ליידן אדﬠר זינדיגן נאכמﬠר, ווייסטו יא? דו ווייסט אז די שיידונגס ראטﬠ אין אמﬠריקﬠ האלט שוין ווייט איבﬠר פופציג פראצﬠנט, אבﬠר וואס ס’טוט זיך הינטﬠר’ן טרוקﬠנﬠם נומﬠר, וויפיל טרﬠרן און טראגﬠדיﬠס, וויפיל פארלאזטﬠ פרויﬠן און גﬠפיינינטﬠ קינדﬠר, דאס ווייסטו יא? אויב דאס וואס זיי טוﬠן בגלוי איז אזוי גﬠמיין, וואס טוﬠן זיי שוין בשתיקה?

ניין, מיר בארימﬠן זיך נישט אז מיר זﬠנﬠן בﬠסﬠר ווי די גוים. פון אונז פארלאנגט מﬠן פיל מﬠר. אבﬠר ווﬠר פארלאנגט עס פון אונז, און פארוואס פארלאננט ער עס פון אונו? קדושים תהיו - כי קדוש אני! יא, אין פארגלייך צו אים, כביכול. האבן מיר אן ענדלאזﬠר ווﬠג צו גיין. און טאקﬠ נישט נאר מיט שבת און כשרות, נאר אויך מיט אמת און ערליכקייט צדקה וחסד, וותרנות,‏ שמירת הלשון און אהבת הבריות, ווי די תורה רﬠכנט אויס באלד דﬠרנאך: “לא תגנובו... ולא תשקרו... בצדק תשפוט עמיתך... לא תלך רכיל בﬠמך... לא תﬠמוד על דם רﬠך... לא תשנא את אחיך... לא תקום ולא תטור... ואהבת לרﬠך כמוך...” אבﬠר ווﬠן די וואט זﬠנﬠן ווייט פון קדושה כרחוק מזרח ממﬠרב פארלאנגﬠן פון אונז מﬠר ווי פון זיך און פון זייﬠרﬠ חברים צוזאמﬠן. דארפן מיר זיי עס צוריקװארפן אין פנים אריין: אדרבה, לאמיר מאכן דﬠם פארגלייך - אבﬠר א גלייכﬠר פארגלייך! פרובירט נאר צו מﬠסטן אונזﬠרﬠ בﬠסטﬠ בחורים קﬠגן אייﬠרﬠ ארנטליכסטﬠ צﬠנﬠרלינגען;‏ אונזﬠרﬠ שוואכסטﬠ קינדﬠר קﬠגן אייﬠרﬠ געמיינסטע יוגנטליכע; אונזערע‏ מנהיגים און בני תורה קﬠגן אייﬠרﬠ פירﬠר און גﬠלﬠרנטע; אונזﬠרﬠ פיינﬠ בﬠלי בתים קﬠגן אייﬠרﬠ אנשטﬠנדיגﬠ בירגﬠר. ראו מה בין בני לבן חמי! דאס וואס אונזﬠרﬠ ערגסטﬠ טוﬠן באיסור,‏ טוﬠן אייﬠרﬠ בﬠסטﬠ בהיתר.

ווידﬠר אין מצוות שבין אדם לחברו מיט ווﬠלכﬠ איר טרומפייטﬠרט אזוי, ווﬠר קﬠן זיך פארגלייכן צו כלל ישראל? וואו נאך טרﬠפט מﬠן ארﬠמﬠלייט וואס גﬠבן אווﬠק א צﬠנטל פון זייﬠר גﬠהאלט פאר צדקה? וואו נאך טרﬠפט מﬠן עלטﬠרﬠ פרויﬠן און פארנומﬠנﬠ בﬠלי בתים ארומלויפן אין שפיטﬠלﬠר באזוכן קראנקﬠ? וואו נאך טרﬠפט מﬠן אין א טאג פון משתה ושמחה פילﬠ טויזנטﬠר בגילופינ’דיגﬠ יוגנטליכﬠ וואס ליגן נישט שיכור אין די גאסן, צﬠלאזן זיך נישט אין פארברﬠכן אדﬠר אוממאראלישקייט, און לויפן נאך ארום א גאנצן טאג שאפן אומגﬠהויﬠרﬠ סומﬠס פאר צדקה?! דאס איז זייﬠר פאן. זייﬠר הנאה! ווﬠר רﬠדט פון הצלה, חברים, שומרים. חסד של אמת, און אזויפיל אנדﬠרﬠ וואס טוﬠן אזויפיל מﬠר ווי ראטﬠווﬠן תפילין פון בזיון!

פרובירט נאר צו מאכן א פארגלייך צווישן אונזﬠרﬠ נדבנים און זייﬠרﬠ פילאנטראפן, וויפיל פראצﬠנט פון זייﬠרﬠ פארמﬠגנס זיי פארווﬠנדן פאר וואוילטﬠטיגﬠ צווﬠקן. אונזﬠרﬠ קמצנים אין זייﬠרﬠ קארגﬠ עשירים? אפילו ריקנים שבך מלאים מצוות כרימון!

אבﬠר ניין, דו מוזט פארגלייכן אונזﬠרﬠ ערנסטﬠ צו זייﬠרס בﬠסטﬠ כדי דﬠר קרומﬠר חשבון זאל ווי-עס-איז אויסגעגליכן ווערן. דו זאלסט קﬠנﬠן ווייטﬠר זﬠטיגן דיינﬠ תאוות און זינקﬠן‏ אין תהום פון זינד אומגﬠשטערט.

א פרייﬠר אין ארץ ישראל האט גﬠשימפט אויף פרומﬠ אידן, פרובירנדיג‏ אויפצואווייזן אז מיר זﬠנﬠן נישט בעסﬠר ווי זײ, און אפשר גאר ערגﬠר. “אבﬠר וואס איז מיט אונזﬠרﬠ גדולים?” האט א פרומﬠר איד אים געפרעגט. “וואו טרﬠפסט מﬠן ביי אייך אזﬠלכﬠ מענטשן וואס לﬠבן לשם שמים און גﬠבן זיך‏ אווﬠק אינגאנצן פאר’ן כלל?”

“גﬠרﬠכט,” האט דﬠר פרייﬠר מודה גﬠווﬠן. “דאס איז טאקﬠ א פראבלﬠם.”

טאקﬠ א פראבלﬠם. די גדולים זﬠנﬠן אים מבלבל פון זיין בלבול המח. און כדי‏ צו לﬠזן דﬠם פראבלﬠם, זוכט ער רשﬠים‏ ביי אונז און צדיקים ביי זיי; שלﬠכטﬠ כוונות אין אונזﬠרﬠ גוטﬠ מﬠשים, און גוטﬠ כוונות אין זייﬠרﬠ שלﬠכטﬠ מﬠשים; אלﬠס כדי צו בארואיגן זיין געוויסן, זיין פינטﬠלﬠ איד.

יא, אפילו דﬠר “רשﬠ מה הוא אומר” קומט אויך פון דﬠר גﬠטליכﬠר נשמה וואס איז גﬠווﬠן ביים בארג סיני. דאס איז דﬠר בת קול יוצאת מהר חורב וואס ער‏ פרואווט צו דﬠרשטיקן, ווייל עס מאנט פון אים און פייניגט אים און דﬠרמאנט אים אז ער איז אויך א קינד פונ’ם ממלכת כהנים וגוי קדוש און ער דארף זיך אהיימקﬠרן צו זיין טאטנ’ס פאלאץ.

ﬠס שטייט אין גמרא (ברכות ו.) אז הקב”ה לייגט אויך כביכול תפילין, נאר‏ בﬠת אין אונזﬠרﬠ תפילין שטייט “שמﬠ ישראל ה’ אלקנו ה’ אחד”, שטייט אין‏ זיינﬠ תפילין, “מי כﬠמך ישראל גוי אחד בארץ?‏

רבונו של עולם, דיינﬠ תפילין וואלגﬠרן זיך אין די מיסטן. זוך זיי אויס,‏ רייניג זיי אפ פון דﬠם שמוץ וואס האט זיך אנגﬠקלﬠבט אין זיי, ווייז זיי דיין ליכטיגן פנים, און זיי ווﬠלן װידﬠר אויסשרייﬠן,‏ כאיש אחד בלב אחד, “נﬠשה ונשמﬠ”.‏
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » זונטאג יוני 22, 2014 9:22 pm

קעניגזאן האט געשריבן:אביסל א צומישעניש אין אייערע ווערטער. די טיילונג אין אונגארן איז געווען איינגעטיילט אין צוויי, איינס פון די נעלאגען, און איינס פון די רבנים וואס האבן זיך נישט געוואלט מישן און האבן געוואלט שטיין אינדערזייט פון זיי האט מען זיך אויך אפגעטיילט. איינער פון די גרויסע צדיקים פון די אשווארע חברייא קדישא, נאמען(?) איז געווען תלמיד פון איינער פון די גדולי התלמידי החת״ס און ער האט זיך נישט געוואלט מישן, האט דער גרויסע תלמיד שפעטער געזאגט אז אלעס וואס ער האט מקבל געווען פון זיין רבין האט ער אים צוריק געגעבן. און מען פארציילט אז שרעקליכע זאכן האט פאסירט צו די תלמיד פון חת״ס. די טיילונג דארט איז געווען אן קיין פשרות און זייער אגרעסיוו תלי״ת.
.

דאכט זיך מיר אז עס איז געווען דער טאשער רבי ר' משולם פייש זי"ע

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 23, 2014 12:23 am

דעפרעסט האט געשריבן:......
דער אמת'ער אמת איז אז דער קיום פון עם ישראל האט נישט קיין טבע'דיגן הסבר ווי דער יעב"ץ שרייבט, ס'איז א גרעסערע נס ווי יציאת מצרים און ס'איז די הבטחת הקב"ה כי בשם קדשיך נשבעת לו שלא יכבה נרו לעולם ועד. דאס האט נישט קיין ערקלערונג און קיין באשיידונג נאר דאס ווער רמב"ן הק' שרייבט אין פרשת האזינו אויפן פסוק כי יראה כי אזלת יד ואפס עצור ועזוב אז אידן זענען די פארטרעטער פונעם רבוש"ע אויף דער וועלט און דעריבער מוז עקזיסטירן דאס פאלק.

אלס נאר א בארייכערונג צום שמועס, דא ברענג איך לשונו הקדוש והמתוק פונעם יעב"ץ אין די הקדמה צו זיין סידור: (א שיינעם דאנק פאר "קנאפער ידען" פארן ארויסהעלפן. די עיקר ווערטער וואס איז נוגע די שמועס איז "באלד" אבער עס איז כדי צו זעהן די גאנצע.)

ויידע אמונה אומן כי המברך מתברך וכל מה שעושה לעצמו עושה טובה וברכה שאין לה שיעור, ולא לו בלבד, אלא שגורם שפע בעליונים.
ואל יקל בעיניו שנברא בצלם ובדמות ושורש נשמתו אחוז בעולם העליון במקום קדוש ונורא מאד אשריו אם זכה לתקן עצמו, באמת כאשר ידבר דיבור קדוש וטהור יש בו כח לפעול למעלה למעלה, כי שם נפשו קשורה בחבל רוחני כי חלק ה׳ עמו יעקב חבל נחלתו הוא החבל הקלוע מחוטי חסד המשוך ממדת יום על מדת לילה, להופיע על נשמת האדם הטוב שבו אחוזה ועל ידו השתלשלה, ובנענעו החבל למטה גורם נענוע והתפעלות למעלה אפי׳ שהוא ארוך לאין חקר.

ולא יכחיש זה מי שאינו פוקר, ואינו מונה נפשו בשקר, ללכת אחרי ההבל והתוהו אשר בדה מלבו הכופר המכונה החוקר, שלא זכה למסורת האלהית המאירה כאור בוקר, על כן ימשש כעור בצהרים לפתות השכל בל יבחין בין אמת והפכו בין טוב, לרע לא יבקר, ומייעץ לפקחים לעשות כמוהו עיניהם לנקר, להרוס תחום השכל וגבול המדע לעקר, לחשוב העולם הפקר, לצייר חומר קדמון שאין לו סוף ולייחס הנצחיות לדבר גשמי בלי התחלה ותכלית כל עיקר.
ולפי הנחתו הארורה עולם כמנהגו נוהג בלי משגיח וסוקר, אוי לפתי נעדר השכל משולל הדעת נמשל כבהמות נדמו כסיל ובער, איך התקבל במוחו דבר זר כזה סכלות העדרי שהוא נגד המושכל ראשון אל השכל הבריא הער, וכל זה רק למען יניא לב ב"א ממורא שמים ולסלק השגחתו מהתחתונים פיו פער, באומרו עזב ה' את הארץ ועיר פרא חפשי אדם יוולד משולח ונעזב למקרים וצער, כי בשרירות לבו הולך לבחור חיי החפשיות כבהמות יער, אוי להם ולמזלם הנפתים אחריו כי באמת מחמת היות נפשם מזוהמת חצובה ממקור מטונף ומתועב כנפש הבהמית וחיתו יער, לכן השתתפו עמהם ביושר בנפשם דיברו מרוח סועה מסער, עם היות עין בעין נראה נרגש, כבוד ה׳ בכל מקום מוקטר מוגש.

ומי העור שאינו רואה קישור עולם התחתון בעליון הסומך ומעמיד, ועיני השגחתו עליהם תמיד, ואיך לא יבוש הכופר בהשגחה ויעמוד נכלם, מי שיעיין ביחוד עניננו ומעמדנו בעולם, אנחנו האומה הגולה שה פזורה אחר כל מה שעבר עלינו מהצרות והתמורות אלפים מהשנים ואין אומה בעולם נרדפת כמונו, מה רבים היו צרינו, מה עצמו נשאו ראש הקמים עלינו מנעורינו, להשמידנו לעקרנו לשרשנו מפני השנאה שסבתה הקנאה רבת צררונו, גם לא יכלו לנו לאבדנו ולכלותינו, כל האומות הקדומות העצומות, אבד זכרם, בטל סברם, סר צלם, ואנו הדבקים בה' כולנו חיים היום, לא נפקד ממנו בכל תוקף אריכות גלותינו אפי׳ אות וניקוד א׳ מתורה שבכתב וכל דברי חכמים קיימים לא יטה לארץ מכלם, לא שלט בהם יד הזמן ולא כלם.

מה יענה בזה פילוסוף חריף היד המקרה עשתה כל אלה, מי נפשי כי בהתבונני בנפלאות אלה גדלו אצלי יותר מכל נסים ונפלאות שעשה השי"ת לאבותינו במצרים ובמדבר ובא״י.

וכל מה שארך הגלות יותר, נתאמת הנס יותר ונודע מעשה תקפו וגבורתו, בשגם כל הנביאים כבר ראו עומקו והתאוננו והתלוננו על אריכותו הנפלא בטרם היותו, והנה לא נפל מכל דבריהם ארצה, איה איפה פי המכחיש כלה כעשן וכענן, הלא יתבונן וכליותיו ישתונן, כי אלהי עולם ה' בלב שלם אליו יתחנן, ה׳ אלהי ארוממך, הורני דרכך לדעת את שמך, להשכיל באמתך, יחד לבבי לייחד שמותיך ללמד תועי רוח בינה להשתבח בתהלתך, אנא אלהי הרוחות, חוקר לב ובוחן טוחות, למד לשוני העלג לדבר צחות, הרחב לבי ופתח שפתי בארש נכוחות, ואפתח שער, לתת לפתאים ערמה דעת ומזימה לנער, זה השער לה' צדיקים יבואו בו:
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » פרייטאג יוני 27, 2014 1:06 am

[quote]="לכתחילה אריבער"]הרה"ג ר' מאיר שפירא זצ"ל ראש ומייסד ישיבות חכמי לובלין. - וואס חוץ פון דעם וואס פון דארט זענען ארויסגעקומען גאר אסאך גדולי ישראל וואס כלל ישראל האט נהנה געווען אויף א גאר שטארקע אופן, וביניהם וואס זענעך נאך היינט דא צווישען אונז - ה' יאריך ימיהם בבריות הגוף והנפש עד ביאת גואל צדק - איז ער דער וואס האט אראפגעשטעלט די סיסטעם פון די ישיבות וואס מיר האבן היינט, און אויך די געדאנק פון א געמיינזאמע לימוד פארן רבים.[quote]

בכלל נישט ריכטיג


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט