ציון הק' מרן החתם סופר זי"ע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

ציון הק' מרן החתם סופר זי"ע

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך ינואר 18, 2012 12:06 pm

אז מען רעדט שוין פון פרעשבורג, חברה קדישא, פושקעס, נוסח מצבה'ס, וואלט איך געוואלט פרעגן (איך האף אז עס קען דא אריינקומען) וואס פשט אז דער אלטער בית החיים אין פרעשבורג איז א גוטע שטאק אראפ אין דער ערד, די מעשה אז מען האט חרוב געמאכט די בית החיים און געבויט טרעקס פאר די באן העכער דעם האב איך שוין געהערט, און אז אמאל פאר מען האט אוועקגעריקט די טרעקס איז די אוהל געווען נידעריג אז די מצבה פון הגה"ק החתם סופר זי"ע האט מען נישט געקענט אויפשטעלן [ווייל ער האט זייער א הויכע מצבה] און אידן פארציילן אז אין די אמאליגע אהל איז מען ממש אנגעקומען ביז די דאך, און ווען א באן איז אריבערגעפארן האט זיך די גאנצע ערד מיטגעשאקעלט.
איך וועל זאגן פארוואס עס באדערט מיר (הא ערנסטע דאגות עס ברענגט שלאפלאזע נעכט, נעבעך נעבעך), אז איך גלייב נישט אז מען האט אויפגעגראבן א ריזיגע שטח אינמיטן שטאט צו מאכן פאר א בית החיים, און אויך נישט אז מען האט אין די גאנצע שטאט ארום די בית החיים געלייגט א שטאק הויך זאמד און דערויף געבויט די שטאט, און אויך גלייב איך נישט אז מען האט אזוי טיף געגראבן צו טרעפן די בית החיים, ווייל אויב אזוי ליגן דארט די נפטרים נאך טיפער אין דער ערד.
ווי אויך איז די שאלה וואו איז די איבריגע שטח הבית החיים? און וואס איז די טיר אין די זייט פון אהל, וואו פירט עס?
איך האף אז איך האב גוט ארויסגעברענגט מיינע קשיות, אויב עס איז שוין בארעדט געווארן דא ערגעץ קען מען עס מיך אנווייזן, איך וועל נישט זיין באליידיגט, ולא הביישן למד.

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

יעצט זאלען קימען די ידענים און ממלא זיין

תגובהדורך בונמס זיידע » מיטוואך ינואר 18, 2012 1:32 pm

בית יעקב No. 103 Kislev 5728
אידישע ווארט - 353 - תשנ״ט - תמוז - אב
אידישע ווארט - 231 - תשמ״ב - אייר - סיון
Death and burial place

He died in Pressburg on October 3, 1839 (25 Tishrei 5600).

A modern Jewish memorial, containing Moses Sofers grave and those of many of his associates and Family, is Located in Bratistava. It is situated underground beLow BratisLava CastLe at the left bank of the Danube). The nearby tram station is named after him. The preservation of these graves has a curious history. The Jewish cemetery in Bratislava was confiscated during the regime by the anti-Semitic ruler catholic priest Jozef Tiso in 1943 to build a roadway. Negotiations with the regime enabled the community to preserve the section of the cemetery including the Chasam Sofer’s grave, encLosed in concrete, below the surface of the new road. The regime complied either as a consequence of a Large bribe (according to one story), foreign pressure (according to another story), or for fear of a curse if the graves were destroyed (according to yet another story).

Following the declaration of independence by Stovakia in 1992, new negotiations were undertaken to restore public access to the preserved graves. In the mid-1990s, the International Committee for Preservation of Gravesites of Geonai Pressburg was formed to support and oversee relocation of tram tracks and building of a mausoleum. In 1999, a Memorandum of Understanding was signed between the then-mayor of BratisLava Jozef Moravcik, Chairman of the Committee Romi Cohn and Chairman of the BratisLava Jewish Religious Community Peter Salner. Construction of the mausoleum was completed
after overcoming numerous technical and religious issues and opened on July 8, 2002. Access to the mausoleum can be arranged hrough the Local Jewish community organisation.
[/left
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך ינואר 18, 2012 1:48 pm

א גרויסן דאנק פאר ר' בונמ'ס זיידע (קודם כל אסאך נייעס פון דיי אייניקל בונם) פארן ברענגען די בלעטער אזוי שנעל און געשווינד
איך האב עס שוין ארויסגעפרינט און מעמיר זעהן צו זיי פארענטפערן מיינע פיר שטאקיגע קשיות, אגב די מערכה געדענק איך נאך גוט ווען די יהדות הגולה האט דעמאלטס גערודערט, און וועלן מיר זעהן פונקטליך וואס זיי האבן צו זאגן

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך ינואר 18, 2012 2:22 pm

אאאפפס.. ס'ווערט מיר מער פארפלאנטערט די גאנצע מעשהנאכן דורכליינען די 2 ארטיקלעך פון דאס אידישע ווארט
קודם כל אין איין ארטיקל שטייט אז די גאנצע בית החיים איז חרוב געווארן אנפאנג פון די קריג און מען האט צאמגענומען אלע עצמות און געלייגט אין א הייל (לפי גירסא זו קען מען אפשר פארשטיין פארוואס עס זאל זיין אזוי טיף). און אין די צווייטע ארטיקל שטייט אז עס איז וואונדערליך געווארן אפגעראטעוועט די חלק פון די בית החיים (23 קברים). און אין די דריטע ארטיקל שטייט אז די עצמות איז געפירט געווארן אין די בית החיים החדש, און דארט שטייט אויך אז די 18 קברים פון די ידועי-שם איז בדרך נס געבליבן אומבארירט, פארשטיי איך נאך אלס נישט פארוואס איז עס אזוי טיף. און נאך כמה סתירות הערשט צווישן די 3 ארטיקלען.
ועוד איזה קושיות [יעדע קשיא קען זיין גוט לויט איין גיראס און שווער לויט די צווייטע]:
קשיא א': וויאזוי ווילסטו מיך נאכדעם זאגן אז מען ווייסט פונקטליך ווי די אלע קברים זענען, אז מען האט אזוי שיין צוריקגעשטעלט די מצבות?
קשיא ב': וויאזוי זענען די מצבות אזוי שיין געבליבן אין די צייט וואס איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון די בית החיים?
קשיא ג': דארט איז נישטא קיין שום ראוד וואס זאל גיין העכער אדער נידריגער
קשיא ד': בכלל די גרויסארטיגע סתירה ווי אויבנדערמאנט
קשיא ה': איך ווייס נאך אלס נישט די סוד פון די טיר דארט אין די זייט
קשיא ו': איך בין שוין אינגאנצן צומישט (שוין געווען פריער אויך)
בקיצור עס קוקט אויס היפש פאני אין מיינע אייגעלעך, קען אפשר איינער מאכן א [אמת'ע] סך הכל פון די גאנצע מעשה?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך ינואר 18, 2012 2:31 pm

צוליב וואס אפאר אירע האבן מיר געזאגט זיי האבן נישט קיין אנונג פון וואס איך רעד, וועל איך פראבירן צו ברענגען אפאר בילדער וואו עס זעהט היינט אויס
וזה החלי:
דער וועג אריין צום אהל הקדוש [אגב: הענגט דא א סיין וואס עס ליינט זיך "מקום קדוש לפניך", גייט א ווערטל: אז די פלאץ (אפילו עס איז נאכנישט דער אהל) איז קדוש ווייל געווענדליך ווען מען קומט דארט אן איז עס פארשפארט דאווענען דארט די אידן על מקום זה]
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך ינואר 18, 2012 2:32 pm

די פארכטיגע מצבות אינעם אהל
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך ינואר 18, 2012 2:37 pm

א בילד פון דער נאנט פון מצבת הגה"ק החתם סופר זי"ע והרה"ק רבי דניאל פרוסטיץ זי"ע
ווי אויך זעהט מען שטיקלעך מצבות אין די זייט
ווי אויך זעהט מען שטיקער גלאז וואס הענגט אראפ פון דאך, און דאס שטעקט זיך אויך ארויס אויבן אין גאס (אויב איינער ווייסט פשט דערפון קען איך באשטיין צו הערן)
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך ינואר 18, 2012 2:39 pm

מצבות ביי די וואנט
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך ינואר 18, 2012 2:45 pm

דא זעהט מען די אריינגאנג צום אהל-ביי דעם שווארצן עפענונג גייט מען אריין אין א לאנגן קארידאר, נאכדעם שטיגן אראפ אין א בית מדרש'ל דערנאך שטיגן אראפ אינעם אהל
די לינקע זייט מיינעך איז די שלאס וואס די ארטיקלען זענען ביזי דערמיט - אפשר דארט איז געווען דער אנדערע חלק פון די אלטע בית החיים (אבער די שלאס קוקט נישט אויס אז מען האט עס געבויעט ביי די וועלט מלחמה- וואס די ארטיקלען רעדן ארום אז די שעת חירום איז דאן געווען)
די רעכטע זייט די קליין בערגל דארט האט מען העכער געמאכט די אהל אז עס זאל נישט זיין אזוי נידעריג ווי פריער דערמאנט, אויך זעהט מען דארט די גלאז וואס שטעקט זיך ארויס פון די אהל ווי אויבענדערמאנט
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

הציון הק' קיץ תשנ"ז

תגובהדורך בונמס זיידע » דאנארשטאג ינואר 19, 2012 1:48 pm

ציון.png
ציון.png (62.54 KiB) געזעהן 2961 מאל


איווייניג איז געווען ממש הארצרייסענדיג אונבאשרייבלעך איך האב נישט קיין פאטא איך האב פארגעסען די מאשין אין קאר
זייט דעמאלט נישט געווען
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג ינואר 19, 2012 1:54 pm

בונמס זיידע האט געשריבן:
ציון.png


איווייניג איז געווען ממש הארצרייסענדיג אונבאשרייבלעך איך האב נישט קיין פאטא איך האב פארגעסען די מאשין אין קאר
זייט דעמאלט נישט געווען

דאס איז שרעקליך, נעבעך א בזיון נורא.
נאך א מזל מען האט זיך גענומען דערצו באצייטנס, ווייל נישט ווער ווייסט רח"ל וואו עס וואלט אנגעקומען.
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 3:34 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:אין אוצרות היו"ל ע"י חסידי סאטמאר (מהר"א) איז געווען א הערליכער ארטיקעל בנוגע ציון קדשו פון מרן זי"ע, ס'איז ווערט די זעקס טאלער פאר דעם אליין, כ'זאג אייך.

גאר א היסטארישער מאפע וואס איז געצייכנט געווארן הארט פאר מ'האט חרוב געמאכט דעם ביה"ח אין פרעשבורג רח"ל און בהאלטן מקום מנוחת הגה"ק מרן החת"ס זצ"ל, די מאפע אנהאלט פונקטליכע אנווייזונגען פון די גאנצע שטח ארום קברו של מרן זצ"ל מיט די נעמען פון ווער עס ליגט דארט.

קרעדיט:
http://judaicaused.blogspot.com/2013/10 ... ap-of.html

איך ליין אויס די ליסטע אויף די רעכטע זייט אזוי;
19. רבי נתן סאנדעז
20. רבי משה לבוב חריף
21. רבי עקיבא איגר (הראשון)
22. רבי מאיר האלבערשטאט ברבי
23. בנימין וואלף הענדעלס
24. מענדל טעבען
25. אייזיק מאנזייס
26. רייזל טעבען
27. אברהם טעבען
28. מענדל טעבען
29. דוד טעבען
30. צבי טעבען
31. יצחק דוד טעבען
33. לעבבען בנימין קאנטאר
35. פרוי באב. שרה סופר (הרבנית אשת החת"ס)
36. אלי קאנסזער

אויף די לינקע זייט ליין איך:
החתם סופר
רבי דניאל פרוסטיץ
רבי משה חריף לבוב
רבי לייב מוכיח
רבי משולם טיסמעניץ (איגרא)
?
.. מענדל לייטערסדארף
אברהם יפה...
רבי יואל בריסק
רבי מרדכי מוכיח
רבי הירש שפירא (?)
רבי מרדכי טאסק
רבי משה לייב יפה
רבי יהודא פרעשבורגער
... לייזר פרעשבורגער
... לבוב
רבי יהודא ...
...
מענדל שטאמפפען
ראב יואל
צוגעלייגטע
IMG_1978 (1).JPG
IMG_1978 (1).JPG (41.55 KiB) געזעהן 2425 מאל
IMG_1980 (1).JPG
IMG_1978.JPG

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 01, 2014 11:52 pm

מיללער האט געשריבן:קען אפשר זיין בייהילפיג פאר דעם אשכול:
viewtopic.php?p=837087#p837087

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג מאי 02, 2014 12:04 am

בונמס זיידע האט געשריבן:
די אטעטשמענט ציון.png געפינט זיך מער נישט.


איווייניג איז געווען ממש הארצרייסענדיג אונבאשרייבלעך איך האב נישט קיין פאטא איך האב פארגעסען די מאשין אין קאר
זייט דעמאלט נישט געווען

פון אינעווייניג
ק: אוצרות תשרי תשע"ג
צוגעלייגטע
04.jpg

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג מאי 02, 2014 12:28 am

יוראפ האט געשריבן:ווי אויך איז די שאלה וואו איז די איבריגע שטח הבית החיים?

שוין מערערע יאר פון ווען איך בין דארט געווען...
לויט ווי איך געדענק איז באלד נעבן דעם, ארויף די בארג, דא א גרויסע בית החייים פיל מיט מצבות, דערצווישן קינדער און אייניקלעך פון הייליגן חתם סופר
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 02, 2014 1:09 am

אין די אמאליגע אוהל איז מען ממש אנגעקומען ביז די דאך
צוגעלייגטע
6.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 02, 2014 1:10 am

אידן ביי די אמאליגע אריינגאנג צום אוהל הק'
צוגעלייגטע
200020nabrezie.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 02, 2014 1:12 am

.
צוגעלייגטע
P1013746.JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 02, 2014 1:14 am

די שווארצע (ערשטע) אריינגאנג
צוגעלייגטע
P1013803.JPG
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום פרייטאג מאי 02, 2014 1:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 02, 2014 1:15 am

די צווייטע אריינגאנג צום פארצימער (לאבי)
צוגעלייגטע
P1013801.JPG

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מאי 02, 2014 1:15 am

יוראפ איך בין געווען דארט אייניגע יאר צוריק.
די שטיקלעך גלאז און בכלל די גאנצע מאדערנע סארט געביידע איז געווען א מאסט, ווייל בשעתו ביי די וועלטס שערורי' האט די בראטיסלאווא גאוו קוים געוואלט נאכגעבן, איינע פון די תנאים איז געווען עס צו בויען קונצליך צו ציען טוריסטן.
שפעטער האט מען געמוזט צוגעליין א שילד מיט א ווארענונג צו גיין אנגעטון בצניעות, קענסט עס זען דארט. זעט אויס צופיל טוריסטן זענען געקומען..

בכל אופן איך וואונדער מיך אויף דעם טיפן אונטערערדישן אריינגאנג צום אהל, איז דאס אלעמאל אזוי געווען און פארוואס אזוי טיף?
מיר קוקט עפעס אויס ווי מען האט דע גאנצע ביה"ח באגאסן מיט זאמד צו מאכן א מענטשליכע בארג אזוי איז די אריגינעלע אהל געווארן פול טיפער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 02, 2014 1:18 am

די דריטע אריינגאנג פונעם לאבי צום בית מדרש'ל
צוגעלייגטע
P1013799.JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 02, 2014 1:19 am

די פערטע אריינגאנג פונעם בית מדרש'ל מיט עטליכע טרעפ אראפ צו אוהל הק'
צוגעלייגטע
P1013798.JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 02, 2014 1:20 am

מה נורא המקום הזה!
צוגעלייגטע
Chatam-Sofer%20Martin%20Kvasnica.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 02, 2014 1:26 am

די אלטע ביה"ח פארן מפנה זיין. די הויכע וואנט אויף די רעכטע זייט איז געבויעט געווארן צו באשיצן די ביה"ח פון א פארפלייצונג פון די דערנעבנדיגע טייך, וואס איז שוין געשעהן עטליכע מאל פאר און אין די צייטן פונעם חתם סופר זי"ע.
צוגעלייגטע
d9493025-c74a-45b9-99f7-42c731d13dce.jpg
d9493025-c74a-45b9-99f7-42c731d13dce.jpg (26.48 KiB) געזעהן 2418 מאל


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט